\id MRK - Orthodox Yiddish Brit Chadasha \ide UTF-8 \h מארקוס \toc2 מארקוס \toc1 די גוטע בשורה לויט מארקוס \mt די גוטע בשורה לויט מארקוס \c 1 \p \v 1 דאס איז דער אנהויב פון דער בשורה טובה פון יהושע/ישוע המשיח, דעם זון פון דער אויבערשטער. \v 2 לויט ווי עס שטייט געשריבן אין ישעיהו הנביא: \q זע, איך שיק מיין שליח פאר דיין פנים, \q ער וועט צוגרייטן דיין וועג; (מלאכי ג, א.) \q \v 3 א קול פון איינעם, וואס רופט אויס אין דער מדבר: \q מאכט פארטיק דעם הארס וועג, \q גלייכט אויס זיינע שטעגן! (ישעיהו מ, ג.) \p \v 4 יוחנן איז געקומען, וואס האט טובל געווען אין דער מדבר, אויסרופנדיק א מקווה פון תשובה צו דער פארגעבונג פון זינד. \v 5 און עס איז ארויסגעגאנגען צו אים דאס גאנצע לאנד יהודה, און אלע לייט פון ירושלים; און זענען געטובלט געווארן אין א מקווה פון אים אין דעם טייך ירדן, און האבן זיך מתוודה געווען אויף זייערע זינד. \v 6 און דער יוחנן איז געווען אנגעטאן אין קעמל האר, און א לעדערנער גארטל ארום זיינע לענדן, און האט געגעסן היישעריקן און ווילדן האניק. \v 7 און ער האט אויסגערופן, אזוי צו זאגן: עס קומט נאך מיר דער, וואס איז שטארקער פון מיר; וואס איך בין נישט ווערט זיך איינצובייגן און אויפצובינדן דאס שנירל פון זיינע שיך. \v 8 איך האב אייך טובל געווען מיט וואסער אין א מקווה, ער אבער וועט אייך טובל זיין אין א מקווה מיט דעם רוח הקודש. \p \v 9 און עס איז געשען, אין יענע טעג איז יהושע/ישוע געקומען פון נצרת אין גליל, און איז געטובלט געווארן אין א מקווה פון יוחנן אינם ירדן. \v 10 און גלייך ווי ער איז ארויסגעשטיגן אויס דעם וואסער, האט ער געזען דעם הימל געשפאלטן, און דעם גייסט ווי א טויב אראפשוועבן אויף אים; \v 11 און עס איז געקומען א קול אויס דעם הימל: דו ביסט מיין געליבטער זון, אין דיר האב איך א וואוילגעפעלן! \p \v 12 און גלייך טרייבט אים דער גייסט אין דער מדבר אריין. \v 13 און ער איז געווען אין דער מדבר פערציק טעג, ווערנדיק אויסגעפרואווט פונם שׂטן; און איז געווען מיט די ווילדע חיות; און די מלאכים האבן אים באדינט. \v 14 און נאך דעם ווי יוחנן איז איבערגעגעבן געווארן, איז יהושע/ישוע געקומען קיין גליל, און האט אויסגערופן די בשורה טובה פון ה׳, \v 15 און געזאגט: די צייט איז שוין דערפילט, און דאס קעניגרייך פון ה׳ האט זיך דערנענטערט; טוט תשובה, און גלויבט אין דער גוטער בשורה! \p \v 16 און פארבייגייענדיק ביים ים פון גליל, האט ער געזען שמעונען און אנדריי שמעונס ברודער ווארפן א נעץ אין ים אריין; ווארום זיי זענען געווען פישערלייט. \v 17 און יהושע/ישוע האט צו זיי געזאגט: קומט, פאלגט מיר נאך, און איך וועל אייך מאכן צו ווערן פישערס פון מענטשן! \v 18 און גלייך האבן זיי פארלאזט די נעצן און האבן אים נאכגעפאלגט. \v 19 און גייענדיק אביסל ווייטער, האט ער געזען יעקב בן זבדי און יוחנן זיין ברודער, אויך זיי זענען געווען אינם שיפל פארריכטנדיק די נעצן. \v 20 און גלייך האט ער זיי גערופן; און זיי האבן פארלאזט זייער פאטער זבדי און דעם שיפל צוזאמען מיט די טאג לוינער, און זענען אוועק נאך אים. \p \v 21 און זיי זענען געגאנגען קיין כפר‑נחום; און גלייך שבת איז ער אריינגעגאנגען אין דער שול און האט געלערנט. \v 22 און מען האט געשטוינט איבער זיין תורה; ווארום ער האט זיי געלערנט ווי איינער, וואס האט מאכט, און נישט ווי די סופרים. \v 23 און גראד איז אין זייער שול געווען א מענטש מיט אן אומריינעם גייסט; און ער האט א געשריי געטאן, \v 24 אזוי צו זאגן: וואס האבן מיר מיט דיר, יהושע/ישוע פון נצרת? דו ביסט געקומען אונדז צו פארטיליקן! איך ווייס ווער דו ביסט: דער קדוש אלקים. \v 25 און יהושע/ישוע האט אויף אים אנגעשריגן, אזוי צו זאגן: שווייג, און גיי ארויס פון אים! \v 26 און דער אומריינער גייסט האט אים א ריס געטאן, האט געשריגן מיט א הויך קול און איז פון אים ארויס. \v 27 און אלע זענען אזוי דערשטוינט געווארן, אז זיי האבן דאס איבערגעפרעגט צווישן זיך, אזוי צו זאגן: וואס איז דאס דאזיקע? א נייע לערנונג מיט מאכט! אפילו די אומריינע גייסטער באפעלט ער, און זיי געהארכן אים. \v 28 און גלייך האט זיך זיין שם פארשפרייט אומעטום אין דער גאנצער געגנט ארום גליל. \p \v 29 און גלייך ווי זיי זענען ארויסגעקומען פון דער שול, זענען זיי אריינגעגאנגען אינם הויז פון שמעון און אנדריי, צוזאמען מיט יעקבן און יוחנן. \v 30 שמעונס שוויגער אבער איז געלעגן קראנק מיט א פיבער; און זיי האבן אים תיכף געזאגט וועגן איר. \v 31 און ער איז צוגעגאנגען און האט זי אנגענומען ביי דער האנט, און זי אויפגעשטעלט; און דאס פיבער איז פון איר אוועק, און זי האט זיי באדינט. \p \v 32 און ווען עס איז געווארן אוונט, ווען די זון איז אונטערגעגאנגען, האט מען געברענגט צו טראגן צו אים אלע קראנקע, און באזעסענע מיט בייזע גייסטער. \v 33 און די גאנצע שטאט איז זיך צוזאמענגעקומען ביי דער טיר. \v 34 און ער האט געהיילט א סך, וואס האבן געהאט פארשיידענע קראנקייטן, און פיל בייזע גייסטער האט ער ארויסגעטריבן; און האט די בייזע גייסטער נישט געלאזט רעדן, ווייל זיי האבן אים געקענט. \p \v 35 און אינדערפרי, בשעת עס איז נאך געווען זייער טונקל, איז ער אויפגעשטאנען, איז ארויסגעגאנגען און איז אוועק אויף א וויסט ארט, און האט דארט תפילה געטאן. \v 36 און שמעון און די, וואס זענען געווען ביי אים, האבן נאכגעאיילט נאך אים; \v 37 און האבן אים געפונען, און זאגן צו אים: אלע זוכן דיך! \v 38 און ער זאגט צו זיי: לאמיר גיין ערגעץ אנדערשוואו אין די שכנותדיקע שטעטלעך אריין, כדי איך זאל אויך דארטן דרשענען; ווארום דערצו בין איך געקומען. \v 39 און ער איז געגאנגען און האט אויסגערופן אין זייערע שולן אין גאנץ גליל און האט ארויסגעטריבן די בייזע גייסטער. \p \v 40 און א מצורע איז געקומען צו אים, האט אים געבעטן, און איז אנידערגעפאלן פאר אים אויף די קני און געזאגט צו אים: אויב דו ווילסט, קענסטו מיך ריין מאכן! \v 41 און ער האט זיך דערבארעמט, האט אויסגעשטרעקט די האנט, האט אים אנגערירט און זאגט צו אים: איך וויל; זיי ריין! \v 42 און גלייך איז די צרעת פון אים אוועק, און ער איז געווארן ריין. \v 43 און ער האט שארף צו אים גערעדט, האט אים תיכף אוועקגעשיקט, \v 44 און זאגט צו אים: גיב אכטונג, זאלסט קיינעם גארנישט זאגן; נאר גיי ווייז דיך דעם כהן, און ברענג א קרבן פאר דיין רייניקונג, וואס משה האט געבאטן, פאר אן עדות צו זיי (ויקרא יד, א-לב.) \v 45 ער אבער איז ארויסגעגאנגען, און האט אנגעהויבן א סך דערפון צו דערציילן, און צו פארשפרייטן די זאך, אז ער האט שוין מער נישט געקענט אפן אריינגיין אין א שטאט, נאר איז געווען אינדרויסן אין מדבריותדיקע ערטער; און מען איז געקומען צו אים פון אומעטום. \c 2 \cl קאפיטל צוויי \p \v 1 און אין אייניקע טעג ארום איז ער ווידער געגאנגען קיין כפר‑נחום; און מען האט געהערט, אז ער איז אינם הויז. \v 2 און א סך לייט האבן זיך פארזאמלט, אזוי אז עס איז שוין מער נישט געווען קיין ארט, אפילו נישט ביי דער טיר; און ער האט צו זיי גערעדט דאס ווארט. \v 3 און אייניקע זענען געקומען, ברענגענדיק צו אים א פאראליזשירטן, וואס איז געטראגן געווארן פון פיר. \v 4 און נישט קענענדיק אים צוברענגען צו אים צוליב דעם המון מענטשן, האבן זיי אראפגעריסן דעם דאך וואו ער איז געווען, און נאך דעם ווי זיי האבן דורכגעבראכן, האבן זיי אראפגעלאזט דאס בעט, אויף וועלכן דער פאראליזשירטער איז געלעגן. \v 5 און ווי יהושע/ישוע האט געזען זייער גלויבן, זאגט ער צום פאראליטיקער: קינד, דיינע זינד זענען דיר פארגעבן געווארן! \v 6 עס זענען אבער דארט געזעסן אייניקע פון די סופרים, וואס האבן נאכגעטראכט אין זייערע הערצער, \v 7 פארוואס רעדט ער אזוי? ער לעסטערט דאך! ווער קען מוחל זיין זינד אחוץ נאר ה׳ אליין? \v 8 און גלייך דערוויסנדיק זיך אין זיין גייסט, אז זיי האבן אזוי געטראכט, זאגט ער צו זיי: פארוואס טראכט איר די דאזיקע זאכן אין אייערע הערצער? \v 9 וואס איז לייכטער: צו זאגן צום פאראליזשירטן: דיינע זינד זענען דיר פארגעבן געווארן; אדער צו זאגן: שטיי אויף, נעם דיין בעט און גיי? \v 10 כדי אבער איר זאלט וויסן, אז דער בר אנש האט רשות מוחל צו זיין זינד אויף דער ערד—זאגט ער צום פאראליזשירטן: \v 11 דיר זאג איך: שטיי אויף, נעם דיין בעט און גיי אהיים! \v 12 און ער איז אויפגעשטאנען, און האט באלד גענומען דאס בעט און איז ארויסגעגאנגען פאר אלעמען, אזוי אז אלע זענען געווען אויסער זיך פון דערשטוינונג, און האבן געלויבט ה׳, אזוי צו זאגן: נאך קיינמאל האבן מיר אזעלכעס נישט געזען! \p \v 13 און ער איז ווידער ארויסגעגאנגען צום ברעג ים, און דער גאנצער המון מענטשן איז געקומען צו אים, און ער האט זיי געלערנט. \v 14 און פארבייגייענדיק האט ער געזען לוי בן חלפי זיצן אינם שטייער אמט, און ער זאגט צו אים; פאלג מיר נאך! און ער איז אויפגעשטאנען און האט אים נאכגעפאלגט. \v 15 און עס איז געשען, בשעת ער (יהושע/ישוע) איז געזעסן אין זיין (לויס) הויז צום טיש, און א סך שטייער אויפמאנער און חוטאים האבן זיך אנידערגעזעצט מיט יהושען/ישוען און מיט זיינע תלמידים; ווארום עס זענען געווען א סך, און זיי האבן אים נאכגעפאלגט. \v 16 און די סופרים פון די פרושים האבן געזען, אז ער עסט צוזאמען מיט חוטאים און מיט שטייער אויפמאנער, האבן זיי געזאגט צו די תלמידים זיינע: פארוואס עסט ער צוזאמען מיט די שטייער אויפמאנער און חוטאים? \v 17 און ווען יהושע/ישוע האט דאס געהערט, זאגט ער צו זיי: די געזונטע האבן נישט נייטיק קיין רופא, נאר די, וואס זענען קראנק: איך בין נישט געקומען רופן צדיקים, נאר חוטאים. \p \v 18 און יוחננס תלמידים און די פרושים פלעגן פאסטן; און זיי קומען און זאגן צו אים: פארוואס פאסטן יוחננס תלמידים און די תלמידים פון די פרושים, און דיינע תלמידים פאסטן נישט? \v 19 און יהושע/ישוע האט צו זיי געזאגט: צי קענען דען די געסט אויף דער חתונה פאסטן בשעת דער חתן איז מיט זיי? כל זמן זיי האבן דעם חתן מיט זיך, קענען זיי נישט פאסטן. \v 20 עס וועלן אבער קומען טעג, ווען דער חתן וועט פון זיי אוועקגענומען ווערן, און דעמאלט וועלן זיי פאסטן אין יענעם טאג. \v 21 קיינער לייגט נישט קיין לאטע פון נישט איינגעלאפענעם טוך אויף אן אלטן בגד; טאמער רייסט די נייע לאטע אפ פונם אלטן, און דער ריס ווערט ערגער. \v 22 און קיינער גיסט נישט אריין קיין נייעם וויין אין אלטע לאגלען; טאמער צעשפאלט דער וויין די לאגלען, און סאי דער וויין און סאי די לאגלען ווערן פארלוירן; נאר נייער וויין געהערט אין נייע לאגלען אריין. \p \v 23 און עס איז געשען, אז א שבת איז ער געגאנגען דורך די קארנפעלדער, און זיינע תלמידים האבן אנגעהויבן אויפן וועג אפצורייסן די זאנגען. \v 24 און די פרושים האבן געזאגט צו אים: זע, פארוואס טוען זיי אום שבת וואס מען טאר נישט? \v 25 און ער זאגט צו זיי: צי האט איר קיינמאל נישט געלייענט, וואס דוד האט געטאן, ווען ער איז געווען אין נויט, און איז געווען הונגעריק, ער אליין און די לייט מיט אים? \v 26 ווי ער איז אריינגעגאנגען אין ה׳ס הויז (משכן), ווען אביתר איז געווען כהן גדול, און האט געגעסן דאס לחם הפנים, וואס קיינער טאר נישט עסן אחוץ די כהנים, און האט עס אויך געגעבן צו די, וואס זענען געווען מיט אים? (שמואל א כא, א-ו.) \v 27 און ער האט צו זיי געזאגט: דער שבת איז באשאפן געווארן צוליב דעם מענטשן, און נישט דער מענטש צוליב דעם שבת. \v 28 דערפאר איז דער בר אנש אויך האר איבער דעם שבת. \c 3 \cl קאפיטל דריי \p \v 1 און ער איז ווידער אריינגעגאנגען אין שול; און עס איז דארטן געווען א מענטש, וואס האט געהאט א פארדארטע האנט. \v 2 און זיי האבן געלויערט אויף אים, צי ער וועט אים שבת היילן, כדי זיי זאלן אים אנקלאגן. \v 3 און ער זאגט צו דעם מענטשן, וואס האט געהאט די פארדארטע האנט: שטיי אויף און שטעל דיך אין דער מיטן! \v 4 און זאגט צו זיי; צי מעג מען שבת טאן גוטס, אדער טאן שלעכטס? ראטעווען א נפש, אדער טייטן? זיי אבער האבן געשוויגן. \v 5 און ער האט זיך ארומגעקוקט אויף זיי מיט צארן, זייער באטריבט איבער דער שטיינהארטקייט פון זייערע הארץ, און זאגט צו דעם מענטשן: שטרעק אויס די האנט! און ער האט זי אויסגעשטרעקט; און זיין האנט איז ווידער געזונט געווארן. \v 6 און די פרושים זענען ארויסגעגאנגען, און האבן זיך גלייך באראטן מיט הורדוסנס לייט קעגן אים, וויאזוי זיי זאלן אים אומברענגען. \p \v 7 און יהושע/ישוע איז אוועקגעגאנגען מיט זיינע תלמידים צום ים, און א גרויסער עולם מענטשן פון גליל האט נאכגעפאלגט; און פון יהודה, \v 8 און פון ירושלים, און פון אדום, און פון עבר הירדן, און פון ארום צור און צידון, א גרויסע מאסע מענטשן, הערנדיק די מעשים, וואס ער האט געטאן, זענען זיי געקומען צו אים, \v 9 און ער האט געזאגט צו זיינע תלמידים, אז א קליין שיפל זאל זיין גרייט פאר אים מחמת דעם המון, כדי מען זאל זיך נישט דרענגען אויף אים; \v 10 ווארום ער האט א סך געהיילט, אזוי אז אלע, וואס האבן געהאט א פלאג, זענען געפאלן אויף אים, כדי אים אנצורירן. \v 11 און די אומריינע גייסטער, ווען זיי האבן אים געזען, זענען אנידערגעפאלן פאר אים, און האבן געשריגן, אזוי צו זאגן: דו ביסט דער זון פון דער אויבערשטער! \v 12 און ער האט זיי שטרענג באפוילן, אז זיי זאלן אים נישט מגלה זיין. \p \v 13 און ער איז ארויפגעשטיגן אויף דעם בארג, און האט גערופן צו זיך די, וועלכע ער האט געוואלט; און זיי זענען געקומען צו אים. \v 14 און ער האט באשטימט צוועלף, אז זיי זאלן זיין מיט אים, און כדי ער זאל זיי אוועקשיקן צו דרשענען, \v 15 און צו האבן רשות ארויסצוטרייבן בייזע גייסטער. \v 16 און האט באשטימט אָט די צוועלף: שמעונען האט ער צוגעזעצט דעם נאמען פעטרוס; \v 17 און יעקב בן זבדי, און יוחנן, יעקבס ברודער, און זיי האט ער צוגעזעצט דעם נאמען בני רגוש, דאס הייסט זין פון דונער; \v 18 און אנדריי, און פיליפוס, און בר‑תלמי, און מתתיהו, און תומא, און יעקב בן חלפי, און תדי, און שמעון הקנאי, \v 19 און יהודה איש‑קריות, וועלכער האט אים אויך פארראטן. \p \v 20 און ער איז אריינגעגאנגען אין א הויז. און עס איז זיך ווידער צוזאמענגעקומען א המון מענטשן, אזוי אז זיי האבן אפילו נישט געקענט עסן ברויט. \v 21 און ווי זיינע קרובים האבן דאס געהערט, זענען זיי ארויסגעגאנגען אים כאפן, ווארום זיי האבן געזאגט: ער איז אראפ פון זינען. \v 22 און די סופרים, וואס זענען אראפגעקומען פון ירושלים, האבן געזאגט: ער האט דעם בעל‑זבול; און דורך דעם שר פון די בייזע גייסטער טרייבט ער ארויס די בייזע גייסטער. \v 23 און ער האט זיי גערופן צו זיך, און גערעדט צו זיי מיט משלים; וויאזוי קען דער שׂטן ארויסטרייבן דעם שׂטן? \v 24 און אויב א מלוכה איז צעטיילט קעגן זיך אליין, קען יענע מלוכה נישט האבן קיין קיום. \v 25 און אויב א הויז איז צעטיילט קעגן זיך אליין, וועט יענץ הויז נישט קענען בלייבן שטיין. \v 26 און אויב דער שׂטן שטייט אויף קעגן זיך אליין, און איז צעטיילט, קען ער נישט האבן קיין קיום, נאר האט דעם סוף. \v 27 קיינער קען נישט אריינגיין אין דעם הויז פון דעם גיבור און ביי אים צורויבן די זאכן, אויב ער וועט נישט קודם כל בינדן דעם גיבור; און דעמאלט וועט ער אויסרויבן זיין הויז. \v 28 באמת זאג איך אייך: אלע זינד וועלן פארגעבן ווערן צו די מענטשנקינדער, און די לעסטערונגען, וויפל זיי וועלן לעסטערן; \v 29 ווער אבער עס וועט לעסטערן דעם רוח הקודש, דער האט נישט קיין פארגעבונג אויף אייביק, נאר איז חייב אן אייביקע זינד. \v 30 ווייל זיי האבן געזאגט, אז ער האט אן אומריינעם גייסט. \p \v 31 און זיין מוטער און זיינע ברידער זענען געקומען, און שטייענדיק אינדרויסן האבן זיי געשיקט צו אים, אים צו רופן. \v 32 און עס איז געזעסן ארום אים א המון מענטשן; און מען האט צו אים געזאגט: זע, דיין מוטער און דיינע ברידער און דיינע שוועסטער זענען אינדרויסן און זוכן דיך. \v 33 און ער האט ענטפערנדיק צו זיי געזאגט: ווער איז מיין מוטער און מיינע ברידער? \v 34 און האט זיך ארומגעקוקט אויף די, וואס זענען געזעסן ארום אים אין א קרייז, און האט געזאגט: זע, מיין מוטער און מיינע ברידער! \v 35 ווארום ווער עס וועט טאן ה׳ס רצון, דער דאזיקער איז מיין ברודער, און שוועסטער, און מוטער. \c 4 \cl קאפיטל פיר \p \v 1 און ווידער האט ער אנגעהויבן צו לערנען ביים ים; און עס האט זיך פארזאמלט ביי אים א זייער גרויסער המון מענטשן, אזוי אז ער איז איינגעשטיגן אין א שיפל, און האט זיך אנידערגעזעצט אויפן ים; און דער גאנצער המון מענטשן איז געווען ביים ים אויף דער יבשה. \v 2 און ער האט זיי געלערנט א סך זאכן מיט משלים, און האט צו זיי געזאגט אין זיין תורה: \v 3 הערט זיך צו: זע, דער זייער איז ארויסגעגאנגען צו פארזייען. \v 4 און עס איז געשען, בשעת דעם זייען זענען אייניקע (זאמען) געפאלן ביים וועג, און די פייגל זענען געקומען און האבן זיי אויפגעגעסן. \v 5 און אנדערע זענען געפאלן אויף דעם שטייניקן באדן, וואו זיי האבן נישט געהאט קיין סך ערד; און האבן גלייך אויפגעשפראצט צוליבן נישט האבן קיין טיפקייט פון ערד; \v 6 און ווען די זון איז אויפגעגאנגען, זענען זיי פארוועלקט געווארן, און ווייל זיי האבן נישט געהאט קיין ווארצל, זענען זיי פארדארט געווארן. \v 7 און אנדערע זענען געפאלן צווישן די דערנער, און די דערנער זענען אויפגעוואקסן און האבן זיי דערשטיקט, און זיי האבן נישט געגעבן קיין פרוכט. \v 8 און אנדערע זענען געפאלן אויף דער גוטער ערד, און האבן יא געגעבן פרוכט, וואס האט אויפגעשפראצט און איז געוואקסן; און האבן געברענגט איינס—דרייסיקפאכיק, און איינס זעכציקפאכיק, און איינס—הונדערטפאכיק. \v 9 און ער האט געזאגט: ווער עס האט אויערן צום הערן, דער זאל הערן! \p \v 10 און ווען ער איז געווען אליין, האבן די, וואס זענען געווען מיט אים, צוזאמען מיט די צוועלף אים געפרעגט וועגן די משלים. \v 11 און ער האט צו זיי געזאגט: אייך איז געגעבן געווארן דער סוד פון דעם קעניגרייך פון ה׳; צו יענע אבער אינדרויסן ווערט אלץ געטאן אין משלים; \v 12 כדי \q קוקנדיק זאלן זיי קוקן און נישט זען, \q און הערנדיק זאלן זיי הערן און נישט באנעמען; \q טאמער וועלן זיי תשובה טאן \q און עס וועט זיי פארגעבן ווערן. \qr (ישעיהו ו, ט-י.) \p \v 13 און זאגט צו זיי: איר פארשטייט נישט דאס דאזיקע משל, און וויאזוי וועט איר פארשטיין אלע משלים? \v 14 דער זייער פארזייט דאס ווארט. \v 15 און דאס זענען די ביים וועג, וואו דאס ווארט איז געזייעט געווארן; און ווען זיי האבן עס געהערט, קומט גלייך דער שׂטן, און נעמט אוועק דאס ווארט, וואס איז געזייעט געווארן אין זיי. \v 16 און אויך אזוי די, וואס זענען געזייעט אויף דעם שטייניקן באדן, וואס, ווען זיי האבן געהערט דאס ווארט, נעמען עס גלייך אָן מיט שמחה; \v 17 און האבן נישט קיין ווארצל אין זיך, נאר זענען בלויז אויף א געוויסע צייט; קומט אבער א צרה אדער רדיפה צוליב דעם ווארט, שטרויכלען זיי באלד. \v 18 און אנדערע זענען די, וואס זענען געזייעט צווישן דערנער; זיי זענען עס וואס האבן געהערט דאס ווארט; \v 19 און די זארגן פון דער וועלט און די פארפירערישקייט פון רייכטום, און די תאוות נאך אנדערע זאכן דרינגען אריין און דערשטיקן דאס ווארט, און עס בלייבט אָן פירות. \v 20 און יענע זענען עס וואס זענען געזייעט געווארן אויף דער גוטער ערד; וואס הערן דאס ווארט, און נעמען עס אָן, און ברענגען פרוכט, איינער דרייסיקפאכיק, און איינער זעכציקפאכיק, און איינער הונדערטפאכיק. \p \v 21 און ער האט צו זיי געזאגט: צי קומט דען דאס ליכט, כדי געשטעלט צו ווערן אונטער א מאסשעפל, אדער אונטערן בעט? ניין, נאר כדי עס זאל געשטעלט ווערן אויף דעם לייכטער. \v 22 ווארום קיין זאך איז נישט פארבארגן, אחוץ כדי אנטפלעקט צו ווערן; און קיין זאך איז נישט פארהוילן געווארן, וואס וועט נישט מפורסם ווערן. \v 23 אויב עמיצער האט אויערן צום הערן, זאל ער הערן! \v 24 און ער האט צו זיי געזאגט: גיט אכטונג, וואס איר הערט! מיט וואס פאר א מאס איר מעסט, וועט אייך געמאסטן ווערן, און עס וועט אייך נאך צוגעגעבן ווערן א צולאג. \v 25 ווארום ווער עס האט, דעם וועט געגעבן ווערן; און ווער עס האט נישט, פון דעם וועט אוועקגענומען ווערן אפילו דאס, וואס ער האט יא. \v 26 און ער האט געזאגט: אזוי אָ איז דאס קעניגרייך פון ה׳, ווי א מענטש וואלט געווארפן דעם זאמען אויף דער ערד, \v 27 און לייגט זיך שלאפן און שטייט אויף, ביינאכט און בייטאג, און דער זאמען שפראצט ארויס און וואקסט אויף, אָן זיין וויסן וויאזוי. \v 28 פון זיך אליין ברענגט די ערד ארויס פירות; צום ערשט דאס גראז, דערנאך די זאנג, נאך דעם פולן ווייץ אין דער זאנג. \v 29 ווען אבער די פרוכט דערלאזט עס, שיקט ער גלייך דעם סערפ אהין, ווייל די שניט צייט איז שוין אנגעקומען. \p \v 30 און ער האט געזאגט: וויאזוי זאלן מיר פארגלייכן דאס קעניגרייך פון ה׳, אדער אין וואס פאר א משל זאלן מיר עס לייגן? \v 31 עס איז ווי א זענעפט קערנדל, וואס, ווען עס איז פארזייט אין דער ערד, הגם עס איז דאס קלענסטע פון אלע זריעות, \v 32 דאך ווען עס איז פארזייט, וואקסט עס אויף און ווערט גרעסער ווי אלע גארטן געוויקסן, און גיט ארויס גרויסע צווייגן, אז אונטער זיין שאטן קענען די פייגל פון הימל וואוינען. \p \v 33 און מיט א סך אזעלכע משלים האט ער צו זיי גערעדט דאס ווארט, לויט ווי זיי זיי זענען געווען בכוח צו הערן; \v 34 און אָן א משל האט ער צו זיי נישט גערעדט; און איז ער געווען מיט זיינע תלמידים אליין, האט ער זיי אלץ אויסגעלייגט. \p \v 35 און יענעם טאג, ווען עס איז געווארן אוונט, האט ער צו זיי געזאגט: לאמיר אריבערפארן אויף דער אנדערער זייט ים. \v 36 און זיי האבן געלאזט דעם המון מענטשן גיין, און האבן אים מיטגענומען, אזוי ווי ער איז געווען, אינם שיפל; און נאך אנדערע שיפלעך זענען געווען מיט אים. \v 37 און עס הויבט זיך אויף א גרויסער שטורמווינט, און די כוואליעס האבן זיך געווארפן אויפן שיפל, אזוי אז דאס שיפל האט זיך שוין געהאט כמעט אנגעפילט. \v 38 און ער אליין איז געווען אין דעם הינטערן טייל, שלאפנדיק אויף דעם קישן; און זיי וועקן אים אויף און זאגן צו אים: רבי, עס ארט דיך גארנישט, אז מיר קומען אום? \v 39 און ער איז אויפגעשטאנען, האט אנגעשריגן דעם ווינט און געזאגט צום ים: שווייג, זיי שטיל! און דער ווינט האט אויפגעהערט, און עס איז געווארן א גרויסע שטילקייט. \v 40 און ער האט צו זיי געזאגט: וואס זענט איר אזוי שרעקעוודיק? ווי, איר האט נאך אלץ נישט קיין גלויבן? \v 41 און זיי האבן זיך געפארכטן מיט א גרויסער פורכט, און האבן געזאגט איינס צום אנדערן: ווער איז ער דאך, אז סאי דער ווינט סאי דער ים געהארכן אים? \c 5 \cl קאפיטל פינף \p \v 1 און זיי זענען געקומען אויף דער אנדערער זייט ים, אין דעם לאנד פון די געראסענער, \v 2 און ווען ער איז ארויסגעשטיגן אויס דעם שיפל, איז אים גלייך אנטקעגנגעקומען פון די קברים ארויס א מענטש מיט אן אומריינעם גייסט, \v 3 וואס האט געהאט זיין וואוינונג אין די קברים, און קיינער האט אים שוין מער נישט געקענט בינדן, אפילו נישט מיט קיין קייט; \v 4 ווייל א סך מאל האט מען אים געבונדן מיט פענטעס און מיט קייטן, און ער האט די קייטן צעריסן און די פענטעס צעריבן, און קיינער האט אים נישט געקענט בייקומען. \v 5 און תמיד, טאג און נאכט, איז ער געווען צווישן די קברים און אויף די בערג, שרייענדיק און שלאגנדיק זיך מיט שטיינער. \v 6 און ווי ער האט דערזען יהושען/ישוען פונדערווייטנס, איז ער געלאפן און האט זיך געבוקט פאר אים; \v 7 און האט א געשריי געטאן מיט א הויך קול, און געזאגט: וואס האב איך מיט דיר, יהושע/ישוע, דו זון פון דער אויבערשטער? איך באשווער דיך ביי ה׳, דו זאלסט מיך נישט פייניקן! \v 8 ווארום ער האט צו אים געזאגט: דו אומריינער גייסט, גיי ארויס פון דעם מענטשן! \v 9 און ער האט אים געפרעגט: וואס פאר א נאמען האסטו? און ער האט צו אים געזאגט: מיין נאמען איז לעגיאן, ווייל מיר זענען א סך. \v 10 און ער האט אים פיל געבעטן, אז ער זאל זיי נישט ארויסשיקן פון דעם לאנד. \v 11 און דארט ביים בארג האט זיך געפאשעט א גרויסע סטאדע חזירים. \v 12 און זיי האבן אים געבעטן, אזוי צו זאגן: שיק אונדז צו די חזירים, כדי מיר זאלן אריינגיין אין זיי! \v 13 און ער האט זיי געגעבן רשות. און די אומריינע גייסטער זענען ארויסגעגאנגען, און זענען אריין אין די חזירים; און די סטאדע האט זיך א ריס געטאן פון דעם אראפהענגענדיקן פעלדזן אין ים אריין, אן ערך צוויי טויזנט, און זענען דערשטיקט געווארן אין ים. \v 14 און די וואס האבן זיי געפאשעט זענען אנטלאפן, און האבן עס דערציילט אין דער שטאט, און אויפן לאנד. און מען איז געקומען זען וואס עס איז פארגעקומען. \v 15 און זיי קומען צו יהושען/ישוען, און זען דעם באזעסענעם, וואס האט געהאט דעם לעגיאן, זיצן אנגעטאן און ביים קלארן פארשטאנד; און זיי האבן זיך געפארכטן. \v 16 און די, וואס האבן עס געזען, האבן זיי דערציילט וויאזוי עס איז געשען מיט דעם באזעסענעם, און וועגן די חזירים. \v 17 און זיי האבן אנגעהויבן אים צו בעטן, אז ער זאל אוועקגיין פון זייערע גרענעצן. \v 18 און ווען ער איז איינגעשטיגן אין דעם שיפל, האט אים דער, וואס איז געווען באזעסן געבעטן, אז ער זאל מיט אים בלייבן. \v 19 און ער האט אים נישט געלאזט, נאר זאגט צו אים: גיי אהיים צו די דייניקע, און דערצייל זיי וואס פאר א גרויסע זאכן דער האר האט דיר געטאן, און ווי ער האט זיך אויף דיר מרחם געווען! \v 20 און ער איז אוועקגעגאנגען, און האט אנגעהויבן אויסצורופן אין דעקאפאליס אלץ, וואס יהושע/ישוע האט פאר אים געטאן; און אלע האבן זיך געוואונדערט. \p \v 21 און ווען יהושע/ישוע האט זיך ווידער אריבערגעשיפט אינם שיפל אויף יענער זייט, האט זיך ביי אים פארזאמלט א גרויסער המון מענטשן; און ער איז געווען ביים ים. \v 22 און עס קומט איינער פון די גבאים פון דער שול, יאיר האט ער געהייסן, און זעענדיק אים, פאלט ער אנידער פאר זיינע פיס, \v 23 און בעט אים זייער פיל, אזוי צו זאגן: מיין טעכטערל האלט ביי יציאת נשמה; קום לייג ארויף דיינע הענט אויף איר, כדי זי זאל געראטעוועט ווערן, און לעבן! \v 24 און ער איז געגאנגען מיט אים, און א גרויסער המון מענטשן האט אים נאכגעפאלגט, און אים געשטופט. \p \v 25 און א פרוי, וואס האט געליטן פון א בלוט פלוס צוועלף יאר לאנג, \v 26 און האט זייער פיל געליטן פון א סך דאקטוירים, און אויסגעגעבן אלץ וואס זי האט געהאט, און עס האט איר גארנישט געהאלפן, נאר עס איז איר נאך ערגער געווארן, \v 27 האבנדיק געהערט וועגן יהושען/ישוען, איז זי געקומען צווישן דעם המון מענטשן פון הינטן, און האט אנגערירט זיין מלבוש. \v 28 ווארום זי האט זיך געטראכט: אויב איך וועל אנרירן בלויז זיינע מלבושים, וועל איך געהאלפן ווערן! \v 29 און גלייך האט זיך פארטריקנט דער קוואל פון איר בלוט; און זי האט געפילט אין איר קערפער, אז זי איז געהיילט געווארן פון דער פלאג. \v 30 און יהושע/ישוע, גלייך ווי ער האט דערפילט אין זיך אז די קראפט איז פון אים ארויסגעגאנגען, האט זיך אויסגעדרייט צווישן דעם המון מענטשן, און געזאגט: ווער האט אנגערירט מיינע מלבושים? \v 31 און זיינע תלמידים האבן צו אים געזאגט: דו זעסט דער המון דרענגען דיך, און זאגסטו: ווער האט מיך אנגערירט? \v 32 און ער האט זיך ארומגעקוקט צו זען זי, וואס האט דאס דאזיקע געטאן. \v 33 די פרוי אבער, פארכטנדיק זיך און ציטערנדיק, ווייל זי האט געוואוסט וואס עס איז מיט איר געשען, איז געקומען און איז אנידערגעפאלן פאר אים, און האט אים געזאגט דעם גאנצן אמת. \v 34 און ער האט צו איר געזאגט: טאכטער, דיין גלויבן האט דיר געהאלפן; גיי לשלום, און זיי געזונט פון דיין פלאג! \p \v 35 בשעת ער האט נאך גערעדט, קומט מען פון דעם גבאיס הויז, אזוי צו זאגן: דיין טאכטער איז געשטארבן; וואס באמיסטו נאך דעם רבין? \v 36 יהושע/ישוע אבער האט נישט געלייגט קיין אכט אויף דעם ווארט וואס איז גערעדט געווארן, נאר האט געזאגט צום גבאי: פארכט דיך נישט, גלויב נאר! \v 37 און האט קיינעם נישט געלאזט מיטגיין, אחוץ פעטרוסן, און יעקבן, און יוחנן יעקבס ברודער. \v 38 און זיי קומען צו דעם גבאיס הויז; און ער זעט א געטומל, און מען וויינט און קלאגט זייער פיל. \v 39 און אריינגייענדיק זאגט ער צו זיי: וואס טומלט איר און וויינט? דאס קינד איז דאך נישט געשטארבן, עס שלאפט נאר. \v 40 און זיי האבן זיך אויסגעלאכט פון אים. ער אבער, נאך דעם ווי ער האט אלע ארויסגעטריבן, נעמט ער דעם פאטער פון דעם קינד און די מוטער, און די וואס זענען געווען מיט אים, און גייט אריין וואו דאס קינד איז געווען. \v 41 און ער האט אנגענומען דאס קינד ביי דער האנט, און האט צו איר געזאגט: טליתא קומי! וואס פארטייטשט איז דאס: מיידעלע (איך זאג דיר) שטיי אויף! \v 42 און דאס מיידעלע איז גלייך אויפגעשטאנען, און איז ארומגעגאנגען; ווארום זי איז שוין אלט געווען צוועלף יאר. און זיי זענען תיכף דערשטוינט געווארן מיט א גרויסער דערשטוינונג. \v 43 און ער האט זיי זייער אנגעזאגט, אז קיינער זאל זיך דערפון נישט דערוויסן; און האט געהייסן מען זאל איר געבן צו עסן. \c 6 \cl קאפיטל זעקס \p \v 1 און ער איז פון דארטן אוועקגעגאנגען, און איז געקומען אין זיין פאטערשטאט אריין; און זיינע תלמידים האבן אים נאכגעפאלגט. \v 2 און ווען עס איז געקומען שבת, האט ער אנגעהויבן צו לערנען אין דער שול; און א סך, ווען זיי האבן אים געהערט, האבן געשטוינט, און געזאגט: פונוואנען קומט צו אים אזעלכעס? און וואס איז דאס פאר א חכמה, וואס איז אים געגעבן געווארן? און אזעלכע וואונדער געשען דורך זיינע הענט! \v 3 צי איז ער דען נישט דער סטאליער, מרימס זון, דער ברודער פון יעקב און יוסי און יהודה און שמעון? און צי זענען דען נישט זיינע שוועסטער דא ביי אונדז? און זיי האבן געשטרויכלט אין אים. \v 4 און יהושע/ישוע האט צו זיי געזאגט: קיין נביא איז נישט אָן כבוד אחוץ אין זיין פאטערלאנד און צווישן זיינע קרובים און אין זיין אייגן הויז. \v 5 און ער האט דארטן נישט געקענט טאן קיין וואונדער, אויסער וואס ער האט ארויפגעלייגט די הענט אויף אייניקע שלאפע, און זיי געהיילט. \v 6 און ער האט זיך געוואונדערט איבער זייער אומגלויבן. \p און ער איז ארומגעגאנגען אין די ארומיקע דערפער און האט געלערנט. \p \v 7 און ער האט גערופן צו זיך די צוועלף, און האט אנגעהויבן זיי ארויסצושיקן צווייענווייז, און זיי געגעבן מאכט איבער די אומריינע גייסטער; \v 8 און ער האט זיי באפוילן, אז זיי זאלן נישט מיטנעמען קיין זאך אויפן וועג, נאר בלויז א שטעקן—נישט קיין ברויט, נישט קיין טייסטער, נישט קיין געלט אין גארטל; \v 9 נאר סאנדאלן זאלן זיי זיך אונטערבינדן, און נישט אנטאן קיין צוויי העמדער. \v 10 און האט צו זיי געזאגט: וואו נאר איר וועט אריינגיין אין א הויז, זאלט איר דארט בלייבן ביז איר וועט אוועקגיין פון יענעם ארט. \v 11 און וועלכעס ארט עס וועט אייך נישט אויפנעמען, און מען וועט אייך נישט וועלן הערן, זאלט איר ביים אוועקגיין פון דארטן אפשאקלען דעם שטויב פון אונטער אייערע פיס, ווי אן עדות צו זיי. \v 12 און זיי זענען ארויסגעגאנגען, און האבן אויסגערופן, אז מען זאל תשובה טאן, \v 13 און האבן ארויסגעטריבן א סך בייזע גייסטער, און געזאלבט א סך שלאפע מיט אייל, און זיי געהיילט. \v 14 און דער קעניג הורדוס האט געהערט וועגן דעם, (ווארום זיין נאמען איז באקאנט געווארן) און האט געזאגט: יוחנן פון דער (ירדן) מקווה איז אויפגעשטאנען פון די טויטע, און דערפאר ווירקן די כוחות אין אים! \v 15 אנדערע אבער האבן געזאגט, אז ער איז אליהו. און אנדערע האבן געזאגט, אז ער איז א נביא ווי איינער פון די נביאים. \v 16 און ווען הורדוס האט דאס געהערט, האט ער געזאגט: יוחנן, וועמען איך האב אפגעהאקט דעם קאפ, ער איז ווידער אויפגעשטאנען. \v 17 ווארום הורדוס אליין האט געשיקט און געלאזט כאפן יוחנן, און האט אים געבונדן אין תפיסה צוליב הורודיה, דאס ווייב פון פיליפוס זיין ברודער, ווייל ער האט מיט איר חתונה געהאט. \v 18 ווארום יוחנן האט געזאגט צו הורדוסן: דו טארסט נישט האבן דיין ברודערס ווייב! \v 19 און הורודיה האט אים פיינט געקריגן, און אים געוואלט טייטן, און האט נישט געקענט; \v 20 ווייל הורדוס האט זיך געפארכטן פאר יוחנן, וויסנדיק אז ער איז אן איש צדיק וקדוש; און האט אים געשיצט. און ווען ער האט אים געהערט, איז ער געווען אין גרויס פארלעגנהייט, און דאך האט ער אים גערן געהערט. \v 21 און ווען עס איז געקומען א געלעגנהייטלעכער טאג, בשעת הורדוס האט אויף זיין געבוירנטאג געמאכט א סעודה פאר זיינע גרויסע לייט, און די הויכע אפיצירן, און די חשובסטע מענטשן פון גליל, \v 22 איז די טאכטער פון הורודיה אליין אריינגעקומען און האט געטאנצט, און זי איז וואוילגעפעלן הורדוסן און זיינע געסט. און דער קעניג האט געזאגט צום מיידל: בעט פון מיר וואס דו ווילסט נאר, און איך וועל עס דיר געבן! \v 23 און ער האט איר צוגעשוואוירן: וואס דו וועסט בעטן, וועל איך דיר געבן, ביז א העלפט פון מיין קעניגרייך. \v 24 און זי איז ארויסגעגאנגען, און האט געזאגט צו איר מוטער: וואס זאל איך בעטן? און זי האט געזאגט: יוחנן פון דער (ירדן) מיקווהס קאפ! \v 25 און זי איז תיכף אריינגעגאנגען גיך צום קעניג, און האט אים געבעטן, אזוי צו זאגן: איך פארלאנג, אז דו זאלסט מיר איצט געבן קאפ פון יוחנן פון דער (ירדן) מקווה אויף א טעלער! \v 26 און דער קעניג איז טרויעריק געווארן, נאר צוליב די שבועות און די געסט האט ער איר נישט געוואלט אפזאגן. \v 27 און דער קעניג האט גלייך געשיקט א לייבוואכמאן, און האט אים באפוילן צו ברענגען זיין קאפ; און ער איז אוועקגעגאנגען און האט אים אפגעהאקט דעם קאפ אין תפיסה, \v 28 און געברענגט זיין קאפ אויף א טעלער, און האט אים געגעבן דעם מיידל; און דאס מיידל האט אים געגעבן צו איר מוטער. \v 29 און ווען זיינע תלמידים האבן עס געהערט, זענען זיי געקומען און האבן גענומען זיין קערפער, און אים געלייגט אין א קבר אריין. \p \v 30 און די שליחים האבן זיך פארזאמלט ביי יהושען/ישוען; און אים דערציילט אלץ, וואס זיי האבן געטאן, און וואס זיי האבן געלערנט. \v 31 און ער האט צו זיי געזאגט: קומט איר אליין אויף אן איינזאם ארט, און רוט זיך אביסל אפ! ווארום א סך זענען געקומען און געגאנגען, אז זיי האבן אפילו נישט געהאט קיין צייט צו עסן. \v 32 און זיי זענען אוועק אינם שיפל צו אן איינזאם ארט אליין. \v 33 און מען האט זיי געזען אוועקפארן, און א סך האבן זיי דערקענט, און זענען אהינגעקומען צולויפן צופוס פון אלע שטעט פארויס פאר זיי. \v 34 און ווען יהושע/ישוע איז אויסגעשטיגן, האט ער געזען א גרויסן עולם מענטשן, און האט געהאט אויף זיי גרויס רחמנות, ווייל זיי זענען געווען ווי שאף, וואס האבן נישט קיין פאסטוך; און ער האט אנגעהויבן זיי א סך צו לערנען. \v 35 און ווען עס איז שוין געווארן א שפעטע שעה, זענען זיינע תלמידים צוגעקומען צו אים, און האבן געזאגט: דאס איז א מדבריותדיק ארט, און די שעה איז שוין שפעט; \v 36 לאז זיי אפ, כדי זיי זאלן גיין אין דער ארומיקער געגנט און דערפער, און זיך קויפן עפעס צו עסן. \v 37 ער אבער האט ענטפערנדיק צו זיי געזאגט: גיט איר זיי צו עסן! און זיי האבן צו אים געזאגט: זאלן מיר גיין איינקויפן ברויט פאר צוויי הונדערט דינרים, און זיי געבן צו עסן? \v 38 ער אבער האט צו זיי געזאגט: וויפל ברויט האט איר? גייט און זעט. און דערוויסנדיק זיך, האבן זיי געזאגט: פינף, און צוויי פיש. \v 39 און ער האט זיי באפוילן, אז אלע זאלן זיך אנידערזעצן חברותאווייז אויפן גרינעם גראז. \v 40 און זיי האבן זיך אנידערגעזעצט אין שורות, צו הונדערט, און צו פופציק. \v 41 און ער האט גענומען די פינף ברויט און די צוויי פיש, האט ארויפגעבליקט צום הימל, און געמאכט א ברכה, און צעבראכן די ברויטן; און האט זיי געגעבן צו די תלמידים, כדי זיי זאלן עס לייגן פאר זיי; אויך די צוויי פיש האט ער אויסגעטיילט צווישן אלע. \v 42 און אלע האבן געגעסן און זענען זאט געווארן. \v 43 און זיי האבן אויפגעהויבן פון די ברעקלעך צוועלף קערב פול, און פון די פיש. \v 44 און די, וואס האבן געגעסן די ברויטן, זענען געווען פינף טויזנט מאן. \p \v 45 און גלייך האט ער געצוואונגען זיינע תלמידים איינצושטייגן אין דעם שיפל, און אריבערצופארן פארויס אויף דער אנדערער זייט קיין בית‑צידה, ביז ער וועט אפלאזן דעם המון מענטשן. \v 46 און נאך דעם ווי ער האט זיך געזעגנט מיט זיי, איז ער אוועקגעגאנגען צום בארג תפילה צו טאן. \v 47 און ווען עס איז געווארן אוונט, איז דאס שיפל געווען אינמיטן ים, און ער אליין אויף דער יבשה. \v 48 און זעענדיק ווי זיי פייניקן זיך מיטן רודערן, ווארום דער ווינט איז געווען אנטקעגן זיי, איז ער געקומען צו זיי, ארום דעם פערטן משמר פון דער נאכט, גייענדיק אויפן ים, און האט זיי געוואלט פארבייגיין; \v 49 נאר ווי זיי האבן אים געזען ארומגיין אויפן ים, האבן זיי געמיינט, אז עס איז א געשפענסט, און האבן א געשריי געטאן; \v 50 ווארום אלע האבן אים געזען, און האבן זיך דערשראקן. ער אבער האט תיכף גערעדט מיט זיי, און צו זיי געזאגט: זייט געטרייסט; איך בין עס; \v 51 שרעקט זיך נישט! און ער איז איינגעשטיגן צו זיי אינם שיפל, און דער ווינט האט זיך בארואיקט. און זיי זענען אין זיך זייער דערשטוינט געווארן, איבער יעדער מאס; \v 52 ווארום זיי האבן נישט פארשטאנען בנוגע די ברויטן, מחמת זייער הארץ איז געווען הארט (ווי שטיין). \p \v 53 און אריבערשיפנדיק זיך צום לאנד, זענען זיי געקומען קיין גניסרת, און האבן פאראנקערט. \v 54 און ווען זיי זענען אויסגעשטיגן פון שיפל, האט מען אים גלייך דערקענט, \v 55 און מען איז ארומגעלאפן אין יענער גאנצער געגנט, און מען האט אנגעהויבן ארומצוטראגן די קראנקע אויף די בעטן, וואו מען האט געהערט, אז ער געפינט זיך. \v 56 און וואו נאר ער איז אריינגעגאנגען, אין דערפער, אדער אין שטעט, אדער אויפן לאנד, האט מען געלייגט די קראנקע אויף די מערקפלעצער, און מען האט אים געבעטן, אז זיי זאלן נאר אנרירן די זוים פון זיין מלבוש; און אלע, וואס האבן אים אנגערירט, זענען געהאלפן געווארן. \c 7 \cl קאפיטל זיבן \p \v 1 און עס האבן זיך פארזאמלט צו אים די פרושים, און אייניקע פון די סופרים, וואס זענען געקומען פון ירושלים; \v 2 און זיי האבן געזען, אז אייניקע פון זיינע תלמידים עסן ברויט מיט טמא הענט, דאס הייסט אומגעוואשן; \v 3 ווארום די פרושים און אלע יידן, אויב זיי וואשן זיך נישט די הענט ביז צום עלנבויגן, עסן זיי נישט, ווייל זיי האלטן די מסורה פון די זקנים; \v 4 און ווען זיי קומען פון מארק, עסן זיי נישט, אָן זיך צו וואשן; און א סך אנדערע זאכן זענען פאראן, וואס זיי האבן איבערגענומען צו האלטן, טבילות פון טרינק געפעסן, און טעפ, און קופערנע כלים. \v 5 און די פרושים און די סופרים האבן אים געפרעגט; פארוואס פירן זיך דיינע תלמידים נישט אויף לויט דער מסורה פון די זקנים, נאר עסן ברויט מיט טמא הענט? \v 6 ער אבער האט צו זיי געזאגט; וואויל האט ישעיהו נבואות געזאגט וועגן אייך, צבועקעס, ווי עס שטייט געשריבן: \q דאס דאזיקע פאלק גיט מיר אפ כבוד מיט די ליפן, \q אבער זייער הארץ איז ווייט פון מיר. \q \v 7 און אומזיסט דינען זיי מיך, ווייל זיי לערנען מצוות, \q וואס זענען געבאטן פון מענטשן. \qr (ישעיהו כט, יג.) \p \v 8 איר פארלאזט ה׳ס געבאט, און האלט די מסורה פון מענטשן. \v 9 און האט צו זיי געזאגט: פיין מאכט איר בטל ה׳ס געבאט, כדי איר זאלט האלטן אייער מסורה. \v 10 ווארום משה האט געזאגט: דו זאלסט אפגעבן כבוד דיין פאטער און דיין מוטער, און דער, וואס פלוכט פאטער אדער מוטער, זאל געטייט ווערן. (שמות כ, יב; כא, יז.) \v 11 איר אבער זאגט: אויב א מענטש וועט זאגן צום פאטער אדער צו דער מוטער: קרבן, דאס הייסט א מתנה צו ה׳, זאל זיין דאס וואס דו דארפסט פון מיר נהנה זיין; \v 12 לאזט איר אים שוין גארנישט מער טאן פאר דעם פאטער אדער פאר דער מוטער; \v 13 איר מאכט צונישט ה׳ס ווארט דורך אייער מסורה, וועלכע איר האט איבערגעגעבן; און א סך אזעלכע זאכן טוט איר. \v 14 און האט ווידער גערופן דעם עולם מענטשן צו זיך, און צו זיי געזאגט: הערט מיך אלע צו, און פארשטייט! \v 15 עס איז נישטא קיין זאך פון דרויסן פון דעם מענטשן, וואס אריינגייענדיק אין אים קען אים טמא מאכן; נאר דאס וואס קומט ארויס אויס דעם מענטשן איז עס, וואס איז מטמא דעם מענטשן. \v 16 אויב עמיצער האט אויערן צום הערן, זאל ער הערן! \v 17 און ווען ער איז פונם המון מענטשן אריינגעקומען אין הויז אריין, האבן זיינע תלמידים אים געפרעגט וועגן דעם משל. \v 18 און ער זאגט צו זיי, אזוי, אויך זענט איר אָן פארשטאנד? צי פארשטייט איר דען נישט, אז אלץ, וואס גייט אריין אין דעם מענטשן פונדרויסן, קען אים נישט טמא מאכן? \v 19 ווייל עס גייט נישט אריין אין הארצן, נאר אין בויך, און עס גייט ארויס אין בית הכסא אריין. אזוי ארום האט ער דערקלערט אלע שפייזן ריין. \v 20 און האט געזאגט: וואס עס קומט ארויס פון דעם מענטשן, דאס איז דעם מענטשן מטמא. \v 21 ווארום פון אינעווייניק, אויס דעם הארצן פון די מענטשן, קומען ארויס די בייזע מחשבות, זנות, גנבות, רציחות, \v 22 ניאופים, געלט גייציקייט, שלעכטסקייטן, כיטרעקייט, צעלאזנקייט, א שלעכט אויג, חלול השם, גאווה, אומבאקימערטע נארישקייט; \v 23 אלע די דאזיקע בייזע זאכן קומען ארויס פון אינעווייניק, און מאכן דעם מענטשן טמא. \p \v 24 און ער האט זיך אויפגעהויבן, און איז פון דארטן אוועק צו די גרענעצן פון צור און צידון. און ווען ער איז אריינגעגאנגען אין א הויז, האט ער געוואלט, אז קיינער זאל עס נישט וויסן; און האט נישט געקענט בלייבן פארבארגן. \v 25 נאר תיכף האט א פרוי וועגן אים געהערט, וואס איר טעכטערל האט געהאט אן אומריינעם גייסט, און זי איז געקומען און איז אנידערגעפאלן צו זיינע פיס. \v 26 די פרוי איז אבער געווען א גריכין, א סירא‑פעניצערין לויטן אפשטאם, און האט אים געבעטן, אז ער זאל ארויסטרייבן דעם בייזן גייסט פון איר טאכטער. \v 27 און ער האט צו איר געזאגט: לאז צוערשט די קינדער זאט ווערן; ווארום עס איז נישט שיין צו נעמען דאס ברויט פון די קינדער און עס ווארפן פאר די הינטלעך! \v 28 זי אבער האט געענטפערט און זאגט צו אים: יא, האר; אפילו די הינטלעך אונטערן טיש עסן פון די ברעקלעך פון די קינדער! \v 29 און ער האט געזאגט צו איר: צוליב דעם דאזיקן ווארט גיי דיר; דער בייזער גייסט איז שוין ארויס פון דיין טאכטער. \v 30 און זי איז אוועקגעגאנגען צו זיך אהיים, און האט געפונען דאס קינד ליגן אויפן בעט, און דער בייזער גייסט איז שוין געווען ארויסגעגאנגען. \p \v 31 און ער איז ווידער ארויסגעגאנגען פון די גרענעצן פון צור, און איז געגאנגען דורך צידון צום ים פון גליל, אינמיטן פון די גרענעצן פון די צען שטעט. \v 32 און מען האט געברענגט צו טראגן צו אים איינעם, וואס איז געווען טויב און האט געשטאמלט; און מען האט אים געבעטן, אז ער זאל ארויפלייגן אויף אים די האנט. \v 33 און ער האט אים אוועקגענומען פון דעם המון מענטשן אויף א זייט, האט אריינגעלייגט זיינע פינגער אין זיינע אויערן אריין, און האט אויסגעשפיגן און אנגערירט זיין צונג; \v 34 און ארויפבליקנדיק צום הימל, האט ער געגעבן א זיפץ, און זאגט צו אים; אפתח! דאס הייסט מאך דיך אויף! \v 35 און זיינע אויערן האבן זיך אויפגעעפנט, און גלייך האט זיך דאס באנד פון זיין צונג לויז געמאכט, און ער האט ריכטיג גערעדט. \v 36 און ער האט זיי באפוילן אז זיי זאלן עס קיינעם נישט זאגן; אבער וואס מער ער האט זיי באפוילן, אלץ מער האבן זיי עס פארשפרייט. \v 37 און זיי זענען געווען אויסער זיך פון שטוינען, און האבן געזאגט: ער האט אלץ וואויל געטאן; אפילו די טויבע מאכט ער הערן, און די שטומע רעדן! \c 8 \cl קאפיטל אכט \p \v 1 אין יענע טעג, ווען עס איז ווידער געווען א גרויסע מאסע מענטשן, און זיי האבן נישט געהאט וואס צו עסן, האט ער גערופן צו זיך די תלמידים, און זאגט צו זיי: \v 2 עס טוט מיר לייד אויף דער מאסע מענטשן, ווייל שוין דריי טעג זענען זיי ביי מיר געבליבן, און האבן נישט וואס צו עסן; \v 3 און אויב איך זאל זיי לאזן גיין אהיים פאסטנדיק, וועלן זיי פארשמאכטן אונטערוועגנס; ווייל א טייל זענען געקומען פון ווייט. \v 4 און זיינע תלמידים האבן אים געענטפערט: פונוואנען וועט מען דא אין דער מדבר קענען זעטיקן די דאזיקע מיט ברויט? \v 5 און ער האט זיי געפרעגט: וויפל ברויטן האט איר? האבן זיי געזאגט: זיבן. \v 6 און ער האט באפוילן דעם המון מענטשן זיך אנידערצוזעצן אויף דער ערד; און האט גענומען די זיבן ברויטן, געמאכט א ברכה, האט זיי צעבראכן, און געגעבן צו זיינע תלמידים, אז זיי זאלן זיי אויסטיילן; און זיי האבן זיי צעטיילט (צווישן) דער מאסע מענטשן. \v 7 און זיי האבן געהאט אייניקע קליינע פישלעך; און ווען ער האט געמאכט א ברכה, האט ער געהייסן מען זאל אויך די דאזיקע צעטיילן. \v 8 און זיי האבן געגעסן, און זענען זאט געווארן; און האבן אויפגעהויבן, פון די איבערגעבליבענע ברעקלעך, זיבן קערב. \v 9 און עס זענען געווען אן ערך פיר טויזנט; און ער האט זיי אוועקגעשיקט. \v 10 און גלייך איז ער איינגעשטיגן אין דעם שיפל צוזאמען מיט זיינע תלמידים, און איז געקומען אין די געגנטן פון דלמנותא. \p \v 11 און די פרושים זענען ארויסגעגאנגען, און האבן אנגעהויבן האלטן וויכוחים מיט אים, זוכנדיק פון אים א צייכן פון הימל, כדי אים אויסצופרואוון. \v 12 און ער האט טיף געזיפצט אין זיין גייסט, און געזאגט: וואס זוכט דאס דאזיקע דור א צייכן? באמת זאג איך אייך: קיין צייכן וועט נישט געגעבן ווערן דעם דאזיקן דור. \v 13 און האט זיי פארלאזט, און איז ווידער איינגעשטיגן אין דעם שיפל, און איז אריבערגעפארן אויף דער אנדערער זייט. \p \v 14 און זיי האבן פארגעסן מיטצונעמען ברויט; און אחוץ איין לעבל האבן זיי נישט געהאט מער מיט זיך אינם שיפל. \v 15 און ער האט זיי געווארנט, אזוי צו זאגן: גיט אכטונג, היט זיך פארן זויערטייג פון די פרושים און פארן זויערטייג פון הורדוסן! \v 16 און זיי האבן עס איבערגערעדט איינער מיט דעם אנדערן: דאס איז ווייל האבן נישט קיין ברויט. \v 17 און יהושע/ישוע האט עס באמערקט, און צו זיי געזאגט: פארוואס האט איר (אזעלכע) מחשבות, ווייל איר האט נישט קיין ברויט? צי פארשטייט איר נאך אלץ נישט און זענט נישט משיג? איז אייער הארץ נאך אלץ פארהארטעוועט? \v 18 איר האט אויגן און זעט נישט, און אויערן און הערט נישט? און צי געדענקט איר נישט, \v 19 ווען איך האב צעבראכן די פינף ברויטן פאר די פינף טויזנט, וויפל קערב פול מיט ברעקלעך איר האט אויפגעקליבן? זאגן זיי צו אים: צוועלף! \v 20 און ווען די זיבן (ברויטן) פאר די פיר טויזנט, וויפל גרויסע קערב פול מיט ברעקלעך איר האט אויפגעקליבן? און זיי זאגן: זיבן! \v 21 און ער האט צו זיי געזאגט: צי זענט איר נאך אלץ נישט משיג? \p \v 22 און זיי זענען געקומען קיין בית‑צידה. און מען האט געברענגט צו אים א בלינדן, און אים געבעטן, אז ער זאל אים אנרירן. \v 23 און ער האט אנגענומען דעם בלינדן ביי דער האנט, און אים ארויסגעפירט אויסער דעם דארף; האט אים ארויפגעשפיגן אויף די אויגן, און ארויפגעלייגט די הענט אויף אים, און אים געפרעגט, צי ער זעט עפעס. \v 24 און ער האט א בליק געטאן און געזאגט: איך זע די מענטשן; אז ווי ביימער זע איך זיי ארומגיין! \v 25 נאך דעם האט ער ווידער ארויפגעלייגט די הענט אויף זיינע אויגן; און ער האט שארף געקוקט, און איז געהיילט געווארן, און האט אלץ געזען קלאר אפילו פונדערווייטנס. \v 26 און ער האט אים אוועקגעשיקט אהיים, און געזאגט: אין דעם דארף זאלסטו אפילו נישט אריינגיין! \p \v 27 און יהושע/ישוע איז ארויסגעגאנגען, און זיינע תלמידים, אין די דערפער אריין פון קסריה פון פיליפוס; און אונטערוועגנס האט ער געפרעגט זיינע תלמידים, זאגנדיק צו זיי: ווער זאגן די מענטשן, אז איך בין? \v 28 און זיי האבן אים געענטפערט, אזוי צו זאגן: יוחנן פון דער (ירדן) מקווה; און אנדערע, אליהו; אנדערע אבער, אז איינער פון די נביאים. \v 29 און ער האט זיי געפרעגט: איר אבער, ווער זאגט איר, אז איך בין? ענטפערנדיק זאגט פעטרוס צו אים: דו ביסט דער משיח! \v 30 און ער האט זיי שטרענג אנגעזאגט, אז זיי זאלן קיינעם נישט אויסזאגן וועגן אים. \v 31 און האט זיי אנגעהויבן צו לערנען, אז דער בר אנש מוז ליידן א סך, און פארווארפן ווערן פון די זקנים, און פון די הויפט כהנים, און פון די סופרים, און געטייט ווערן, און אין דריי טעג ארום ווידער אויפשטיין. \v 32 און ער האט דאס ווארט גערעדט אפן, נישט פארהוילן. און פעטרוס האט אים גענומען אויף א זייט, און אנגעהויב אנצושרייען אויף אים. \v 33 ער אבער האט זיך אויסגעדרייט, און געקוקט אויף זיינע תלמידים, און האט אנגעשריגן אויף פעטרוסן, און זאגט: אוועק, הינטער מיר, שׂטן! ווייל דו האסט נישט אין זינען דאס, וואס איז שייך ה׳, נאר דאס, וואס איז שייך מענטשן! \v 34 און האט צוגערופן צו זיך דעם המון מענטשן צוזאמען מיט זיינע תלמידים, און צו זיי געזאגט: אויב עמיצער וויל מיר נאכגיין, זאל ער זיך אליין פארלייקענען, און זאל ער נעמען זיין בוים. און מיר נאכפאלגן. \v 35 ווארום ווער עס וויל ראטעווען זיין נפש, וועט עס פארלירן; ווער אבער עס וועט פארלירן זיין לעבן צוליב מיר און דער גוטער בשורה, דער וועט עס אפראטעווען. \v 36 ווארום וואס לוינט זיך א מענטשן צו געווינען די גאנצע וועלט, און צו פארלירן זיין נפש? \v 37 ווארום וואס פאר אן אויסלייז געלט זאל א מענטש געבן פאר זיין נפש? \v 38 ווארום ווער עס וועט זיך שעמען מיט מיר און מיט מיינע ווערטער אין דעם דאזיקן נואפדיקן און זינדיקן דור, וועט דער בר אנש זיך אויך שעמען מיט אים, ווען ער וועט קומען אין דער הערלעכקייט פון זיין פאטער מיט די הייליקע מלאכים. \c 9 \cl קאפיטל ניין \p \v 1 און ער האט צו זיי געזאגט: באמת זאג איך אייך, עס זענען פאראן אייניקע, וואס שטייען דא, וועלכע וועלן נישט פארזוכן דעם טעם פון טויט, ביז זיי וועלן זען דאס קעניגרייך פון ה׳ געקומען מיט מאכט. \p \v 2 און אין זעקס טעג ארום נעמט יהושע/ישוע מיט זיך פעטרוסן, און יעקבן, און יוחנן, און פירט זיי ארויף אויף א הויכן בארג איינע אליין; און ער האט זיך פארענדערט פאר זיי; \v 3 און זיינע קליידער זענען געווארן שטראלנדיק, זייער ווייס, ווי קיין וואלקער אויף דער ערד קען נישט אזוי ווייס מאכן. \v 4 און אליהו (הנביא) האט זיך צו זיי באוויזן צוזאמען מיט משה (רבינו), און זיי האבן גערעדט מיט יהושען/ישוען. \v 5 און ענטפערנדיק זאגט פעטרוס צו יהושען/ישוען: רבי, עס איז גוט פאר אונדז דא צו זיין; און לאמיר מאכן דריי געצעלטן: פאר דיר איינס, און פאר משהן איינס, און פאר אליהו איינס; \v 6 ווארום ער האט נישט געוואוסט, וואס ער זאל ענטפערן; ווארום זיי האבן זיך זייער געפארכטן. \v 7 און א וואלקן איז געקומען און האט זיי באשאטנט; און אויס דעם וואלקן איז געקומען א קול: דער דאזיקער איז מיין געליבטער זון, אים זאלט איר הערן! \v 8 און פלוצלונג, ארומקוקנדיק זיך, האבן זיי מער קיינעם נישט געזען, אחוץ יהושען/ישוען אליין מיט זיי. \p \v 9 און ווען זיי זענען אראפגעגאנגען פונם בארג, האט ער זיי באפוילן, אז זיי זאלן קיינעם נישט דערציילן, וואס זיי האבן געזען, אחוץ ווען דער בר אנש וועט זיין אויפגעשטאנען פון די טויטע. \v 10 און זיי האבן באהאלטן דאס ווארט, און האבן זיך געפרעגט איינס דאס אנדערע, וואס עס באטייט דאס אויפשטיין פון די טויטע. \v 11 און האבן אים געפרעגט, אזוי צו זאגן: די סופרים זאגן, אז אליהו מוז קומען צום ערשט. (מלאכי ד, ה-ו.) \v 12 און ער האט צו זיי געזאגט: אליהו קומט טאקע צום ערשט, און שטעלט אלץ צוריק; און וויאזוי שטייט געשריבן וועגן דעם בר אנש אז ער וועט א סך ליידן און צונישט געמאכט ווערן? (ישעיהו נג, ג.) \v 13 איך זאג אייך אבער, אז אליהו איז אויך שוין געקומען, און זיי האבן מיט אים געטאן, וואס זיי האבן געוואלט, אזוי ווי עס שטייט געשריבן וועגן אים. \p \v 14 און קומענדיק צו די תלמידים, האבן זיי געזען א גרויסן המון מענטשן ארום זיי, און סופרים האלטן מיט זיי א וויכוח. \v 15 און גלייך ווי דער המון מענטשן האבן אים דערזען, זענען זיי דערשטוינט געווארן, און זענען אים אקייגנגעלאפן און אים אפגעגעבן שלום. \v 16 און ער האט זיי געפרעגט: איבער וואס האלט איר מיט זיי א וויכוח? \v 17 און איינער אויס דעם המון האט אים געענטפערט: רבי, איך האב געברענגט צו דיר מיין זון, וועלכער האט א שטומען גייסט; \v 18 און וואו נאר ער כאפט אים אָן, רייסט ער אים, און ער שוימט פארן מויל, און קריצט מיט די ציין, און ווערט פארדארט; און איך האב שוין געזאגט דיינע תלמידים, אז זיי זאלן אים ארויסטרייבן; און זיי האבן נישט געקענט. \v 19 ער אבער ענטפערנדיק זאגט צו זיי: אָ, אומגלויביק דור! ווילאנג זאל איך נאך זיין מיט אייך? ביז ווען זאל איך אייך דערטראגן? ברענגט אים אהער צו מיר! \v 20 און זיי האבן אים געברענגט צו אים; און ווי ער האט אים דערזען, האט דער גייסט אים גלייך א ריס געטאן; און ער איז אנידערגעפאלן אויף דער ערד, האט זיך געוואלגערט, שוימענדיק פארן מויל, \v 21 און ער האט געפרעגט זיין פאטער: ווילאנג איז שוין זינט דאס דאזיקע איז געשען צו אים? און ער האט געזאגט: פון קינדווייז אָן; \v 22 און אפטמאל האט ער אים געווארפן אין פייער אריין און אין וואסער אריין, כדי ער זאל אים אומברענגען; נאר אויב דו ביסט עפעס בכוח, העלף אונדז, און דערבארם דיך אויף אונדז! \v 23 יהושע/ישוע אבער האט צו אים געזאגט: אויב דו ביסט בכוח? אלץ איז מעגלעך פאר דעם, וואס גלויבט. \v 24 גלייך האט דער פאטער פון דעם יינגל א געשריי געטאן, און געזאגט: איך גלויב; העלף מיין אומגלויבן! \v 25 און ווי יהושע/ישוע האט געזען, אז א המון מענטשן לויפט זיך צונויף, האט ער אנגעשריגן דעם אומריינעם גייסט, זאגנדיק צו אים: דו שטומער און טויבער גייסט, איך באפעל דיר: גיי פון אים ארויס, און זאלסט מער נישט אריינגיין אין אים! \v 26 און ער האט א געשריי געטאן, און האט אים זייער פיל געריסן, און איז ארויסגעגאנגען; און ער איז געווארן ווי טויט, אז א רבים האבן געזאגט, אז ער איז געשטארבן! \v 27 יהושע/ישוע אבער האט אים אנגענומען ביי דער האנט, און אים אויפגעהויבן; און ער האט זיך אויפגעשטעלט. \v 28 און ווען ער איז אריינגעגאנגען אינם הויז, האבן זיינע תלמידים, גאנץ אליין, אים געפרעגט: פארוואס זענען מיר נישט געווען בכוח אים ארויסצוטרייבן? \v 29 און ער האט צו זיי געזאגט: דער דאזיקער מין (בייזע גייסטער) קען בשום אופן נישט ארויסגיין, אחוץ דורך תפילה און תעניתים. \p \v 30 און זיי זענען פון דארטן אוועק, און זענען געגאנגען דורך גליל; און ער האט נישט געוואלט, אז עמיצער זאל עס וויסן. \v 31 ווארום ער האט געלערנט זיינע תלמידים, און צו זיי געזאגט: דער בר אנש וועט איבערגעגעבן ווערן אין די הענט פון מענטשן, און זיי וועלן אים טייטן; און זייענדיק געטייט, וועט ער אין דריי טעג ארום ווידער אויפשטיין. \v 32 זיי אבער האבן נישט פארשטאנען דאס ווארט, און האבן זיך געפארכטן אים צו פרעגן. \v 33 און די זענען געקומען קיין כפר‑נחום; און זייענדיק אינם הויז, האט ער זיי געפרעגט: וועגן וואס האט איר זיך מתווכח געווען אויפן וועג? \v 34 זיי אבער האבן געשוויגן; ווייל אונטערוועגנס האבן זיי געהאלטן א וויכוח איינער מיטן אנדערן, ווער עס איז דער גרעסטער. \v 35 און ער האט זיך אנידערגעזעצט, און האט גערופן די צוועלף; און זאגט צו זיי: אויב איינער וויל זיין דער ערשטער, זאל ער זיין דער לעצטער פון אלע, און אלעמענס משרת. \v 36 און האט גענומען א קינד, און עס אנידערגעשטעלט אין זייער מיט; און ער האט עס גענומען אויף זיינע ארעמס, און צו זיי געזאגט: \v 37 ווער עס וועט אויפנעמען איינס פון אזעלכע קינדער אין מיין נאמען, דער נעמט מיך אויף; און ווער עס נעמט מיך אויף, דער נעמט נישט אויף מיך, נאר דעם, וואס האט מיך געשיקט. \p \v 38 יוחנן האט צו אים געזאגט; רבי, מיר האבן געזען איינעם ארויסטרייבן בייזע גייסטער אין דיין נאמען; און מיר האבן עס אים פארווערט, ווייל ער פאלגט אונדז נישט נאך. \v 39 יהושע/ישוע אבער האט געזאגט: איר זאלט אים נישט פארווערן! ווייל עס איז נישט פאראן קיין מענטש, וועלכער וועט טאן א וואונדער אין מיין נאמען, און וואס וועט גיך קענען רעדן שלעכטס אויף מיר. \v 40 ווארום ווער עס איז נישט קעגן אונדז, דער איז פאר אונדז. \v 41 ווארום ווער עס וועט אייך געבן צו טרינקען א טעפעלע וואסער, פון מיינעטוועגן, ווייל איר געהערט צום משיח, באמת זאג איך אייך, דער וועט בשום אופן נישט פארלירן זיין שכר. \v 42 און ווער עס וועט פארפירן צום שטרויכלען איינעם פון די דאזיקע קליינע, וואס גלויבן וואלט עס געווען פיל בעסער פאר אים אויב א גרויסער מילשטיין וואלט געלייגט געווארן אויף זיין האלדז, און ער וואלט געווארפן געווארן אין ים אריין. \v 43 און אויב דיין האנט פארפירט דיך צום שטרויכלען, האק זי אפ! עס איז בעסער פאר דיר אריינצוגיין אין לעבן אריין א קאליקע, ווי צו האבן דיינע ביידע הענט און צו גיין אין גיהנום אריין—אין דעם פייער, וואס לעשט זיך נישט אויס, וואו זייער ווארעם שטארבט נישט, און דאס פייער ווערט נישט פארלאשן. (ישעיהו סו, כד.) \v 45 און אויב דיין פוס פארפירט דיך צום שטרויכלען, האק אים אפ! עס איז בעסער פאר דיר אריינצוגיין אין לעבן לאם, ווי צו האבן דיינע ביידע פיס און אריינגעווארפן צו ווערן אין גיהנום, וואו זייער ווארעם שטארבט נישט, און דאס פייער ווערט נישט פארלאשן. \v 47 און אויב דיין אויג פארפירט דיך צום שטרויכלען, נעם עס ארויס! עס איז בעסער פאר דיר אריינצוגיין אין ה׳ס קעניגרייך מיט איין אויג, ווי צו האבן צוויי אויגן און געווארפן צו ווערן אין גיהנום אריין, \v 48 וואו זייער ווארעם שטארבט נישט, און דאס פייער ווערט נישט פארלאשן. \v 49 ווארום יעדער איינער מוז געזאלצן ווערן מיט פייער. \v 50 דאס זאלץ איז גוט; אויב אבער דאס זאלץ ווערט אומגעזאלצן, מיט וואס וועט איר עס ווירצן? האט זאלץ אין זיך, און לעבט בשלום איינער מיט דעם אנדערן. \c 10 \cl קאפיטל צען \p \v 1 און ער איז אויפגעשטאנען פון דארטן, און איז געקומען צו די גרענעצן פון יהודה און פון עבר הירדן; און ווידער האבן המונים מענטשן זיך פארזאמלט ביי אים; און ווי געוויינטלעך, האט ער זיי ווידער געלערנט. \v 2 און פרושים זענען צוגעקומען צו אים, און האבן אים געפרעגט, אויב א מאן מעג זיך גטן מיטן ווייב; אויספרואוונדיק אים. \v 3 ער אבער האט ענטפערנדיק געזאגט צו זיי: וואס האט אייך משה געבאטן? \v 4 און זיי האבן געזאגט: משה האט דערלויבט (איר) צו שרייבן א ספר כריתות (גט) און זי אוועקצושיקן. (דברים כד, א.) \v 5 יהושע/ישוע אבער האט צו זיי געזאגט: צוליב דער פארהארטעוועטקייט פון אייער הארץ האט ער אייך אנגעשריבן דאס דאזיקע געבאט; \v 6 פון אנהויב פון דער באשאפונג אבער האט ה׳ זיי באשאפן זכר און נקבה. (בראשית א, כז.) \v 7 דערפאר וועט א מענטש פארלאזן זיין פאטער און די מוטער, און זיך באהעפטן מיט זיין ווייב, \v 8 און די צוויי וועלן זיין איין פלייש (בראשית ב, כד.); אזוי זענען זיי מער נישט צוויי, נאר איין פלייש. \v 9 דעריבער וואס ה׳ האט מזווג געווען, דאס זאל קיין מענטש נישט צעשיידן! \v 10 און אינם הויז האבן די תלמידים אים ווידער געפרעגט וועגן דער דאזיקער זאך. \v 11 און ער האט צו זיי געזאגט: ווער עס גט זיך מיט זיין ווייב, און האט חתונה מיט אן אנדערער, איז ער מזנה קעגן איר; \v 12 און אויב זי גט זיך מיט איר מאן, און האט חתונה מיט אן אנדערן, טוט זי זנות. \p \v 13 און מען האט צו אים געברענגט קליינע קינדער, כדי ער זאל זיי אנרירן; די תלמידים אבער האבן אנגעשריגן אויף זיי. \v 14 און ווי יהושע/ישוע האט דאס געזען, האט עס אים פארדראסן, און ער האט צו זיי געזאגט: לאזט די קליינע קינדער קומען צו מיר; פארווערט עס זיי נישט; ווארום פאר זייערסגלייכן איז דאס קעניגרייך פון ה׳! \v 15 באמת זאג איך אייך: ווער עס וועט נישט אויפנעמען דאס קעניגרייך פון ה׳ ווי א קליין קינד, דער וועט בשום אופן נישט אריינגיין דערין! \v 16 און האט זיי גענומען אויף זיינע ארעמס, און געבענטשט, ארויפלייגנדיק די הענט אויף זיי. \p \v 17 און בעת ער איז ארויסגעגאנגען אויפן וועג, איז אים איינער אקייגנגעלאפן, און איז אנידערגעפאלן פאר אים אויף די קני, און האט אים געפרעגט: רבי גוטער, וואס זאל איך טאן, כדי איך זאל ירשענען אייביק לעבן? \v 18 און יהושע/ישוע האט צו אים געזאגט: וואס רופסטו מיך גוטער? קיינער איז נישט גוט, אחוץ ה׳ אליין! \v 19 די געבאטן קענסטו: דו זאלסט נישט מארדן! דו זאלסט נישט נואפן! דו זאלסט נישט גנבענען! דו זאלסט נישט פאלש עדות זאגן! דו זאלסט נישט באטריגן! דו זאלסט אפגעבן כבוד דיין פאטער און דיין מוטער! (שמות כ, יב-טז.) \v 20 און ער האט צו אים געזאגט: רבי, אלע די דאזיקע האב איך אפגעהיטן פון מיין יוגנט אָן. \v 21 און יהושע/ישוע האט אויף אים א בליק געטאן און אים ליב געקריגן, און געזאגט צו אים: איין זאך פעלט דיר; גיי, פארקויף אלץ, וואס דו האסט, און גיב עס צו די ארעמעלייט, און דו וועסט האבן אן אוצר אין הימל; און קום, און פאלג מיר נאך! \v 22 ער אבער איז אומעטיק געווארן איבער דעם ווארט, און איז אוועקגעגאנגען א טרויעריקער, ווארום ער האט געהאט א גרויס פארמעגן. \p \v 23 און יהושע/ישוע האט זיך ארומגעקוקט, און זאגט צו זיינע תלמידים: אָ, ווי שווער עס איז פאר די, וואס האבן עשירות אריינצוקומען אין דעם קעניגרייך פון ה׳! \v 24 און די תלמידים זענען דערשטוינט געווארן איבער זיינע ווערטער. יהושע/ישוע אבער ווידער ענטפערנדיק האט צו זיי געזאגט: קינדער, אָ, ווי שווער עס איז פאר די, וואס האבן בטחון אויף געלט, אריינצוגיין אין דעם קעניגרייך פון ה׳! \v 25 עס איז לייכטער פאר א קעמל דורכצוגיין דורך דעם לאך פון א נאדל, ווי פאר א רייכן מאן אריינצוקומען אין דעם קעניגרייך פון ה׳. \v 26 און זיי זענען נאך מער דערשטוינט געווארן, און האבן צו זיך גערעדט: און ווער זשע קען דערלייזט ווערן? \v 27 יהושע/ישוע האט א קוק געטאן אויף זיי און זאגט: ביי מענטשן איז עס אוממעגלעך, נאר נישט ביי ה׳; ווארום אלץ איז מעגלעך ביי ה׳. \v 28 פעטרוס האט אנגעהויבן צו רעדן צו אים: זע, מיר האבן אלץ פארלאזן, און האבן דיר נאכגעפאלגט! \v 29 האט יהושע/ישוע געזאגט: באמת זאג איך אייך: עס איז נישט פאראן קיינער, וועלכער האט פארלאזט הויז, אדער ברידער, אדער שוועסטער, אדער מוטער, אדער פאטער, אדער קינדער, אדער פעלדער, צוליב מיר, און צוליב דער בשורה טובה, \v 30 וועלכער וועט נישט באקומען הונדערט מאל אזויפיל איצט אין דער דאזיקער צייט, הייזער, און ברידער, און שוועסטער, און מוטערס, און קינדער, און פעלדער, מיט פארפאלגונגען; און אין דער קומענדיקער וועלט אייביק לעבן. \v 31 אבער א סך ערשטע וועלן זיין לעצטע; און די לעצטע ערשטע. \p \v 32 און זיי זענען געווען אויפן וועג, ארויפגייענדיק קיין ירושלים; און יהושע/ישוע איז געגאנגען פארויס פאר זיי; און זיי האבן געשטוינט; און די, וואס האבן נאכגעפאלגט, האבן זיך געפארכטן. און ער האט ווידער גענומען די צוועלף צו זיך, און האט אנגעהויבן צו רעדן צו זיי וועגן די זאכן, וואס וועלן קומען אויף אים: \v 33 זע, גייען מיר ארויף קיין ירושלים, און דער בר אנש וועט איבערגעגעבן ווערן צו די הויפט כהנים און די סופרים; און זיי וועלן אים פארמשפטן צום טויט, און אים איבערגעבן צו די אומות (העולם); \v 34 און זיי וועלן אפשפאטן פון אים, און שפייען אויף אים, און וועלן אים שמייסן, און טייטן; און אין דריי טעג ארום וועט ער ווידער אויפשטיין. \v 35 און יעקב און יוחנן, זבדיס זין, זענען צוגעגאנגען צו אים, און האבן צו אים געזאגט: רבי, מיר פארלאנגען, אז דו זאלסט פאר אונדז טאן, וואס מיר וועלן דיך בעטן! \v 36 און ער האט צו זיי געזאגט: וואס פארלאנגט איר, אז איך זאל טאן פאר אייערטוועגן? \v 37 און זיי האבן צו אים געזאגט: גיב אונדז, אז מיר זאלן זיצן, איינער אויף דיין רעכטער זייט, און איינער אויף דיין לינקער זייט, אין דיין הערלעכקייט! \v 38 יהושע/ישוע אבער האט צו זיי געזאגט: איר ווייסט נישט וואס איר בעט! צי קענט איר דען טרינקען דעם בעכער, וואס איך טרינק? אדער געטובלט ווערן מיט דער מקווה, מיט וועלכער איך ווער געטובלט? \v 39 און זיי האבן געזאגט צו אים: מיר קענען! יהושע/ישוע אבער האט צו זיי געזאגט: דעם בעכער, וואס איך טרינק, וועט איר טרינקען; און מיט דער מקווה, מיט וועלכער איך ווער געטובלט, וועט איר געטובלט ווערן; \v 40 נאר צו זיצן אויף מיין רעכטער זייט אדער לינקער זייט איז נישט מיינס צו געבן, נאר (עס איז פאר די) פאר וועמען עס איז צוגעגרייט געווארן. \v 41 און ווען די צען האבן עס געהערט, האבן זיי אנגעהויבן צו ווערן אין כעס אויף יעקבן און יוחנן. \v 42 און יהושע/ישוע האט זיי גערופן צו זיך, און זאגט צו זיי; איר ווייסט, אז די, וואס גילטן צו הערשן איבער די פעלקער, אונטעריאכן זיי; און זייערע גדולים געוועלטיקן איבער זיי. \v 43 ביי אייך אבער איז עס נישט אזוי; נאר ווער עס וועט וועלן ווערן א גדול צווישן אייך, וועט ער זיין אייער משרת; \v 44 און ווער עס וועט וועלן זיין צווישן אייך דער ערשטער, וועט ער זיין אלעמענס קנעכט. \v 45 ווארום אפילו דער בר אנש איז נישט געקומען באדינט צו ווערן, נאר צו דינען, און צו געבן זיין לעבן ווי אן אויסלייז פאר פילע. \p \v 46 און זיי קומען קיין יריחו. און ווען ער איז ארויסגעגאנגען פון יריחו, מיט זיינע תלמידים און אן אנגעזעענעם המון מענטשן, איז טימיס זון, בר‑טימי, א בלינדער בעטלער, געזעסן ביים וועג. \v 47 און הערנדיק, אז עס איז יהושע/ישוע פון נצרת, האט ער אנגעהויבן צו שרייען, און זאגן: בן דוד, יהושע/ישוע, האב רחמנות אויף מיר! \v 48 און א סך האבן אנגעשריגן אויף אים, כדי ער זאל שווייגן; ער אבער האט נאך פיל מער געשריגן: בן דוד, האב רחמנות אויף מיר! \v 49 און יהושע/ישוע האט זיך אפגעשטעלט, און געזאגט: רופט אים. און זיי רופן דעם בלינדן, און זאגן צו אים: זיי געטרייסט; שטיי אויף, ער רופט דיך! \v 50 און ער האט אוועקגעווארפן זיין מלבוש, און זיך אויפגעשטעלט אויף די פיס, און איז געקומען צו יהושען/ישוען. \v 51 און יהושע/ישוע האט ענטפערנדיק צו אים געזאגט: וואס ווילסטו, אז איך זאל דיר טאן? און דער בלינדער האט צו אים געזאגט: רבוני, אז איך זאל זעענדיק ווערן! \v 52 און יהושע/ישוע האט צו אים געזאגט: גיי; דיין גלויבן האט דיר געהאלפן! און תיכף איז ער זעענדיק געווארן, און האט אים נאכגעפאלגט אויפן וועג. (ישעיהו מב, ו-ז.) \c 11 \cl קאפיטל עלף \p \v 1 און ווען זיי דערנענטערן זיך צו ירושלים, צו בית‑פגי און בית‑היני, ביים הר הזיתים, שיקט ער צוויי פון זיינע תלמידים, \v 2 און זאגט צו זיי: גייט אין דעם דארף אריין, וואס איז אנטקעגנאיבער אייך; און גלייך ווי איר וועט אריינקומען אהין, וועט איר געפינען א יונג אייזעלע אנגעבונדן, אויף וועלכן קיין מענטש איז נאך קיינמאל נישט געזעסן; בינדט עס אפ, און ברענגט עס. \v 3 און אויב עמיצער וועט צו אייך זאגן: פארוואס טוט איר דאס? זאלט איר זאגן: דער האר האט עס נייטיק, און שיקט עס באלד צוריק אהער. \v 4 און זיי זענען אוועקגעגאנגען, און האבן געפונען א יונג אייזעלע אנגעבונדן ביי א טיר אינדרויסן ביים שייד וועג; און זיי בינדן עס אפ. \v 5 און אייניקע, וואס זענען דארטן געשטאנען, האבן צו זיי געזאגט: וואס טוט איר, אפבינדנדיק דאס אייזעלע? \v 6 און זיי האבן צו זיי געזאגט אזוי ווי יהושע/ישוע האט באפוילן; און זיי האבן זיי געלאזט. \v 7 און זיי ברענגען דאס יונגע אייזעלע צו יהושען/ישוען, און לייגן ארויף דערויף זייערע מלבושים; און ער האט זיך דערויף ארויפגעזעצט. \v 8 און א סך האבן אויסגעשפרייט זייערע מלבושים אויפן וועג; און אנדערע האבן אויסגעשפרייט צווייגן, וואס זיי האבן אפגעשניטן אויף די פעלדער. \v 9 און די, וואס זענען געגאנגען פארויס, און די, וואס זענען נאכגעגאנגען, האבן געשריגן: הושענא! געלויבט איז דער, וואס קומט אינם נאמען פון דעם האר! (ברוך הבא בשם ה׳) \v 10 געבענטשט איז דאס מלכות פון אונדזער פאטער דוד, וואס קומט! הושענא במרומים! (תהלים קיח, כו.) \p \v 11 און ער איז אריינגעגאנגען קיין ירושלים אין בית המקדש אריין; און נאך דעם ווי ער האט זיך אויף אלעם ארומגעקוקט, ווייל עס איז שוין געווען א שפעטע אוונט שעה, איז ער ארויסגעגאנגען קיין בית‑היני צוזאמען מיט די צוועלף. \p \v 12 און צומארגנס, ווען זיי זענען ארויסגעגאנגען פון בית‑היני, איז ער געווארן הונגעריק. \v 13 און דערזעענדיק פונדערווייטנס א פייגנבוים, וואס האט געהאט בלעטער, איז ער אהינגעגאנגען, אפשר וועט ער עפעס געפינען אויף אים; און ווען ער איז צוגעקומען צו אים, האט ער גארנישט געפונען אחוץ בלעטער; ווארום עס איז נישט געווען דער זמן פון פייגן. \v 14 און ער האט ענטפערנדיק געזאגט צו אים: עס זאל מער ביז אויף אייביק קיינער נישט עסן פון דיר קיין פרי! און זיינע תלמידים האבן עס געהערט. \p \v 15 און זיי קומען קיין ירושלים. און ער איז אריינגעגאנגען אין בית המקדש. און האט אנגעהויבן ארויסצוטרייבן די, וואס האבן פארקויפט און געקויפט אין בית המקדש, און איבערגעקערט די טישן פון די געלט וועקסלער, און די בענק פון די פארקויפער פון טויבן. \v 16 און ער האט נישט דערלאזט, אז עמיצער זאל דורכטראגן א כלי דורך דעם בית המקדש. \v 17 און ער האט זיי געלערנט, און האט צו זיי געזאגט: צי שטייט דען נישט געשריבן: מיין הויז זאל גערופן ווערן א בית תפילה פאר אלע פעלקער? (ישעיהו נו, ז.) איר אבער האט עס געמאכט פאר א רויבער הייל! (ירמיהו ז, יא.) \v 18 און די הויפט כהנים און די סופרים האבן עס געהערט. און זיי האבן געזוכט וויאזוי אים אומצוברענגען; ווארום זיי האבן מורא געהאט פאר אים, ווייל דער גאנצער המון מענטשן האט געשטוינט איבער זיין לערנונג. \p \v 19 און ווען עס איז געווארן אוונט, איז ער ארויסגעגאנגען אויסער דער שטאט. \v 20 און ווען זיי זענען פארבייגעגאנגען אינדערפרי, האבן זיי געזען דעם פייגנבוים פארטריקנט ביז צו די ווארצלען. \v 21 און פעטרוס האט זיך דערמאנט און זאגט צו אים: רבי, זע, דער פייגנבוים, וועלכן דו האסט פארפלוכט, איז פארדארט געווארן! \v 22 און יהושע/ישוע האט ענטפערנדיק צו זיי געזאגט: האט אמונה אין ה׳! \v 23 באמת זאג איך אייך: ווער עס וועט זאגן צום דאזיקן בארג: הויב דיך אויף און ווארף דיך אין ים אריין! און וועט נישט זיין מסופק אין זיין הארצן, נאר וועט גלויבן, אז וואס ער זאגט וועט געשען, וועט עס (אזוי) זיין פאר אים. \v 24 דערפאר זאג איך אייך: אלץ, אויף וואס איר וועט תפילה טאן און בעטן, גלויבט, אז איר האט עס באקומען, און עס וועט (אזוי) זיין צו אייך. \v 25 און ווען איר האט זיך אוועקגעשטעלט און זענט מתפלל, זאלט איר מוחל זיין, אויב איר האט עפעס קעגן וועמען; כדי אויך אייער פאטער אין הימל זאל אייך מוחל זיין אייערע עבירות. \v 26 אויב אבער איר וועט נישט מוחל זיין, וועט אייער פאטער אין הימל אייך אויך נישט פארגעבן אייערע עבירות. \p \v 27 און זיי קומען ווידער קיין ירושלים. און בשעת ער איז ארומגעגאנגען אין בית המקדש, קומען צו אים די הויפט כהנים, און די סופרים, און די זקנים; \v 28 און זאגן צו אים: מיט וואס פאר א רשות טוסטו די דאזיקע זאכן? אדער ווער האט דיר געגעבן דעם דאזיקן רשות, כדי דו זאלסט טאן די דאזיקע זאכן? \v 29 און יהושע/ישוע האט צו זיי געזאגט: איך וועל אייך פרעגן איין קשיא, און ענטפערט מיר, און איך וועל אייך זאגן, מיט וועלכן רשות איך טו די דאזיקע זאכן. \v 30 צי איז די מקווה פון יוחנן געווען מן השמים, אדער פון מענטשן? ענטפערט מיר! \v 31 און זיי האבן עס איבערגעלייגט צווישן זיך, אזוי צו זאגן: וועלן מיר זאגן: מן השמים, וועט ער זאגן: טא פארוואס האט איר אים נישט געגלויבט? \v 32 וועלן מיר אבער זאגן: פון מענטשן?—האבן זיי מורא געהאט פארן המון; ווארום אלע האבן געהאלטן, אז יוחנן איז ווירקלעך געווען א נביא. \v 33 און ענטפערנדיק זאגן זיי צו יהושען/ישוען: מיר ווייסן נישט! און יהושע/ישוע זאגט צו זיי; זאג איך אייך אויך נישט, מיט וואס פאר א רשות איך טו די דאזיקע זאכן! \c 12 \cl קאפיטל צוועלף \p \v 1 און ער האט אנגעהויבן צו רעדן צו זיי אין משלים. א מענטש האט געפלאנצט א וויינגארטן, און אים ארומגערינגלט מיט א פלויט, און האט געגראבן א קעלטער, און געבויט א טורעם, און האט אים פארדונגען צו גערטנער, און איז אוועקגעפארן. \v 2 און צו דער רעכטער צייט האט ער געשיקט א קנעכט צו די גערטנער, אז ער זאל באקומען פון די גערטנער פון דער פרוכט פונם וויינגארטן. \v 3 און זיי האבן אים גענומען, און האבן אים געשלאגן, און אוועקגעשיקט מיט גארנישט. \v 4 און ער האט ווידער צו זיי געשיקט אן אנדערן קנעכט; און יענעם האבן זיי צעשלאגן דעם קאפ, און אנגעטאן חרפות. \v 5 נאך אן אנדערן האט ער געשיקט; און יענעם האבן זיי געטייט; און א סך אנדערע; א טייל פון זיי האבן זיי געשלאגן, און א טייל—געהרגעט. \v 6 נאך איינעם האט ער געהאט, א געליבטן זון; אים האט ער געשיקט צו לעצט צו זיי, אזוי צו זאגן: זיי וועלן זיך שעמען פאר מיין זון! \v 7 יענע גערטנער אבער האבן צווישן זיך געזאגט: דאס איז דער יורש; קומט, לאמיר אים טייטן, און די ירושה וועט זיין אונדזער! \v 8 און זיי האבן גענומען, און אים געטייט, און האבן אים ארויסגעווארפן פון וויינגארטן. \v 9 נו, וואס וועט דער האר פון דעם וויינגארטן טאן? ער וועט קומען און אומברענגען די גערטנער, און דעם וויינגארטן וועט ער געבן צו אנדערע. \v 10 צי האט איר דען נישט געלייענט דעם דאזיקן פסוק: \q דער שטיין, וועלכן די בוימייסטערס האבן פארווארפן, \q דער איז געווארן צום הויפט פונם ווינקל; \q \v 11 פונם האר (ה׳) איז דאס געשען, \q און עס איז א וואונדער אין אונדזערע אויגן? \qr (תהלים קיח, כב, כג.) \m \v 12 און זיי האבן געזוכט אים צו כאפן; און האבן מורא געהאט פאר דעם המון מענטשן; ווארום מען האט געוואוסט, אז ער האט געזאגט דאס משל אויף זיי; און זיי האבן אים פארלאזט, און זענען אוועקגעגאנגען. \p \v 13 און זיי שיקן צו אים אייניקע פון די פרושים און פון הורדוס לייט, כדי זיי זאלן אים פאנגען מיט א ווארט. \v 14 און ווען זיי זענען געקומען, זאגן זיי צו אים: רבי, מיר ווייסן, אז דו ביסט ווארהאפטיק, און פרעגסט נישט אויף קיינעם; ווארום דו קוקסט נישט אויפן פנים פון מענטשן, נאר אויף אן אמת לערנסטו דעם וועג פון ה׳. צי מעג מען געבן מס צום קיסר, אדער נישט? זאלן מיר געבן אדער נישט געבן? \v 15 ער האט אבער געוואוסט פון זייער צביעות, און האט צו זיי געזאגט: וואס פרואווט איר מיך אויס? ברענגט מיר א דינר, כדי איך זאל אים באקוקן. \v 16 און זיי האבן געברענגט. און ער זאגט צו זיי: וועמעס איז דאס דאזיקע בילד און די אויפשריפט? און זיי האבן צו אים געזאגט: דעם קיסרס! \v 17 און יהושע/ישוע האט צו זיי געזאגט: גיט זשע אפ דעם קיסר דאס, וואס איז דעם קיסרס, און צו ה׳ דאס, וואס איז ה׳ס! און זיי האבן זיך געוואונדערט אויף אים. \p \v 18 און עס קומען צו אים צדוקים, וועלכע זאגן, אז עס איז נישטא קיין תחית המתים; און האבן אים געפרעגט, אזוי צו זאגן: \v 19 רבי, משה האט אונדז געשריבן, אז אויב עמיצנס ברודער וועט שטארבן, און איבערלאזן א ווייב, און נישט איבערלאזן קיין קינד, אזוי זאל זיין ברודער נעמען די פרוי, און אויפשטעלן זאמען צו זיין ברודער. (דברים כה, ה.) \v 20 עס זענען געווען זיבן ברידער. און דער ערשטער האט גענומען א ווייב, און איז געשטארבן און האט נישט איבערגעלאזט קיין זאמען; \v 21 און דער צווייטער האט זי גענומען, און איז געשטארבן, נישט איבערלאזנדיק קיין זאמען; און דער דריטער אויך אזוי; \v 22 און די זיבן האבן נישט איבערגעלאזט קיין זאמען. צו לעצט נאך אלע איז אויך די פרוי געשטארבן. \v 23 אין דער תחית המתים, ווען זיי וועלן אויפשטיין, וועמעס ווייב פון זיי וועט זי זיין? ווארום אלע זיבן האבן זי דאך געהאט פאר א ווייב. \v 24 האט יהושע/ישוע צו זיי געזאגט: צי בלאנדזשעט איר דען נישט דערפאר, ווייל איר קענט נישט די כתבי (הקודש), און אויך נישט די קראפט פון ה׳? \v 25 ווארום ווען זיי וועלן אויפשטיין פון די טויטע, וועלן זיי נישט חתונה האבן, נישט מען וועט זיי חתונה מאכן; נאר זיי זענען ווי די מלאכים אין הימל. \v 26 און וואס שייך די טויטע, אז זיי וועלן אויפשטיין, צי האט איר דען נישט געלייענט אין דעם ספר (תורת) משה, ביים סנה, ווי ה׳ האט צו אים גערעדט, אזוי צו זאגן: איך בין דער ג‑ט פון אברהם, און דער ג‑ט פון יצחק, און דער ג‑ט פון יעקב? (שמות ג, ז.) \v 27 ער איז נישט דער ג‑ט פון די טויטע, נאר פון די לעבעדיקע: איר בלאנדזשעט זייער פיל. \v 28 און עס איז צוגעקומען איינער פון די סופרים, האבנדיק זיך צוגעהערט צו זייער וויכוח, ווייל ער האט געוואוסט, אז ער האט זיי וואויל געענטפערט, האט ער אים געפרעגט! וועלכעס איז דאס ערשטע געבאט פון אלע? \v 29 יהושע/ישוע האט געענטפערט: דאס ערשטע איז: שמע ישראל ה׳ אלהינו ה׳ אחד; \v 30 און דו זאלסט ליב האבן דעם האר דיין ג‑ט מיט דיין גאנץ הארץ, און מיט דיין גאנץ נפש, און מיט דיין גאנצן פארשטאנד, און מיט דיין גאנצער קראפט. (דברים ו, ד-ה.) \v 31 דאס צווייטע (געבאט) איז: דו זאלסט ליב האבן דיין חבר ווי דיך אליין. (ויקרא יט, יח.) קיין אנדער געבאט גרעסער ווי די דאזיקע איז נישט פאראן. \v 32 און דער סופר האט צו אים געזאגט: וואויל, רבי! דו האסט ווארהאפטיק געזאגט, אז ה׳ איז איינער; און עס איז נישט פאראן קיין אנדערער אחוץ אים; \v 33 און אים ליב צו האבן מיטן גאנצן הארצן, און מיטן גאנצן פארשטאנד, און מיט דער גאנצער קראפט, און ליב צו האבן דעם חבר ווי זיך אליין, איז א סך מער ווי אלע עולות און זבחים. \v 34 און יהושע/ישוע האט געזען, אז ער האט שכלדיק געענטפערט, האט ער צו אים געזאגט: דו ביסט נישט ווייט פון דעם קעניגרייך פון ה׳! און קיינער האט מער נישט זיך אונטערגעשטעלט אים צו שטעלן קשיות. \p \v 35 און יהושע/ישוע האט ענטפערנדיק געזאגט, בשעת ער האט געלערנט אינם בית המקדש: וויאזוי זאגן די סופרים, אז דער משיח איז דודס זון? \v 36 דוד (המלך) אליין האט דאך געזאגט דורך דעם רוח הקודש: \q דער האר האט געזאגט צו מיין האר: \q זיץ ביי מיין רעכטער זייט, \q ביז איך וועל אנידערלייגן דיינע פיינט \q פאר א פוסבענקעלע פאר דיינע פיס! \qr (תהלים קי, א.) \m \v 37 דוד אליין רופט אים האר, און פונוואנען איז ער זיין זון? און דער גרויסער עולם מענטשן האט זיך גערן צוגעהערט צו אים. \p \v 38 און אין זיין לערנונג האט ער געזאגט: היט זיך פאר די סופרים, וואס האבן ליב ארומצוגיין אין טליתים, און אז מען זאל זיי אפגעבן שלום אויף די מערקפלעצער, \v 39 און די הויפט זיץ‑ערטער אין די שולן, און ערטער אויבנאן אויף די סעודות; \v 40 זיי וואס שלינגען איין די הייזער פון אלמנות, און דאווענען כלומרשט לאנג: זיי וועלן באקומען א גרעסער משפט. \p \v 41 און ער האט זיך אנידערגעזעצט אנטקעגנאיבער דעם אוצר קאסטן, און זיך צוגעקוקט ווי דער המון מענטשן ווארפט אריין געלט אין דעם אוצר קאסטן אריין; און א סך רייכע לייט האבן אריינגעווארפן פיל. \v 42 און עס איז געקומען אן ארעמע אלמנה, און האט אריינגעווארפן צוויי פרוטות, דאס איז איין קוואדראנס, (די קלענסטע רוימישע מטבע.) \v 43 און ער האט צוגערופן זיינע תלמידים, און צו זיי געזאגט: באמת זאג איך אייך: די דאזיקע ארעמע אלמנה האט מער אריינגעווארפן ווי אלע, וואס האבן אריינגעווארפן אין דעם אוצר קאסטן אריין; \v 44 ווארום אלע האבן אריינגעווארפן פון זייער שפע; זי אבער האט פון איר נויט אריינגעווארפן אלץ, וואס זי האט געהאט—איר גאנצע חיונה. \c 13 \cl קאפיטל דרייצן \p \v 1 און ווען ער איז ארויסגעגאנגען פונם בית המקדש, זאגט איינער פון זיינע תלמידים צו אים: רבי, זע, וואס פאר א שטיינער און וואסערע בנינים! \v 2 און יהושע/ישוע האט צו אים געזאגט: דו זעסט די דאזיקע געוואלדיקע בנינים? עס וועט נישט איבערגעלאזט ווערן קיין שטיין אויף א שטיין, וואס וועט נישט צעבראכן ווערן! \p \v 3 און בעת ער איז געזעסן אויפן הר הזיתים, אנטקעגנאיבער דעם בית המקדש, האבן פעטרוס און יעקב און יוחנן און אנדריי אים געפרעגט, ווען זיי זענען געווען אליין: \v 4 זאג אונדז, ווען וועט דאס זיין? און וואס איז דאס צייכן, ווען דאס אלץ דארף דערפילט ווערן? \v 5 און יהושע/ישוע האט אנגעהויבן זאגן צו זיי: גיט אכטונג, אז קיינער זאל אייך נישט פארפירן. \v 6 א סך וועלן קומען אין מיין נאמען, און זאגן: איך בין עס, און וועלן א סך פארפירן. \v 7 און ווען איר וועט הערן וועגן מלחמות און שמועות פון מלחמות, זאלט איר זיך נישט דערשרעקן; דאס מוז געשען; נאר עס איז נאך נישט דער סוף. \v 8 ווארום א פאלק וועט אויפשטיין קעגן א פאלק, און מלוכה קעגן מלוכה; עס וועלן זיין ערדציטערנישן דא און דארטן; עס וועלן זיין הונגערנויטן; די דאזיקע זענען דער אנהויב פון די ווייען. \p \v 9 איר אבער גיט אכטונג אויף זיך אליין! מען וועט אייך איבערגעבן צום סנהדרין; און מען וועט אייך געבן מלקות אין די שולן; און איר וועט געשטעלט ווערן פאר גובערנאטארן און מלכים צוליב מיר, פאר אן עדות צו זיי. \v 10 און צווישן אלע פעלקער מוז צום ערשט די גוטע בשורה אנגעזאגט ווערן. \v 11 און ווען מען וועט אייך פירן און איבערגעבן, זאלט איר זיך נישט מאכן קיין זארגן פארויס, וואס איר זאלט רעדן, נאר וואס עס וועט אייך געגעבן ווערן אין יענער שעה, דאס רעדט. ווארום נישט איר זענט עס, וואס רעדן, נאר דער רוח הקודש. \v 12 און א ברודער וועט איבערגעבן א ברודער צום טויט, און א פאטער א קינד; און קינדער וועלן אויפשטיין קעגן עלטערן, און וועלן זיי טייטן. \v 13 און איר וועט זיין פארהאסט פון אלעמען צוליב מיין נאמען; ווער אבער עס וועט אויסהאלטן ביז צום סוף, דער וועט געראטעוועט ווערן. \v 14 און ווען איר וועט זען די אומווירדיקייט פון דער פארוויסטונג שטיין וואו עס דארף נישט—זאל דער לייענער פארשטיין (דניאל יב, יא.)—דעמאלט זאלן די, וואס זענען אין יהודה, אנטלויפן צו די בערג; \v 15 ווער עס איז אויפן דאך, דער זאל נישט אראפגיין, און נישט אריינגיין, עפעס נעמען פון זיין הויז ארויס; \v 16 און ווער עס איז אין פעלד, זאל זיך נישט אומקערן צוריק צו נעמען זיין מלבוש. \v 17 אבער וויי איז צו די טראגעדיקע און אנזויגערינס אין יענע טעג! \v 18 זייט אבער מתפלל, אז עס זאל נישט געשען אין ווינטער. \v 19 ווארום יענע טעג וועלן זיין א צרה, אזא וואס אירסגלייכן איז נישט געשען זינט דעם אנהויב פון דער באשאפונג, וואס ה׳ האט באשאפן, ביז אצונד, און עס וועט מער נישט זיין. \v 20 און אויב דער האר וואלט נישט פארקירצט די טעג, וואלט קיין בשר (ודם) נישט געראטעוועט געווארן; נאר צוליב די אויסדערוויילטע, וועמען ער האט אויסדערוויילט, האט ער פארקירצט די טעג. (דניאל יב, א.) \v 21 און אויב עמיצער וועט אייך דעמאלט זאגן: זע דא איז דער משיח! זע, דארטן! זאלט איר עס נישט גלויבן; \v 22 ווארום עס וועלן אויפשטיין פאלשע משיחים און פאלשע נביאים, און וועלן טאן נסים און וואונדער, כדי צו פארפירן, אויב מעגלעך, די אויסדערוויילטע. \v 23 איר אבער גיט אכטונג; זע, איך האב אייך אלץ פארויס אנגעזאגט! \v 24 נאר אין יענע טעג, נאך יענער צרה, וועט די זון פארפינסטערט ווערן, און די לבנה וועט נישט געבן איר ליכט, (ישעיהו יג, י.) \v 25 און די שטערן וועלן פאלן פון הימל, און די קרעפטן אין הימל וועלן דערשיטערט ווערן. (ישעיהו לד, ד.) \v 26 און דעמאלט וועט מען זען דעם בר אנש קומען אין די וואלקנס מיט גרויס מאכט און הערלעכקייט. (דניאל ז, יג-יד.) \v 27 און דעמאלט וועט ער שיקן די מלאכים, און איינזאמלען זיינע אויסדערוויילטע פון די פיר ווינטן, פון עק ערד ביז עק הימל. \p \v 28 און לערנט דאס משל פון דעם פייגנבוים; ווען זיין צווייג איז שוין זאפטיק, און ברענגט ארויס די בלעטער, ווייסט איר, אז זומער איז נאענט. \v 29 אזוי אויך איר, ווען איר וועט זען די דאזיקע זאכן געשען, זאלט איר וויסן, אז עס איז נאענט ביי די טירן. \v 30 באמת זאג איך אייך: דאס דאזיקע דור וועט נישט פארגיין, ביז אלע די דאזיקע זאכן וועלן געשען. \v 31 דער הימל און די ערד וועלן פארגיין, אבער מיינע ווערטער וועלן נישט פארגיין. \v 32 נאר וועגן יענעם טאג אדער שעה ווייסט קיינער נישט, נישט אפילו די מלאכים אין הימל, נישט דער זון (פון דער אויבערשטער), אחוץ דער פאטער. \v 33 גיט אכטונג, שלאפט נישט און טוט תפילה! ווארום איר ווייסט נישט ווען די צייט איז. \v 34 ווי א מענטש, אוועקפארנדיק, האט פארלאזן זיין הויז, און געגעבן מאכט צו זיינע קנעכט, יעדן איינעם זיין ארבעט, און דעם טירוועכטער האט ער באפוילן, אז ער זאל וואכן. \v 35 דעריבער וואכט, ווארום איר ווייסט נישט ווען דער בעל הבית קומט, צי אין אוונט, אדער אינמיטן דער נאכט, אדער ווען דער האן קרייעט, אדער אין דער פרי; \v 36 טאמער וועט ער פלוצלונג קומען, און אייך געפינען שלאפנדיקע. \v 37 און וואס איך זאג אייך, זאג איך אלעמען: וואכט! \c 14 \cl קאפיטל פערצן \p \v 1 און אין צוויי טעג ארום איז געווען פסח און חג המצות; און די הויפט כהנים און סופרים האבן געזוכט וויאזוי אים צו כאפן מיט כיטרעקייט, \v 2 און אים צו טייטן. ווארום זיי האבן געזאגט: נישט יום טוב, טאמער וועט ווערן א מהומה צווישן פאלק! \p \v 3 און בשעת ער איז געווען אין בית‑היני אין דעם הויז פון שמעון דעם מצורע, זיצנדיק ביים טיש, איז געקומען א פרוי מיט אן אלאבאסטער פלאש פול מיט עכטער קאסטבארער נארד‑זאלב; און זי האט צעבראכן די אלאבאסטער פלאש, און אויסגעגאסן אויף זיין קאפ. \v 4 עס זענען אבער געווען אייניקע, וואס זענען געווארן צארנדיק צווישן זיך, (אזוי צו זאגן:) צו וואס איז די דאזיקע פארשווענדונג פון דעם זאלבאייל געמאכט געווארן? \v 5 ווארום מען האט געקענט פארקויפן דעם דאזיקן זאלבאייל פאר מער ווי דריי הונדערט דינרים, און עס געבן צו די ארעמעלייט. און זיי האבן זיך אנגעבייזערט אויף איר. \v 6 יהושע/ישוע אבער האט געזאגט: לאזט זי צורו! וואס פארשאפט איר זי עגמת נפש? זי האט מיר געטאן א גוטע זאך. \v 7 ווארום די ארעמעלייט האט איר תמיד ביי זיך, און ווען איר ווילט, קענט איר זיי טאן גוטס; מיך אבער האט איר נישט תמיד. \v 8 וואס זי האט געקענט, דאס האט זי געטאן; זי האט פארויס געזאלבט מיין גוף צו דער קבורה. \v 9 און באמת זאג איך אייך: וואו נאר די גוטע בשורה וועט אנגעזאגט ווערן אין דער גאנצער וועלט, וועט אויך דערציילט ווערן, וואס זי האט געטאן, לזכר פון איר. \p \v 10 און יהודה איש‑קריות, איינער פון די צוועלף, איז אוועקגעגאנגען צו די הויפט כהנים, כדי אים איבערצוגעבן צו זיי. \v 11 און ווען זיי האבן עס געהערט, האבן זיי זיך געפריידט, און אים צוגעזאגט צו געבן געלט. און ער האט געזוכט א גינסטיקע געלעגנהייט, אים צו פארראטן. \p \v 12 און דעם ערשטן טאג פון חג המצות, ווען מען האט געשחטן דאס קרבן פסח, זאגן צו אים זיינע תלמידים: וואו ווילסטו, זאלן מיר גיין און צוגרייטן, כדי דו זאלסט עסן דאס קרבן פסח? \v 13 און ער שיקט צוויי פון זיינע תלמידים, און זאגט צו זיי: גייט אין דער שטאט אריין, און עס וועט אייך באגעגענען א מענטש, טראגנדיק א קרוג מיט וואסער; אים זאלט איר נאכפאלגן; \v 14 און וואו נאר ער וועט אריינגיין, זאלט איר זאגן צום בעל הבית: דער רבי זאגט: וואו איז מיין גאסט שטוב, אין וועלכער איך זאל עסן דאס קרבן פסח מיט מיינע תלמידים? \v 15 און ער וועט אייך ווייזן א גרויסע אויבערע שטוב, אויסגעשטאט מיט הסבבעטן, פארטיק; און דארטן זאלט איר צוגרייטן פאר אונדז. \v 16 און די תלמידים זענען ארויסגעגאנגען, און זענען געקומען אין דער שטאט אריין, און האבן געפונען אזוי ווי ער האט זיי געזאגט; און זיי האבן צוגעגרייט דאס קרבן פסח. \p \v 17 און ווען עס איז געווארן אוונט, קומט ער מיט די צוועלף. \v 18 און בשעת זיי האבן זיך אנגעלענט און געגעסן, האט יהושע/ישוע געזאגט: באמת זאג איך אייך: איינער פון אייך וועט מיך פארראטן, דער, וואס עסט מיט מיר! (תהלים מא, ט.) \v 19 האבן זיי אנגעהויבן טרויעריק צו ווערן, און צו זאגן צו אים איינער נאכן אנדערן: דאך נישט איך? \v 20 ער אבער האט צו זיי געזאגט: איינער פון די צוועלף, דער, וואס טונקט איין מיט מיר אין דער קערה. \v 21 דער בר אנש גייט טאקע לויט ווי עס שטייט געשריבן וועגן אים; וויי איז אבער צו יענעם מענטשן, דורך וועמען דער בר אנש ווערט פארראטן! עס וואלט געווען גוט פאר יענעם מענטשן, אויב ער וואלט נישט געבוירן געווארן! \p \v 22 און בשעת זיי האבן געגעסן, האט ער גענומען ברויט, געמאכט א ברכה, האט עס צעבראכן, און געגעבן צו זיי, און געזאגט: נעמט; דאס דאזיקע איז מיין גוף. \v 23 און ער האט גענומען א כוס, האט געמאכט א ברכה, און געגעבן צו זיי; און זיי האבן אלע געטרונקען דערפון. \v 24 און ער האט צו זיי געזאגט: דאס דאזיקע איז מיין בלוט פון דעם נייעם בונד, וואס ווערט פארגאסן פאר פילע. \v 25 באמת זאג איך אייך: איך וועל נישט מער טרינקען פון דער פרוכט פונם וויינשטאק, ביז צו יענעם טאג, ווען איך וועל עס טרינקען ניי אין דעם קעניגרייך פון ה׳. \p \v 26 און ווען זיי האבן אפגעזונגען הלל, זענען זיי ארויסגעגאנגען צום הר הזיתים. \p \v 27 און יהושע/ישוע זאגט צו זיי: אלע וועט איר געשטרויכלט ווערן; ווייל עס שטייט געשריבן: איך וועל שלאגן דעם פאסטוך, און די שאף וועלן צעשפרייט ווערן. (זכריה יג, ז.) \v 28 נאר נאך מיין אויפשטיין, וועל איך אייך פארויסגיין קיין גליל. \v 29 פעטרוס אבער האט צו אים געזאגט: אפילו אויב אלע וועלן געשטרויכלט ווערן, וועל איך דאך נישט. \v 30 און יהושע/ישוע זאגט צו אים: באמת זאג איך דיר: היינט, אין דער דאזיקער נאכט, איידער דער האן וועט צוויימאל קרייען, וועסטו מיך דריימאל פארלייקענען! \v 31 ער אבער האט נאך אייפריקער גערעדט: אויב איך זאל מוזן שטארבן צוזאמען מיט דיר, וועל איך דיך בשום אופן נישט פארלייקענען. און דעסגלייכן האבן אויך אלע געזאגט. \p \v 32 און זיי קומען צו א הויף, וואס האט געהייסן גת‑שמני; און ער זאגט צו זיינע תלמידים: זעצט זיך דא אנידער, ביז איך וועל האבן תפילה געטאן. \v 33 און ער נעמט פעטרוסן מיט זיך און יעקבן און יוחנן, און האט אנגעהויבן צו ציטערן און פלאטערן. \v 34 און ער זאגט צו זיי: מיין נפש איז זייער באטריבט, ביז צום טויט; בלייבט דא, און וואכט! \v 35 און ער איז געגאנגען אביסל ווייטער, און איז אנידערגעפאלן אויף דער ערד, און האט תפילה געטאן, אז, אויב מעגלעך, די שעה זאל אים פאראיבערגיין. \v 36 און האט געזאגט: אבא, פאטער, אלץ איז מעגלעך פאר דיר; נעם פון מיר אוועק דעם דאזיקן בעכער! דאך נישט וואס איך וויל, נאר וואס דו ווילסט. \v 37 און ער קומט, און געפינט זיי שלאפן, און זאגט צו פעטרוסן: שמעון, דו שלאפסט? ביסט נישט אימשטאנד געווען איין שעה וואך צו בלייבן? \v 38 וואכט און טוט תפילה, כדי איר זאלט נישט קומען צו קיין נסיון; דער גייסט איז טאקע וויליק, דאס פלייש איז אבער שוואך! \v 39 און ער איז ווידער אוועקגעגאנגען, און תפילה געטאן, זאגנדיק די זעלביקע ווערטער. \v 40 און ווען ער איז צוריקגעקומען, האט ער זיי ווידער געפונען שלאפן, ווארום זייערע אויגן זענען געווען שווער; און זיי האבן נישט געוואוסט וואס אים צו ענטפערן. \v 41 און ער קומט צום דריטן מאל, און זאגט צו זיי: שלאפט ווייטער, און רוט זיך אויס! עס איז גענוג; עס איז געקומען די שעה; זע, דער בר אנש ווערט איבערגעגעבן צו חוטאים אין די הענט אריין. \v 42 שטייט אויף, לאמיר גיין; זע, מיין פאררעטער איז שוין נאענט! \p \v 43 און גלייך, בשעת ער האט נאך גערעדט, קומט יהודה, איינער פון די צוועלף, און מיט אים א המון מיט שווערדן און שטאנגען, פון די הויפט כהנים און סופרים און זקנים. \v 44 און זיין פאררעטער האט זיי געגעבן א צייכן, אזוי צו זאגן: וועמען איך וועל א קוש טאן, דער איז עס; נעמט אים, און פירט אים אפ זיכער. \v 45 און ווען ער איז געקומען, איז ער גלייך צוגעגאנגען צו אים, און זאגט: רבי! און האט אים געקושט. \v 46 און זיי האבן ארויפגעלייגט די הענט אויף אים, און האבן אים געפאנגען גענומען. \v 47 איינער אבער פון די, וואס זענען געשטאנען דערביי האט ארויסגעצויגן די שווערד, און געשלאגן דעם כהן גדולס קנעכט, און אים אפגעהאקט אן אויער. \v 48 און יהושע/ישוע האט ענטפערנדיק צו זיי געזאגט: ווי קעגן א רויבער זענט איר ארויסגעקומען מיט שווערדן און שטאנגען מיך צו כאפן. \v 49 טאג אויס טאג איין בין איך געווען ביי אייך אינם בית המקדש און געלערנט, און איר האט מיך נישט געפאנגען גענומען; נאר (עס איז) כדי די כתבי (הקודש) זאלן דערפילט ווערן. \v 50 און אלע האבן אים פארלאזן, און זענען אנטלאפן. \p \v 51 און א יינגל איז אים נאכגעגאנגען, איינגעהילט אין א ליילעך אויפן בלויזן לייב, און זיי כאפן אים; \v 52 ער אבער האט איבערגעלאזט דאס ליילעך, און איז אנטלאפן א נאקעטער. \p \v 53 און זיי האבן אוועקגעפירט יהושען/ישוען צום כהן גדול; און עס האבן זיך ביי אים פארזאמלט אלע הויפט כהנים און די זקנים און די סופרים. \v 54 און פעטרוס האט אים נאכגעפאלגט פונדערווייטנס, ביז אינעווייניק אריין אין דעם הויף פון דעם כהן גדול; און איז געזעסן מיט די משרתים און האט זיך געווארעמט ביים פייער. \v 55 און די הויפט כהנים און דאס גאנצע סנהדרין האבן געזוכט אן עדות זאגן קעגן יהושען/ישוען, כדי אים צו טייטן; און האבן נישט געפונען. \v 56 ווארום א סך האבן פאלש עדות געזאגט קעגן אים, און זייערע עדות האבן נישט איבעראיינגעשטימט. \v 57 און אייניקע זענען אויפגעשטאנען, און האבן פאלש עדות געזאגט קעגן אים, אזוי צו זאגן: \v 58 מיר האבן אים געהערט זאגן: איך וועל צעשטערן דעם דאזיקן היכל, וואס איז מיט הענט געמאכט געווארן. און אין דריי טעג וועל איך אויפבויען אן אנדערן, וואס איז נישט געמאכט מיט הענט. \v 59 און אפילו אזוי האט זייער עדות זאגן נישט איבעראיינגעשטימט. \v 60 און דער כהן גדול האט זיך אויפגעשטעלט אין דער מיט, און געפרעגט יהושען/ישוען, אזוי צו זאגן: דו ענטפערסט גארנישט אויף דעם, וואס די דאזיקע זאגן עדות קעגן דיר? \v 61 און ער האט געשוויגן, און גארנישט געענטפערט. דער כהן גדול האט אים ווידער געפרעגט, און זאגט צו אים; ביסטו דער משיח, דער זון פון הקדוש ברוך הוא? \v 62 און יהושע/ישוע האט געזאגט: איך בין; און איר וועט זען דעם בר אנש זיצן אויף דער רעכטער זייט פון דער גבורה, און קומען מיט די וואלקנס פון הימל. (תהלים קי, א; דניאל ז, יג.) \v 63 און דער כהן גדול האט צעריסן זיינע קליידער, און זאגט: וואס דארפן מיר נאך האבן עדות? \v 64 איר האט דאך געהערט די לעסטערונג. וואס איז אייער מיינונג? און אלע האבן אים פארמשפט, אז ער איז חייב מיתה. \v 65 און אייניקע האבן אנגעהויבן צו שפייען אויף אים, און צו באדעקן אים דאס פנים, און צו שלאגן אים מיט די פויסטן, און צו זאגן צו אים: זאג נבואה! אויך די משרתים האבן אים עמפאנגען מיט פעטש. (ישעיהו נ, ו.) \p \v 66 און בשעת פעטרוס איז געווען אונטן אין הויף, קומט איינע פון דעם כהן גדולס דינסטמוידן; \v 67 און ווי זי האט דערזען פעטרוסן זיך ווארעמען, האט זי אויף אים א קוק געטאן, און זאגט: אויך דו ביסט געווען מיט דעם פון נצרת, דעם יהושע/ישוע! \v 68 ער אבער האט געלייקנט, אזוי צו זאגן: נישט איך ווייס, נישט איך פארשטיי וואס דו זאגסט. און ער איז ארויסגעגאנגען אינדרויסן צום פאדערהויז; און א האן האט געקרייט. \v 69 און די דינסטמויד האט אים געזען, און האט ווידער אנגעהויבן צו זאגן צו די, וואס זענען דארט געשטאנען: דער דאזיקער איז איינער פון זיי! \v 70 ער אבער האט נאכאמאל געלייקנט. און אביסל שפעטער האבן די, וואס זענען דארט געשטאנען, ווידער געזאגט צו פעטרוסן: דו ביסט זיכער איינער פון זיי; ווארום דו ביסט אויך א גלילי. \v 71 און ער האט אנגעהויבן צו פלוכן, און צו שווערן: איך קען נישט דעם דאזיקן מענטשן, פון וועמען איר רעדט! \v 72 און באלד האט א האן צום צווייטן מאל געקרייט. און פעטרוס האט זיך דערמאנט דאס ווארט, ווי יהושע/ישוע האט צו אים געזאגט: איידער א האן וועט צוויימאל קרייען, וועסטו מיך דריימאל פארלייקענען. און ער האט עס זיך גענומען צום הארצן, און זיך צעוויינט. \c 15 \cl קאפיטל פיפצן \p \v 1 און באלד אינדערפרי האבן זיך די הויפט כהנים באראטן מיט די זקנים און סופרים, און דאס גאנצע סנהדרין—האבן געבונדן יהושען/ישוען, און אים אוועקגעפירט, און איבערגעגעבן צו פילאטוסן. (ישעיהו נג, ח.) \v 2 און פילאטוס האט אים געפרעגט: צי ביסט דו דער קעניג פון די יידן? און ער האט ענטפערנדיק צו אים געזאגט: דו זאגסט עס! \v 3 און די הויפט כהנים האבן געברענגט א סך באשולדיקונגען קעגן אים. \v 4 און פילאטוס האט אים ווידער געפרעגט, אזוי צו זאגן: דו ענטפערסט גארנישט? זע, וויפל באשולדיקונגען זיי מאכן קעגן דיר! \v 5 יהושע/ישוע אבער האט מער גארנישט געענטפערט; אזוי אז פילאטוס האט זיך געוואונדערט. (ישעיהו נג, ז.) \v 6 און אויף יעדן יום טוב פלעגט ער זיי באפרייען איין געפאנגענעם, וועמען זיי האבן באגערט. \v 7 און עס איז געווען איינער, וואס מען האט אים גערופן בר‑אבא, געבונדן צוזאמען מיט די בונטארן, וועלכע האבן אפגעטאן א רציחה בשעת אן אויפשטאנד. \v 8 און דער המון איז ארויפגעגאנגען און האט אנגעהויבן צו פארלאנגען, אז ער זאל טאן, ווי געווענלעך פאר זיי. \v 9 און פילאטוס האט זיי געענטפערט, אזוי צו זאגן: צי ווילט איר, אז איך זאל אייך באפרייען דעם קעניג פון די יידן? \v 10 ווארום ער האט געוואוסט, אז די הויפט כהנים האבן אים איבערגעגעבן מחמת קנאה. \v 11 די הויפט כהנים אבער האבן אונטערגעהעצט דעם המון, אז ער זאל זיי ליבער באפרייען בר‑אבאן. \v 12 און פילאטוס האט ווידער ענטפערנדיק צו זיי געזאגט: וואס זשע זאל איך טאן מיט אים, וועמען איר רופט קעניג פון די יידן? \v 13 און זיי האבן נאכאמאל א געשריי געטאן: אויפהענגען אים אויף דער בוים! \v 14 און פילאטוס האט צו זיי געזאגט: וואס פאר א שלעכטס האט ער דען געטאן? זיי אבער האבן נאך מער געשריגן: אויפהענגען אים אויף דער בוים! \v 15 און ווייל פילאטוס האט געוואלט טאן די געפעליקייט דעם המון, האט ער פאר זיי באפרייט בר‑אבאן, און האט איבערגעגעבן יהושען/ישוען, נאך דעם ווי ער האט אים געלאזט שמייסן, און אים איבערגעגעבן אויפהענגען אויף א בוים צו ווערן. (ישעיהו נג, ה.) \p \v 16 און די זעלנער האבן אים אוועקגעפירט אינעווייניק אין הויף אריין, דאס איז דאס פרעטאריום; און רופן צונויף די גאנצע ראטע. \v 17 און זיי קליידן אים אָן אין פורפור, און טאן אים אָן א קרוין, וואס זיי האבן געפלאכטן פון דערנער; \v 18 און האבן אנגעהויבן אים צו באגריסן: שלום, קעניג פון די יידן! \v 19 און זיי האבן אים געשלאגן מיט א שטעקן איבערן קאפ, און געשפיגן אויף אים, און האבן געבויגן די קניען און זיך געבוקט צו אים. (ישעיהו נ, ו.) \v 20 און נאך דעם ווי זיי האבן אפגעשפאט פון אים, האבן זיי אים אויסגעטאן דאס פורפור, און אים אנגעטאן זיינע מלבושים. און זיי פירן אים ארויס, כדי אים צו אויפהענגען אויף דער בוים. \p \v 21 און זיי צווינגען א פארבייגייער, א געוויסן שמעון פון קירניה, קומענדיק פון פעלד, דעם פאטער פון אלעקסאנדער און רופוס, אז ער זאל טראגן זיין בוים. \v 22 און זיי ברענגען אים צו דעם ארט גלגלתא, וואס דער טייטש דערפון איז: דאס ארט פון א שארבן. \v 23 און זיי האבן אים געגעבן וויין געמישט מיט מירע, וואס ער האט אבער נישט אנגענומען. \v 24 און זיי האבן אים אויפגעהאנגען אויף א בוים, און צעטיילן צווישן זיך זיינע מלבושים, ווארפנדיק גורל אויף זיי, וואס ווער זאל נעמען. \v 25 און עס איז געווען די דריטע שעה, און זיי האבן אים אויפגעהאנגען אויף א בוים. (תהלים כב, יד-טז, יח.) \v 26 און דער כתב פון זיין באשולדיקונג איז געווען אויפגעשריבן: דער קעניג פון די יידן. \v 27 און צוזאמען מיט אים זיי אויפהענגען אויף דער בוים צוויי רויבער; איינעם אויף זיין רעכטער זייט, און איינעם אויף זיין לינקער זייט. \v 28 און עס איז מקוים געווארן דער פסוק, וואס זאגט: \q און מיט פושעים איז ער פאררעכנט געווארן. \qr (ישעיהו נג, יב.) \m \v 29 און די פארבייגייער האבן אים געלעסטערט, שאקלענדיק זייערע קעפ, און זאגנדיק: הא! דו, וואס צעשטערסט דעם היכל, און בויסט אים אויף אין דריי טעג, \v 30 ראטעווע דיך אליין, און קום אראפ פונם בוים! \v 31 אזוי האבן אויך די הויפט כהנים אפגעשפאט צווישן זיך צוזאמען מיט די סופרים, און געזאגט: אנדערע האט ער געהאלפן, זיך אליין קען ער נישט העלפן. \v 32 דער משיח, דער קעניג פון ישראל! זאל ער איצט אראפשטייגן פון בוים, כדי מיר זאלן זען און גלויבן! אויך די, וואס זענען מיט אים אויפגעהאנגען אויף א בוים געווארן, האבן אים מבזה געווען. \p \v 33 און ווען די זעקסטע שעה איז געקומען, איז געווארן א פינצטערניש איבערן גאנצן לאנד ביז דער ניינטער שעה. \v 34 און אין דער ניינטער שעה האט יהושע/ישוע א געשריי געטאן מיט א הויך קול: אלהי אלהי למה שבקתני? פארטייטשט הייסט עס: ג‑ט מיינער, ג‑ט מיינער, פארוואס האסטו מיך פארלאזן? (תהלים כב, א.) \v 35 און אייניקע פון די, וואס זענען געשטאנען דערביי, האבן עס געהערט, און האבן געזאגט: זע, ער רופט אליהון. \v 36 און איינער איז געלאפן, און האט אנגעפילט א שוואם מיט עסיק, און זי ארויפגעזעצט אויף א שטעקן, און אים געגעבן צו טרינקען (תהלים סט, כב.), אזוי צו זאגן: לאזט; מיר וועלן זען אויב אליהו וועט קומען, כדי אים אראפצונעמען! \v 37 יהושע/ישוע אבער האט ארויסגעלאזט א הויך געשריי, און אפגעגעבן דעם גייסט. \v 38 און דאס פרוכת פון היכל האט זיך צעריסן אין צווייען, פון אויבן ביז אראפ. \v 39 און ווי דער אפיציר, וועלכער איז געשטאנען אנטקעגנאיבער אים, האט געזען, אז ער האט אָט אזוי אפגעגעבן דעם גייסט, האט ער געזאגט: דער דאזיקער מענטש איז באמת געווען ה׳ס זון! \v 40 און עס זענען אויך געווען פרויען, וואס האבן זיך צוגעקוקט פונדערווייטנס, צווישן זיי מרים פון מגדלה, און מרים, די מוטער פון יעקב הקטן און פון יוסי, און שלומית; \v 41 וועלכע האבן אים נאכגעפאלגט, ווען ער איז נאך געווען אין גליל, און האבן אים באדינט; און א סך אנדערע פרויען, וואס זענען ארויפגעגאנגען מיט אים קיין ירושלים. \p \v 42 און ווען עס איז שוין געווארן אוונט, ווייל עס איז געווען ערב שבת, דאס הייסט א טאג פאר שבת, \v 43 איז געקומען יוסף הרמתי, אן אנגעזעענער יועץ, וואס האט אליין אויך געהאפט אויף ה׳ס קעניגרייך, און האט זיך אונטערגעשטעלט אריינצוגיין צו פילאטוסן, און געבעטן ישועס גוף. \v 44 פילאטוס אבער האט זיך געוואונדערט, אז ער איז שוין געשטארבן; און האט גערופן צו זיך דעם אפיציר, און אים געפרעגט, צי ער איז שוין לאנג טויט. \v 45 און דערוויסנדיק זיך פונם אפיציר, האט ער יוספן געשענקט דעם גוף. \v 46 און ער האט געקויפט א ליילעך, האט אים אראפגענומען, און אים איינגעוויקלט אין דעם ליילעך, און אריינגעלייגט אין א קבר, וואס איז געווען אויסגעהאקט אין א פעלדזן; און האט ארויפגעקייקלט א שטיין אויף דעם אריינגאנג צום קבר. (ישעיהו נג, ט.) \v 47 און מרים פון מגדלה און מרים, יוסיס מוטער, האבן געזען וואו ער איז געלייגט געווארן. \c 16 \cl קאפיטל זעכצן \p \v 1 און ווען עס איז געווארן אויס שבת, האבן מרים פון מגדלה, און מרים, די מוטער פון יעקב, און שלומית געקויפט געווירצן, כדי זיי זאלן אהינגיין אים צו זאלבן. \v 2 און זייער פרי דעם ערשטן טאג פון דער וואך, קומען זיי צום קבר, ווען די זון איז אויפגעגאנגען. \v 3 און האבן געזאגט איינע צו דער אנדערער: ווער וועט אראפקייקלען פאר אונדז דעם שטיין פון דעם אריינגאנג צום קבר? \v 4 און ווי זיי האבן א בליק געטאן, האבן זיי געזען, אז דער שטיין איז אוועקגעקייקלט; ווארום ער איז געווען זייער גרויס. \v 5 און ווען זיי זענען אריינגעגאנגען אין קבר אריין, האבן זיי געזען א בחור זיצן אויף דער רעכטער זייט, אנגעטאן אין א ווייס קלייד, און זיי האבן זיך שטארק דערשראקן. \v 6 און ער זאגט צו זיי: שרעקט זיך נישט! איר זוכט יהושען/ישוען פון נצרת, דעם וואס איז אויפגעהאנגען אויף א בוים געווארן; ער איז אויפגעשטאנען; ער איז דא נישטא; אָט איז דאס ארט, וואו מען האט אים געלייגט! (תהלים טז, י.) \v 7 נאר גייט, זאגט זיינע תלמידים און פעטרוסן, אז ער גייט פארויס פאר אייך קיין גליל; דארט וועט איר אים זען, לויט ווי ער האט אייך געזאגט. \v 8 און זיי זענען ארויסגעגאנגען, און זענען אנטלאפן פון קבר; ווארום עס האט זיי אנגעכאפט א ציטערניש און זיי זענען געווען אויסער זיך; און זיי האבן קיינעם גארנישט געזאגט; ווייל זיי האבן מורא געהאט. \p \v 9 און ווען ער איז אויפגעשטאנען אינדערפרי דעם ערשטן טאג פון דער וואך, האט ער זיך צום ערשט באוויזן צו מרים פון מגדלה, פון וועמען ער האט ארויסגעטריבן זיבן בייזע גייסטער. \v 10 זי איז געגאנגען און האט עס דערציילט צו די, וואס זענען געווען מיט אים, וואס האבן געטרויערט און געוויינט. \v 11 און ווען זיי האבן געהערט, אז ער לעבט און איז פון איר געזען געווארן, האבן זיי עס נישט געגלויבט. \v 12 נאך דעם האט ער זיך באוויזן אין אן אנדער געשטאלט צו צוויי פון זיי, בשעת זיי זענען געגאנגען אין פעלד אריין. \v 13 און זיי זענען אוועקגעגאנגען און האבן עס דערציילט צו די איבריקע; אבער אויך יענע האבן זיי נישט געגלויבט. \p \v 14 דערנאך האט ער זיך באוויזן צו די עלף אליין, בשעת זיי זענען געזעסן ביים טיש, און האט זיי פארגעווארפן זייער אומגלויבן און הארטקייט פון הארצן, ווייל זיי האבן נישט געגלויבט די, וואס האבן אים געזען אן אויפגעשטאנענעם. \v 15 און ער האט צו זיי געזאגט: גייט אין דער גאנצער וועלט, זאגט אָן די גוטע בשורה צו דער גאנצער באשאפונג. \v 16 ווער עס גלויבט און לאזט זיך טובל זיין אין א מקווה, דער וועט געראטעוועט ווערן; ווער אבער עס וועט נישט גלויבן, דער וועט פארמשפט ווערן. \v 17 און די דאזיקע צייכנס וועלן באגלייטן די, וואס גלויבן יא: אין מיין נאמען וועלן זיי ארויסטרייבן בייזע גייסטער; זיי וועלן רעדן מיט נייע לשונות; \v 18 מיט די הענט וועלן זיי אויפהויבן שלאנגען, און אויב זיי וועלן טרינקען סם, וועט עס זיי בשום אופן נישט שאטן; אויף קראנקע וועלן זיי ארויפלייגן די הענט, און זיי וועלן גענעזן ווערן. \p \v 19 און אזוי, נאך דעם ווי דער האר יהושע/ישוע האט צו זיי גערעדט, איז ער ארויפגענומען געווארן אין הימל אריין, און האט זיך אנידערגעזעצט אויף ה׳ס רעכטער זייט. (תהלים קי, א.) \v 20 און זיי זענען ארויסגעגאנגען, און האבן אויסגערופן (די גוטע בשורה) אומעטום, און דער האר האט מיטגעווירקט מיט זיי, באשטעטיקנדיק דאס ווארט דורך די צייכנס, וואס האבן נאכגעפאלגט. אמן.