\id TIT - Orthodox Yiddish Brit Chadasha \ide UTF-8 \h טיטוס בריוו \toc2 טיטוס בריוו \toc1 דער בריוו פון דעם שליח פוילוס צו טיטוסן \mt1 דער בריוו פון דעם שליח פוילוס צו \mt1 טיטוסן \c 1 \p \v 1 פוילוס, א קנעכט פון ה׳ און א שליח פון יהושע/ישוע המשיחן, לויט דער אמונה פון די אויסדערוויילטע פון ה׳, און דער דערקענטעניש פונם אמת, וואס איז לויט יראת שמים, \v 2 אין דער האפענונג אויף אייביק לעבן, וואס ה׳, וועלכער זאגט נישט קיין שקר, האט פארשפראכן פון אייביקע צייטן אָן, \v 3 און אין דער געהעריקער צייט אנטפלעקט זיין ווארט אין דעם אויסרופן, וואס איז מיר אנפארטרויט געווארן לויט א געבאט פון ה׳ אונדזער רעטער— \v 4 צו טיטוסן, מיין ווארהאפטיקן זון לויט אונדזער געמיינזאמער אמונה: חסד און שלום פון ג‑ט דעם פאטער און משיח יהושע/ישוע אונדזער רעטער. \p \v 5 דערפאר האב איך דיך איבערגעלאזט אין קרעטא, כדי דו זאלסט ברענגען אין ארדנונג, וואס עס פעלט נאך, און באשטימען זקנים אין יעדער שטאט, ווי איך האב דיר באפוילן; \v 6 אויב איינער איז אָן א פעלער, דער מאן פון איין ווייב, האט גלויביקע קינדער, וועמען מען באשולדיקט נישט אין צעלאזנקייט, אדער אומגעהארכזאמקייט. \v 7 ווארום דער משגיח דארף זיין אָן א פעלער, אלס ה׳ס פארוואלטער; נישט איינגעעקשנט, נישט קיין רגזן, נישט קיין שכור, נישט קיין שלעגער, נישט גענייגט צו שענדלעכן געווין; \v 8 נאר א מכניס אורח, וואס האט ליב גוטס, מיט שליטה איבער זיך, א צדיק, א קדוש, \v 9 וואס האלט זיך ביים באגלויבטן ווארט לויט דער לערנונג, כדי ער זאל זיין אימשטאנד סאי מזהיר צו זיין אין דער געזונטער לערנונג, סאי צו רעדן שטראפרייד צו די קעגנער. \p \v 10 ווארום עס זענען פאראן א סך ווידערשפעניקע, פלאפלער און באטריגער, מערסטנס די פון די געמלטע, \v 11 וועמען מען דארף פארשטאפן דאס מויל; וועלכע קערן איבער גאנצע הייזער און לערנען וואס טויג נישט צוליב שענדלעכן געווין. \v 12 איינער פון זיי, זייער אייגענער נביא, האט געזאגט: די קרעטער זענען תמיד ליגנער, חיות רעות, פוילע פרעסערס. \v 13 דאס דאזיקע עדות זאגן איז אמת. צוליב דער סיבה זאלסטו זיי שארף זאגן מוסר, כדי זיי זאלן זיין געזונט אין דער אמונה, \v 14 און זיך נישט האלטן צו יידישע לעגענדעס און מצוות פון מענטשן, וועלכע קערן אפ פון דעם אמת. \v 15 פאר די ריינע (מענטשן) איז אלץ טהור; פאר די אבער, וועלכע זענען טמא און אומגלויביק איז קיין זאך נישט טהור; נאר זייער פארשטאנד און געוויסן איז טמא. \v 16 זיי זאגן, אז זיי קענען ה׳, פארלייקענען אים אבער מיט זייערע מעשים, זייענדיק אומווירדיקע און ווידערשפעניקע און וואס טויגן נישט צו קיין שום מעשים טובים. \c 2 \cl קאפיטל צוויי \p \v 1 דו אבער רעד וואס עס פאסט פאר דער געזונטער לערנונג. \v 2 אז זקנים זאלן זיין ניכטער, אויפריכטיק, פארשטענדיק, געזונט אין דער אמונה, אין ליבע, אין סבלנות. \v 3 אז די זקנות זאלן דעסגלייכן זיך אויפפירן, ווי עס פאסט פאר קדושה, נישט רעדן קיין רכילות, נישט זיין פארשקלאפט צו א סך וויין, נאר לערערינס פון גוטס; \v 4 כדי זיי זאלן מאכן די יונגע פרויען פארשטענדיק, ליב צו האבן זייערע מענער, ליב צו האבן זייערע קינדער, \v 5 זאלן זיין מיט שליטה איבער זיך, צניעות, לויטער, אכטונג געבן אויפן הויז, גוט, אונטערטעניק צו זייערע אייגענע מענער, כדי ה׳ס ווארט זאל נישט געלעסטערט ווערן; \v 6 דעסגלייכן זאלסטו מזהיר זיין די יונגעלייט, אז זיי זאלן זיין פארשטענדיק מיט שליטה איבער זיך; \v 7 אין אלעם זאלסטו דיך אליין האלטן פאר א פארבילד פון מעשים טובים, (ארויסווייזנדיק) אין דער לערנונג אומפארדארבנקייט, ווירדיקן ערנסט, \v 8 א געזונט ווארט, וואס קען נישט באשולדיקט ווערן; כדי דער קעגנער זאל זיך פארשעמען, נישט האבנדיק קיין שום שלעכטס צו זאגן פון אונדז. \v 9 קנעכט זאלן זיין אונטערטעניק צו זייערע הארן און וואוילגעפעליק אין אלעם; נישט אקייגנרעדן, \v 10 נישט גנבענען, נאר ארויסווייזן יעדע גוטע געטריישאפט, כדי זיי זאלן באצירן די לערנונג פון ה׳ אונדזער רעטער אין אלעם. \v 11 ווארום ה׳ס חסד איז דערשינען, ברענגענדיק די ישועה צו אלע מענטשן, \v 12 און לערנט אונדז, אז פארלייקענענדיק רשעות און די וועלטלעכע תאוות, זאלן מיר לעבן מיט שליטה איבער זיך, און גערעכט, און ג‑טספארכטיק אין דער דאזיקער וועלט, \v 13 און ווארטן אויף דער געבענטשטער האפענונג און דערשיינונג פון דעם כבוד פון דעם גרויסן ג‑ט און אונדזער גואל משיח יהושע/ישוע, \v 14 וועלכער האט זיך געגעבן פאר אונדזערטוועגן, כדי אונדז אויסצולייזן פון יעדער רשעות און צו רייניקן פאר זיך אן עם סגולה, וואס איז אייפעריק פאר מעשים טובים. \p \v 15 די דאזיקע זאכן זאלסטו זאגן, און מזהיר זיין און שטראפן מיט יעדער שטרענגקייט. קיינער זאל דיך נישט מבזה זיין. \c 3 \cl קאפיטל דריי \p \v 1 דערמאן זיי צו זיין אונטערטעניק צו מושלים און ממשלות, צו זיין געהארכזאם, צו זיין גרייט צו כלערליי מעשים טובים, \v 2 נישט צו רעדן קיין שלעכטס אויף קיינעמען, נישט צו זיין קריגעריש, נאר באשיידן, ארויסווייזנדיק יעדע עניוותדיקייט צו אלע מענטשן. \v 3 ווארום מיר אליין זענען אויך אמאל געווען אָן פארשטאנד, ווידערשפעניק, האבן געבלאנדזשעט, געדינט צו פארשיידענערליי תאוות און פארגעניגנס, געפירט א לעבן פון קנאה שנאה, (געווען) פארהאסט, האבן פיינט געהאט איינס דאס אנדערע. \v 4 ווען אבער עס האט זיך באוויזן די גוטסקייט פון ה׳ אונדזער רעטער, און זיין ליבע צו מענטשן, \v 5 נישט דורך (מחמיר חומרא געזעץ) מעשים פון צדקות, וואס מיר האבן געטאן, נאר לויט זיין בארעמהארציקייט האט ער אונדז דערלייזט, דורך דער מקווה פון ווידערגעבורט און באנייאונג פון דעם רוח הקודש, \v 6 וועלכן ער האט רייכלעך אויסגעגאסן אויף אונדז דורך יהושע/ישוע המשיחן אונדזער גואל; \v 7 כדי זייענדיק גערעכטפערטיקט דורך זיין חסד, זאלן מיר ווערן יורשים לויט דער האפענונג פון אייביקן לעבן. \v 8 עס איז א באגלויבט ווארט, און איך וויל, אז וועגן די דאזיקע זאכן זאלסטו רעדן מיט זיכערקייט, כדי די, וועלכע האבן געגלויבט אין ה׳, זאלן האבן אין זינען, עוסק צו זיין אין מעשים טובים—דאס איז שיין און גוט פאר מענטשן; \v 9 נארישע מחלוקת אבער און יחוס בריוו און צאנקעריי און קריגערייען וועגן דער תורה זאלסטו אויסמיידן, ווייל זיי זענען אומנוצלעך און פוסט. \v 10 א מענטשן וועלכער ברענגט אריין כיתות, מייד אויס נאך אן איינמאליקער אדער צוויימאליקער ווארנונג, \v 11 וויסנדיק, אז אזעלכער איז פארקערט און זינדיקט, און איז פון זיך אליין פאראורטיילט. \p \v 12 ווען איך וועל שיקן ארטעמאסן צו דיר אדער טיכיקוסן, זאלסטו דיך איילן צו קומען צו מיר קיין ניקאפאליס; ווארום איך האב באשלאסן דארטן איבערצואווינטערן. \v 13 זענאסן, דעם בעל תורה, און אפאלאסן שיק געשווינט פארויס, כדי עס זאל זיי גארנישט פעלן. \v 14 און זאלן אויך אונדזערע (לייט) לערנען עוסק צו זיין אין מעשים טובים, אויף וואס מען דארף נייטיק האבן, כדי זיי זאלן נישט זיין אומפרוכטבאר. \p עס געבן דיר אפ שלום אלע, וואס זענען מיט מיר. \v 15 גיב אפ שלום צו די, וועלכע האבן אונדז ליב אין דער אמונה. זאל דער חסד זיין מיט אייך אלעמען.