\id REV - Orthodox Yiddish Brit Chadasha \ide UTF-8 \h די אנטפלעקונג \toc2 די אנטפלעקונג \toc1 די אנטפלעקונג פון יוחנן \mt די אנטפלעקונג פון יוחנן \c 1 \p \v 1 די אנטפלעקונג פון יהושע/ישוע המשיחן, וועלכע ה׳ האט אים געגעבן, צו ווייזן צו זיינע קנעכט, וואס עס דארף געשען אין גיכן; און ער האט געשיקט און עס צו וויסן געטאן דורך זיין מלאך צו זיין קנעכט יוחנן, \v 2 וועלכער האט עדות געזאגט אויף ה׳ס ווארט און אויף דעם עדות פון יהושע/ישוע המשיחן, אלץ, וואס ער האט געזען. \v 3 וואויל דעם לייענער און די, וואס הערן די ווערטער פון דער נבואה און היטן אפ וואס שטייט געשריבן דערין; ווארום די צייט איז נאענט. \p \v 4 יוחנן צו די זיבן קהלות אין (קליין) אזיען: חסד צו אייך און שלום פון אים, וועלכער איז און איז געווען און וועט קומען; און פון די זיבן גייסטער, וואס זענען פאר זיין כסא הכבוד; \v 5 און פון יהושע/ישוע המשיחן, וועלכער איז דער באגלויבטער עדות, דער בכור פון די מתים, און דער הערשער איבער די מלכים פון דער ערד. צו אים, וועלכער האט אונדז ליב, און האט אונדז אויסגעלייזט פון אונדזערע זינד דורך זיין אייגן בלוט, \v 6 און אונדז געמאכט פאר א קעניגרייך, כהנים צו ה׳ און זיין פאטער; צו אים זאל זיין דער כבוד און די מאכט לעלמי עולמים. אמן. \v 7 זע, ער קומט מיט די וואלקנס (דניאל ז, יג.); און יעדעס אויג וועט אים זען, און די, וועלכע האבן אים דורכגעשטאכן (זכריה יב, י.); און עס וועלן קלאגן איבער אים אלע משפחות פון דער ערד. יא, אמן. \p \v 8 איך בין אלף און תוו, זאגט דער האר ג‑ט, וועלכער איז און איז געווען און קומט, דער אלמעכטיקער. \v 9 איך יוחנן, אייער ברודער און מיטאנטיילנעמער אין די יסורים און מלכות און סבלנות פון יהושען/ישוען, בין געווען אויף דער אינדזל, וואס הייסט פאטמאס, צוליב ה׳ס ווארט און דעם עדות זאגן פון יהושען/ישוען. \v 10 איך בין געווען אינם גייסט אין דעם טאג פון דעם האר, און האב געהערט הינטער מיר א הויך קול, ווי פון א שופר, \v 11 אזוי צו זאגן: וואס דו זעסט, דאס שרייב אין א ספר און שיק עס צו די זיבן קהלות: קיין עפעזוס און קיין סמירנא און קיין פערגאמוס און קיין טיאטירא און קיין סארדעס און קיין פילאדעלפיא און קיין לאאדיצעא. \v 12 און איך האב מיך אומגעקערט, צו זען דאס קול, וואס האט גערעדט מיט מיר. און אומקערנדיק זיך, האב איך געזען זיבן מנורות פון גאלד; \v 13 און אין דער מיט פון די מנורות איינעם, גלייך צום בר אנש (דניאל ז, יג.), אנגעטאן אין א לאנגן בעקעשע, און ארומגעגארטלט ארום דער ברוסט מיט א גאלדענעם גארטל. \v 14 און זיין קאפ און זיינע האר זענען געווען ווייס, ווי ווייסע וואל, ווי שניי; און זיינע אויגן, ווי א פלאם פייער (דניאל ז, ט.); \v 15 און זיינע פיס, ווי פיין קופער, בשעת עס גליט אין אויוון; און זיין קול, ווי דאס גערויש פון א סך וואסערן. \v 16 און האט געהאט אין זיין רעכטער האנט זיבן שטערן; און פון זיין מויל גייט ארויס א מעסער-ווי צוויי-שארפיקע שווערד; און זיין פנים האט געשיינט ווי די זון אין איר מאכט. \v 17 און ווען איך האב אים געזען, בין איך אנידערגעפאלן פאר זיינע פיס, ווי א מת. און ער האט געלייגט זיין רעכטע האנט אויף מיר, און געזאגט: האב נישט קיין מורא; איך בין דער ערשטער און דער לעצטער, \v 18 און דער לעבעדיקער; איך בין געווען טויט, און אָט לעב איך לעלמי עולמים, און האב דעם שליסל פון טויט און פון שאול תחתית. \v 19 שרייב דעריבער וואס דו האסט געזען, און וואס איז, און וואס וועט געשען נאך דעם; \v 20 דעם סוד פון די זיבן שטערן, וועלכע דו האסט געזען אויף מיין רעכטער האנט, און די זיבן גאלדענע מנורות. די זיבן שטערן זענען מלאכים פון די זיבן קהלות; און די זיבן מנורות זענען די זיבן קהלות. \c 2 \cl קאפיטל צוויי \p \v 1 צו דעם מלאך פון דער קהלה אין עפעזוס שרייב: \pi דאס זאגט דער, וועלכער האלט די זיבן שטערן אין זיין רעכטער האנט, וועלכער גייט ארום אינמיטן פון די זיבן גאלדענע מנורות: \v 2 איך קען דיינע מעשים, און דיין מי און סבלנות, און אז דו קענסט נישט דערטראגן די רשעים, און האסט אויסגעפרואווט די, וועלכע רופן זיך שליחים און זענען עס נישט, און האסט זיי אויסגעפונען פאר ליגנער; \v 3 און דו האסט געדולד און האסט סובל געווען צוליב מיין נאמען און ביסט נישט געווארן מיד. \v 4 נאר איך האב עפעס קעגן דיר, אז דו האסט פארלאזן דיין ערשטע ליבע. \v 5 געדענק זשע פונוואנען דו ביסט אפגעפאלן, און טו תשובה, און טו דיינע ערשטע מעשים; און אויב נישט, וועל איך קומען און אוועקשטויסן דיין מנורה פון איר ארט, אויב דו וועסט נישט תשובה טאן. \v 6 נאר דאס דאזיקע האסטו, אז דו האסט פיינט די מעשים פון די ניקאלאאיטן, וועלכע אויך איך האב פיינט. \v 7 ווער עס האט אויערן, דער זאל הערן, וואס דער גייסט זאגט צו די קהלות. דעם, וואס איז מנצח, אים וועל איך געבן צו עסן פון דעם עץ החיים, וואס איז אינם גן עדן פון ה׳. (בראשית ב, ט; ג, כד.) \p \v 8 און צו דעם מלאך פון דער קהלה אין סמירנא שרייב: \pi דאס זאגט דער ערשטער און דער לעצטער, וועלכער איז געווען טויט און איז לעבעדיק געווארן: \v 9 איך קען דיין צרה און אביונות—דאך ביסטו רייך—און די לעסטערונג פון יענע, וועלכע זאגן, אז זיי זענען יידן, און זענען עס נישט, נאר זענען א בית הכנסת (פארפירט דורך) שׂטן. \v 10 האב נישט מורא, וואס דו גייסט ליידן; זע, דער טייוול וועט אריינווארפן אייניקע פון אייך אין תפיסה אריין, כדי איר זאלט אויסגעפרואווט ווערן; און איר וועט האבן צרות צען טעג. זיי געטריי ביז צום טויט, און איך וועל דיר געבן די קרוין פון לעבן. \v 11 ווער עס האט אויערן, דער זאל הערן, וואס דער גייסט זאגט צו די קהלות. דער, וואס איז מנצח, וועט בשום אופן נישט ליידן פון צווייטן טויט. \p \v 12 און צו דעם מלאך פון דער קהלה אין פערגאמוס שרייב: \pi דאס זאגט דער, וועלכער האט די מעסער-ווי צוויי-שארפיקע שווערד: \v 13 איך ווייס, וואו דו וואוינסט: דארטן, וואו עס איז דעם שׂטנס טראן; און האלטסט פעסט מיין נאמען, און האסט נישט אפגעלייקנט מיין אמונה, אפילו אין די טעג פון אנטיפאס, מיין געטרייען עדות, וואס איז געטייט געווארן ביי אייך, וואו דער שׂטן וואוינט. \v 14 נאר איך האב אייניקע זאכן קעגן דיר: אז דו האסט דארטן די, וואס האלטן פעסט די לערנונג פון בלעם, וועלכער האט געלערנט בלקן צו ווארפן א מיכשול פאר די בני ישראל, צו עסן פון קרבנות צו אפג‑טער און מזנה צו זיין. \v 15 פונקט אזוי האסטו אויך אזעלכע, וואס האלטן פעסט די לערנונג פון די ניקאלאאיטן אויף אן ענלעכן אופן. \v 16 דעריבער טו תשובה; און אויב נישט, וועל איך קומען צו דיר אינגיכן, און וועל מלחמה האלטן מיט זיי מיט דער שווערד פון מיין מויל. \v 17 ווער עס האט אויערן, דער זאל הערן, וואס דער גייסט זאגט צו די קהלות. דעם, וואס איז מנצח, וועל איך געבן צו עסן דעם פארבארגענעם מן, און וועל אים געבן א ווייסן שטיין, און אויף דעם שטיין א נייעם נאמען אויפגעשריבן, וואס קיינער ווייסט נישט, אחוץ דער, וועלכער באקומט (אים). \p \v 18 און צו דעם מלאך פון דער קהלה אין טיאטירא שרייב: \pi דאס זאגט דער זון פון דער אויבערשטער, וועלכער האט אויגן, ווי א פלאם פייער, און זיינע פיס זענען גלייך צו פיין קופער: \v 19 איך קען דיינע מעשים, און דיין ליבע און אמונה און עבודה און סבלנות, און אז דיינע לעצטע מעשים זענען מער ווי די ערשטע. \v 20 נאר איך האב עפעס קעגן דיר, אז דו טאלערירסט די אשה איזבל, וועלכע רופט זיך נביאה; און לערנט און פארפירט מיינע קנעכט מזנה צו זיין און צו עסן פון קרבנות צו אפג‑טער. \v 21 און איך האב איר געגעבן צייט, כדי זי זאל תשובה טאן; און זי וויל נישט טאן תשובה פון איר זנות. \v 22 זע, איך ווארף זי אויף א קראנק בעט, און די, וואס זענען מיט איר מזנה, אין א גרויסער צרה אריין, ווען זיי וועלן נישט תשובה טאן פון אירע מעשים. \v 23 און אירע קינדער וועל איך אומברענגען מיט דעם טויט; און אלע קהלות וועלן וויסן, אז איך בין דער, וועלכער פארשט אויס די נירן און הערצער; און וועל אייך געבן יעדן איינעם לויט אייערע מעשים. \v 24 צו אייך אבער זאג איך, צו די איבריקע אין טיאטירא, צו אזעלכע, וואס האבן נישט די דאזיקע (פאלשע) לערנונג, וועלכע קענען נישט די טיפענישן פון דעם שׂטן, ווי מען זאגט; איך וועל נישט ווארפן אויף אייך קיין אנדערע לאסט. \v 25 דאך וואס איר האט, דאס האלט פעסט ביז איך וועל קומען. \v 26 און דער, וואס איז מנצח און דער, וואס היט אפ מיינע מעשים, אים וועל איך געבן מאכט איבער די אומות (העולם); \v 27 און ער וועט הערשן איבער זיי מיט א רוט פון אייזן, ווי די כלים פון א טעפער ווערן צעבראכן (תהלים ב, ט.); ווי אויך איך האב באקומען פון מיין פאטער; \v 28 און וועל אים געבן דעם מארגנשטערן. \v 29 ווער עס האט אויערן, דער זאל הערן, וואס דער גייסט זאגט צו די קהלות. \c 3 \cl קאפיטל דריי \p \v 1 און צו דעם מלאך פון דער קהלה אין סארדעס שרייב: \pi דאס זאגט דער, וועלכער האט די זיבן גייסטער פון ה׳, און די זיבן שטערן: \v 2 איך קען דיינע מעשים, אז דו האסט א נאמען, אז דו לעבסט, און ביסט טויט. זיי וואך, און שטארק די איבריקע, וואס האלטן ביים שטארבן: ווארום איך האב נישט געפונען דיינע מעשים שלמותדיק פאר מיין ג‑ט. \v 3 געדענק זשע וויאזוי דו האסט מקבל געווען און געהערט, און היט עס אפ, און טו תשובה. אויב דעריבער דו וועסט נישט וואכן, וועל איך קומען, ווי א גנב, און דו וועסט נישט וויסן, אין וועלכער שעה איך וועל קומען איבער דיר. \v 4 נאר דו האסט אין סארדעס אייניקע נעמען, וועלכע האבן נישט באפלעקט זייערע מלבושים; און זיי וועלן גיין מיט מיר אין ווייסן; ווייל זיי זענען ראוי. \v 5 דער, וואס איז מנצח, וועט אזוי זיין אנגעקליידט אין ווייסע מלבושים; און איך וועל בשום אופן נישט אויסמעקן זיין נאמען פון דעם ספר החיים, און וועל באקענען זיין נאמען פאר דעם פאטער מיינעם און פאר זיינע מלאכים. \v 6 ווער עס האט אויערן, דער זאל הערן, וואס דער גייסט זאגט צו די קהלות. \p \v 7 און צו דעם מלאך פון דער קהלה אין פילאדעלפיא שרייב: \pi דאס זאגט דער הייליקער, דער ווארהאפטיקער, דער, וועלכער האט דעם שליסל פון דוד, דער, וועלכער עפנט אויף, און קיינער שליסט נישט צו; און וועלכער פארשליסט און קיינער עפענט נישט (ישעיהו כב, כב.); \v 8 איך קען דיינע מעשים. אָט האב איך געגעבן פאר דיר אן אפענע טיר, וואס קיינער וועט זי נישט קענען צושליסן; ווייל דו האסט ווייניק קראפט, און האסט אפגעהיטן מיין ווארט, און נישט פארלייקנט מיין נאמען. \v 9 זע, איך גיב פון דער בית הכנסת (פארפירן דורך) שׂטן די, וועלכע זאגן וועגן זיך, אז זיי זענען יידן, און זענען עס נישט, נאר זאגן שקרים; אָט וועל איך זיי מאכן קומען און זיך בוקן פאר דיינע פיס, און זיי וועלן וויסן, אז איך האב דיך ליב. \v 10 ווייל דו האסט אפגעהיטן דאס ווארט פון מיין סבלנות, וועל איך דיך אויך אפהיטן פון דער שעה פון נסיון, וואס גייט קומען איבער דער גאנצער באוואוינטער וועלט, אויסצופרואוון די איינוואוינער אויף דער ערד. \v 11 איך קום גיך; האלט פעסט, וואס דו האסט, כדי קיינער זאל נישט אוועקנעמען דיין קרוין. \v 12 דעם, וואס איז מנצח, וועל איך מאכן פאר א זייל אין דעם היכל פון מיין ג‑ט, און ער וועט מער נישט ארויסגיין (פון דארטן); און איך וועל אויפשרייבן אויף אים דעם נאמען פון מיין ג‑ט, און דעם נאמען פון דער שטאט פון מיין ג‑ט, דאס נייע ירושלים, וואס נידערט אראפ פון הימל פון מיין ג‑ט, און מיין נייעם נאמען. \v 13 ווער עס האט אויערן, דער זאל הערן, וואס דער גייסט זאגט צו די קהלות. \p \v 14 און צו דעם מלאך פון דער קהלה אין לאאדיצעא שרייב: \pi דאס זאגט דער אמן, דער באגלויבטער און ווארהאפטיקער עדות, דער אנהויב פון ה׳ס באשאפונג: \v 15 איך קען דיינע מעשים, אז דו ביסט נישט קאלט, נישט הייס; הלוואי וואלסט דו געווען קאלט אדער הייס. \v 16 אָט אזוי, ווייל דו ביסט לעבלעך, און נישט הייס, און נישט קאלט, וועל איך דיך אויסשפייען פון מיין מויל. \v 17 ווייל דו זאגסט: איך בין רייך און האב דערווארבן אן עשירות, און דארף גארנישט האבן, און ווייסט נישט, אז דו ביסט עלנט און אומגליקלעך און ארעם און בלינד און בלויז; \v 18 איך עצה דיר צו קויפן ביי מיר גאלד, וואס איז געלייטערט געווארן אין פייער, כדי דו זאלסט ווערן רייך; און ווייסע קליידער, כדי דו זאלסט דיך אנטאן, און די חרפה פון דיין נאקעטקייט זאל זיך נישט אנטפלעקן; און אויגנזאלב, צו זאלבן דיינע אויגן, כדי דו זאלסט זען. \v 19 וועלכע איך האב ליב, די שטראף איך און ציכטיק; זיי זשע אייפערדיק און טו תשובה. \v 20 אָט שטיי איך פאר דער טיר און קלאפ; ווען עמיצער וועט הערן מיין קול און עפענען די טיר, וועל איך אריינקומען צו אים און עסן מיט אים די סעודה, און ער מיט מיר. \v 21 ווער עס איז מנצח, דעם וועל איך געבן צו זיצן מיט מיר אויף מיין כסא הכבוד, ווי אויך איך האב מנצח געווען און מיך אנידערגעזעצט מיט מיין פאטער אויף זיין כסא הכבוד. \v 22 ווער עס האט אויערן, דער זאל הערן, וואס דער גייסט זאגט צו די קהלות. \c 4 \cl קאפיטל פיר \p \v 1 נאך דעם האב איך געזען, און אָט א טיר איז געשטאנען אפן אין הימל, און דאס ערשטע קול, וואס איך האב געהערט, ווי פון א שופר רעדן מיט מיר, האט געזאגט: קום ארויף אהער, און איך וועל דיר ווייזן, וואס עס דארף געשען נאך די דאזיקע זאכן. \v 2 גלייך בין איך געווען אינם גייסט; און זע, א כסא הכבוד איז געשטאנען אין הימל און אויף דעם כסא הכבוד איז איינער געזעסן; \v 3 און דער זיצנדיקער איז געווען ענלעך אינם אויסזען צו א יאספיס שטיין און צו א רובין; און א רעגנבויגן איז געווען ארום און ארום דעם כסא הכבוד, און די מראה דערפון איז געווען ענלעך צו א שמאראק. (יחזקאל א, כו-כח.) \v 4 און ארום און ארום דעם כסא הכבוד זענען געווען פיראונצוואנציק טראנען; און אויף די טראנען האב איך געזען פיראונצוואנציק זקנים זיצן, אנגעטאן אין ווייסע קליידער (קיטל); און אויף זייערע קעפ גאלדענע קרוינען. \v 5 און פון דעם כסא הכבוד גייען ארויס בליצן און קולות און דונערן. און פאר דעם כסא הכבוד ברענען זיבן פייער פאקלען, וואס זענען די זיבן גייסטער פון ה׳; \v 6 און פאר דעם כסא הכבוד, אזויווי א גלעזערנער ים, גלייך צו קריסטאל; און אינמיטן פון דעם כסא הכבוד און ארום און ארום דעם כסא הכבוד פיר חיות, פול מיט אויגן פון פארנט און פון הינטן. \v 7 און די ערשטע חיה איז געווען ענלעך צו א לייב, און די צווייטע חיה איז געווען ענלעך צו אן אקס, און די דריטע חיה האט דאס פנים ווי א מענטש, און די פערטע חיה איז געווען ענלעך צו א פליענדיקן אדלער. (יחזקאל א, י.) \v 8 און די פיר חיות האבן, יעדע איינע פון זיי, צו זעקס פליגל, ארום און ארום און פון אינעווייניק פול מיט אויגן; און זיי האבן נישט קיין רו בייטאג און ביינאכט, זאגנדיק: הייליק, הייליק, הייליק, איז דער האר ג‑ט, דער אלמעכטיקער, וועלכער איז געווען און וועלכער איז און וועלכער קומט! (ישעיהו ו, א-ג.) \v 9 און ווען די חיות געבן אפ כבוד און ערע און לויב צו דעם, וועלכער זיצט אויף דעם כסא הכבוד, דעם, וועלכער לעבט לעלמי עולמים, \v 10 פאלן די פיראונצוואנציק זקנים אנידער פאר אים, וועלכער זיצט אויף דעם כסא הכבוד, און בוקן זיך צו אים, וועלכער לעבט לעלמי עולמים, און ווארפן אנידער זייערע קרוינען פאר דעם כסא הכבוד, און זאגן: \v 11 ראוי ביסטו, אָ האר אונדזער ג‑ט, אנצונעמען כבוד און ערע און מאכט; ווייל דו האסט אלץ באשאפן, און דורך דיין רצון זענען זיי דא און באשאפן געווארן. \c 5 \cl קאפיטל פינף \p \v 1 און איך האב געזען אויף דער רעכטער זייט פון אים וועלכער זיצט אויף דעם כסא הכבוד א ספר, געשריבן פון אינעווייניק און פון הינטן, פארזיגלט מיט זיבן חתימות. \v 2 און האב געזען א שטארקן מלאך אויסרופן מיט א הויך קול: ווער איז ווערט אויפצומאכן דאס ספר און צו צעברעכן זיינע חתימות? \v 3 און קיינער האט נישט געקענט אין הימל, נישט אויף דער ערד, נישט אונטער דער ערד, אויפעפענען דאס ספר, נישט קוקן דערויף. \v 4 און איך האב א סך געוויינט, ווייל קיינער איז נישט געפונען געווארן ראוי אויפצומאכן דאס ספר, נישט צו קוקן דערויף; \v 5 און איינער פון די זקנים האט צו מיר געזאגט: וויין נישט; זע, דער לייב פון דעם שבט יהודה (בראשית מט, ט-י.), דער שורש דוד (ישעיהו יא, א, י.), האט מנצח געווען, אויפצועפענען דאס ספר און זיינע זיבן חתימות. \v 6 און האב געזען אינמיטן פון דעם כסא הכבוד און די פיר חיות, און אינמיטן פון די זקנים, א לעמעלע שטיין, ווי געשחטן, האבנדיק זיבן הערנער און זיבן אויגן, וועלכע זענען די זיבן גייסטער פון ג‑ט, געשיקט איבער דער גאנצער ערד. \v 7 און עס איז געקומען, און האט גענומען דאס ספר אויס דער רעכטער האנט פון דעם, וועלכער זיצט אויף דעם כסא הכבוד. \v 8 און ווען עס האט גענומען דאס ספר, זענען די פיר חיות און די פיראונצוואנציק זקנים אנידערגעפאלן פאר דעם לעמעלע, האבנדיק יעדער איינער א הארפע, און גאלדענע בעקנס אנגעפילט מיט קטורת, וואס זענען די תפילות פון די קדושים. \v 9 און זיי האבן געזונגען א ניי ניגון, אזוי צו זאגן: ראוי ביסטו צו נעמען דאס ספר און צו עפענען זיינע חתימות; ווייל דו ביסט געשחטן געווארן, און האסט אויסגעקויפט פאר ה׳ מיט דיין אייגן בלוט די (מענטשן) פון יעדן שבט און לשון און פאלק און אומה, \v 10 און זיי געמאכט פאר א קעניגרייך צו אונדזער ג‑ט און פאר כהנים; און זיי וועלן קעניגן אויף דער ערד. \v 11 און האב געזען, און געהערט א קול פון א סך מלאכים, ארום און ארום פון דעם כסא הכבוד און פון די חיות און די זקנים; און זייער צאל איז געווען צען טויזנט מאל צען טויזנט און טויזנטער מאל טויזנט (דניאל ז, י.); \v 12 און זיי האבן געזאגט מיט א הויך קול; ראוי איז דאס לעמעלע, דאס געשאכטענע, צו נעמען די מאכט און עשירות און חכמה און שטארקייט און ערע און כבוד און לויב! \v 13 און יעדעס באשעפעניש, וואס איז אין הימל, און אויף דער ערד, און אונטער דער ערד, און אויפן ים, און וואס איז אין זיי, אלע האב איך געהערט זאגן: צו אים, וועלכער זיצט אויף דעם כסא הכבוד, און צו דעם לעמעלע, זאל זיין די לויב און די ערע און דער כבוד און די הערשאפט לעלמי עולמים! (דניאל ז, יג-יד.) \v 14 און די פיר חיות האבן געזאגט: אמן! און די זקנים זענען אנידערגעפאלן און האבן זיך געבוקט. \c 6 \cl קאפיטל זעקס \p \v 1 און איך האב געזען, ווען דאס לעמעלע האט געעפנט איינע פון די זיבן חתימות, און האב געהערט איינע פון די פיר חיות זאגן, ווי מיט דעם קול פון א דונער: קום! \v 2 און איך האב געזען, און אָט א ווייס פערד, און דער, וואס איז געזעסן דערויף, האט געהאט א פיילנבויגן; און עס איז אים געגעבן געווארן א קרוין; און ער איז ארויסגעגאנגען א זיגער, און כדי מנצח צו זיין. \p \v 3 און ווען ער האט געעפנט די צווייטע חתימה, האב איך געהערט די צווייטע חיה זאגן: קום! \v 4 און עס איז ארויסגעגאנגען אן אנדער פערד, פייער רויט; און דעם, וואס איז געזעסן דערויף, איז געגעבן געווארן אוועקצונעמען דעם שלום פון דער ערד, און אז מען זאל זיך הרגענען איינס דאס אנדערע; און עס איז אים געגעבן געווארן א גרויסע שווערד. \p \v 5 און ווען ער האט געעפנט די דריטע חתימה, האב איך געהערט די דריטע חיה זאגן: קום! און האב געזען, און אָט א שווארץ פערד; און דער, וואס איז געזעסן דערויף, האט געהאט א וואגשאל אין זיין האנט. \v 6 און איך האב געהערט אזויווי א קול אינמיטן פון די פיר חיות זאגן: א מאס ווייץ פאר א דינר, און דריי מאס גערשטן פאר א דינר; און דאס אייל און דעם וויין זאלסטו נישט שעדיקן. \p \v 7 און ווען ער האט געעפנט די פערטע חתימה, האב איך געהערט דאס קול פון דער פערטער חיה זאגן: קום! \v 8 און האב געזען, און אָט א בלייך גרין פערד; און דער, וואס איז געזעסן דערויף, זיין נאמען איז דער טויט; און דאס שאול תחתית איז אים נאכגעגאנגען. און עס איז זיי געגעבן געווארן רשות איבער א פערט חלק פון דער ערד, צו טייטן מיט דער שווערד, און מיט הונגער, און מיט דעם טויט (מגפה), און דורך די ווילדע חיות פון דער ערד. \p \v 9 און ווען ער האט געעפנט די פיפטע חתימה, האב איך געזען אונטער דעם מזבח די נשמות פון די געשחטענע צוליב ה׳ס ווארט און צוליב דאס עדות, וואס זיי האבן געהאט; \v 10 און זיי האבן געשריגן מיט א הויך קול, אזוי צו זאגן: ביז ווען, אָ האר, הייליקער און ווארהאפטיקער, וועסטו נישט משפטן און זיך נישט נוקם זיין פאר אונדזער בלוט פון די איינוואוינער אויף דער ערד? \v 11 און עס איז זיי געגעבן געווארן, יעדן איינעם, א ווייס קלייד; און עס איז זיי געזאגט געווארן, אז זיי זאלן נאך רוען א קליינע צייט, ביז עס וועט זיך אנפילן (די צאל) אויך פון זייערע מיטקנעכט און זייערע ברידער, וועלכע וועלן אומגעברענגט ווערן, ווי זיי. \p \v 12 און איך האב געזען, ווען ער האט געעפנט די זעקסטע חתימה, און עס איז געווארן א גרויסע ערדציטערניש; און די זון איז געווארן שווארץ ווי א זאק פון האר, און די גאנצע לבנה איז געווארן ווי בלוט (יואל ב, י.); \v 13 און די שטערן פונם הימל זענען אראפגעפאלן אויף דער ערד, ווי א פייגנבוים ווארפט אראפ זיינע אומצייטיקע פירות, ווען געטרייסלט פון א גרויסן שטורמווינט. \v 14 און דער הימל איז פארשווונדן, ווי א מגילה ווערט צונויפגעוויקלט; און אלע בערג און אינדזלען זענען אוועקגעשטויסן געווארן פון זייערע ערטער. (ישעיהו לד, ד.) \v 15 און די מלכים פון דער ערד, און די גרויסע לייט, און די הויפטלייט, און די עשירים, און די מעכטיקע, און אלע קנעכט און פרייע מענטשן, האבן זיך פארבארגן אין די היילן און צווישן די פעלדזן פון די בערג; \v 16 און האבן געזאגט צו די בערג און פעלדזן: פאלט אויף אונדז, און פארבארגט אונדז פון דעם פנים פון דעם, וועלכער זיצט אויפן כסא הכבוד, און פון דעם צארן פון דעם לעמעלע! (ישעיהו ב, יט-כא.) \v 17 ווייל עס איז געקומען דער גרויסער טאג פון זייער צארן; און ווער איז בכוח בייצושטיין? (מלאכי ג, ב.) \c 7 \cl קאפיטל זיבן \p \v 1 נאך דעם האב איך געזען פיר מלאכים שטיין אויף די פיר עקן פון דער ערד, האלטנדיק די פיר ווינטן פון דער ערד, כדי אויף דער ערד זאל נישט בלאזן קיין ווינט, נישט אויפן ים, נישט אויף קיין שום בוים. \v 2 און האב געזען אן אנדערן מלאך ארויפשטייגן פון מזרח זייט פון דער זון, האבנדיק די חתימה פון דעם לעבעדיקן ג‑ט, און האט א געשריי געטאן מיט א הויך קול צו די פיר מלאכים, וואס עס איז זיי געגעבן געווארן צו שעדיקן די ערד און דעם ים, \v 3 אזוי צו זאגן: שעדיקט נישט די ערד, נישט דעם ים, נישט די ביימער, ביז מיר וועלן חתמענען די קנעכט פון אונדזער ג‑ט אויף זייערע שטערנס. \v 4 און האב געהערט די צאל פון די פארחתמעט, הונדערט פיר און פערציק טויזנט, פארחתמעט פון אלע שבטים פון די קינדער ישראל: \li1 \v 5 פון דעם שבט יהודה, צוועלף טויזנט פארחתמענט; \li1 פון דעם שבט ראובן, צוועלף טויזנט; \li1 פון דעם שבט גד, צוועלף טויזנט; \li1 \v 6 פון דעם שבט אשר, צוועלף טויזנט; \li1 פון דעם שבט נפתלי, צוועלף טויזנט; \li1 פון דעם שבט מנשה, צוועלף טויזנט; \li1 \v 7 פון דעם שבט שמעון, צוועלף טויזנט; \li1 פון דעם שבט לוי, צוועלף טויזנט; \li1 פון דעם שבט יששכר, צוועלף טויזנט; \li1 \v 8 פון דעם שבט זבולון, צוועלף טויזנט; \li1 פון דעם שבט יוסף, צוועלף טויזנט; \li1 פון דעם שבט בנימין, צוועלף טויזנט פארחתמענט. \m \v 9 נאך דעם האב איך געזען, און אָט א גרויסער המון, וואס קיינער האט אים נישט געקענט איבערציילן, פון אלע אומות (העולם) און שבטים און אומות און לשונות, שטיין פאר דעם כסא הכבוד און פאר דעם לעמעלע, אנגעקליידט אין ווייסע קליידער, מיט פאלמענצווייגן אין זייערע הענט; \v 10 און האבן געשריגן מיט א הויך קול, אזוי צו זאגן: די ישועה איז ביי אונדזער ג‑ט, וועלכער זיצט אויף דעם כסא הכבוד, און ביי דעם לעמעלע. \v 11 און אלע מלאכים זענען געשטאנען ארום און ארום דעם כסא הכבוד און ארום די זקנים און די פיר חיות; און זענען אנידערגעפאלן פאר דעם כסא הכבוד אויף זייערע פנימער, און זיך געבוקט צו ה׳, \v 12 זאגנדיק: אמן; די לויב און דער כבוד און די חכמה און דער דאנק און די ערע און די מאכט און די קראפט געהערן צו אונדזער ג‑ט לעלמי עולמים. אמן. \v 13 און איינער פון די זקנים האט געענטפערט זאגנדיק צו מיר: ווער זענען די דאזיקע אנגעקליידטע אין ווייסע קליידער, און פונוואנען זענען זיי אהערגעקומען? \v 14 און איך האב געזאגט צו אים: מיין האר, דו ווייסט עס. און ער האט מיר געזאגט: די דאזיקע זענען עס, וועלכע זענען געקומען פון דער גרויסער צרה, און האבן געוואשן זייערע קליידער און זיי ווייס געמאכט אין דעם בלוט פון דעם לעמעלע. \v 15 דערפאר זענען זיי פאר ה׳ס כסא הכבוד; און דינען אים טאג און נאכט אין זיין היכל; און דער, וואס זיצט אויף דעם כסא הכבוד, וועט געבן זיין געצעלט איבער זיי. \v 16 זיי וועלן מער נישט הונגערן, און זיי וועלן מער נישט דורשטן; די זון וועט זיי נישט שלאגן, נישט קיין היץ (ישעיהו מט, י.); \v 17 ווייל דאס לעמעלע, וואס איז דארטן אינמיטן פון דעם כסא הכבוד, וועט זיי פאשען און פירן צו די קוואלן פון וואסער פון לעבן; און ה׳ וועט אפווישן יעדע טרער פון זייערע אויגן. (ישעיהו כה, ה.) \c 8 \cl קאפיטל אכט \p \v 1 און ווען ער האט געעפנט די זיבעטע חתימה, איז געווארן א שטילקייט אין הימל אן ערך א האלבע שעה. \v 2 און איך האב געזען די זיבן מלאכים, וועלכע שטייען פאר ה׳; און עס איז זיי געגעבן געווארן זיבן שופרות. \p \v 3 און אן אנדערער מלאך איז געקומען, און האט זיך אנידערגעשטעלט ביי דעם מזבח, האבנדיק א גאלדענע פייערפאן, און עס איז אים געגעבן געווארן קטורת א סך, כדי ער זאל עס מקריב זיין מיט די תפילות פון אלע קדושים אויף דעם גאלדענעם מזבח, וואס איז פאר דעם כסא הכבוד. \v 4 און דער רויך פון דעם קטורת, מיט די תפילות פון די קדושים, איז ארויפגעשטיגן פאר ה׳ אויס דער האנט פון דעם מלאך. \v 5 און דער מלאך האט גענומען די פייערפאן, און זי אנגעפילט מיט פייער פון דעם מזבח, און עס אראפגעווארפן אויף דער ערד; און עס זענען געקומען דונערן און קולות און בליצן און אן ערדציטערניש. \p \v 6 און די זיבן מלאכים, וועלכע האבן געהאט די זיבן שופרות, האבן זיך צוגעגרייט צום בלאזן. \v 7 און דער ערשטער האט געבלאזן, און עס איז געקומען האגל און פייער, אויסגעמישט מיט בלוט, און איז געווארפן געווארן אויף דער ערד; און א דריטל פון דער ערד איז פארברענט געווארן, און א דריטל פון די ביימער איז פארברענט געווארן, און יעדעס גרינע גרעזל איז פארברענט געווארן. \p \v 8 און דער צווייטער מלאך האט געבלאזן, און עס איז געווען ווי א גרויסער פייער פלאמענדיקער בארג וואלט געווארפן געווארן אין ים אריין, און א דריטל פון דעם ים איז געווארן בלוט; \v 9 און א דריטל פון די לעבעדיקע באשעפענישן אין ים איז אויסגעשטארבן; און א דריטל פון די שיפן איז צעשטערט געווארן. \p \v 10 און דער דריטער מלאך האט געבלאזן, און עס איז אראפגעפאלן פון הימל א גרויסער שטערן, פלאקערנדיק ווי א פאקל, און איז געפאלן אויף א דריטל פון די טייכן און אויף די קוואלן וואסער; \v 11 און דער נאמען פון דעם שטערן הייסט ווערמוט; און א דריטל פון די וואסערן איז געווארן ווערמוט; און א סך מענטשן זענען געשטארבן פון די וואסערן, ווייל זיי זענען געווען ביטער. \p \v 12 און דער פערטער מלאך האט געבלאזן, און א דריטל פון דער זון איז געפלאגט געווארן, און א דריטל פון דער לבנה, און א דריטל פון די שטערן, כדי א דריטל פון זיי זאל זיך פארפינסטערן, און דער טאג זאל נישט שיינען זיין דריט חלק, און די נאכט אויך אזוי. \p \v 13 און איך האב געזען, און געהערט אן אדלער, פליענדיק אינמיטן הימל, זאגן מיט א הויך קול: וויי! וויי! וויי צו די איינוואוינער אויף דער ערד, וועגן די איבריקע קולות פון דעם שופר פון די דריי מלאכים, וועלכע וועלן נאך בלאזן. \c 9 \cl קאפיטל ניין \p \v 1 און דער פינפטער מלאך האט געבלאזן, און איך האב געזען א שטערן אראפפאלן פון הימל אויף דער ערד; און עס איז אים געגעבן געווארן דער שליסל פון דעם שאכטע פון אפגרונט. \v 2 און ער האט אויפגעמאכט דעם תהום פון דעם אפגרונט; און עס איז ארויפגעשטיגן א רויך אויס דעם תהום, ווי דער רויך פון א געוואלטיקן קאלכאויוון; און די זון און די לופט זענען פארפינסטערט געווארן דורך דעם רויך פונם תהום. \v 3 און פון דעם רויך זענען ארויסגעגאנגען היישעריקן אויף דער ערד; און עס איז זיי געגעבן געווארן מאכט, ווי די עקדישן פון דער ערד האבן מאכט. \v 4 און עס איז זיי אנגעזאגט געווארן, אז זיי זאלן נישט שעדיקן דאס גראז פון דער ערד, נישט קיין שום גרינווארג, נישט קיין בוים, אחוץ יענע מענטשן, וועלכע האבן נישט ה׳ס חתימה אויף זייערע שטערנס. \v 5 און עס איז זיי געגעבן געווארן, אז זיי זאלן זיי נישט טייטן, נאר פייניקן פינף חדשים לאנג; און זייער פייניקונג איז געווען ווי דער ווייטיק פון אן עקדיש, ווען ער שטעכט א מענטשן. \v 6 און אין יענע טעג וועלן די מענטשן זוכן דעם טויט, און אים בשום אופן נישט געפינען; און וועלן גלוסטן צו שטארבן, און דער טויט וועט פון זיי אנטלויפן. \v 7 און דאס געשטאלט פון די היישעריקן איז געווען ענלעך צו פערד גרייט צו א מלחמה; און אויף זייערע קעפ ווי קרוינען גלייך צו גאלד, און זייערע פנימער, ווי די פנימער פון מענטשן. \v 8 און זיי האבן געהאט האר, ווי די האר פון פרויען, און די ציין זייערע זענען געווען ווי די ציין פון לייבן. \v 9 און זיי האבן געהאט פאנצערס ברוסט שילדן, ווי פאנצערס ברוסט שילד פון אייזן; און דאס גערויש פון זייערע פליגל איז געווען ווי דאס גערויש פון רייטוועגן, בשעת א סך פערד לויפן אין א מלחמה. \v 10 און זיי האבן וויידלען, ווי עקדישן און שטעכלקעס, און אין זייערע וויידלען ליגט זייער מאכט, צו שעדיקן די מענטשן פינף חדשים לאנג. \v 11 זיי האבן איבער זיך א מלך, דעם מלאך פונם תהום; אויף לשון קודש הייסט ער אבדון, און אויף גריכיש האט ער דעם נאמען אפאליאן (פארדארבער). \p \v 12 דער ערשטער וויי איז אריבער; אָט קומען נאך צוויי ווייען נאך דעם. \p \v 13 און דער זעקסטער מלאך האט געבלאזן, און איך האב געהערט א קול פון די פיר הערנער פון דעם גאלדענעם מזבח, וואס שטייט פאר ה׳, \v 14 זאגנדיק צום זעקסטן מלאך, וועלכער האט געהאט דעם שופר: בינד אויף די פיר מלאכים, וואס זענען געבונדן ביים גרויסן טייך פרת. \v 15 און עס זענען אויפגעבונדן געווארן די פיר מלאכים, וואס זענען צוגעגרייט געווארן צו דער שעה און טאג און חודש און יאר, כדי זיי זאלן אומברענגען א דריטל פון די מענטשן. \v 16 און די צאל פון די חיילות רייטער איז געווען צוויימאל צענטויזנט מאל צען טויזנט; איך האב געהערט זייער צאל. \v 17 און אזוי אָ האב איך געזען אין דעם חיזיון די פערד, און די, וואס זענען געזעסן אויף זיי, האבן געהאט ברוסט שילדן פייער רויטע און תכלת‑בלא און שוועבל געלבען; און די קעפ פון די פערד זענען געווען ווי קעפ פון לייבן, און אויס זייערע מיילער גייט ארויס פייער און רויך און שוועבל. \v 18 דורך די דריי מגפות איז אומגעקומען א דריטל פון די מענטשן, פון דעם פייער און דעם רויך און דעם שוועבל, וואס גייען ארויס פון זייערע מיילער. \v 19 ווארום די מאכט פון די פערד ליגט אין זייער מויל און אין זייערע וויידלען; ווייל זייערע וויידלען זענען גלייך צו שלאנגען, און האבן קעפ; און מיט די דאזיקע טאן זיי שאדן. \v 20 און די איבריקע מענטשן, וועלכע זענען נישט אומגעקומען אין די דאזיקע מגפות, האבן נישט תשובה געטאן פון די מעשים פון זייערע הענט, אז זיי זאלן זיך נישט בוקן צו טייוולאנים, און אפג‑טער פון גאלד און זילבער און קופער און שטיין און האלץ, וואס קענען נישט זען, נישט הערן, נישט ארומגיין; \v 21 און האבן נישט תשובה געטאן פון זייערע רציחות, נישט פון זייערע כשופים, נישט פון זייער זנות, נישט פון זייערע גנבות. \c 10 \cl קאפיטל צען \p \v 1 און איך האב געזען אן אנדערן געוואלטיקן מלאך אראפנידערן פון הימל, איינגעהילט אין א וואלקן; און דער רעגנבויגן איז געווען איבער זיין קאפ, און זיין פנים איז געווען ווי די זון, און זיינע פיס, ווי זיילן פייער; \v 2 און אין זיין האנט האט ער געהאט א קליין אפן ספר; און האט געשטעלט זיין רעכטן פוס אויפן ים, און דעם לינקן אויף דער יבשה; \v 3 און האט א געשריי געטאן מיט א הויך קול, אזויווי א לייב ברומט; און ווען ער האט געהאט געשריגן, האבן די זיבן דונערן גערעדט מיט זייערע קולות. \v 4 און ווען די זיבן דונערן האבן געהאט גערעדט, האב איך געוואלט שרייבן; און האב געהערט א קול פון הימל זאגן: פארחתמע וואס די זיבן דונערן האבן גערעדט, און שרייב עס נישט. \v 5 און דער מלאך, וועלכן איך האב געזען שטיין אויפן ים און אויף דער יבשה, האט אויפגעהויבן זיין רעכטע האנט צום הימל, \v 6 און געשוואוירן ביי דעם, וועלכער לעבט לעלמי עולמים, וועלכער האט באשאפן דעם הימל און וואס עס געפינט זיך דערין, און די ערד און וואס עס איז אויף איר, און דעם ים און וואס עס געפינט זיך אין אים, אז עס וועט מער נישט זיין קיין צייט; \v 7 נאר אין די טעג פון דעם קול פון דעם זיבעטן מלאך, ווען ער וועט בלאזן, וועט פארענדיקט ווערן דער סוד פון ה׳, ווי ער האט מבשר געווען צו זיינע קנעכט, די נביאים. (דניאל יב, ו-ז.) \v 8 און דאס קול, וואס איך האב געהערט פון הימל, האט ווידער גערעדט מיט מיר, און געזאגט: גיי, נעם דאס אפענע ספר פון דער האנט פון דעם מלאך, וועלכער שטייט אויפן ים און אויף דער יבשה. \v 9 און איך בין אהינגעגאנגען צום מלאך, און האב צו אים געזאגט: גיב מיר דאס ספר. און ער האט צו מיר געזאגט: נעם און עס עס אויף; און עס וועט דיר ביטער מאכן אין בויך, נאר אין דיין מויל וועט עס זיין זיס ווי האניק. (יחזקאל ב, ט; ג, ג.) \v 10 און איך האב גענומען דאס ספר אויס דער האנט פון דעם מלאך, און האב עס אויפגעגעסן; און עס איז געווען אין מיין מויל אזוי זיס, ווי האניק, און ווען איך האב עס אויפגעגעסן, איז מיר געווארן ביטער אין בויך. \v 11 און מען האט מיר געזאגט: דו מוזט ווידער נבואות זאגן איבער א סך פעלקער און אומות און לשונות און מלכים. \c 11 \cl קאפיטל עלף \p \v 1 און מען האט מיר געגעבן א טראשטשינע, גלייך צו א מאסשטאב; און מיר געזאגט: שטיי אויף, און מעסט דעם היכל פון ה׳, און דעם מזבח, און די, וועלכע בוקן זיך דרינען. \v 2 און דעם חצר אין דרויסן פונם היכל זאלסטו אויסלאזן, און אים נישט מעסטן, ווייל ער איז געגעבן געווארן צו די אומות (העולם); און די הייליקע שטאט וועלן זיי צעטרעטן צוויי און פערציק חדשים לאנג. \v 3 און איך וועל געבן מיינע צוויי עדות, און זיי וועלן נבואות זאגן טויזנט צוויי הונדערט און זעכציק טעג לאנג, אנגעטאן אין זעק. \v 4 די דאזיקע זענען די צוויי איילבערטביימער און די צוויי מנורות, וואס שטייען פאר דעם רבונו של עולם. \v 5 און אויב עמיצער וויל זיי שאדן טאן, גייט ארויס א פייער פון זייער מויל און פארצערט זייערע שונאים; און אויב עמיצער וועט זיי וועלן שאדן טאן, מוז ער אָט אזוי אומקומען. \v 6 די דאזיקע האבן די מאכט צו פארשליסן דעם הימל, כדי עס זאל נישט פאלן קיין רעגן אין די טעג פון זייער נבואה; און האבן מאכט איבער די וואסערן, צו פארקערן זיי צו בלוט, און צו שלאגן די ערד מיט יעדער פלאג, ווי אפט זיי ווילן נאר. \v 7 און ווען זיי וועלן פארענדיקן זייער עדות זאגן, וועט די חיה, וואס קומט ארויף אויס דעם תהום, מלחמה האלטן מיט זיי, און זיי מנצח זיין, און זיי טייטן. \v 8 און זייערע לייבער וועלן ליגן אויף דער גאס פון דער גרויסער שטאט, וואס, רוחניותדיק גערעדט, הייסט סדום און מצרים, וואו אויך זייער האר איז אויפגעהאנגען אויף דער בוים געווארן. \v 9 און (לייט) פון פעלקער און שבטים און לשונות און אומות קוקן אויף זייערע גופים דריי מיט א האלבן טאג לאנג, און דערלאזן נישט, אז מען זאל לייגן זייערע גופים אין א קבר אריין. \v 10 און די איינוואוינער אויף דער ערד פרייען זיך איבער זיי, און זענען זיך משמח; און וועלן זיך שיקן מתנות איינער דעם אנדערן; ווייל די דאזיקע צוויי נביאים האבן געפייניקט די איינוואוינער אויף דער ערד. \v 11 און נאך דריי און א האלבן טאג איז אריינגעגאנגען אין זיי א גייסט פון לעבן פון ה׳, און זיי האבן זיך געשטעלט אויף זייערע פיס; און א גרויסע מורא איז געפאלן אויף די, וואס האבן זיי געזען. \v 12 און האבן געהערט א הויך קול פון הימל זאגן צו זיי: קומט ארויף אהער! און זיי זענען ארויפגעגאנגען אין הימל אריין אין א וואלקן; און זייערע שונאים האבן זיי געזען. \v 13 און אין יענער שעה איז געווארן א גרויסע ערדציטערניש, און א צענטל פון דער שטאט איז איינגעפאלן; און אין דער ערדציטערניש זענען אומגעקומען זיבן טויזנט מענטשן; און די איבריקע זענען פול געווארן מיט מורא, און האבן אפגעגעבן כבוד צום ג‑ט פון הימל. \p \v 14 דער צווייטער וויי איז אריבער; אָט קומט דער דריטער וויי אין גיכן. \p \v 15 און דער זיבעטער מלאך האט געבלאזן; און עס זענען געקומען הויכע קולות אין הימל, אזוי צו זאגן: דאס מלכות פון דער וועלט איז געווארן (דאס מלכות) פון אונדזער האר און פון זיין משיח; און ער וועט קעניגן לעלמי עולמים. (דניאל ז, יג-יד.) \v 16 און די פיר און צוואנציק זקנים, וועלכע זיצן אויף זייערע טראנען פאר ה׳, זענען אנידערגעפאלן אויף זייערע פנימער און האבן זיך געבוקט צו ה׳, \v 17 און געזאגט: מיר דאנקען דיר, האר ג‑ט, אלמעכטיקער, וועלכער ביסט און ביסט געווען; ווייל דו האסט גענומען דיין גרויסע ממשלה און קעניגסט. \v 18 און די פעלקער זענען געווארן צארנדיק, און דיין צארן איז געקומען, און די צייט פון די מתים, געמשפט צו ווערן, און צו געבן דעם שכר צו דיינע קנעכט די נביאים, און צו די קדושים, און די, וועלכע פארכטן זיך פאר דיין נאמען, די קליינע און די גרויסע, און צו פארדארבן די פארדארבער פון דער ערד. \p \v 19 און עס האט זיך אויפגעמאכט דער היכל פון ה׳ אין הימל, און אין זיין היכל האט זיך באוויזן דער ארון הברית; און עס זענען געקומען בליצן און קולות און דונערן און אן ערדציטערניש און א געוואלדיקער האגל. \c 12 \cl קאפיטל צוועלף \p \v 1 און א גרויס מופת האט זיך באוויזן אין הימל: א פרוי געקליידט מיט דער זון, און די לבנה אונטער אירע פיס, און אויף איר קאפ א קרוין פון צוועלף שטערן; \v 2 און זי איז מעוברת און שרייט פון ווייען און שמארצן (גייענדיק) צו קינד. \v 3 און אן אנדערער צייכן האט זיך באוויזן אין הימל; און אָט א גרויסע שלאנג, פייער רויט, מיט זיבן קעפ און צען הערנער, און אויף די קעפ אירע זיבן דיאדעמען. \v 4 און איר וויידל ציט אראפ א דריט חלק פון די שטערן פון הימל, און האט זיי געשליידערט אויף דער ערד; און די שלאנג האט זיך געשטעלט פאר דער פרוי, וועלכע האט געהאלטן ביים געבוירן, כדי ווען זי וועט האבן איר קינד, זאל זי (די שלאנג) עס איינשלינגען. \v 5 און זי האט געהאט א בן זכר, וועלכער וועט הערשן איבער אלע פעלקער מיט אן אייזערנער רוט (תהלים ב, ח-ט.); און איר קינד איז ארויפגעכאפט געווארן צו ה׳ און צו זיין כסא הכבוד. \v 6 און די פרוי איז אנטרונען אין דער מדבר אריין, וואו זי האט געהאט אן ארט צוגעגרייט פון ה׳, כדי מען זאל זי דארט דערנערן טויזנט צוויי הונדערט און זעכציק טעג. \p \v 7 און עס איז געווארן א מלחמה אין הימל: מיכאל און זיינע מלאכים האבן מלחמה געהאלטן מיט דער שלאנג; אויך די שלאנג און אירע מלאכים האבן מלחמה געהאלטן; \v 8 און האבן נישט גובר געווען, און זייער ארט האט זיך מער נישט געפונען אין הימל. \v 9 און די גרויסע שלאנג איז אראפגעווארפן געווארן, דער נחש הקדמוני, וואס הייסט טייוול און שׂטן, וועלכער האט פארפירט די גאנצע באוואוינטע וועלט; ער איז אראפגעווארפן געווארן אויף דער ערד, און זיינע מלאכים זענען אראפגעווארפן געווארן מיט אים. \v 10 און איך האב געהערט א הויך קול אין הימל זאגן: איצט איז געקומען די ישועה און די מאכט און דאס מלכות פון אונדזער ג‑ט, און די ממשלה פון זיין משיח; ווייל אראפגעווארפן איז געווארן דער קטיגור פון אונדזערע ברידער, וועלכער האט זיי פארקלאגט פאר אונדזער ג‑ט טאג און נאכט. \v 11 און זיי האבן אים מנצח געווען דורך דעם בלוט פון דעם לעמעלע, און דורך דעם ווארט פון זייער עדות זאגן; און האבן נישט ליב געהאט זייער לעבן ביז צום טויט. \v 12 צוליב דעם פריידט זיך, איר הימלען, און איר, וועלכע וואוינט אין זיי. וויי צו דער ערד און צום ים! ווייל דער טייוול האט אראפגענידערט צו אייך, האבנדיק א געוואלדיקן צארן, וויסנדיק, אז ער האט בלויז א קליינע צייט. \p \v 13 און ווען די שלאנג האט געזען, אז זי איז אראפגעווארפן געווארן אויף דער ערד, האט זי פארפאלגט די פרוי, וועלכע האט געבוירן דעם זכר. \v 14 און די צוויי פליגל פון דעם גרויסן אדלער זענען געגעבן געווארן דער פרוי, כדי זי זאל אוועקפליען אין דער מדבר אריין אויף איר ארט, וואו זי ווערט געשפייזט א צייט און צייטן און א האלבע צייט, ווייט פון דעם פנים פון דער שלאנג. \v 15 און די שלאנג האט אויסגעשפיגן פון איר מויל הינטער דער פרוי וואסער, ווי א שטראם, כדי זי זאל מיטגעריסן ווערן פון דעם שטראם. \v 16 און די ערד איז געקומען דער פרוי צו הילף, און די ערד האט אויפגעמאכט איר מויל, און איינגעשלונגען דעם שטראם, וואס די שלאנג האט אויסגעשפיגן פון איר מויל. \v 17 און די שלאנג איז געווארן צארנדיק אויף דער פרוי, און איז אוועק מלחמה האלטן מיט די איבריקע פון איר זאמען, וואס היטן אפ ה׳ס געבאטן און האבן דאס עדות פון יהושען/ישוען. \p \v 18 און זי (די שלאנג) האט זיך געשטעלט אויף דעם זאמד ביים ים. \c 13 \cl קאפיטל דרייצן \p \v 1 און איך האב געזען א חיה ארויפשטייגן אויס דעם ים, האבנדיק צען הערנער און זיבן קעפ, און אויף אירע הערנער צען דיאדעמען, און אויף אירע קעפ נעמען פון לעסטערונג. \v 2 און די חיה, וואס איך האב געזען, איז געווען ענלעך צו א לעמפערט, און אירע פיס, ווי פון א בער, און איר מויל, ווי דאס מויל פון א לייב; און די שלאנג האט איר געגעבן איר גבורה און איר טראן און גרויסע ממשלה. \v 3 און איינער פון אירע קעפ, ווי פארוואונדעט צום טויט; און איר טויטלעכע מכה האט זיך אויסגעהיילט; און די גאנצע ערד האט נאכגעקוקט מיט פארוואונדערונג אויף דער חיה; \v 4 און מען האט זיך געבוקט צו דער שלאנג, ווייל זי האט געגעבן די ממשלה צו דער חיה; אויך האט מען זיך געבוקט צו דער חיה, אזוי צו זאגן: ווער איז גלייך צו דער חיה? און ווער קען מלחמה האלטן מיט איר? \v 5 און עס איז איר געגעבן געווארן א מויל, וואס רעדט גרויסע זאכן און לעסטערונגען; און עס איז איר געגעבן געווארן מאכט צו טאן (אירע מעשים) צוויי און פערציק חדשים לאנג. \v 6 און זי האט געעפנט איר מויל צו לעסטערונגען אנטקעגן ה׳, צו לעסטערן זיין נאמען און זיין משכן און די, וועלכע וואוינען אין הימל. \v 7 און עס איז איר געגעבן געווארן צו פירן א מלחמה קעגן די קדושים, און זיי מנצח צו זיין; און עס איז איר געגעבן געווארן ממשלה איבער יעדן שבט און פאלק און לשון און אומה. (דניאל ז, כא, כה.) \v 8 און עס וועלן זיך בוקן צו איר אלע איינוואוינער פון דער ערד, וועמעס נאמען איז נישט פארשריבן אין דעם ספר החיים פון דעם לעמעלע, וואס איז געשחטן געווארן זינט בריאת העולם. \v 9 אויב עמיצער האט אן אויער, זאל ער הערן. \v 10 אויב איינער נעמט געפאנגען, וועט ער גיין אין געפאנגענשאפט; אויב איינער טייט מיט דער שווערד, מוז ער אליין געטייט ווערן מיט דער שווערד. דא אָ איז די סבלנות און דער גלויבן פון די קדושים. \p \v 11 און איך האב געזען אן אנדערע חיה ארויפשטייגן פון דער ערד; און זי האט געהאט צוויי הערנער, ענלעך צום לעמעלע, און גערעדט ווי א שלאנג. \v 12 און עס האט אויסגענוצט די גאנצע ממשלה פון דער ערשטער חיה פאר איר און מאכט די ערד און די, וואס וואוינען אויף איר, אז זיי זאלן זיך בוקן צו דער ערשטער חיה, וואס איר טויטלעכע מכה האט זיך אויסגעהיילט. \v 13 און טוט גרויסע מופתים, אז אפילו פייער פון הימל מאכט זי אראפנידערן אויף דער ערד פאר די מענטשן. \v 14 און פארפירט די איינוואוינער אויף דער ערד דורך די מופתים, וואס זענען איר געגעבן געווארן צו טאן פאר דער חיה; און זאגט צו די איינוואוינער אויף דער ערד, אז זיי זאלן מאכן א בילד צו דער חיה, וואס האט די וואונד פון דער שווערד און איז (געבליבן) לעבן. \v 15 און עס איז איר געגעבן געווארן אריינצוגעבן אטעם אין דעם בילד פון דער חיה, כדי דאס בילד פון דער חיה זאל אויך רעדן, און מאכן, אז אלע, וואס וועלן זיך נישט בוקן צום בילד פון דער חיה, זאלן געטייט ווערן. \v 16 און זי מאכט אלעמען, די קליינע און די גרויסע, סאי די רייכע סאי די ארעמע, סאי די פרייע סאי די קנעכט, אז זיי זאלן זיך געבן א סימן אויף זייער רעכטער האנט אדער אויף זייער שטערן; \v 17 און אז קיינער זאל נישט קענען קויפן אדער פארקויפן, אויב ער האט נישט דעם סימן, דעם נאמען פון דער חיה, אדער די צאל פון איר נאמען. \v 18 דא איז די חכמה. ווער עס האט פארשטאנד, דער זאל בארעכענען די צאל פון דער חיה; ווארום עס איז די צאל פון א מענטשן; און איר צאל איז זעקס הונדערט זעקס און זעכציק. \c 14 \cl קאפיטל פערצן \p \v 1 און איך האב געזען, און אָט דאס לעמעלע איז געשטאנען אויף דעם הר ציון, און מיט אים הונדערט פיר און פערציק טויזנט, וועלכע האבן געהאט זיין נאמען און זיין פאטערס נאמען אויפגעשריבן אויף זייערע שטערנס. \v 2 און איך האב געהערט א קול פון הימל, ווי דאס גערויש פון א סך וואסערן, און ווי דאס קול פון א געוואלטיקן דונער; און דאס קול, וואס איך האב געהערט, איז געווען ווי פון הארפנשפילער שפילנדיק אויף זייערע הארפעס; \v 3 און זיי זינגען א נייעם שיר פאר דעם כסא הכבוד און פאר די פיר חיות און זקנים; און קיינער האט נישט געקענט לערנען דעם שיר, אחוץ די הונדערט פיר און פערציק טויזנט, די אויסגעקויפטע פון דער ערד. \v 4 די דאזיקע זענען עס, וואס האבן זיך נישט באפלעקט מיט קיין פרויען; ווארום זיי זענען (ווי) בתולות. די דאזיקע פאלגן נאך דאס לעמעלע, וואו עס גייט נאר. די דאזיקע זענען אויסגעקויפט געווארן פון צווישן די מענטשן, ווי ביכורים פאר ה׳ און פאר דעם לעמעלע; \v 5 און אין זייער מויל איז נישט געפונען געווארן קיין שקר; ווארום זיי זענען אָן א מום. \v 6 און איך האב געזען אן אנדערן מלאך פליען אינמיטן הימל, האבנדיק אן אייביקע בשורה טובה אנצוזאגן צו די, וועלכע וואוינען אויף דער ערד און צו יעדער אומה און שבט און לשון און פאלק. \v 7 און האט געזאגט מיט א הויך קול: האט מורא פאר ה׳, און גיט אים אפ כבוד, ווייל עס איז געקומען די שעה פון זיין משפט; און בוקט זיך צום באשעפער פון הימל און ערד און ים און קוואלן וואסער. \p \v 8 און אן אנדערער, א צווייטער מלאך, האט נאכגעפאלגט, זאגנדיק: געפאלן, געפאלן איז בבל, די גרויסע, וועלכע האט געמאכט אנגעטרונקען אלע פעלקער מיט דעם צארנוויין פון איר זנות. \p \v 9 און אן אנדערער מלאך, א דריטער, האט זיי נאכגעפאלגט, זאגנדיק מיט א הויך קול: אויב איינער בוקט זיך צו דער חיה און איר בילד, און נעמט אָן דעם סימן אויף זיין שטערן אדער אויף זיין האנט, \v 10 וועט ער אויך טרינקען פון ה׳ס צארנוויין, וואס איז אנגעגאסן נישט אויסגעמישט אין דעם בעכער פון זיין צארן, און געפייניקט ווערן אין פייער און שוועבל פאר די הייליקע מלאכים און פאר דעם לעמעלע; \v 11 און דער רויך פון זייער פייניקונג שטייגט ארויף לעלמי עולמים; און עס האבן נישט קיין מנוחה בייטאג און ביינאכט די, וועלכע בוקן זיך צו דער חיה און איר בילד, און ווער עס נעמט אָן דעם סימן פון איר נאמען. \v 12 דא איז די סבלנות פון די קדושים, וועלכע היטן אפ ה׳ס געבאטן און די אמונה פון יהושען/ישוען. \p \v 13 און איך האב געהערט א קול פון הימל, אזוי צו זאגן: שרייב: וואויל איז די טויטע, וועלכע שטארבן אין דעם האר, פון איצט אָן! יא—זאגט דער גייסט—כדי זיי זאלן האבן מנוחה פון זייער מי; ווארום זייערע מעשים פאלגן זיי נאך. \p \v 14 און איך האב געזען, און אָט א ווייסער וואלקן, און אויף דעם וואלקן איז געזעסן איינער, ענלעך צום בר אנש, האבנדיק אויף זיין קאפ א גאלדענע קרוין, און אין דער האנט זיינער א שארף שניידמעסער. \v 15 און אן אנדערער מלאך איז ארויסגעגאנגען פון דעם היכל, שרייענדיק מיט א הויך קול צו אים, וואס איז געזעסן אויף דעם וואלקן: שיק דיין שניידמעסער, און שנייד; ווייל עס איז (שוין) געקומען די שעה צו שניידן, מחמת דער שניט פון דער ערד איז צייטיק געווארן. (יואל ד, יג.) \v 16 און דער, וואס איז געזעסן אויף דעם וואלקן, האט געווארפן זיין שניידמעסער אויף דער ערד; און די ערד איז געשניטן געווארן. \p \v 17 און אן אנדערער מלאך איז ארויסגעגאנגען פון דעם היכל אין הימל, און אויך ער האט געהאט א שארף שניידמעסער. \v 18 און אן אנדערער מלאך איז ארויסגעגאנגען פון דעם מזבח, דער, וואס האט געהאט ממשלה איבער דעם פייער; און האט גערופן מיט א הויך קול צו דעם, וועלכער האט געהאט דאס שארפע שניידמעסער, אזוי צו זאגן: שיק דיין שארף שניידמעסער, און זאמל איין די הענגלעך וויינטרויבן פון דעם וויינשטאק פון דער ערד; ווייל זיינע טרויבן זענען (שוין) רייף. \v 19 און דער מלאך האט געווארפן זיין שניידמעסער אויף דער ערד און האט געשניטן די וויינטרויבן פון דעם וויינשטאק פון דער ערד און זיי געווארפן אין דעם גרויסן וויינקעלטער פון ה׳ס צארן. \v 20 און דער וויינקעלטער איז געטרעטן געווארן אויסער דער שטאט, און בלוט איז ארויסגעפלאסן פון דעם וויינקעלטער, ביז צו די ציימלעך פון די פערד, א שטח פון טויזנט זעקס הונדערט אקער פעלד. \c 15 \cl קאפיטל פיפצן \p \v 1 און איך האב געזען אן אנדער מופת אין הימל, גרויס און וואונדערבאר: זיבן מלאכים, וועלכע האבן געהאט די זיבן לעצטע מכות, ווייל מיט די דאזיקע האט זיך פארענדיקט ה׳ס צארן. \p \v 2 און איך האב געזען, ווי א קריסטאלענעם ים געמישט מיט פייער; און די, וואס האבן גובר געווען די חיה און איר בילד און די צאל פון איר נאמען; און זיי זענען געשטאנען ביים קריסטאלענעם ים, האבנדיק הארפעס פון ה׳. \v 3 און זיי זינגען דאס ניגון פון משה (רבינו) ה׳ס קנעכט, און דאס ניגון פון דעם לעמעלע, אזוי צו זאגן: גרויס און וואונדערבאר זענען דיינע מעשים, האר, ג‑ט, אלמעכטיקער; גערעכט און אמת זענען דיינע דרכים, דו קעניג פון די פעלקער! \v 4 ווער וועט נישט מורא האבן פאר דיר, אָ האר, און נישט אפגעבן כבוד צו דיין נאמען? ווייל דו אליין ביסט הייליק; יא, אלע אומות (העולם) וועלן קומען און זיך בוקן פאר דיר; ווייל דיינע גערעכטע משפטים זענען אנטפלעקט געווארן. \p \v 5 און נאך דעם האב איך געזען, און עס האט זיך אויפגעמאכט דער היכל פון דעם משכן העדות אין הימל; \v 6 און עס זענען ארויסגעקומען פון דעם היכל די זיבן מלאכים, וועלכע האבן די זיבן פלאג, אנגעטאן אין ריינע לייוונט, וואס האט געגלאנצט, און ארומגעגארטלט ארום דער ברוסט מיט גארטלען פון גאלד. \v 7 און איינע פון די פיר חיות האט געגעבן די זיבן מלאכים זיבן גאלדענע געפעסן, פול מיט דעם צארן פון ה׳, וועלכער לעבט לעלמי עולמים. \v 8 און דער היכל האט זיך אנגעפילט מיט רויך פון דער הערלעכקייט פון ה׳ און פון זיין קראפט; און קיינער האט נישט געקענט אריינגיין אין דעם היכל אריין, ביז עס וועלן פארענדיקט ווערן די זיבן פלאג פון די זיבן מלאכים. \c 16 \cl קאפיטל זעכצן \p \v 1 און איך האב געהערט א הויך קול פון דעם היכל זאגן צו די זיבן מלאכים: גייט, און גיסט אויס די זיבן געפעסן פון ה׳ס צארן אויף דער ערד! \p \v 2 און דער ערשטער איז אוועק, און האט אויסגעגאסן זיין געפעס אויף דער ערד; און עס זענען געקומען בייזע און ווייטיקדיקע געשווירן אויף די מענטשן, וואס האבן געהאט דעם סימן פון דער חיה און וואס האבן זיך געבוקט צו איר בילד. \p \v 3 און דער צווייטער האט אויסגעגאסן זיין געפעס אויף דעם ים; און עס איז געווארן צו בלוט, ווי פון א מת; און עס איז אפגעשטארבן יעדעס לעבעדיקע באשעפעניש, וואס איז געווען אין ים. \p \v 4 און דער דריטער האט אויסגעגאסן זיין געפעס אויף די טייכן און קוואלן וואסערן; און זיי זענען געווארן צו בלוט. \v 5 און איך האב געהערט דעם מלאך פון די וואסערן זאגן: דו ביסט גערעכט, וואס ביסט און ביסט געווען, דער הייליקער, מחמת דו האסט אזוי געמשפט; \v 6 ווארום זיי האבן פארגאסן דאס בלוט פון קדושים און נביאים, און בלוט האסטו זיי געגעבן צו טרינקען; זיי זענען עס ווערט. \v 7 און איך האב געהערט דעם מזבח זאגן: יא, האר, ג‑ט אלמעכטיקער, ווארהאפטיק און גערעכט זענען דיינע משפטים! \p \v 8 און דער פערטער האט אויסגעגאסן זיין געפעס אויף דער זון; און עס איז איר געגעבן געווארן אפצוזענגען די מענטשן מיט פייער. \v 9 און די מענטשן זענען אפגעזענגט געווארן מיט א געוואלדיקער היץ, און האבן געלעסטערט דעם נאמען פון ה׳, וואס האט די מאכט איבער די דאזיקע מכות; און האבן נישט תשובה געטאן, אפצוגעבן כבוד צו אים. \p \v 10 און דער פיפטער האט אויסגעגאסן זיין געפעס אויף דעם טראן פון דער חיה; און איר מלכות איז פארפינסטערט געווארן; און זיי האבן זיך צעביסן זייערע צונגען פון שמארץ, \v 11 און געלעסטערט דעם ג‑ט פון הימל פאר זייערע יסורים און פאר זייערע געשווירן; און האבן נישט תשובה געטאן פון זייערע מעשים. \p \v 12 און דער זעקסטער האט אויסגעגאסן זיין געפעס אויף דעם גרויסן טייך, דעם טייך פרת; און זיין וואסער איז אויסגעטרוקנט געווארן, כדי עס זאל צוגעגרייט ווערן דער וועג פאר די מלכים פון דעם אויפגאנג פון דער זון. \v 13 און איך האב געזען פון דעם מויל פון דער שלאנג און פון דעם מויל פון דער חיה און פון דעם מויל פון דעם פאלשן נביא ארויסגיין דריי אומריינע רוחות, ווי פרעש; \v 14 ווארום זיי זענען טייוולאנישע גייסטער, וועלכע טאן אותות (ומופתים); און גייען צו די מלכים פון דער גאנצער באוואוינטער וועלט, זיי איינצוזאמלען צו דער מלחמה פון דעם גרויסן טאג פון ה׳, דעם אלמעכטיקן— \v 15 זע, איך קום ווי א גנב! וואויל איז דעם, וועלכער וואכט און היט אפ זיינע מלבושים, כדי ער זאל נישט ארומגיין נאקעט, און מען זאל נישט זען זיין שאנד!— \v 16 און זיי האבן זיי איינגעזאמלט אויף אן ארט, וואס הייסט אויף לשון קודש הר מגידון. \p \v 17 און דער זיבעטער האט אויסגעגאסן זיין געפעס אין דער לופטן; און עס איז ארויסגעקומען א הויך קול אויס דעם היכל, פון דעם כסא הכבוד, זאגנדיק: עס איז געשען! \v 18 און עס זענען געקומען בליצן און קולות און דונערן; און עס איז געווארן א געוואלדיקע ערדציטערניש, וואס אזעלכעס איז נישט געשען זינט עס איז געווען א מענטש אויף דער ערד, אזא ערדציטערניש, אזוי געוואלדיק. \v 19 און די גרויסע שטאט איז (צעריסן) געווארן אויף דריי חלקים, און די שטעט פון די אומות (העולם) זענען איינגעפאלן; און בבל די גרויסע איז געדענקט געווארן פאר ה׳, אז ער זאל איר געבן דעם בעכער פון צארנוויין פון זיין גרימצארן. \v 20 און יעדע אינדזל איז פארשווונדן, און די בערג האבן זיך מער נישט געפונען. \v 21 און א גרויסער האגל, ווי א צענטנער וואג, איז געפאלן פון הימל אויף די מענטשן; און די מענטשן האבן געלעסטערט ה׳ צוליב דער מכה פון האגל; ווייל די דאזיקע מכה איז געווען שרעקלעך גרויס. \c 17 \cl קאפיטל זיבעצן \p \v 1 און עס איז געקומען איינער פון די זיבן מלאכים, וועלכע האבן געהאט די זיבן געפעסן, און האט גערעדט מיט מיר, אזוי צו זאגן: קום, איך וועל דיר ווייזן דאס משפט פון דער גרויסער זונה, וואס זיצט אויף פיל וואסערן; \v 2 מיט וועלכער די מלכים פון דער ערד האבן מזנה געווען, און די איינוואוינער פון דער ערד האבן זיך אנגעשיכורט מיט דעם וויין פון איר זנות. \v 3 און ער האט מיך אוועקגעפירט אינם גייסט אין א מדבר אריין; און איך האב געזען א פרוי זיצן אויף א שארלאך רויטער חיה, פול מיט נעמען פון לעסטערונג, און מיט זיבן קעפ און צען הערנער. \v 4 און די פרוי איז געווען אנגעטאן אין פורפור און שארלאך, און אויסגעצירט מיט גאלד און איידלשטיינער און פערל, און האט געהאט א גאלדענעם בעכער אין איר האנט, פול פון אומווירדיקייטן און די אומזויבערקייטן פון איר זנות, \v 5 און אויף איר שטערן איז געווען אויפגעשריבן א נאמען, א סוד; בבל די גרויסע, די מוטער פון די זונות און פון די אומווירדיקייטן פון דער ערד. \v 6 און איך האב געזען די פרוי שכור מיט דעם בלוט פון די קדושים, און מיט דעם בלוט פון ישועס עדות. און זעענדיק זי, בין איך נשתומם געווארן מיט א גרויסער דערשטוינונג. \v 7 און דער מלאך האט צו מיר געזאגט; פארוואס ביסטו נשתומם געווארן? איך וועל דיר אויסזאגן דעם סוד פון דער פרוי, און פון דער חיה, וואס טראגט זי און וואס האט די זיבן קעפ און די צען הערנער. \v 8 די חיה, וואס דו האסט געזען, איז געווען, און איז (מער) נישטא, און וועט ארויפשטייגן אויס דעם תהום און גיין צו פארדארבונג. און די איינוואוינער אויף דער ערד, וועמעס נאמען איז נישט פארשריבן אין דעם ספר החיים פון בריאת העולם אָן, וועלן זיך וואונדערן, ווען זיי וועלן זען די חיה, אז זי איז געווען און איז (מער) נישטא און וועט ווידער זיין. \v 9 דא איז דער זין, וואס האט חכמה: די זיבן קעפ זענען זיבן בערג, אויף וועלכע די פרוי זיצט; \v 10 און זענען זיבן מלכים; פינף זענען געפאלן, איינער איז דא, דער אנדערער איז נאך נישט געקומען; און ווען ער וועט קומען, מוז ער בלייבן א קורצע צייט. \v 11 און די חיה, וואס איז געווען און איז (מער) נישטא, איז אליין אויך דער אכטער, און איז פון די זיבן; און גייט צו פארדארבונג. \v 12 און די צען הערנער, וואס דו האסט געזען, זענען צען מלכים, וועלכע האבן נאך נישט באקומען קיין קעניגרייך; נאר זיי באקומען ממשלה ווי מלכים מיט דער חיה אויף איין שעה. \v 13 די דאזיקע האבן איין מיינונג, און געבן זייער כוח און ממשלה צו דער חיה. \v 14 זיי וועלן מלחמה האלטן מיט דעם לעמעלע, און דאס לעמעלע וועט זיי מנצח זיין, ווייל עס איז האר איבער הארן, און קעניג איבער קעניגן; און די, וועלכע זענען מיט אים, זענען גערופענע און אויסדערוויילטע און געטרייע. \v 15 און ער זאגט צו מיר: די וואסערן, וואס דו האסט געזען, וואו די זונה זיצט, זענען פעלקער און המונים מענטשן און אומות און לשונות. \v 16 און די צען הערנער, וואס דו האסט געזען, און די חיה, זיי וועלן האסן די זונה, און וועלן זי מאכן וויסט און נאקעט, און וועלן פארצערן איר פלייש, און זי פארברענען אין פייער. \v 17 ווארום ה׳ האט עס זיי געגעבן אין זייערע הערצער אריין, צו טאן זיין עצה, און צו מאכן איין דעה, און צו געבן זייער קעניגרייך צו דער חיה, ביז ה׳ס ווערטער וועלן דערפילט ווערן. \v 18 און די פרוי, וואס דו האסט געזען, איז די גרויסע שטאט, וואס האט א מלכות איבער די מלכים פון דער ערד. \c 18 \cl קאפיטל אכצן \p \v 1 נאך דעם האב איך געזען אן אנדערן מלאך אראפקומען פון הימל, האבנדיק גרויס מאכט; און די ערד איז באלויכט געווארן פון זיין הערלעכקייט. \v 2 און ער האט א געשריי געטאן מיט א שטארק קול, אזוי צו זאגן: געפאלן, געפאלן איז בבל די גרויסע, און געווארן איז זי א וואוינונג פאר טייוולאנים, און א געפענקעניש פאר יעדן אומריינעם גייסט, און א תפיסה פאר איטלעכן אומריינעם און העסלעכן פויגל! \v 3 מחמת פון דעם צארנוויין פון איר זנות זענען געפאלן אלע פעלקער; און אלע מלכים פון דער ערד האבן מזנה געווען מיט איר, און פון דער שפע פון אירע תענוגים זענען די סוחרים פון דער ערד רייך געווארן. \p \v 4 און איך האב געהערט אן אנדער קול פון הימל זאגן: קומט ארויס פון איר, אָ מיין פאלק, כדי איר זאלט נישט האבן קיין אנטייל אין אירע זינד, און אז איר זאלט נישט באקומען פון אירע מכות; \v 5 ווייל אירע חטאים האבן דערגרייכט ביז צום הימל, און ה׳ האט זיך דערמאנט אירע אומגערעכטיקייטן. \v 6 פארגעלט איר, ווי זי האט פארגעלטן, און מאכט עס כפלי כפלים לויט אירע מעשים; אין דעם בעכער, אין וועלכען זי האט געמישט, זאלט איר מישן טאפלט פאר איר! \v 7 אויף וויפל זי האט זיך פארהערלעכט און געלאזט וואוילגיין, אויף אזויפיל זאלט איר איר געבן ליידן און פיין; ווייל אין איר הארץ זאגט זי: איך זיץ א מלכה, און בין נישט קיין אלמנה, און טרויער וועל איך אויף קיין פאל נישט זען. \v 8 דעריבער אין איין טאג וועלן זיי קומען, די מכות אירע, דער טויט און פיין און הונגער; און זי וועט פארברענט ווערן אין פייער; ווייל שטארק איז דער האר ג‑ט, וועלכער משפט זי. \v 9 און וויינען און קלאגן וועלן איבער איר די מלכים פון דער ערד, וועלכע האבן מיט איר מזנה געווען און זיך געלאזט וואוילגיין, ווען זיי וועלן קוקן אויף דעם רויך פון איר פייער; \v 10 פונדערווייטנס וועלן זיי בלייבן שטיין צוליב דער מורא פון אירע ליידן, און וועלן זאגן: וויי, וויי, די שטאט די גרויסע, בבל, די שטאט די שטארקע! מחמת אין איין שעה איז איר משפט געקומען. \v 11 און די סוחרים פון דער ערד וויינען און קלאגן איבער איר, ווייל קיינער קויפט נישט מער זייער סחורה; \v 12 סחורה פון גאלד און פון זילבער און פון טייערע שטיינער און פון פערל און פון פיינע לייוונט און פון פורפור און פון זיידנס און פון שארלאך, און יעדעס שמעקעדיקע האלץ און כלערליי כלים פון העלפאנטביין און אלע געפעסן פון קאסטבאר האלץ און פון קופער און אייזן און מארמארשטיין, \v 13 און צימערינג און באלזאם און רויך געווירצן און מירע און וויירויך און וויין און בוימל און זעמלמעל און ווייץ און לאסט בהמות און שאף, און פערד און וועגנס, און שקלאפן און מענטשלעכע נפשות. \v 14 און דאס פירות, וואס דיין זעל האט געגלוסט, איז אוועק פון דיר, און איטלעכע פראכט און גלאנץ איז דיר פארלוירן געגאנגען, און מען וועט זיי בשום אופן מער נישט געפונען. \v 15 די דאזיקע סוחרים, וואס זענען פון איר רייך געווארן, וועלן שטיין פונדערווייטנס צוליב דער אימה פון אירע ליידן, און וועלן וויינען און טרויערן, זאגנדיק: \v 16 וויי, וויי, די גרויסע שטאט, וואס איז געווען אנגעטאן אין סאטינס און פורפור און שארלאך, און אויסגעצירט מיט גאלד און קאסטבארע שטיינער און פערל! \v 17 אז אין איין (איינציקער) שעה איז אזא עשירות חרוב געווארן. און יעדער שיפסקאפיטאן, און יעדער איינער, וואס פארט (פון ארט) צו ארט אויף א שיף, און מאטראז, און אלע, וועלכע ארבעטן אויפן ים, זענען געשטאנען פונדערווייטנס, \v 18 און האבן געשריגן, זעענדיק דעם רויך פון איר ברענען, אזוי צו זאגן: ווער (צווישן שטעט) איז גלייך צו דער גרויסער שטאט? \v 19 און האבן געווארפן שטויב אויף זייערע קעפ, און געשריגן, וויינענדיק און קלאגנדיק, אזוי צו זאגן: וויי, וויי, דו גרויסע שטאט! אין וועלכער עס זענען רייך געווארן אלע, וואס האבן געהאט שיפן אויפן ים, פון איר וואוילשטאנד! אז אין איין (איינציקער) שעה איז זי חרוב געווארן. \v 20 פריי דיך איבער איר, אָ הימל, און די קדושים, און די שליחים, און די נביאים; ווייל ה׳ האט געמשפט אייער משפט אויף איר. \p \v 21 און א שטארקער מלאך האט אויפגעהויבן א שטיין, ווי א גרויסער מילשטיין, און אים געווארפן אין ים אריין, זאגנדיק: מיט אזא אימפעט אָ וועט בבל, די גרויסע שטאט, צעווארפן ווערן, און זיך שוין מער נישט געפינען! \v 22 און קיין קלאנג פון הארפנשפילער און זינגער און שפילער אויף א פלייט און טרומייטערער וועט שוין מער נישט געהערט ווערן אין דיר; און קיין קינסטלער פון קיין שום קונסט וועט אין דיר מער נישט געפונען ווערן; און דאס גערויש פון א מיל וועט מער נישט געהערט ווערן אין דיר; \v 23 און דאס ליכט פון א לייכטער וועט מער נישט שיינען אין דיר; און דאס קול פון א חתן און א כלה וועט מער נישט געהערט ווערן אין דיר; מחמת דיינע קויפלייט זענען געווען די פירשטן פון דער ערד; ווייל דורך דיין כישוף זענען פארפירט געווארן אלע פעלקער. \v 24 און אין איר איז געפונען געווארן דאס בלוט פון די נביאים און קדושים, און פון אלע הרוגים אויף דער ערד. \c 19 \cl קאפיטל ניינצן \p \v 1 נאך דעם האב איך געהערט ווי א הויך קול פון א גרויסן המון מענטשן אין הימל זאגן: הללויה! די ישועה און דער כבוד און די מאכט געהערן צו אונדזער ג‑ט; \v 2 ווייל ווארהאפטיק און גערעכט זענען זיינע משפטים; ווען ער האט געמשפט די גרויסע זונה, וואס האט פארדארבן די ערד מיט איר זנות, און זיך נוקם געווען פאר דעם בלוט פון זיינע קנעכט אויס איר האנט. \v 3 און א צווייטמאל האבן זיי געזאגט: הללויה! און דער רויך אירער שטייגט ארויף לעלמי עולמים! \v 4 און די פיר און צוואנציק זקנים זענען אנידערגעפאלן און די פיר חיות האבן זיך געבוקט צו ה׳, וועלכער זיצט אויף דעם כסא הכבוד, און האבן געזאגט: אמן! הללויה! \v 5 און עס איז ארויסגעגאנגען א קול פון דעם כסא הכבוד, אזוי צו זאגן: לויבט אונדזער ג‑ט, אלע זיינע קנעכט, איר, וועלכע האבן מורא פאר אים, די קליינע און די גרויסע. \v 6 און איך האב געהערט, ווי א קול פון א גרויסן המון מענטשן, און ווי דאס ברויזן פון א סך וואסערן, און ווי די קול פון שטארקע דונערן, זאגנדיק: הללויה! דען דער האר, אונדזער ג‑ט, דער אלמעכטיקער, איז געווארן מלך! \v 7 לאמיר זיך משמח זיין און פרייען, און אים אפגעבן כבוד; ווייל עס איז געקומען די סעודות נישואין פון דעם לעמעלע, און זיין ווייב האט זיך צוגעגרייט. \v 8 און עס איז איר געגעבן געווארן, זיך אנצוקליידן אין פיינער לייוונט, ליכטיק און לויטער; ווארום די פיינע לייוונט איז די צדקות פון די קדושים. \v 9 און ער האט צו מיר געזאגט: שרייב: וואויל איז די, וואס זענען גערופן צו דעם סעודות נישואין פון דעם לעמעלע! און ער האט צו מיר געזאגט: די דאזיקע זענען די ווארהאפטיקע ווערטער פון ה׳. \v 10 און איך בין אנידערגעפאלן פאר זיינע פיס, זיך צו בוקן צו אים. און ער האט צו מיר געזאגט; גיב אכטונג, טו דאס נישט; איך בין דיינער א מיטקנעכט און פון דיינע ברידער, וואס האבן דאס עדות פון יהושען/ישוען; צו ה׳ זאלסטו דיך בוקן; ווארום דאס עדות פון יהושען/ישוען, דאס איז דער רוח הנבואה. \p \v 11 און איך האב געזען דעם הימל אפן; און אָט א ווייס פערד און דער, וואס איז דערויף געזעסן, הייסט געטריי און ווארהאפטיק; און מיט גערעכטיקייט משפט ער און פירט מלחמה. \v 12 און זיינע אויגן זענען ווי א פלאם פייער, און אויף דעם קאפ זיינעם האט ער א סך קרוינען; און א נאמען אויפגעשריבן, וואס קיינער קען נישט אחוץ ער אליין. \v 13 און ער גייט אנגעטאן א מלבוש, איינגעטונקט אין בלוט; און זיין נאמען הייסט מימרא דה׳ (ה׳ס ווארט). \v 14 און די חיילות אין הימל האבן אים נאכגעפאלגט אויף ווייסע פערד, געקליידט אין פיינער לייוונט, לויטער ווייס. \v 15 און פון זיין מויל גייט ארויס א שארפע שווערד, כדי מיט איר זאל ער שלאגן די אומות (העולם); און ער וועט הערשן איבער זיי מיט אן אייזערנער רוט; און ער טרעט דעם וויינקעלטער פון דעם צארנוויין פון דעם אלמעכטיקן ה׳ס גרימצארן. \v 16 און האט א נאמען אויף זיין קלייד און אויף זיין דיך אויפגעשריבן: מלך המלכים און אדון האדונים. \p \v 17 און איך האב געזען א מלאך שטיין אין דער זון, און ער האט געשריגן מיט א הויך קול, אזוי צו זאגן צו אלע פייגל, וואס פליען אינמיטן הימל: קומט, זאמלט אייך איין צו ה׳ס גרויסער סעודה; \v 18 כדי איר זאלט עסן דאס פלייש פון מלכים און דאס פלייש פון הויפטלייט און דאס פלייש פון גיבורים און דאס פלייש פון פערד און פון זייערע רייטער, און דאס פלייש פון אלע פרייע (מענטשן) און פון קנעכט, פון קליין און פון גרויס! \p \v 19 און איך האב געזען די חיה, און די מלכים פון דער ערד און זייערע חיילות, פארזאמלט צו פירן מלחמה מיט דעם רייטער אויף דעם פערד און מיט זיינע הערשארן. \v 20 און די חיה איז געפאנגען געווארן, און מיט איר דער פאלשער נביא, וואס האט געטאן די אותות (ומופתים) פאר איר, מיט וועלכע ער האט פארפירט די, וואס האבן אנגענומען דעם סימן פון דער חיה און זיך געבוקט צו איר בילד; לעבעדיקערהייט זענען זיי ביידע אריינגעווארפן געווארן אין דעם טייך פון פייער, וואס ברענט מיט שוועבל; \v 21 און די איבריקע זענען געטייט געווארן מיט דער שווערד, וואס גייט ארויס פון דעם מויל פון דעם רייטער אויפן פערד; און אלע פייגל זענען זאט געווארן פון זייער פלייש. \c 20 \cl קאפיטל צוואנציק \p \v 1 און איך האב געזען א מלאך אראפנידערן פון הימל, האבנדיק דעם שליסל צום אפגרונט און א גרויסע קייט אין זיין האנט. \v 2 און ער האט געכאפט די שלאנג, דעם נחש הקדמוני, וואס איז דער טייוול (אליין) און דער שׂטן, און אים געבונדן אויף טויזנט יאר, \v 3 און אריינגעווארפן אין תהום אריין, און אים פארשלאסן און פארחתמעט פון אויבן, כדי ער זאל מער נישט פארפירן די פעלקער, ביז די טויזנט יאר וועלן זיך ענדיקן; דערנאך מוז ער לויז ווערן אויף א קורצער צייט. \p \v 4 און איך האב געזען טראנען, און מען האט זיך אנידערגעזעצט אויף זיי, און דאס משפט איז זיי געגעבן געווארן; און די נשמות פון די, וואס מען האט זיי אפגעהאקט דעם קאפ צוליב דעם עדות זאגן פון יהושען/ישוען און צוליב ה׳ס ווארט, און וועלכע האבן זיך נישט געבוקט צו דער חיה, נישט צו איר בילד, און נישט אנגענומען דעם סימן אויף זייער שטערן און נישט אויף זייער האנט; און זיי זענען לעבעדיק געווארן, און האבן געקעניגט צוזאמען מיט דעם משיח טויזנט יאר. \v 5 די איבריקע מתים זענען נישט לעבעדיק געווארן ביז די טויזנט יאר האבן זיך געענדיקט. דאס איז דאס ערשטע תחית המתים. \v 6 געבענטשט און הייליק איז דער, וואס האט א חלק אין דעם ערשטן אויפשטיין; איבער די דאזיקע האט דער צווייטער טויט נישט קיין שליטה; נאר זיי וועלן זיין כהנים פאר ה׳ און פאר דעם משיח, און וועלן קעניגן מיט אים די טויזנט יאר. און ווען עס וועלן זיך ענדיקן די טויזנט יאר, \v 7 וועט דער שׂטן ארויסגעלאזט ווערן פון זיין געפענקעניש, \v 8 און וועט ארויסגיין צו פארפירן די פעלקער אין די פיר עקן פון דער ערד, גוג און מגוג, זיי איינצוזאמלען צו דער מלחמה; זייער צאל איז ווי די צאל פון דעם זאמד ביים ים. \v 9 און זיי זענען ארויפגעגאנגען אויף דער ברייט פון דער ערד און האבן ארומגערינגלט די מחנה פון די קדושים און די געליבטע שטאט; און א פייער האט אראפגענידערט פון הימל, און זיי פארצערט. (יחזקאל לח, ב, כב.) \v 10 און דער טייוול, וואס האט זיי פארפירט, איז אריינגעווארפן געווארן אינם טייך פון פייער און שוועבל, וואו (עס געפינען זיך) אויך די חיה און דער פאלשער נביא; און זיי וועלן געפייניקט ווערן בייטאג און ביינאכט לעלמי עולמים. \p \v 11 און איך האב געזען א גרויסן ווייסן כסא הכבוד, און דעם, וועלכער איז געזעסן אויף אים; פאר זיין פנים זענען ערד און הימל אנטרונען; און קיין ארט האט זיך מער נישט געפונען פאר זיי. \v 12 און איך האב געזען די טויטע, די גרויסע און די קליינע, שטיין פאר דעם כסא הכבוד; און ספרים זענען געווען אויפגעמאכט; און אן אנדער ספר איז אויפגעמאכט געווארן, דאס איז דאס ספר החיים (בוך פון לעבן); און די מתים זענען געמשפט געווארן אויס דעם, וואס שטייט געשריבן אין די ספרים, לויט זייערע מעשים. \v 13 און דער ים האט אפגעגעבן די טויטע, וואס האבן זיך געפונען אין אים; און דער טויט און דאס שאול תחתית האבן אפגעגעבן די מתים, וואס זענען געווען אין זיי; און יעדער איינער איז געמשפט געווארן לויט זיינע מעשים. \v 14 און דער טויט און דאס שאול תחתית זענען אריינגעווארפן געווארן אין דעם טייך פון פייער. דאס איז דער צווייטער טויט—דער טייך פון פייער. \v 15 און ווער עס האט זיך נישט געפונען איינגעשריבן אין דעם ספר החיים, דער איז אריינגעווארפן געווארן אין דעם טייך פון פייער. \c 21 \cl קאפיטל איין און צוואנציק \p \v 1 און איך האב געזען א נייעם הימל און א נייע ערד; ווארום דער ערשטער הימל און די ערשטע ערד זענען פארגאנגען; און דער ים איז מער נישטא. (ישעיהו סה, יז.) \v 2 און די הייליקע שטאט ירושלים האב איך געזען אראפנידערן ביי אויס דעם הימל פון ה׳, צוגעגרייט ווי א כלה אויסגעצירט פאר איר מאן. \v 3 און האב געהערט א הויך קול פון דעם כסא הכבוד, אזוי צו זאגן: זע, דאס משכן פון ה׳ איז מיט די מענטשן, און ער וועט וואוינען צווישן זיי, און זיי וועלן זיין זיינע פעלקער, און ה׳ אליין וועט זיין מיט זיי, \v 4 און וועט אפווישן יעדע טרער פון זייערע אויגן; און דער טויט וועט שוין מער נישט עקזיסטירן; עס וועט מער נישט זיין קיין טרויער, קיין געשריי, קיין שמארץ; ווייל די ערשטע זאכן זענען פארביי. \v 5 און דער, וועלכער זיצט אויפן כסא הכבוד, האט געזאגט: זע, איך מאך אלץ ניי! נאך האט ער געזאגט: שרייב! מחמת די דאזיקע ווערטער זענען באגלויבט און ווארהאפטיק! \v 6 און האט צו מיר געזאגט: עס איז געשען. איך בין דער אלף און דער תוו, דער אנהויב און דער סוף. איך וועל געבן דעם דורשטיקן אויס דעם קוואל פון וואסער פון לעבן אומזיסט. \v 7 ווער עס איז מנצח, דער וועט ירשענען די דאזיקע זאכן; און איך וועל זיין צו אים פאר א ג‑ט, און ער וועט זיין צו מיר א זון. \v 8 די שרעקעוודיקע אבער און אומגלויביקע און אומווירדיקע און רוצחים און זונים און מכשפים און געצנדינער און אלע ליגנער, זייער חלק וועט זיין אין דעם טייך, וואס ברענט מיט פייער און שוועבל; דאס איז דער צווייטער טויט! \p \v 9 און עס איז געקומען איינער פון די זיבן מלאכים, וועלכע האבן געהאט די זיבן געפעסן, וואס זענען געווען אנגעפילט מיט די זיבן לעצטע מכות, און האט גערעדט מיט מיר, אזוי צו זאגן: קום, איך וועל דיר ווייזן די כלה, דעם לעמעלעס ווייב. \v 10 און האט מיך אוועקגעפירט אינם גייסט אויף א גרויסן און הויכן בארג, און מיר געוויזן די הייליקע שטאט ירושלים, אראפנידערן אויס דעם הימל פון ה׳, \v 11 האבנדיק ה׳ס הערלעכקייט; איר ליכט איז געווען גלייך צום טייערן שטיין, ווי א יאספיס שטיין, לויטער קריסטאל; \v 12 האבנדיק א גרויסע און הויכע מויער, מיט צוועלף טויערן, און אויף די טויערן צוועלף מלאכים; און נעמען זענען געווען אויפגעשריבן, וואס זענען די נעמען פון די צוועלף שבטים פון די קינדער ישראל; \v 13 פון מזרח זייט דריי טויערן, און פון צפון זייט דריי טויערן, און פון דרום זייט דריי טויערן, און פון מערב זייט דריי טויערן. \v 14 און די מויער פון דער שטאט האט צוועלף פונדאמענטן, און אויף זיי זענען די צוועלף נעמען פון די צוועלף שליחים פון דעם לעמעלע. \v 15 און דער, וואס האט מיט מיר גערעדט, האט געהאט א מאסשטאב, א גאלדענעם שטעקן, כדי צו מעסטן די שטאט און אירע טויערן און איר מויער. \v 16 און די שטאט ליגט פירעקיק, און איר לענג איז אזויפיל ווי איר ברייט; און ער האט געמאסטן די שטאט מיט דעם שטעקן, צוועלף טויזנט סטאדיען; איר לענג און ברייט און הויך זענען גלייך. \v 17 און האט געמאסטן איר מויער, הונדערט און פיר און פערציק איילן, ווי די מאס פון א מענטשן, דאס הייסט פון א מלאך. \v 18 און דער בוי פון איר מויער איז יאספיס; און די שטאט איז פון לויטער גאלד, ענלעך צו לויטער גלאז. \v 19 די פונדאמענטן פון דער מויער פון דער שטאט זענען באצירט מיט כלערליי טייערע שטיינער. דער ערשטער פונדאמענט, א יאספיס; דער צווייטער, א שאפיר; דער דריטער, א אגאט; דער פערטער, א שמאראק; \v 20 דער פיפטער, א סארדאניקס; דער זעקסטער, א רובין; דער זיבעטער, א כריזאליט; דער אכטער, א בעריל; דער ניינטער, א טאפאז; דער צענטער, א כריזאפראס; דער עלעפטער, א היאצינט; דער צוועלפטער, אן אמעטיסט. \v 21 און די צוועלף טויערן זענען צוועלף פערל, איטלעכעס איינע טויער איז געווען פון איין פערל; און די גאס פון דער שטאט לויטער גאלד, ווי דורכזיכטיק גלאז. \v 22 און קיין היכל האב איך אין איר נישט געזען; ווארום דער האר ג‑ט, כביכול, און דאס לעמעלע זענען איר היכל. \v 23 און די שטאט דארף נישט האבן די זון, נישט די לבנה, זי צו באלויכטן; ווארום דער כבוד פון ה׳ האט געשיינט איבער איר, און דאס לעמעלע איז איר ליכט. (ישעיהו ס, יט.) \v 24 און די פעלקער וועלן גיין אין איר ליכט; און די מלכים פון דער ערד ברענגען זייער הערלעכקייט צו איר. \v 25 און אירע טויערן וועלן נישט פארשלאסן ווערן בייטאג; ווארום עס וועט דארטן נישט זיין קיין נאכט; \v 26 און מען וועט ברענגען צו איר דעם כבוד און די פראכט פון די פעלקער; \v 27 און עס וועט בשום אופן אין איר נישט אריינגיין קיין שום טמא זאך, און ווער עס טוט אומווירדיקייט און שקר; נאר די, וואס זענען איינגעשריבן אין דעם לעמעלעס ספר החיים. \c 22 \cl קאפיטל צוויי און צוואנציק \p \v 1 און ער האט מיר געוויזן א שטראם פון וואסער פון לעבן, קלאר ווי קריסטאל, וואס איז ארויסגעגאנגען פון ה׳ס כסא הכבוד און פון דעם לעמעלע, \v 2 אינמיטן פון איר גאס. און פון דער זייט און פון יענער זייט פון דעם טייך א בוים פון לעבן, וואס ברענגט צוועלף מינים פירות, און גיט יעדן חודש זיין פרוכט; און די בלעטער פון דעם בוים זענען פאר א רפואה צו די פעלקער. \v 3 און עס וועט מער נישט זיין קיין קללה; און ה׳ס כסא הכבוד און דעם לעמעלע וועט זיין אין איר; און זיינע קנעכט וועלן אים דינען; \v 4 און וועלן זען זיין פנים; און זיין נאמען וועט זיין אויף זייערע שטערנס. \v 5 און קיין נאכט וועט מער נישט זיין; און מען דארף נישט דאס ליכט פון קיין לייכטער, נישט דאס ליכט פון דער זון; ווייל ג‑ט דער האר וועט לויכטן איבער זיי; און זיי וועלן קעניגן לעלמי עולמים. \p \v 6 און ער האט צו מיר געזאגט: די דאזיקע ווערטער זענען באגלויבט און ווארהאפטיק; און דער האר, דער ג‑ט פון די גייסטער פון די נביאים, האט געשיקט זיין מלאך, צו ווייזן זיינע קנעכט, וואס עס דארף געשען אינגיכן— \v 7 און זע, איך קום באלד—וואויל איז דעם, וועלכער היט אפ די ווערטער פון דער נבואה פון דעם דאזיקן ספר. \p \v 8 און איך, יוחנן, בין דער, וואס האט געזען און געהערט די דאזיקע זאכן. און ווען איך האב זיי געהערט און געזען, בין איך אנידערגעפאלן, כדי זיך צו בוקן פאר די פיס פון דעם מלאך, וועלכער האט מיר זיי געוויזן. \v 9 און ער האט צו מיר געזאגט: גיב אכטונג, טו דאס נישט! איך בין דיין מיטקנעכט און פון דיינע ברידער, די נביאים, און פון די, וואס היטן אפ די ווערטער, פון דעם דאזיקן ספר; צו ה׳ זאלסטו דיך בוקן! \p \v 10 און ער האט צו מיר געזאגט: פארחתמע נישט די ווערטער פון דער נבואה פון דעם דאזיקן ספר; ווארום די צייט איז נאענט. \v 11 ווער עס טוט אומרעכט, דער זאל ווייטער טאן אומרעכט; און דער טמא זאל ווייטער זיין טמא; און דער צדיק זאל ווייטער עוסק זיין אין צדקות; און דער קדוש זאל זיך ווייטער הייליקן! \v 12 זע, איך קום באלד; און מיין שכר איז מיט מיר, צו פארגעלטן יעדן איינעם לויט זיין מעשים. \v 13 איך בין דער אלף און דער תוו, דער ערשטער און דער לעצטער, דער אנהויב און דער סוף. \v 14 וואויל איז די, וועלכע וואשן זייערע קליידער, כדי זיי זאלן האבן רשות צום עץ החיים, און זאלן אריינקומען דורך די טויערן אין דער שטאט אריין. \v 15 אינדרויסן זענען די כלבים און די מכשפים און די זונים און די רוצחים און די געצנדינער, און יעדער איינער, וועלכער האט ליב און איז עוסק אין שקר. \p \v 16 איך, יהושע/ישוע, האב געשיקט מיין מלאך, עדות צו זאגן צו אייך די דאזיקע זאכן פאר די קהלות. איך בין דער שורש און דער צמח (יהושע; זכריה ג, ח; ו, יא-יב.) פון דוד (ישעיהו יא, א, י.), דער העלער מארגנשטערן. \v 17 און דער גייסט און די כלה זאגן: קום! און זאל דער הערער זאגן: קום! און דער דורשטיקער זאל קומען; און ווער עס וויל זאל נעמען פונם וואסער פון לעבן אומזיסט. \p \v 18 איך זאג עדות צו יעדן איינעם, וועלכער הערט די ווערטער פון דער נבואה פון דעם דאזיקן ספר: ווען עמיצער וועט צולייגן צו זיי, וועט ה׳ ארויפלייגן אויף אים די מכות, וואס שטייען געשריבן אין דעם דאזיקן ספר; \v 19 און אויב עמיצער וועט אוועקנעמען פון די ווערטער פון דעם ספר פון דער דאזיקער נבואה, וועט ה׳ אוועקנעמען זיין חלק פון דעם בוים פון לעבן און פון דער הייליקער שטאט, דערפון וואס שטייט געשריבן אין דעם דאזיקן ספר. \p \v 20 דער עדות פון די דאזיקע זאכן זאגט: יא, איך קום באלד. אמן; קום האר יהושע/ישוע! \p \v 21 דער חסד פון דעם האר יהושע/ישוע זאל זיין מיט אייך אלעמען. אמן.