\id ROM - Orthodox Yiddish Brit Chadasha \ide UTF-8 \h רוימער בריוו \toc2 רוימער בריוו \toc1 דער בריוו צו די רוימער \mt דער בריוו צו די רוימער \c 1 \p \v 1 פוילוס, א קנעכט פון יהושע/ישוע המשיחן, בארופן צו זיין א שליח, אפגעשיידט פאר דער בשורה טובה פון ה׳, \v 2 וועלכע ער האט פון פריער צוגעזאגט דורך זיינע נביאים אין די כתבי הקודש, \v 3 וועגן זיין זון, וואס איז געבוירן געווארן פון דער זרע דוד לויטן פלייש, \v 4 אנטשיידן באוויזן אלס דער זון פון דער אויבערשטער מיט מאכט, לויט דעם גייסט פון קדושה דורך דעם אויפשטיין פון די טויטע—יהושע/ישוע המשיח אונדזער האר, \v 5 דורך וועמען מיר האבן מקבל געווען חסד און די שליחות צו דער געהארכזאמקייט פון דער אמונה צווישן אלע פעלקער דורך זיין נאמען, \v 6 צווישן וועלכע אויך איר זענט בארופן פון יהושע/ישוע המשיחן; \v 7 צו אלע, וואס זענען אין רוים, געליבטע פון ה׳, בארופן (צו זיין) הייליקע: חסד צו אייך און שלום פון ה׳ אונדזער פאטער און פון דעם האר יהושע/ישוע המשיח. \p \v 8 קודם כל גיב איך אפ א שבח צו מיין ג‑ט דורך יהושע/ישוע המשיחן פאר אייך אלע, ווייל איבער אייער (דרך ה׳) אמונה ווערט גערעדט אין דער גאנצער וועלט. \v 9 ווארום ה׳, וועמען איך דין אין מיין גייסט אין דער בשורה טובה פון זיין זון, איז מיין עדות ווי איך דערמאן אייך אָן אויפהער \v 10 אין מיינע תפילות, בעטנדיק אלעמאל, אז עס זאל מיר שוין געלינגען, אם ירצה ה׳, צו אייך צו קומען. \v 11 ווארום מיין פארלאנג איז אייך צו זען, כדי אייך איבערצוגעבן עפעס א רוחניותדיקע מתנה צו אייער שטארקונג; \v 12 דאס הייסט, איך זאל מיטגעטרייסט ווערן אין אייך דורך דער געמיינזאמער (דרך ה׳) אמונה, אייערער און מיינער. \v 13 און איך וויל נישט, ברידער, איר זאלט זיין אומוויסנד, אז אפטמאל האב איך שוין געוואלט קומען צו אייך (און בין ביז איצט געשטערט געווארן), כדי איך זאל האבן פירות אויך צווישן אייך, ווי צווישן די איבריקע פעלקער. \v 14 איך בין א בעל חוב צו גריכן און צו בארבארן, צו חכמים און צו נאראנים. \v 15 אזוי זשע בין איך גרייט לויט מיינע מעגלעכקייטן אנצוזאגן די בשורה טובה אויך צו אייך אין רוים. \v 16 ווארום איך שעם זיך נישט מיט דער (דרך ה׳) בשורה טובה פון דעם משיח, ווייל זי איז ה׳ס גבורה צו ישועה פאר יעדן איינעם מאמין, דעם ייד קודם כל און אויך דעם גריך. \v 17 ווארום אין איר (דרך ה׳) איז גערעכטיקייט פון ה׳ אנטפלעקט געווארן פון גלויבן צו גלויבן,\f + \fr 1, 17 \fr*\fk פון גלויבן צו גלויבן \fk*\ft ד.ה. דורך \ft*\fqa האבן אמונה אין\fqa* בלויז, דורך אמונה אויסער די מעשים פון דער תורה, (רוימער ג, כח.)\f* ווי עס שטייט געשריבן: דער צדיק וועט דורך זיין גלויבן לעבן. (חבקוק ב, ד.) \p \v 18 ווארום ה׳ס צארן אנטפלעקט זיך פון הימל אויף יעדער רשעות און עולה פון מענטשן, וואס האלטן דעם אמת אין אומגערעכטיקייט; \v 19 ווייל דאס וויסן פון ה׳ איז באקאנט געמאכט צו זיי, ווארום ה׳ האט עס זיי מגלה געווען. \v 20 ווארום די אומזיכטבארע זאכן זיינע, זינט דער וועלטבאשאפונג, ווערן זיכטבאר דורך באשאפענע זאכן, (נעמלעך) זיין אייביקע קראפט און ג‑טהייט, כדי זיי זאלן זיין אָן א תירוץ: \v 21 צוליב דעם, וואס קענענדיק ה׳, האבן זיי אים נישט פארהערלעכט אלס ה׳ אדער (אים) געדאנקט, נאר האבן זיך צו נאר געמאכט מיט זייער דענקען און זייער זינלאז הארץ איז פארפינסטערט געווארן. \v 22 מיינענדיק, אז זיי זענען קלוגע, האבן זיי זיך באנארישט, \v 23 און פארביטן די הערלעכקייט פון דעם אומשטארבלעכן ג‑ט מיט דער ענלעכקייט פון דעם געשטאלט פון א שטערבלעכן מענטשן און פון פייגל און פון פיר פיסיקע און קריכנדיקע ברואים. \p \v 24 דערפאר האט זיי ה׳ איבערגעגעבן אין די תאוות פון זייערע הערצער, צו שמוציקייט, צו שענדן זייערע קערפערס צווישן זיך אליין; \v 25 וועלכע האבן פארביטן דעם (דרך ה׳) אמת פון ג‑ט מיט א שקר און פארערט און געדינט דאס באשאפענע אנשטאט דעם באשעפער, הקדוש ברוך הוא לעולמים. אמן. \v 26 צוליב דעם האט ה׳ זיי איבערגעגעבן צו שענדלעכע תאוות; ווארום זייערע ווייבער האבן פארביטן דעם נאטירלעכן געברויך מיט אן אומנאטירלעכן; \v 27 און אזוי אויך די מענער, פארלאזנדיק דעם נאטירלעכן געברויך פון דער פרוי, האבן זיך אין זייערע פארלאנגען דערהיצט איינער מיט דעם אנדערן, מענער מיט מענער טוענדיק געמיינהייטן, און האבן דערהאלטן אין זיך אליין דעם געהעריקן שכר פון זייער פארפירטקייט. \v 28 און אזויווי זיי האבן נישט געוואלט האבן ה׳ אין זייער וויסן, האט ה׳ זיי איבערגעגעבן צו א פארדארבענעם פארשטאנד, צו טאן דאס, וואס מען טוט נישט; \v 29 זיי זענען אנגעפילט געווארן מיט יעדער רישעות, שלעכטסקייט, זנות, גלוסטשאפיק תאוות גייציקייט, בייזוויליקייט, פול מיט קינאה, מערדעריי, קריג, אפנארעריי, כיטרעקייט, רכילות, \v 30 לשון הרע, פיינד פון ה׳, עזות פנימער, פארריסן, בארימער, אויסגעפינעריש פון שלעכטס, אומגעהארכזאמע צו עלטערן, \v 31 אומפארשטאנדיקע, בונד-ברעכער, אָן נאטירלעכע געפילן, אומרחמנותדיקע; \v 32 וועלכע, הגם וויסנדיק פון ה׳ס משפט, אז די, וואס טאן די דאזיקע זאכן, זענען חייב מיתה, האבן זיי נישט נאר די דאזיקע זאכן געטאן, נאר זענען נאך צופרידן מיט די, וואס טאן זיי. \c 2 \cl קאפיטל צוויי \p \v 1 דערפאר ביסטו, אָ מענטש, ווער דו זאלסט נישט זיין, וואס משפטסט, אָן א תירוץ; ווארום מיט וואס דו משפטסט דעם אנדערן, פארמשפטסטו דיך אליין, ווייל דו, וועלכער משפטסט, טוסט די דאזיקע זאכן; \v 2 און מיר ווייסן אז ה׳ס משפט איז לויט דעם אמת אויף די, וואס טאן די דאזיקע זאכן. \v 3 צי מיינסטו דען, אָ מענטש, וואס משפטסט די, וואס טאן די דאזיקע זאכן און טוסט זיי אליין, אז דו וועסט אויסמיידן ה׳ס משפט? \v 4 אדער ביסטו מבזה די עשירות פון זיין גוטסקייט, געדולד און צוריקגעהאלטנקייט, נישט וויסנדיק, אז די גוטסקייט פון ה׳ זאל דיך פירן צום תשובה טאן? \v 5 דו אבער, לויט דיין הארטקייט און דיין נישט תשובהדיקן הארץ, זאמלסט דיר איין צארן אינם טאג פון צארן און אנטפלעקונג פון ה׳ס גערעכטן משפט, \v 6 וואס וועט יעדן פארגעלטן לויט זיינע מעשים: (משלי כד, ב.) \v 7 צו די, וואס זוכן מיט סבלנות דורך מעשים טובים—הערלעכקייט, כבוד און אומשטערבלעכקייט, אייביק לעבן; \v 8 אבער צו די ווידערשפעניקע און וואס זענען אומגעהארכזאם צום אמת נאר זענען געהארכזאם צו רשעות—צארן און גרימצארן; \v 9 ליידן און אנגסט אויף יעדן מענטשלעכן נפש, וואס טוט שלעכטס, קודם כל דעם ייד און אויך דעם גריך. \v 10 אבער הערלעכקייט און כבוד און שלום צו יעדן, וואס טוט גוטס, קודם כל דעם ייד און אויך דעם גריך; \v 11 ווארום ה׳ איז נישט קיין נושא פנים. (דברים י, יז.) \v 12 ווארום אלע, וואס האבן געזינדיקט אָן א תורה, וועלן אויך אָן א תורה פארלוירן ווערן; און אלע, וואס האבן געזינדיקט אונטער דער תורה, וועלן געמשפט ווערן דורך דער תורה; \v 13 ווייל נישט די, וואס הערן די תורה, זענען גערעכט ביי ה׳, נאר די, וואס טאן (וואס) די תורה (זאגט), וועלן גערעכטפערטיקט ווערן; \v 14 ווארום ווען די אומות העולם, נישט האבנדיק די תורה, טאן פון זייער טבע לויט (ווי) די תורה (שרייבט פאר), זיי, הגם נישט האבנדיק קיין תורה, זענען א תורה פאר זיך אליין. \v 15 זיי ווייזן, אז דאס טאן (וואס שטייט אין) דער תורה איז געשריבן אויף זייערע הערצער, ווען זייער געוויסן זאגט עדות און זייערע געדאנקען אדער באשולדיקן זיך אדער רעכטפערטיקן זיך קעגנזייטיק; \v 16 אינם טאג ווען ה׳ וועט משפטן די פארבארגענע זאכן פון מענטשן, לויט מיין בשורה טובה דורך דעם משיח יהושע/ישוע. \p \v 17 אבער אויב דו רופסט דיך ייד און שטיצטסט דיך אויף דער תורה און בארימסט דיך מיט ה׳, \v 18 און קענסט זיין רצון און, ווייסט אונטערצושיידן צווישן גוטס און שלעכטס, זייענדיק געלערנט אין דער תורה, \v 19 און ביסט איבערצייגט, אז דו אליין ביסט א פירער פון בלינדע—א ליכט פאר די, וואס זענען אין דער פינסטער, \v 20 א דערציער פאר די אומזיניקע, א דרדקי-מלמד, האבנדיק די פארם פון וויסן און פון אמת אין דער תורה; \v 21 דעריבער דו, וואס לערנסט אן אנדערן, פארוואס לערנסטו נישט דיך אליין? דו דרשנסט, מען זאל נישט גנבענען, און אליין גנבעסטו! \v 22 דו, וואס זאגסט, מען זאל נישט מזנה זיין, ביסטו מזנה! דו פאראומווירדיקסט די געצן, בארויבסטו דעם געצן טעמפל? \v 23 דו, וואס בארימסט דיך מיט דער תורה, שענדסט דו ה׳ דורך עובר זיין די תורה! \v 24 ווארום ה׳ס נאמען ווערט דורך אייך געלעסטערט צווישן די פעלקער, אזוי ווי עס שטייט געשריבן. (ישעיהו נב, ה.) \p \v 25 ווארום דאס געמלט זיין האט טאקע א ווערט, אויב דו טוסט וואס די תורה זאגט; אבער אויב דו ביסט עובר די תורה איז דיין מילה געווארן אן ערלה. \v 26 דעריבער, ווען דער נישט געמלטער וועט אפהיטן די משפטים פון דער תורה, צי וועט אים דען נישט זיין ערלה פאררעכנט ווערן צו מילה? \v 27 און וועט דער מן-הטבע נישט געמלטער, וואס איז מקיים די תורה, דיך נישט משפטן, וואס האסט דאס אות און די מילה און ביסט עובר די תורה? \v 28 ווייל נישט דער איז א ייד, וואס איז (א ייד) אויסערלעך, מילה איז אויך נישט דאס, וואס איז בלויז אויסערלעך אינם גוף; \v 29 נאר א ייד איז דער, וואס איז אינערלעך אזעלכער, און מילה איז אינם הארצן לויטן גייסט, נישט לויט דעם אות, וועמעס לויב איז נישט פון מענטשן, נאר פון ה׳. \c 3 \cl קאפיטל דריי \p \v 1 דעריבער, וואס פאר א מעלה האט דער ייד, אדער וואס איז דער נוצן פון דער מילה? \v 2 א סך אויף יעדן פאל—קודם כל טאקע ווייל צו זיי (די יידן) איז אנפארטרויט געווארן דאס וואס ה׳ האט גערעדט. \v 3 און אויב א טייל האבן נישט געגלויבט, וואס מאכט עס דען אויס? צי מאכט דען זייער אומגלויבן צונישט די געטריישאפט פון ה׳? \v 4 חס ושלום! זאל זיך ה׳ ארויסווייזן אלס ווארהאפטיק און יעדער מענטש א ליגנער, ווי עס שטייט געשריבן: כדי דו זאלסט זיין גערעכט אין דיינע רייד און זיגן ווען דו ווערסט געמשפט. (תהלים נא, ה.) \v 5 אויב אבער אונדזער רשעות ווייזט אויף די צדקות פון ה׳, וואס וועלן מיר זאגן? אז ה׳ איז אומגערעכט, ברענגענדיק צארן? איך רעד ווי א מענטש. \v 6 חס ושלום! ווייל אויב אזוי, ווי וואלט ה׳ געקענט משפטן די וועלט? \v 7 אויב אבער דורך מיין שקר האט זיך דער אמת פון ה׳ געשטארקט צו זיין כבוד, פארוואס זאל איך נאך געמשפט ווערן ווי א חוטא? \v 8 און פארוואס זאלן מיר נישט טאקע—ווי די, וואס באליידיקן אונדז באהויפטן, אז מיר זאגן—טאן דאס שלעכטע, כדי דאס גוטע זאל קומען? זייער משפט איז גערעכט. \p \v 9 דעריבער וואס? צי האבן מיר דען עפעס א מעלה? בשום אופן נישט! ווארום מיר האבן שוין פריער באוויזן, אז סאי דער ייד און סאי דער גריך זענען אלע אונטער דער זינד; \v 10 אזוי ווי עס שטייט געשריבן: עס איז נישט פאראן קיין צדיק, קיין איינער נישט; \v 11 עס איז נישט פאראן קיין פארשטענדיקער, עס איז נישט פאראן קיין איינער, וואס זוכט ה׳; \v 12 אלע האבן אפגענייגט, זיי זענען צוזאמען נוצלאז געווארן; עס איז נישט פאראן קיינער, וואס טוט גוטס, ניין, נישט איינער. (תהלים יד, ב-ד.) \v 13 זייער קעל איז אן אפן קבר, מיט זייערע צונגען האבן זיי פאררעטעריש געהאנדלט, שלאנגענגיפט איז אונטער זייערע ליפן (תהלים ה, ח; קמ, ד.); \v 14 וועמעס מויל איז פול מיט פלוך און ביטערקייט (תהלים י, ז.); \v 15 זייערע פיס איילן צו פארגיסן בלוט; \v 16 צעשטערונג און ליידן זענען אויף זייערע וועגן; \v 17 און דעם וועג פון שלום האבן זיי נישט דערקענט (ישעיהו נט, ז-ח.); \v 18 די מורא פאר ה׳ איז נישט פאר זייערע אויגן. (תהלים לו, ב.) \p \v 19 מיר אבער ווייסן, אז וואס די תורה זאגט, איז עס גערעדט געווארן צו די, וועלכע זענען אונטער דער תורה, כדי איטלעכס מויל זאל פארשטאפט ווערן און די גאנצע וועלט זאל זיין שולדיק פאר ה׳; \v 20 צוליב דעם, וואס דורך די מעשים פון (מחמיר חומרא) געזעץ וועט קיין בשר (ודם) נישט גערעכטפערטיקט ווערן פאר אים; ווארום דורך דער תורה קומט די פולע דערקענטעניש פון זינד. \v 21 איצט אבער האט זיך, אויסער דער תורה, באוויזן די גערעכטיקייט פון ה׳, וועגן וועלכער סאי די תורה סאי די נביאים האבן עדות געזאגט: \v 22 די גערעכטיקייט פון ה׳, דורך אמונה אין יהושען/ישוען דעם משיח, פאר אלע, וואס גלויבן, ווייל עס איז נישטא קיין חילוק; \v 23 ווארום אלע האבן געזינדיקט און געפעלט אין דער הערלעכקייט פון ה׳; \v 24 און ווערן גערעכטפערטיקט פריי דורך זיין חסד דורך דער אויסלייזונג פונם משיח יהושע/ישוע; \v 25 וועמען ה׳ האט ארויסגעשטעלט אלס א כפורת אין זיין בלוט צו זיין באקומען דורך אמונה. דאס איז געווען כדי צו ווייזן ה׳ס גערעכטיקייט ווייל אין זיין צוריקגעהאלטנקייט ער האט פסח פריער באגאנגענע זינד \v 26 כדי צו ווייזן זיין גערעכטיקייט אין דער איצטיקער צייט און אז ער אליין איז גערעכט און דער גערעכטפערטיקער פון דעם, וואס גלויבט אין יהושען/ישוען. \p \v 27 וואו זשע איז די בארימעריי? זי איז אויסגעשלאסן. דורך וואס פאר א תורה? צי פון מעשים? ניין, נאר דורך דער תורה פון אמונה. \v 28 ווארום מיר דרינגען ארויס, אז א מענטש ווערט גערעכטפערטיקט דורך אמונה אָן די מעשים פון דער תורה. \v 29 צי איז דען ג‑ט בלויז דער ג‑ט פון די יידן? צי איז ער דען נישט אויך (דער ג‑ט) פון די אומות העולם? געוויס, אויך פון די אומות העולם; \v 30 ווייל ה׳ איז איינער, וואס וועט גערעכטפערטיקן דעם געמלטן פון אמונה און דעם נישט געמלטן דורך אמונה. \v 31 צי מאכן מיר דען די תורה בטל דורך אמונה? חס ושלום! נאר מיר באשטעטיקן די תורה. \c 4 \cl קאפיטל פיר \p \v 1 וואס זשע זאלן מיר זאגן וועגן אברהם אבינו? וואס האט ער דען דערגרייכט לויטן פלייש? \v 2 ווארום אויב אברהם איז גערעכטפערטיקט געווארן דורך מעשים (טובים), האט ער עפעס, מיט וואס זיך צו בארימען, אבער נישט פאר ה׳. \v 3 ווייל וואס זאגן די כתבי (הקודש)? אברהם האט געגלויבט ה׳ און דאס איז אים פאררעכנט געווארן צו גערעכטיקייט. (בראשית טו, ו.) \v 4 דעם ארבעטער אבער ווערט דער לוין נישט פאררעכנט אלס חסד נאר אלס א חוב. \v 5 אבער דעם, וואס ארבעט נישט, נאר גלויבט אין אים, וואס מאכט גערעכט דעם רשע, ווערט זיין אמונה אים פאררעכנט צו גערעכטיקייט. \p \v 6 דוד רעדט אויך אזוי איבער דער גליקלעכקייט פון דעם מענטשן, וועמען ה׳ פאררעכנט גערעכטיקייט אָן (פארלאזן זיך אויף) מעשים (טובים): \v 7 וואויל איז די, וועמעס אומגערעכטיקייטן זענען פארגעבן געווארן און וועמעס זינד זענען פארדעקט געווארן; \v 8 וואויל איז דעם מענטש, וועמען דער האר ג‑ט רעכנט נישט צו קיין זינד. (תהלים לב, ב, ג.) \p \v 9 צי איז דען די דאזיקע גליקלעכקייט פאר דעם געמלטן אליין אדער אויך פאר דעם נישט געמלטן? ווארום מיר זאגן דאך, אז אברהמען איז דער גלויבן פאררעכנט געווארן אלס גערעכטיקייט. \v 10 וויאזוי זשע איז עס אים פאררעכנט געווארן? זייענדיק געמלט, אדער איידער ער האט זיך מל געווען? ניין, נישט ווען ער איז שוין געווען געמלט, נאר ווען ער איז נאך געווען אין ערלה; \v 11 און דעם צייכן פון מילה האט ער באקומען ווי א חתימה פון דער גערעכטיקייט פון אמונה, וואס ער האט געהאט איידער נאך ער האט זיך מל געווען; כדי ער זאל זיין דער פאטער פון אלע נישט געמלטע מאמינים, אז עס זאל אויך זיי פאררעכנט ווערן צו גערעכטיקייט; \v 12 און דער פאטער פון די געמלטע, צו זיי, וואס נישט נאר זענען זיי געמלט, נאר גייען אין די פוסטריט פון דער אמונה, וועלכע אברהם אבינו האט געהאט נאך איידער ער האט זיך מל געווען. \p \v 13 ווארום די הבטחה, אז אברהם אדער זיין זאמען וועט ירשענען די וועלט, איז נישט געווען דורך דער געזעץ, נאר דורך דער צדקות פון אמונה. \v 14 ווארום אויב נאר די געזעץ לייט זענען יורשים, דאן האט די אמונה פארלוירן די ווערט און די הבטחה איז בטל; \v 15 ווייל די געזעץ ווירקט צארן (שטראף); און וואו עס איז נישטא קיין געזעץ, דארט איז אויך נישט פאראן קיין עבירה. \v 16 צוליב דעם דורך אמונה, כדי עס זאל זיין לויט חסד, אז די הבטחה זאל זיין פארזיכערט צו דעם גאנצן זאמען; נישט נאר צו די פון דער געזעץ אליין, נאר אויך צו די פון דעם גלויבן פון אברהם, וועלכער איז אונדזער אלעמענס פאטער— \v 17 ווי עס שטייט געשריבן: איך האב דיך באשטימט פאר א פאטער פון פיל פעלקער (בראשית יז, ה.) —פאר ה׳, וועמען ער האט געגלויבט, אז ער מאכט לעבעדיק די טויטע און רופט דאס נישט עקזיסטירנדיקע פונקט ווי עס וואלט שוין עקזיסטירט. \v 18 וואס, ווען עס איז נישט געווען קיין גרונט פאר האפענונג, האט דאך געגלויבט אין דער האפענונג, אז ער וועט ווערן א פאטער פון פיל פעלקער, ווי עס איז אים צוגעזאגט געווארן: אזוי וועט זיין דיין זאמען. (בראשית טו, ה.) \v 19 און איז נישט שוואך געווארן אין גלויבן, ווען ער האט נאכגעדענקט איבער זיין אייגענעם שוין כמעט טויטן גוף—ער איז דעמאלט אלט געווען באלד הונדערט יאר—און שרהס אפגעשטארבענער מוטערטראכט; \v 20 און האט נישט געצווייפלט דורך אומגלויבן אין ה׳ס הבטחה, נאר זיך געשטארקט אין אמונה, אפגעבנדיק כבוד צו ה׳, \v 21 און זייענדיק פולשטענדיק איבערצייגט, אז ער איז אימשטאנד צו טאן וואס ער האט צוגעזאגט. \v 22 דערפאר איז עס אים פאררעכנט געווארן צו גערעכטיקייט. \p \v 23 נישט נאר פאר אים אליין איז עס געשריבן געווארן; עס איז אים פאררעכנט געווארן, \v 24 נאר אויך פאר אונדזערטוועגן, וועמען עס וועט פאררעכנט ווערן, וואס גלויבן אין אים, וועלכער האט אויפגעוועקט פון די טויטע יהושען/ישוען אונדזער האר, \v 25 וועלכער איז איבערגעגעבן געווארן (צום טויט) צוליב אונדזערע עבירות און אויפגעוועקט געווארן פאר אונדזער גערעכטפערטיקונג. \c 5 \cl קאפיטל פינף \p \v 1 זייענדיק דעריבער גערעכטפערטיקט דורך אמונה, האבן מיר שלום מיט ה׳ דורך אונדזער האר יהושע/ישוע המשיח, \v 2 דורך וועמען מיר האבן אויך באקומען דעם צוגאנג דורך אמונה צום דאזיקן חסד, אין וועלכן מיר שטייען; און לאמיר זיך משמח זיין אין דער האפענונג פון דעם כבוד פון ה׳. \v 3 און נישט נאר דאס, נאר לאמיר זיך אויך פרייען אין די צרות, וויסנדיק אז צרות פירן צו סבלנות; \v 4 און סבלנות צו דערפארונג, און די דערפארונג צו האפענונג; \v 5 די האפענונג אבער אנטוישט נישט, ווייל ה׳ס ליבע איז אויסגעגאסן אין אונדזערע הערצער דורך דעם רוח הקודש, וועלכער איז אונדז געגעבן געווארן. \p \v 6 ווייל ווען מיר זענען נאך געווען שוואך, איז דער משיח, אין דער געהעריקער צייט, געשטארבן פאר די רשעים. \v 7 ווארום זעלטן וועט זיך עמיצער אונטערנעמען צו שטארבן פאר א צדיק; דאך פאר א גוטן מענטשן וועט אפשר ווער האבן דעם מוט צו שטארבן. \v 8 אבער ה׳ באווייזט זיין ליבע צו אונדז, אז משיח איז פאר אונדז געשטארבן, ווען מיר זענען נאך געווען חוטאים. \v 9 אויף וויפל זשע מער, זייענדיק איצט גערעכטפערטיקט דורך זיין בלוט (כפרה), וועלן מיר געראטעוועט ווערן דורך אים פונם צארן. \v 10 ווארום אויב מיר, זייענדיק שונאים, זענען שלום-מאכן געווארן מיט ה׳ דורכן טויט פון זיין זון, אויף וויפל מער, זייענדיק שוין שלום-מאכן, וועלן מיר געראטעוועט ווערן דורך זיין לעבן; \v 11 נישט נאר דאס, נאר מיר זענען זיך משמח אין ה׳ דורך אונדזער האר יהושע/ישוע המשיח, דורך וועמען מיר האבן איצט באקומען די שלום-מאכן. \p \v 12 דערפאר, אזויווי דורך איין מענטשן איז די זינד געקומען אין דער וועלט אריין, און דורך דער (איינגעבוירן חטא קדמון) זינד דער טויט, און אזוי איז דער טויט דורכגעדרונגען צו אלע מענטשן, ווייל אלע האבן געזינדיקט; \v 13 ווארום ביז דער תורה איז די זינד שוין געווען אין דער וועלט, אבער עבירה ווערט נישט פאררעכנט, ווען עס איז נישטא קיין געזעץ. \v 14 דאך האט דער טויט געקעניגט פון אדמען ביז משהן אויך אויף די, וואס האבן נישט געזינדיקט ענלעך צו דער עבירה פון אדם, וועלכער איז א פארבילד פון אים, וואס האט געזאלט קומען. \v 15 אבער נישט ווי די עבירה, אזוי איז די מתנה. ווארום, אויב דורך דער עבירה פון דעם איינעם זענען די פילע געשטארבן, וויפל מער זענען ה׳ס חסד און די מתנה דורך דעם איינעם מענטשן, יהושע/ישוע המשיח, איבערגעפלאסן צו די פילע! \v 16 און נישט אזוי ווי דורך דעם איינעם, וואס האט געזינדיקט, איז די מתנה; ווארום דאס משפט איז געקומען דורך איינעם צו פאראורטיילונג, אבער די מתנה איז צו גערעכטפערטיקונג פון א סך זינד. \v 17 ווייל אויב דורך דער עבירה פון דעם איינעם, האט דער טויט געהערשט דורך דעם דאזיקן איינעם, וויפל מער וועלן די, וואס זענען מקבל די שפע פון חסד און דער מתנה פון גערעכטיקייט, הערשן אין לעבן דורך דעם איינעם—יהושע/ישוע המשיח. \p \v 18 דעריבער, אזויווי דורך איין עבירה איז געקומען די פאראורטיילונג אויף אלע מענטשן, אזוי אויך דורך איין טאט פון צדקות, איז געקומען די גערעכטפערטיקונג פון לעבן צו אלע מענטשן. \v 19 ווארום אזויווי דורך דער ווידערשפעניקייט פון דעם איינעם מענטשן זענען א סך געמאכט געווארן פאר חוטאים, אזוי אויך דורך דער געהארכזאמקייט פון דעם איינעם (יהושע/ישוע) וועלן א סך געמאכט ווערן פאר צדיקים. \v 20 די תורה אבער איז אריינגעקומען, כדי די עבירות זאלן זיך פארמערן; און וואו די זינד האט זיך פארמערט, איז דער חסד נאך מער איבערגעפלאסן, \v 21 כדי, ווי די זינד האט געהערשט אינם טויט, אזוי זאל דער חסד הערשן דורך צדקות צום אייביקן לעבן דורך יהושען/ישוען דעם משיח אונדזער האר. \c 6 \cl קאפיטל זעקס \p \v 1 וואס זשע זאלן מיר זאגן? זאלן מיר בלייבן אין דער זינד, כדי דער חסד זאל זיך פארמערן? \v 2 חס ושלום! וויאזוי וועלן מיר, וואס זענען געשטארבן צו דער זינד, נאך לעבן אין איר? \v 3 אדער ווייסט איר נישט, אז מיר אלע, וואס זענען געטובלט געווארן אין דער מקווה צום משיח יהושע/ישוע, זענען געטובלט געווארן אין דער מקווה צו זיין טויט? \v 4 מיר זענען דעריבער נקבר געווארן מיט אים דורך דער מקווה צום טויט, כדי, ווי משיח איז אויפגעוועקט געווארן פון די טויטע דורך דעם כבוד פונם פאטער, אזוי זאלן אויך מיר גיין באנייטע אין לעבן. \v 5 ווארום אויב מיר זענען צוזאמען געפלאנצט געווארן אין דער ענלעכקייט פון זיין טויט, וועלן מיר אויך זיין אין דער ענלעכקייט פון זיין תחית המתים, \v 6 וויסנדיק דאס דאזיקע, אז אונדזער אלטער מענטש איז צוזאמען מיט אים אויפגעהאנגען אויף דער בוים געווארן, כדי דער גוף פון זינד זאל פארניכטעט ווערן און מיר זאלן מער נישט זיין פארשקלאפט צו דער זינד; \v 7 ווארום דער ניפטר איז גערעכטפערטיקט פון דער זינד. \p \v 8 אבער אויב מיר זענען געשטארבן מיט משיחן, גלויבן מיר, אז מיר וועלן אויך לעבן מיט אים; \v 9 וויסנדיק, אז משיח, זייענדיק אויפגעשטאנען פון די טויטע, שטארבט מער נישט; דער טויט האט נישט מער קיין שליטה איבער אים. \v 10 ווארום שטארבנדיק, איז ער געשטארבן צו דער זינד איינמאל פאר אלעמאל, אבער לעבנדיק, לעבט ער צו ה׳. \v 11 אזוי זאלט איר זיך אויך באטראכטן ווי טויט צו דער זינד, אבער לעבעדיק צו ה׳ אינם משיח יהושע/ישוע אונדזער האר. \p \v 12 זאל זשע די זינד נישט קעניגן אין אייער שטערבלעכן קערפער צו געהארכן זיינע תאוות; \v 13 אויך זאלט איר נישט איבערגעבן אייערע אברים ווי כלי זין פון רשעות צו זינד, נאר גיט אייך איבער צו ה׳, ווי לעבעדיק פון די טויטע און אייערע אברים ווי כלי זין פון צדקות צו ה׳. \v 14 ווייל די זינד וועט נישט קעניגן איבער אייך, ווארום איר זענט נישט אונטער דער (מחמיר חומרא) געזעץ, נאר אונטער דעם חסד. \p \v 15 דעריבער וואס? זאלן מיר זינדיקן, ווייל מיר זענען נישט אונטער דער (מחמיר חומרא) געזעץ נאר אונטער דעם חסד? חס ושלום! \v 16 צי ווייסט איר דען נישט, אז וועמען איר גיט זיך איבער ווי קנעכט צו געהארכן, זענט איר קנעכט (פון דעם), וועמען איר געהארכט: אדער פון זינד צום טויט, אדער פון געהארכזאמקייט צו צדקות? \v 17 אבער געלויבט זיי ה׳, אז איר וואס זענט געווען קנעכט פון דער זינד, זענט געווארן געהארכזאם פונם הארצן צו דעם פארבילד פון דער לערנונג, וואס איז אייך איבערגעגעבן געווארן; \v 18 און זייענדיק באפרייט פון דער זינד, זענט איר משועבד געווארן צו צדקות. \v 19 איך רעד מענטשלעך צוליב דער שוואכקייט פון אייער פלייש; ווארום ווי איר האט איבערגעגעבן אייערע אברים ווי קנעכט צו טומאה און הפקר ביז הפקר, אזוי אויך איצט זאלט איר איבערגעבן אייערע אברים ווי קנעכט צו צדקות ביז קדושה. \v 20 ווארום ווען איר זענט געווען קנעכט פון זינד זענט איר געווען פריי פון צדקות. \p \v 21 וואס פאר א פרוכט האט איר דען דעמאלט געהאט? זאכן, מיט וועלכע איר שעמט זיך איצט; ווייל דער סוף זייערער איז דער טויט. \v 22 אבער איצט, זייענדיק באפרייט פון דער זינד און זענט געווארן קנעכט צו ה׳, האט איר אייער פרוכט צו קדושה און צום סוף דאס אייביקע לעבן. \v 23 ווארום דער שכר פון זינד איז דער טויט, אבער דאס אייביקע לעבן איז ה׳ס מתנה אינם משיח יהושע/ישוע אונדזער האר. \c 7 \cl קאפיטל זיבן \p \v 1 אדער צי ווייסט איר נישט, ברידער—ווארום איך רעד צו די, וואס קענען די תורה—אז די תורה הערשט איבער דעם מענטשן כל זמן ער לעבט? \v 2 ווארום די פארהייראטע פרוי איז מן התורה געבונדן צום מאן ביים לעבן; ווען אבער דער מאן שטארבט, איז זי פטור פונם געזעץ פון מאן. \v 3 דעריבער, ווען ביים מאנס לעבן זי וועט זיך איבערגעבן צו אן אנדערן מאן, וועט זי גערופן ווערן נואפת; אבער אויב דער מאן שטארבט, איז זי פריי פון דעם געזעץ, און נישט קיין נואפת, ווען זי ווערט (דאס ווייב) פון אן אנדערן מאן. \v 4 אזוי אויך, ברידער מיינע, זענט איר טויט געמאכט געווארן צו דער געזעץ דורך דעם גוף פונם משיח, אז איר זאלט געהערן צו אן אנדערן, צו דעם אויפגעשטאנענעם פון די טויטע, כדי מיר זאלן ברענגען פירות צו ה׳. \v 5 ווארום ווען מיר זענען געווען אינם פלייש, האבן די זינדיקע תאוות, וואס זענען דורך דער געזעץ, געווירקט אין אונדזערע אברים צו ברענגען פירות צו דעם טויט. \v 6 איצט אבער זענען מיר פטור פון דער געזעץ, זייענדיק געשטארבן וואס שייך דעם, צו וועלכן מיר זענען געווען געבונדן, כדי מיר זאלן דינען אין דער באנייאונג פונם גייסט, און נישט לויט דער אלטקייט פונם אות. \p \v 7 וואס וועלן מיר דעריבער זאגן? אז די געזעץ איז זינד? חס ושלום! נאר ווען נישט דורך דער געזעץ, וואלט איך נישט געוואוסט פון דער זינד; ווייל, וואלט די געזעץ נישט געזאגט: דו זאלסט נישט גלוסטן (שמות כ, יז.), וואלט איך פון גלוסטיקייט תאווה נישט געוואוסט; \v 8 און די זינד, געפינענדיק א סיבה דורך דעם געבאט, האט אויפגעוועקט אין מיר יעדע תאווה; ווארום אָן א געזעץ איז די זינד טויט. \v 9 און אמאל האב איך געלעבט אָן א געזעץ; איז געקומען דאס געבאט, האט די זינד אויפגעלעבט, און איך בין געשטארבן; \v 10 און עס האט זיך ארויסגעוויזן, אז דאס געבאט, וואס האט געזאלט זיין צום לעבן (ויקרא יח, ה.), איז מיר געווארן צום טויט; \v 11 ווארום די זינד, געפינענדיק א סיבה אינם געבאט, האט מיך פארפירט און דאדורך מיך געטייט. \v 12 אזוי ארום איז די תורה הייליק, און דאס געבאט איז הייליק און גערעכט און גוט. \p \v 13 צי איז דען דאס גוטע געווארן פאר מיר דער טויט? חס ושלום! נאר די זינד, כדי זי זאל דערשיינען אלס זינד, ווירקנדיק פאר מיר דעם טויט דורך דעם גוטן—כדי דורך דעם געבאט זאל זיך ארויסווייזן ווי זייער זינדיק זינד איז. \v 14 ווארום מיר ווייסן, אז די תורה איז רוחניותדיק; אבער איך בין גשמיותדיק און פארקויפט אונטער דער זינד. \v 15 ווארום איך ווייס נישט וואס, איך טו; ווייל איך טו נישט דאס, וואס איך וויל, נאר וואס איך האס, דאס טו איך. \v 16 און אויב איך טו דאס, וואס איך וויל נישט, בין איך מודה, אז די תורה איז גוט. \v 17 און איצט בין איך עס מער נישט, וואס טוט דאס, נאר די זינד, וואס וואוינט אין מיר. \v 18 ווארום איך ווייס, אז אין מיר, דאס הייסט אין מיין פלייש, וואוינט נישט קיין שום גוטס; ווייל ביי מיר איז פאראן דער רצון, אבער דאס ווירקן דאס גוטע—נישט. \v 19 ווארום דאס גוטע, וואס איך וויל, טו איך נישט; נאר דאס שלעכטע, וואס איך וויל נישט, דאס טו איך יא. \v 20 אבער אויב איך טו דאס, וואס איך וויל נישט, ווירק איך עס נישט מער, נאר די זינד, וואס וואוינט אין מיר. \p \v 21 אזוי ארום געפין איך דאס געזעץ, ווען איך וויל טאן דאס גוטע, אז דאס שלעכטע איז ביי מיר. \v 22 ווארום לויט מיין אינערלעכן מענטשן פריי איך מיך מיט דער תורה פון ה׳; \v 23 איך זע אבער אין מיינע אברים אן אנדער געזעץ, וואס האלט מלחמה מיט דעם געזעץ פון מיין פארשטאנד, וואס נעמט מיך געפאנגען צום געזעץ פון זינד, וואס איז אין מיינע אברים. \v 24 אָ, איך עלנטער מענטש! ווער וועט מיך באפרייען פונם גוף פון דעם דאזיקן טויט? \v 25 געלויבט זיי ה׳, דורך יהושען/ישוען דעם משיח אונדזער האר. אזוי ארום דין איך אליין מיטן פארשטאנד די תורה פון ה׳, אבער מיטן גוף דעם געזעץ פון זינד. \c 8 \cl קאפיטל אכט \p \v 1 אזוי ארום איז נישטא מער קיין שום פאראורטיילונג פאר די, וואס זענען אינם משיח יהושע/ישוע. \v 2 ווייל די תורה פונם גייסט פון לעבן אין משיח יהושע/ישוע האט דיך באפרייט פונם געזעץ פון זינד און טויט. \v 3 ווארום וואס די תורה האט נישט געקענט טאן, ווייל זי איז אפגעשוואכט געווארן דורכן פלייש, האט ה׳ שיקנדיק זיין אייגענעם זון אין דעם געשטאלט פון זינדיק פלייש און וועגן דער זינד, פאראורטיילט די זינד אינם פלייש; \v 4 כדי די צדקות פון דער תורה זאל דערפילט ווערן אין אונדז, וואס לעבן נישט לויטן פלייש נאר לויטן גייסט. \p \v 5 ווארום די, וואס זענען לויטן פלייש, דענקען פון פליישלעכע זאכן, אבער די, וואס זענען לויטן גייסט, גייסטלעכע זאכן. \v 6 ווארום דאס טראכטן פון דעם פלייש איז דער טויט, אבער דאס טראכטן פונם גייסט איז לעבן און שלום; \v 7 ווייל דאס טראכטן פונם פלייש איז שנאה צו ה׳, מחמת עס אונטערטעניקט זיך נישט צו ה׳ס תורה און עס קען אויך טאקע נישט; \v 8 און די, וואס זענען אינם פלייש, קענען נישט געפעלן ה׳. \v 9 אבער איר זענט נישט אינם פלייש נאר אינם גייסט, אויב ה׳ס גייסט וואוינט באמת אין אייך. און אויב עמיצער האט נישט משיחס גייסט, געהערט דער דאזיקער נישט צו אים. \v 10 אויב אבער משיח איז יא אין אייך, איז דער גוף טויט דורך זינד, אבער דער גייסט איז לעבן דורך צדקות. \v 11 און אויב דער גייסט פון אים, וואס האט אויפגעוועקט יהושען/ישוען פון די טויטע, וואוינט אין אייך, וועט ער, וואס האט אויפגעוועקט משיח יהושען/ישוען, אויך לעבעדיק מאכן אייערע שטערבלעכע גופים דורך זיין גייסט, וואס וואוינט אין אייך. \p \v 12 צוליב דעם, ברידער, זענען מיר בעלי חוב, נישט צום פלייש, צו לעבן לויטן פלייש; \v 13 ווארום אויב איר לעבט לויטן פלייש, מוזט איר שטארבן; אויב אבער איר וועט דורכן גייסט אפטייטן די מעשים פונם גוף, וועט איר לעבן. \v 14 ווארום אלע, וואס ווערן געפירט פון ה׳ס גייסט, זענען ה׳ס קינדער. \v 15 ווייל איר האט נישט באקומען דעם גייסט פון קנעכטשאפט ווידער מורא צו האבן, נאר איר האט באקומען דעם גייסט פון אדאפטירונג, דורך וועלכן מיר רופן: אבא, טאטע פאטער. \v 16 אָט דער זעלביקער גייסט זאגט עדות צוזאמען מיט אונדזער גייסט, אז מיר זענען ה׳ס קינדער. \v 17 און אויב קינדער, זענען מיר אויך יורשים, יורשים פון ה׳, מיטיורשים פונם משיח; אויב מיר ליידן ווירקלעך מיט אים, כדי מיר זאלן אויך צוזאמען פארהערלעכט ווערן. \p \v 18 ווארום איך האלט, אז די עינויים פון דער איצטיקער צייט זענען נישט ווערט פארגלייכט צו ווערן מיט דעם כבוד, וואס וועט אנטפלעקט ווערן צו אונדז. \v 19 ווארום די ערנסטע בענקשאפט פון דער באשאפונג ווארט אויפן אנטפלעקט ווערן פון ה׳ס קינדער. \v 20 ווארום די באשאפונג איז אונטערטעניק געווארן צו הבל הבלים, נישט פרייוויליק, נאר דורך אים, וואס האט זי אונטערטעניק געמאכט, מיט א האפענונג. \v 21 אז אויך די באשאפונג אליין וועט באפרייט ווערן פון דער פארקנעכטונג פון פארדארבונג, צו דער פרייהייט פון דעם כבוד פון ה׳ס קינדער. \v 22 ווארום מיר ווייסן, אז די גאנצע באשאפונג זיפצט און האט געבורטסווייען ביז איצט. \v 23 און נישט נאר דאס, נאר מיר אליין, וואס האבן די ביכורים פונם גייסט, זיפצן אין זיך, ווארטנדיק אויף דער אדאפטירונג, (נעמלעך), די אויסלייזונג פון אונדזער גוף. \v 24 ווארום מיר זענען געראטעוועט געווארן אין דער האפענונג; א האפענונג אבער, וואס מען זעט, איז נישט קיין האפענונג; ווייל ווער האפט עס אויף דעם, וואס ער זעט? \v 25 אבער אויב מיר האפן אויף דעם, וואס מיר זען נישט, ווארטן מיר דערויף מיט סבלנות. \p \v 26 און אויף אזא אופן קומט אונדז אויך דער גייסט צו הילף אין אונדזער שוואכקייט; ווייל מיר ווייסן נישט וויאזוי תפילה צו טאן ווי עס געהער צו זיין, נאר דער גייסט אליין, איז א מליץ יושר פאר אונדז מיט אומאויסדריקבארע זיפצן; \v 27 און דער, וואס פארשט די הערצער, ווייסט דאס טראכטן פונם גייסט, ווייל ער איז זיך משתדל פאר די קדושים לויט ה׳ס רצון. \v 28 און מיר ווייסן, אז פאר אלע, וואס האבן ליב ה׳, ווירקט אלץ צוזאמען צום גוטן, צו די, וואס זענען גערופן לויט זיין ציל. \v 29 ווייל וועמען ער האט פון פריער געקענט (פעטרוס א א, ב.), זיי האט ער פון פריער באשטימט צו זיין ענלעך צום געשטאלט פון זיין זון, אז ער זאל זיין דער בכור צווישן א סך ברידער; \v 30 און וועמען ער האט פארויסבאשטימט, זיי האט ער אויך גערופן; און וועמען ער האט גערופן, זיי האט ער אויך גערעכטפערטיקט; און וועמען ער האט גערעכטפערטיקט, די דאזיקע האט ער אויך פארהערלעכט. \p \v 31 וואס זאלן מיר דעריבער זאגן צו דעם אלעם? אויב ה׳ איז מיט אונדז, ווער קען זיין קעגן אונדז? \v 32 ער (ה׳), וואס האט נישט געשפארט זיין אייגענעם זון, נאר אים געגעבן פאר אונדז אלעמען, וויאזוי זשע וועט ער נישט מיט אים אונדז אלץ געבן פריי? \v 33 ווער וועט פארקלאגן ה׳ס אויסדערוויילטע? ה׳ איז דער גערעכטפערטיקער; \v 34 ווער וועט פאראורטיילן? משיח יהושע/ישוע איז עס וועלכער איז געשטארבן, און נאכמער, ער איז אויפגעשטאנען, וועלכער איז אויף ה׳ס רעכטער זייט, און איז זיך אויך משתדל פאר אונדז. \v 35 ווער וועט אונדז אפשיידן פון דעם משיחס ליבע? צרות, אדער אנגסט, אדער פארפאלגונג, אדער הונגער, אדער נאקעטקייט, אדער סכנה, אדער א שווערד? \v 36 ווי עס שטייט געשריבן: פאר דיינעטוועגן ווערן מיר געטייט דעם גאנצן טאג לאנג, מיר זענען גערעכנט ווי שאף צו דער שחיטה. (תהלים מד, כג.) \v 37 אבער אין דעם אלעם זענען מיר נאך מער ווי גובר דורך אים, וואס האט אונדז ליב געהאט. \v 38 ווארום איך בין בטוח, אז נישט דער טויט, נישט דאס לעבן, נישט מלאכים, נישט מושלים, נישט די קעגנווארט, נישט די צוקונפט, נישט ממשלות, \v 39 נישט הויכקייט, נישט טיפעניש, נישט קיין שום אנדער באשעפעניש וועט זיין אימשטאנד אונדז צו שיידן פון ה׳ס ליבע אינם משיח יהושע/ישוע אונדזער האר. \c 9 \cl קאפיטל ניין \p \v 1 איך זאג דעם אמת אינם משיח, איך זאג נישט קיין שקר, מיין געוויסן זאגט מיר עדות דורך דעם רוח הקודש, \v 2 אז מיין טרויער איז גרויס און דער יסורים אין מיין הארצן אָן אן אויפהער. \v 3 איך וואלט געוואלט זיין אין חרם פונם משיח פאר מיינע ברידער, מיינע קרובים לויטן פלייש; \v 4 וועלכע זענען בני ישראל, וועמען עס געהערן דאס אדאפטירונג, און דער כבוד און די בונדן און מתן תורה און די עבודה און די הבטחות; \v 5 צו זיי געהערן די אבות, און פון זיי איז לויטן פלייש דער משיח, ווער איז ג‑ט איבער אלע, מיט לויב אויף אייביק. אמן. \p \v 6 אבער דאס באטייט נישט, אז ה׳ס ווארט איז צונישט געווארן. ווארום נישט אלע זענען ישראל, וואס זענען פון ישראל; \v 7 אויך נישט, ווייל זיי שטאמען פון אברהמען זענען אלע קינדער, נאר: אין יצחקן וועט דיר גערופן ווערן זאמען. (בראשית כא, יב.) \v 8 דאס באטייט, אז נישט די קינדער פונם פלייש זענען ה׳ס קינדער, נאר די קינדער פון דער הבטחה ווערן פאררעכנט ווי זאמען. \v 9 ווארום דאס איז דאס ווארט פון דער הבטחה: לויט דער דאזיקער צייט וועל איך קומען, און צו שרהן וועט זיין א זון. (בראשית יח, יד; לוקאס א, לה.) \v 10 און נישט נאר דאס, נאר רבקה ווען זי איז מעוברת געווארן פון איינעם, יצחק אבינו— \v 11 איידער זיי זענען נאך געבוירן געווארן און האבן נאך נישט געהאט געטאן עפעס גוטס אדער שלעכטס, כדי ה׳ס ציל זאל באשטיין לויט זיין אויסדערוויילן, נישט דורך מעשים (טובים), נאר דורך אים, וואס רופט \v 12 —איז איר געזאגט געווארן: דער גרעסערער וועט דינען דעם קלענערן. (בראשית כה, כג.) \v 13 ווי עס שטייט געשריבן: יעקבן האב איך ליב געהאט, אבער עשיון האב איך געהאסט. (מלאכי א, ב-ג.) \p \v 14 וואס זשע זאלן מיר זאגן? אז ביי ה׳ גיבט אומגערעכטיקייט? חס ושלום! \v 15 ווארום צו משהן האט ער געזאגט: איך וועל זיין בארמהערציק צו וועמען איך בין בארמהערציק, און וועל מיך דערבארמען אויף וועמען איך דערבארם מיך. (שמות לג, יט.) \v 16 אזוי ארום איז עס נישט אפהענגיק פון דעם, וואס וויל און נישט פון דעם, וואס לויפט, נאר פון דעם אל רחום. \v 17 ווארום דער פסוק זאגט צו פרעהן: טאקע דעריבער האב איך דיך אויפגעשטעלט, אז איך זאל ווייזן אין דיר מיין כוח, אז מיין נאמען זאל באקאנט ווערן אין דער גאנצער ערד. (שמות ט, טז.) \v 18 אזוי ארום איז ער בארמהערציק צו וועמען ער וויל, וועמען אבער ער וויל, פארהארטעוועט ער. \p \v 19 דו וועסט מיר דעריבער זאגן: טא פארוואס באשולדיקט ער נאך? ווארום ווער שטעלט זיך אנטקייגן זיין רצון? \v 20 אבער, מענטש, ווער ביסטו, וואס האסט א טענה קעגן ה׳? וועט דען א געמאכטע זאך זאגן צו דעם בעל מלאכה: פארוואס האסטו מיך אזוי געמאכט? (ישעיהו מה, ט.) \v 21 אדער, צי האט דען נישט דער טעפער א רשות איבערן ליים צו מאכן פון דער זעלביקער מאסע א געפעס צו כבוד און א געפעס צו אומכבוד? \v 22 און אויב ה׳, ווילנדיק ווייזן זיין צארן און באקאנט מאכן זיין קראפט, האט מיט פיל געדולד דערטראגן געפעסן פון צארן, וואס זענען צוגעגרייט געווארן צום פארדארבן; \v 23 און כדי באקאנט צו מאכן די עשירות פון זיין כבוד אויף די געפעסן פון בארעמהארציקייט, וועלכע ער האט פארויס צוגעגרייט צו כבוד, \v 24 וועלכע ער האט אויך גערופן, (נעמלעך) אונדז, נישט נאר פון יידן נאר אפילו פון נישט יידן? \v 25 ווי ער זאגט אויך אין הושע: איך וועל רופן דאס, וואס איז נישט מיין פאלק, מיין פאלק, און די נישט געליבטע, געליבטע. \v 26 און עס וועט זיין, אז אויף דעם ארט, וואו עס איז געזאגט געווארן צו זיי: איר זענט נישט מיין פאלק, אז דארט וועלן זיי גערופן ווערן קינדער פונם לעבעדיקן ג‑ט. (הושע ב, כה.) \p \v 27 און ישעיה רופט אויס איבער ישראל: אויב די צאל פון די בני ישראל וועט זיין ווי דאס זאמד פונם ים, וועט דאך (נאר) אן איבערבלייבונג געראטעוועט ווערן; \v 28 ווארום דער האר וועט אויספירן זיין ווארט אויף דער ערד, וועט עס ענדיקן און באשרענקען. (ישעיהו י, כב-כג.) \v 29 און ווי ישעיה האט געזאגט פריער: אויב דער האר צבאות וואלט אונדז נישט איבערגעלאזט זאמען, וואלטן מיר געווארן ווי סדום, און גלייך געווארן צו עמורה. (ישעיהו א, ט.) \v 30 וואס זשע זאלן מיר זאגן? אז די נישט יידן, וועלכע האבן נישט נאכגעפאלגט צדקות, האבן דערגרייכט צדקות, אבער די צדקות פון אמונה; \v 31 און ישראל, נאכפאלגנדיק א תורה פון צדקות, האט צו דער תורה נישט דערגרייכט. \v 32 פארוואס? ווייל זיי האבן זי געזוכט נישט דורך אמונה נאר דורך מעשים, האבן זיי געשטרויכלט ביים שטיין פון שטרויכלונג; \v 33 ווי עס שטייט געשריבן: אָט לייג איך אין ציון אן אבן נגף און א פעלדזן פון שטרויכלונג; און יעדער, וואס וועט גלויבן אין אים, וועט נישט פארשעמט ווערן. (ישעיהו ח, יד; כח, טז.) (לויטן תרגום השבעים.) \c 10 \cl קאפיטל צען \p \v 1 ברידער, דער באגער פון מיין הארצן און מיין תפילה צו ה׳ איז פאר זייער ישועה. \v 2 ווארום איך זאג זיי עדות, אז זיי האבן א קנאות פאר ה׳, אבער נישט לויט דערקענטעניש. \v 3 ווארום נישט קענענדיק די צדקות פון ה׳ און זוכנדיק אויפצושטעלן זייער אייגענע, האבן זיי זיך נישט אונטערטעניק געמאכט צו דער צדקות פון ה׳, \v 4 ווארום דער תכלית פון דער תורה איז דער משיח צו צדקות פאר יעדן איינעם, וואס גלויבט. \p \v 5 ווארום משה שרייבט איבער דער צדקות פון דער תורה, אז דער מענטש, וואס וועט זי טאן, וועט דורך איר לעבן. (ויקרא יח, ה.) \v 6 אבער די צדקות פון אמונה זאגט אזוי: זאג נישט אין דיין הארצן, ווער וועט ארויפגיין אין הימל אריין? דאס הייסט, אראפצוברענגען משיחן, \v 7 אויך נישט: ווער וועט אראפנידערן אין דער טיפעניש (אפגרונט)? דאס הייסט, ארויפצוברענגען משיחן פון די טויטע. \v 8 נאר וואס זאגט זי? דאס ווארט איז נאענט צו דיר, עס איז אין דיין מויל, אין דיין הארצן; דאס הייסט, דאס ווארט פון אמונה, וואס מיר רופן אויס; \v 9 ווייל אויב דו וועסט מודה זיין מיט דיין מויל יהושען/ישוען אלס האר, און גלויבן מיט דיין הארץ, אז ה׳ האט אים אויפגעוועקט פון די טויטע, וועסטו געראטעוועט ווערן. \v 10 ווארום מיטן הארץ גלויבט מען צו צדקות (ישעיהו נג, יא; בראשית טו, ו.), און מיטן מויל איז מען מודה צו ישועה. \v 11 ווארום דער פסוק זאגט: יעדער, וואס גלויבט אין אים, וועט נישט ווערן צו שאנד. (ישעיהו כח, טז.) \v 12 ווארום עס איז נישטא קיין חילוק צווישן ייד און גריך, ווייל דער זעלביקער האר פון אלע איז רייך צו אלע, וואס רופן צו אים; \v 13 ווארום יעדער איינער, וואס וועט אנרופן דעם הארס נאמען, וועט געראטעוועט ווערן. (יואל ג, ה.) \p \v 14 וויאזוי זשע זאלן זיי אנרופן אים, אין וועמען זיי האבן נישט געגלויבט? און וויאזוי זאלן זיי גלויבן אין אים, פון וועמען זיי האבן נישט געהערט? און וויאזוי זאלן זיי הערן אָן א בעל דרשן? \v 15 און וויאזוי זאל מען דרשענען, אויב מען ווערט נישט געשיקט? ווי עס שטייט געשריבן: ווי שיין זענען די פיס פון די, וואס ברענגען א בשורה פון גוטע זאכן. (ישעיהו נב, ז.) \v 16 אבער נישט אלע האבן געהארכט דער בשורה טובה; ווארום ישעיה זאגט: האר, ווער האט געגלויבט וואס מיר האבן געהערט? (ישעיהו נג, א.) \v 17 אזוי ארום איז דער גלויבן פון הערן, און דאס הערן דורך משיחס ווארט. \p \v 18 אבער איך זאג: האבן זיי דען נישט געהערט? געוויס: זייער קלאנג איז ארויסגעגאנגען איבער דער גאנצער ערד, און ביז צו די עקן פון דער באוואויטער וועלט—זייערע ווערטער. (תהלים יט, ה.) \v 19 אבער איך זאג: צי האט דען ישראל נישט געוואוסט? שוין משה זאגט: \q איך וועל אייך מאכן אייפערן מיט דעם, \q2 וואס איז נישט קיין פאלק, \q2 מיט א נאריש פאלק \q וועל איך אייך דערצערנען. \qr (דברים לב, כא.) \m \v 20 ישעיה אבער פאסט מוט און זאגט: איך בין געפונען געווארן פון די, וואס האבן מיך נישט געזוכט, איך בין אנטפלעקט געווארן צו די, וואס האבן נישט געפרעגט נאך מיר. (ישעיהו סה, א.) \v 21 אבער וועגן ישראל זאגט ער; דעם גאנצן טאג האב איך אויסגעשטרעקט מיינע הענט צו א ווידערשפעניק און אקייגנרעדנדיק פאלק. (ישעיהו סה, ב.) \c 11 \cl קאפיטל עלף \p \v 1 איך זאג דעריבער, האט דען ה׳ פארשטויסן זיין פאלק? חס ושלום! ווארום אויך איך בין א בן ישראל, פון אברהמס זאמען, פונם שבט בנימין. \v 2 ה׳ האט נישט פארווארפן זיין פאלק, וועלכעס ער האט געקענט פון פריער. אדער צי ווייסט איר נישט, וואס דער פסוק זאגט וועגן אליהו, ווען ער ווענדט זיך צו ה׳ קעגן ישראל, זאגנדיק: \v 3 אָ האר, זיי האבן געטייט דיינע נביאים, זיי האבן צעשטערט דיינע מזבחות, און איך בין איבערגעבליבן איינער אליין, און זיי זוכן מיין נפש. (מלכים א יט, יד.) \v 4 אבער וואס זאגט אים דאס קול פון ה׳? איך האב מיר איבערגעלאזט זיבן טויזנט מענער, וואס האבן נישט געבויגן קיין קני צום בעל. (מלכים א יט, יח.) \p \v 5 דעריבער אויך אזוי אין דער איצטיקער צייט איז דא אן איבערבלייבונג לויט דער בחירה פון חסד. \v 6 אויב אבער דורך חסד, איז נישט מער פון מעשים; ווייל חסד וואלט דאן נישט מער געווען חסד. \v 7 וואס דען? וואס ישראל זוכט, דאס האט ער נישט דערגרייכט, אבער די אויסדערוויילטע האבן עס יא דערגרייכט, און די איבריקע זענען פארהארטעוועט געווארן; \v 8 ווי עס שטייט געשריבן: ה׳ האט זיי געגעבן א גייסט פון טיפן שלאף, אויגן, נישט צום זען, און אויערן, נישט צום הערן, ביז צום היינטיקן טאג. (ישעיהו כט, י; דברים כט, ג.) \v 9 און דוד זאגט: זאל זייער טיש ווערן צו א פאסטקע, און צו א נעץ, און צו א שטרויכלונג, און א פארגעלטונג צו זיי; \v 10 זאלן זייערע אויגן פינסטער ווערן, נישט צו זען, און זייער רוקן בויג אלעמאל אראפ. (תהלים סט, כג-כד.) \p \v 11 דעריבער זאג איך, האבן זיי דען געשטרויכלט, כדי זיי זאלן פאלן? חס ושלום! נאר דורך זייער איבערטרעטונג איז די ישועה געקומען צו די נישט יידן, כדי זיי אייפערדיק צו מאכן. \v 12 אבער אויב זייער איבערטרעטונג איז געווארן דאס עשירות פון דער וועלט און זייער היזק דאס עשירות פון די פעלקער, וויפל מער זייער פולקייט! \p \v 13 איך זאג אבער צו אייך נישט יידן, אויף וויפל איך בין דער שליח צו די נישט יידן—איך פארהערלעך מיין עבודה— \v 14 אויב איך זאל נאר קענען ווי עס איז אייפערדיק מאכן די, וואס זענען מיין פלייש (און בלוט) און ראטעווען א טייל פון זיי. \v 15 ווארום אויב זייער פארווארפן ווערן איז די (סיבה פון) איבערבעטונג פאר דער וועלט, וואס וועט שוין זיין זייער אויפגענומען ווערן, אויב נישט לעבן פון די טויטע? \v 16 און אויב די תרומת העיסה איז הייליק, אזוי איז דאס גאנצע טייג אויך הייליק; און אויב דער ווארצל איז הייליק, אזוי זענען די צווייגן אויך הייליק. \p \v 17 און אויב אייניקע פון די צווייגן זענען אפגעבראכן געווארן, דו אבער, זייענדיק א ווילדער איילבערט בוים, ביסט צוגעזעצט געווארן צווישן זיי און ביסט געווארן מיט זיי אן אנטיילנעמער פונם ווארצל פון דעם איילבערט בוים און זיין פעטקייט, \v 18 בארים זשע דיך נישט קעגן די צווייגן; בארימסטו דיך אבער שוין יא, (געדענק זשע, אז) נישט דו טראגסט דעם ווארצל, נאר דער ווארצל דיך. \v 19 וועסט דעריבער זאגן: די צווייגן זענען אפגעבראכן געווארן, כדי איך זאל צוגעזעצט ווערן. \v 20 גוט, דורך אומגלויבן זענען זיי אפגעבראכן געווארן, און דו שטייסט דורך גלויבן. האלט זשע דיך נישט גרויס, נאר האב מורא; \v 21 ווארום אויב ה׳ האט נישט געשוינט די נאטירלעכע צווייגן, וועט ער אויך דיך נישט שוינען! \v 22 זע דעריבער די גוטסקייט און שטרענגקייט פון ה׳; אויף די געפאלענע—שטרענגקייט, אבער אויף דיר—גוטסקייט פון ה׳, אויב דו וועסט בלייבן אין דער גוטסקייט; אנישט וועסטו אויך אפגעהאקט ווערן. \v 23 און יענע, אויב זיי וועלן נישט בלייבן אינם אומגלויבן, וועלן אויך צוגעזעצט ווערן; ווארום ה׳ קען זיי ווידער צוזעצן. \v 24 ווארום אויב דו ביסט אויסגעשניטן געווארן פון אן איילבערט בוים, וואס איז בטבע ווילד, און אומנאטירלעך צוגעזעצט געווארן צו א גוטן איילבערט בוים, אויף וויפל מער וועלן די דאזיקע אויף א נאטירלעכן אופן צוגעזעצט ווערן צו זייער אייגענעם איילבערט בוים?! \p \v 25 ווארום איך וויל נישט, ברידער, אז איר זאלט נישט וויסן דעם דאזיקן סוד, כדי איר זאלט זיך נישט האלטן פאר קיין חכמים, אז א טיילווייזע פארהארטונג איז געקומען איבער ישראל, ביז די פולקייט פון די אומות העולם וועט אריינקומען; \v 26 און אזוי וועט כל ישראל ווערן דערלייזט, ווי עס שטייט געשריבן: דער גואל וועט קומען פון ציון, ער וועט אפווענדן ג‑טלאזיקייט פון יעקב. \v 27 און דאס איז מיין בונד מיט זיי, ווען איך וועל זיי מוחל זיין זייערע זינד. (ישעיהו נט, כ-כא; תהלים יד, ז.) \p \v 28 וואס שייך דער בשורה טובה, זענען זיי שונאים צוליב אייך, אבער וואס שייך דער בחירה זענען זיי געליבטע צוליב די אבות. \v 29 ווארום ה׳ האט נישט קיין חרטה אויף זיינע מתנות און רוף. \v 30 ווארום אזויווי איר זענט אמאל געווען אומגעהארכזאם צו ה׳, איצט אבער האט איר באקומען רחמים דורך זייער אומגעהארכזאמקייט, \v 31 אזוי זענען אויך זיי איצט אומגעהארכזאם געווארן, כדי דורך די רחמים צו אייך זאלן זיי איצט אויך דערלאנגען רחמים. \v 32 ווארום ה׳ האט אלעמען איינגעשלאסן אין דער אומגעהארכזאמקייט, כדי ער זאל זיין רחמנותדיק צו אלעמען. \p \v 33 אָ, וואס פאר א טיפקייט פון רייכטום און חכמה און וויסן פון ה׳! ווי אומפארשטענדלעך זענען זיינע משפטים און אומאויספארשבאר זיינע דרכים! \v 34 ווארום ווער האט געוואוסט די מחשבה פון דעם האר? אדער ווער איז געווען זיין ראטגעבער? \v 35 אדער ווער האט אים פריער געגעבן, און עס זאל אים צוריקגעגעבן ווערן? (ישעיהו מ, יג.) \v 36 אז אלץ איז פון אים און דורך אים און צו אים; אים זיי כבוד אויף אייביק. אמן. \c 12 \cl קאפיטל צוועלף \p \v 1 איך בעט אייך דעריבער, ברידער, דורך די רחמים פון ה׳, אז איר זאלט גענענען אייערע גופים ווי א לעבעדיק, הייליק קרבן, וואס איז וואוילגעפעלן צו ה׳, ווארום דאס איז אייער גייסטיקע עבודה. \v 2 און זייט נישט געגליכן צו דער דאזיקער וועלט, נאר פארענדערט זיך דורך דער באנייאונג פון אייער געמיט, כדי פעסטצושטעלן וואס עס איז ה׳ס גוטער און וואוילגעפעלענער און פאלקאמענער רצון. \p \v 3 ווארום איך רעד צו יעדן צווישן אייך, דורך דעם חסד, וואס איז מיר געגעבן געווארן, נישט צו דענקען פון זיך העכער ווי עס געהער צו זיין, נאר צו דענקען באשיידן, יעדער איינער לויט דער מאס אמונה, וואס איז אים צוגעטיילט געווארן פון ה׳. \v 4 ווארום ווי אין איין גוף האבן מיר א סך אברים, און נישט אלע אברים האבן די זעלביקע אויפגאבע, \v 5 אזוי זענען מיר, די פילע, איין גוף אינם משיח, און יעדער באזונדער גלידער איינער פונם אנדערן. \v 6 און האבנדיק פארשיידענע מתנות לויט דעם חסד, וואס איז אונדז געגעבן געווארן, אויב נבואה, (לאמיר נבואות זאגן) לויט דער מאס פון אונדזער אמונה; \v 7 אויב באדינען, אין דער באדינונג; אויב א לערנער, אין דער לערנונג; \v 8 אויב א מוכיח, אינם מוסר זאגן; דער געבער, מיט פרייגעביקייט, דער מנהיג, מיט פלייס; דער גומל חסד מיט מונטערקייט. \p \v 9 זאל די ליבע זיין אָן פאלשקייט; האט פיינט דאס שלעכטע, באהעפט זיך צו דעם גוטן. \v 10 האט ליב איינער דעם אנדערן מיט ברידערלעכער ליבע; אינם צוטיילן כבוד, זאל יעדער איינער פריער אין זינען האבן דעם אנדערן; \v 11 ווערט נישט אפהענטיק אין פלייסיקייט, זייט אייפערדיק אינם גייסט; דינט דעם האר; \v 12 אין דער האפענונג, זייט פריילעך; אין א צרה, זייט געדולדיק; אינם תפילה טאן, האלט אָן; \v 13 זייט מנדב פאר די נויטן פון די הייליקע, פלייסיקט אייך צו זיין מכניסי אורחים. \v 14 בענטשט די, וואס רודפן אייך; בענטשט, שעלט נישט. \v 15 פריידט זיך מיט די, וואס פרייען זיך, וויינט מיט די, וואס וויינען. \v 16 האט אחדות צווישן זיך. טראכט נישט פון הויכע זאכן, נאר לאזט זיך אראפ צו די נידריקע. האלט זיך נישט פאר קיין חכמים. \v 17 צאלט נישט אפ קיינעמען מיט שלעכטס פאר שלעכטס. טראכט איבער די זאכן, וואס זענען גוט פאר אלע מענטשן. \v 18 אויף וויפל עס ליגט אין אייך, אויב מעגלעך, זעט צו לעבן בשלום מיט אלע מענטשן. \v 19 געליבטע, זייט זיך נישט נוקם, נאר מאכט אן ארט פאר דעם צארן, ווארום עס שטייט געשריבן: ביי מיר איז נקמה איך וועל פארגעלטן, זאגט דער האר ג‑ט. (דברים לב, לה.) \v 20 דעריבער, אויב דיין שונא איז הונגעריק, גיב אים צו עסן; אויב ער איז דורשטיק, גיב אים צו טרינקען; ווארום טוענדיק דאס דאזיקע, זאמלסטו פייערדיקע קוילן אויף זיין קאפ. (משלי כה, כא-בב.) \v 21 לאז דיך נישט באזיגט פונם שלעכטן, נאר זיי גובר דאס שלעכטע מיט דעם גוטן. \c 13 \cl קאפיטל דרייצן \p \v 1 זאל יעדער איינער זיך אונטערטעניקן צו די העכערע ממשלות, ווארום עס איז נישטא קיין ממשלה, אחוץ פון ה׳, און די עקזיסטירנדיקע ממשלות זענען באשטימט געווארן פון ה׳. \v 2 בכן, דער, וואס שטעלט זיך קעגן דער מאכט, דער שטעלט זיך אנטקעגן ה׳ס ארדנונג; און די מורדים, וועלן איבער זיך באקומען א משפט. \v 3 ווארום די מושלים זענען נישט קיין שרעק פאר דעם, וואס טוט גוטס, נאר פאר דעם, וואס טוט שלעכטס. ווילסטו אבער נישט מורא האבן פאר דער מאכט? דאן טו דאס גוטע, און דו וועסט האבן פון איר א לויב; \v 4 ווארום זי איז ה׳ס דינערין פאר דיינעטוועגן צום גוטן. ווען אבער דו טוסט דאס שלעכטע, דאן האב מורא; ווארום נישט אומזיסט טראגט זי די שווערד; ווארום זי איז ה׳ס דינערין אויסצופירן צארן (שטראף) אויף דעם, וואס טוט שלעכטס. \v 5 דערפאר מוז מען זיך אונטערטעניקן, נישט נאר צוליב דעם צארן, נאר אויך צוליב דעם געוויסן. \v 6 ווארום דערפאר צאלט איר אויך שטייערן, ווייל זיי (די מאכטהאבער) זענען ה׳ס משרתים און פארנעמען זיך מיט דער דאזיקער זאך. \v 7 גיט אפ יעדן איינעם דאס, וואס איר זענט מחייב: שטייער, צו וועמען שטייער געהערט, צאל, צו וועמען צאל געהערט, מורא דעם, וועמען מורא געהערט, כבוד, צו וועמען כבוד געהערט. \p \v 8 זייט קיינעם גארנישט שולדיק, אחוץ ליב צו האבן איינער דעם אנדערן; ווארום דער, וואס האט ליב דעם אנדערן, האט מקיים געווען די תורה. \v 9 ווארום דו זאלסט נישט מזנה זיין, דו זאלסט נישט מארדן, דו זאלסט נישט גנבענען, דו זאלסט נישט גלוסטן (שמות כ, יג-יז.), און יעדעס אנדערע געבאט, זענען צוזאמענגעפאסט אין דעם דאזיקן ווארט: דו זאלסט ליב האבן דיין חבר ווי דיך אליין. (ויקרא יט, יח.) \v 10 די ליבע טוט דעם נאנטן קיין שום שלעכטס נישט; דעריבער איז די ליבע די דערפילונג פון דער תורה. \p \v 11 און דאס דאזיקע זאלט איר טאן, קענענדיק די צייט, אז די שעה איז שוין אנגעקומען, אויפצושטיין פון שלאף; ווארום איצט איז אונדזער ישועה נענטער, ווי ווען מיר האבן אנגעהויבן צו גלויבן. \v 12 די נאכט איז פארגאנגען און דער טאג האט זיך דערנענטערט; לאמיר זשע אראפווארפן די מעשים פון דער פינצטערניש און אנטאן די כלי‑זין פונם ליכט. \v 13 לאמיר גיין באשיידן, ווי בייטאג, נישט פרעסנדיק און זויפנדיק, נישט אין זנות און צעלאזנקייט, נישט אין מחלוקת און אין קנאה. \v 14 נאר טוט אָן דעם האר יהושע/ישוע המשיח, און זעט, אז אייער זארגן פאר קערפער זאל נישט דערפירן צום באפרידיקן די תאוות. \c 14 \cl קאפיטל פערצן \p \v 1 דעם שוואכן אין דער אמונה זאלט איר מקרב זיין, נאר נישט צו האלטן וויכוחים איבער צווייפלהאפטע מיינונגען. \v 2 איינער גלויבט, אז ער מעג אלץ עסן, דער שוואכער אבער עסט בלויז גרינווארג. \v 3 דער, וואס עסט, זאל נישט מבזה זיין דעם, וואס עסט נישט; און דער, וואס עסט נישט, זאל נישט משפטן דעם, וואס עסט יא; ווארום ה׳ האט אים מקבל געווען. \v 4 ווער ביסטו, וואס משפטסט א פרעמדן קנעכט? ער שטייט אדער פאלט פאר זיין אייגענעם האר! ער וועט אבער אויפגעשטעלט ווערן, ווארום דער האר איז אימשטאנד אים אויפצושטעלן. \p \v 5 איינער מאכט א חילוק צווישן איין טאג און אן אנדערן, און אן אנדערער האלט אלע טעג פאר גלייך; זאל יעדער זיין גאנץ זיכער ביי זיך אין דער מחשבה. \v 6 דער, וואס האלט (א געוויסן) טאג, האלט ער אים פאר דעם האר; און דער, וואס עסט, עסט פאר דעם האר, ווארום ער דאנקט דאך ה׳ דערפאר; און דער, וואס עסט נישט, עסט נישט פאר דעם האר; און דאנקט אויך ה׳ דערפאר. \v 7 ווארום קיינער פון אונדז לעבט נישט פאר זיך אליין, און קיינער שטארבט נישט פאר זיך אליין. \v 8 ווארום ווען מיר לעבן, לעבן מיר צום האר, און ווען מיר שטארבן, שטארבן מיר צום האר; דעריבער, צי מיר לעבן צי מיר שטארבן, זענען מיר דעם הארס. \v 9 ווארום פאר דעם דאזיקן צוועק איז משיח געשטארבן און לעבעדיק געווארן, כדי ער זאל זיין האר איבער טויטע און לעבעדיקע. \p \v 10 אבער דו, פארוואס משפטסטו דיין ברודער? אדער דו, פארוואס ביסטו מבזה דיין ברודער? ווארום מיר אלע וועלן שטיין פאר ה׳ס כסא המשפט. \v 11 ווארום עס שטייט געשריבן: אזוי ווי איך לעב, זאגט דער האר ג‑ט, צו מיר וועט זיך בייגן יעדע קני, און יעדע צונג וועט לויבן ג‑ט. (ישעיהו מה, כג.) \v 12 אָט אזוי ארום וועט יעדער איינער פון אונדז מוזן אפגעבן א דין וחשבון צו ה׳ פאר זיך אליין. \p \v 13 טוט זשע מער נישט משפטן איינער דעם אנדערן. נאר האלט ליבער דאס פאר רעכט, נישט צו לייגן קיין מיכשול אדער א פאסטקע פאר דעם ברודער. \v 14 איך ווייס, און בין בטוח אינם האר יהושע/ישוע, אז וועזנטלעך איז קיין זאך נישט טמא; אחוץ פאר אים, וואס באטראכט עפעס ווי טמא, פאר אים איז עס טמא. \v 15 ווארום אויב דיין ברודער ווערט מצער דורך א מאכל, (וואס דו עסט), גייסטו מער נישט לויט דער ליבע. זאל יענער, פאר וועמען משיח איז געשטארבן, נישט פארלוירן ווערן דורך דיין שפייז! \v 16 זאל דעריבער אייער גוטס נישט ווערן קיין סיבה צו לעסטערונג; \v 17 ווארום דאס קעניגרייך פון ה׳ באשטייט נישט אין עסן און טרינקען, נאר אין צדקות און שלום און שמחה אינם רוח הקודש. \v 18 ווארום דער, וואס דינט דעם משיח אינם דאזיקן, איז וואוילגעפעלן צו ה׳ און איז באוויליקט ביי מענטשן. \p \v 19 לאמיר זשע זיך נאכיאגן נאך די זאכן פון שלום און נאך די זאכן, דורך וועלכע מיר וועלן דערבויען איינער דעם אנדערן. \v 20 צעשטערט נישט ה׳ס זאך צוליב א מאכל. אלץ איז טהור; נאר עס איז שלעכט פאר דעם מענטשן, וואס ווען ער עסט עס, ווערט ער א מיכשול (פאר אן אנדערן). \v 21 עס איז גוט נישט צו עסן קיין פלייש, און נישט צו טרינקען קיין וויין, און נישט צו טאן דאס, דורך וועלכן דיין ברודער שטרויכלט. \v 22 די אמונה, וואס דו האסט, האב דיר פאר ה׳. וואויל איז דעם, וואס פארמשפט זיך נישט אליין דערמיט, וואס ער דערלויבט זיך. \v 23 דער אבער, וואס איז מסופק, ווען ער עסט, איז פארמשפט ווייל ער טוט עס נישט פון אמונה; און אלץ, וואס איז נישט פון אמונה איז א חטא. \c 15 \cl קאפיטל פיפצן \p \v 1 מיר, די שטארקע, האבן א חוב, סובל צו זיין די שוואכקייטן פון די שוואכע, און נישט זיך אליין צו באפרידיקן. \v 2 זאל יעדער איינער פון אונדז זוכן צו געפעלן זיין חבר צום גוטן, צו דערבויאונג. \v 3 ווארום משיח האט אויך נישט געזוכט זיך אליין צו געפעלן, נאר ווי עס שטייט געשריבן: די חרפות, וואס דיינע באליידיקער האבן דיר אנגעטאן, זענען געפאלן אויף מיר. (תהלים סט, י.) \v 4 ווארום אלץ, וואס איז פון פריער געשריבן, איז געשריבן געווארן פאר אונדזער באלערנונג, כדי דורך סבלנות און דער טרייסט פון די כתבי (הקודש) זאלן מיר האבן די האפענונג. \v 5 און דער ג‑ט פון סבלנות און פון נחמה זאל אייך געבן, אז איר זאלט האבן צווישן זיך איין מחשבה לויט דעם משיח יהושע/ישוע; \v 6 כדי איר זאלט איינשטימיק, מיט איין מויל, אפגעבן כבוד דעם ג‑ט און פאטער פון אונדזער האר יהושע/ישוע המשיח. \p \v 7 דערפאר זאלט איר מקרב זיין איינער דעם אנדערן, ווי אויך דער משיח האט אונדז מקרב געווען, צו ה׳ס כבוד. \v 8 ווארום איך זאג, משיח איז געבוירן געווארן צו זיין א משרת פון די געמלטע צוליב דעם אמת פון ה׳, כדי צו באשטעטיקן די הבטחות צו די אבות, \v 9 און כדי די אומות העולם זאלן אפגעבן כבוד צו ה׳ פאר זיינע רחמים, ווי עס שטייט געשריבן: דערפאר וועל איך דיך לויבן צווישן די פעלקער, און צו דיין נאמען זינגען. (תהלים יח, נ.) \v 10 און ווידער ווערט געזאגט: פריידט זיך, איר אומות (העולם), מיט זיין פאלק. (דברים לב, מג.) \v 11 און ווידער: לויבט דעם האר (ג‑ט), איר אלע אומות (העולם), און גיט אים א שבח, אלע פעלקער. (תהלים קיז, א.) \v 12 און ווידער ישעיהו זאגט: עס וועט זיין דער ווארצל פון ישי, און דער, וואס שטייט אויף צו הערשן איבער די אומות (העולם); צו אים וועלן די פעלקער האפן. (ישעיהו יא, א, י.) \v 13 און דער ג‑ט פון האפענונג זאל אייך אנפילן מיט יעדער שמחה און שלום אינם גלויבן, כדי איר זאלט זיין רייך אין דער האפענונג דורך דער גבורה פונם רוח הקודש. \p \v 14 מיינע ברידער, איך אליין בין בטוח וועגן אייך, אז איר זענט פול מיט גוטסקייט, אנגעפילט מיט יעדן וויסן, און זענט אימשטאנד צו זאגן שטראף רייד איינער דעם אנדערן. \v 15 איך אבער האב געשריבן צו אייך, טיילווייז דרייסט, אזוי ווי אייך צו דערמאנען דורך דעם חסד, וואס איז מיר געגעבן געווארן פון ה׳, \v 16 צו זיין א קנעכט פונם משיח יהושע/ישוע צו די אומות העולם, דינענדיק ווי א כהן אין דער בשורה טובה פון ה׳, כדי דאס קרבן פון די אומות העולם זאל ווערן באוויליקט, געהייליקט דורך דעם רוח הקודש. \p \v 17 איך האב דעריבער עפעס, מיט וואס זיך צו בארימען אינם משיח יהושע/ישוע, מיט די ענינים, וואס זענען שייך ה׳. \v 18 ווארום איך וועל מיך נישט אונטערשטעלן צו רעדן פון עפעס אחוץ פון דעם, וואס משיח האט געווירקט דורך מיר, צו ברענגען די אומות העולם צו געהארכזאמקייט, אין ווארט און בפועל ממש, \v 19 מיט דער גבורה פון אותות און מופתים, מיט דער גבורה פונם רוח הקודש, אזוי, אז איך האב פון ירושלים און דער געגנט ארום ביז איליריקיען אומעטום פולשטענדיק אנגעזאגט די בשורה טובה פונם משיח; \v 20 פלייסנדיק מיך אזוי, אנצוזאגן די בשורה טובה וואו משיחס נאמען איז נאך נישט געווען באקאנט, כדי איך זאל נישט בויען אויף אן אנדערנס יסוד, \v 21 נאר ווי עס שטייט געשריבן: זיי, וועמען עס איז נישט דערציילט געווארן וועגן אים, וועלן זען, און די, וואס האבן נישט געהערט, וועלן פארשטיין. (ישעיהו נב, טו.) \p \v 22 צוליב וועלכן איך בין טאקע מערערע מאל געשטערט געווארן צו קומען צו אייך. \v 23 אבער איצט, שוין נישט האבנדיק קיין ארט אין די דאזיקע מקומות און לעכצנדיק יארנלאנג צו קומען צו אייך, \v 24 וועל איך צו אייך קומען, ווען איך וועל זיין אויפן וועג קיין שפאניען. ווארום איך האף אייך צו זען אויף דער דורכרייזע, און פון אייך געשיקט צו ווערן דארטן אהין, ווען איך וועל מיך צום ערשט אביסל זעטיקן פון אייך. \p \v 25 איצט אבער פאר איך קיין ירושלים, צו דינען די קדושים. \v 26 ווארום עס איז מאצעדאניען און אכאיא וואוילגעפעלן צו מאכן א געמיינזאמע נדבה לטובת די ארעמע צווישן די קדושים אין ירושלים. \v 27 ווארום עס איז זיי וואוילגעפעלן, און זיי זענען זייערע בעלי חוב. ווייל אויב די אומות העולם האבן א חלק אין זייערע רוחניותדיקע זאכן, זענען זיי מחייב זיי צו דינען אין גשמיותדיקע זאכן. \v 28 דעריבער ווען איך וועל האבן געענדיקט דאס דאזיקע, און האבנדיק פארחתמעט פאר זיי די דאזיקע פרוכט, וועל איך דורכרייזן אייער לאנד קיין שפאניען. \v 29 און איך ווייס, אז קומענדיק צו אייך, וועל איך קומען מיט דער פולקייט פון משיחס ברכה. \p \v 30 איך בעט אייך אבער, ברידער, דורך אונדזער האר יהושע/ישוע המשיח און דורך דער ליבע פונם גייסט, אז איר זאלט מיטקעמפן מיט מיר אין אייערע תפילות פאר מיר צו ה׳, \v 31 כדי איך זאל ניצול ווערן פון די ווידערשפעניקע אין יהודה, און אז מיין דינסט אין ירושלים זאל זיין אנגענעם צו די קדושים; \v 32 כדי איך זאל קומען מיט שמחה צו אייך, אם ירצה ה׳, און זיך אפרוען ביי אייך. \v 33 און דער ג‑ט פון שלום זאל זיין מיט אייך אלעמען. אמן. \c 16 \cl קאפיטל זעכצן \p \v 1 איך דערמאן צו אייך צום גוטן אונדזער שוועסטער פעבע, וועלכע איז אויך א שמשית אין דער קהלה פון קענקרעא, \v 2 כדי איר זאלט זי אזוי אויפנעמען אינם האר ווי עס שטייט אָן פאר קדושים, אז איר זאלט איר העלפן אין אלעם, אין וואס זי וועט אייך נאר ברויכן; ווארום זי איז אויך געווען א העלפערין פאר פילע, און פאר מיר אליין. \p \v 3 גיט אפ שלום פריסקאן און אקווילאן, מיינע מיטארבעטער אינם משיח יהושע/ישוע, \v 4 וועלכע האבן געלייגט זייער אייגענעם האלדז פאר מיין לעבן; וועמען נישט נאר איך בין דאנקבאר, נאר אויך אלע קהלות פון די אומות העולם; \v 5 און גיט אפ שלום דער קהלה אין זייער הויז און גיט אפ שלום מיין געליבטן עפאנעטוס, וואס איז די ערשטע פרוכט צום משיח אין אזיען. \v 6 גיט אפ שלום מרימען, וועלכע האט פיל געארבעט פאר אייערטוועגן. \v 7 גיט אפ שלום אנדראניקוסן און יוניוסן, מיינע קרובים און מיינע מיטגעפאנגענע, וועלכע זענען בארימט צווישן די שליחים, און זענען שוין געווען אינם משיח פאר מיר. \v 8 גיט אפ שלום אמפליאטוסן, מיין געליבטן אינם האר. \v 9 גיט אפ שלום אורבאנוסן, אונדזער מיטארבעטער אינם משיח, און מיין געליבטן סטאכיס. \v 10 גיט אפ שלום אפעלעסן, דעם אויסגעפרואווטן (מאמין) אינם משיח. גיט אפ שלום דעם הויזגעזינד פון אריסטאבולוס. \v 11 גיט אפ שלום מיין קרוב העראדיאן. גיט אפ שלום די פון דעם הויזגעזינד פון נארציסוס, וואס זענען אינם האר. \v 12 גיט אפ שלום טריפיינא און טריפאסא, וואס האבן שווער געארבעט אינם האר. גיט אפ שלום די געליבטע פערסיס, וועלכע האט זייער פיל געארבעט אינם האר. \v 13 גיט אפ שלום רופוסן, דעם אויסדערוויילטן אינם האר, און די מוטער זיינע און מיינע. \v 14 גיט אפ שלום אסינקריטוסן, פלעגאנען, הערמעסן, פאטראבאסן, הערמאסן, און די ברידער ביי זיי. \v 15 גיט אפ שלום פילאלאגוסן און יוליאן, נערעאוסן און זיין שוועסטער, אויך אלימפאסן, און אלע הייליקע, וואס זענען מיט זיי. \v 16 גיט אפ שלום איינער דעם אנדערן מיט א הייליקן קוש. אלע קהלות פונם משיח גיבן אייך אפ שלום. \p \v 17 און איך בעט אייך, ברידער, אכטונג צו געבן אויף די, וואס מאכן אָן מחלוקת און מיכשולים להיפך צו דעם לערנען, וואס איר זענט געלערנט געווארן; און מיידט זיי אויס. \v 18 ווארום אזעלכע מענטשן דינען נישט אונדזער האר משיח, נאר זייער אייגענעם בויך; און דורך שיינע און גלאטע רייד פארפירן זיי די הערצער פון די פשוטע מענטשן. \v 19 ווארום אייער געהארכזאמקייט איז אלעמען באקאנט. דעריבער פריי איך מיך איבער אייך; נאר איך וויל, אז איר זאלט זיין חכמים וואס שייך דעם גוטן און תמימים וואס שייך דעם שלעכטן. \v 20 און דער ג‑ט פון שלום וועט אין גיכן צעטרעטן דעם שׂטן אונטער אייערע פיס. זאל דער חסד פון אונדזער האר יהושע/ישוע המשיח זיין מיט אייך אלעמען. \p \v 21 טימאטעוס, מיין מיטארבעטער, און לוקיוס און יאזאן און סאסיפאטער, מיינע קרובים, גיבן אייך אפ שלום. \v 22 איך, טערציוס, דער שרייבער פון דעם בריוו, גיב אייך אפ שלום אינם האר. \v 23 גאיוס, וועמעס גאסטפריינדשאפט איך און די גאנצע קהלה געניסן, גיט אייך אפ שלום. עראסטוס, דער שאצמייסטער פון דער שטאט, און קווארטוס דער ברודער, גיבן אייך אפ שלום. \v 24 דער חסד פון אונדזער האר יהושע/ישוע המשיח זאל זיין מיט אייך אלעמען. אמן. \p \v 25 צו אים אבער, וואס קען אייך שטארקן לויט מיין בשורה טובה און דאס דרשענען פון יהושע/ישוע המשיחן, לויט דער אנטפלעקונג פון דעם סוד, וואס איז געווען פארבארגן פון אייביקע צייטן אָן, \v 26 איז אבער איצט נתגלה געווארן, און דורך די שריפטן פון די נביאים אויף באפעל פונם אייביקן ג‑ט באקאנט געמאכט צו אלע פעלקער צו דער געהארכזאמקייט פון דער אמונה; \v 27 צו ה׳ דעם איינציקן חכם זאל זיין כבוד דורך יהושע/ישוע המשיחן לעלמי עולמים! אמן.