\id PHP - Orthodox Yiddish Brit Chadasha \ide UTF-8 \h פיליפער בריוו \toc2 פיליפער \toc1 דער בריוו צו די פיליפער \mt דער בריוו צו די פיליפער \c 1 \p \v 1 פוילוס און טימאטעוס, קנעכט פונם משיח יהושע/ישוע, צו אלע הייליקע אינם משיח יהושע/ישוע, וועלכע געפינען זיך אין פיליפיען, מיט די משגיחים און שמשים: \v 2 חסד צו אייך און שלום פון ג‑ט אונדזער פאטער, און פון דעם האר יהושע/ישוע המשיח. \p \v 3 איך דאנק מיין ג‑ט אזוי אפט ווי איך דערמאן מיך אין אייך, \v 4 אלעמאל אין אלע מיינע תפילות פאר אייך אלעמען—תפילה טוענדיק מיט פרייד— \v 5 צוליב אייער חברותאשאפט אין דער בשורה טובה פון דעם ערשטן טאג אָן ביז איצט; \v 6 זייענדיק בטוח אין דער דאזיקער זאך, אז ער (ה׳), וואס האט אנגעהויבן א גוטע ארבעט אין אייך, וועט זי פארפאלקאמענען ביז צום טאג פונם משיח יהושע/ישוע; \v 7 ווי עס איז רעכט פאר מיר דאס דאזיקע צו דענקען וועגן אייך אלע, ווייל איך טראג אייך אין מיין הארץ, און אלע זענט איר אנטיילנעמער מיט מיר אין דעם חסד און אין מיינע קייטן, אין דער פארטיידיקונג און אין דער באפעסטיקונג פון דער בשורה טובה. \v 8 ווארום ה׳ איז מיין עדות, ווי איך בענק נאך אייך אלעמען אין דער בארמהארציקייט פונם משיח יהושע/ישוע. \v 9 און בין מתפלל אויף דעם דאזיקן, אז אייער ליבע זאל זיך אלץ שטארקן מער און מער אין דערקענטעניש און יעדער פארשטענדיקייט, \v 10 כדי אונטערשיידן די פארשיידענע זאכן, כדי איר זאלט זיין לויטער און וואס דערפירן נישט צום שטרויכלען ביז צום טאג פונם משיח, \v 11 אנגעפילט מיט דער פרוכט פון צדקות, וועלכע איז דורך יהושע/ישוע המשיחן, צו ה׳ס כבוד און לויב. \p \v 12 און איך וויל אייך מודיע זיין, ברידער, אז דאס, וואס איז מיר געשען, איז גאר נאך מער אויסגעפאלן צום פארטשריט פון דער בשורה טובה, \v 13 אזוי, אז מיינע קייטן צוליב משיחן זענען אנטפלעקט געווארן אין דעם גאנצן פרעטאריום און אין אלע אנדערע (ערטער); \v 14 און דאס רוב פון די ברידער אינם האר איז דערמוטיקט געווארן דורך מיינע קייטן, מיט נאך מער מוט, אומדערשראקן צו רעדן ה׳ס ווארט. \v 15 אייניקע טאקע צוליב קנאה און מחלוקת, און אנדערע פון גוטן ווילן דרשענען דעם משיח; \v 16 די דאזיקע טאן עס פון ליבע, וויסנדיק, אז איך בין באשטימט געווארן צום פארטיידיקן די בשורה טובה; \v 17 אבער יענע מיט אומריינע מאטיוון מאכן באקאנט דעם משיח, נישט אויף ריכטיקערהייט, צילנדיק צוצולייגן א צרה צו מיינע קייטן. \v 18 דעריבער וואס? נאר על כל פנים, צי אלס אן אויסרייד אדער באמת, משיח ווערט אויסגערופן: און אין דעם דאזיקן פריי איך מיך, און וועל מיך נאך פרייען. \v 19 ווארום איך ווייס, אז דאס דאזיקע וועט אויספאלן צו מיין ישועה, דורך אייער מתפלל זיין און דורך דער הילף פון יהושע/ישוע המשיחס גייסט, \v 20 לויט מיין ערנסטער דערווארטונג און בטחון, אז איך וועל אין גארנישט פארשעמט ווערן, נאר אין יעדער מוטיקייט, ווי אלעמאל, אזוי אויך איצט, וועט משיח פארהערלעכט ווערן אין מיין לייב, סאי דורכן לעבן און סאי דורכן טויט. \v 21 ווארום פאר מיר איז משיח דאס לעבן און דאס שטארבן—א געווינס. \v 22 נאר אויב צו לעבן אין דעם פלייש, איז דאס דאזיקע פאר מיר פרוכט פון ארבעט; און איך ווייס נישט וואס אויסצודערוויילן. \v 23 און פון ביידע זייטן בין איך אין א פארלעגנהייט, האבנדיק דעם פארלאנג נפטר צו ווערן און צו זיין מיט משיחן, ווייל עס איז פיל בעסער; \v 24 צו בלייבן אבער אינם פלייש איז פיל נויטיקער פאר אייערטוועגן. \v 25 און דאס דאזיקע ווייס איך גאנץ געוויס, אז איך וועל בלייבן און זיין מיט אייך אלעמען צו אייער שטארקונג און שמחה פון גלויבן; \v 26 כדי אייער בארימען זיך אינם משיח יהושע/ישוע זאל פארמערט ווערן דורך מיין קומען צו אייך נאכאמאל. \p \v 27 נאר פירט זיך אויף ווי עס שטייט אָן דער בשורה טובה פונם משיח, כדי צי איך קום און זע אייך, אדער קום נישט און הער וועגן אייך, אז איר שטייט אין איין גייסט, און ראנגלען צוזאמען מיט איין נפש פאר דער אמונה פון דער בשורה טובה, \v 28 און אין גארנישט אנגעשראקן פון די קעגנער: וועלכעס איז צו זיי א באווייז פון פארלוירן ווערן, צו אייך אבער פון רעטונג, און דאס דאזיקע איז פון ה׳; \v 29 ווייל צו אייך איז געגעבן געווארן פון וועגן דעם משיח, נישט נאר צו גלויבן אין אים, נאר אויך צו ליידן פאר אים; \v 30 האבנדיק דעם זעלביקן ראנגלעניש, וועלכן איר האט געזען אין מיר, און איצט הערט איר איז אין מיר. \c 2 \cl קאפיטל צוויי \p \v 1 אויב דעריבער סע געפינט זיך וואסער טרייסט אין דעם משיח, אויב א מיטגעפיל פון ליבע, אויב א חברותאשאפט פון דעם גייסט, אויב רחמים און בארעמהארציקייט, \v 2 מאכט מיין שמחה פול, אז איר זאלט דענקען דאס זעלביקע, האבנדיק די זעלביקע ליבע, זייענדיק אייניק, האבנדיק איין מחשבה; \v 3 גארנישט טוענדיק דורך צאנקעריי אדער פוסטער גאווה, נאר עניוותדיקערהייט האלטנדיק איינער דעם אנדערן ווי גרעסער פון זיך אליין; \v 4 נישט אכטונג געבנדיק נאר אויף זיין אייגנס, נאר אויך אויף יענעמס. \v 5 זאל ביי אייך זיין די זעלביקע מחשבה, וואס איז געווען אין דעם משיח יהושע/ישוע, \v 6 וועלכער, זייענדיק אין דעם געשטאלט פון ג‑ט, האט עס נישט באטראכט פאר א חזקה פעסטצוהאלטן גלייך צו זיין צו ה׳, \v 7 נאר האט זיך אויסגעליידיקט, נעמענדיק אויף זיך דאס געשטאלט פון א קנעכט, ווערנדיק ענלעך צו מענטשן; \v 8 און געפונען ווערנדיק אין מענטשלעכער פארם, האט ער זיך נידריק געמאכט און איז געווארן געהארכזאם ביז צום טויט—דעם טויט אויפן בוים. \v 9 דערפאר טאקע האט אויך ה׳ אים זייער דערהייבט, און אים געשענקט דעם נאמען, וואס איז איבער יעדן נאמען, \v 10 כדי אין דעם נאמען יהושע/ישוע זאל זיך בייגן יעדע קני, וואס איז אין הימל און אויף דער ערד און אונטער דער ערד, \v 11 און יעדע צונג זאל מודה זיין, אז יהושע/ישוע המשיח איז האר, צום כבוד פון ג‑ט דעם פאטער. \p \v 12 דעריבער, מיינע געליבטע, ווי איר זענט תמיד געווען געהארכזאם, נישט נאר אין מיין אנוועזנהייט (ביי אייך), נאר פיל מער איצט אין מיין אפוועזנהייט, אזוי ארבעט אויס אייער אייגענע ישועה מיט יראה און מיט ציטערניש; \v 13 ווארום ה׳ איז עס, וואס ווירקט אין אייך סאי צו וועלן סאי צו טאן לויט זיין רצון. \v 14 טוט אלץ אָן מורמלען און וויכוחים, \v 15 כדי איר זאלט זיין אָן שולד און אָן פאלשקייט, קינדער פון ה׳ אָן א מום אין דער מיט פון א פארקרימט און א פארדרייט דור, צווישן וועלכע איר שיינט ווי ליכט אין דער וועלט, \v 16 פעסטהאלטנדיק דאס ווארט פון לעבן, מיר צום רום אינם טאג פון דעם משיח, אז איך בין נישט אומזיסט געלאפן און האב נישט אומזיסט געפראצעוועט. \v 17 נאר אויב איך זאל אפילו אויסגעגאסן ווערן אויף דעם קרבן און עבודה פון אייער אמונה, פריי איך מיך, און פריי מיך מיט אייך אלע צוזאמען; \v 18 און איבער דעם דאזיקן זאלט איר זיך אויך פרייען און מיטפרייען מיט מיר. \p \v 19 און איך האף אין דעם האר יהושע/ישוע צו שיקן טימאטעוסן צו אייך אין גיכן, כדי איך זאל זיך אויך פילן בארואיקט, דערוויסנדיק זיך ווי עס דערגייט אייך. \v 20 ווארום איך האב נישט קיינעם, וואס איז גלייך צו אים אין גייסט, וועלכער זאל ווירקלעך פאר אייך זארגן. \v 21 ווארום אלע זוכן זייערע אייגענע עסקים, נישט דאס, וואס איז שייך יהושע/ישוע המשיחן. \v 22 איר אבער ווייסט זיין אויסגעפרואווטקייט, אז ווי א קינד צו זיין פאטער, אזוי האט ער געארבעט ווי א קנעכט מיט מיר אין דער בשורה טובה. \v 23 האף איך דעריבער אים צו שיקן, אזוי גיך ווי נאר איך וועל זיך דערוויסן, וואס מיט מיר וועט געשען, \v 24 און האב בטחון אין דעם האר, אז איך אליין וועל אויך באלד קומען צו אייך. \v 25 איך האב אבער געהאלטן פאר נויטיק צו שיקן צו אייך עפאפראדיטוסן, מיין ברודער און מיטארבעטער און מיטזעלנער, אייער שליח און דינער אין מיין נויט; \v 26 ווייל ער האט געבענקט נאך אייך אלעמען, און זיך שטארק מצער געווען צוליב דעם, וואס איר האט געהערט, אז ער איז קראנק געווען; \v 27 ווארום ער איז טאקע געווען טויטקראנק; נאר ה׳ האט זיך מרחם געווען אויף אים, און נישט נאר אויף אים אליין, נאר אויך אויף מיר, כדי איך זאל נישט האבן טרויער אויף טרויער. \v 28 איך האב אים דעריבער מער איילנדיק געשיקט, כדי איר זאלט זיך פרייען, ווידער זעענדיק אים, און איך זאל זיין אָן זארג. \v 29 זייט זשע אים מקבל אין דעם האר מיט יעדער שמחה; און טיילט צו כבוד אזעלכע ווי ער איז; \v 30 ווייל צוליב דעם ווערק פון משיח איז ער געקומען נאענט צום טויט, ריזיקירנדיק מיטן לעבן כדי צו דערפילן דאס, וואס האט געפעלט אין אייער באדינונג פאר מיר. \c 3 \cl קאפיטל דריי \p \v 1 ווייטער, ברידער מיינע, פריידט זיך אינם האר. צו שרייבן צו אייך די זעלביקע זאכן איז פאר מיר נישט קיין לאסט, פאר אייך אבער איז עס א פארזיכערונג. \p \v 2 היט זיך פאר די כלבים, היט זיך פאר די שלעכטע ארבעטער, היט זיך פאר דער קערפערלעכער באשניידונג; \v 3 ווארום מיר זענען די (פון דער אמתער) באשניידונג, וואס דינען ה׳ דורכן גייסט, וואס בארימען זיך אינם משיח יהושע/ישוע, און האבן נישט קיין בטחון אויף דעם גשמיותדיקן; \v 4 הגם איך וואלט אויך געקענט האבן בטחון אויף דעם גשמיותדיקן; אויב אן אנדערער מיינט, ער קען האבן בטחון אויף דעם גשמיותדיקן, קען איך פיל מער; \v 5 מיך האט מען מל געווען דעם אכטן טאג, איך בין פונם פאלק ישראל, פונם שבט בנימין, אן עברי פון די עברים, א פרוש לויט דער תורה; \v 6 לויט דער קנאות—א רודף פון דער קהלה; וואס שייך דער צדקות, וועלכע קומט פון דער תורה, אָן א מום. \v 7 נאר די זאכן, וואס זענען פאר מיר געווען א געווינס, זיי האב איך באטראכט ווי א פארלוסט פאר משיחס וועגן. \v 8 יא, איך באטראכט טאקע אלץ ווי א פארלוסט פון וועגן דער דערהויבנקייט פון דער דערקענטעניש פונם משיח יהושע/ישוע מיין האר, צוליב וועמען איך האב אלץ פארלוירן, און איך באטראכט אלץ ווי מיסט, כדי איך זאל געווינען משיחן, \v 9 און געפינען ווערן אין אים, נישט מיט מיין (אייגענער) צדקות, וועלכע איז פון דער געזעץ, נאר מיט דער, וואס איז דורך גלויבן אינם משיח—ה׳ס צדקות, וועלכע קומט דורך אמונה; \v 10 אז איך זאל אים קענען, און די מאכט פון זיין אויפשטיין (תחית המתים), און די חברותאשאפט פון זיינע עינויים, ענלעך ווערנדיק צו זיין טויט; \v 11 אפשר וועט זיך ווי עס איז דערגרייכן צו תחית המתים. \v 12 נישט אז איך האב שוין דערגרייכט, אדער בין שוין פולקום געווארן; נאר איך יאג נאך, אפשר וועל איך אויך דערגרייכן, ווי איך בין דערגרייכט געווארן פונם משיח יהושע/ישוע. \v 13 ברידער, איך האלט מיך נישט ווי איך וואלט שוין דערגרייכט, נאר איין זאך (טו איך): איך פארגעס דאס, וואס פון הינטן, און שטרעק מיך אויס נאך דעם, וואס איז פאר מיר, \v 14 איך יאג מיך צום ציל נאך דעם שכר פון ה׳ס הויכער בארופונג אינם משיח יהושע/ישוע. \v 15 דעריבער, אזעלכע וואס זענען שוין שלמותדיק, לאמיר דענקען דאס דאזיקע; און אויב איר דענקט אנדערש וועגן עפעס, אויך דאס דאזיקע וועט ה׳ אייך אנטפלעקן; \v 16 דאך, לאמיר לעבן לויט דעם, וואס מיר האבן שוין דערגרייכט. \p \v 17 ברידער, זייט מיינע מיטנאכפאלגער; און פארקוקט זיך אויף די, וואס לעבן אזוי, ווי איר האט אונדז פאר א ביישפיל. \v 18 ווארום א סך לעבן, וועגן וועמען איך האב אייך מערערע מאל געזאגט, און איצט זאג איך אייך וויינענדיק, אז זיי זענען די שונאים פון משיחס בוים; \v 19 זייער סוף איז פארדארבונג, זייער ג‑ט איז דער בויך, און זייער רום איז אין זייער חרפה, זיי דענקען (נאר) פון ערדישע זאכן. \v 20 ווארום אונדזער בירגער רעכט איז אין הימל, פונוואנען מיר דערווארטן אויך דעם גואל, דעם האר יהושע/ישוע המשיח, \v 21 וועלכער וועט איבעראנדערשן דעם גוף פון אונדזער שיפלות, גלייך צו ווערן צום גוף פון זיין כבוד, לויט דער קראפט, מיט וועלכער ער קען אלץ אונטערטעניקן צו זיך אליין. \c 4 \cl קאפיטל פיר \p \v 1 דערפאר, ברידער מיינע געליבטע, נאך וועמען איך בענק (אזוי), מיין פרייד און מיין קרוין, שטייט אזוי פעסט אינם האר, געליבטע מיינע. \v 2 איך בין מזהיר די עוואדיא, און בין מזהיר די סינטיכע, אז זיי זאלן זיין אייניק אין זייערע געדאנקען אינם האר. \v 3 יא, און דיך בעט איך אויך, געטרייער סיזיגוס, העלף זיי, וועלכע האבן מיט מיר מיטגעארבעט אין דער בשורה טובה, מיט קלעמענסן און די איבריקע מיטארבעטער מיינע, וועמעס נעמען זענען אינם ספר החיים. \p \v 4 פריידט זיך אלעמאל אינם האר; נאכאמאל זאג איך: פריידט זיך. \v 5 זאל אייער באשיידנקייט באקאנט ווערן צו אלע מענטשן. דער האר איז נאענט. \v 6 זארגט נישט וועגן קיין שום זאך; נאר אין אלעם, דורך תפילה און תחנונים מיט דאנק, זאלן אייערע בקשות באקאנט ווערן צו ה׳. \v 7 און דער שלום פון ה׳, וואס איז העכער פון יעדער שכל, וועט באוואכן אייערע הערצער און אייערע מחשבות אינם משיח יהושע/ישוע. \p \v 8 צום סוף, ברידער, אלץ וואס איז נאר אמת, בכבודיק, גערעכט, לויטער, ליבלעך, האט א גוטן שם; אויב א גוטע מידה און אויב עפעס צום לויבן, זאלט איר דערפון נאכטראכטן. \v 9 די זאכן, וועלכע איר האט געלערנט און אנגענומען און געהערט און געזען אין מיר, די דאזיקע זאלט איר טאן: און דער ג‑ט פון שלום וועט זיין מיט אייך. \p \v 10 און איך האב מיך זייער געפריידט אינם האר, אז איר האט ווידעראמאל באלעבט אייער זארגן פאר מיר; איר האט מיך טאקע תמיד אין זינען געהאט, נאר עס האט אייך געפעלט א געלעגנהייט. \v 11 נישט אויס נויט זאג איך דאס: ווארום איך האב געלערנט, אין וואס פאר א מעמד איך זאל מיך נישט געפינען, אויסצוקומען מיט דעם, וואס איך האב. \v 12 איך ווייס (וואס עס איז) צו זיין דערנידעריקט, און ווייס (וואס עס איז) צו האבן א שפע: איך האב געלערנט אין אלץ און אין אלעם, סאי זאט צו זיין סאי צו ליידן הונגער, סאי צו האבן א שפע סאי צו ליידן נויט. \v 13 איך קען אלץ (פארטראגן) דורך אים, וועלכער שטארקט מיך. \v 14 דאך האט איר גוט געטאן דערמיט, וואס איר האט געהאט חברותאשאפט מיט מיר אין מיין ליידן. \v 15 און אפילו איר, פיליפער, ווייסט, אז אין אנהויב פון דער בשורה טובה, ווען איך האב פארלאזט מאצעדאניען, האט קיין איין קהלה מיט מיר נישט געהאט קיין חברותאשאפט וואס שייך דער פראגע פון געבן און נעמען, אחוץ איר אליין; \v 16 אז אפילו אין טעסאלאניקא האט איר מיר געשיקט איינמאל און א צווייטמאל פאר מיינע באדערפענישן. \v 17 נישט אז איך בין אויסן די מתנה; נאר איך זוך די פרוכט, וואס זאל זיך פארמערן צו אייער חשבון. \v 18 איצט האב איך פון אלעם און (אפילו נאך) א שפע; איך בין אנגעפילט, האבנדיק באקומען פון עפאפראדיטוסן דאס, וואס איר האט געשיקט, א געשמאקן ריח, א קרבן, וואס איז אנגענעם און וואוילגעפעלן צו ה׳. \v 19 און מיין ג‑ט וועט אנפילן אלע אייערע נויטן לויט זיין עשירות אין כבוד אינם משיח יהושע/ישוע. \v 20 און צו ג‑ט אונדזער פאטער זאל זיין דער כבוד לעלמי עולמים. אמן! \p \v 21 גיט אפ שלום אלע הייליקע אינם משיח יהושע/ישוע. די ברידער, וואס זענען מיט מיר געבן אייך אפ שלום. \v 22 אלע הייליקע געבן אייך אפ שלום, נאר גאנץ באזונדערס די פון קיסרס הויז. \p \v 23 זאל דער חסד פון דעם האר יהושע/ישוע המשיח זיין מיט אייער גייסט. אמן.