\id PHM - Orthodox Yiddish Brit Chadasha \ide UTF-8 \h פילעמאן בריוו \toc2 פילעמאן בריוו \toc1 דער בריוו פון פוילוס דעם שליח צו פילעמאן \mt דער בריוו פון פוילוס דעם שליח צו פילעמאן \c 1 \p \v 1 פוילוס, א געפאנגענער פונם משיח יהושע/ישוע, און טימאטעוס דער ברודער, צו פילעמאן דעם געליבטן (מאן) און אונדזער מיטארבעטער, \v 2 און צו אפפיא אונדזער שוועסטער, און צו ארכיפוסן אונדזער מיטזעלנער, און צו דער קהלה אין דיין הויז: \v 3 חסד צו אייך און שלום פון ג‑ט אונדזער פאטער און פון דעם האר יהושע/ישוע המשיח. \p \v 4 איך דאנק ה׳ אין יעדער צייט, דערמאנענדיק דיך אין מיינע תפילות, \v 5 ווייל איך האב געהערט פון דיין ליבע און דער אמונה, וואס דו האסט צום האר יהושע/ישוע און צו אלע הייליקע; \v 6 כדי די חברותאשאפט פון דיין אמונה זאל ווערן ווירקזאם אין דער דערקענטעניש פון אלעם גוטן, וואס איז אין אונדז, צום משיח. \v 7 ווארום איך האב געהאט א גרויסע פרייד און טרייסט איבער דיין ליבע, ווייל די הערצער פון די קדושים זענען דערקוויקט געווארן דורך דיר, מיין ברודער. \p \v 8 דעריבער, הגם איך האב די פולע פרייהייט אינם משיח דיר צו באפעלן וואס איז רעכט, \v 9 (דאך) צוליב דער ליבע, וועל איך ליבער בעטן, אזעלכער בין איך, פוילוס דער זקן, און איצט אויך א געפאנגענער פונם משיח יהושע/ישוע; \v 10 איך בעט דיך פאר מיין זון, וועלכן איך האב געבוירן אין מיינע קייטן, פאר אנעסימוסן, \v 11 וואס אמאל איז ער פאר דיר געווען אומנוצלעך, איצט אבער זייער נוצלעך סאי פאר דיר סאי פאר מיר; \v 12 איך האב אים צוריקגעשיקט צו דיר, אים אליין, דאס הייסט מיין הארץ; \v 13 איך האב אים גערן געוואלט האלטן ביי מיר, כדי ער, אלס דיין פארטרעטער, זאל מיר דינען אין די קייטן פון דער בשורה טובה; \v 14 אָן דיין וויסן אבער האב איך גארנישט געוואלט טאן; כדי דיין טובה זאל נישט זיין געצוואונגען, נאר פון גוטן ווילן. \v 15 ווארום אפשר האט ער זיך צוליב דעם אפגעשיידט (פון דיר) לפי שעה, כדי דו זאלסט אים באקומען אויף אייביק; \v 16 נישט מער ווי א קנעכט, נאר העכער פון א קנעכט, ווי א געליבטן ברודער, איבערהויפט פאר מיר, און וויפל מער פאר דיר סאי אין דעם פלייש סאי אין דעם האר. \v 17 אויב דעריבער דו האלטסט מיך פאר א חבר, נעם אים אויף ווי מיך אליין. \v 18 און אויב ער האט דיך עפעס באעוולט, אדער איז דיר שולדיק, רעכן דאס דאזיקע מיר צו; \v 19 איך, פוילוס, האב עס געשריבן מיט מיין אייגענער האנט, איך וועל עס אפצאלן; הגם איך זאג דיר נישט, אז דו ביסט אפילו דיך אליין מיר שולדיק. \v 20 יא, מיין ברודער, לאז מיך א הנאה האבן פון דיר אינם האר; דערקוויק מיין הארץ אין דעם משיח. \v 21 איבערצייגט פון דיין געהארכזאמקייט, האב איך געשריבן צו דיר, ווייל איך ווייס, אז דו וועסט טאן מער ווי איך זאג. \v 22 און אין דער זעלביקער צייט גרייט אויך צו פאר מיר א גאסטשטיבל; ווארום איך האף, אז דורך אייערע תפילות, וועל איך געשענקט ווערן צו אייך. \p \v 23 עפאפראס, מיין מיטגעפאנגענער אינם משיח יהושע/ישוע, לאזט דיר אפגעבן שלום, \v 24 (אויך) מארקוס, אריסטארכוס, דעמאס, לוקאס, מיינע מיטארבעטער. \p \v 25 זאל דער חסד פון דעם האר יהושע/ישוע המשיח זיין מיט אייער גייסט.