\id MAT AFII © 2022 MAT - Orthodox Yiddish Brit Chadasha \ide UTF-8 \h מתתיהו \toc2 מתתיהו \toc1 די גוטע בשורה לויט מתתיהו \mt די גוטע בשורה לויט מתתיהו \c 1 \p \v 1 דאס בוך פונם שטאמבוים פון יהושע/ישוע המשיחן, דעם זון פון דוד, דעם זון פון אברהם. \v 2 אברהם האט געבוירן יצחקן, און יצחק האט געבוירן יעקבן, און יעקב האט געבוירן יהודהן און זיינע ברידער. \v 3 און יהודה האט געבוירן פרצן און זרחן פון תמר. און פרץ האט געבוירן חצרון, און חצרון האט געבוירן רם. \v 4 און רם האט געבוירן עמינדבן, און עמינדב האט געבוירן נחשון, און נחשון האט געבוירן שלמון, \v 5 און שלמון האט געבוירן בועזן פון רחב, און בועז האט געבוירן עובדן פון רות, און עובד האט געבוירן ישי, \v 6 און ישי האט געבוירן דוד המלך. \p און דוד האט געבוירן שלמהן פון אוריהס ווייב, \v 7 און שלמה האט געבוירן רחבעם, און רחבעם האט געבוירן אביה, און אביה האט געבוירן אסא, \v 8 און אסא האט געבוירן יהושפטן, און יהושפט האט געבוירן יורם, און יורם האט געבוירן עזיהו, \v 9 און עזיהו האט געבוירן יותם, און יותם האט געבוירן אחזן, און אחז האט געבוירן יחזקיהון, \v 10 און יחזקיהו האט געבוירן מנשהן, און מנשה האט געבוירן אמון, און אמון האט געבוירן יאשיהו, \v 11 און יאשיהו האט געבוירן יכניהו און זיינע ברידער, צו דער צייט פונם גלות בבל. \p \v 12 און נאך דער פארטרייבונג קיין בבל האט יכניהו געבוירן שאלתיאלן, און שאלתיאל האט געבוירן זרובבלען, \v 13 און זרובבל האט געבוירן אביהודן, און אביהוד האט געבוירן אליקים, און אליקים האט געבוירן עזורן, \v 14 און עזור האט געבוירן צדוקן, און צדוק האט געבוירן יכין, און יכין האט געבוירן אליהודן, \v 15 און אליהוד האט געבוירן אלעזרן, און אלעזר האט געבוירן מתן, און מתן האט געבוירן יעקבן, \v 16 און יעקב האט געבוירן יוספן, דעם מאן פון מרים, פון וועלכער עס איז געבוירן געווארן יהושע/ישוע, וואס ווערט גערופן משיח. \p \v 17 און אזוי זענען אלע דורות פון אברהם ביז דוד פערצן דורות; און פון דוד ביז צום גלות בבל פערצן דורות; און פונם גלות בבל ביז צו דעם משיח פערצן דורות. \p \v 18 און די געבורט פון יהושע/ישוע המשיחן איז פארגעקומען אויף אזא אופן: ווען זיין מוטער מרים איז געווען פארקנסט צו יוספן, איידער זיי זענען זיך צוזאמענגעקומען, איז זי געפונען געווארן מעוברת פונם רוח הקודש. \v 19 יוסף, איר מאן, איז אבער געווען א צדיק, און האט איר נישט געוואלט אנטון קיין חרפה, האט ער בדעה געהאט, שטילערהייט מיט איר זיך פאנאנדערצוגיין. \v 20 און טראכטנדיק אזוי וועגן דעם, זע, א מלאך פון דעם האר (ה׳) האט זיך באוויזן צו אים אין א חלום, אזוי צו זאגן: יוסף בן דוד, פארכט דיך נישט צו נעמען מרים, דיין ווייב; מחמת דאס, וואס איז אין איר געשאפן געווארן, איז פונם רוח הקודש. \v 21 און זי וועט געבוירן א זון, און דו זאלסט רופן זיין נאמען יהושע/ישוע; מחמת ער וועט ראטעווען זיין פאלק פון זייערע זינד. \v 22 און דאס אלץ איז געשען, כדי עס זאל דערפילט ווערן, וואס עס איז געזאגט געווארן פון דעם האר (ה׳) דורך דעם נביא, אזוי צו זאגן: \q \v 23 זע די עלמה וועט פארגיין אין טראגן, \q און געבוירן א זון, \q און מען וועט רופן זיין נאמען עמנואל, \qr (ישעיהו ז, יד.) \m וואס דער טייטש דערפון איז: ה׳ מיט אונדז. \v 24 און ווען יוסף איז אויפגעשטאנען פון שלאף, האט ער געטאן, ווי דער מלאך פון דעם האר (ג‑ט) האט אים באפוילן, און ער האט גענומען צו זיך זיין ווייב; \v 25 און האט זיך מיט איר נישט באהאפטן, ביז זי האט געבוירן א זון, און ער האט גערופן זיין נאמען יהושע/ישוע. \c 2 \cl קאפיטל צוויי \p \v 1 און ווען יהושע/ישוע איז געבוירן געווארן אין בית‑לחם יהודה, אין די טעג פון קעניג הורדוס, זע, שטערנזעער פונם מזרח זענען אנגעקומען קיין ירושלים, \v 2 און האבן געזאגט: וואו איז ער, וואס איז געבוירן געווארן, דער מלך פון די יידן? מחמת מיר האבן געזען זיין שטערן אויפן מזרח, און זענען געקומען, זיך צו בוקן צו אים. \v 3 און ווי דער קעניג הורדוס האט דאס געהערט, האט ער זיך דערשראקן און גאנץ ירושלים מיט אים. \v 4 און איינזאמלענדיק אלע הויפט כהנים און סופרים פונם פאלק, האט ער זיי געפרעגט, וואו דער משיח דארף געבוירן ווערן. \v 5 און זיי האבן צו אים געזאגט: אין בית‑לחם יהודה; מחמת אזוי איז געשריבן געווארן דורך דעם נביא. \q \v 6 און דו בית‑לחם, לאנד יהודה, \q ביסט בשום אופן נישט דאס קלענסטע \q צווישן די פרינצן פון יהודה; \q מחמת פון דיר וועט ארויסקומען א מושל, \q וואס וועט פיטערן מיין פאלק ישראל! \qr (מיכה ה, ב.) \m \v 7 דערנאך האט הורדוס שטילערהייט גערופן די שטערנזעער, און גרינטלעך אויסגעפארשט ביי זיי די צייט, ווען דער שטערן האט זיך באוויזן. \v 8 און ער האט זיי געשיקט קיין בית‑לחם, און געזאגט: גייט און פארשט נאך גענוי וועגן דעם קינד; און ווען איר וועט עס געפינען, דערציילט מיר, כדי איך זאל אויך קומען און מיך בוקן צו אים. \v 9 און זיי, האבנדיק געהערט דעם קעניג, האבן זיך געווענדט אויף זייער וועג; און זע, דער שטערן, וועלכן זיי האבן געזען אויפן מזרח, איז געגאנגען פאר זיי, ביז ער איז געקומען און זיך געשטעלט איבער דעם ארט, וואו דאס קינד איז געווען. \v 10 און זעענדיק דעם שטערן, האבן זיי זיך געפריידט מיט א זייער גרויסער שמחה. \v 11 און זענען אריינגעגאנגען אין הויז און האבן געזען דאס קינד מיט מרים, זיין מוטער; און זענען אנידערגעפאלן און האבן זיך געבוקט צו אים; און האבן אויפגעעפנט זייערע אוצרות און אים געברענגט מתנות, גאלד און וויירויך און מירע. \v 12 און ווערנדיק געווארנט אין א חלום, זיך נישט אומצוקערן צו הורדוסן, זענען זיי אוועק אויף אן אנדערן וועג אין זייער אייגן לאנד אריין. \v 13 און נאך זייער אוועקגיין, זע, א מלאך פון דעם האר (ג‑ט) באווייזט זיך צו יוספן אין א חלום, אזוי צו זאגן: שטיי אויף און נעם דאס קינד און זיין מוטער, און אנטלויף קיין מצרים, און זיי דארטן, ביז איך וועל דיר זאגן; מחמת הורדוס וועט זוכן דאס קינד, כדי עס אומצוברענגען. \v 14 און ער איז אויפגעשטאנען און האט גענומען דאס קינד און זיין מוטער ביינאכט, און איז אוועק קיין מצרים. \v 15 און איז דארט געווען ביז הורדוס איז געשטארבן, כדי עס זאל דערפילט ווערן, וואס עס איז געזאגט געווארן פון דעם האר דורך דעם נביא, אזוי צו זאגן: \q פון מצרים האב איך גערופן מיין זון. \qr (הושע יא, א.) \m \v 16 דעמאלט האט הורדוס געזען, אז ער איז געווארן אפגעשפאט פון די שטערנזעער, איז ער געווארן שרעקלעך צארנדיק, און האט געשיקט, און געלאזט טייטן אלע יינגלעך, וואס זענען געווען אין בית‑לחם און אין אלע אירע געגנטן, פון צוויי יאר און יונגער, לויט דער צייט, וואס ער האט גענוי אויסגעפונען פון די שטערנזעער. \v 17 דעמאלט איז דערפילט געווארן, וואס עס איז געזאגט געווארן דורך ירמיהו הנביא, אזוי צו זאגן: \q \v 18 א קול איז געהערט געווארן אין רמה, \q א געוויין און ביטער באקלאגן, \q רחל באוויינט אירע קינדער; \q און וויל נישט געטרייסט ווערן, \q ווייל זיי זענען מער נישט פאראן. \qr (ירמיהו לא, טו.) \p \v 19 ווען אבער הורדוס איז שוין געווען טויט, זע, א מלאך פון דעם האר (ג‑ט) באווייזט זיך אין א חלום צו יוספן אין מצרים, \v 20 און זאגט: שטיי אויף און נעם דאס קינד און זיין מוטער, און גיי קיין ארץ ישראל; מחמת עס זענען שוין געשטארבן די, וואס האבן געזוכט דאס לעבן פון דעם קינד. \v 21 און ער איז אויפגעשטאנען און האט גענומען דאס קינד און זיין מוטער, און איז געקומען קיין ארץ ישראל. \v 22 נאר הערנדיק, אז ארכעלאוס קעניגט איבער יהודה אויפן ארט פון זיין פאטער הורדוס, האט ער זיך געפארכטן דארט אהינצוגיין; און נאך דעם ווי ער איז געווארנט געווארן אין א חלום, איז ער אוועק אין די מקומות פון גליל, \v 23 און איז געקומען און האט געוואוינט אין א שטאט, וואס מען רופט זי נצרת, כדי עס זאל דערפילט ווערן, וואס עס איז געזאגט געווארן דורך די נביאים, אז ער וועט גערופן ווערן נצר. (ישעיהו יא, א.) \c 3 \cl קאפיטל דריי \p \v 1 אין יענע טעג קומט יוחנן פון דער (ירדן) מקווה, און רופט אויס אין דער מדבר פון יהודה, אזוי צו זאגן: \v 2 טוט תשובה; מחמת דאס מלכות השמים האט זיך דערנענטערט. \v 3 מחמת דאס איז ער, פון וועמען עס איז גערעדט געווארן דורך ישעיה הנביא, אזוי צו זאגן: \q א קול פון איינעם, וואס רופט אויס אין דער מדבר: \q מאכט גרייט דעם וועג פון דעם האר (ג‑ט), \q מאכט גלייך זיינע שטעגן! \qr (ישעיהו מ, ג.) \m \v 4 און יוחנן אליין האט געהאט א מלבוש פון קעמל האר, און א לעדערנער גארטל ארום זיינע לענדן; און זיין שפייז איז געווען היישעריקן און ווילדער האניק. \v 5 דעמאלט איז צו אים ארויסגעגאנגען ירושלים, און גאנץ יהודה, און די גאנצע אומגעגנט פון ירדן; \v 6 און האבן זיך געלאזט טובל זיין אין דער מקווה פון אים אין דעם טייך ירדן, מתוודה זייענדיק זיך אויף זייערע זינד. \v 7 ווען אבער ער האט געזען א סך פון די פרושים און פון די צדוקים קומען צו דער מקווה, האט ער צו זיי געזאגט: איר שלאנגענקינדער, ווער האט אייך געגעבן צו פארשטיין, אז איר זאלט אנטלויפן פון דעם קומענדיקן גרימצארן? \v 8 ברענגט דעריבער פרוכט, וואס איז ראוי ביי תשובה! \v 9 און זאל אייך נישט קומען אויף די געדאנקען צו זאגן: מיר האבן אברהם ווי אונדזער פאטער (זכות‑אבות); מחמת איך זאג אייך, אז ה׳ איז בכוח פון די דאזיקע שטיינער אויפצושטעלן קינדער צו אברהמען. \v 10 און די האק ליגט שוין ביים שורש פון די ביימער; דעריבער יעדער בוים, וואס ברענגט נישט קיין גוטע פירות, ווערט אפגעהאקט, און געווארפן אין פייער אריין. \v 11 איך טובל אייך אין א מקווה מיט וואסער צו תשובה; אבער דער, וואס קומט נאך מיר, איז שטארקער פון מיר, וואס איך בין נישט ווערט צו טראגן זיינע שיך; ער וועט אייך טובל זיין אין א מקווה מיט דעם רוח הקודש און מיט פייער. \v 12 זיין ווינטשויפל איז אין זיין האנט, און ער וועט גוט אויסרייניקן זיין דרעשעריי; און ער וועט איינזאמלען זיין ווייץ אין שייער אריין, אבער די פלעווע וועט ער פארברענען אין פייער, וואס לעשט זיך נישט אויס. \p \v 13 דעמאלט קומט יהושע/ישוע פון גליל צום ירדן צו יוחנן, כדי מקווה געטובלט צו ווערן אין א מקווה פון אים. \v 14 ער אבער האט עס אים פארווערט, זאגנדיק: איך האב נייטיק פון דיר געטובלט צו ווערן אין א מקווה, און דו קומסט צו מיר? \v 15 נאר יהושע/ישוע האט ענטפערנדיק צו אים געזאגט: לאז עס איצט צו; מחמת אזוי געשיקט זיך פאר אונדז מקיים צו זיין יעדע גערעכטיקייט. דעמאלט האט ער אים געלאזט. \v 16 ווי יהושע/ישוע איז געטובלט געווארן אין א מקווה, איז ער באלד ארויסגעשטיגן פון וואסער; און זע, די הימלען האבן זיך אויפגעעפנט, און ער האט געזען ה׳ס גייסט אראפנידערן ווי א טויב, און קומען אויף אים; \v 17 און זע, א קול פון הימל האט געזאגט: דאס איז מיין געליבטער זון, אין וועמען איך האב א וואוילגעפעלן! \c 4 \cl קאפיטל פיר \p \v 1 דעמאלט איז יהושע/ישוע געפירט געווארן פון דעם גייסט אין דער מדבר אריין, כדי דער שׂטן זאל אים אויספרואוון. \v 2 און פאסטנדיק פערציק טעג און פערציק נעכט, איז ער דערנאך הונגעריק געווארן. \v 3 און דער אויספרואווער איז צוגעקומען און האט צו אים געזאגט: אויב דו ביסט דער זון פון דער אויבערשטער, זאג, אז די דאזיקע שטיינער זאלן ווערן ברויט! \v 4 ער אבער האט ענטפערנדיק געזאגט: עס שטייט געשריבן: \q נישט פון ברויט אליין זאל דער מענטש לעבן, \q נאר פון יעדן ווארט, \q וואס קומט ארויס פון ה׳ס מויל. \qr (דברים ח, ג.) \m \v 5 דעמאלט נעמט אים דער שׂטן אין דער הייליקער שטאט אריין; און האט אים געשטעלט אויפן שפיץ פון בית המקדש, \v 6 און זאגט צו אים: אויב דו ביסט דער זון פון דער אויבערשטער, ווארף דיך אראפ; מחמת עס שטייט געשריבן: \q זיינע מלאכים וועט ער באפעלן וועגן דיר, \q און אויף די הענט וועלן זיי דיך טראגן, \q טאמער וועסטו דיר אנשטויסן דיין פוס אין א שטיין. \qr (תהלים צא, יא.) \m \v 7 האט יהושע/ישוע צו אים געזאגט: עס שטייט אויך געשריבן: דו זאלסט נישט אויספרואוון דעם האר, דיין ג‑ט. \v 8 נאכאמאל נעמט אים דער שׂטן מיט אויף א זייער הויכן בארג, און ווייזט אים אלע קעניגרייכן פון דער וועלט, און זייער הערלעכקייט; \v 9 און זאגט צו אים: אלע די דאזיקע וועל איך דיר געבן, אויב דו וועסט אנידערפאלן און זיך בוקן צו מיר. \v 10 דעמאלט זאגט יהושע/ישוע צו אים: אוועק, דו שׂטן! מחמת עס שטייט געשריבן: צום האר, דיין ג‑ט, זאלסטו זיך בוקן און נאר אים אליין זאלסטו דינען! \v 11 דעמאלט פארלאזט אים דער שׂטן; און זע, מלאכים זענען געקומען און האבן אים באדינט. \p \v 12 און ווען ער האט געהערט, אז יוחנן איז איינגעזעצט געווארן, איז ער אוועק קיין גליל; \v 13 און האט פארלאזט נצרת, און איז געקומען און האט געוואוינט אין כפר‑נחום, וואס ליגט ביים ים, אין די געביטן פון זבולון און נפתלי; \v 14 כדי עס זאל דערפילט ווערן, וואס עס איז געזאגט געווארן דורך ישעיהו הנביא, אזוי צו זאגן: \q \v 15 לאנד פון זבולון און לאנד פון נפתלי, \q ביים וועג פונם ים, פון יענער זייט ירדן, \q גליל פון די פעלקער, \q \v 16 דאס פאלק, וואס איז געזעסן אין דער פינסטער, \q האט געזען א גרויס ליכט, \q און צו די, וואס זענען געזעסן אין א לאנד און אין שאטן פון טויט, \q פאר זיי האט א ליכט אויפגעשיינט. \qr (ישעיהו ט, א-ב.) \p \v 17 פון דעמאלט אָן האט יהושע/ישוע אנגעהויבן אויסצורופן, און צו זאגן: טוט תשובה; מחמת דאס מלכות השמים האט זיך דערנענטערט! \p \v 18 און ווי ער איז ארומגעגאנגען ביים ים פון גליל, האט ער געזען צוויי ברידער, שמעון, וואס מען רופט אים פעטרוס, און אנדריי זיין ברודער, ווארפן א נעץ אין ים אריין; מחמת זיי זענען געווען פישערלייט. \v 19 און ער זאגט צו זיי: קומט, פאלגט מיר נאך, און איך וועל אייך מאכן פאר פישערס פון מענטשן! \v 20 און זיי האבן גלייך פארלאזן די נעצן, און האבן אים נאכגעפאלגט. \v 21 און ווען ער איז פון דארטן ווייטערגעגאנגען, האט ער געזען אנדערע צוויי ברידער, יעקב בן זבדי, און יוחנן זיין ברודער, אין דעם שיפל מיט זייער פאטער זבדי, פארריכטנדיק זייערע נעצן; און ער האט זיי גערופן. \v 22 און זיי האבן גלייך פארלאזן דאס שיפל און דעם פאטער זייערן, און האבן אים נאכגעפאלגט. \p \v 23 און ער איז ארומגעגאנגען אין גאנץ גליל, לערנענדיק אין זייערע שולן, און אויסרופנדיק די גוטע בשורה פונם מלכות, און היילנדיק אלע קראנקייטן און שלאפקייטן צווישן דעם פאלק. \v 24 און זיין שם האט זיך פארשפרייט אין גאנץ סיריען; און מען האט געברענגט צו אים אלע קראנקע, וואס זענען געווען געפלאגט מיט פארשיידענע מחלות און יסורים, באזעסענע מיט בייזע גייסטער, און חולי‑נופל, און פאראליטיקער; און ער האט זיי געהיילט; \v 25 און עס האבן אים נאכגעפאלגט גרויסע המונים מענטשן פון גליל און דעקאפאליס און ירושלים און יהודה און פון עבר הירדן. \c 5 \cl קאפיטל פינף \p \v 1 און זעענדיק די המונים מענטשן, איז ער ארויפגעגאנגען אויף דעם בארג; און ווען ער האט זיך אנידערגעזעצט זענען זיינע תלמידים געקומען צו אים. \v 2 און ער האט אויפגעעפנט זיין מויל און זיי געלערנט, זאגנדיק: \q1 \v 3 וואויל איז די ארעמע אין גייסט; \q2 ווייל זייערס איז דאס מלכות השמים. \q1 \v 4 וואויל איז די טרויערנדיקע; \q2 ווייל זיי וועלן געטרייסט ווערן. \q1 \v 5 וואויל איז די, וואס האלטן זיך קליין; \q2 ווייל זיי וועלן ירשענען די ערד. \q1 \v 6 וואויל איז די, וואס הונגערן און דורשטן נאך גערעכטיקייט; \q2 ווייל זיי וועלן געזעטיקט ווערן. \q1 \v 7 וואויל איז די בעלי רחמים; \q2 ווייל זיי וועלן דערלאנגען בארמהארציקייט. \q1 \v 8 וואויל איז די, וואס זענען ריין אין הארצן; \q2 ווייל זיי וועלן זען ה׳. \q1 \v 9 וואויל איז די, וואס מאכן שלום; \q2 ווייל זיי וועלן גערופן ווערן ה׳ס קינדער. \q1 \v 10 וואויל איז די, וואס ווערן פארפאלגט צוליב גערעכטיקייט; \q2 ווייל דאס מלכות השמים איז זייערס. \m \v 11 וואויל איז אייך, ווען מען טוט אייך אָן בזיונות, און מען פארפאלגט אייך, און מען רעדט אויס פאלש אלדאס בייז אויף אייך, צוליב מיר. \v 12 פריידט זיך, און זייט זיך זייער משמח, ווייל אייער שכר איז גרויס אין הימל; מחמת אָט אזוי האט מען פארפאלגט די נביאים, וואס זענען געווען פאר אייך. \p \v 13 איר זענט דאס זאלץ פון דער ערד; אויב אבער דאס זאלץ זאל פארלירן זיין טעם, מיט וואס וועט עס געזאלצן ווערן? עס טויג מער צו גארנישט, אחוץ ארויסגעווארפן און פון לייטן געטרעטן צו ווערן. \v 14 איר זענט דאס ליכט פון דער וועלט. א שטאט, וואס ליגט אויף א בארג, קען נישט בלייבן פארבארגן. \v 15 מען ליכטבענטשן אויך נישט אויף א ליכט, און שטעלט עס אונטער דעם מאסשעפל, נאר אויף דעם לייכטער; און עס לויכט אלעמען אין הויז. \v 16 אָט אזוי זאל אייער ליכט שיינען פאר מענטשן, כדי זיי זאלן זען אייערע מעשים טובים, און אפגעבן א לויב צו אייער פאטער, וואס איז אין הימל. \p \v 17 איר זאלט נישט מיינען, אז איך בין געקומען צו צעשטערן די תורה אדער די נביאים; איך בין נישט געקומען צו צעשטערן, נאר ממלא צו זיין. \v 18 מחמת באמת זאג איך אייך, ביז דער הימל און די ערד וועלן פארגיין, וועט קיין איין יוד, אדער א קוצי של יוד פון דער תורה נישט בטל ווערן, ביז אלץ איז געשען. \v 19 דעריבער ווער עס וועט צעשטערן איינע פון די דאזיקע קלענסטע מצוות, און וועט אָט אזוי לערנען די מענטשן, דער וועט הייסן קלענסטער אין דעם מלכות השמים; ווער אבער עס וועט זיי טאן און לערנען, דער וועט הייסן גרויס אינם מלכות השמים. \v 20 מחמת איך זאג אייך, אז אויב אייער צדקות וועט נישט איבערשטייגן די צדקות פון די סופרים און די פרושים, וועט איר בשום אופן נישט אריינגיין אינם מלכות השמים. \p \v 21 איר האט געהערט, אז עס איז געזאגט געווארן צו די קדמונים: דו זאלסט נישט טייטן; ווער אבער עס טייט, איז חייב צום משפט. \v 22 איך אבער זאג אייך, אז יעדער איינער, וואס איז צארנדיק אויף זיין ברודער, וועט זיין חייב צום משפט; און ווער עס וועט זאגן רקא צו זיין ברודער, וועט זיין חייב צום סנהדרין; און ווער עס וועט זאגן, דו נאר, וועט זיין חייב צום פייער פון גיהנום. \v 23 דעריבער ווען דו ברענגסט דיין קרבן צו דעם מזבח, און דארטן דערמאנסטו דיך, אז דיין ברודער האט עפעס קעגן דיר, \v 24 זאלסטו דארטן איבערלאזן דיין קרבן פאר דעם מזבח, און גיי קודם כל אהין, רעד זיך דורך מיט דיין ברודער, און דאן קום און זיי מקריב דיין קרבן. \v 25 ווער משווה מיט דיין קעגנער געשווינט, בשעת דו ביסט נאך מיט אים אויפן וועג; טאמער וועט דיין קעגנער דיך איבערגעבן צום שופט, און דער שופט צום שוטר, און דו וועסט געווארפן ווערן אין תפיסה אריין. \v 26 באמת זאג איך דיר, דו וועסט פון דארטן בשום אופן נישט ארויסקומען, ביז דו באצאלסט נישט די לעצטע פרוטה! \p \v 27 איר האט געהערט, אז עס איז געזאגט געווארן: זאלסט נישט נואפן! \v 28 איך אבער זאג אייך, אז יעדער איינער, וואס קוקט אויף א פרוי, זי צו גלוסטן, האט שוין גענואפט מיט איר אין זיין הארצן. \v 29 און אויב דיין רעכט אויג פארפירט דיך צום שטרויכלען, נעם עס ארויס, און ווארף עס אוועק פון דיר; מחמת עס לוינט זיך דיר, אז איינס פון דיינע אברים זאל פארלוירן גיין, און נישט דיין גאנצער גוף זאל געווארפן ווערן אין גיהנום אריין. \v 30 און אויב דיין רעכטע האנט פארפירט דיך צום שטרויכלען, האק זי אפ, און ווארף זי אוועק פון דיר; מחמת עס לוינט זיך דיר, אז איינס פון דיינע אברים זאל פארלוירן גיין, און נישט דיין גאנצער גוף זאל גיין אין גיהנום אריין. \v 31 און עס איז געזאגט געווארן: ווער עס שיידט זיך פון זיין ווייב, זאל ער איר געבן א גט. \v 32 איך אבער זאג אייך, אז יעדער איינער, וואס שיידט זיך פון זיין ווייב, אחוץ צוליב א פאל פון זנות, מאכט ער זי מזנה צו זיין. און ווער עס האט חתונה מיט א גרושה, דער איז מזנה. \v 33 ווידער האט איר געהערט, אז עס איז געזאגט געווארן צו די קדמונים: זאלסט נישט שווערן פאלש, זאלסט אבער אפצאלן דיינע שבועות צום האר (ג‑ט). \v 34 איך אבער זאג אייך, שווערט לגמרי נישט; נישט ביים הימל, ווייל עס איז ה׳ס כסא הכבוד. \v 35 נישט ביי דער ערד, ווייל זי איז א פוסבענקל פאר זיינע פיס; נישט ביי ירושלים, ווייל דאס איז די שטאט פון דעם גרויסן מלך. \v 36 זאלסט אויך נישט שווערן ביי דיין קאפ, ווייל דו קענסט נישט קיין איינציקע האר ווייס אדער שווארץ מאכן. \v 37 נאר זאל אייער ווארט זיין; יא, יא; ניין, ניין! און וואס איז מער ווי די דאזיקע איז פונם בייזן. \p \v 38 איר האט געהערט, אז עס איז געזאגט געווארן: אן אויג פאר אן אויג, און א צאן פאר א צאן; \v 39 איך אבער זאג אייך: איר זאלט זיך נישט אנטקעגנשטעלן דעם בייזן; נאר ווען עמיצער פאטשט דיך אויף דיין רעכטער באק, נייג אים אויך די אנדערע צו. \v 40 און דעם, וואס וויל זיך משפטן מיט דיר און אוועקנעמען דיין העמד, לאז אים אויך דעם אויבער בגד. \v 41 און ווער עס צווינגט דיך צו גיין א מייל, גיי מיט אים צוויי. \v 42 גיב צו דעם, וואס בעט ביי דיר, און פון דעם, וואס וויל ביי דיר בארגן, דריי דיך נישט אוועק. \v 43 איר האט געהערט, אז עס איז געזאגט געווארן: דו זאלסט ליב האבן דיין חבר, און האסן דיין שונא; \v 44 איך אבער זאג אייך: האט ליב אייערע שונאים, און זייט מתפלל פאר די, וואס פארפאלגן אייך; \v 45 כדי איר זאלט זיין קינדער פון אייער פאטער, וואס איז אין הימל. ווייל ער לאזט זיין זון שיינען אויף בייזע און אויף גוטע, און לאזט רעגענען אויף צדיקים און אויף רשעים. \v 46 מחמת אויב איר וועט ליב האבן די, וואס האבן אייך ליב, וואס פאר א שכר האט איר? צי טאן דען די שטייער אויפמאנער נישט דאס זעלביקע? \v 47 און אויב איר גיט אפ שלום נאר אייערע ברידער אליין, וואס טוט איר דא מער? צי טאן דען די אומות (העולם) נישט אויך דאס זעלביקע? \v 48 דעריבער זאלט איר זיין פולקום, ווי אייער הימלישער פאטער איז פולקום. \c 6 \cl קאפיטל זעקס \p \v 1 גיט אכטונג, אז איר זאלט נישט טאן אייער צדקה פאר לייטן, כדי פון זיי געזען צו ווערן; און אויב נישט, האט איר נישט קיין שכר ביי אייער פאטער, וואס איז אין הימל. \v 2 דעריבער ווען דו טוסט א גמילות חסד, לאז נישט אויסטראמפייטערן פאר דיר, ווי די צבועקעס טאן אין די שולן און אויף די גאסן, כדי געלויבט צו ווערן פון לייטן. באמת זאג איך אייך, זיי האבן שוין זייער שכר. \v 3 דו אבער ווען דו טוסט א גמילות חסד זאל דיין לינקע האנט נישט וויסן, וואס די רעכטע טוט, \v 4 כדי דיין גמילות חסדים זאל בלייבן פארבארגן; און דיין פאטער, וואס זעט אין פארבארגעניש, וועט דיר פארגעלטן. \p \v 5 און ווען איר טוט תפילה, זאלט איר נישט זיין ווי די צבועקעס, ווייל זיי האבן ליב תפילה צו טאן ווען זיי שטייען אין די שולן און אויף די עקן פון די גאסן, כדי זיך צו באווייזן פאר מענטשן. באמת זאג איך אייך, זיי האבן שוין זייער שכר. \v 6 דו אבער, ווען דו טוסט תפילה, גיי אריין אין דיין חדרל, און פארשליס די טיר, און זיי מתפלל צו דיין פאטער, וואס איז פארבארגן, און דיין פאטער, וואס זעט אין פארבארגעניש, וועט דיר פארגעלטן. \v 7 און תפילה טוענדיק, זאלט איר נישט פלאפלען ווי די אומות (העולם); מחמת זיי מיינען, אז דורך א סך ווערטער זייערע, וועלן זיי דערהערט ווערן. \v 8 דעריבער זייט נישט גלייך ווי זיי! מחמת ה׳, אייער פאטער, ווייסט וואס איר באדארפט, איידער איר בעט אים. \v 9 דעריבער זאלט איר אזוי תפילה טאן: \q אונדזער פאטער, וואס דו ביסט אין הימל, \q געהייליקט זאל ווערן דיין נאמען. \q \v 10 זאל דיין מלכות קומען. \q זאל דיין רצון געשען, \q ווי אין הימל, אזוי אויך אויף דער ערד. \q \v 11 אונדזער טעגלעך ברויט גיב אונדז היינט. \q \v 12 און פארגיב אונדז אונדזערע חובות, \q ווי אויך מיר האבן פארגעבן די, וואס זענען אונדז שולדיק. \q \v 13 און ברענג אונדז נישט צו קיין נסיון, \q נאר זיי אונדז מציל פון שלעכטס \q (מחמת דיין איז דאס מלכות, \q און די מאכט, און די הערלעכקייט, \q אויף אייביק! אמן.) \m \v 14 מחמת אויב איר פארגיט די מענטשן זייערע פעלערן, וועט אייער הימלישער פאטער אייך אויך פארגעבן. \v 15 ווען אבער איר פארגיט די מענטשן נישט, וועט אייער פאטער אייך אויך נישט פארגעבן אייערע עבירות. \p \v 16 און ווען איר פאסט, זאלט איר נישט זיין ווי די צבועקעס, מיט א זויער פנים; מחמת זיי פארפינסטערן זייערע פנימער, כדי זיך צו באווייזן פאר מענטשן, אז זיי פאסטן. באמת זאג איך אייך, זיי האבן שוין זייער שכר. \v 17 דו אבער, ווען דו פאסט, זאלב דיר דעם קאפ מיט אייל, און וואש דיר אפ דאס פנים; \v 18 כדי זאלסט נישט געזען ווערן פון מענטשן, אז דו פאסט, נאר פאר דיין פאטער, וואס איז פארבארגן; און דיין פאטער, וואס זעט אין פארבארגעניש, וועט דיר פארגעלטן. \p \v 19 זאמלט אייך נישט איין קיין אוצרות אויף דער ערד, וואו מילב און זשאווער פארדארבן, און וואו גנבים גראבן אונטער און גנבענען אוועק. \v 20 נאר זאמלט אייך איין אוצרות אין הימל, וואו נישט די מילב נישט דער זשאווער פארדארבן, און וואו גנבים גראבן נישט אונטער און גנבענען נישט אוועק. \v 21 מחמת וואו דיין אוצר איז, דארט וועט אויך דיין הארץ זיין. \v 22 דאס ליכט פון דעם גוף איז דאס אויג. \v 23 אויב דעריבער דיין אויג איז געזונט, וועט דיין גאנצער גוף זיין ליכטיק. ווען אבער דיין אויג איז בייז, וועט דיין גאנצער גוף זיין פינסטער. דעריבער אויב דאס ליכט, וואס איז אין דיר, איז פינסטער, ווי גרויס איז די חושך! \v 24 קיינער קען נישט דינען צוויי הארן; מחמת אדער ער וועט דעם איינעם פיינט האבן, און ליב האבן דעם אנדערן, אדער ער וועט זיך האלטן ביי איינעם, און דעם אנדערן פאראכטן. איר קענט נישט דינען ה׳ און ממון. \v 25 דערפאר זאג איך אייך: זארגט נישט פאר אייער לעבן, וואס איר זאלט עסן, אדער וואס איר זאלט טרינקען; און אויך נישט פאר אייער גוף, וואס איר זאלט אנטאן. צי איז דען נישט דאס לעבן מער ווי די שפייז, און דער גוף מער ווי די קליידונג? \v 26 קוקט אויף די פייגל פון הימל, אז זיי זייען נישט, און שניידן נישט, און זאמלען אויך נישט אין שייערס אריין; און אייער הימלישער פאטער שפייזט זיי. צי זענט איר דען נישט פיל מער ווערט ווי זיי? \v 27 און ווער פון אייך זארגנדיק, קען צולייגן אן אייל צו זיין געוואוקס? \v 28 און פארוואס זארגט איר זיך וועגן א מלבוש? לערנט זיך אראפ פון די ליליעס פון פעלד, ווי זיי וואקסן; זיי ארבעטן נישט און שפינען נישט; \v 29 איך זאג אייך אבער, אז שלמה מיט זיין גאנצער פראכט איז נישט געווען אזוי אנגעטאן, ווי איינע פון די דאזיקע. \v 30 און אויב ה׳ קליידט אזוי אָן דאס גראז פון פעלד, וואס היינט איז עס דא, און צומארגנס ווערט עס געווארפן אין אויוון אריין, וועט ער דען נישט פיל מער אייך (קליידן), איר קליינגלויביקע? \v 31 דעריבער זאלט איר נישט זארגן, אזוי צו זאגן: וואס וועלן מיר עסן, אדער וואס וועלן מיר טרינקען, אדער מיט וואס וועלן מיר זיך קליידן? \v 32 מחמת די אומות (העולם) זוכן דאס אלץ; יא, אייער הימלישער פאטער ווייסט, אז איר נויטיקט זיך אין דעם אלעם. \v 33 זוכט אבער צום אלעמערשטן זיין מלכות, און זיין גערעכטיקייט; און דאס אלץ וועט אייך צוגעגעבן ווערן. \v 34 זארגט זשע נישט אויף מארגן; מחמת דער מארגנדיקער טאג וועט זארגן פאר זיך אליין. דער טאג האט גענוג זיין אייגן בייז. \c 7 \cl קאפיטל זיבן \p \v 1 משפט נישט, כדי איר זאלט נישט געמשפט ווערן. \v 2 מחמת מיט וואס פאר א משפט איר אורטיילט, וועט איר געמשפט ווערן, און מיט וועלכער מאס איר מעסט, וועט אייך געמאסטן ווערן. \v 3 און וואס זעסטו דאס שפענדל אין דיין ברודערס אויג, אבער דעם קלאץ, וואס איז אין דיין אויג, באמערקסטו נישט? \v 4 אדער ווי אזוי קענסטו זאגן צו דיין ברודער: לאז מיך ארויסנעמען דאס שפענדל פון דיין אויג; און זע, דער קלאץ איז אין דיין אויג? \v 5 דו צבועק, ווארף צום ערשט ארויס דעם קלאץ פון דיין אויג; און דעמאלט וועסטו זען קלאר ארויסצונעמען דאס שפענדל פון דיין ברודערס אויג. \v 6 גיט נישט דאס הייליקע צו די הינט, און ווארפט נישט אייערע פערל פאר די חזירים, טאמער וועלן זיי זיי צעטרעטן מיט זייערע פיס, און אומקערנדיק זיך אייך צערייסן. \p \v 7 בעט, און עס וועט אייך געגעבן ווערן; זוכט, און איר וועט געפינען; קלאפט אָן, און עס וועט אייך אויפגעמאכט ווערן! \v 8 מחמת יעדער, וואס בעט, באקומט; און דער, וואס זוכט, געפינט; און דעם, וואס קלאפט אָן, וועט אויפגעמאכט ווערן. \v 9 אדער וועלכער מענטש צווישן אייך איז עס, וואס, אויב זיין זון זאל אים בעטן ברויט, וועט ער אים געבן א שטיין? \v 10 אדער אויב ער זאל בעטן א פיש, וועט ער דען אים געבן א שלאנג? \v 11 אויב דעריבער איר, זייענדיק שלעכט, ווייסט צו געבן גוטע גאב צו אייערע קינדער, וויפל מער וועט אייער פאטער, וואס איז אין הימל, געבן גוטס צו די, וואס בעטן אים? \v 12 דעריבער אלץ, וואס איר ווילט, אז די מענטשן זאלן אייך טאן, טוט אויך אזוי פאר זיי; מחמת דאס דאזיקע איז די תורה און די נביאים. \p \v 13 גייט אריין דורך דעם ענגן טויער; ווייל געראם איז דאס טויער, און אויסגעברייטערט דער וועג, וואס פירט צו פארדארבונג, און א סך זענען עס, וואס גייען אריין דורך דעם דאזיקן. \v 14 ווי ענג איז אבער דאס טויער, און שמאל דער וועג, וואס פירט צום לעבן, און ווייניק זענען די, וואס געפינען אים. \p \v 15 היט זיך פאר די פאלשע נביאים, וואס קומען צו אייך אין קליידער פון שאף, אינעווייניק אבער זענען זיי פארצוקנדיקע וועלף. \v 16 פון זייערע פירות זאלט איר זיי דערקענען. צי קלויבט מען דען וויינטרויבן פון דערנער, אדער פייגן פון שטעכלקעס? \v 17 אזוי טראגט יעדער גוטער בוים גוטע פירות; דער פארפוילטער בוים אבער גיט ארויס שלעכטע פירות. \v 18 א גוטער בוים קען נישט ברענגען קיין שלעכטע פירות, און א פארפוילטער בוים נישט ברענגען קיין גוטע פירות. \v 19 יעדער בוים, וואס גיט נישט ארויס קיין גוטע פירות, ווערט אפגעהאקט, און געווארפן אין פייער אריין. \v 20 דעריבער זאלט איר זיי דערקענען פון זייערע פירות. \v 21 נישט יעדער איינער, וואס זאגט צו מיר, האר, האר, וועט אריינגיין אין מלכות השמים, נאר דער, וואס טוט דעם רצון פון מיין פאטער, וואס איז אין הימל. \v 22 א סך וועלן זאגן צו מיר אין יענעם טאג: האר, האר, צי האבן מיר דען נישט אין דיין נאמען נבואות געזאגט, און אין דיין נאמען ארויסגעטריבן בייזע גייסטער, און אין דיין נאמען געטאן א סך וואונדער? \v 23 און דעמאלט וועל איך מודה זיין פאר זיי: איך האב אייך קיינמאל נישט געקענט; אוועק פון מיר, איר, וואס טוט רשעות. \v 24 דעריבער יעדער איינער, וואס הערט די דאזיקע ווערטער מיינע, און טוט זיי, וועט זיין געגליכן צו א מאן א חכם, וואס האט געבויט זיין הויז אויף דעם פעלדזן. \v 25 און דער פלאצרעגן איז געפאלן, און די וואסער שטורמען זענען געקומען, און די ווינטן האבן געבלאזן, און האבן אנגעגריפן יענע הויז; און עס איז נישט איינגעפאלן; מחמת עס איז געווען געגרינדעט אויף דעם פעלדזן. \v 26 און יעדער איינער, וואס הערט די דאזיקע ווערטער מיינע, און טוט זיי נישט, וועט זיין געגליכן צו א מאן א נאר, וואס האט געבויט זיין הויז אויפן זאמד. \v 27 און דער פלאצרעגן איז געפאלן, און די וואסער שטורמען זענען געקומען, און די ווינטן האבן געבלאזן, און האבן געשטויסן אויף יענעם הויז; און עס איז איינגעפאלן, און דער צואמענברוך דערפון איז געווען גרויס. \v 28 און עס איז געשען, ווען יהושע/ישוע האט געענדיקט די דאזיקע ווערטער, האבן די המונים מענטשן געשטוינט איבער זיין לערנונג. \v 29 מחמת ער האט זיי געלערנט ווי איינער, וואס האט מאכט, און נישט ווי זייערע סופרים. \c 8 \cl קאפיטל אכט \p \v 1 און ווען ער איז אראפגעשטיגן פון בארג, האבן אים נאכגעפאלגט גרויסע המונים מענטשן, \v 2 און זע, א מצורעדיקער איז געקומען און איז אנידערגעפאלן פאר אים, און האט געזאגט: האר, אויב דו ווילסט, קענסטו מיך ריין מאכן. \v 3 און ער האט אויסגעשטרעקט די האנט, און האט אים אנגערירט, אזוי צו זאגן: איך וויל; זיי גערייניקט! און גלייך איז ער ריין געווארן פון זיין צרעת. \v 4 און יהושע/ישוע זאגט צו אים: היט דיך, אז דו זאלסט עס קיינעם נישט אויסזאגן; נאר גיי, ווייז דיך צום כהן, און זיי מקריב דאס קרבן, וואס משה האט געבאטן, פאר אן עדות צו זיי! \p \v 5 און ווי ער איז אריינגעקומען קיין כפר‑נחום, איז געקומען צו אים אן אפיציר, און האט אים געבעטן, \v 6 און געזאגט: האר, מיין משרת ליגט פאראליזשירט אין הויז, און האט שרעקלעכע יסורים. \v 7 און ער זאגט צו אים: איך וועל קומען און אים היילן. \v 8 דער אפיציר אבער האט ענטפערנדיק געזאגט: האר, איך בין נישט ווערט, אז דו זאלסט אריינקומען אונטער מיין דאך, נאר זאג בלויז א ווארט, און מיין משרת וועט געהיילט ווערן. \v 9 מחמת אויך איך בין א מענטש, וואס שטייט אונטער דער ממשלה, האבנדיק אונטער מיר זעלנער, און איך זאג צו דעם: גיי! און ער גייט; און צו אן אנדערן: קום אהער! און ער קומט; און צו מיין קנעכט: טו דאס! און ער טוט עס. \v 10 און ווי יהושע/ישוע האט דאס געהערט, האט ער זיך געוואונדערט, און האט געזאגט צו די, וואס האבן נאכגעפאלגט: באמת זאג איך אייך, ביי קיינעם אין ישראל האב איך אזא אמונה נישט געפונען. \v 11 און איך זאג אייך: א סך וועלן קומען פון מזרח און פון מערב, און וועלן זיך אנידערזעצן מיט אברהם, און מיט יצחקן, און מיט יעקבן, אין דעם מלכות השמים. \v 12 די קינדער אבער פון דעם מלכות וועלן ארויסגעווארפן ווערן אין דער פינצטערניש אינדרויסן; דארטן וועט זיין דאס קלאגן און דאס קריצן מיט די ציין. \v 13 און יהושע/ישוע האט געזאגט צו דעם אפיציר: גיי, זאל דיר געשען אזוי, ווי דו האסט געגלויבט! און דער משרת איז געהיילט געווארן אין יענער שעה. \p \v 14 און ווען יהושע/ישוע איז געקומען צו פעטרוסן אין הויז אריין, האט ער געזען זיין שוויגער ליגן קראנק אויף א קדחת. \v 15 און ער האט אנגערירט איר האנט, און דאס פיבער האט זי פארלאזן; און זי איז אויפגעשטאנען, און האט אים באדינט. \v 16 און ווען עס איז געווארן אוונט, האט מען געברענגט צו אים א סך באזעסענע מיט בייזע גייסטער, און ער האט ארויסגעטריבן די גייסטער מיט א ווארט, און אלע קראנקע געהיילט; \v 17 כדי עס זאל דערפילט ווערן, וואס עס איז געזאגט געווארן דורך ישעיה הנביא, אזוי צו זאגן: ער אליין האט אוועקגענומען אונדזערע קראנקייטן, און געטראגן די לאסט פון אונדזערע ווייטאקן. (ישעיהו נג, ד.) \p \v 18 און אז יהושע/ישוע האט געזען א המון מענטשן ארום זיך, האט ער באפוילן אוועקצופארן אויף דער אנדערער זייט ים. \v 19 און א סופר איז געקומען, און האט צו אים געזאגט: רבי, איך וועל דיר נאכפאלגן, וואו דו וועסט נאר גיין. \v 20 און יהושע/ישוע זאגט צו אים: די פוקסן האבן היילן, און די פייגל פון הימל—נעסטן; דער בר אנש אבער האט נישט, וואו דעם קאפ אנידערצולייגן. \v 21 און אן אנדערער פון די תלמידים האט צו אים געזאגט: האר, גיב מיר רשות קודם כל אוועקצוגיין און קובר צו זיין מיין פאטער. \v 22 יהושע/ישוע אבער זאגט צו אים: פאלג דו מיר נאך; און לאז די מתים קובר זיין זייערע מתים. \p \v 23 און ער איז איינגעשטיגן אין דעם שיפל, און זיינע תלמידים האבן אים נאכגעפאלגט. \v 24 און זע, עס איז געווארן א גרויסער שטורמווינט אויפן ים, אז דאס שיפל איז אזש באדעקט געווארן פון די כוואליעס; ער אבער איז געשלאפן. \v 25 און זיי זענען געקומען צו אים, און האבן אים אויפגעוועקט, אזוי צו זאגן: האר, ראטעווע; מיר קומען אום! \v 26 און ער זאגט צו זיי: וואס זענט איר אזוי אנגעשראקן, איר קליינגלויביקע? דאן איז ער אויפגעשטאנען, און האט אנגעשריגן די ווינטן און דעם ים; און עס איז געווארן א גרויסע שטילקייט. \v 27 און די מענטשן האבן זיך געוואונדערט, און האבן געזאגט: וואס איז דאס פאר א מאן, אז סיי די ווינטן סיי דער ים געהארכן אים? \p \v 28 און ווען ער איז געקומען אויף יענער זייט ים אין דעם לאנד פון די גדריים, זענען אים אנטקעגנגעלאפן צוויי באזעסענע, וואס זענען ארויסגעקומען אויס די קברים, זייער געפערלעכע, אז קיינער האט נישט געקענט פארבייגיין דורך יענעם וועג. \v 29 און זע, זיי האבן א געשריי געטאן, אזוי צו זאגן: וואס האבן מיר מיט דיר, דו זון פון דער אויבערשטער? ביסטו אהערגעקומען אונדז פייניקן פאר דער צייט? \v 30 און פונדערווייטנס פון זיי האט זיך געפאשעט א גרויסע סטאדע חזירים. \v 31 און די בייזע גייסטער האבן אים געבעטן, אזוי צו זאגן: אויב דו טרייבסט אונדז ארויס, שיק אונדז אריין אין דער סטאדע חזירים! \v 32 און ער האט צו זיי געזאגט: גייט! און זיי זענען ארויסגעגאנגען, און זענען אוועק אין די חזירים אריין; און זע, די גאנצע סטאדע האט זיך א ריס אראפ געטאן פון דער משופעדיקייט אין ים אריין, און זענען אומגעקומען אין די וואסערן. \v 33 די פאסטוכער אבער זענען אנטלאפן, און זענען אריין אין שטאט, און האבן אלץ דערציילט, און וואס (עס האט פאסירט) מיט די באזעסענע. \v 34 און זע, די גאנצע שטאט איז ארויסגעגאנגען אנטקייגן יהושען/ישוען; און דערזעענדיק אים, האבן זיי אים געבעטן, אז ער זאל אוועקגיין פון זייער גבול. \c 9 \cl קאפיטל ניין \p \v 1 און ער איז איינגעשטיגן אין א שיפל, און איז אריבערגעפארן, און געקומען אין זיין אייגענער שטאט אריין. \v 2 און זע, מען האט געברענגט צו אים א פאראליזשירטן, וואס איז געלעגן אויף א בעט. און ווי יהושע/ישוע האט געזען זייער אמונה, האט ער געזאגט צום פאראליזשירטן: זיי געטרייסט, מיין קינד, דיינע זינד זענען דיר פארגעבן געווארן! \v 3 און זע, אייניקע פון די סופרים האבן זיך געטראכט: דער דאזיקער לעסטערט. \v 4 און זעענדיק זייערע געדאנקען, האט יהושע/ישוע געזאגט: פארוואס טראכט איר בייז אין אייערע הערצער? \v 5 מחמת וואס איז לייכטער, צו זאגן: דיינע זינד זענען דיר פארגעבן געווארן; אדער צו זאגן: שטיי אויף און גיי? \v 6 נאר כדי איר זאלט וויסן, אז דער בר אנש האט רשות אויף דער ערד מוחל צו זיין זינד—זאגט ער דעמאלט צו דעם פאראליזשירטן—שטיי אויף, נעם דיין בעט און גיי אהיים! \v 7 און ער איז אויפגעשטאנען, און איז אוועק אהיים. \v 8 און ווען די המונים מענטשן האבן דאס געזען, האבן זיי זיך געפארכטן, און האבן אפגעגעבן כבוד צו ה׳, וואס האט געגעבן אזא רשות צו מענטשן. \p \v 9 און ווען יהושע/ישוע איז פון דארטן ווייטער געגאנגען, האט ער געזען א מענטשן זיצן ביים הויז פון שטייער, ער האט געהייסן מתתיהו, און ער זאגט צו אים: פאלג מיר נאך! און ער איז אויפגעשטאנען, און האט אים נאכגעפאלגט. \p \v 10 און עס איז געשען, בשעת ער איז געזעסן אין הויז צום טיש, זע, א סך שטייער אויפמאנער און חוטאים זענען געקומען און האבן זיך אנידערגעזעצט צוזאמען מיט יהושען/ישוען און מיט זיינע תלמידים. \v 11 און ווען די פרושים האבן עס געזען, האבן זיי געזאגט צו זיינע תלמידים: פארוואס עסט אייער רבי מיט די שטייער אויפמאנער און חוטאים? \v 12 ווען אבער ער האט דאס געהערט, האט ער געזאגט: די געזונטע דארפן נישט האבן קיין רופא, נאר די קראנקע. \v 13 גייט און לערנט וואס דאס איז: איך וויל בארעמהארציקייט, און נישט קיין קרבן (הושע ו, ו.); מחמת איך בין נישט געקומען רופן צדיקים, נאר חוטאים. \p \v 14 דעמאלט קומען צו אים יוחננס תלמידים, און זאגן: פארוואס פאסטן מיר און די פרושים אפט מאל, דיינע תלמידים אבער פאסטן נישט? \v 15 און יהושע/ישוע האט צו זיי געזאגט: צי קענען דען די אונטערפירערס טרויערן, בשעת דער חתן איז מיט זיי? עס וועלן אבער קומען טעג, ווען דער חתן וועט פון זיי אוועקגענומען ווערן, און דעמאלט וועלן זיי פאסטן. \v 16 און קיינער לייגט נישט קיין לאטע פון נישט איינגעלאפענעם טוך אויף אן אלטן בגד; מחמת די לאטע רייסט אפ פון דעם קלייד, און עס ווערט אן ערגערער ריס. \v 17 מען גיסט אויך נישט אריין קיין נייעם וויין אין אלטע לאגלען, טאמער פלאצן די לאגלען, און דער וויין גיסט זיך אויס, און די לאגלען ווערן פארדארבן; נאר מען גיסט אריין נייעם וויין אין נייע לאגלען, און ביידע האלטן זיך. \p \v 18 בעת ער האט דאס צו זיי גערעדט, זע, א שר איז געקומען, און איז אנידערגעפאלן פאר אים, און האט געזאגט: מיין טאכטער איז נאר וואס געשטארבן; נאר קום און לייג דיין האנט אויף איר, און זי וועט לעבן. \v 19 און יהושע/ישוע איז אויפגעשטאנען, און האט אים נאכגעפאלגט מיט זיינע תלמידים. \v 20 און זע, א פרוי, וואס האט געהאט א בלוט גאנג צוועלף יאר לאנג, איז צוגעקומען פון הינטן, און האט אנגערירט די זוים פון זיין מלבוש. \v 21 מחמת זי האט צו זיך געזאגט: אויב איך וועל נאר אנרירן זיין מלבוש, וועל איך געהאלפן ווערן. \v 22 און יהושע/ישוע האט זיך אויסגעדרייט און זעענדיק זי, האט ער געזאגט: זיי געטרייסט, מיין טאכטער, דיין אמונה האט דיך געראטעוועט! און די פרוי איז געזונט געווארן פון יענער שעה אָן. \v 23 און ווען יהושע/ישוע איז אריינגעקומען אין הויז פון דעם שר, און האט געזען די פלייטשפילער, און דאס געטומל פון דעם המון, \v 24 האט ער געזאגט: גייט אוועק! מחמת דאס מיידעלע איז נישט געשטארבן, זי שלאפט נאר. און זיי האבן זיך אויסגעלאכט פון אים. \v 25 ווען אבער דער עולם איז דערווייטערט געווארן, איז ער אריינגעגאנגען, און האט זי אנגענומען ביי דער האנט; און דאס מיידעלע האט זיך אויפגעהויבן. \v 26 און דער דאזיקער שם האט זיך פארשפרייט איבער יענעם גאנצן לאנד. \p \v 27 און ווען יהושע/ישוע איז פונדאנען ווייטער געגאנגען, האבן אים נאכגעפאלגט צוויי בלינדע מענטשן, וואס האבן געשריגן און געזאגט: דערבארם דיך אויף אונדז, בן דוד! \v 28 און ווען ער איז אריינגעקומען אין הויז, זענען די בלינדע צוגעקומען צו אים. און יהושע/ישוע זאגט צו זיי: גלויבט איר, אז איך קען טאן דאס דאזיקע? זאגן זיי צו אים: יא, האר! \v 29 האט ער דעמאלט אנגערירט זייערע אויגן, און געזאגט: לויט אייער אמונה, אזוי זאל עס אייך געשען! \v 30 און זייערע אויגן זענען אויפגעעפנט געווארן. און יהושע/ישוע האט זיי שטרענג געווארנט, אזוי צו זאגן: היט אייך, אז קיינער זאל זיך נישט דערוויסן דערפון. \v 31 זיי אבער זענען ארויסגעגאנגען, און האבן אים באקאנט געמאכט איבער יענעם גאנצן לאנד. \p \v 32 און ווען זיי זענען ארויסגעגאנגען, זע, מען האט געברענגט צו אים א שטומען, באזעסן מיט א בייזן גייסט. \v 33 און נאך דעם ווי דער בייזער גייסט איז ארויסגעטריבן געווארן, האט דער שטומער גערעדט. און די המונים מענטשן האבן געשטוינט, און געזאגט: נאך קיינמאל איז אזעלכעס נישט געזען געווארן אין ישראל! \v 34 די פרושים אבער האבן געזאגט: דורך דעם שר פון די בייזע גייסטער טרייבט ער ארויס די בייזע גייסטער! \p \v 35 און יהושע/ישוע איז ארומגעגאנגען איבער אלע שטעט און דערפער, לערנענדיק אין זייערע שולן, און אויסרופנדיק די גוטע בשורה פון דעם מלכות, און היילנדיק יעדע מחלה און יעדע שלאפקייט. \v 36 און ווען ער האט געזען די מאסן מענטשן, האט ער אויף זיי גרויס רחמנות געהאט, ווייל זיי זענען געווען פארשמאכט און פארווארלאזט, ווי שאף, וואס האבן נישט קיין פאסטוך. \v 37 דעמאלט זאגט ער צו זיינע תלמידים: דער שניט איז גרויס, נאר די ארבעטער זענען ווייניק. \v 38 בעט זשע דעם האר פון דעם שניט, אז ער זאל ארויסשיקן ארבעטער צו זיין שניט! \c 10 \cl קאפיטל צען \p \v 1 און ער האט גערופן צו זיך זיינע צוועלף תלמידים, און האט זיי געגעבן מאכט איבער אומריינע גייסטער, זיי ארויסצוטרייבן, און צו היילן יעדע קראנקייט און יעדע שלאפקייט. \p \v 2 און אָט די דאזיקע זענען די נעמען פון די צוועלף שליחים: דער ערשטער שמעון, וואס מען האט אים גערופן פעטרוס, און זיין ברודער אנדריי; יעקב בן זבדי, און זיין ברודער יוחנן; \v 3 פיליפוס און בר‑תלמי; תומא און מתתיהו דער שטייער אויפמאנער; יעקב בן חלפי און תדי; \v 4 שמעון הקנאי און יהודה איש‑קריות, וואס האט אים אויך פארראטן. \v 5 די דאזיקע צוועלף האט יהושע/ישוע געשיקט, און האט זיי באפוילן, אזוי צו זאגן: \p אויף קיין וועג פון די אומות (העולם) זאלט איר נישט גיין, און אין קיין שטאט פון די שומרונים זאלט איר נישט אריינגיין; \v 6 נאר גייט ליבער צו די פארלוירענע שעפעלעך פון דעם הויז ישראל. \v 7 גייט, רופט אויס און זאגט: דאס מלכות השמים איז נאענט! \v 8 היילט די קראנקע, וועקט אויף די טויטע, רייניקט די קרעציקע, טרייבט ארויס די בייזע גייסטער! אומזיסט האט איר באקומען, אומזיסט זאלט איר געבן! \v 9 נעמט נישט קיין גאלד, נישט קיין זילבער, נישט קיין קופער אין אייערע גארטלען; \v 10 נישט קיין זאק אויפן וועג, נישט קיין צוויי העמדער, נישט קיין שיך, נישט קיין שטאק; מחמת דער ארבעטער איז ווערט זיין שפייז. \v 11 און אין וועלכער שטאט אדער דארף איר קומט אריין, פארשט אויס ווער עס האט די ווערדע אין איר; און דארטן זאלט איר איינשטיין ביז איר גייט אוועק. \v 12 און אריינקומענדיק אין דעם הויז, זאלט איר עס באגריסן. \v 13 און אויב דאס הויז איז ראוי זאל אייער שלום קומען דערויף, אויב אבער עס איז נישט ראוי זאל אייער שלום זיך אומקערן צו אייך. \v 14 און ווער עס וועט אייך נישט אויפנעמען, און נישט הערן אייערע ווערטער, זאלט איר ארויסגיין פון יענעם הויז אדער יענער שטאט און אפשאקלען דעם שטויב פון אייערע פיס! \v 15 באמת זאג איך אייך; עס וועט זיין גרינגער פאר דעם לאנד פון סדום און עמורה אינם טאג פון משפט, ווי פאר יענער שטאט. \p \v 16 זע, איך שיק אייך ווי שאף צווישן וועלף. זייט זשע קלוג ווי די שלאנגען, און אָן פאלשקייט ווי די טויבן. \v 17 היט זיך אבער פאר די מענטשן! מחמת זיי וועלן אייך איבערגעבן צום סנהדרין, און אין זייערע שולן וועלן זיי אייך שמייסן מיט ריטער; \v 18 אפילו פאר מושלים און מלכים וועט מען אייך פירן צוליב מיר, פאר אן עדות צו זיי און צו די אומות (העולם). \v 19 ווען זיי וועלן אייך אבער איבערגעבן, זאלט איר נישט זארגן, ווי אזוי אדער וואס איר האט צו רעדן; \v 20 מחמת עס וועט אייך געגעבן ווערן אין יענער שעה, וואס איר זאלט רעדן; מחמת נישט איר זענט עס, וואס רעדן, נאר דער גייסט פון אייער פאטער איז עס, וואס רעדט דורך אייך. \v 21 און א ברודער וועט איבערגעבן א ברודער צום טויט, און א פאטער זיין קינד, און קינדער וועלן אויפשטיין קעגן די עלטערן און וועלן זיי טייטן. \v 22 און איר וועט זיין געהאסט פון אלעמען צוליב מיין נאמען. ווער אבער עס וועט אויסהאלטן ביז צום סוף, דער וועט געראטעוועט ווערן. \v 23 און ווען זיי פארפאלגן אייך אין דער דאזיקער שטאט, אנטלויפט אין דער אנדערער אריין. מחמת באמת זאג איך אייך: איר וועט נישט דורכגיין די שטעט פון ישראל, ביז דער בר אנש וועט קומען. \p \v 24 א תלמיד איז נישט איבער זיין רבין, און א קנעכט נישט איבער זיין האר. \v 25 עס איז גענוג פאר דעם תלמיד, אז ער זאל זיין ווי זיין רבי, און דער קנעכט ווי זיין האר. אויב דעם בעל הבית האט מען גערופן בעל‑זבול, וויפל מער זיינע בני בית! \v 26 דעריבער זאלט איר זיך נישט פארכטן פאר זיי! מחמת עס איז נישטא קיין באהאלטענע זאך, וואס וועט נישט אנטפלעקט ווערן; און קיין פארבארגענע זאך, וואס וועט נישט באקאנט ווערן. \v 27 וואס איך זאג אייך אין דער פינסטער, דאס זאלט איר רעדן אינם ליכט, און וואס עס ווערט אייך געשעפטשעט אין אויער אריין, דאס זאלט איר אויסרופן אויף די דעכער. \v 28 און פארכט זיך נישט פאר די, וואס טייטן דעם גוף, אבער האבן נישט קיין קראפט צו טייטן די נשמה; אמער זאלט איר זיך פארכטן פאר דעם, וואס איז בכוח צו פארדארבן סיי די נשמה סיי דעם גוף אין גיהנום. \v 29 פארקויפט מען דען נישט צוויי פייגעלעך פאר איין פרוטה? און דאך פאלט נישט קיין איינס פון זיי צו דער ערד אָן אייער פאטער. \v 30 ביי אייך אבער זענען אפילו די האר פון קאפ אלע געציילט. \v 31 דעריבער זאלט איר נישט מורא האבן; איר זענט ווערט מער ווי א סך פייגעלעך. \v 32 ווער זשע עס וועט מיך מתוודה זיין פאר די מענטשן, וועל איך דעם אויך מתוודה זיין פאר מיין פאטער, וואס איז אין הימל. \v 33 ווער אבער עס וועט מיך פארלייקענען פאר די מענטשן, וועל איך דעם אויך פארלייקענען פאר מיין פאטער, וואס איז אין הימל. \p \v 34 איר זאלט נישט מיינען, אז איך בין געקומען, כדי צו ברענגען שלום אויף דער ערד. איך בין נישט געקומען ברענגען שלום, נאר א שווערד. \v 35 מחמת איך בין געקומען אפצושיידן א מענטשן פון זיין פאטער, און א טאכטער פון איר מוטער, און א שנור פון איר שוויגער, \v 36 און א מענטשנס שונאים וועלן זיין זיינע אייגענע בני בית. \v 37 ווער עס האט ליב פאטער אדער מוטער מער ווי מיך, דער איז מיך נישט ווערט; און ווער עס האט ליב זון אדער טאכטער מער ווי מיך, דער איז מיך נישט ווערט. \v 38 און ווער עס נעמט נישט זיין בוים, און פאלגט מיר נאך, איז מיך נישט ווערט. \v 39 ווער עס געפינט זיין לעבן, דער וועט עס פארלירן; און ווער עס פארלירט זיין לעבן פאר מיינעטוועגן, דער וועט עס געפינען. \p \v 40 דער, וואס נעמט אייך אויף, נעמט מיך אויף; און דער, וואס נעמט מיך אויף, נעמט אויף דעם. וואס האט מיך געשיקט. \v 41 דער, וואס נעמט אויף א נביא אין דעם נאמען פון א נביא, וועט באקומען דעם שכר פון א נביא; און דער, וואס נעמט אויף א צדיק אין דעם נאמען פון א צדיק, וועט ער באקומען דעם שכר פון א צדיק. און דער, \v 42 וואס וועט געבן צו טרינקען איינעם פון די דאזיקע קליינע בלויז א טעפעלע קאלט וואסער אין דעם נאמען פון א תלמיד, באמת זאג איך אייך; ער וועט בשום אופן נישט פארלירן זיין שכר! \c 11 \cl קאפיטל עלף \p \v 1 און עס איז געשען, ווען יהושע/ישוע האט געענדיקט באפעלן זיינע צוועלף תלמידים, איז ער פון דארטן אוועק צו לערנען און אויסצורופן אין זייערע שטעט. \p \v 2 ווען אבער יוחנן האט געהערט אין תפיסה די מעשים פון דעם משיח, האט ער געשיקט דורך זיינע תלמידים. \v 3 און געזאגט צו אים: ביסטו דער, וואס זאל קומען, אדער האבן מיר צו ווארטן אויף אן אנדערן? \v 4 און יהושע/ישוע האט ענטפערנדיק געזאגט צו זיי: גייט און דערציילט יוחנן וואס איר הערט און זעט: \v 5 בלינדע זען, און לאמע גייען ארום, מצורעדיקע ווערן גערייניקט, און טויבע הערן, און טויטע שטייען אויף, און צו ארעמעלייט ווערט אנגעזאגט די גוטע בשורה. \v 6 און וואויל איז דעם, וואס וועט נישט שטרויכלען אין מיר! \v 7 און בשעת די דאזיקע זענען אוועקגעגאנגען, האט יהושע/ישוע אנגעהויבן צו זאגן צו די המונים מענטשן וועגן יוחנן: וואס זענט איר ארויסגעגאנגען אין דער מדבר אריין זען? א שטעקל געשאקלט פון ווינט? \v 8 נאר וואס דען זענט איר ארויסגעגאנגען זען? א מענטשן אנגעטאן אין פיינע מלבושים? זע, די וואס טראגן פיינע מלבושים, זענען אין די הייזער פון די מלכים! \v 9 נאר וואס דען זענט איר ארויסגעגאנגען? צו זען א נביא? יא, איך זאג אייך, און מער ווי א נביא. \v 10 דאס איז ער, וועגן וועמען עס שטייט געשריבן: \q זע, איך שיק מיין שליח פאר דיין פנים, \q ער וועט צוגרייטן דיין וועג פאר דיר. \qr (מלאכי ג, א.) \p \v 11 באמת זאג איך אייך, עס איז נישט אויפגעשטאנען צווישן די ילודי אשה קיין גרעסערער ווי יוחנן פון דער (ירדן) מקווה. דאך איז דער קלענסטער אין דעם מלכות השמים גרעסער ווי ער. \v 12 אבער פון די טעג פון יוחנן פון דער (ירדן) מקווה ביז איצט ליידט דאס מלכות השמים געוואלד, און די, וואס טאן געוואלד רייסן עס צו זיך. \v 13 מחמת אלע נביאים און די תורה האבן נבואות געזאגט ביז יוחנן. \v 14 און אויב איר ווילט עס אננעמען, איז ער אליהו, וואס דארף קומען. \v 15 ווער עס האט אויערן, דער זאל הערן! \v 16 צו וועמען אבער זאל איך פארגלייכן דאס דאזיקע דור? עס איז גלייך צו קינדער, וואס זיצן אויף די מארקן און רופן צו זייערע חברים, \v 17 און זאגן; מיר האבן געשפילט פאר אייך אויף פייפלעך, און איר האט נישט געטאנצט; מיר האבן געזונגען קלאגלידער, און איר האט נישט געוויינט! \v 18 מחמת יוחנן איז געקומען, האט נישט געגעסן און נישט געטרונקען, און מען זאגט: ער האט א בייזן גייסט! \v 19 דער בר אנש איז געקומען, עסט און טרינקט יא; און מען זאגט: זע, א מענטש א זולל וסובא, א פריינד פון שטייער אויפמאנער און חוטאים! און דאך איז די חכמה גערעכטפערטיקט פון אירע מעשים. \p \v 20 דעמאלט האט ער אנגעהויבן צו מוסרן די שטעט, אין וועלכע דאס רוב פון זיינע וואונדער זענען געשען, ווייל זיי האבן נישט תשובה געטאן. \v 21 וויי צו דיר, כורזין! וויי צו דיר, בית‑צידה! ווייל אויב אין צור און צידון וואלטן געשען די וואונדער, וואס זענען געשען ביי אייך, וואלטן זיי שוין לאנג צוריק געהאט תשובה געטאן אין זאק און אין אש. \v 22 דאך זאג איך אייך, עס וועט זיין גרינגער פאר צור און צידון אין טאג פון משפט, ווי פאר אייך! \v 23 און דו, כפר‑נחום, ביז צום הימל וועסטו זיין דערהייבט? ביז צו שאול תחתית וועסטו אראפנידערן. ווייל אויב אין סדום וואלטן געשען די וואונדער, וואס זענען געשען אין דיר, וואלט זי שטיין געבליבן ביז צום היינטיקן טאג! \v 24 דאך זאג איך אייך, אז עס וועט זיין גרינגער פאר דעם לאנד פון סדום אינם טאג פון משפט, ווי פאר דיר! \p \v 25 אין יענער צייט האט יהושע/ישוע ענטפערנדיק געזאגט: איך לויב דיך, פאטער, האר פון הימל און ערד, אז דו האסט פארבארגן די דאזיקע זאכן פון די חכמים און נבונים, און זיי אנטפלעקט צו קליינע קינדער! \v 26 יא, פאטער, ווייל אזוי איז עס געווען וואוילגעפעלן פאר דיר. \v 27 אלץ איז מיר איבערגעגעבן געווארן פון מיין פאטער, און קיינער קען נישט דעם זון אחוץ דער פאטער; און קיינער קען נישט דעם פאטער אחוץ דער זון, און וועמען דער זון וויל אים מגלה זיין. \v 28 קומט צו מיר אלע, וואס הארעווען שווער און זענען באלאסטעט, און איך וועל אייך געבן רו. \v 29 נעמט מיין יאך אויף זיך, און לערנט פון מיר; ווייל איך בין אן ענו און פון א נידריק געמיט, און איר וועט געפינען מנוחה פאר אייערע נשמות. \v 30 מחמת מיין יאך איז אנגענעם, און מיין לאסט איז גרינג! \c 12 \cl קאפיטל צוועלף \p \v 1 אין יענער צייט איז יהושע/ישוע א שבת געגאנגען דורך די קארנפעלדער; זיינע תלמידים אבער האט געהונגערט, און זיי האבן אנגעהויבן אפצורייסן זאנגען, און צו עסן. \v 2 און ווען די פרושים האבן עס געזען, האבן זיי געזאגט צו אים: זע, דיינע תלמידים טאן, וואס מען טאר שבת נישט טאן! \v 3 ער אבער האט צו זיי געזאגט: צי האט איר נישט געלייענט, וואס דוד האט געטאן, ווען עס האט אים געהונגערט און די, וואס זענען געווען מיט אים? \v 4 ווי ער איז אריינגעגאנגען אין ה׳ס הויז, און זיי האבן געגעסן דאס לחם הפנים, וואס עס איז נישט געווען מותר פאר אים צו עסן, נישט פאר די, וואס זענען געווען מיט אים, אחוץ בלויז פאר די כהנים? \v 5 אדער האט איר נישט געלייענט אין דער תורה, אז אלע שבת זענען די כהנים מחלל שבת אין בית המקדש, און פארזינדיקן זיך דאך נישט? \v 6 איך זאג אייך אבער, אז דא איז דא איינער, וואס איז גרעסער ווי דאס בית המקדש! \v 7 און אויב איר וואלט געוואוסט, וואס עס הייסט: איך באגער בארעמהארציקייט, און נישט קיין קרבן, וואלט איר נישט פארמשפט די אומשולדיקע. (הושע ו׳ ו.) \v 8 מחמת דער בר אנש איז האר איבער דעם שבת. \p \v 9 און ער איז אוועק פון דארטן, און איז געגאנגען אין זייער שול אריין. \v 10 און זע, דארט איז געווען א מענטש מיט א פארדארטער האנט. און זיי האבן אים געפרעגט, אזוי צו זאגן: מעג מען שבת היילן? כדי זיי זאלן קענען אים באשולדיקן. \v 11 ער אבער האט צו זיי געזאגט: וועלכער איז דער מענטש צווישן אייך, וואס וועט האבן איין שאף, און אויב די דאזיקע וועט שבת אריינפאלן אין א גרוב, וועט ער זי דען נישט אנכאפן, און ארויסשלעפן? \v 12 און וויפל איז א מענטש מער ווערט ווי א שאף! דעריבער מעג מען שבת טאן גוטס. \v 13 דעמאלט זאגט ער צו דעם מענטשן: שטרעק אויס דיין האנט! און ער האט זי אויסגעשטרעקט; און זי איז ווידער געווארן געזונט ווי די אנדערע. \v 14 די פרושים אבער זענען ארויסגעגאנגען, און האבן זיך באראטן קעגן אים, ווי אזוי זיי זאלן אים אומברענגען. \v 15 יהושע/ישוע האט זיך אבער דערפון דערוואוסט, און איז אוועק פונדאנען; און א סך האבן אים נאכגעפאלגט, און ער האט זיי אלע געהיילט, \v 16 און זיי שטרענג אנגעזאגט, אז זיי זאלן אים נישט מפרסם זיין, \v 17 כדי עס זאל דערפילט ווערן, וואס עס איז געזאגט געווארן דורך ישעיהו הנביא, אזוי צו זאגן: \q \v 18 זע, מיין קנעכט, וועמען איך האב אויסדערוויילט; \q מיין געליבטער, אין וועמען מיין נפש האט א וואוילגעפעלן; \p איך וועל געבן מיין גייסט אויף אים, \q און ער וועט דערקלערן משפט צו די פעלקער. \q \v 19 ער וועט זיך נישט קריגן, און וועט אויך נישט שרייען; \q און קיינער וועט נישט הערן זיין קול אויף די גאסן. \q \v 20 א צעשפאלטן שטעקל וועט ער נישט צעברעכן, \q און טליענדיקן פלאקס וועט ער נישט אויסלעשן, \q ביז ער וועט אויספירן משפט צום זיג. \q \v 21 און אויף זיין נאמען וועלן די אומות (העולם) האפן. \qr (ישעיהו מב, א-ד.) \p \v 22 דעמאלט האט מען צו אים געברענגט א באזעסענעם מיט א בייזן גייסט, בלינד און שטום, און ער האט אים געהיילט, אז דער שטומער האט סיי גערעדט סיי געזען. \v 23 און די אלע המונים מענטשן האבן געשטוינט, און געזאגט: איז ער נישט אפשר דער בן דוד? \v 24 ווען די פרושים אבער האבן עס געהערט, האבן זיי געזאגט: ער טרייבט נישט ארויס קיין בייזע גייסטער, אחוץ דורך דעם בעל‑זבול, דעם שר פון די בייזע גייסטער! \v 25 און וויסנדיק זייערע געדאנקען, האט ער צו זיי געזאגט: יעדע מלוכה, וואס איז נישט אייניק מיט זיך אליין, ווערט פארוויסט; און יעדע שטאט אדער הויז, וואס איז נישט אייניק מיט זיך אליין, וועט נישט בלייבן שטיין. \v 26 און אויב דער שׂטן טרייבט ארויס דעם שׂטן, איז ער נישט אייניק מיט זיך אליין: ווי אזוי זשע וועט זיין קעניגרייך האבן א קיום? \v 27 און אויב איך טרייב ארויס בייזע גייסטער דורך דעם בעל‑זבול, דורך וועמען טרייבן אייערע קינדער זיי ארויס? דערפאר וועלן זיי זיין אייערע שופטים. \v 28 אויב אבער איך טרייב ארויס די בייזע גייסטער דורך דעם גייסט פון ה׳, אזוי איז שוין ה׳ס קעניגרייך געקומען צו אייך. \v 29 אדער ווי אזוי קען עמיצער אריינגיין אין דעם הויז פון דעם גיבור, און אוועקרויבן זיינע זאכן, אויב ער וועט נישט קודם כל בינדן דעם גיבור? און דעמאלט וועט ער אויסרויבן זיין הויז. \v 30 ווער עס איז נישט מיט מיר, דער איז קעגן מיר; און דער, וואס זאמלט נישט איין מיט מיר, צעשפרייט. \v 31 דערפאר זאג איך אייך: יעדע זינד און לעסטערונג וועט די מענטשן פארגעבן ווערן; נאר די לעסטערונג פון דעם גייסט וועט נישט פארגעבן ווערן. \v 32 און אויב עס וועט ווער זאגן א ווארט קעגן דעם בר אנש, וועט עס אים פארגעבן ווערן; נאר ווער עס וועט רעדן קעגן דעם רוח הקודש, וועט עס אים נישט פארגעבן ווערן, נישט אין דער דאזיקער וועלט, נישט לעולם הבא. \v 33 אדער מאכט דעם בוים גוט, און זיין פרוכט גוט; אדער מאכט דעם בוים שלעכט, און זיין פרוכט שלעכט! מחמת פון די פירות דערקענט מען דעם בוים. \v 34 איר שלאנגענקינדער, ווי אזוי קענט איר רעדן גוטס, זייענדיק (אליין) בייז? מחמת פון דער שפע פון דעם הארץ, רעדט דאך דאס מויל. \v 35 דער גוטער מענטש ברענגט ארויס גוטע זאכן פון זיין גוטן אוצר, און דער בייזער מענטש ברענגט ארויס בייז פון זיין בייזן אוצר. \v 36 איך זאג אייך אבער, אז יעדעס פוסטע ווארט, וואס מענטשן וועלן רעדן, וועלן זיי מוזן אפגעבן א חשבון דערפון אינם יום הדין. \v 37 מחמת פון דיינע ווערטער וועסטו גערעכטפערטיקט ווערן, און פון דיינע ווערטער וועסטו פארמשפט ווערן. \p \v 38 דעמאלט האבן אים אייניקע פון די סופרים און פרושים געענטפערט, אזוי צו זאגן: רבי, מיר ווילן זען א צייכן פון דיר! \v 39 ער אבער האט ענטפערנדיק צו זיי געזאגט: א בייז און נואפדיק דור באגערט א צייכן, און קיין צייכן וועט אים נישט געגעבן ווערן אחוץ דאס צייכן פון יונה הנביא. \v 40 ווייל אזוי ווי יונה איז געווען דריי טעג און דריי נעכט אין די געדערעם פון דעם ריזנפיש, אזוי וועט דער בר אנש זיין דריי טעג און דריי נעכט אין דעם הארץ פון דער ערד. \v 41 די לייט פון נינוה וועלן אויפשטיין אין דעם משפט מיט דעם דאזיקן דור, און וועלן עס פאראורטיילן; ווייל זיי האבן תשובה געטאן אויף יונהס רוף; און זע, א גרעסערער ווי יונה איז דא דא. \v 42 די מלכה פון תימן וועט אויפשטיין אין דעם משפט מיט דעם דאזיקן דור, און וועט עס פאראורטיילן; ווייל זי איז געקומען פון עק וועלט צו הערן שלמהס חכמה; און זע, א גרעסערער ווי שלמה איז דא דא. \v 43 ווען אבער דער אומריינער גייסט גייט ארויס פון דעם מענטשן, גייט ער איבער ערטער, וואו עס איז קיין וואסער נישטא, זוכנדיק מנוחה, און געפינט נישט. \v 44 זאגט ער דעמאלט; איך וועל מיך אומקערן אין מיין הויז אריין, פונוואנען איך בין ארויסגעגאנגען; און ווען ער קומט, געפינט ער עס ליידיק, אויסגעקערט, און אויסגעצירט. \v 45 דאן גייט ער, און נעמט מיט זיך זיבן אנדערע גייסטער, ערגערע ווי ער אליין, און זיי גייען אריין און וואוינען דארט; און דער סוף פון יענעם מענטשן ווערט ערגער ווי דער אנהויב. אָט אזוי וועט עס זיין מיט דעם דאזיקן בייזן דור. \p \v 46 און בשעת ער האט נאך גערעדט צו די המונים מענטשן, זע, זיין מוטער און זיינע ברידער זענען געשטאנען אינדרויסן, און האבן באגערט צו רעדן מיט אים. \v 47 און עמיצער האט צו אים געזאגט: זע, דיין מוטער און דיינע ברידער שטייען אינדרויסן, און ווילן רעדן מיט דיר. \v 48 ער אבער האט ענטפערנדיק געזאגט צו דעם, וואס האט עס אים געזאגט: ווער איז מיין מוטער, און ווער זענען מיינע ברידער? \v 49 און האט אויסגעשטרעקט זיין האנט אויף זיינע תלמידים, און געזאגט: זע, מיין מוטער און מיינע ברידער! \v 50 מחמת ווער עס וועט טאן דעם רצון פון מיין פאטער, וואס איז אין הימל, דער זעלביקער איז מיין ברודער, און שוועסטער, און מוטער! \c 13 \cl קאפיטל דרייצן \p \v 1 אין יענעם טאג איז יהושע/ישוע ארויסגעגאנגען פון הויז, און האט זיך אנידערגעזעצט ביים ים. \v 2 און גרויסע המונים מענטשן האבן זיך פארזאמלט צו אים, אז ער איז איינגעשטיגן אין א שיפל, און האט זיך אנידערגעזעצט; און די גאנצע מאסע מענטשן איז געשטאנען ביים ברעג. \v 3 און ער האט גערעדט צו זיי א סך זאכן מיט משלים, אזוי צו זאגן: זע, דער זייער איז ארויסגעגאנגען צו זייען; \v 4 און בשעת ער האט געזייט, איז אביסל (פון דער זריעה) געפאלן ביים וועג, און די פייגל זענען געקומען און האבן עס איינגעשלונגען. \v 5 אן אנדער ביסל איז געפאלן אויף שטייניקע ערטער, וואו עס האט נישט געהאט קיין סך ערד; און עס האט באלד ארויסגעשפראצט, דערפאר וואס עס האט נישט געהאט קיין טיפע ערד; \v 6 ווען אבער די זון איז אויפגעגאנגען, איז עס פארוועלקט געווארן, און צוליב דעם וואס עס האט נישט געהאט קיין ווארצל, איז עס פארדארט געווארן. \v 7 און אן אנדער ביסל איז געפאלן צווישן די דערנער; און די דערנער זענען אויפגעוואקסן, און האבן עס דערשטיקט. \v 8 אן אנדער ביסל איז אבער געפאלן אויף דער גוטער ערד, און עס האט געברענגט פרוכט, איינס הונדערטפאכיק, איינס זעכציקפאכיק, און איינס דרייסיקפאכיק. \v 9 ווער עס האט אויערן, דער זאל הערן! \p \v 10 און די תלמידים זענען צוגעקומען, און האבן געזאגט צו אים: פארוואס רעדסטו צו זיי אין משלים? \v 11 און ער האט ענטפערנדיק געזאגט: ווייל צו אייך איז געגעבן געווארן צו וויסן די סודות פון דעם מלכות השמים, צו יענע אבער איז עס נישט געגעבן געווארן. \v 12 מחמת ווער עס האט, דעם וועט געגעבן ווערן, און ער וועט האבן א שפע; ווער אבער עס האט נישט, פון דעם וועט אויך אוועקגענומען ווערן, וואס ער האט יא. \v 13 דערפאר רעד איך צו זיי אין משלים; ווייל זיי קוקן און זען דאך נישט, און הערן און הערן דאך נישט, און פארשטייען אויך נישט. \v 14 און אויף זיי ווערט דערפילט ישעיהוס נבואה, וואס זאגט: \q מיט די אויערן וועט איר הערן, און נישט פארשטיין, \q און קוקנדיק וועט איר קוקן, און דאך נישט זען! \q \v 15 מחמת פעט געווארן איז דאס הארץ פון דעם דאזיקן פאלק, \q און מיט די אויערן הערן זיי שווער, \q און זייערע אויגן האבן זיי צוגעמאכט; \q טאמער וואלטן זיי געזען מיט די אויגן, \q און מיט די אויערן געהערט, \q און מיטן הארצן פארשטאנען, \q און זיך אומגעקערט, \q און איך וואלט זיי געהיילט. \qr (ישעיהו ו, ט-י.) \p \v 16 אבער וואויל איז אייערע אויגן, ווייל זיי זען; און אייערע אויערן, ווייל זיי הערן. \v 17 מחמת באמת זאג איך אייך, אז א סך נביאים און צדיקים האבן געגארט צו זען, וואס איר זעט, און האבן עס נישט געזען; און צו הערן, וואס איר הערט, און האבן עס נישט געהערט. \v 18 דעריבער זאלט איר הערן דאס משל פון דעם זייער. \v 19 ווען עמיצער הערט דאס ווארט פון דעם מלכות, און פארשטייט עס נישט, קומט דער נישט גוטער און רייסט אויס דאס, וואס איז געזייט געווארן אין זיין הארצן. דאס איז דער, וואס איז געזייט געווארן ביים וועג. \v 20 און דער, וואס איז געזייט געווארן אויף שטייניקע ערטער, דאס איז דער, וואס הערט דאס ווארט, און נעמט עס גלייך אויף מיט שמחה; \v 21 ער האט אבער נישט קיין שורש אין זיך, נאר איז לפי שעה. און קומט א צרה אדער רדיפה צוליב דעם ווארט, שטרויכלט ער באלד. \v 22 און דער, וואס איז געזייט צווישן די דערנער, דאס איז דער, וואס הערט דאס ווארט, און די זארג פון דער וועלט, און די פארפירערישקייט פון עשירות דערשטיקט דאס ווארט, און עס בלייבט אָן פירות. \v 23 דער אבער, וואס איז געזייט אויף דער גוטער ערד, דאס איז דער וואס הערט דאס ווארט, און פארשטייט עס; ער ברענגט שוין יא פירות, און איינער ברענגט הונדערטפאכיק, און איינער זעכציקפאכיק, און איינער דרייסיק. \p \v 24 אן אנדער משל האט ער פאר זיי פארגעלייגט, אזוי צו זאגן: דאס מלכות השמים איז גלייך צו א מענטשן, וואס האט געזייט גוטן זאמען אין זיין פעלד. \v 25 און בשעת די לייט זענען געשלאפן, איז געקומען זיין שונא און האט פארזייט אומקרויט צווישן דעם ווייץ, און איז אוועקגעגאנגען. \v 26 און ווען דאס גראז האט אויפגעשפראצט, און געברענגט פרוכט, האט זיך דעמאלט אויך דאס אומקרויט באוויזן. \v 27 און די קנעכט פון דעם בעל הבית זענען צוגעגאנגען און האבן געזאגט צו אים: האר, צי האסטו דען נישט געזייט גוטע זריעה אין דיין פעלד? פונוואנען זשע האט עס אומקרויט? \v 28 ער אבער האט צו זיי געזאגט: דאס האט א מענטש, א שונא, געטאן! זאגן די קנעכט צו אים: צי ווילסטו זשע אז מיר זאלן גיין און עס אויסרייסן? \v 29 זאגט ער: ניין, טאמער, אויסרייסנדיק דאס אומקרויט, וועט איר צוגלייך דערמיט אויך אויסווארצלען דעם ווייץ. \v 30 לאזט ביידע וואקסן צוזאמען ביז צום שניט, און אין דער צייט פון שניט וועל איך זאגן צו די שניטער: רייסט צום ערשט אויס דאס אומקרויט, און בינדט עס אין בינטלעך, כדי מען זאל עס פארברענען; דעם ווייץ אבער זאמלט איין אין מיין שייער אריין. \p \v 31 אן אנדער משל האט ער פאר זיי פארגעלייגט, אזוי צו זאגן: דאס מלכות השמים איז גלייך צו א זענעפט קערנדל, וואס א מענטש האט גענומען, און געזייט אין זיין פעלד. \v 32 דאס איז דאס קלענסטע פון אלע זריעות; נאר ווען עס וואקסט אויף, איז עס גרעסער ווי אלע קרייטעכצער, און עס ווערט א בוים, אז די פייגל פון הימל קומען און מאכן זיך נעסטן אין זיינע צווייגן. \p \v 33 אן אנדער משל האט ער צו זיי געזאגט: דאס מלכות השמים איז גלייך צו זויערטייג, וואס א פרוי האט גענומען, און באהאלטן אין דריי מאס זעמל מעל, ביז עס וועט אינגאנגצן דורכגעזויערט ווערן. \v 34 דאס אלץ האט יהושע/ישוע גערעדט צו די המונים מענטשן אין משלים; און אָן א משל האט ער צו זיי גארנישט גערעדט, \v 35 כדי עס זאל דערפילט ווערן, וואס איז געזאגט געווארן דורך דעם נביא, אזוי צו זאגן: \q איך וועל אויפעפענען מיין מויל אין משלים; \q איך וועל ארויסרעדן רעטענישן פון פארצייטנס. \qr (תהלים עח, ב.) \p \v 36 דעמאלט האט ער אוועקגעשיקט די המונים מענטשן, און איז אריינגעגאנגען אין הויז. און זיינע תלמידים זענען געקומען צו אים, און האבן געזאגט: באשייד אונדז דאס משל פון דעם אומקרויט פון פעלד. \v 37 און ער האט ענטפערנדיק געזאגט: דער, וואס זייט דעם גוטן זאמען, איז דער בר אנש; \v 38 און דאס פעלד איז די וועלט; און דער גוטער זאמען, דאס זענען די קינדער פון דעם מלכות; דאס אומקרויט אבער זענען די קינדער פון דעם נישט גוטן; \v 39 און דער שונא, וואס האט עס געזייט, איז דער שׂטן; און דער שניט איז דער קץ פון דער וועלט; און די שניטער זענען מלאכים. \v 40 דעריבער ווי מען רייסט אויס דאס אומקרויט און מען פארברענט עס אין פייער, וועט עס אויך אזוי זיין ביים קץ פון דער וועלט. \v 41 דער בר אנש וועט ארויסשיקן זיינע מלאכים, און זיי וועלן איינזאמלען פון זיין מלכות אלע מיכשולים און די, וואס טאן רשעות, \v 42 און וועלן זיי ווארפן אין דעם אויוון פון פייער אריין; דארטן וועט זיין דאס קלאגן און קריצן מיט די ציין. \v 43 דעמאלט וועלן די צדיקים לויכטן ווי די זון אין דעם קעניגרייך פון זייער פאטער. ווער עס האט אויערן, דער זאל הערן. \p \v 44 דאס מלכות השמים איז גלייך צו א פארבארגענעם אוצר אין א פעלד; וואס א מענטש האט געפונען, און פארבארגן; און פאר פרייד גייט ער און פארקויפט אלץ, וואס ער האט, און קויפט יענץ פעלד. \v 45 ווידער איז דאס מלכות השמים גלייך צו א סוחר, וואס זוכט שיינע פערל. \v 46 און ווען ער האט געפונען איינע, א זייער טייערע פערל, איז ער געגאנגען און פארקויפט אלץ, וואס ער האט געהאט, און האט זי געקויפט. \p \v 47 ווידער איז דאס מלכות השמים גלייך צו א נעץ, וואס איז אראפגעלאזט געווארן אין ים אריין, און וואס פאנגט פון אלע מינים. \v 48 וואס, ווען זי איז געווארן פול, האט מען זי ארויסגעצויגן אויפן ברעג, און מען האט זיך אנידערגעזעצט, און געזאמלט די גוטע מינים אין געפעסן אריין, די שלעכטע אבער האט מען אוועקגעווארפן. \v 49 אָט אזוי וועט עס זיין ביים קץ פון דער וועלט. די מלאכים וועלן ארויסגיין, און וועלן אפשיידן די רשעים פון צווישן די צדיקים, \v 50 און זיי ווארפן אין דעם אויוון פון פייער אריין. דארטן וועט זיין דאס קלאגן און קריצן מיט די ציין. \p \v 51 האט איר דאס אלץ פארשטאנען? זאגן זיי צו אים: יא! \v 52 און ער האט צו זיי געזאגט: דערפאר איז יעדער איינער סופר, וואס איז געלערנט צום מלכות השמים, גלייך צו א מענטשן א בעל הבית, וואס ברענגט ארויס פון זיין אוצר נייע און אלטע זאכן. \p \v 53 און עס איז געשען, ווען יהושע/ישוע האט געענדיקט די דאזיקע משלים, איז ער פון דארטן אוועק. \v 54 און איז געקומען אין זיין לאנד אריין, און האט זיי געלערנט אין זייער שול, אז זיי האבן געשטוינט און געזאגט: פונוואנען האט ער די דאזיקע חכמה, און די וואונדער? \v 55 איז ער דען נישט דעם סטאליערס זון? הייסט דען נישט זיין מוטער מרים און זיינע ברידער יעקב און יוסף און שמעון און יהודה? \v 56 און זענען דען נישט אלע זיינע שוועסטער ביי אונדז? פונוואנען זשע קומט צו אים דאס אלץ? \v 57 און זיי זענען ניכשל געווארן אין אים. יהושע/ישוע אבער האט צו זיי געזאגט: קיין נביא איז נישט אָן כבוד, אחוץ אין זיין פאטערלאנד, און אין זיין אייגן הויז! \v 58 און ער האט דארטן נישט געטאן קיין סך וואונדער צוליב זייער אומגלויבן. \c 14 \cl קאפיטל פערצן \p \v 1 אין יענער צייט האט הורדוס דער טעטרארך געהערט פון ישועס שם, \v 2 און האט געזאגט צו זיינע דינער: דאס איז יוחנן פון דער (ירדן) מקווה; ער איז אויפגעשטאנען פון די טויטע; און דערפאר ווירקן אזוי די כוחות אין אים. \v 3 מחמת הורדוס האט דעם יוחנן געפאנגען גענומען, און אים געבונדן, און איינגעזעצט אין תפיסה, צוליב הורודיה, דאס ווייב פון זיין ברודער פיליפוס. \v 4 מחמת יוחנן האט צו אים געזאגט: דו טארסט זי נישט האבן. \v 5 און ער האט אים געוואלט טייטן, און האט זיך געפארכטן פאר דעם המון, ווייל מען האט אים געהאלטן פאר א נביא. \v 6 נאר ווען מען האט געפייערט הורדוסנס געבוירנטאג, האט הורודיהס טאכטער געטאנצט פאר די געסט און איז הורדוסן וואוילגעפעלן. \v 7 דערפאר האט ער צוגעזאגט מיט א שבועה, איר צו געבן, וואס זי וועט פארלאנגען. \v 8 און ווייל זי איז געווען פון פריער אנגערעדט פון איר מוטער, האט זי געזאגט: גיב מיר דא אויף א טעלער יוחנן פון דער (ירדן) מיקווהס קאפ. \v 9 און דער קעניג איז טרויעריק געווארן; נאר צוליב די שבועות און די געסט, האט ער באפוילן עס זאל געגעבן ווערן. \v 10 און ער האט געשיקט, און געלאזט יוחנן אפהאקן דעם קאפ אין תפיסה. \v 11 און זיין קאפ איז געברענגט געווארן אויף א טעלער, און געגעבן געווארן דעם מיידל, און זי האט אים געברענגט צו איר מוטער. \v 12 און זיינע תלמידים זענען געקומען, און האבן גענומען דעם גוף, און אים קובר געווען; און זענען געגאנגען און האבן עס דערציילט יהושען/ישוען. \p \v 13 און ווי יהושע/ישוע האט דאס געהערט, איז ער פון דארטן אוועק אין א שיפל, אויף א מדבריותדיק ארט איינער אליין. און ווען די המונים מענטשן האבן עס געהערט, האבן זיי אים נאכגעפאלגט צופוס פון די שטעט. \v 14 און ער איז ארויסגעקומען, און האט געזען א גרויסן המון מענטשן, און זיך דערבארעמט אויף זיי און געהיילט זייערע קראנקע. \v 15 און אנטקעגן אוונט זענען די תלמידים געקומען צו אים, און האבן געזאגט; דאס איז א וויסט ארט, און די שעה איז שוין פארביי; לאז דעריבער אפ די מאסן מענטשן, כדי זיי זאלן גיין אין די דערפער אריין, און זיך קויפן שפייז. \v 16 יהושע/ישוע אבער האט צו זיי געזאגט: זיי האבן נישט נייטיק אוועקצוגיין; גיט איר זיי צו עסן! \v 17 זאגן זיי צו אים: מיר האבן דא גארנישט אחוץ פינף לעבלעך ברויט, און צוויי פיש. \v 18 און ער האט געזאגט: ברענגט זיי אהער צו מיר. \v 19 און ער האט באפוילן די המונים מענטשן זיך אנידערצוזעצן אויפן גראז; און האט גענומען די פינף לעבלעך ברויט, און די צוויי פיש, האט ארויפגעבליקט צום הימל און געמאכט א ברכה, און האט צעבראכן און געגעבן די תלמידים די ברויטן, און די תלמידים צו די מאסן מענטשן. \v 20 און אלע האבן געגעסן, און זענען זאט געווארן, און זיי האבן אויפגעהויבן, וואס איז איבערגעבליבן פון די ברעקלעך, צוועלף קערב פול. \v 21 און די, וואס האבן געגעסן, זענען געווען אן ערך פינף טויזנט מענער, אחוץ פרויען און קינדער. \p \v 22 און ער האט גלייך געצוואונגען די תלמידים איינצושטייגן אין דעם שיפל, און אריבערצופארן פאר אים אויף יענער זייט ים, ביז ער וועט אפלאזן די המונים מענטשן. \v 23 און ווען ער האט געהאט אוועקגעשיקט די מאסן, איז ער ארויפגעגאנגען אויפן בארג, כדי אליין תפילה צו טאן; און ווען עס איז געווארן אוונט, איז ער דארטן געווען איינער אליין. \v 24 דאס שיפל אבער איז שוין געווען א סך מיילן פון דער יבשה, הארט געשטויסן פון די כוואליעס; מחמת דער ווינט איז געווען אנטקייגן. \v 25 און אין דעם פערטן משמר פון דער נאכט איז ער געקומען צו זיי, גייענדיק אויפן ים. \v 26 און ווי די תלמידים האבן אים דערזען ארומגיין אויפן ים, האבן זיי זיך דערשראקן, און געזאגט: עס איז א געשפענסט! און האבן געשריגן אויס מורא. \v 27 יהושע/ישוע אבער האט גלייך צו זיי גערעדט, אזוי צו זאגן: זייט געטרייסט! איך בין עס; האט נישט קיין מורא! \v 28 פעטרוס אבער האט ענטפערנדיק צו אים געזאגט: האר, אויב דו ביסט עס, באפעל מיך קומען צו דיר אויפן וואסער! \v 29 און ער האט געזאגט: קום! און פעטרוס איז אראפגעגאנגען פון שיפל, און איז געגאנגען אויפן וואסער, און געקומען צו יהושען/ישוען. \v 30 און ווי ער האט געזען דעם שטארקן ווינט, האט ער זיך דערשראקן, און אנהויבנדיק זיך צו טרענקען, האט ער א געשריי געטאן, אזוי צו זאגן: האר, ראטעווע מיך! \v 31 און יהושע/ישוע האט גלייך אויסגעשטרעקט זיין האנט, האט אים אנגעכאפט, און זאגט צו אים: דו קליינגלויביקער, פארוואס האסטו געצווייפלט? \v 32 און ווען זיי זענען איינגעשטיגן אין שיפל, האט דער ווינט אויפגעהערט. \v 33 און די, וואס זענען געווען אין שיפל, האבן זיך געבוקט צו אים, און געזאגט: דו ביסט באמת ה׳ס זון! \p \v 34 און זיי זענען אריבערגעפארן, און זענען געקומען צום לאנד גניסרת. \v 35 און ווי די לייט פון יענעם ארט האבן אים דערקענט, האבן זיי געשיקט אין יענער גאנצער געגנט ארום, און געברענגט צו אים אלע קראנקע; \v 36 און האבן אים געבעטן, אז זיי זאלן בלויז אנרירן די זוים פון זיין מלבוש; און אלע, וואס האבן אנגערירט, זענען גאנץ געזונט געווארן. \c 15 \cl קאפיטל פיפצן \p \v 1 דעמאלט קומען צו יהושען/ישוען פרושים און סופרים פון ירושלים, אזוי צו זאגן: \v 2 פארוואס זענען דיינע תלמידים עובר אויף דער מסורה פון די זקנים? מחמת זיי וואשן זיך נישט די הענט, ווען זיי עסן ברויט. \v 3 ער אבער האט ענטפערנדיק צו זיי געזאגט: פארוואס זענט איר אויך עובר ה׳ס געבאט צוליב אייער מסורה? \v 4 מחמת ה׳ האט געזאגט: דו זאלסט אפגעבן כבוד דיין פאטער און דיין מוטער! און: ווער עס פלוכט פאטער אדער מוטער, דער זאל געטייט ווערן. \v 5 און איר זאגט: ווער עס וועט זאגן צום פאטער אדער צו דער מוטער: דאס איז א קרבן, וואס דו וואלסט פון מיר געקענט נהנה זיין, \v 6 דער איז מער נישט מחייב אפצוגעבן כבוד זיין פאטער אדער זיין מוטער. און איר האט אפגעשאפט ה׳ס ווארט דורך אייער מסורה. \v 7 איר צבועקעס! וואויל האט ישעיה אויף אייך נבואות געזאגט, אזוי צו זאגן: \q \v 8 דאס דאזיקע פאלק גיט מיר אפ כבוד מיט די ליפן; \q אבער זייער הארץ איז ווייט פון מיר. \q \v 9 אומזיסט איז זייער יראה פאר מיר, \q ווייל זיי לערנען ווי מצוות מענטשלעכע לערעס. \qr (ישעיהו כט, יג.) \p \v 10 און ער האט גערופן צו זיך דעם המון מענטשן, און צו זיי געזאגט: הערט, און פארשטייט! \v 11 נישט דאס, וואס גייט אריין אין מויל, מאכט דעם מענטשן טמא; נאר דאס, וואס קומט ארויס פון מויל, דאס דאזיקע מאכט טמא דעם מענטשן. \v 12 דעמאלט זענען די תלמידים געקומען, און געזאגט צו אים: ווייסט, אז די פרושים האבן געשטרויכלט הערנדיק דאס ווארט? \v 13 ער אבער האט ענטפערנדיק געזאגט: יעדע פלאנץ, וואס מיין הימלישער פאטער האט נישט געפלאנצט, וועט אויסגעווארצלט ווערן. \v 14 לאזט זיי גיין! זיי זענען בלינדע פירער פון בלינדע. און ווען א בלינדער פירט א בלינדן, וועלן ביידע אריינפאלן אין גרוב אריין. \v 15 און פעטרוס האט ענטפערנדיק געזאגט צו אים: לייג אונדז אויס דאס משל! \v 16 ער אבער האט געזאגט: זענט איר אויך נאך אָן פארשטאנד? \v 17 צי זעט איר דען נישט איין, אז אלץ, וואס גייט אריין אין מויל, נידערט אראפ אין בויך, און ווערט ארויסגעווארפן אין בית הכסא אריין? \v 18 די זאכן אבער וואס קומען ארויס פון מויל קומען אויסן הארצן ארויס; און זיי מאכן דעם מענטשן טמא. \v 19 מחמת פון הארצן קומען ארויס בייזע מחשבות, מערדערייען, ניאופים, זנות, גנבות, פאלש עדות זאגן, לעסטערונגען. \v 20 די דאזיקע זאכן זענען עס, וואס זענען מטמא דעם מענטשן; אבער צו עסן מיט אומגעוואשענע הענט מאכט דעם מענטשן נישט טמא. \v 21 און יהושע/ישוע איז ארויסגעגאנגען פון דארטן, און איז אוועק אין די געגנטן פון צור און צידון. \v 22 און זע, א כנענישע פרוי איז ארויסגעקומען פון יענע גרענעצן, און האט געשריגן, אזוי צו זאגן: האר, בן דוד, דערבארם דיך אויף מיר! מיין טאכטער ווערט ביטער געפלאגט פון א בייזן גייסט! \v 23 ער אבער האט איר נישט געענטפערט קיין ווארט. און זיינע תלמידים זענען צוגעגאנגען און האבן אים געבעטן, אזוי צו זאגן: שיק זי אוועק; ווייל זי שרייט אונדז נאך! \v 24 ער אבער האט ענטפערנדיק געזאגט: איך בין נישט געשיקט געווארן אחוץ צו די פארלוירענע שעפעלעך פון דעם הויז ישראל. \v 25 זי איז אבער געקומען, און אנידערגעפאלן פאר אים, און געזאגט: האר, העלף מיר! \v 26 און ער האט ענטפערנדיק געזאגט: עס איז נישט שיין אוועקצונעמען דאס ברויט פון די קינדער און עס צו ווארפן פאר די הינטלעך! \v 27 און זי האט געזאגט: יא, האר; מחמת אפילו די הינטלעך עסן פון די ברעקלעך, וואס פאלן אראפ פון זייערע הארנס טיש. \v 28 דעמאלט האט יהושע/ישוע ענטפערנדיק צו איר געזאגט: אשה, דיין אמונה איז גרויס; זאל דיר געשען אזוי ווי דו ווילסט! און איר טאכטער איז געהיילט געווארן פון יענער שעה אָן. \p \v 29 און יהושע/ישוע איז אוועק פון דארטן, און איז געקומען צום ים פון גליל; און איז ארויפגעגאנגען אויפן בארג, און זיך דארט אנידערגעזעצט. \v 30 און עס זענען געקומען צו אים גרויסע המונים מענטשן, וואס האבן געהאט מיט זיך לאמע, בלינדע, שטומע, קאליקעס, און א סך אנדערע; און האבן זיי אנידערגעווארפן פאר זיינע פיס, און ער האט זיי געהיילט; \v 31 אז דער המון האט זיך געוואונדערט, זעענדיק, אז די שטומע רעדן, די קאליקעס זענען געזונט, און די לאמע גייען ארום, און די בלינדע זען; און זיי האבן אפגעגעבן א שבח צו דעם ג‑ט פון ישראל. \p \v 32 און יהושע/ישוע האט צו זיך גערופן זיינע תלמידים, און געזאגט: איך בין אינערלעך גערירט איבער דעם המון מענטשן, ווייל זיי זענען שוין דריי טעג מיט מיר און האבן נישט וואס צו עסן; און איך וויל נישט זיי אוועקשיקן פאסטנדיק, טאמער וועלן זיי אויסגיין אויפן וועג. \v 33 און די תלמידים זאגן צו אים: פונוואנען זאלן מיר נעמען אין דער מדבר אזויפיל ברויט, אזש צו זעטיקן אזא מאסע מענטשן? \v 34 און יהושע/ישוע זאגט צו זיי: וויפל לעבלעך ברויט האט איר? און זיי האבן געזאגט: זיבן, און אייניקע קליינע פישלעך. \v 35 און ער האט באפוילן דעם המון זיך אנידערצוזעצן אויף דער ערד; \v 36 און גענומען די זיבן לעבלעך ברויט און די פיש; האט געמאכט א ברכה און זיי צובראכן, און געגעבן צו די תלמידים, און די תלמידים צו די מאסן מענטשן. \v 37 און אלע האבן געגעסן, און זענען זאט געווארן; און וואס איז איבערגעבליבן פון די ברעקלעך האט מען אויפגעהויבן, זיבן גרויסע קערב. \v 38 און די, וואס האבן געגעסן, זענען געווען פיר טויזנט מענער, אחוץ פרויען און קינדער. \v 39 און ער האט אוועקגעשיקט די המונים, און איז איינגעשטיגן אין שיפל, און געקומען צו די גרענעצן פון מגדון. \c 16 \cl קאפיטל זעכצן \p \v 1 און די פרושים און צדוקים זענען געקומען, כדי אים אויסצופרואוון, און האבן פארלאנגט, אז ער זאל זיי ווייזן אן אות מן השמים. \v 2 ער אבער האט ענטפערנדיק צו זיי געזאגט: אין אוונט זאגט איר; עס וועט זיין שיין וועטער, מחמת דער הימל רויטלט זיך? \v 3 און אינדערפרי: היינט וועט זיין שטורמדיק, מחמת דער הימל רויטלט זיך און איז טריב. דאס אויסזען פון הימל פארשטייט איר אונטערצושיידן; נאר די צייכנס פון דער צייט קענט איר נישט! \v 4 א בייז און נואפדיק דור פארלאנגט א צייכן; און קיין צייכן וועט אים נישט געגעבן ווערן, אחוץ דאס צייכן פון יונה. און ער האט זיי איבערגעלאזט, און איז אוועקגעגאנגען. \p \v 5 און די תלמידים זענען אריבערגעקומען אויף יענער זייט ים און האבן פארגעסן מיטצונעמען ברויט. \v 6 און יהושע/ישוע האט צו זיי געזאגט: גיט אכטונג און היט זיך פארן זויערטייג פון די פרושים און צדוקים. \v 7 און זיי האבן עס איבערגעלייגט צווישן זיך, און געזאגט: דאס איז ווייל מיר האבן נישט מיטגענומען קיין ברויט. \v 8 און ווען יהושע/ישוע האט זיך דערוואוסט, האט ער געזאגט: אָ איר קליינגלויביקע, וואס רעדט איר צווישן זיך, ווייל איר האט נישט קיין ברויט? \v 9 פארשטייט איר נאך נישט, און געדענקט איר נישט די (פארברענגען מיט) פינף ברויט פון די פינף טויזנט, און וויפל קערב איר האט אויפגעהויבן? \v 10 אויך נישט די זיבן ברויט פאר די פיר טויזנט, און וויפל גרויסע (רביס שיריים) קערב איר האט אויפגעהויבן? \v 11 ווי קומט עס, וואס איר פארשטייט נישט, אז איך האב נישט גערעדט צו אייך פון ברויט? היט אייך אבער פארן זויערטייג פון די פרושים און צדוקים. \v 12 דעמאלט האבן זיי איינגעזען אז ער האט נישט געזאגט, זיי זאלן זיך היטן פארן זויערטייג פון ברויט, נאר פאר דעם פלפול פון די פרושים און צדוקים. \p \v 13 און ווען יהושע/ישוע איז געקומען אין די געגנטן פון קסריה פון פיליפוס, האט ער געפרעגט זיינע תלמידים, אזוי צו זאגן: ווער, זאגן די מענטשן, אז דער בר אנש איז? \v 14 און זיי האבן געזאגט: אייניקע (זאגן) יוחנן פון דער (ירדן) מקווה; אנדערע אבער, אליהו; נאך אנדערע ירמיהו, אדער איינער פון די נביאים. \v 15 זאגט ער צו זיי: און ווער, זאגט איר, אז איך בין? \v 16 האט שמעון פעטרוס ענטפערנדיק געזאגט: דו ביסט דער משיח, דער זון פון דעם לעבעדיקן ג‑ט! \v 17 און יהושע/ישוע האט ענטפערנדיק צו אים געזאגט: אז וואויל איז דיר, שמעון בר‑יונה; ווייל בשר ודם האט עס דיר נישט אנטפלעקט, נאר מיין פאטער, וואס איז אין הימל! \v 18 און איך זאג דיר אויך: דו ביסט פעטרוס, און אויף דעם דאזיקן פעלדזן וועל איך בויען מיין קהלה; און די טויערן פון שאול תחתית וועלן זי נישט בייקומען. \v 19 און דיר וועל איך געבן די שליסלען פון דעם מלכות השמים; און וואס דו וועסט אסרן אויף דער ערד, דאס וועט זיין אסור אין הימל; און וואס דו וועסט מתיר זיין אויף דער ערד, דאס וועט זיין מותר אין הימל. \v 20 דעמאלט האט ער געבאטן זיינע תלמידים, דאס זיי זאלן קיינעם נישט אויסזאגן, אז ער איז דער משיח. \p \v 21 פון דעמאלט אָן האט יהושע/ישוע המשיח אנגעהויבן צו ווייזן זיינע תלמידים, אז ער מוז גיין קיין ירושלים, און ליידן א סך פון די זקנים און הויפט כהנים און סופרים, און געטייט ווערן, און דעם דריטן טאג אויפשטיין. \v 22 און פעטרוס האט אים גענומען אויף א זייט, און האט אנגעהויבן צו שרייען אויף אים, אזוי צו זאגן: שוין דיך, האר! דאס דאזיקע זאל דיר נישט געשען! \v 23 ער אבער האט זיך אויסגעדרייט און געזאגט צו פעטרוסן: אוועק פון מיר, שׂטן, דו ביסט א מיכשול פאר מיר; ווייל דו האסט נישט אין זינען דאס, וואס געהערט צו ה׳, נאר דאס, וואס געהערט צו מענטשן! \v 24 דעמאלט האט יהושע/ישוע געזאגט צו זיינע תלמידים! אויב עמיצער וויל מיר נאכגיין, זאל ער זיך אליין פארלייקענען, און נעמען זיין בוים, און מיר נאכפאלגן! \v 25 מחמת ווער עס וויל מציל זיין זיין לעבן, דער וועט עס פארלירן; ווער אבער עס פארלירט זיין לעבן צוליב מיר, דער וועט עס געפינען. \v 26 מחמת וואס וועט עס העלפן א מענטשן, אויב ער זאל געווינען די גאנצע וועלט, און פארלירן זיין לעבן? אדער וואס קען א מענטש געבן אויסצולייזן זיין לעבן? \v 27 מחמת דער בר אנש וועט קומען אין דער הערלעכקייט פון זיין פאטער מיט זיינע מלאכים; און דעמאלט וועט ער פארגעלטן יעדן איינעם לויט זיינע מעשים. \v 28 באמת זאג איך אייך, אז אייניקע פון די, וואס שטייען דא, וועלן נישט פארזוכן דעם טעם פון טויט, ביז זיי וועלן זען דעם בר אנש קומען אין זיין מלכות. \c 17 \cl קאפיטל זיבעצן \p \v 1 און אין זעקס טעג ארום נעמט יהושע/ישוע מיט זיך פעטרוסן, און יעקבן, און זיין ברודער יוחנן, און פירט זיי אליין ארויף אויף א הויכן בארג. \v 2 און ער איז פארענדערט געווארן פאר זיי, און זיין פנים האט געלויכטן ווי די זון, און זיינע מלבושים זענען געווארן ווייס ווי דאס ליכט. \v 3 און זע, משה און אליהו האבן זיך באוויזן צו זיי, רעדנדיק מיט אים. \v 4 און פעטרוס האט ענטפערנדיק געזאגט צו יהושען/ישוען: האר, עס איז גוט פאר אונדז דא צו זיין! אויב דו ווילסט, וועל איך דא מאכן דריי געצעלטן; איינס פאר דיר, און איינס פאר משהן, און איינס פאר אליהו. \v 5 און בשעת ער האט נאך גערעדט, זע, א ליכטיקער וואלקן האט זיי באשאטנט; און זע, א קול אויס דעם וואלקן האט געזאגט: דאס איז מיין געליבטער זון, אין וועמען איך האב א וואוילגעפעלן; אים זאלט איר הערן! \v 6 און ווי די תלמידים האבן עס געהערט, זענען זיי אנידערגעפאלן אויף זייערע פנימער, און האבן זיך זייער געפארכטן. \v 7 און יהושע/ישוע איז צוגעגאנגען און האט זיי אנגערירט און געזאגט: שטייט אויף, און האט נישט קיין מורא! \v 8 און ווען זיי האבן אויפגעהויבן זייערע אויגן, האבן זיי קיינעם נישט געזען, אחוץ יהושען/ישוען אליין. \p \v 9 און בשעת זיי זענען אראפגעגאנגען פון בארג, האט יהושע/ישוע זיי באפוילן, אזוי צו זאגן: זאגט קיינעם נישט פון דער זעאונג, ביז דער בר אנש איז אויפגעשטאנען פון די טויטע. \v 10 און די תלמידים האבן אים געפרעגט, אזוי צו זאגן: און פארוואס זאגן די סופרים, אז אליהו דארף צום ערשט קומען? \v 11 ער אבער האט ענטפערנדיק געזאגט: אליהו קומט טאקע, און וועט אלץ צוריקשטעלן; \v 12 נאר איך זאג אייך, אז אליהו איז שוין געקומען, און זיי האבן אים נישט דערקענט, נאר געמאכט מיט אים, וואס זיי האבן געוואלט. אָט אזוי וועט אויך דער בר אנש האבן צו ליידן פון זיי. \v 13 דעמאלט האבן די תלמידים פארשטאנען, אז ער האט גערעדט צו זיי וועגן יוחנן פון דער (ירדן) מקווה. \p \v 14 און ווען זיי זענען געקומען צו דעם המון עם, איז געקומען צו אים א מענטש, וואס איז אנידערגעפאלן פאר אים אויף די קני, \v 15 און געזאגט: האר, דערבארם דיך אויף מיין זון; ווייל ער איז א חולי‑נופל, און ליידט שווער; מחמת אפטמאל פאלט ער אין פייער אריין, און אפטמאל אין וואסער אריין. \v 16 און איך האב אים געברענגט צו דיינע תלמידים, און זיי האבן אים נישט געקענט אויסהיילן. \v 17 און יהושע/ישוע האט ענטפערנדיק געזאגט: אָ אומגלויביק און פארקרימט דור! ווילאנג זאל איך זיין ביי אייך? ווילאנג זאל איך אייך דערטראגן? ברענגט אים אהער צו מיר! \v 18 און יהושע/ישוע האט אנגעשריגן אויף אים, און דער בייזער גייסט איז פון אים ארויס, און דאס יינגל איז געזונט געווארן פון יענער שעה אָן. \v 19 דעמאלט זענען די תלמידים צוגעגאנגען צו יהושען/ישוען, ווען זיי זענען געווען מיט אים אליין, און האבן געזאגט: פארוואס זענען מיר נישט געווען ביכולת אים ארויסצוטרייבן? \v 20 און ער זאגט צו זיי: צוליב אייער קליינגלויביקייט! מחמת באמת זאג איך אייך: אויב איר וואלט געהאט אמונה ווי א זענעפט קערנדל, וואלט איר געזאגט צו דעם דאזיקן בארג: הויב דיך אויף פונדאנען דארטן אהין! און ער וואלט זיך אויפגעהויבן, און קיין זאך וואלט נישט געווען אוממעגלעך פאר אייך. \v 21 (דער דאזיקער מין אבער גייט נישט ארויס אחוץ דורך תפילה און פאסטן.) \v 22 און בשעת זיי זענען ארומגעגאנגען אין גליל, האט יהושע/ישוע צו זיי געזאגט: דער בר אנש וועט איבערגעגעבן ווערן אין הענט פון מענטשן; \v 23 און זיי וועלן אים טייטן, און דעם דריטן טאג וועט ער אויפשטיין. און זיי זענען געווארן זייער באטריבט. \p \v 24 און ווען זיי זענען געקומען קיין כפר‑נחום, זענען די איינמאנער פון דעם האלבן שקל צוגעקומען צו פעטרוסן, און געזאגט: אייער רבי צאלט נישט דעם האלבן שקל? \v 25 זאגט ער: יא! און ווען ער איז אריינגעקומען אין הויז, איז יהושע/ישוע אים אנטקעגנגעקומען, זאגנדיק: וואס מיינסטו, שמעון? די מלכים פון דער ערד, פון וועמען נעמען זיי שטייערן אדער צינזן? פון זייערע קינדער, אדער פון פרעמדע? \v 26 און ווען ער האט געזאגט: פון פרעמדע, האט יהושע/ישוע צו אים געזאגט: אזוי זענען די קינדער פריי! \v 27 נאר כדי מיר זאלן נישט זיין קיין מיכשול פאר זיי, גיי צום ים, און ווארף אריין א ווענטקע, און נעם דעם ערשטן פיש, וואס וועט ארויפקומען; און ווען דו וועסט אויפעפענען זיין מויל, וועסטו געפינען א זילבערנע מטבע (א סטאטער); נעם זי, און גיב זי פאר מיר און פאר דיר. \c 18 \cl קאפיטל אכצן \p \v 1 אין יענער שעה זענען די תלמידים געקומען צו יהושען/ישוען, און געזאגט: ווער איז אינדעראמתן דער גרעסטער אין דעם מלכות השמים? \v 2 און ער האט גערופן צו זיך א קינד, און האט עס געשטעלט אין זייער מיט, \v 3 און געזאגט: באמת זאג איך אייך: אויב איר וועט זיך נישט אומקערן, און ווערן ווי די קינדער, וועט איר בשום אופן נישט אריינגיין אין דעם מלכות השמים! \v 4 דעריבער ווער עס וועט זיך אליין דערנידעריקן ווי דאס דאזיקע קינד, דער איז דער גרעסטער אין מלכות השמים. \v 5 און ווער עס וועט אויפנעמען איין קינד אזעלכעס אין מיין נאמען, דער נעמט מיך אויף. \v 6 ווער אבער עס וועט פארפירן צום שטרויכלען איינס פון די דאזיקע קליינע, וואס גלויבן אין מיר, איז בעסער פאר אים וואלט עס געווען, אז א גרויסער מילשטיין וואלט אנגעהאנגען געווארן אויף זיין האלדז, און ער וואלט דערטרונקען געווארן אין דער טיפעניש פון ים. \v 7 וויי צו דער וועלט מחמת די מיכשולים! מחמת שטרויכלונגען מוזן קומען; נאר וויי איז צו דעם מענטשן, דורך וועמען דאס מיכשול קומט! \v 8 און אויב דיין האנט אדער דיין פוס פארפירט דיך צום שטרויכלען, האק אים אפ, און ווארף אים אוועק פון דיר! עס איז בעסער פאר דיר אריינצוגיין אין דעם לעבן לאם אדער הינקענדיק, ווי צו האבן ביידע הענט אדער ביידע פיס און געווארפן צו ווערן אין דעם אייביקן פייער אריין. \v 9 און אויב דיין אויג פארפירט דיך צום שטרויכלען, רייס עס ארויס און ווארף עס אוועק פון דיר! עס איז בעסער פאר דיר אריינצוגיין אין דעם לעבן מיט איין אויג, ווי צו האבן צוויי אויגן און געווארפן צו ווערן אין דעם גיהנום פון פייער. \v 10 גיט אכטונג, אז איר זאלט נישט מבזה זיין קיין איינס פון די דאזיקע קליינע! מחמת איך זאג אייך, אז זייערע מלאכים אין הימל זען תמיד דאס פנים פון מיין פאטער, וואס איז אין הימל. \v 11 (מחמת דער בר אנש איז געקומען, כדי צו ראטעווען דאס, וואס איז פארלוירן געגאנגען.) \v 12 וואס מיינט איר? ווען א געוויסער מאן האט הונדערט שאף, און איינע פון זיי וועט פארבלאנדזשען, צי וועט ער דען נישט איבערלאזן די ניין און ניינציק אויף די בערג, און גיין זוכן די פארבלאנדזשעטע? \v 13 און ווען עס טרעפט זיך, אז ער געפינט זי, באמת זאג איך אייך, ער פריידט זיך מער מיט איר, ווי מיט די ניין און ניינציק, וואס זענען נישט פארבלאנדזשעט געווארן. \v 14 אָט אזוי איז עס אויך נישט דער רצון פאר אייער פאטער, וואס איז אין הימל, אז איינס פון די דאזיקע קליינע זאל פארלוירן גיין. \p \v 15 ווען דיין ברודער וועט זינדיקן (קעגן דיר), זאלסטו גיין, און אים זאגן מוסר בלויז צווישן דיר און אים אליין. \v 16 וועט ער דיך הערן, האסטו געוואונען דיין ברודער. אויב אבער ער וועט נישט הערן, זאלסטו נעמען מיט דיר נאך איינעם אדער צוויי, כדי פון דעם מויל פון צוויי עדות אדער דריי זאל יעדע זאך פעסטגעשטעלט ווערן. \v 17 און אויב ער וועט זיי נישט הערן, זאג עס צו דער קהלה. ווען אבער ער וויל די קהלה אויך נישט הערן, זאל ער זיין פאר דיר ווי א גוי און דער שטייער אויפמאנער. \v 18 באמת זאג איך אייך, וואס איר וועט אסרן אויף דער ערד, דאס וועט זיין אסור אין הימל, און וואס איר וועט מתיר זיין אויף דער ערד, דאס וועט זיין מותר אין הימל. \v 19 ווייטער זאג איך אייך, אויב צוויי פון אייך וועלן מסכים זיין אויף דער ערד וואס שייך וועלכע עס איז זאך, אויף וואס זיי ווילן בעטן, וועט עס זיי געטאן ווערן פון מיין פאטער, וואס איז אין הימל. \v 20 מחמת וואו צוויי אדער דריי זענען פארזאמלט אין מיין נאמען, דארט בין איך צווישן זיי. \p \v 21 דעמאלט איז פעטרוס צוגעגאנגען צו אים, און געזאגט; האר, וויפל מאל, ווען מיין ברודער זינדיקט קעגן מיר, דארף איך אים מוחל זיין? צי ביז צום זיבעטן מאל? \v 22 זאגט יהושע/ישוע צו אים: איך זאג דיר נישט, ביז צום זיבעטן מאל; נאר, ביז צום זיבעציקסטן מאל זיבעטן מאל! \v 23 דערפאר איז דאס מלכות השמים געגליכן צו א מלך, וואס האט געוואלט מאכן א חשבון מיט זיינע קנעכט. \v 24 און ווי ער האט אנגעהויבן צו רעכענען, האט מען געברענגט פאר אים איינעם, וועלכער איז שולדיק געווען צען טויזנט טאלאנטן. \v 25 און ווייל ער האט נישט געהאט צו באצאלן, האט זיין האר באפוילן, אז מען זאל אים פארקויפן מיט זיין ווייב און קינדער און אלץ, וואס ער האט, און עס זאל באצאלט ווערן. \v 26 דאן איז דער קנעכט אנידערגעפאלן און האט זיך געבוקט צו אים, אזוי צו זאגן: האב געדולד מיט מיר, און איך וועל דיר אלץ באצאלן! \v 27 און דער האר פון יענעם קנעכט האט זיך דערבארמט אויף אים, און האט אים געלאזט גיין, און אים מוחל געווען דעם חוב. \v 28 ווען אבער יענער קנעכט איז ארויסגעגאנגען, האט ער געפונען איינעם פון זיינע מיטקנעכט, וואס איז אים שולדיק געווען הונדערט דינרים; און ער האט אים אנגעכאפט, און האט אים געווערגן, און געזאגט: באצאל, וואס דו ביסט שולדיק! \v 29 דאן איז זיין מיטקנעכט אנידערגעפאלן פאר זיינע פיס, און האט אים געבעטן, אזוי צו זאגן: האב געדולד מיט מיר, און איך וועל דיר באצאלן! \v 30 ער אבער האט נישט געוואלט, נאר איז אוועקגעגאנגען און האט אים אריינגעווארפן אין תפיסה, ביז ער וועט האבן באצאלט, וואס ער איז שולדיק געווען. \v 31 דעריבער ווען זיינע מיטקנעכט האבן געזען, וואס דא איז געשען, האבן זיי זיך שטארק מצער געווען, און זענען געקומען און דערציילט זייער האר אלץ, וואס האט פאסירט. \v 32 דעמאלט האט זיין האר אים גערופן צו זיך, און זאגט צו אים: דו געמיינער קנעכט! יענעם גאנצן חוב האב איך דיר פארגעבן, ווייל דו האסט מיך געבעטן; \v 33 האסטו דען נישט אויך געדארפט רחמנות האבן אויף דיין מיטקנעכט, ווי איך האב אויף דיר רחמנות געהאט? \v 34 און זיין האר איז צארנדיק געווארן, און האט אים איבערגעגעבן צו די פייניקער, ביז ער וועט באצאלן אלץ, וואס ער איז אים שולדיק. \v 35 פונקט אזוי וועט אויך מיין הימלישער פאטער טאן צו אייך, ווען איר וועט נישט מוחל זיין יעדער איינער דעם ברודער זיינעם פון אייערע הערצער. \c 19 \cl קאפיטל ניינצן \p \v 1 ­און עס איז געשען, ווען יהושע/ישוע האט געענדיקט די דאזיקע ווערטער, האט ער זיך אויפגעהויבן און איז אוועק פון גליל, און איז געקומען אין דעם גבול פון יהודה, אויף יענער זייט ירדן. \v 2 און גרויסע המונים מענטשן האבן אים נאכגעפאלגט, און ער האט זיי דארט געהיילט. \p \v 3 און פרושים זענען געקומען צו אים, האבן אים אויסגעפרואווט, און געזאגט: צי מעג מען זיך גטן מיטן ווייב צוליב יעדער סיבה? \v 4 ער אבער האט ענטפערנדיק געזאגט: האט איר דען נישט געלייענט, אז דער בורא האט אין אנהויב זיי באשאפן זכר און נקבה, \v 5 און געזאגט: דערפאר וועט א מענטש פארלאזן דעם פאטער און די מוטער, און זיך באהעפטן מיט זיין ווייב; און די צוויי וועלן ווערן איין פלייש? אזוי זענען זיי שוין מער נישט קיין צוויי, נאר איין פלייש. \v 6 דעריבער וואס ה׳ האט מזווג געווען, דאס זאל קיין מענטש נישט צעשיידן. \v 7 זאגן זיי צו אים: און פארוואס האט משה געבאטן איר צו געבן א גט, און זי אוועקצושיקן? \v 8 זאגט ער צו זיי: משה האט אייך דערלויבט צו גטן אייערע ווייבער, מחמת דער הארטקייט פון אייער הארץ; פון אנהויב איז עס אבער נישט אזוי געווען. \v 9 און איך זאג אייך: ווער עס גט זיך מיט זיין ווייב, אחוץ צוליב זנות, און האט חתונה מיט אן אנדערער, דער איז מזנה; און ווער עס האט חתונה מיט א גרושה, דער איז מזנה. \v 10 זאגן די תלמידים צו אים: אויב די זאך איז אזוי צווישן מאן און ווייב, טויג נישט חתונה צו האבן. \v 11 ער אבער האט צו זיי געזאגט: נישט אלע קענען מקבל זיין דאס דאזיקע ווארט, נאר זיי, וועמען עס איז געגעבן געווארן. \v 12 מחמת עס זענען פאראן סריסים, וואס זענען אזוי געבוירן געווארן פון זייער מוטערס לייב; און עס זענען פאראן סריסים, וואס זענען מסרס געווארן פון מענטשן; און עס זענען פאראן סריסים, וואס האבן זיך אליין מסרס געווען צוליב דעם מלכות השמים. ווער עס קען עס מקבל זיין, דער זאל עס מקבל זיין! \p \v 13 דעמאלט האט מען געברענגט קינדער צו אים, אז ער זאל ארויפלייגן די הענט אויף זיי, און זאגן א תפילה; די תלמידים אבער האבן אנגעשריגן אויף זיי. \v 14 יהושע/ישוע אבער האט געזאגט: לאזט די קינדער קומען צו מיר, און שטערט זיי נישט; מחמת צו אזעלכע געהערט דאס מלכות השמים. \v 15 און ער האט ארויפגעלייגט די הענט אויף זיי, און איז אוועקגעגאנגען פון דארטן. \p \v 16 און זע, איינער איז געקומען צו אים, און געזאגט: רבי, וואס פאר א גוטס זאל איך טאן, כדי איך זאל האבן אייביק לעבן? \v 17 און ער האט צו אים געזאגט: וואס פרעגסטו מיך וועגן דעם גוטן? נאר איינער איז דער גוטער! אויב אבער דו ווילסט אריינגיין אין דעם לעבן, האלט די מצוות! \v 18 זאגט ער צו אים: וועלכע? און יהושע/ישוע האט געזאגט: זאלסט נישט טייטן, זאלסט נישט נואפן, זאלסט נישט גנבענען, זאלסט נישט זאגן פאלש עדות, \v 19 זאלסט אפגעבן כבוד דעם פאטער און די מוטער, און: דו זאלסט ליב האבן דיין חבר ווי דיך אליין! \v 20 זאגט צו אים דער בחור: דאס אלץ האב איך אפגעהיטן; וואס פעלט מיר נאך? \v 21 האט יהושע/ישוע צו אים געזאגט: אויב דו ווילסט זיין שלמותדיק, גיי, פארקויף דיין רכוש, און גיב עס צו ארעמעלייט, און דו וועסט האבן אן אוצר אין הימל; און קום, פאלג מיר נאך. \v 22 ווי אבער דער בחור האט געהערט דאס דאזיקע ווארט, איז ער אוועקגעגאנגען א טרויעריקער; מחמת ער האט געהאט א גרויס פארמעגן. \p \v 23 און יהושע/ישוע האט געזאגט צו זיינע תלמידים: באמת זאג איך אייך: עס איז שווער פאר אן עושר אריינצוגיין אין דעם מלכות השמים. \v 24 און ווידער זאג איך אייך: א קעמל קען לייכטער אריינגיין דורך דעם לאך פון א נאדל, ווי א רייכער אין דעם קעניגרייך פון ה׳! \v 25 און ווען די תלמידים האבן דאס געהערט, זענען זיי שטארק נשתומם געווארן, און האבן געזאגט: ווער זשע קען דערלייזט ווערן? \v 26 און יהושע/ישוע האט אויף זיי געקוקט און געזאגט צו זיי: ביי מענטשן איז דאס דאזיקע אוממעגלעך; ביי ה׳ אבער איז אלץ מעגלעך. \v 27 דעמאלט האט פעטרוס ענטפערנדיק צו אים געזאגט: זע, מיר האבן אלץ פארלאזן, און דיר נאכגעפאלגט; וואס וועלן מיר האבן דערפאר? \v 28 און יהושע/ישוע האט צו זיי געזאגט: באמת זאג איך אייך, אז איר, וואס האבן מיר נאכגעפאלגט, וועט אין דער נייער וועלט, ווען דער בר אנש וועט זיצן אויף זיין כסא הכבוד, אויך זיצן אויף צוועלף טראנען און משפטן די צוועלף שבטים פון ישראל. \v 29 און יעדער איינער, וואס האט פארלאזט הייזער אדער ברידער אדער שוועסטער אדער פאטער אדער מוטער אדער קינדער אדער פעלדער צוליב מיין נאמען, וועט א סך מאל מער באקומען, און ירשענען דאס אייביקע לעבן. \v 30 נאר א סך ערשטע וועלן זיין לעצטע, און לעצטע—ערשטע. \c 20 \cl קאפיטל צוואנציק \p \v 1 ווייל דאס מלכות השמים איז גלייך צו א מענטשן, א בעל הבית, וואס איז ארויסגעגאנגען זייער פרי צו דינגען ארבעטער פאר זיין וויינגארטן. \v 2 און נאך דעם ווי ער האט מסכים געווען מיט די ארבעטער פאר א דינר דעם טאג, האט ער זיי געשיקט אין זיין וויינגארטן אריין. \v 3 און ער איז ארויסגעגאנגען ארום דער דריטער שעה, און האט געזען אנדערע שטיין אויפן מארק ליידיק; \v 4 און האט צו יענע געזאגט: גייט איר אויך אין וויינגארטן אריין, און וואס איז רעכט, וועל איך אייך געבן! \v 5 און זיי זענען געגאנגען און ער איז ווידער ארויסגעגאנגען ארום דער זעקסטער און ניינטער שעה, און האט דאס זעלביקע געטאן. \v 6 און ארום דער עלפטער שעה איז ער ארויסגעגאנגען, און האט געפונען אנדערע שטיין און זאגט צו זיי: וואס שטייט איר דא ליידיק דעם גאנצן טאג? \v 7 זאגן זיי צו אים: ווייל קיינער האט אונדז נישט געדונגען: זאגט ער צו זיי: גייט איר אויך אין וויינגארטן אריין. \v 8 און ווען עס איז געווארן אוונט, זאגט דער האר פון דעם וויינגארטן צו זיין אפוטרופוס: רוף די ארבעטער, און צאל אויס דעם לוין, אנהויבנדיק פון די לעצטע ביז צו די ערשטע. \v 9 און עס זענען געקומען די, וואס זענען געדונגען געווארן ארום דער עלפטער שעה, און האבן באקומען יעדער איין דינר. \v 10 און ווען די ערשטע זענען געקומען, האבן זיי געמיינט, אז זיי וועלן באקומען מער; און זיי אליין האבן אויך באקומען יעדער איין דינר. \v 11 און ווען זיי האבן עס גענומען, האבן זיי געמורמלט אויף דעם בעל הבית, \v 12 אזוי צו זאגן: די דאזיקע לעצטע האבן געארבעט נאר איין שעה, און דו האסט זיי גלייך געשטעלט מיט אונדז, וואס האבן דערטראגן די לאסט און היץ פון דעם טאג. \v 13 ער אבער האט ענטפערנדיק צו איינעם פון זיי געזאגט: מיין פריינד, איך טו דיר נישט קיין עוולה. האסטו דען נישט איינגעשטימט מיט מיר פאר איין דינר? \v 14 נעם דאס דייניקע, און גיי; איך וויל אבער געבן דעם דאזיקן לעצטן אזויפיל וויפל דיר. \v 15 טאר איך דען נישט טאן מיט מיין אייגנס, וואס איך וויל? אדער איז דיין אויג שלעכט, ווייל איך בין גוט? \v 16 אָט אזוי וועלן די לעצטע זיין ערשטע, און די ערשטע—לעצטע. \p \v 17 און ווען יהושע/ישוע האט געהאלטן ביים ארויפגיין קיין ירושלים, האט ער גענומען די צוועלף אליין אויף א זייט, און אויפן וועג צו זיי געזאגט: \v 18 זע, מיר גייען ארויף קיין ירושלים; און דער בר אנש וועט איבערגעגעבן ווערן צו די הויפט כהנים און סופרים; און זיי וועלן אים פארמשפטן צום טויט, \v 19 און אים איבערגעבן צו די אומות (העולם) צו פארשפאטן, און שמייסן, און אויפהענגען אויף דער בוים, און דעם דריטן טאג וועט ער אויפשטיין. \p \v 20 דעמאלט איז צוגעקומען צו אים די מוטער פון זבדיס קינדער מיט אירע זין, האט זיך געבוקט, און עפעס פארלאנגט פון אים. \v 21 און ער האט צו איר געזאגט: וואס באגערסטו? זאגט זי צו אים: זאג, אז די דאזיקע ביידע זין מיינע זאלן זיצן איינער אויף דיין רעכטער זייט, און איינער אויף דיין לינקער זייט אין דיין מלכות. \v 22 יהושע/ישוע האט אבער ענטפערנדיק געזאגט: איר ווייסט נישט, וואס איר בעט! צי קענט איר דען טרינקען דעם כוס, וואס איך גיי טרינקען? זאגן זיי צו אים: מיר קענען! \v 23 זאגט ער צו זיי: מיין כוס וועט איר טאקע טרינקען; נאר צו זיצן אויף מיין רעכטער זייט, און אויף מיין לינקער זייט, איז נישט מיין זאך צו געבן; עס איז נאר פאר די, פאר וועמען עס איז צוגעגרייט געווארן פון מיין פאטער. \v 24 און ווען די צען האבן דאס געהערט, זענען זיי געווארן אין כעס אויף די צוויי ברידער. \v 25 און יהושע/ישוע האט זיי צוגערופן, און געזאגט: איר ווייסט, אז די שרים פון די אומות (העולם) הערשן איבער זיי, און די גרויסע לייט טאן איבער זיי געוועלטיקן. \v 26 אזוי זאל עס נישט זיין צווישן אייך, נאר ווער צווישן אייך עס וועט וועלן זיין גרויס, דער זאל זיין אייער משרת; \v 27 און ווער עס וויל צווישן אייך זיין א ראש, דער זאל זיין אייער קנעכט. \v 28 גלייך ווי דער בר אנש איז נישט געקומען באדינט צו ווערן, נאר צו דינען, און צו געבן זיין לעבן ווי אן אויסלייזונג פאר א סך. \p \v 29 און בשעת זיי זענען ארויסגעגאנגען פון יריחו, האט אים נאכגעפאלגט א גרויסער המון מענטשן. \v 30 און זע, צוויי בלינדע זענען געזעסן ביים וועג; ווי זיי האבן געהערט, אז יהושע/ישוע גייט פארביי, האבן זיי א געשריי געטאן, אזוי צו זאגן: האר, בן דוד, דערבארם דיך אויף אונדז! \v 31 דער המון אבער האט געשריגן אויף זיי, אז זיי זאלן שווייגן. און זיי האבן נאך מער געשריגן, אזוי צו זאגן: האר, בן דוד, דערבארם דיך אויף אונדז! \v 32 און יהושע/ישוע האט זיך אפגעשטעלט, און זיי גערופן, און געזאגט: וואס ווילט איר, אז איך זאל טאן פאר אייך? \v 33 זאגן זיי צו אים: אז אונדזערע אויגן זאלן געעפנט ווערן! \v 34 און יהושע/ישוע האט זיך דערבארעמט אויף זיי, און אנגערירט זייערע אויגן, און פלוצלונג זענען זיי זעענדיק געווארן, און האבן אים נאכגעפאלגט. \c 21 \cl קאפיטל איין און צוואנציק \p \v 1 און ווען זיי האבן זיך דערנענטערט צו ירושלים, און זענען געקומען קיין בית‑פגי, ביים הר הזיתים, האט יהושע/ישוע דעמאלט געשיקט צוויי פון זיינע תלמידים, \v 2 און געזאגט צו זיי: גייט אריין אין דעם דארף, וואס ליגט אנטקעגנאיבער אייך, און תיכף וועט איר געפינען אן אייזל אנגעבונדן, און א יונג אייזעלע ביי איר, בינדט זיי אויף, און ברענגט זיי צו מיר. \v 3 און אויב עמיצער וועט אייך עפעס זאגן, זאלט איר זאגן: דער האר דארף זיי האבן; און ער וועט זיי גלייך שיקן. \v 4 און דאס דאזיקע איז געשען, כדי עס זאל דערפילט ווערן, וואס עס איז געזאגט געווארן דורך דעם נביא, אזוי צו זאגן: \q \v 5 זאגט דער טאכטער פון ציון: \q זע, דיין מלך קומט צו דיר, \q אן ענו, און רייטנדיק אויף אן אייזל, \q און אויף אן אייזעלע, דאס יונגע פון אן אייזל. \qr (ישעיהו סב, יא; זכריה ט, ט.) \m \v 6 און די תלמידים זענען געגאנגען, און האבן געטאן ווי יהושע/ישוע האט זיי באפוילן, \v 7 און האבן געברענגט דאס אייזל מיט דעם אייזעלע, און אויף זיי ארויפגעלייגט די מלבושים; און ער האט זיך ארויפגעזעצט אויף זיי. \v 8 און דאס רוב פון דעם המון האבן אויסגעשפרייט זייערע מלבושים אויפן וועג; און אנדערע האבן אפגעבראכן צווייגן פון די ביימער, \v 9 און זיי פאנאנדערגעלייגט אויפן וועג. און די המונים, וואס זענען געגאנגען פארויס פאר אים, און וואס האבן נאכגעפאלגט, האבן געשריגן, אזוי צו זאגן: \q הושענא לבן דוד! \q געלויבט זאל זיין דער, \q2 וואס קומט אין דעם נאמען פון דעם האר. \q הושענא במרומים! \qr (תהלים קיח, כה-כו.) \m \v 10 און ווען ער איז אריינגעגאנגען קיין ירושלים, איז די גאנצע שטאט אויפגערודערט געווארן, און געזאגט: ווער איז דאס דער דאזיקער? \v 11 די המונים אבער האבן געזאגט: דאס איז דער נביא יהושע/ישוע פון נצרת, אין גליל. \p \v 12 און יהושע/ישוע איז אריינגעגאנגען אין בית המקדש, און האט ארויסגעטריבן אלע וואס האבן פארקויפט און געקויפט אין בית המקדש, און איבערגעקערט די טישן פון די געלטבייטער, און די בענק פון די, וואס האבן פארקויפט טויבן; \v 13 און זאגט צו זיי: עס שטייט געשריבן: מיין הויז וועט גערופן ווערן א בית תפילה! (ישעיהו נו, ז.) איר אבער האט עס געמאכט פאר א הייל פון גזלנים. (ירמיהו ז, יא.) \v 14 און עס זענען געקומען צו אים בלינדע און לאמע אין בית המקדש, און ער האט זיי געהיילט. \v 15 ווי אבער די הויפט כהנים און די סופרים האבן געזען די וואונדער, וואס ער האט געטאן, און די קינדער שרייען אין בית המקדש און זאגן: הושענא לבן דוד, זענען זיי צארנדיק געווארן, \v 16 און האבן צו אים געזאגט: דו הערסט, וואס זיי זאגן? און יהושע/ישוע זאגט צו זיי: יא! צי האט איר קיינמאל נישט געלייענט: אויס דעם מויל פון קינדער און זייגעדיקע האסטו צוגעגרייט לויב? (תהלים ח, ג.) \v 17 און האט זיי פארלאזט, און איז ארויסגעגאנגען אויסער דער שטאט קיין בית‑היני. און דארטן איבערגענעכטיקט. \p \v 18 און אינדערפרי, אומקערנדיק זיך אין שטאט אריין, איז ער הונגעריק געווארן. \v 19 און זעענדיק אן איינציקן פייגנבוים ביים וועג, און איז צוגעגאנגען צו אים, און האט גארנישט געפונען אויף אים אחוץ בלעטער אליין; און ער זאגט צו אים: עס זאל מער נישט וואקסן אויף דיר קיין פירות ביז אויף אייביק! און דער פייגנבוים איז באלד פארדארט געווארן. \v 20 און ווען די תלמידים האבן עס געזען, האבן זיי זיך געוואונדערט, און געזאגט: ווי איז דער פייגנבוים אזוי פלוצלונג פארטריקנט געווארן! \v 21 יהושע/ישוע אבער האט ענטפערנדיק צו זיי געזאגט: באמת זאג איך אייך: ווען איר זאלט האבן אמונה, און נישט צווייפלען, וועט איר טאן נישט נאר דאס מיט דעם פייגנבוים, נאר אפילו אויב איר וועט זאגן צו דעם דאזיקן בארג: הייב דיך אויף און ווארף דיך אין ים אריין, וועט עס געשען. \v 22 און אלץ, וואס איר וועט בעטן אין תפילה, אויב איר וועט גלויבן, וועט איר עס באקומען. \p \v 23 און ווען ער איז געקומען אין בית המקדש אריין, זענען די הויפט כהנים און די זקנים פון דעם פאלק צוגעגאנגען צו אים, בשעת ער האט געלערנט, און האבן געזאגט: מיט וואס פאר א רשות טוסטו די דאזיקע זאכן? און ווער האט דיר געגעבן דעם דאזיקן רשות? \v 24 און יהושע/ישוע האט ענטפערנדיק צו זיי געזאגט: איך וועל אייך אויך פרעגן איין זאך, וואס אויב איר וועט מיר זאגן, וועל איך אייך אויך זאגן מיט וואס פאר א רשות איך טו די דאזיקע זאכן. \v 25 יוחננס מקווה—פון וואנען איז געווען? פון הימל אדער פון מענטשן? און זיי האבן עס איבערגעלייגט צווישן זיך, אזוי צו זאגן: וועלן מיר זאגן: פון הימל, וועט ער זאגן צו אונדז: טא פארוואס האט איר אים נישט געגלויבט? \v 26 וועלן מיר אבער זאגן: פון מענטשן, מוזן מיר מורא האבן פאר דעם המון? מחמת אלע האלטן יוחנן פאר א נביא. \v 27 און זיי האבן ענטפערנדיק געזאגט צו יהושען/ישוען: מיר ווייסן נישט! האט ער אויך צו זיי געזאגט, זאג איך אייך אויך נישט, מיט וואס פאר א רשות איך טו די דאזיקע זאכן. \v 28 וואס אבער מיינט איר? א מענטש האט געהאט צוויי קינדער; און ער איז צוגעגאנגען צו דעם ערשטן, און געזאגט: מיין קינד, גיי ארבעט היינט אין וויינגארטן. \v 29 און ער האט ענטפערנדיק געזאגט: אָט בין איך, האר! און איז נישט געגאנגען! \v 30 און ער איז צוגעגאנגען צו דעם צווייטן און האט געזאגט דאס זעלביקע. דער אבער האט געזאגט: איך וויל נישט! \v 31 דערנאך האט ער חרטה געהאט, און איז געגאנגען. ווער פון די ביידע האט געטאן דעם פאטערס רצון? זאגן זיי: דער לעצטער. זאגט יהושע/ישוע צו זיי: באמת זאג איך אייך, אז די שטייער אויפמאנער און די זונות גייען אריין פארויס פאר אייך אין דעם קעניגרייך פון ה׳. \v 32 מחמת יוחנן איז געקומען צו אייך אויף דעם וועג פון גערעכטיקייט און איר האט נישט געגלויבט אין אים. די שטייער אויפמאנער אבער און די זונות האבן אים יא געגלויבט, און איר, הגם איר האט עס געזען, האט אפילו שפעטער נישט חרטה געהאט, כדי אים צו גלויבן. \p \v 33 הערט אן אנדער משל: עס איז געווען א מענטש, א בעל הבית, וואס האט געפלאנצט א וויינגארטן, און האט אים ארומגערינגלט מיט א צוים, און געגראבן א וויינקעלטער אין אים, און געבויט א טורם, און האט אים פארדינגען צו גערטנער, און איז אוועקגעפארן. \v 34 און ווען עס האט זיך דערנענטערט די צייט פון פירות, האט ער געשיקט זיינע קנעכט צו די גערטנער אפצונעמען זיינע פרוכטן. \v 35 און די גערטנער האבן גענומען זיינע קנעכט, און איינעם געשלאגן, און אן אנדערן געטייט, און א דריטן געשטייניקט. \v 36 ער האט ווידער געשיקט אנדערע קנעכט, מער ווי די ערשטע; און זיי האבן מיט זיי געטאן דאס זעלביקע. \v 37 דערנאך האט ער געשיקט צו זיי זיין זון, און האט געזאגט: זיי וועלן זיך שעמען פאר מיין זון, \v 38 די גערטנער אבער, ווי זיי האבן אים דערזען, האבן געזאגט צווישן זיך: דאס איז דער יורש; קומט, לאמיר אים טייטן, און צונעמען זיין ירושה. \v 39 און האבן אים גענומען, און ארויסגעווארפן אינדרויסן פון וויינגארטן, און געטייט. \v 40 ווען דעריבער דער האר פון דעם וויינגארטן וועט קומען, וואס זשע וועט ער טאן צו יענע גערטנער? \v 41 זאגן זיי צו אים: ער וועט די רשעים אומברענגען אויף א שרעקלעכן אופן, און דעם וויינגארטן פארדינגען צו אנדערע גערטנער, וואס וועלן אים אפגעבן די פירות אין זייערע זמנים. \v 42 זאגט יהושע/ישוע צו זיי: האט איר קיינמאל נישט געלייענט אין די כתובים? \q דער שטיין, וואס די בוימייסטערס האבן פארווארפן, \q איז געווארן צום הויפט פונם ווינקל. \q פונם האר (ה׳) איז דאס געשען, \q און עס איז א וואונדער אין אונדזערע אויגן. \qr (תהלים קיח, כב-כג.) \m \v 43 דערפאר זאג איך אייך: דאס קעניגרייך פון ה׳ וועט אוועקגענומען ווערן פון אייך, און געגעבן ווערן צו א פאלק, וואס ברענגט זיינע פירות. \v 44 (און ווער עס פאלט אויף דעם דאזיקן שטיין, דער וועט צעשמעטערט ווערן; אויף וועמען אבער ער וועט פאלן, וועט ער אים צעמאלן.) \v 45 און ווען די הויפט כהנים און די פרושים האבן געהערט זיינע משלים, האבן זיי פארשטאנען, אז ער רעדט וועגן זיי. \v 46 און האבן געזוכט אים צו כאפן, און האבן זיך געפארכטן פאר די המונים מענטשן, ווייל מען האט אים געהאלטן פאר א נביא. \c 22 \cl קאפיטל צוויי און צוואנציק \p \v 1 און יהושע/ישוע האט ענטפערנדיק ווידער צו זיי גערעדט אין משלים, אזוי צו זאגן: \v 2 דאס מלכות השמים איז געגליכן צו א מענטשלעכן קעניג, וואס האט געמאכט א חתונהמאלצייט פאר זיין זון, \v 3 און געשיקט זיינע קנעכט רופן די פארבעטענע צו דער חתונה; און זיי האבן נישט געוואלט קומען. \v 4 האט ער נאכאמאל געשיקט אנדערע קנעכט, אזוי צו זאגן: זאגט די פארבעטענע: זע, איך האב צוגעגרייט מיין סעודה; מיינע אקסן און געשטאפטע קעלבער זענען שוין געשאכטן, און אלץ איז פארטיק; קומט אויף דער חתונה! \v 5 זיי אבער האבן זיך דערפון גארנישט געמאכט, נאר זענען געגאנגען, איינער אין זיין פעלד אריין, און אן אנדערער צו זיין מסחר; \v 6 און די איבריקע האבן געכאפט זיינע קנעכט, זיי מיאוס באהאנדלט און געטייט. \v 7 און דער קעניג איז צארנדיק געווארן; און האט געשיקט זיינע חיילות, און אומגעברענגט יענע רוצחים, און זייער שטאט פארברענט. \v 8 דאן זאגט ער צו זיינע קנעכט: די חתונה איז גרייט, די פארבעטענע אבער זענען עס נישט ווערט געווען. \v 9 גייט זשע אהין אויף די גאסן, וואו די וועגן שיידן זיך, און וויפל איר וועט געפינען, זאלט איר פארבעטן אויף דער חתונה. \v 10 און יענע קנעכט זענען ארויסגעגאנגען אויף די גאסן, און האבן איינגעזאמלט אלע, וועמען זיי האבן געפונען, סיי שלעכטע סיי גוטע, און דער חתונה זאל איז פול געווארן מיט געסט. \v 11 נאר ווען דער קעניג איז אריינגעקומען געזען די געסט, האט ער דערזען דארטן א מענטשן, וואס איז נישט געווען אנגעטאן אין א חתונה מלבוש; \v 12 און ער זאגט צו אים: פריינד, וויאזוי ביסטו אריינגעקומען אהער, נישט האבנדיק קיין חתונה מלבוש? און ער איז געבליבן שטום. \v 13 דעמאלט האט דער קעניג געזאגט צו די באדינער: בינדט אים הענט און פיס, און ווארפט אים ארויס אין דער אויסערסטער פינצטערניש! דארט וועט זיין דאס קלאגן און קריצן מיט די ציין. \v 14 מחמת א סך זענען גערופן, ווייניקע אבער אויסדערוויילט. \p \v 15 דעמאלט זענען די פרושים געגאנגען, און האבן זיך געהאלטן אן עצה, ווי אזוי זיי זאלן אים פאנגען מיט א ווארט. \v 16 און זיי שיקן צו אים זייערע תלמידים מיט הורדוסנס לייט, אזוי צו זאגן: רבי, מיר ווייסן, אז דו ביסט ווארהאפטיק, און אז דו לערנסט באמת דעם וועג פון ה׳, און פרעגסט נישט נאך קיינעם; מחמת דו ביסט נישט נושא פנים קיין מענטשן. \v 17 זאג זשע אונדז, וואס מיינסטו: מעג מען געבן דעם קיסר מס, אדער נישט? \v 18 יהושע/ישוע האט אבער פארשטאנען זייער בייזוויליקייט, און האט געזאגט: וואס פרואווט איר מיך אויס, צבועקעס? \v 19 ווייזט מיר די מטבע פון מס! און זיי האבן אים געברענגט א דינר. \v 20 און ער זאגט צו זיי: וועמעס איז דאס בילד און די אויפשריפט? \v 21 זאגן זיי; דעם קיסרס. זאגט ער דעמאלט צו זיי: גיט זשע אפ דעם קיסר, וואס איז דעם קיסרס; און צו ה׳, וואס עס געהערט צו ה׳! \v 22 און ווען זיי האבן דאס געהערט, האבן זיי זיך געוואונדערט, האבן אים פארלאזט, און זענען אוועקגעגאנגען. \p \v 23 אין יענעם טאג זענען געקומען צו אים צדוקים, וואס זאגן, אז עס איז נישטא קיין תחית המתים, און האבן אים געפרעגט, \v 24 אזוי צו זאגן: רבי, משה האט געזאגט: ווען עמיצער וועט שטארבן, נישט האבנדיק קיין קינדער, זאל זיין ברודער מיבם‑זיין זיין ווייב, און אויפשטעלן זאמען צו זיין ברודער. \v 25 און ביי אונדז זענען געווען זיבן ברידער. און דער ערשטער האט חתונה געהאט און איז געשטארבן, און ווייל ער האט נישט געהאט קיין זאמען, האט ער איבערגעלאזט זיין ווייב צו זיין ברודער. \v 26 דעסגלייכן אויך דער אנדערער און דער דריטער, ביז צום זיבעטן. \v 27 צולעצט, נאך אלע, איז די פרוי געשטארבן. \v 28 דעריבער, ביי תחית המתים, וועמעס ווייב פון די זיבן וועט זי זיין? מחמת אלע האבן זי דאך געהאט. \v 29 יהושע/ישוע אבער האט ענטפערנדיק צו זיי געזאגט: איר בלאנדזשעט, ווייל איר קענט נישט די כתבי (הקודש), און אויך נישט די קראפט פון ה׳. \v 30 מחמת ביי תחית המתים נישט מען האט חתונה, נישט מען מאכט חתונה, נאר מען איז ווי מלאכים אין הימל. \v 31 און וואס שייך תחית המתים, האט איר דען נישט געלייענט, וואס עס איז געזאגט געווארן צו אייך פון ה׳, אזוי צו זאגן: \v 32 איך בין דער ג‑ט פון אברהם, און דער ג‑ט פון יצחק, און דער ג‑ט פון יעקב? ער איז נישט דער ג‑ט פון טויטע, נאר פון לעבעדיקע. \v 33 און ווי די המונים מענטשן האבן דאס געהערט, האבן זיי געשטוינט איבער זיין תורה. \p \v 34 און ווען די פרושים האבן געהערט, אז ער האט די צדוקים פארשטאפט דאס מויל, האבן זיי זיך פארזאמלט; \v 35 און איינער פון זיי, א תלמיד חכם, האט אים אויסגעפרואווט און געפרעגט: \v 36 רבי, וועלכע מצווה איז די גרעסטע אין דער תורה? \v 37 און ער האט צו אים געזאגט: דו זאלסט ליב האבן דעם האר דיין ג‑ט פון דיין גאנצן הארצן, און מיט דיין גאנצער נשמה, און מיט דיין גאנצן פארשטאנד. (דברים ו, ה.) \v 38 דאס איז די גרעסטע און די ערשטע מצווה. \v 39 אן אנדערע, וואס איז גלייך צו דער, איז: דו זאלסט ליב האבן דיין חבר, ווי דיך אליין. (ויקרא יט, יה.) \v 40 אויף די דאזיקע צוויי מצוות הענגט די גאנצע תורה, און די נביאים. \p \v 41 און בשעת די פרושים האבן זיך פארזאמלט, האט יהושע/ישוע זיי געשטעלט א קשיא, \v 42 אזוי צו זאגן: וואס דענקט איר וועגן דעם משיח? וועמעס זון איז ער? זאגן זיי צו אים דודס. \v 43 זאגט ער צו זיי: ווי אזוי זשע רופט אים דוד דורך דעם רוח (הקודש) האר, ווען ער זאגט: \q \v 44 דער האר האט געזאגט צו מיין האר: \q זיץ ביי מיין רעכטער זייט, \q ביז איך וועל אנידערלייגן דיינע פיינט \q פאר א פוסבענקעלע פאר דיינע פיס? \qr (תהלים קי, א.) \p \v 45 און ווען דוד רופט אים האר, ווי אזוי זשע איז ער זיין זון? \v 46 און קיינער האט אים נישט געקענט ענטפערן קיין ווארט. און עס האט זיך שוין קיינער אויך מער נישט אונטערגעשטעלט פון יענעם טאג אָן אים עפעס צו פרעגן. \c 23 \cl קאפיטל דריי און צוואנציק \p \v 1 דעמאלט האט יהושע/ישוע גערעדט צו די המונים מענטשן און צו זיינע תלמידים, \v 2 אזוי צו זאגן: די סופרים און די פרושים האבן זיך אנידערגעזעצט אויף משהס שטול. \v 3 דעריבער אלץ, וואס זיי וועלן אייך זאגן, זאלט איר טאן און אפהיטן; טוט אבער נישט לויט זייערע מעשים; מחמת זיי זאגן, און טאן נישט. \v 4 זיי בינדן שווערע לאסטן און לייגן זיי אויף מענטשנס שולטערן; אליין אבער ווילן זיי די דאזיקע אפילו מיט דעם פינגער נישט אנרירן. \v 5 און אלע זייערע מעשים טאן זיי, כדי פון לייטן געזען צו ווערן, מחמת זיי מאכן ברייט זייערע תפילין, און לאנג די ציצית, \v 6 און האבן ליב דאס ארט אויבנאן אויף סעודות, און די ערשטע ערטער אין שול, \v 7 און דאס שלום אפגעבן אויף די מערקפלעצער, און פון לייטן גערופן צו ווערן רבי! \v 8 איר אבער זאלט זיך נישט רופן רבי, מחמת איינער איז אייער רבי, און איר אלע זענט ברידער. \v 9 און רופט נישט קיינעם אויף דער ערד אייער פאטער; מחמת איינער איז אייער פאטער, וואס איז אין הימל. \v 10 איר זאלט זיך אויך נישט רופן מדריכים; ווייל איינער איז אייער מדריך, דער משיח. \v 11 דער גרעסטער צווישן אייך זאל זיין אייער משרת. \v 12 און ווער עס וועט זיך אליין דערהייבן, דער וועט דערנידעריקט ווערן; און ווער עס וועט זיך אליין דערנידעריקן, דער וועט דערהייבט ווערן. \v 13 וויי איז אבער צו אייך, סופרים און פרושים, צבועקעס! אז איר פארשליסט דאס מלכות השמים פאר די מענטשן. ווארום איר גייט נישט אריין, און די אריינקומענדיקע לאזט איר נישט אריינגיין. \v 14 (וויי איז צו אייך, סופרים און פרושים, צבועקעס! אז איר שלינגט איין די הייזער פון די אלמנות, און פאר אן אויסרייד דאוונט איר לאנג. דערפאר וועט איר באקומען א הארבער משפט.) \p \v 15 וויי איז צו אייך, סופרים און פרושים, צבועקעס! אז איר פארט ארום איבער ים און יבשה, כדי צו מאכן א גר; און ווען ער ווערט עס שוין, מאכט איר אים פאר א בן גיהנום טאפלט מער ווי איר זענט אליין. \v 16 וויי איז צו אייך, בלינדע מנהיגים, וואס זאגן: ווער עס שווערט ביים היכל, איז עס גארנישט; אבער ווער עס שווערט ביים גאלד פון היכל, דער איז חייב. \v 17 איר נאראנים און בלינדע; מחמת וואס איז גרעסער, דאס גאלד אדער דער היכל, וואס הייליקט דאס גאלד? \v 18 און: ווער עס שווערט ביים מזבח, דאס איז גארנישט; ווער אבער עס שווערט ביים קרבן, וואס ליגט דערויף, דער איז חייב. \v 19 איר בלינדע! מחמת וואס איז גרעסער, דאס קרבן אדער דער מזבח, וואס הייליקט דאס קרבן? \v 20 דעריבער ווער עס שווערט ביים מזבח, דער שווערט ביי אים און ביי אלעם, וואס איז אויף אים. \v 21 און ווער עס שווערט ביים היכל, דער שווערט ביי אים, און ביי דעם, וואס וואוינט דרינען. \v 22 און ווער עס שווערט ביים הימל, דער שווערט ביי ה׳ס כסא הכבוד און ביי דעם, וואס זיצט דערויף. \p \v 23 וויי איז צו אייך, סופרים און פרושים, צבועקעס! אז איר גיט אפ מעשר פון דער מיענטע און דעם דיל און דעם קימל, און פארנאכלעסיקט די שווערערע זאכן פון דער תורה: דאס משפט און דעם חסד און די אמונה! די דאזיקע זאכן האט איר געדארפט טאן, און יענע נישט פארנאכלעסיקן. \v 24 איר בלינדע פירער, וואס זייען דורך די מוק, און שלינגען אראפ דאס קעמל. \p \v 25 וויי איז צו אייך, סופרים און פרושים, צבועקעס! אז איר מאכט ריין דאס אויסנווייניקסטע פון דעם בעכער און דער שיסל, פון אינעווייניק אבער זענען זיי פול מיט גזלה און נישט איינגעהאלטנקייט. \v 26 דו בלינדער פרוש, רייניק קודם כל דאס אינעווייניקסטע פון דעם בעכער, כדי אויך דאס אויסנווייניקסטע זאל ווערן ריין. \p \v 27 וויי איז צו אייך, סופרים און פרושים, צבועקעס! אז איר זענט גלייך צו געקאלעכטע קברים, וואס פון אויסנווייניק זען זיי אויס שיין, פון אינעווייניק אבער זענען זיי פול מיט ביינער פון מתים, און יעדער אומריינקייט. \v 28 אָט אזוי ווייזט איר זיך ארויס פון דרויסן ווי צדיקים פאר די מענטשן, פון אינעווייניק אבער זענט איר פול מיט צביעות און רשעות. \p \v 29 וויי איז צו אייך, סופרים און פרושים, צבועקעס! אז איר בויט אויף די קברים פון די נביאים, און באצירט די מצבות פון די צדיקים, \v 30 און זאגט: אויב מיר וואלטן געלעבט אין די טעג פון אונדזערע עלטערן, וואלטן מיר זיך נישט באטייליקט מיט זיי אין דעם בלוט פון די נביאים. \v 31 אזוי זענט איר עדות צו זיך אליין, אז איר זענט קינדער פון די נביאים מערדער. \v 32 און איר מאכט פול די מאס פון אייערע עלטערן! \v 33 איר שלאנגען! גזע פון להכעיסניקעס! ווי אזוי וועט איר אנטרינען פון דעם משפט פון גיהנום? \v 34 דערפאר, זע, איך שיק צו אייך נביאים און חכמים, און סופרים; א טייל פון זיי וועט איר טייטן און לאזן אויפהענגען אויף דער בוים; און א טייל פון זיי וועט איר שלאגן מיט ריטער אין אייערע שולן, און פארפאלגן פון שטאט צו שטאט; \v 35 כדי עס זאל קומען אויף אייך דאס גאנצע רעכטפארטיקע בלוט, וואס איז פארגאסן געווארן אויף דער ערד, פון דעם בלוט פון הבל דעם צדיק ביז צום בלוט פון זכריה בן ברכיה, וועמען איר האט געהרגעט צווישן דעם היכל און דעם מזבח. \v 36 באמת זאג איך אייך, דאס אלץ וועט קומען אויף דעם דאזיקן דור. \p \v 37 ירושלים, ירושלים, וואס הרגעסט די נביאים, און שטייניקסט די, וואס זענען געשיקט צו דיר! וויפל מאל האב איך געוואלט איינזאמלען דיינע קינדער, ווי א הון זאמלט איין אירע עופהלעך אונטער די פליגל, און איר האט נישט געוואלט. \v 38 זע, אייער הויז וועט אייך איבערגעלאזט ווערן פארוויסט. \v 39 מחמת איך זאג אייך: פון איצט אָן וועט איר מיך מער נישט זען, ביז איר וועט זאגן: \q ברוך הבא בשם ה׳! \c 24 \cl קאפיטל פיר און צוואנציק \p \v 1 און יהושע/ישוע איז ארויסגעגאנגען פון בית המקדש, און איז אוועקגעגאנגען; און זיינע תלמידים זענען צוגעגאנגען צו אים, כדי אים צו ווייזן די בנינים פון בית המקדש. \v 2 ער אבער האט ענטפערנדיק צו זיי געזאגט: איר זעט דאס אלץ? באמת זאג איך אייך, עס וועט דא נישט איבערגעלאזט ווערן א שטיין אויף א שטיין, וואס וועט נישט אנידערגעריסן ווערן! \p \v 3 און ווען ער איז געזעסן אויפן הר הזיתים, זענען זיינע תלמידים צוגעקומען צו אים, בשעת זיי זענען געווען אליין, און האבן געזאגט: זאג אונדז, ווען וועט דאס געשען, און וואס וועט זיין דאס אות פון דיין קומען, און פון דעם קץ פון דער וועלט? \v 4 און יהושע/ישוע האט ענטפערנדיק צו זיי געזאגט: זעט, אז קיינער זאל אייך נישט פארפירן! \v 5 מחמת א סך וועלן קומען אין מיין נאמען, אזוי צו זאגן: איך בין דער משיח; און פארפירן א סך. \v 6 און איר וועט הערן פון מלחמות און שמועות פון מלחמות; גיט אכטונג, דערשרעקט זיך נישט; מחמת דאס מוז געשען, נאר עס איז נאך נישט דער קץ. \v 7 מחמת א פאלק וועט זיך אויפהויבן קעגן א פאלק, און א מלוכה קעגן א מלוכה; און עס וועלן זיין הונגער נויטן און ערדציטערנישן אויף פארשיידענע ערטער. \v 8 דאס אלץ אבער איז דער אנהויב פון די ווייען. \v 9 דעמאלט וועט מען אייך איבערגעבן צו באדריקונג, און מען וועט אייך טייטן; און איר וועט זיין געהאסט פון אלע פעלקער צוליב מיין נאמען. \v 10 און דעמאלט וועלן א סך שטרויכלען, און פארראטן איינס דאס אנדערע, און זיך האסן איינס דאס אנדערע. \v 11 און עס וועלן אויפשטיין פיל פאלשע נביאים, און פארפירן א סך. \v 12 און דורך דעם וואס אומגערעכטיקייט וועט זיך פארפילפאכן, וועט די ליבע פון א סך זיך אפקילן. \v 13 ווער אבער עס האלט אויס ביז צום סוף, דער וועט געראטעוועט ווערן. \v 14 און די דאזיקע גוטע בשורה פון דעם מלכות וועט אויסגערופן ווערן אין דער גאנצער באוואוינטער וועלט, ווי אן עדות צו אלע פעלקער, און דעמאלט וועט קומען דער קץ. \p \v 15 דעריבער ווען איר זעט די אומווירדיקייט פון דער פארוויסטונג, וואס איז געזאגט געווארן דורך דניאל הנביא, שטיין אויף דעם מקום קדוש—זאל דער לייענער פארשטיין! (דניאל יב, יא.)— \v 16 דעמאלט זאלן די, וואס זענען אין יהודה, אנטלויפן צו די בערג; \v 17 דער, וואס איז אויפן דאך, זאל נישט אראפגיין נעמען עפעס פון זיין הויז; \v 18 און דער, וואס איז אין פעלד, זאל זיך נישט אומקערן צוריק, צו נעמען זיין בגד. \v 19 אבער וויי איז צו די מעוברתדיקע און צו די אנזויגערינס אין יענע טעג! \v 20 און טוט תפילה, אז אייער אנטרינונג זאל נישט געשען אין ווינטער, און נישט שבת. \v 21 מחמת עס וועס דעמאלט זיין א גרויסע צרה, וואס אויסגלייכן איז נישט געווען פונם אנהויב פון דער וועלט ביז אצונד, \v 22 און וועט אויך מער נישט זיין. און אויב יענע טעג וואלטן נישט פארקירצט געווארן, וואלט קיין שום בשר (ודם) נישט ניצול געווארן; נאר צוליב די אויסדערוויילטע וועלן יענע טעג יא פארקירצט ווערן. \v 23 ווען עמיצער וועט אייך דעמאלט זאגן: זע, דא איז דער משיח, אדער: דא! זאלט איר עס נישט גלויבן. \v 24 מחמת עס וועלן אויפשטיין פאלשע משיחים, און פאלשע נביאים, און וועלן געבן גרויסע אותות און מופתים, אזש צו פארפירן, אויב מעגלעך, אפילו די אויסדערוויילטע. \v 25 זע, איך האב עס אייך פארויסגעזאגט. \v 26 ווען זשע זיי וועלן אייך זאגן: זע, ער איז אין דער מדבר; זאלט איר נישט ארויסגיין; זע, (בחדרי) חדרים; גלויבט עס נישט. \v 27 מחמת אזויווי דער בליץ קומט ארויס פון מזרח, און שיינט ביז מערב, אזוי וועט זיין דאס קומען פון דעם בר אנש. \v 28 נאר וואו דער טויטער קערפער איז דארט וועלן זיך פארזאמלען די אדלערס. \p \v 29 און באלד נאך דער צרה פון יענע טעג, וועט די זון פארפינסטערט ווערן, און די לבנה וועט נישט געבן איר ליכט, און די שטערן וועלן פאלן פון הימל, און די כוחות פון הימל וועלן דערשיטערט ווערן. \v 30 און דעמאלט וועט זיך באווייזן דאס צייכן פון דעם בר אנש אין הימל, און דעמאלט וועלן אלע משפחות פון דער ערד קלאגן, און וועלן זען דעם בר אנש קומען אויף די וואלקנס פון הימל מיט גרויס מאכט און הערלעכקייט. (דניאל ז, יג, יד.) \v 31 און ער וועט שיקן זיינע מלאכים מיט א גרויסן שופר, און זיי וועלן איינזאמלען זיינע אויסדערוויילטע פון די פיר ווינטן, פון איין עק הימל ביז צום אנדערן עק הימל. \p \v 32 און פון דעם פייגנבוים לערנט זיך דאס משל: ווען זיין צווייג ווערט שוין זאפטיק, און ברענגט ארויס בלעטער, ווייסט איר, אז זומער איז נאענט. \v 33 אזוי אויך איר, ווען איר זעט דאס אלץ, זאלט וויסן, אז עס איז נאענט ביי דער טיר. \v 34 באמת זאג איך אייך, דאס דאזיקע דור וועט נישט פארגיין, ביז דאס אלץ וועט געשען; \v 35 דער הימל און די ערד וועלן פארגיין, מיינע ווערטער אבער וועלן בשום אופן נישט פארגיין, \v 36 נאר וואס שייך יענעם טאג און שעה ווייסט קיינער נישט, אפילו נישט די מלאכים אין הימל, אויך דער זון נישט, אחוץ דער פאטער אליין. \v 37 מחמת אזוי ווי עס איז געווען אין טעג פון נוח, אזוי וועט עס זיין ביי דעם קומען פון דעם בר אנש, \v 38 מחמת ווי אין יענע טעג פארן מבול האבן זיי געגעסן און געטרונקען, חתונה געהאט און חתונה געמאכט, ביז צו דעם טאג, ווען נוח איז אריינגאנגען אין דער תיבה, \v 39 און האבן גארנישט געוואוסט ביז דאס מבול איז געקומען, און אלעמען אוועקגעטראגן; אזוי וועט אויך זיין ביים קומען פון דעם בר אנש. \v 40 דעמאלט וועלן צוויי זיין אין פעלד; איינער ווערט מיטגענומען, און איינער איבערגעלאזט. \v 41 צוויי פרויען וועלן מאלן אויף דער מיל; איינע ווערט מיטגענומען, און איינע איבערגעלאזט. \v 42 דעריבער וואכט, ווייל איר ווייסט נישט, וועלכן טאג אייער האר קומט. \v 43 דאס אבער זאלט איר וויסן, אז אויב דער בעל הבית וואלט געוואוסט אין וועלכן משמר דער גנב קומט, וואלט ער געהאלטן וואך, און נישט דערלאזט אונטערגראבן זיין הויז. \v 44 דערפאר זאלט איר אויך זיין גרייט! ווייל דער בר אנש קומט אין א שעה, ווען איר מיינט נישט. \v 45 ווער זשע איז דער געטרייער און קלוגער קנעכט, וועמען דער האר האט געזעצט איבער זיין הויזגעזינד, אז ער זאל זיי געבן די שפייז אין דער ריכטיקער צייט? \v 46 וואויל איז יענעם קנעכט, וואס, ווען זיין האר קומט, געפינט ער אים אזוי טאן. \v 47 באמת זאג איך אייך, ער וועט אים זעצן איבער אלע זיינע גיטער. \v 48 אויב אבער יענער שלעכטער קנעכט וועט זאגן אין זיין הארצן: מיין האר זוימט זיך; \v 49 און וועט אנהויבן צו שלאגן זיינע מיטקנעכט, און עסן און טרינקען מיט די שכורים; \v 50 אזוי וועט דער האר פון יענעם קנעכט קומען אין א טאג, ווען ער ריכט זיך נישט, און אין א שעה, וואס ער ווייסט נישט, \v 51 און וועט אים צעשניידן אויף שטיקער, און לייגן זיין חלק מיט די צבועקעס. דארטן וועט זיין דאס קלאגן און קריצן מיט די ציין. \c 25 \cl קאפיטל פינף און צוואנציק \p \v 1 דעמאלט וועט דאס מלכות השמים זיין געגליכן צו צען יונגפרויען, וואס האבן גענומען זייערע לאמפן, און זענען אנטקעגנגעגאנגען דעם חתן. \v 2 און פינף פון זיי זענען געווען נארישע, און פינף קלוגע. \v 3 מחמת די נארישע האבן גענומען די לאמפן, און נישט מיטגענומען מיט זיך קיין אייל. \v 4 די קלוגע אבער האבן גענומען אייל אין זייערע געפעסן, צוזאמען מיט זייערע לאמפן. \v 5 און בשעת דער חתן האט זיך געזאמט, האבן אלע געדרעמלט און זענען איינגעשלאפן. \v 6 ארום האלבער נאכט אבער איז געווארן א געשריי: זע, דער חתן קומט! גייט אים אנטקעגן! \v 7 דעמאלט האבן זיך יענע אלע יונגפרויען אויפגעכאפט, און האבן געברענגט אין ארדנונג זייערע לאמפן. \v 8 און די נארישע האבן געזאגט צו די קלוגע: גיט אונדז פון אייער אייל; ווייל אונדזערע לאמפן לעשן זיך אויס. \v 9 און די קלוגע האבן געענטפערט, און געזאגט: פאר קיין פאל נישט! טאמער וועט נישט גענוג פאר אונדז און פאר אייך! גייט ליבער צו די הענדלער, און קויפט זיך. \v 10 און בשעת זיי זענען אוועקגעגאנגען קויפן, איז דער חתן געקומען; און די, וואס זענען געווען גרייט, זענען אריינגעגאנגען מיט אים אויף דער חתונה, און די טיר איז פארשלאסן געווארן. \v 11 און שפעטער קומען אויך די איבריקע יונגפרויען, און זאגן: האר, האר, עפן אונדז אויף! \v 12 ער אבער האט ענטפערנדיק געזאגט: באמת זאג איך אייך, איך קען אייך נישט! \v 13 וואכט זשע; ווייל איר ווייסט נישט דעם טאג, און אויך נישט די שעה. \p \v 14 מחמת גלייך ווי א מענטש פארן אוועקפארן, האט צונויפגערופן זיינע קנעכט, און זיי איבערגעגעבן זיינע גיטער; \v 15 און איינעם האט ער געגעבן פינף טאלאנטן, דעם אנדערן צוויי, און דעם דריטן איינעם; יעדן לויט זיין אייגענעם כוח; און איז באלד אוועקגעפארן. \v 16 און דער, וואס האט באקומען די פינף טאלאנטן, איז געגאנגען און האט געהאנדלט מיט זיי, און פארדינט אנדערע פינף. \v 17 דעסגלייכן דער, וואס האט באקומען די צוויי טאלאנטן, האט פארדינט אנדערע צוויי. \v 18 דער אבער, וואס האט באקומען דעם איינעם, איז געגאנגען און האט געגראבן אין דער ערד, און פארבארגן זיין הארס געלט. \v 19 און נאך א לאנגער צייט קומט דער האר פון יענע קנעכט, און מאכט א חשבון מיט זיי. \v 20 און עס איז געקומען דער, וואס האט באקומען די פינף טאלאנטן, און האט געברענגט אנדערע פינף טאלאנטן, און געזאגט: האר, דו האסט מיר איבערגעגעבן פינף טאלאנטן; זע, איך האב פארדינט אנדערע פינף טאלאנטן. \v 21 האט זיין האר געזאגט צו אים: וואויל! דו גוטער און געטרייער קנעכט! ביסט געווען געטריי איבער ווייניק, איך וועל דיך זעצן איבער א סך; גיי אריין צו דיין הארס שמחה! \v 22 איז געקומען אויך דער, וואס האט באקומען די צוויי טאלאנטן און האט געזאגט: האר, דו האסט מיר איבערגעגעבן צוויי טאלאנטן; זע, איך האב פארדינט אנדערע צוויי טאלאנטן. \v 23 האט זיין האר צו אים געזאגט: וואויל! דו גוטער און געטרייער קנעכט! ביסט געווען געטריי איבער ווייניק, איך וועל דיך זעצן איבער א סך; גיי אריין צו דיין הארס שמחה! \v 24 און עס איז געקומען אויך דער, וואס האט באקומען דעם איינעם טאלאנט. און האט געזאגט: האר, איך קען דיך, אז דו ביסט א הארטער מענטש; דו שניידסט, וואו דו האסט נישט געזייט. און זאמלסט, וואו דו האסט נישט צעשפרייט; \v 25 און ווייל איך האב מורא געהאט, בין איך געגאנגען און האב פארבארגן דיין טאלאנט אין דער ערד. אָט האסטו דאס דייניקע! \v 26 און זיין האר האט ענטפערנדיק צו אים געזאגט: דו בייזער און פוילער קנעכט! האסט געוואוסט, אז איך שנייד, וואו איך האב נישט געזייט און זאמל, וואו איך האב נישט צעשפרייט; \v 27 האסטו דעריבער געדארפט איינלייגן מיין געלט ביי די באנקירן, און ביי מיין קומען וואלט איך אפגענומען דאס מייניקע מיט פראצענט. \v 28 נעמט זשע פון אים אוועק דעם טאלאנט, און גיט אים דעם, וואס האט די צען טאלאנטן! \v 29 מחמת יעדן איינעם, וואס האט, וועט געגעבן ווערן, און ער וועט האבן א שפע; פון דעם אבער, וואס האט נישט, וועט פון אים אוועקגענומען ווערן אפילו דאס, וואס ער האט יא. \v 30 און דעם אומנוצלעכן קנעכט ווארפט ארויס אין דער אויסערסטער פינצטערניש. דארטן וועט זיין דאס קלאגן און קריצן מיט די ציין. \p \v 31 ווען אבער דער בר אנש וועט קומען אין זיין הערלעכקייט, און אלע מלאכים מיט אים, וועט ער דעמאלט זיצן אויף זיין כסא הכבוד; \v 32 און פאר אים וועלן איינגעזאמלט ווערן אלע פעלקער, און ער וועט זיי אפשיידן איינס פונם אנדערן, אזויווי א פאסטוך שיידט אפ די שאף פון די ציגן. \v 33 און וועט שטעלן די שאף אויף זיין רעכטער זייט, די ציגן אבער אויף דער לינקער זייט. \v 34 דאן וועט דער קעניג זאגן צו די אויף זיין רעכטער זייט: קומט אהער, איר געבענטשטע פון מיין פאטער, ירשנט דאס מלכות, וואס איז צוגעגרייט געווארן פאר אייערטוועגן זינט די וועלט איז באשאפן געווארן! \v 35 מחמת איך בין געווען הונגעריק, און איר האט מיר געגעבן צו עסן; איך בין געווען דורשטיק, און איר האט מיר געגעבן צו טרינקען; איך בין געווען אן אורח, און איר האט מיך אריינגענומען; \v 36 א נאקעטער, און איר האט מיך באקליידט; איך בין געווען קראנק, און איר האט זיך אומגעקוקט אויף מיר; איך בין געזעסן אין תפיסה, און איר זענט געקומען צו מיר. \v 37 דעמאלט וועלן די צדיקים אים ענטפערן, אזוי צו זאגן: האר, ווען האבן מיר דיך געזען הונגעריק, און האבן דיך געשפייזט, אדער דורשטיק און האבן דיר געגעבן צו טרינקען? \v 38 ווען האבן מיר דיך געזען אן אורח און דיך אריינגענומען, אדער נאקעט און האבן דיך באקליידט? \v 39 ווען האבן מיר דיך געזען א קראנקן אדער אין תפיסה און זענען געקומען צו דיר? \v 40 און דער קעניג וועט ענטפערנדיק זאגן צו זיי: באמת זאג איך אייך, אויף וויפל איר האט עס געטאן צו איינעם פון די דאזיקע מיינע ברידער, די קלענסטע, האט איר עס געטאן צו מיר! \v 41 דעמאלט וועט ער אויך זאגן צו די אויף דער לינקער זייט: גייט אוועק פון מיר, איר פארשאלטענע, אין דעם אייביקן פייער אריין, וואס איז צוגעגרייט געווארן פארן טייוול און זיינע מלאכים! \v 42 מחמת איך בין געווען הונגעריק, און איר האט מיר נישט געגעבן צו עסן; איך בין געווען דורשטיק, און איר האט מיר נישט געגעבן צו טרינקען: \v 43 אן אורח בין איך געווען, און איר האט מיך נישט אריינגענומען; נאקעט, און איר האט מיך נישט באקליידט; קראנק און אין תפיסה, און איר האט זיך נישט אומגעקוקט אויף מיר, \v 44 דאן וועלן אויך זיי ענטפערן, אזוי צו זאגן: האר, ווען האבן מיר דיך געזען הונגעריק אדער דורשטיק אדער אן אורח אדער נאקעט אדער קראנק אדער אין תפיסה, און האבן דיך נישט באדינט? \v 45 דעמאלט וועט ער זיי ענטפערן, אזוי צו זאגן: אויף וויפל איר האט עס נישט געטאן צו איינעם פון די דאזיקע קלענסטע, האט איר עס אויך נישט געטאן צו מיר! \v 46 און די דאזיקע וועלן אוועקגיין צו אייביקער שטראף; די צדיקים אבער—צום אייביקן לעבן. \c 26 \cl קאפיטל זעקס און צוואנציק \p \v 1 און עס איז געשען, ווען יהושע/ישוע האט געענדיקט אלע די דאזיקע ווערטער, האט ער געזאגט צו זיינע תלמידים: \v 2 איר ווייסט, אז אין צוויי טעג ארום איז פסח, און דער בר אנש ווערט איבערגעגעבן פאר אויפהענגען אויף א בוים צו ווערן. \v 3 דעמאלט האבן זיך פארזאמלט די הויפט כהנים, און די זקנים פון פאלק, אין דעם הויף פון דעם כהן גדול, וואס האט געהייסן קיפא; \v 4 און זיי האבן זיך באראטן, כדי צו כאפן יהושען/ישוען מיט כיטרעקייט, און אים צו טייטן. \v 5 נאר, האבן זיי געזאגט: נישט יום טוב, כדי עס זאל נישט ווערן קיין מהומה צווישן דעם פאלק. \p \v 6 און בשעת יהושע/ישוע איז געווען אין בית‑היני אין שמעון דעם מצורעדיקנס הויז, \v 7 איז צוגעקומען צו אים א פרוי, וואס האט געהאט אן אלאבאסטער פלאש מיט זייער טייערן זאלבאייל, און דעם האט זי אויסגעגאסן אויף זיין קאפ, ווען ער איז געזעסן צום טיש. \v 8 ווי אבער די תלמידים האבן עס געזען, זענען זיי געווארן בייז, און געזאגט: צו וואס דער דאזיקער שאדן? \v 9 מחמת דאס דאזיקע האט מען געקענט טייער פארקויפן, און עס געבן צו ארעמעלייט. \v 10 נאר יהושע/ישוע האט עס באמערקט, און האט צו זיי געזאגט: וואס פארשאפט איר עגמת נפש דער פרוי? זי האט דאך מיר געטאן א טובה! \v 11 מחמת די ארעמעלייט האט איר תמיד ביי אייך, מיך אבער האט איר נישט אלעמאל! \v 12 מחמת אויסגיסנדיק דעם דאזיקן זאלבאייל אויף מיין גוף, האט זי עס געטאן צו מיין קבורה. \v 13 באמת זאג איך אייך: וואו נאר די דאזיקע גוטע בשורה וועט אויסגערופן ווערן אין דער גאנצער וועלט, וועט מען אויך זאגן, וואס זי האט געטאן, איר לזכרון! \p \v 14 דעמאלט איז געגאנגען איינער פון די צוועלף, וואס האט געהייסן יהודה איש‑קריות, צו די הויפט כהנים, \v 15 און האט געזאגט: וואס ווילט איר מיר געבן, ווען איך וועל אים איבערגעבן צו אייך? און זיי האבן אים אפגעוואויגן דרייסיק שטיק זילבער. \v 16 און פון דעמאלט אן האט ער געזוכט א גוטע געלעגנהייט, כדי ער זאל אים פארראטן. \p \v 17 און דעם ערשטן טאג פון חג המצות זענען די תלמידים צוגעגאנגען צו יהושען/ישוען, אזוי צו זאגן: וואו ווילסטו זאלן מיר צוגרייטן פאר דיר צו עסן דאס קרבן פסח? \v 18 און ער האט געזאגט: גייט אין דער שטאט אריין צו דעם און דעם, און זאגט צו אים: דער רבי זאגט: מיין צייט איז נאענט; ביי דיר וויל איך מאכן פסח מיט מיינע תלמידים. \v 19 און די תלמידים האבן געטאן, ווי יהושע/ישוע האט זיי באפוילן; און צוגעגרייט דאס קרבן פסח. \v 20 און ווען עס איז געווארן אוונט, האט ער זיך אנידערגעזעצט צום טיש מיט די צוועלף תלמידים. \v 21 און בשעת זיי האבן געגעסן, האט ער געזאגט; באמת זאג איך אייך, אז איינער פון אייך וועט מיך פארראטן! \v 22 און זיי זענען געווארן זייער טרויעריק, און האבן אנגעהויבן, איינער נאכן אנדערן, צו זאגן צו אים: האר, בין איך דאס? \v 23 און ער האט ענטפערנדיק געזאגט: דער, וואס טונקט איין די האנט מיט מיר אין דער קערה, דער דאזיקער וועט מיך פארראטן. \v 24 דער בר אנש גייט טאקע לויט ווי עס שטייט געשריבן וועגן אים; וויי איז אבער צו יענעם מענטשן, דורך וועמען דער בר אנש ווערט פארראטן! עס וואלט געווען גוט פאר יענעם מענטשן, אויב ער וואלט גארנישט געבוירן געווארן. \v 25 און יהודה, וואס האט אים פארראטן, האט ענטפערנדיק געזאגט: רבי, בין איך דאס? זאגט ער צו אים: דו האסט עס געזאגט! \v 26 און בשעת זיי האבן געגעסן, האט יהושע/ישוע גענומען ברויט, און האט געמאכט א ברכה, האט עס צעבראכן, און געגעבן צו די תלמידים, און געזאגט: נעמט, עסט! דאס איז מיין גוף. \v 27 און ער האט גענומען א כוס, געמאכט א ברכה, און געגעבן צו זיי, זאגנדיק: טרינקט אלע דערפון! \v 28 מחמת דאס איז מיין בלוט פון דעם נייעם בונד, וואס ווערט פארגאסן פאר פילע צו דער פארגעבונג פון זינד. \v 29 איך זאג אייך אבער, איך וועל מער נישט טרינקען פון איצט אָן פון דער פרוכט פונם וויינשטאק, ביז צו יענעם טאג, ווען איך וועל דאס טרינקען מיט אייך ניי אין דעם קעניגרייך פון מיין פאטער. \p \v 30 און זיי האבן אפגעזונגען הלל, און זענען ארויסגעגאנגען צום הר הזיתים. \p \v 31 דעמאלט זאגט יהושע/ישוע צו זיי: איר אלע וועט געשטרויכלט ווערן אין מיר אין דער דאזיקער נאכט; מחמת עס שטייט געשריבן: איך וועל שלאגן דעם פאסטוך, און די שאף פון דער סטאדע וועלן צעשפרייט ווערן. (זכריה יג, ז.) \v 32 נאר נאך מיין אויפשטיין, וועל איך פארויסגיין פאר אייך קיין גליל. \v 33 פעטרוס אבער האט ענטפערנדיק צו אים געזאגט: אפילו ווען אלע וועלן געשטרויכלט ווערן אין דיר, וועל איך מיך קיינמאל נישט שטרויכלען! \v 34 האט יהושע/ישוע צו אים געזאגט: באמת זאג איך דיר, אז אין דער דאזיקער נאכט, איידער א האן וועט א קריי טאן, וועסטו מיך דריי מאל פארלייקענען! \v 35 זאגט פעטרוס צו אים: און אויב איך זאל מוזן שטארבן מיט דיר, וועל איך דיך בשום אופן נישט פארלייקענען! דעסגלייכן האבן אויך אלע תלמידים געזאגט. \p \v 36 דאן גייט יהושע/ישוע מיט זיי אויף אן ארט, וואס הייסט גת‑שמני, און זאגט צו די תלמידים: זעצט זיך דא אנידער, ביז איך וועל אהינגיין דארטן און תפילה טאן. \v 37 און ער האט מיטגענומען פעטרוסן און זבדיס ביידע זין, און האט אנגעהויבן צו טרויערן און צו זיין באטריבט. \v 38 דעמאלט זאגט ער צו זיי: מיין נפש איז טיף באטריבט, ביז צום טויט! בלייבט דא, און וואכט מיט מיר! \v 39 און איז געגאנגען אביסל פארויס, און איז אנידערגעפאלן אויף זיין פנים, האט תפילה געטאן און געזאגט: מיין פאטער אויב עס איז מעגלעך, זאל אוועקגיין פון מיר דער דאזיקער בעכער; דאך נישט ווי איך וויל, נאר ווי דו! \v 40 און ער גייט צו צו די תלמידים, און געפינט זיי שלאפן, און זאגט צו פעטרוסן: אזוי, איר האט נישט געקענט וואכן מיט מיר איין שעה? \v 41 האלט וואך און טוט תפילה, כדי איר זאלט נישט קומען צו קיין נסיון! דער גייסט איז טאקע וויליק, דאס פלייש אבער איז שוואך. \v 42 ווידער איז ער צום צווייטן מאל אוועקגעגאנגען, און האט תפילה געטאן, אזוי צו זאגן: מיין פאטער, אויב דאס דאזיקע קען נישט פארבייגיין, אחוץ איך זאל עס טרינקען, זאל דיין רצון געשען! \v 43 און ער איז געקומען און האט זיי ווידער געפונען שלאפן; מחמת זייערע אויגן זענען געווען שווער. \v 44 און ער האט זיי איבערגעלאזט, איז ווידער אוועקגעגאנגען, און תפילה געטאן צום דריטן מאל, זאגנדיק נאכאמאל די זעלביקע ווערטער. \v 45 דאן גייט ער צו צו די תלמידים, און זאגט צו זיי: איר שלאפט נאך אלץ, און רוט? זע, די שעה האט זיך דערנענטערט, און דער בר אנש ווערט פארראטן אין די הענט פון חוטאים! \v 46 שטייט אויף, לאמיר גיין! זע, דער וואס פארראט מיך איז נאענט! \p \v 47 און בשעת ער האט נאך גערעדט, זע, יהודה, איינער פון די צוועלף, איז געקומען און מיט אים א גרויסער המון מיט שווערדן און שטאנגען, פון די הויפט כהנים און זקנים פון פאלק. \v 48 דער אבער, וואס האט אים פארראטן, האט זיי געגעבן א צייכן, און געזאגט: וועמען איך וועל געבן א קוש, דער איז עס, כאפט אים! \v 49 און גלייך איז ער צוגעגאנגען צו יהושען/ישוען, און געזאגט: שלום, רבי! און האט אים געקושט. \v 50 יהושע/ישוע אבער האט צו אים געזאגט: פריינד, צו וואס ביסטו געקומען? דעמאלט זענען זיי צוגעגאנגען און האבן ארויפגעלייגט די הענט אויף יהושען/ישוען, און אים גענומען. \v 51 און זע, איינער פון די, וואס זענען געווען מיט יהושען/ישוען, האט אויסגעשטרעקט די האנט, און ארויסגעצויגן זיין שווערד, און האט געשלאגן דעם כהן גדולס קנעכט, און אים אפגעהאקט אן אויער. \v 52 דעמאלט זאגט יהושע/ישוע צו אים: קער אום דיין שווערד אויף איר ארט! מחמת אלע, וואס נעמען א שווערד, וועלן אומקומען מיט דער שווערד. \v 53 אדער אפשר מיינסטו, אז איך קען נישט בעטן מיין פאטער, און ער וועט מיר אפילו איצט געבן מער ווי צוועלף מחנות מלאכים? \v 54 און וויאזוי זשע וואלטן די כתבי (הקודש) געקענט דערפילט ווערן, אז אָט אזוי מוז עס געשען? \v 55 אין יענער שעה האט יהושע/ישוע געזאגט צו די המונים מענטשן: ווי אנטקעגן א גזלן זענט איר ארויסגעקומען מיט שווערדן און שטאנגען, מיך צו כאפן. טאג אויס טאג איין בין איך געזעסן אין בית המקדש און געלערנט, און איר האט מיך נישט גענומען. \v 56 דאס אלץ אבער איז געשען, כדי די שריפטן פון די נביאים זאלן דערפילט ווערן. דעמאלט האבן אלע תלמידים אים פארלאזט, און זענען אנטלאפן. \p \v 57 און די, וואס האבן גענומען יהושען/ישוען, האבן אים אוועקגעפירט צו קיפא, דעם כהן גדול, וואו די סופרים און די זקנים זענען געווען פארזאמלט. \v 58 און פעטרוס האט אים נאכגעפאלגט פונדערווייטנס ביז צום הויף פון כהן גדול, און איז אריינגעגאנגען אינעווייניק, און זיך אנידערגעזעצט מיט די שומרים, צו זען דעם סוף. \v 59 און די הויפט כהנים און דאס גאנצע סנהדרין האבן געזוכט א פאלש עדות זאגן קעגן יהושען/ישוען, כדי זיי זאלן אים קענען טייטן; \v 60 און האבן נישט געפונען, הגם א סך פאלשע עדות זענען געקומען. צולעצט אבער זענען געקומען צוויי, \v 61 און האבן געזאגט: דער דאזיקער האט געזאגט: איך בין בכוח צו צעשטערן דעם היכל פון ה׳, און אים אויפצובויען אין דריי טאג. \v 62 און דער כהן גדול האט זיך אויפגעשטעלט, און געזאגט צו אים: דו ענטפערסט גארנישט? וואס איז דאס, וואס זיי זאגן עדות קעגן דיר? \v 63 יהושע/ישוע אבער האט געשוויגן. און דער כהן גדול האט געזאגט צו אים: איך באשווער דיך ביי דעם לעבעדיקן ג‑ט, אז דו זאלסט אונדז זאגן, צי דו ביסט דער משיח, דער זון פון דער אויבערשטער! \v 64 זאגט יהושע/ישוע צו אים: דו האסט עס געזאגט! דאך זאג איך אייך: פון איצט אָן וועט איר זען דעם בר אנש זיצן אויף דער רעכטער זייט פון דער גבורה, און קומען אויף די וואלקנס פון הימל! (תהלים קי, א; דניאל ז, יג-יד.) \v 65 דעמאלט האט דער כהן גדול צעריסן זיינע קליידער, זאגנדיק: ער האט געלעסטערט; וואס דארפן מיר נאך האבן עדות? זע, איר האט איצט געהערט די לעסטערונג. \v 66 וואס מיינט איר? און זיי האבן ענטפערנדיק געזאגט: ער איז חייב מיתה. \v 67 דאן האבן זיי אים געשפיגן אין פנים אריין און האבן אים געשלאגן מיט די פויסטן; \v 68 אנדערע האבן אים געגעבן פעטש, און געזאגט: משיח, זאג נבואות צו אונדז! ווער איז עס, וואס האט דיך געשלאגן? \p \v 69 און פעטרוס איז געזעסן אינדרויסן אויפן הויף. און א דינסטמויד איז צוגעקומען צו אים, און האט געזאגט: אויך דו ביסט געווען מיט יהושע/ישוע הגלילי! \v 70 ער אבער האט עס געלייקנט פאר אלעמען, אזוי צו זאגן: איך ווייס נישט, וואס דו זאגסט! \v 71 און איז ארויסגעגאנגען צום פאדערהויז, און אן אנדערע האט אים דערזען, און זאגט צו די מענטשן דארטן: דער דאזיקער איז געווען מיט יהושע/ישוע פון נצרת! \v 72 און נאכאמאל האט ער עס געלייקנט מיט א שבועה: איך קען נישט דעם מענטשן! \v 73 און נאך א קליינער וויילע זענען צוגעקומען די, וואס זענען דארט געשטאנען, און האבן געזאגט צו פעטרוסן: עס איז אמת, אויך דו ביסט איינער פון זיי; מחמת אפילו דיין ארט רעדן פארראט דיך. \v 74 דעמאלט האט ער אנגעהויבן צו שעלטן און שווערן: איך קען נישט דעם מענטשן! און גלייך האט א האן געקרייט. \v 75 און פעטרוס האט זיך דערמאנט דאס ווארט פון יהושע/ישוע, וואס ער האט אים געהאט געזאגט: איידער א האן וועט א קריי טאן, וועסטו מיך דריי מאל פארלייקענען. און ער איז ארויסגעגאנגען אינדרויסן, און האט ביטער געוויינט. \c 27 \cl קאפיטל זיבן און צוואנציק \p \v 1 און צומארגנס אינדערפרי האבן אלע הויפט כהנים און זקנים פון פאלק אנגענומען א באשלוס קעגן יהושען/ישוען, כדי אים צו טייטן; \v 2 און האבן אים געבונדן, און אוועקגעפירט, און איבערגעגעבן צו פילאטוסן, דעם גובערנאטאר. \p \v 3 דעמאלט אז יהודה, וואס האט אים פארראטן, האט געזען, דאס ער איז פארמשפט געווארן, האט ער חרטה געהאט, און אומגעקערט די דרייסיק שטיק זילבער צו די הויפט כהנים און זקנים, \v 4 אזוי צו זאגן: איך האב געזינדיקט, פארראטנדיק אומשולדיק בלוט! זיי אבער האבן געזאגט: וואס גייט דאס אונדז אָן? זארג דו וועגן דעם! \v 5 און ער האט א ווארף געטאן די זילבער שטיק אין היכל אריין, און איז אוועק! און איז געגאנגען און האט זיך אויפגעהאנגען. \v 6 און די הויפט כהנים האבן גענומען די זילבער שטיק, און געזאגט: מען טאר זיי נישט אריינלייגן אין דעם אוצר הקרבנות, ווייל עס איז בלוט געלט. \v 7 און נאך דעם ווי זיי האבן זיך באראטן, האבן זיי דערמיט געקויפט דעם טעפערס פעלד, א קבורה פאר די גרים. \v 8 דערפאר הייסט יענץ פעלד דאס בלוט פעלד ביז צום היינטיקן טאג. \v 9 דעמאלט איז דערפילט געווארן, וואס עס איז געווארן געזאגט דורך ירמיהו הנביא, אזוי צו זאגן: און זיי האבן גענומען די דרייסיק שטיק זילבער, דעם ווערט פון דעם געשעצטן, וועמען זיי האבן געשאצט, פון די קינדער ישראל; \v 10 און האבן זיי געגעבן פאר דעם טעפערס פעלד, לויט ווי דער האר האט מיר געבאטן. \p \v 11 און יהושע/ישוע איז געשטעלט געווארן פאר דעם גובערנאטאר, און דער גובערנאטאר האט אים געפרעגט, אזוי צו זאגן: צי ביסט דו דער קעניג פון די יידן? און יהושע/ישוע האט געזאגט; דו זאגסט עס! \v 12 און ווען ער איז אנגעקלאגט געווארן דורך די הויפט כהנים און זקנים, האט ער גארנישט געענטפערט. \v 13 דעמאלט זאגט פילאטוס צו אים: דו הערסט נישט, וואס זיי זאגן אלץ אויס קעגן דיר? \v 14 און ער האט אים נישט געענטפערט, אפילו נישט אויף איין איינציק ווארט, אזוי, אז דער גובערנאטאר האט זיך זייער געוואונדערט. \v 15 און אויף יעדן יום טוב איז דער גובערנאטאר געווען געוואוינט צו באפרייען פאר דעם פאלק איין געפאנגענעם, וועמען זיי האבן געוואלט. \v 16 און זיי האבן דעמאלט געהאט א גוט באקאנטן געפאנגענעם, וואס האט געהייסן בר‑אבא. \v 17 דעריבער ווען זיי האבן זיך פארזאמלט, האט פילאטוס צו זיי געזאגט: וועמען ווילט איר, אז איך זאל אייך באפרייען, בר‑אבאן אדער יהושען/ישוען, וואס מען רופט אים משיח? \v 18 מחמת ער האט געוואוסט, אז צוליב קנאה האבן זיי אים איבערגעגעבן. \v 19 און בשעת ער איז געזעסן אויף דעם כסא המשפט, האט זיין ווייב צו אים געשיקט, אזוי צו זאגן: זאלסט גארנישט האבן צו טאן מיט דעם דאזיקן צדיק; מחמת איך האב היינט א סך געליטן אין א חלום דורך אים! \v 20 די הויפט כהנים אבער און די זקנים האבן איבערגערעדט די המונים מענטשן, אז זיי זאלן פארלאנגען בר‑אבאן, יהושען/ישוען אבער צו לאזן אומברענגען. \v 21 און דער גובערנאטאר האט ענטפערנדיק צו זיי געזאגט: וועלכן פון די ביידע ווילט איר, אז איך זאל אייך באפרייען? און זיי האבן געזאגט: בר‑אבאן! \v 22 זאגט פילאטוס צו זיי: און וואס זאל איך טאן מיט יהושען/ישוען, וואס מען רופט אים משיח? זאגן אלע: ער זאל אויפהענגען אויף דער בוים! \v 23 און ער האט געזאגט: וואס פאר א בייז האט ער דען געטאן? זיי אבער האבן נאך מער געשריגן, אזוי צו זאגן: ער זאל אויפהענגען אויף דער בוים! \v 24 און ווען פילאטוס האט געזען, אז ער פועלט גארנישט, נאר אז עס ווערט א גרעסערע מהומה, האט ער גענומען וואסער און זיך אפגעוואשן די הענט פאר דעם המון מענטשן, און געזאגט: איך בין אומשולדיק וואס שייך דעם דאזיקן צדיקס בלוט; איר זעט. \v 25 און דער גאנצער עולם האט ענטפערנדיק געזאגט; זיין בלוט אויף אונדז, און אויף אונדזערע קינדער! \v 26 דאן האט ער זיי באפרייט בר‑אבאן; יהושען/ישוען אבער האט ער געלאזט שמייסן און אים איבערגעגעבן, אז ער זאל אויפהענגען אויף דער בוים ווערן. \p \v 27 דערנאך האבן דעם גובערנאטארס זעלנער גענומען יהושען/ישוען אין פרעטאריום אריין, און האבן פארזאמלט ארום אים די גאנצע אפטיילונג. \v 28 און זיי האבן אים אויסגעטאן, און ארויפגעלייגט אויף אים א פורפור מאנטל. \v 29 און געפלאכטן א קרוין פון דערנער און זי ארויפגעזעצט אויף זיין קאפ, און האבן אים געגעבן א רוט אין זיין רעכטער האנט; האבן געבויגן די קני פאר אים, און אפגעשפאט פון אים, אזוי צו זאגן: שלום צו דיר, קעניג פון די יידן! \v 30 און האבן געשפיגן אויף אים, און גענומען די רוט און אים געשלאגן אויפן קאפ. \v 31 און ווען זיי האבן געהאט אפגעשפאט פון אים, האבן זיי אים אויסגעטאן דעם מאנטל, און אים אנגעטאן זיינע אייגענע מלבושים, און האבן אים אוועקגעפירט אויפהענגען אויף דער בוים צו ווערן. \p \v 32 און ווי זיי זענען ארויסגעגאנגען, האבן זיי געפונען א מענטשן, א מאן פון קירניה, מיט דעם נאמען שמעון; דעם דאזיקן האבן זיי געצוואונגען, אז ער זאל טראגן זיין בוים. \v 33 און זענען געקומען צו אן ארט, וואס הייסט גלגלתא, דאס באטייט אן ארט פון א שארבן, \v 34 און האבן אים געגעבן צו טרינקען וויין געמישט מיט גאל; און ער האט עס טועם געווען און נישט געוואלט טרינקען. \v 35 און נאך דעם ווי זיי האבן אים אויפגעהאנגען אויף דער בוים, האבן זיי זיך צעטיילט זיינע מלבושים, ווארפנדיק גורל, \v 36 און האבן זיך אנידערגעזעצט און אים דארט באוואכט. \v 37 און זיי האבן געזעצט איבער זיין קאפ זיין באשולדיקונג, געשריבן: דאס איז יהושע/ישוע דער קעניג פון די יידן. \v 38 צו דער צייט ווערן מיט אים אויפגעהאנגען אויף א בוים צוויי גזלנים, איינער פון דער רעכטער זייט, און איינער פון דער לינקער זייט. \v 39 און די פארבייגייער האבן אים געלעסטערט, שאקלענדיק מיט זייערע קעפ, \v 40 און זאגנדיק; דו, וואס צעשטערסט דעם היכל, און בויסט אים אויף אין דריי טאג, ראטעווע דיך אליין! אויב דו ביסט דער זון פון דער אויבערשטער, קום אראפ פון בוים! \v 41 דעסגלייכן האבן אויך די הויפט כהנים מיט די סופרים און זקנים אפגעשפאט פון אים, און געזאגט: \v 42 אנדערע האט ער געהאלפן, זיך אליין קען ער נישט העלפן. ער איז דער מלך פון ישראל; זאל ער איצט אראפקומען פון בוים, און מיר וועלן גלויבן אין אים! \v 43 ער האט געהאט בטחון אויף ה׳; זאל ער אים איצט מציל זיין, אויב ער וויל אים. ער האט דאך געזאגט: איך בין דער זון פון דער אויבערשטער! \v 44 און דאס זעלביקע האבן אויך די גזלנים, וואס זענען אויפגעהאנגען אויף א בוים געווארן מיט אים, אים פארגעווארפן. \p \v 45 און פון דער זעקסטער שעה אן איז געווארן א פינצטערניש איבערן גאנצן לאנד ביז דער ניינטער שעה. \v 46 און ארום דער ניינטער שעה האט יהושע/ישוע א געשריי געטאן מיט א הויך קול, אזוי צו זאגן: אלי אלי למה שבקתני! דאס באטייט: ג‑ט מיינער, ג‑ט מיינער, פארוואס האסטו מיך פארלאזט? \v 47 און ווען אייניקע פון די, וואס זענען דארט געשטאנען, האבן עס געהערט, האבן זיי געזאגט: ער רופט אליהון! \v 48 און באלד איז איינער פון זיי געלאפן, און גענומען א שוואם, און זי אנגעפילט מיט עסיק, און ארויפגעטאן אויף א שטעקן, און האט אים געגעבן צו טרינקען. \v 49 די איבריקע אבער האבן געזאגט: ווארט, לאמיר זען, צי אליהו קומט אים ראטעווען. \v 50 און יהושע/ישוע האט נאכאמאל א געשריי געטאן מיט א הויך קול, און האט אפגעגעבן זיין גייסט. \v 51 און זע, דאס פרוכת פון היכל האט זיך צעריסן אין צווייען פון אויבן ביז אראפ; און די ערד האט געציטערט; און די פעלדזן האבן זיך געשפאלטן; \v 52 און די קברים האבן זיך געעפנט; און א סך לייבער פון די איינגעשלאפענע קדושים זענען אויפגעשטאנען; \v 53 און זענען ארויס פון די קברים נאך זיין תחית המתים און זענען אריינגעקומען אין דער הייליקער שטאט אריין און האבן זיך באוויזן צו א סך. \v 54 און דער אפיציר און די מיט אים, וואס האבן באוואכט יהושען/ישוען, ווען זיי האבן געזען די ערדציטערניש, און וואס עס איז געשען, האבן זיך זייער געפארכטן, און געזאגט: ער איז באמת געווען דער זון פון דער אויבערשטער! \v 55 און דארט זענען געווען א סך פרויען, וואס האבן זיך צוגעקוקט פונדערווייטנס, וועלכע האבן נאכגעפאלגט יהושען/ישוען פון גליל, באדינענדיק אים; \v 56 צווישן זיי איז געווען מרים פון מגדלה, און מרים, די מוטער פון יעקב און יוסי, און די מוטער פון זבדיס קינדער. \p \v 57 און ווען עס איז געווארן אוונט, איז געקומען א רייכער מאן פון הרמתים, זיין נאמען איז געווען יוסף, וואס איז אליין אויך געווען ישועס תלמיד. \v 58 דער דאזיקער איז געגאנגען צו פילאטוסן, און האט באגערט ישועס קערפער. דעמאלט האט פילאטוס באפוילן, אז עס זאל אים געגעבן ווערן. \v 59 און יוסף האט גענומען דעם קערפער, און אים איינגעוויקלט אין א ריין ליילעך, \v 60 און האט אים אריינגעלייגט אין זיין נייעם קבר, וואס ער האט אויסגעהאקט אין דעם פעלדזן, און האט ארויפגעוועלגערט א גרויסן שטיין אויף דער טיר פון קבר, און איז אוועקגעגאנגען. \v 61 עס איז אבער דארטן געווען מרים פון מגדלה, און די אנדערע מרים, וועלכע האבן זיך אנידערגעזעצט אנטקעגנאיבער דעם קבר. \p \v 62 און צומארגנס, וואס איז נאך ערב שבת, האבן די הויפט כהנים און די פרושים זיך פארזאמלט ביי פילאטוסן, \v 63 און האבן געזאגט: האר, מיר דערמאנען זיך, אז יענער פארפירער האט געזאגט, בשעת ער האט נאך געלעבט: אין דריי טעג ארום וועל איך אויפשטיין. \v 64 באפעל זשע, אז דאס קבר זאל געהאלטן ווערן זיכער ביז צום דריטן טאג, טאמער וועלן די תלמידים קומען און אים אוועקגנבענען, און זאגן דעם פאלק: ער איז אויפגעשטאנען פון די טויטע; און דער לעצטער באטרוג וועט זיין ערגער פונם ערשטן. \v 65 האט פילאטוס צו זיי געזאגט: איר זאלט האבן א וואך! גייט און מאכט זיכער ווי איר פארשטייט. \v 66 און זיי זענען געגאנגען, און האבן פארזיכערט דאס קבר מיט דער וואך, און פארחתמעט דעם שטיין. \c 28 \cl קאפיטל אכט און צוואנציק \p \v 1 און נאך מוצאי שבת, ווען עס האט אנגעהויבן טאגן דעם ערשטן טאג פון דער וואך, איז געקומען מרים פון מגדלה און די אנדערע מרים צו זען דאס קבר. \v 2 און זע, עס איז געווארן א גרויסע ערדציטערניש; מחמת א מלאך פון דעם האר (ה׳) איז אראפגעקומען פון הימל, און איז צוגעגאנגען און האט אוועקגעקייקלט דעם שטיין, און זיך אנידערגעזעצט אויף אים. \v 3 און זיין געשטאלט איז געווען ווי דער בליץ, און זיין קלייד ווייס ווי שניי; \v 4 און פון מורא פאר אים האבן די היטער געציטערט, און זענען געווארן ווי מתים. \v 5 און דער מלאך האט ענטפערנדיק געזאגט צו די פרויען: האט נישט קיין מורא! מחמת איך ווייס, אז איר זוכט יהושען/ישוען וואס איז אויפגעהאנגען אויף א בוים געווארן. \v 6 ער איז דא נישטא; מחמת ער איז אויפגעשטאנען, לויט ווי ער האט געזאגט. קומט אהער, און זעט דאס ארט, וואו דער האר איז געלעגן. \v 7 און גייט גיך, און זאגט זיינע תלמידים, אז ער איז אויפגעשטאנען פון די טויטע: און זע, ער גייט פארויס פאר אייך קיין גליל; דארטן וועט איר אים זען. זע, איך האב עס אייך געזאגט. \v 8 און זיי זענען איילנדיק אוועק פון קבר מיט מורא און גרויסער שמחה, און זענען געלאפן עס אנצוזאגן צו זיינע תלמידים. \v 9 און זע, יהושע/ישוע איז זיי אנטקעגנגעקומען, און געזאגט: שלום! און זיי זענען צוגעגאנגען און האבן אים אנגענומען ביי די פיס, און זיך געבוקט צו אים. \v 10 דאן זאגט יהושע/ישוע צו זיי: האט נישט קיין מורא! גייט און זאגט מיינע ברידער, אז זיי זאלן גיין קיין גליל, און דארטן וועלן זיי מיך זען. \p \v 11 און בשעת זיי זענען געגאנגען, זע, אייניקע פון דער וואך זענען געקומען אין דער שטאט אריין, און דערציילט די הויפט כהנים אלץ, וואס איז געשען. \v 12 און זיי האבן זיך פארזאמלט מיט די זקנים, און נאך דעם ווי זיי האבן זיך געהאלטן אן עצה, האבן זיי געגעבן די זעלנער געלט גענוג, \v 13 און געזאגט: איר זאלט זאגן: זיינע תלמידים זענען געקומען ביינאכט, און האבן אים אוועקגעגנבעט, ווען מיר זענען געשלאפן. \v 14 און אויב דאס דאזיקע וועט קומען צום גובערנאטארס אויערן, וועלן מיר אים איבעררעדן און מאכן, אז איר זאלט נישט האבן קיין זארגן. \v 15 און זיי האבן גענומען דאס געלט, און געטאן ווי זיי זענען געלערנט געווארן. און די דאזיקע רייד האבן זיך פארשפרייט ביי יידן ביז צום היינטיקן טאג. \p \v 16 די עלף תלמידים אבער זענען געגאנגען קיין גליל צו דעם בארג, וואואהין יהושע/ישוע האט זיי באשטימט. \v 17 און ווען זיי האבן אים געזען, האבן זיי זיך געבוקט; א טייל אבער האבן געצווייפלט. \v 18 און יהושע/ישוע איז צוגעגאנגען און האט מיט זיי גערעדט, אזוי צו זאגן: עס איז מיר געגעבן געווארן יעדע מאכט אין הימל און אויף דער ערד. \v 19 גייט דעריבער און מאכט אלע פעלקער פאר תלמידים, און זיי מיט דער מקווה געגאנגען אונטער די וואסער אין דעם נאמען פון דעם פאטער און דעם זון און דעם רוח הקודש, \v 20 און לערנט זיי האלטן אלץ, וואס איך האב אייך געבאטן. און זע, איך בין מיט אייך אלע טעג, ביז צום קץ פון דער וועלט. אמן.