\id LUK - Orthodox Yiddish Brit Chadasha \ide UTF-8 \h לוקאס \toc2 לוקאס \toc1 די גוטע בשורה לויט לוקאס \mt די גוטע בשורה לויט לוקאס \c 1 \p \v 1 ווייל א סך האבן אונטערגענומען צוזאמענצושטעלן א געשיכטע פון די פאקטן, וואס זענען פארגעקומען צווישן אונדז, \v 2 אזוי ווי עס האבן זיי אונדז איבערגעגעבן די, וואס האבן זיי אליין געזען פון אנהויב אָן און זענען געווען דינער פונם ווארט, \v 3 איז עס מיר אויך וואוילגעפעלן, האבנדיק אלץ גרינטלעך אויסגעפארשט אויפסניי, צו שרייבן צו דיר לויט א סדר, אָ נאבעלער טעאפילוס, \v 4 כדי דו זאלסט זיך דערוויסן די זיכערקייט פון די זאכן, וועלכע דו ביסט געלערנט געווארן. \p \v 5 עס איז געווען אין די טעג פון הורדוס, קעניג פון יהודה, א געוויסער כהן, וואס האט געהייסן זכריה, פון דעם משמר פון אביה; און ער האט געהאט א ווייב פון די טעכטער פון אהרן, און זי האט געהייסן אלישבע. \v 6 און ביידע זענען זיי געווען צדיקים פאר ה׳, און האבן געלעבט אין אלע מצוות און חוקים פון דעם האר (ה׳) אָן א פעלער. \v 7 און זיי האבן נישט געהאט קיין קינד, ווייל אלישבע איז געווען אן עקרה, און ביידע האבן שוין געהאט דערגרייכט א טיפע עלטער. \p \v 8 און עס איז געשען, בשעת ער האט אפגעריכט די עבודה פאר ה׳ לויט דעם סדר פון זיין משמר, \v 9 איז אויסגעפאלן דער גורל, לויט דעם מנהג פון דער כהונה, אז ער זאל אריינגיין רויכערן קטורת אינם היכל פון דעם האר (ה׳), \v 10 און דער גאנצער המון עם האט מתפלל געווען אינדרויסן אין דער שעה פון קטורת. \v 11 און א מלאך פון דעם האר (ה׳) האט זיך באוויזן צו אים, שטייענדיק אויף דער רעכטער זייט פונם מזבח הקטורת. \v 12 און זכריה האט אים געזען, און האט זיך דערשראקן, און א מורא איז געפאלן אויף אים. \v 13 דער מלאך אבער האט צו אים געזאגט: פארכט דיך נישט, זכריה; ווייל דיין תפילה איז דערהערט געווארן, און אלישבע, דיין ווייב, וועט דיר געבוירן א זון, און דו זאלסט רופן זיין נאמען יוחנן. \v 14 און ער וועט זיין פאר דיר א פרייד און א שמחה, און א סך וועלן זיך פרייען איבער זיין געבורט. \v 15 ווארום ער וועט זיין גרויס פאר דעם האר (ה׳), און וויין און שארפע געטראנקען וועט ער נישט טרינקען, און שוין פון זיין מוטערס לייב אָן וועט ער זיין פול מיט דעם רוח הקודש. \v 16 און א סך פון די קינדער ישראל וועט ער צוריקפירן צום האר, דעם ג‑ט זייערן. \v 17 און ער וועט פארויסגיין פאר אים אינם גייסט און אין דער מאכט פון אליהו, צוריק צו קערן די הערצער פון די פאטערס צו די קינדער און די ווידערשפעניקע—צו דער פארשטענדיקייט פון צדיקים, צו שאפן א צוגעגרייט פאלק פאר דעם האר (ה׳). (מלאכי ד, ה-ו; ישעיהו מ, ג.) \v 18 און זכריה האט געזאגט צו דעם מלאך; לויט וואס וועל איך דאס דאזיקע דערקענען? ווארום איך בין א זקן און מיין ווייב איז אויך שוין אין אירע עלטערע יארן. \v 19 און דער מלאך האט ענטפערנדיק צו אים געזאגט: איך בין גבריאל (דניאל ח, טז; ט, כא.), וואס שטייט פאר ה׳, און בין געשיקט געווארן צו רעדן צו דיר און דיר אנצוזאגן די גוטע בשורה פון די דאזיקע זאכן. \v 20 און זע, דו וועסט זיין שטום און נישט קענען רעדן ביז צום טאג ווען די דאזיקע זאכן וועלן געשען, ווייל דו האסט נישט געגלויבט מיינע ווערטער, וועלכע וועלן דערפילט ווערן אין זייער צייט. \v 21 און דאס פאלק האט געווארט אויף זכריהן, און האט זיך געוואונדערט וואס ער זוימט זיך אינם היכל, \v 22 און ווען ער איז ארויסגעקומען האט ער נישט געקענט רעדן צו זיי; און זיי האבן פארשטאנען, אז ער האט געזען א חזיון אינם היכל; און ער האט זיך פארשטענדיקט מיט זיי דורך צייכנס, און איז פארבלייבן שטום. \v 23 און עס איז געשען, ווען די טעג פון זיין אפריכטן די עבודה זענען דערפילט געווארן, איז ער אהיים געגאנגען. \p \v 24 און נאך די דאזיקע טעג איז אלישבע, זיין ווייב, טראגעדיק געווארן, און זי האט זיך פארבארגן פינף חדשים, אזוי צו זאגן: \v 25 אזוי האט דער האר (ג‑ט) מיר געטאן אין די טעג ווען ער האט אויף מיר געקוקט אוועקצונעמען מיין חרפה צווישן מענטשן. \p \v 26 און אין דעם זעקסטן חודש איז דער מלאך גבריאל געשיקט געווארן פון ה׳ קיין גליל אין א שטאט אריין וואס האט געהייסן נצרת, \v 27 צו א יונגפרוי בתולה וואס איז געווען פארקנסט צו א מאן מיט דעם נאמען יוסף, אויס דעם בית דוד; און די יונגפרוי בתולה האט געהייסן מרים. \v 28 און אריינקומענדיק צו איר האט ער געזאגט: שלום דיר, דו מיט גנאד באשענקטע, דער האר (ה׳) איז מיט דיר. \v 29 זי האט זיך אבער דערשראקן איבער דעם ווארט, און האט זיך געטראכט, וואס זאל די דאזיקע באגריסונג באטייטן? \v 30 און דער מלאך האט צו איר געזאגט: פארכט דיך נישט, מרים; ווארום דו האסט געפונען חן ביי ה׳, \v 31 און זע, דו וועסט מעוברת ווערן און געבוירן א זון, און דו זאלסט רופן זיין נאמען יהושע/ישוע, \v 32 ער וועט זיין גרויס, און וועט גערופן ווערן זון פון דעם אויבערשטער; און דער האר ג‑ט וועט אים געבן דעם טראן פון זיין פאטער דוד; \v 33 און ער וועט קעניגן איבער דעם הויז פון יעקב אויף אייביק, און זיין מלכות וועט נישט האבן קיין סוף. (ישעיהו ט, ו-ז.) \v 34 און מרים האט געזאגט צום מלאך: וויאזוי וועט דאס דאזיקע זיין, איך קען דאך נישט קיין מאן? \v 35 און דער מלאך האט ענטפערנדיק געזאגט צו איר: דער רוח הקודש וועט קומען איבער דיר, און דעם אויבערשטנס גבורה וועט דיך באשאטן; דערפאר וועט דאס געבוירענע (קינד) אויך גערופן ווערן הייליק, זון פון דעם אויבערשטער. (ישעיהו ז, יד.) \v 36 און זע, אלישבע, די קרובה דיינע, אויך זי איז טראגעדיק מיט א זון אויף איר עלטער, און זי, וועמען מען האט גערופן עקרה, איז שוין אין זעקסטן חודש; \v 37 ווייל קיין זאך איז נישט אוממעגלעך פאר ה׳. \v 38 און מרים האט געזאגט: זע, איך בין די דינסטמויד פון דעם האר (ג‑ט); זאל מיר געשען לויט דיין ווארט. און דער מלאך איז אוועקגעגאנגען פון איר. \p \v 39 און מרים איז אויפגעשטאנען אין די דאזיקע טעג און איז אייליק אוועקגעגאנגען צום בארגלאנד, צו א שטאט אין יהודה; \v 40 און איז אריינגעגאנגען אין זכריהס הויז און האט אפגעגעבן שלום אלישבען. \v 41 און עס איז געשען, ווי אלישבע האט געהערט מרימס באגריסונג, האט דאס קינד א שפרונג געטאן אין איר לייב; און אלישבע איז פול געווארן מיט דעם רוח הקודש, \v 42 און האט אויפגעהויבן איר קול מיט א הויך געשריי, און געזאגט: געבענטשט ביסטו צווישן פרויען, און געבענטשט איז די פרוכט פון דיין לייב. \v 43 און פארוואס איז דאס דאזיקע מיר געשען, אז די מוטער פון מיין האר זאל קומען צו מיר? \v 44 ווארום זע, ווי דאס קול פון דיין באגריסונג איז געקומען אין מיינע אויערן אריין, האט דאס קינד א שפרונג געטאן מיט שמחה אין מיין לייב. \v 45 און אז וואויל איז איר וואס האט געגלויבט, אז עס וועט זיין א דערפילונג צו דעם, וואס איז איר געזאגט געווארן פונם האר (ה׳). \v 46 און מרים האט געזאגט: \q \v 47 עס טוט דערהייבן מיין זעל דעם האר, \q און עס פריידט זיך מיין גייסט אין ה׳, מיין דערלייזער, \q \v 48 ווייל ער האט געבליקט אויף דער נידעריקייט פון זיין דינסטמויד; \q ווארום זע, פון איצט אָן וועלן מיך רופן געבענטשטע אלע דורות, \q \v 49 ווייל גרויסע זאכן האט מיר געטאן דער מעכטיקער, \q און הייליק איז זיין נאמען; \q \v 50 און זיין בארעמהארציקייט איז פון דור צו דור צו די, \q וואס פארכטן זיך פאר אים. \q \v 51 מאכט האט ער באוויזן מיט זיין ארעם, \q צעשפרייט האט ער די שטאלצע אין דער מחשבה פון זייער הארץ. \q \v 52 פון טראנען האט ער אראפגעזעצט מעכטיקע, \q און נידריקע האט ער דערהייבט; \q \v 53 הונגריקע האט ער אנגעפילט מיט אלעם גוטן, \q און רייכע אוועקגעשיקט מיט גארנישט. \q \v 54 געהאלפן האט ער זיין קנעכט ישראל, \q געדענקענדיק זיין רחמנות, \q \v 55 אזוי ווי ער האט גערעדט צו אונדזערע אבות, \q צו אברהם און זיין זאמען אויף אייביק. \p \v 56 און מרים איז געבליבן ביי איר אן ערך דריי חדשים, און האט זיך אומגעקערט אהיים. \p \v 57 פאר אלישבען אבער האט זיך דערפילט די צייט פון איר קימפעט, און זי האט געבוירן א זון. \v 58 און אירע שכנים און קרובים האבן געהערט, אז דער האר (ה׳) האט איר ארויסגעוויזן גרויס חסד, און האבן זיך געפריידט מיט איר. \v 59 און עס איז געשען, דעם אכטן טאג איז מען געקומען מל זיין דאס קינד, און מען האט אים א נאמען געגעבן נאך זיין פאטער זכריה. \v 60 און זיין מוטער האט ענטפערנדיק געזאגט: ניין; נאר ער זאל הייסן יוחנן. \v 61 און זיי האבן צו איר געזאגט: אין דיין משפחה איז דאך נישטא קיינער, וואס האט דעם דאזיקן נאמען! \v 62 און זיי האבן געוואונקען צו זיין פאטער, ווי וואלט ער געוואלט אים א נאמען געבן. \v 63 און ער האט געבעטן א שרייב טעוועלע און האט אויפגעשריבן, אזוי צו זאגן; זיין נאמען איז יוחנן! און אלע האבן זיך געוואונדערט. \v 64 און אין אן אויגנבליק האבן זיך זיין מויל און צונג געעפנט; און ער האט גערעדט, לויבנדיק ה׳. \v 65 און א מורא איז געקומען אויף אלע זייערע שכנים, און אין דעם גאנצן בארגלאנד פון יהודה האט מען גערעדט פון אלע די דאזיקע זאכן. \v 66 און אלע, וואס האבן דאס געהערט, האבן עס זיך גענומען צום הארצן, אזוי צו זאגן: וואס וועט דאס דאזיקע קינד זיין? ווארום אויך די האנט פון דעם האר (ה׳) איז געווען מיט אים. \p \v 67 און זכריה, זיין פאטער, איז פול געווארן מיט דעם רוח הקודש און האט נבואות געזאגט, אזוי צו זאגן: \q \v 68 געלויבט זאל זיין דער האר, דער ג‑ט פון ישראל. \q ווייל ער האט השגחה געהאט און געשאפן א ישועה פאר זיין פאלק, \q \v 69 און אויפגעשטעלט א הארן פון גאולה פאר אונדזערטוועגן \q אין דעם הויז פון דוד זיין קנעכט, \q \v 70 לויט ווי ער האט גערעדט דורך דעם מויל פון זיינע הייליקע נביאים. \q פון אייביק אָן, \q \v 71 א רעטונג פון אונדזערע שונאים און אויס דער האנט \q פון אלע, וואס האסן אונדז; \q \v 72 צו טאן חסד מיט אונדזערע אבות, \q און צו געדענקען זיין הייליקן בונד; \q \v 73 די שבועה, וואס ער האט געשוואוירן צו אונדזער פאטער אברהם; \q \v 74 אונדז צו געבן, זייענדיק באפרייט אויס דער האנט פון אונדזערע שונאים, \q מיר זאלן אים דינען אָן מורא, \q \v 75 אין קדושה און גערעכטיקייט פאר אים אלע אונדזערע טעג. \q \v 76 און דו, קינד, וועסט גערופן ווערן: נביא פון דעם אויבערשטער, \q ווארום דו וועסט גיין פארויס פאר דעם האר \q צוצוגרייטן זיינע וועגן, (ישעיהו מ, ג.) \q \v 77 כדי צו געבן זיין פאלק דערקענטעניש פון ישועה \q דורך דער פארגעבונג פון זייערע זינד, \q \v 78 דורך דער הערצלעכער דערבארמונג פון אונדזער ג‑ט, \q דורך וועלכן א זונאויפגאנג פון אויבן וועט קומען צו אונדז, \q \v 79 זיי צו געבן ליכט וואס זיצן אין פינצטערניש \q און אין שאטן פון טויט, \q צו פירן אונדזערע פיס אינם וועג פון שלום. \p \v 80 און דאס קינד איז געוואקסן און איז שטארק געווארן אינם גייסט, און איז געווען אין מדבריות ביז צום טאג פון זיין באווייזן זיך צו ישראל. \c 2 \cl קאפיטל צוויי \p \v 1 און עס איז געשען אין יענע טעג, א דעקרעט איז ארויסגעגאנגען פון קיסר אויגוסטוס, אז די גאנצע וועלט זאל זיך רעגיסטרירן. \v 2 דאס איז די ערשטע רעגיסטרירונג, וואס איז געמאכט געווארן בשעת קירעניוס איז געווען העגמון פון סיריען. \v 3 און אלע זענען געגאנגען זיך רעגיסטרירן, יעדער איינער אין זיין אייגענער שטאט אריין. \v 4 און יוסף איז אויך ארויפגעגאנגען פון גליל, אויס דער שטאט נצרת, קיין יהודה, אין דער שטאט פון דוד, וועלכע הייסט בית‑לחם, ווייל ער איז געווען פון דעם הויז און משפחה פון דוד (המלך); \v 5 אז ער זאל זיך לאזן רעגיסטרירן צוזאמען מיט מרים, וואס איז געווען פארקנסט צו אים, און איז געווען מעוברת. \v 6 און עס איז געשען, בשעת זיי זענען דארט געווען, דאס די טעג פון איר קימפעט זענען דערפילט געווארן, \v 7 און זי האט געבוירן איר זון, דעם בכור, און האט אים איינגעוויקלט אין ווינדעלעך און אריינגעלייגט אין א מולטער, צוליב דעם וואס עס איז נישט געווען קיין ארט פאר זיי אין דער אכסניה. \p \v 8 און אין דער זעלביקער געגנט זענען געווען פאסטוכער, וואס האבן זיך אויפגעהאלטן אויפן פעלד און געהאלטן וואך איבער זייער סטאדע ביינאכט. \v 9 און א מלאך פונם האר (ה׳) האט זיך אוועקגעשטעלט ביי זיי און דער כבוד פון האר (ה׳) האט זיי ארומגעלויכטן, און זיי האבן זיך געפארכטן מיט א גרויסער פורכט. \v 10 און דער מלאך האט צו זיי געזאגט: פארכט זיך נישט! ווארום זע, איך זאג אייך אָן א גוטע בשורה פון גרויסער פרייד, וועלכע איז פארן גאנצן פאלק; \v 11 אז אייך איז היינט געבוירן געווארן א גואל, וועלכער איז משיח, דער האר, אין דער שטאט פון דוד. (מיכה ה, א.) \v 12 און דאס דאזיקע איז פאר אייך א צייכן: איר וועט געפינען א קליין קינד איינגעוויקלט אין ווינדלען און ליגנדיק אין א מולטער. \v 13 און פלוצלונג איז געווען אינאיינעם מיט דעם מלאך א מחנה פון הימלישע חיל וואס האבן געלויבט ה׳ און געזאגט: \q \v 14 כבוד צו ה׳ אין די הויכקייטן, \q און אויף דער ערד שלום צווישן מענטשן \q אין וועמען ער האט א וואוילגעפעלן! \p \v 15 און עס איז געשען, ווי די מלאכים זענען פון זיי אוועק אין הימל אריין, האבן די פאסטוכער געזאגט איינער צום אנדערן: לאמיר איצט גיין קיין בית‑לחם, און זען די דאזיקע זאך, וואס איז געשען, וועלכע דער האר (ה׳) האט אונדז צו וויסן געטאן. \v 16 און זיי זענען געגאנגען איילנדיק און האבן געפונען מרים און יוספן, און דאס קליינע קינד ליגנדיק אין דער מולטער. \v 17 און ווען זיי האבן עס געזען האבן זיי באקאנט געמאכט דאס ווארט, וואס איז צו זיי גערעדט געווארן וועגן דעם דאזיקן קינד. \v 18 און אלע, וואס האבן דאס געהערט, האבן זיך געוואונדערט איבער דעם, וואס איז געזאגט געווארן פון די פאסטוכער. \v 19 מרים אבער האט אפגעהיטן אלע די דאזיקע רייד און האט נאכגעטראכט איבער זיי אין איר הארץ. \v 20 און די פאסטוכער האבן זיך אומגעקערט אפגעבנדיק כבוד צו ה׳ און לויבנדיק אים פאר אלעם, וואס זיי האבן געהערט און געזען, אזוי ווי עס איז צו זיי גערעדט געווארן. \p \v 21 און ווען אכט טעג זענען דערפילט געווארן, אז מען זאל אים מל זיין, האט מען אים א נאמען געגעבן יהושע/ישוע, ווי ער איז גערופן געווארן פון דעם מלאך איידער ער איז געשאפן געווארן אינם מוטערלייב. \v 22 און ווען די טעג זענען דערפילט געווארן פון זייער רייניקונג לויט תורת משה, האבן זיי אים ארויפגעברענגט קיין ירושלים, כדי אים אוועקצושטעלן פאר דעם האר (ה׳) (ויקרא יב, א-ח.) \v 23 אזוי ווי עס שטייט געשריבן אין דער תורה פון דעם האר (ה׳): יעדער זכר, וואס עפנט די מוטערטראכט, זאל גערופן ווערן הייליק צום האר (ה׳); (שמות יג, א-ב.) \v 24 און צו ברענגען א קרבן לויט ווי עס איז געזאגט געווארן אין דער תורה פונם האר (ה׳): א *פאר טערקל‑טויבן אדער צוויי יונגע טויבן. \p \v 25 און זע, עס איז געווען א מענטש אין ירושלים, וועלכער האט געהייסן שמעון, און דער דאזיקער איז געווען אן איש צדיק און א ג‑טספארכטיקער מענטש, און האט געהאפט אויף דער נחמה פון ישראל; און דער רוח הקודש האט גערוט אויף אים. \v 26 און עס איז אים אנטפלעקט געווארן דורך דעם רוח הקודש, אז ער וועט נישט זען דעם טויט איידער ער וועט זען דעם משיח פון דעם האר ה׳. \v 27 און ער איז געקומען דורך דעם גייסט אין בית המקדש אריין! און בשעת די עלטערן האבן אריינגעברענגט דאס קינד יהושע/ישוע, כדי צו טאן מיט אים לויט דעם מנהג פון דער תורה, \v 28 האט ער (שמעון) עס גענומען אויף זיינע ארעמס און געלויבט ה׳ און געזאגט: \q \v 29 איצט, אָ, האר, לאזטו דיין קנעכט גיין, \q לויט דיין ווארט, בשלום, \q \v 30 ווייל געזען האבן מיינע אויגן דיין רעטונג, \q \v 31 וואס דו האסט צוגעגרייט פאר אלע פעלקער, \q \v 32 א ליכט צו דער באלויכטונג פון די אומות (העולם) \q און א הערלעכקייט פאר דיין פאלק ישראל. \qr (ישעיהו מב, ו.) \m \v 33 און זיין פאטער און מוטער האבן זיך געוואונדערט איבער דעם, וואס איז געזאגט געווארן וועגן אים; \v 34 און שמעון האט זיי געבענטשט און געזאגט צו מרים, זיין מוטער: זע, ער איז באשטימט צום פאלן און אויפשטיין פון א סך אין ישראל, און אלס א צייכן, וואס וועט ווידערגעשפראכן ווערן; (ישעיהו ח, יד-טו.) \v 35 און אויך דיין אייגענער זעל וועט דורכדרינגען א שווערד; כדי די מחשבות פון א סך הערצער זאלן אנטפלעקט ווערן. \p \v 36 און עס איז געווען א נביאה, חנה בת פנואל, פונם שבט אשר. זי האט שוין געהאט דערגרייכט א זייער טיפע עלטער, האבנדיק געלעבט מיט א מאן זיבן יאר פון איר יונגפרוישאפט אָן, \v 37 און איז געווען אן אלמנה ביז צו פיר און אכציק יאר, וואס האט נישט פארלאזט דאס בית המקדש, און האט געדינט ה׳ מיט תעניתים און תפילות בייטאג און ביינאכט. \v 38 אויך זי איז געקומען אין דער זעלביקער שעה, האט געלויבט ה׳, און גערעדט וועגן אים צו אלע, וואס האבן געהאפט אויף דער אויסלייזונג פון ירושלים. \v 39 און ווי זיי האבן אלץ מקיים געווען לויט דער תורה פונם האר (ה׳), האבן זיי זיך אומגעקערט קיין גליל, אין זייער אייגענער שטאט נצרת. \p \v 40 און דאס קינד איז געוואקסן און איז געווארן שטארק, ווערנדיק פול מיט חכמה, און ה׳ס חן איז געווען אויף אים. \p \v 41 און זיינע עלטערן פלעגן עולה רגל זיין יעדעס יאר קיין ירושלים אויף יום טוב פסח. \v 42 און ווען ער איז אלט געווארן צוועלף יאר זענען זיי ארויפגעגאנגען לויט דעם מנהג פונם יום טוב; \v 43 און ווען די טעג האבן זיך געענדיקט און זיי האבן זיך אומגעקערט (אהיים), איז דאס יינגל יהושע/ישוע איבערגעבליבן אין ירושלים, און זיינע עלטערן האבן עס נישט געוואוסט; \v 44 נאר מיינענדיק, אז ער איז מיט די עולי רגל, זענען זיי געגאנגען א טאג רייזע און האבן אים געזוכט צווישן די קרובים און באקאנטע. \v 45 און (אזוי ווי) זיי האבן אים נישט געפונען, האבן זיי זיך אומגעקערט קיין ירושלים און אים געזוכט. \v 46 און עס איז געשען, אין דריי טעג ארום האבן זיי אים געפונען אין בית המקדש זיצנדיק אין דער מיט צווישן די תנאים, און ער האט זיך צוגעהערט צו זיי און זיי געשטעלט קשיות; \v 47 און אלע, וואס האבן אים געהערט, האבן געשטוינט איבער זיין שכל און זיינע תשובות. \v 48 און ווען זיי האבן אים דערזען, זענען זיי געווארן אויסער זיך, און זיין מוטער האט צו אים געזאגט; קינד, פארוואס האסטו אונדז אזוי געטאן? זע, דיין פאטער און איך האבן דיך געזוכט מיט אנגסט. \v 49 און ער האט צו זיי געזאגט; פארוואס האט איר מיך געזוכט? צי האט איר דען נישט געוואוסט, אז איך מוז זיין אין מיין פאטערס הויז? \v 50 און זיי האבן נישט משיג געווען דאס ווארט, וואס ער האט צו זיי גערעדט. \v 51 און ער איז אראפגעגאנגען מיט זיי און איז געקומען קיין נצרת און געווען אונטערטעניק צו זיי; און די מוטער זיינע האט אפגעהיטן די אלע ווערטער אין איר הארץ. \p \v 52 און יהושע/ישוע איז געוואקסן אין דער חכמה און אין קערפערלעכן געשטאלט, און אין חן ביי ה׳ און ביי לייטן. \c 3 \cl קאפיטל דריי \p \v 1 און אין דעם פופצענטן יאר פון דער הערשאפט פון קיסר טיבעריוס, בעת פאנטיוס פילאטוס איז געווען גובערנאטאר פון יהודה, און הורדוס איז געווען טעטרארך פון גליל, און פיליפוס, זיין ברודער, איז געווען טעטרארך פון איטורעא און פון דער געגנט טראכאניטיס, און ליזיאנוס איז געווען טעטרארך פון אבילענע, \v 2 ווען חנן און קיפא זענען געווען כהנים גדולים, איז ה׳ס ווארט געקומען צו יוחנן בן זכריה אין דער מדבר. \v 3 און ער איז געקומען אין דער גאנצער אומגעגנט פון ירדן און האט אויסגערופן א מקווה פון תשובה צו דער פארגעבונג פון זינד, \v 4 אזוי ווי עס שטייט געשריבן אינם ספר פון די ווערטער פון ישעיה הנביא: \q א קול פון איינעם וואס שרייט אין דער מדבר: \q גרייט צו דעם וועג פון דעם האר (ה׳), \q מאכט גלייך זיינע שטעגן. \q \v 5 יעדער טאל זאל אנגעפילט ווערן \q און יעדער בארג און יעדעס בערגל זאלן דערנידעריקט ווערן, \q און די קרומע (ערטער) זאלן אויסגעגלייכט ווערן \q און די נישט גלייכע צו גלאטע וועגן; \q \v 6 און זאל יעדער בשר (ודם) זען די ישועה פון ה׳. \qr (ישעיהו מ, ג-ה.) \p \v 7 און ער האט געזאגט צו די המונים מענטשן, וואס זענען ארויסגעקומען געטובלט צו ווערן אין דער מקווה פון אים: איר שפראץ פון שלאנגען, ווער האט אייך געגעבן צו פארשטיין צו אנטלויפן פון דעם קומענדיקן צארן? \v 8 ברענגט דעריבער פירות, (וואס זענען) ווירדיק פון תשובה, און הויבט נישט אָן זיך איינצורעדן: מיר האבן אברהם אלס אונדזער פאטער; ווארום איך זאג אייך, אז ה׳ איז בכוח אויס די דאזיקע שטיינער אויפצושטעלן קינדער צו אברהמען. \v 9 און די האק ליגט אויך שוין ביים ווארצל פון די ביימער; דעריבער יעדער איינער בוים, וואס ברענגט נישט קיין גוטע פירות, ווערט אפגעהאקט און געווארפן אין פייער אריין. \v 10 און די מאסן מענטשן האבן אים געפרעגט, אזוי צו זאגן: וואס זשע זאלן מיר טאן? \v 11 און ער האט ענטפערנדיק צו זיי געזאגט: ווער עס האט צוויי העמדער, דער זאל זיך טיילן מיט דעם, וואס האט גארנישט; און דער, וואס האט שפייז, זאל אויך אזוי טאן! \v 12 און אויך שטייער אויפמאנער זענען געקומען צו לאזן זיך טובל זיין אין דער מקווה און האבן געזאגט צו אים: רבי, וואס זאלן מיר טאן? \v 13 האט ער צו זיי געזאגט: פאדערט נישט מער ווי עס איז אייך באשטימט געווארן! \v 14 און אויך זעלנער האבן אים געפרעגט, אזוי צו זאגן: און מיר, וואס זאלן מיר טאן? און ער האט צו זיי געזאגט: באדריקט קיינעם נישט, ברענגט נישט קיין מסירות אויף קיינעם, און באגענוגענט אייך מיט אייער געהאלט. \p \v 15 און אזוי ווי דאס פאלק איז געווען אין דערווארטונג, און אלע האבן זיך געפרעגט אין זייערע הערצער וועגן יוחנן, צי איז ער אליין נישט אפשר דער משיח, \v 16 האט יוחנן געענטפערט זאגנדיק צו אלעמען: איך טובל אייך טאקע מיט וואסער אין א מקווה, עס קומט אבער א שטארקערער פון מיר; וועמען איך בין נישט ווערט אויפצובינדן דאס שנירל פון זיינע שיך; ער וועט אייך טובל זיין אין א מקווה מיט דעם רוח הקודש און מיט פייער; \v 17 זיין ווינטשויפל איז אין זיין האנט, אויסצורייניקן זיין דרעשעריי און איינצוזאמלען דעם ווייץ אין שייער אריין, די פלעווע אבער וועט ער פארברענען מיט פייער, וואס לעשט זיך נישט אויס. \v 18 און נאך מיט א סך אנדערע אזהרות האט ער אנגעזאגט די גוטע בשורה צום פאלק. \v 19 הורדוס אבער, דער טעטרארך, ווערנדיק געמוסרט פון אים וועגן הורודיה, זיין ברודערס ווייב, און וועגן אלע מעשים רעים, וואס הורדוס האט געטאן, \v 20 האט ער צו דעם אלעם צוגעלייגט אויך דאס דאזיקע, וואס ער האט יוחנן פארשלאסן אין געפענקעניש. \p \v 21 און עס איז געשען, בשעת דאס גאנצע פאלק האט זיך געלאזט טובל זיין אין דער מקווה און יהושע/ישוע איז אויך געטובלט געווארן אין דער מקווה און האט תפילה געטאן, האט זיך דער הימל געעפנט, \v 22 און דער רוח הקודש איז אראפגעקומען אויף אים אין א קערפערלעך געשטאלט, ווי א טויב; און עס איז געקומען א קול פון הימל; דו ביסט מיין געליבטער זון, אין דיר האב איך א וואוילגעפעלן! \p \v 23 און יהושע/ישוע אליין איז אלט געווען ביי דרייסיק יאר ווען ער האט אנגעהויבן (זיין עבודה); און איז געווען, ווי מען האט געמיינט, דער זון פון יוסף בן עלי, \v 24 בן מתת, בן לוי, בן מלכי, בן יני, בן יוסף, \v 25 בן מתתיהו, בן עמוס, בן נחום, בן חסלי, בן נגי, \v 26 בן מחת, בן מתתיהו, בן שמעי, בן יוסף, בן יודה, \v 27 בן יוחנן, בן רישא, בן זרובבל, בן שאלתיאל, בן נרי, \v 28 בן מלכי, בן אדי, בן קוסם, בן אלמודם, בן ער, \v 29 בן יהושע/ישוע, בן אליעזר, בן יורים, בן מתת, בן לוי, \v 30 בן שמעון, בן יהודה, בן יוסף, בן יונם, בן אליקים, \v 31 בן מליא, בן מינא, בן מתתה, בן נתן, בן דוד, \v 32 בן ישי, בן עובד, בן בועז, בן שלמון, בן נחשון, \v 33 בן עמינדב, בן אדמין, בן ארני, בן חצרון, בן פרץ, בן יהודה, \v 34 בן יעקב, בן יצחק, בן אברהם, בן תרח, בן נחור, \v 35 בן שרוג, בן רעו, בן פלג, בן עבר, בן שלח, \v 36 בן קינן, בן ארפכשד, בן שם, בן נוח, בן למך, \v 37 בן מתושלח, בן חנוך, בן ירד, בן מהללאל, בן קינן, \v 38 בן אנוש, בן שת, בן אדם, בן אלקים. \c 4 \cl קאפיטל פיר \p \v 1 און יהושע/ישוע, פול מיט דעם רוח הקודש, האט זיך אומגעקערט פונם ירדן, און איז געפירט געווארן פון דעם גייסט אין דער מדבר \v 2 פערציק טעג לאנג און איז אויסגעפרואווט געווארן פון שׂטן. און ער האט גארנישט געגעסן אין יענע טעג; און ווען זיי האבן זיך געענדיקט איז ער הונגעריק געווארן. \v 3 און דער שׂטן האט צו אים געזאגט: אויב דו ביסט דער זון פון דער אויבערשטער, זאג צו דעם דאזיקן שטיין, אז ער זאל ווערן ברויט! \v 4 און יהושע/ישוע האט אים געענטפערט: עס שטייט געשריבן: \q נישט מיט ברויט אליין וועט דער מענטש לעבן! \qr (דברים ח, ג.) \m \v 5 האט ער אים ארויפגעפירט אויף א הויכן בארג און אים געוויזן אלע קעניגרייכן פון דער וועלט אין אן אויגנבליק. \v 6 און דער שׂטן האט צו אים געזאגט: דיר וועל איך געבן די דאזיקע גאנצע מאכט און זייער הערלעכקייט; ווייל זי איז מיר איבערגעגעבן געווארן, און איך גיב זי, צו וועמען איך וויל. \v 7 דעריבער אויב דו וועסט זיך בוקן פאר מיר, וועט אלץ זיין דיין. \v 8 און יהושע/ישוע האט ענטפערנדיק צו אים געזאגט: עס שטייט געשריבן: \q צום האר דיין ג‑ט זאלסטו זיך בוקן, \q און נאר אים אליין זאלסטו דינען. \qr (דברים י, כ.) \m \v 9 ער אבער האט אים אוועקגעפירט קיין ירושלים און אים געשטעלט אויפן שפיץ טורם פון בית המקדש, און געזאגט צו אים: אויב דו ביסט דער זון פון דער אויבערשטער, ווארף דיך פונדאנען אראפ; \v 10 ווארום עס שטייט געשריבן: \q זיינע מלאכים וועט ער באפעלן וועגן דיר, דיך אפצוהיטן; \q \v 11 אויף די הענט וועלן זיי דיך טראגן, \q אז דו זאלסט דיר נישט צעקלאפן דיין פוס אין א שטיין. \qr (תהלים צא, יא-יב.) \m \v 12 און יהושע/ישוע האט אים ענטפערנדיק געזאגט: עס איז געזאגט געווארן: \q דו זאלסט נישט אויספרואוון דעם האר דיין ג‑ט. \qr (דברים ו, טז.) \p \v 13 און ווען דער שׂטן האט געענדיקט אלע אויספרווואונגען איז ער אוועק פון אים ביז אויף א צייט. \p \v 14 און יהושע/ישוע האט זיך אומגעקערט אין דער קראפט פונם גייסט קיין גליל; און א קלאנג איז ארויסגעגאנגען וועגן אים אין דער גאנצער אומגעגנט. \v 15 און ער האט געלערנט אין זייערע שולן, און אלע האבן אים אפגעגעבן כבוד. \p \v 16 און ער איז געקומען קיין נצרת, וואו ער איז דערצויגן געווארן; און לויט זיין געוואוינהייט איז ער שבת אריינגעגאנגען אין שול און האט זיך אויפגעשטעלט צו לייענען. \v 17 און מען האט אים געגעבן דאס ספר פון דעם נביא ישעיה. און אויפעפנענדיק דאס בוך האט ער געפונען דאס ארט, וואו עס איז געווען געשריבן: \q \v 18 דער גייסט פונם האר (ה׳) איז אויף מיר, \q ווייל ער האט מיך געזאלבט, \q כדי אנצוזאגן א גוטע בשורה צו ארעמעלייט; \q ער האט מיך געשיקט אויסצורופן באפרייאונג צו געפאנגענע, \q און צו בלינדע—ווידער צו קענען זען, \q די אונטערגעדריקטע ארויסצושיקן פריי, \q \v 19 אויסצורופן א שנת רצון פון דעם האר (ה׳). \qr (ישעיהו סא, א-ב.) \p \v 20 און ער האט צונויפגעוויקלט דאס ספר, האט עס אוועקגעגעבן דעם חזן און זיך אנידערגעזעצט; און אלעמענס אויגן אין שול זענען געווען גענייגט מיט שפאנונג אויף אים. \v 21 און ער האט אנגעהויבן צו זאגן צו זיי: היינט איז די דאזיקע שריפט מקוים געווארן אין אייערע אויערן. \v 22 און אלע האבן עדות געזאגט אויף אים און האבן זיך געוואונדערט איבער די ליבלעכע ווערטער, וואס זענען ארויסגעקומען פון זיין מויל; און האבן געזאגט: צי איז דען דאס נישט יוספס זון? \v 23 און ער האט צו זיי געזאגט: זיכער וועט איר מיר זאגן דאס דאזיקע שפריכווארט: רופא, הייל דיך אליין! אלץ, וואס מיר האבן געהערט, אז עס איז געשען אין כפר‑נחום, טו אויך דא אין דיין פאטערשטאט! \v 24 ער אבער האט געזאגט: באמת זאג איך אייך: קיין נביא איז נישט אנגענומען אין זיין פאטערשטאט. \v 25 אויף אן אמת זאג איך אייך: א סך אלמנות זענען געווען אין ישראל אין די טעג פון אליהו (הנביא), ווען דער הימל איז געווען פארשלאסן אויף דריי יאר און זעקס חדשים, און עס איז געווארן א גרויסער הונגער איבערן גאנצן לאנד; \v 26 און צו קיין איינער פון זיי איז אליהו נישט געשיקט געווארן, אחוץ קיין צרפת אין צידון צו א פרוי אן אלמנה. (מלכים א יז, א.) \v 27 און א סך מצורעים זענען געווען אין ישראל אין דער צייט פונם נביא אלישע; און קיין איינער פון זיי איז נישט גערייניקט געווארן, אחוץ נעמן דער סיריער. (מלכים ב ה, א-יד.) \v 28 און אלע אין שול זענען פול געווארן מיט צארן, הערנדיק די דאזיקע זאכן; \v 29 און האבן זיך אויפגעהויבן און אים ארויסגעווארפן אויסער דער שטאט, און אים אוועקגעפירט ביז צום שפיץ פון דעם בארג, אויף וועלכן זייער שטאט איז געווען געבויט, כדי אים אראפצושטירצן. \v 30 ער אבער, דורכגייענדיק דורך זייער מיט, איז זיך אוועק אויף זיין וועג. \p \v 31 און ער איז אראפגעגאנגען קיין כפר‑נחום, א שטאט אין גליל; און אין די שבתים פלעגט ער זיי לערנען; \v 32 און מען פלעגט שטוינען איבער זיין תורה, ווייל זיין ווארט איז געווען מיט מאכט. \v 33 און אין דער שול איז געווען א מענטש, וואס האט געהאט אן אומריינעם בייזן גייסט, און ער האט א געשריי געטאן מיט א הויך קול: \v 34 וויי, וואס האבן מיר מיט דיר, יהושע/ישוע פון נצרת? ביסטו געקומען אונדז צו פארטיליקן? איך ווייס ווער דו ביסט—דער קדוש אלקים (הייליקער פון ה׳). \v 35 און יהושע/ישוע האט אויף אים אנגעשריגן, אזוי צו זאגן: שווייג און גיי ארויס פון אים! און דער בייזער גייסט האט אים א ווארף געטאן ביז אין דער מיט, איז ארויס פון אים און האט אים גארנישט געשעדיקט. \v 36 און אויף אלעמען איז אנגעפאלן א מורא, און זיי האבן גערעדט איינער מיטן אנדערן, אזוי צו זאגן: וואס פאר א ווארט איז דאס, אז מיט מאכט און מיט כוח באפעלט ער די אומריינע גייסטער, און זיי גייען ארויס! \v 37 און דער קלאנג וועגן אים האט זיך פארשפרייט אויף יעדן ארט אין דער געגנט ארום. \p \v 38 און ער איז אויפגעשטאנען און איז ארויסגעגאנגען פון שול אין שמעונס הויז אריין. שמעונס שוויגער אבער האט געליטן פון א שטארק פיבער, און זיי האבן אים געבעטן פאר אירעטוועגן. \v 39 און ער האט זיך אנידערגעשטעלט איבער איר און האט אנגעשריגן דאס פיבער, און עס האט זי פארלאזט; און אין אן אויגנבליק איז זי אויפגעשטאנען און האט זיי באדינט. \p \v 40 און ווען די זון איז אונטערגעגאנגען, האבן אלע, וואס האבן געהאט קראנקע מיט פארשיידענע שלאפקייטן, זיי געברענגט צו אים; און ער האט ארויפגעלייגט די הענט אויף יעדן איינעם פון זיי און זיי געהיילט. \v 41 און עס זענען אויך ארויסגעגאנגען בייזע גייסטער פון פילע, שרייענדיק און זאגנדיק: דו ביסט דער זון פון דער אויבערשטער! און ער האט אנגעשריגן אויף זיי און האט זיי נישט געלאזט רעדן, ווייל זיי האבן געוואוסט, אז ער איז דער משיח. \p \v 42 און ווען עס איז געווארן טאג איז ער ארויסגעגאנגען און איז געקומען צו אן איינזאם ארט; און די המונים מענטשן האבן אים אויפגעזוכט און זענען געקומען צו אים, און האבן אים צוריקגעהאלטן, אז ער זאל נישט אוועק פון זיי. \v 43 ער אבער האט צו זיי געזאגט: אויך אין די אנדערע שטעט מוז איך אנזאגן די גוטע בשורה פון דעם קעניגרייך פון ה׳; ווייל דערצו בין איך געשיקט געווארן. \p \v 44 און ער פלעגט דרשענען אין די שולן פון יהודה. \c 5 \cl קאפיטל פינף \p \v 1 און עס איז געשען, בעת דער המון מענטשן האט זיך געדרענגט צו אים, כדי צו הערן ה׳ס ווארט, און ער איז געשטאנען ביים ים גניסרת; \v 2 האט ער געזען צוויי שיפלעך ליגן ביים ים ברעג, און די פישער זענען אויסגעשטיגן פון זיי און האבן געוואשן די נעצן. \v 3 איז ער איינגעשטיגן אין איינס פון די שיפלעך, וועלכעס האט געהערט שמעונען, און האט אים געבעטן אוועקצופארן אביסל פון דער יבשה; און האט זיך אנידערגעזעצט און געלערנט די המונים מענטשן אויס דעם שיפל ארויס. \v 4 און ווען ער האט אויפגעהערט צו רעדן, האט ער געזאגט צו שמעונען; פאָר אריבער צו דער טיפעניש און לאזט אראפ אייערע נעצן צום פאנג! \v 5 און ענטפערנדיק האט שמעון געזאגט: האר, דורך דער גאנצער נאכט האבן מיר געפראצעוועט, און גארנישט געכאפט; נאר אויף דיין ווארט וועל איך אראפלאזן די נעצן. \v 6 און ווען זיי האבן דאס דאזיקע געטאן, האבן זיי געכאפט א גרויסע מענגע פיש; זייערע נעצן אבער האבן זיך צעריסן. \v 7 און זיי האבן געמאכט צייכנס צו זייערע חברים אין דעם אנדערן שיפל, אז זיי זאלן קומען זיי העלפן; און זיי זענען געקומען און האבן אנגעפילט ביידע שיפלעך ביז צום זינקען. \v 8 און זעענדיק דאס, איז שמעון פעטרוס אנידערגעפאלן אויף די קני פאר יהושען/ישוען, זאגנדיק: האר, גיי אוועק פון מיר, ווייל איך בין א זינדיקער מענטש! \v 9 ווארום עס האט אים אנגעכאפט א שרעק און אלע, וואס זענען געווען מיט אים איבער דעם פישפאנג, וואס זיי האבן געפאנגען, \v 10 און אויך אזוי יעקבן און יוחנן, זבדיס זין, וואס זענען געווען שמעונס חברים. און יהושע/ישוע האט געזאגט צו שמעונען: האב נישט קיין מורא; פון איצט אָן וועסטו פאנגען מענטשן. \v 11 און ברענגענדיק די שיפלעך צו דער יבשה, האבן זיי אלץ פארלאזט און אים נאכגעפאלגט. \v 12 און עס איז געשען, בעת ער איז געווען אין איינער פון די שטעט, זע, עס איז געווען א מאן פול צרעת; און ווי ער האט געזען יהושען/ישוען, איז ער אנידערגעפאלן אויפן פנים, האט אים געבעטן און געזאגט: האר, אויב דו זאלסט וועלן, קענסטו מיך מאכן ריין! \p \v 13 און ער האט אויסגעשטרעקט די האנט, האט אים אנגערירט און געזאגט: איך וויל, זיי ריין! און גלייך איז די צרעת פון אים אוועק. \v 14 און ער האט אים באפוילן, עס קיינעמען נישט אויסצוזאגן, נאר גיי, ווייז דיך צום כהן, און זיי מקריב פאר דיין רייניקונג, אזוי ווי משה האט געבאטן, פאר אן עדות צו זיי! (ויקרא יד, א-לב.) \v 15 אבער דער באריכט וועגן אים האט זיך נאכמער פארשפרייט, און גרויסע מאסן מענטשן זענען זיך צוזאמענגעקומען, אים צו הערן און געהיילט צו ווערן פון זייערע שלאפקייטן. \v 16 נאר ער האט זיך צוריקגעצויגן אין די מדבריות אריין און תפילה געטאן. \p \v 17 און עס איז געשען אין איינעם פון די טעג, בשעת ער האט געלערנט, און עס זענען דערביי געזעסן פרושים און לומדים פון דער תורה, וואס זענען געקומען אויס יעדן דארף פון גליל און יהודה און ירושלים; און די גבורה פון דעם האר (ה׳) איז געווען מיט אים צו היילן. \v 18 און זע, מענער האבן געטראגן אויף א בעט א מענטשן, וועלכער איז געווען פאראליזשירט; און האבן געזוכט אים אריינצוברענגען, און צו לייגן פאר אים. \v 19 און נישט געפינענדיק (קיין מעגלעכקייט) וויאזוי זיי זאלן אים אריינברענגען צוליב דעם המון מענטשן, זענען זיי ארויפגעשטיגן אויפן דאך, און האבן אים אראפגעלאזט דורך די שינדלען מיט דעם בעטל אין דער מיט פאר יהושען/ישוען. \v 20 און ווען יהושע/ישוע האט געזען זייער אמונה, האט ער געזאגט: מענטש, דיינע זינד זענען דיר פארגעבן געווארן! \v 21 און די סופרים און די פרושים האבן אנגעהויבן נאכצוטראכטן, אזוי צו זאגן: ווער איז ער דאס, וואס רעדט ארויס לעסטערונגען? ווער קען דאס מוחל זיין זינד, אחוץ ה׳ אליין? \v 22 יהושע/ישוע האט אבער איינגעזען זייערע מחשבות, און האט ענטפערנדיק געזאגט צו זיי: פארוואס טראכט איר נאך אין אייערע הערצער? \v 23 וואס איז לייכטער, צו זאגן: דיינע זינד זענען דיר פארגעבן געווארן, אדער צו זאגן: שטיי אויף און גיי? \v 24 נאר כדי איר זאלט וויסן, אז דער בר אנש האט רשות אויף דער ערד מוחל צו זיין זינד—האט ער געזאגט צום פאראליטיקער—דיר זאג איך, שטיי אויף און נעם דיין בעטל און גיי אהיים! \v 25 און אין אן אויגנבליק איז ער אויפגעשטאנען פאר זיי, האט גענומען דאס (בעטל) אויף וועלכן ער איז געלעגן, און איז אוועק אהיים לויבנדיק ה׳. \v 26 און א דערשטוינונג האט אלעמען אנגעכאפט, און זיי האבן געלויבט ה׳; און זענען אנגעפילט געווארן מיט מורא און האבן געזאגט: אומגלויבלעכע זאכן האבן מיר היינט געזען! \p \v 27 און נאך דעם איז ער ארויסגעגאנגען און האט געזען א שטייער אויפמאנער, מיט דעם נאמען לוי, זיצן ביים שטייער אמט, און האט צו אים געזאגט: פאלג מיר נאך! \v 28 און ער האט אלץ פארלאזט, איז אויפגעשטאנען און האט אים נאכגעפאלגט. \v 29 און לוי האט פאר אים געמאכט א גרויס מאלצייט אין זיין הויז, און עס איז געווען א גרויסער עולם שטייער אויפמאנער און אנדערע, וואס זענען געזעסן מיט זיי (ביים טיש). \v 30 און די פרושים און זייערע סופרים האבן געמורמלט צו די תלמידים זיינע, אזוי צו זאגן: פארוואס עסט איר און טרינקט מיט שטייער אויפמאנער און זינדער? \v 31 און יהושע/ישוע האט ענטפערנדיק געזאגט צו זיי: נישט די געזונטע נויטיקן זיך אין א רופא, נאר די קראנקע; \v 32 איך בין נישט געקומען רופן צדיקים, נאר חוטאים צו תשובה! \v 33 זיי אבער האבן געזאגט צו אים: יוחננס תלמידים פאסטן אפט און טאן תפילה, אזוי טאן אויך די תלמידים פון די פרושים; דיינע אבער עסן און טרינקען. \v 34 האט יהושע/ישוע צו זיי געזאגט: צי קענט איר דען מאכן פאסטן די חתונה לייט בשעת דער חתן איז מיט זיי? \v 35 עס וועלן אבער קומען טעג, ווען דער חתן וועט אוועקגענומען ווערן פון זיי; דעמאלט וועלן זיי פאסטן אין יענע טעג. \v 36 און האט אויך געזאגט א משל צו זיי: קיינער שניידט נישט אפ קיין לאטע פון א נייעם בגד און לייגט זי אויף אן אלטן בגד; ווייל אויב יא, איז סאי ער שניידט אפ דאס נייע, סאי די לאטע פונם נייעם פאסט נישט דעם אלטן. \v 37 עס גיסט אויך קיינער נישט אריין קיין נייעם וויין אין אלטע לאגלען; ווייל אויב יא, צערייסט דער נייער וויין די לאגלען, און ווערט אליין אויסגעגאסן און די לאגלען גייען פארלוירן; \v 38 נאר נייעם וויין מוז מען אריינגיסן אין נייע לאגלען. \v 39 און קיינער, וואס האט געטרונקען אלטן, וויל נייעם; ווארום ער זאגט: דער אלטער איז גוט! \c 6 \cl קאפיטל זעקס \p \v 1 און עס איז געשען, א שבתדיקן טאג איז ער דורכגעגאנגען דורך די קארנפעלדער; און זיינע תלמידים האבן אפגעפליקט זאנגען, האבן זיי צעריבן מיט די הענט און געגעסן. \v 2 אייניקע אבער פון די פרושים האבן געזאגט: פארוואס טוט איר דאס, וואס מען טאר שבת נישט טאן? \v 3 און יהושע/ישוע האט ענטפערנדיק צו זיי געזאגט: צי האט איר דען נישט געלייענט דאס דאזיקע, וואס דוד (המלך) האט געטאן, ווען ער איז הונגעריק געווארן און די (לייט), וואס זענען געווען מיט אים? \v 4 ווי ער איז אריינגעגאנגען אין ה׳ס הויז (משכן), און האט גענומען דאס לחם הפנים און עס געגעסן, און האט אויך געגעבן צו די (לייט), וואס זענען געווען מיט אים; וואס קיינער האט נישט געטארט עסן אחוץ די כהנים אליין? (שמואל א כא, ג-ד.) \v 5 און ער האט צו זיי געזאגט: דער בר אנש איז האר פונם שבת. \p \v 6 און עס איז געשען אן אנדערן שבת, אז ער איז אריינגעגאנגען אין א שול און האט געלערנט; און דארט איז געווען א מענטש, וועמעס רעכטע האנט איז געווען פארדארט. \v 7 און די סופרים און די פרושים האבן גוט אכטונג געגעבן אויף אים, אויב ער וועט שבת היילן, כדי זיי זאלן געפינען עפעס אים אנצוקלאגן. \v 8 ער אבער האט געקענט זייערע געדאנקען; און האט געזאגט צום מאן, מיט דער פארדארטער האנט: הויב דיך אויף און שטעל דיך אין דער מיט! און ער איז אויפגעשטאנען און זיך געשטעלט. \v 9 און יהושע/ישוע האט צו זיי געזאגט: איך וועל אייך פרעגן: צי מעג מען שבת טאן גוטס אדער טאן שלעכטס, ראטעווען א נפש, אדער אומברענגען? \v 10 און ארומקוקנדיק זיך אויף זיי אלע, האט ער געזאגט צו אים: שטרעק אויס דיין האנט! און ער האט עס געטאן, און זיין האנט איז ווידער געזונט געווארן. \v 11 זיי אבער זענען פול געווארן מיט גרימצארן; און האבן איבערגערעדט איינער מיטן אנדערן, וואס מען זאל טאן צו יהושען/ישוען. \p \v 12 און עס איז געשען אין די דאזיקע טעג, אז ער איז ארויסגעגאנגען צום בארג תפילה צו טאן; און האט פארברענגט די גאנצע נאכט אין געבעט צו ה׳. \v 13 און ווען עס איז געווארן טאג, האט ער גערופן צו זיך זיינע תלמידים און אויסדערוויילט פון זיי צוועלף, וועלכע ער האט אויך א נאמען געגעבן שליחים: \v 14 שמעונען, וועמען ער האט אויך א נאמען געגעבן פעטרוס, און אנדריי זיין ברודער, און יעקבן און יוחנן, און פיליפוסן און בר‑תלמי, \v 15 און מתתיהו און תומא, און יעקב בן חלפי און שמעונען, וואס מען האט אים גערופן קנאי, \v 16 און יהודה בן יעקב, און יהודה איש‑קריות, וואס איז געווארן דער פאררעטער. \v 17 און איז מיט זיי אראפגעשטיגן און האט זיך געשטעלט אויף א פלאך ארט, און א גרויסע מאסע פון זיינע תלמידים און א גרויסער המון עם פון גאנץ יהודה און ירושלים און פון דער געגנט ביים ים פון צור און צידון, \v 18 וועלכע זענען געקומען אים הערן און צו ווערן געהיילט פון זייערע שלאפקייטן; און די, וואס זענען געווען געפלאגט פון אומריינע גייסטער, זענען געהיילט געווארן. \v 19 און דער גאנצער המון מענטשן האט געזוכט אים אנצורירן, ווייל עס איז ארויסגעגאנגען פון אים א כוח און האט אלעמען געהיילט. \p \v 20 און ער האט אויפגעהויבן זיינע אויגן אויף זיינע תלמידים, און געזאגט: \q וואויל איז אייך, ארעמעלייט, \q2 ווייל דאס קעניגרייך פון ה׳ איז אייערס! \q \v 21 וואויל איז אייך, וואס הונגערן איצט, \q2 ווייל איר וועט געזעטיקט ווערן! \q וואויל איז אייך, וואס וויינען איצט, \q2 ווייל איר וועט לאכן! \p \v 22 וואויל איז אייך, ווען די מענטשן וועלן אייך האסן, און ווען זיי וועלן אייך ארויסשטויסן און באליידיקן און ארויסווארפן אייער נאמען ווי עפעס בייז, צוליב דעם בר אנש. \v 23 פריידט זיך אין יענעם טאג און טאנצט, ווארום זע, גרויס איז אייער שכר אין הימל; ווארום אזוי־אָ האבן זייערע עלטערן געטאן צו די נביאים. \q \v 24 אבער וויי צו אייך, די רייכע! \q2 ווייל איר האט שוין באקומען אייער נחמה. \q \v 25 וויי צו אייך, די וואס זענען איצט זאט, \q2 ווייל איר וועט הונגערן. \q וויי צו אייך, וואס לאכן איצט! \q2 ווייל איר וועט טרויערן און וויינען. \p \v 26 וויי צו אייך, ווען אלע מענטשן וועלן רעדן וואויל וועגן אייך, ווארום אָט אזוי האבן זייערע עלטערן געטאן צו די פאלשע נביאים. \p \v 27 צו אייך אבער, וואס הערן, זאג איך: האט ליב אייערע שונאים, טוט גוטס צו די, וואס האסן אייך; \v 28 בענטשט די, וואס פלוכן אייך, טוט תפילה פאר די, וואס באליידיקן אייך. \v 29 דעם, וואס שלאגט דיך אויף דער באק, גיב אויך די אנדערע; און פון דעם, וואס נעמט ביי דיר אוועק דעם מאנטל, האלט אויך דאס העמד נישט צוריק. \v 30 גיב יעדן, וואס בעט דיך; און פון דעם, וואס נעמט דאס דייניקע פון דיר אוועק, פאדער עס נישט צוריק. \v 31 און אזוי ווי איר ווילט, אז די מענטשן זאלן טאן צו אייך, זאלט איר אויך אזוי טאן צו זיי. \v 32 און אויב איר האט ליב די, וואס ליבן אייך, וואס פאר א חסד איז דאס ביי אייך? ווארום אפילו די חוטאים האבן ליב די, וואס האבן זיי ליב. \v 33 ווארום אויב איר טוט גוטס צו די, וואס טאן אייך גוטס, וואס פאר א חסד איז דאס ביי אייך? די חוטאים טאן דאך דאס זעלביקע. \v 34 און אויב איר זאלט לייען צו די, פון וועמען איר האפט צוריק צו באקומען, וואס פאר א חסד איז דאס ביי אייך? אפילו חוטאים לייען צו חוטאים, כדי דאס גלייכע אפצונעמען. \v 35 איר אבער זאלט ליב האבן אייערע שונאים, און טוט גוטס, און לייט, אָן צו האפן אויף עפעס צוריק; און גרויס וועט זיין אייער שכר, און איר וועט זיין דעם אויבערשטנס קינדער; ווייל ער איז גוט צו די אומדאנקבארע און שלעכטע. \v 36 זייט בארמהערציק, אזוי ווי אייער פאטער איז בארמהערציק. \v 37 און משפט נישט, כדי איר זאלט נישט געמשפט ווערן; און פאראורטיילט נישט און איר וועט נישט פאראורטיילט ווערן; זייט מוחל, און עס וועט אייך פארגעבן ווערן; \v 38 גיט, און עס וועט אייך געגעבן ווערן; א מאס א גוטע, א געדריקטע, א צוגעשאקלטע, א שפעדיקע וועט מען אייך געבן אין אייער שויס אריין. ווארום מיט וואס פאר א מאס איר וועט מעסטן, וועט אייך אנטקייגן געמאסטן ווערן. \p \v 39 און ער האט אויך געזאגט א משל צו זיי: צי קען דען א בלינדער פירן א בלינדן? וועלן זיי דען נישט ביידע אריינפאלן אין א גרוב? \v 40 דער תלמיד איז נישט איבער דעם רבין; ווען אבער פארפאלקאמט, וועט יעדער זיין ווי דער רבי זיינער. \v 41 און פארוואס זעסטו דאס שפענדל, וואס איז אין דיין ברודערס אויג, און באמערקסט נישט דעם קלאץ אין דיין אייגן אויג? \v 42 וויאזוי קענסטו זאגן צום ברודער דיינעם: ברודער, לאז מיך ארויסנעמען דאס שפענדל, וואס איז אין דיין אויג; בעת אליין זעסטו נישט דעם קלאץ אין דיין אויג? דו צבועק, נעם צום ערשט ארויס דעם קלאץ פון דיין אויג, און דעמאלט וועסטו זען קלאר ארויסצונעמען דאס שפענדל, וואס איז אין דיין ברודערס אויג. \v 43 ווארום עס איז נישטא קיין גוטער בוים, וואס ברענגט שלעכטע פרוכט; און ווידער אויך נישט קיין שלעכטער בוים, וואס ברענגט גוטע פרוכט. \v 44 ווארום יעדער בוים ווערט דערקענט פון זיינע אייגענע פירות; ווארום פון דערנער קלויבט מען נישט קיין פייגן, און פון א דארנבוש שניידט מען נישט קיין וויינטרויבן. \v 45 דער גוטער מענטש ברענגט ארויס דאס גוטע פון דעם גוטן אוצר פון זיין הארץ, און דער שלעכטער ברענגט ארויס שלעכטס פון דעם שלעכטן (אוצר); ווארום פון דעם, מיט וועלכן דאס הארץ פליסט איבער, רעדט דאס מויל זיינס. \p \v 46 און פארוואס רופט איר מיך, האר, האר, און טוט נישט וואס איך זאג? \v 47 יעדער איינער וואס קומט צו מיר און הערט מיינע רייד און טוט זיי, וועל איך אייך ווייזן צו וועמען ער איז גלייך; \v 48 ער איז גלייך צו א מענטשן, וואס בויענדיק א הויז, האט געגראבן און איז אראפגעגאנגען טיף און געלייגט דעם פונדאמענט אויף דעם פעלדזן; און ווען עס איז געקומען א פארפלייצונג, האט דער שטראם זיך געווארפן אנטקעגן יענעם הויז און עס נישט געקענט דערשיטערן; צוליב דעם וואס עס איז געווען גוט געבויט. \v 49 דער אבער וואס הערט און טוט נישט, איז גלייך צו א מענטשן, וואס האט געבויט אויף דער ערד א הויז אָן א פונדאמענט; אנטקעגן וועלכן דער שטראם האט זיך געווארפן און עס איז באלד איינגעפאלן, און דער צוזאמענברוך פון יענעם הויז איז געווען גרויס. \c 7 \cl קאפיטל זיבן \p \v 1 נאך דעם ווי ער האט געענדיקט די אלע רייד זיינע אין די אויערן פון דעם פאלק, איז ער אריינגעגאנגען קיין כפר‑נחום. \p \v 2 און א געוויסן אפיצירס א קנעכט, וועלכער איז געווען ביי אים טייער געשעצט, איז געלעגן קראנק און געהאלטן ביים שטארבן. \v 3 און הערנדיק וועגן יהושען/ישוען, האט ער געשיקט צו אים זקנים פון די יידן אים צו בעטן, אז ער זאל קומען היילן דעם קנעכט זיינעם. \v 4 און ווען זיי זענען געקומען צו יהושען/ישוען, האבן זיי אים זייער געבעטן, אזוי צו זאגן: ער איז ווערט, אז דו זאלסט טאן דאס דאזיקע פאר אים; \v 5 ווארום ער האט ליב אונדזער פאלק, און די שול האט ער אליין אונדז געבויט. \v 6 איז יהושע/ישוע געגאנגען מיט זיי. און ווען זיי זענען שוין נישט געווען ווייט פון דעם הויז, האט דער אפיציר געשיקט פריינד, אזוי צו זאגן צו אים: האר, באמי דיך נישט; ווארום איך בין נישט ווערט, אז דו זאלסט אריינקומען אונטער מיין דאך; \v 7 צוליב דעם האב איך מיך אליין נישט געהאלטן פאר ראוי צו קומען צו דיר. נאר זאג א ווארט, און מיין קנעכט וועט געזונט ווערן! \v 8 ווארום אויך איך בין א מענטש, וואס איז געשטעלט אונטער מאכט, און האב אונטער מיר זעלנער, און איך זאג צו דעם דאזיקן: גיי! און ער גייט; און צו אן אנדערן: קום! און ער קומט; און צו דעם קנעכט מיינעם: טו דאס! און ער טוט עס. \v 9 און ווען יהושע/ישוע האט דאס געהערט, האט ער זיך געוואונדערט איבער אים, און האט זיך אויסגעדרייט און געזאגט צו דעם המון מענטשן, וואס האט אים נאכגעפאלגט: איך זאג אייך, נישט אפילו אין ישראל האב איך געפונען אָט אזא אמונה! \v 10 און ווען די שליחים האבן זיך אומגעקערט אהיים, האבן זיי געפונען דעם קנעכט געזונט. \p \v 11 און עס איז געשען, אויף צומארגנס איז ער אוועקגעגאנגען אין א שטאט אריין, וואס האט געהייסן נעים, און זיינע תלמידים זענען מיטגעגאנגען, און א גרויסער המון מענטשן. \v 12 און ווי ער האט זיך דערנענטערט צום טויער פון דער שטאט, זע, מען האט ארויסגעטראגן א מת, אן איינציקן זון ביי דער מוטער זיינער, און זי איז געווען אן אלמנה; און אן אנגעזעענער עולם פון דער שטאט איז געווען מיט איר. \v 13 און זעענדיק זי, האט דער האר זיך דערבארעמט איבער איר, און צו איר געזאגט: קלאג נישט! \v 14 און איז צוגעגאנגען און האט אנגערירט דעם ארון; און די נושאים האבן זיך אפגעשטעלט. און ער האט געזאגט; יונגערמאן, איך זאג דיר, שטיי אויף! \v 15 און דער טויטער האט זיך אויפגעזעצט און האט אנגעהויבן צו רעדן. און ער האט אים געגעבן צו זיין מוטער. \v 16 און אלעמען האט אנגעכאפט א מורא; און זיי האבן געלויבט ה׳, אזוי צו זאגן: א גרויסער נביא איז אויפגעשטאנען צווישן אונדז, און ה׳ האט זיך אומגעקוקט אויף זיין פאלק. \v 17 און די דאזיקע געשיכטע וועגן אים האט זיך פארברייטערט אין גאנץ יהודה און אין דער גאנצער געגנט ארום. \p \v 18 און יוחננס תלמידים האבן אים דערציילט וועגן אלעם דעם דאזיקן. און רופנדיק צו זיך צוויי פון זיינע תלמידים, \v 19 האט יוחנן זיי געשיקט צו דעם האר, אזוי צו זאגן: צי ביסטו דער, וואס דארף קומען, אדער זאלן מיר ווארטן אויף אן אנדערן? \v 20 און ווען די מענער זענען געקומען צו אים, האבן זיי געזאגט: יוחנן פון דער (ירדן) מקווה האט אונדז געשיקט צו דיר, אזוי צו זאגן: צי ביסטו דער, וואס דארף קומען, אדער זאלן מיר ווארטן אויף אן אנדערן? \v 21 און אין יענער שעה האט ער א סך געהיילט פון קראנקייטן און פון פלאג און פון בייזע גייסטער; און א סך בלינדע האט ער געשענקט די ראיה. \v 22 און ער האט ענטפערנדיק צו זיי געזאגט: גייט און דערציילט יוחנן וואס איר האט געזען און געהערט: בלינדע ווערן זעענדיק, לאמע גייען ארום, מצורעים ווערן גערייניקט, און טויבע הערן, טויטע שטייען אויף, צו ארעמעלייט ווערט אנגעזאגט די גוטע בשורה. (ישעיהו לה, ה-ו; סא, א.) \v 23 און געבענטשט איז דער, וועלכער וועט נישט שטרויכלען אין מיר. \p \v 24 און ווען יוחננס שליחים זענען אוועקגעגאנגען, האט ער אנגעהויבן צו רעדן צו די מאסן מענטשן וועגן יוחנן: וואס זענט איר ארויסגעגאנגען אין דער מדבר אריין צו זען? א טראשטשינע געשאקלט פונם ווינט? \v 25 נאר וואס דען זענט איר ארויסגעגאנגען זען? א מענטשן געקליידט אין טייערע מלבושים? זע, די וואס טראגן פרעכטיקע קליידער און לעבן אין תענוגים, געפינען זיך אין קעניגלעכע שלעסער. \v 26 נאר וואס דען זענט איר ארויסגעגאנגען זען? א נביא? יא, איך זאג אייך, און מער ווי א נביא. \v 27 ער איז עס, וועגן וועמען עס שטייט געשריבן: \q זע, איך שיק מיין מלאך פאר דיין פנים, \q וועלכער וועט צוגרייטן דיין וועג פאר דיר. \qr (מלאכי ג, א.) \p \v 28 איך זאג אייך, צווישן די, וואס זענען געבוירן געווארן פון פרויען, איז נישט פאראן קיין גרעסערער פון יוחנן; דאך איז דער קלענסטער אינם קעניגרייך פון ה׳ גרעסער ווי ער. \v 29 און דאס גאנצע פאלק, וואס האט אים געהערט, און די שטייער אויפמאנער האבן גערעכטפערטיקט ה׳, לאזנדיק זיך טובל זיין מיט דער מקווה פון יוחנן. \v 30 די פרושים אבער און די חכמים האבן אפגעווארפן די עצה פון ה׳ פון זיך, ווייל זיי האבן זיך נישט געלאזט טובל זיין אין דער מקווה פון אים. \v 31 צו וועמען זשע זאל איך פארגלייכן די מענטשן פון דעם דאזיקן דור, און צו וועמען זענען זיי גלייך? \v 32 זיי זענען גלייך צו קינדער, וואס זיצן אויפן מארק, און רופן איינס צום אנדערן און זאגן: מיר האבן געשפילט פאר אייך, און איר האט נישט געטאנצט; מיר האבן געקלאגט, און איר האט נישט געוויינט. \v 33 ווארום יוחנן (פון דער ירדן מקווה) איז געקומען און האט נישט געגעסן קיין ברויט און נישט געטרונקען קיין וויין; און איר זאגט: ער האט א בייזן גייסט! \v 34 דער בר אנש איז געקומען, עסט און טרינקט יא; און איר זאגט: זע, א מענטש א זולל וסובא, א פריינד פון שטייער אויפמאנער און חוטאים! \v 35 און דאך איז די חכמה גערעכטפערטיקט אין אלע אירע קינדער. \p \v 36 און איינער פון די פרושים האט אים פארבעטן, צו עסן מיט אים. און ער איז אריינגעגאנגען אין דעם פרושס הויז, און האט זיך געזעצט צום טיש. \v 37 און זע, אין דער שטאט איז געווען א געוויסע זינדיקע פרוי; און דערוויסנדיק זיך, אז ער זיצט צום טיש אין דעם פרושס הויז, האט זי געברענגט אן אלאבאסטער פלאש מיט מירע אייל, \v 38 און האט זיך געשטעלט פון הינטן ביי זיינע פיס, און האט אנגעהויבן צו באנעצן זיינע פיס מיט אירע טרערן, און זיי אפגעווישט מיט די האר פון איר קאפ, און האט געקושט זיינע פיס און זיי געזאלבט מיט דער מירע. \v 39 אבער זעענדיק דאס, האט דער פרוש, וואס האט אים איינגעלאדן, צו זיך אליין גערעדט, אזוי צו זאגן: אויב ער וואלט געווען א נביא, וואלט ער געוואוסט ווער און וואס פאר א סארט פרוי זי איז, וואס רירט אים אָן, אז זי איז א זינדיקע. \v 40 און ענטפערנדיק, האט יהושע/ישוע צו אים געזאגט: שמעון, איך האב דיר עפעס צו זאגן. און ער האט געזאגט: רבי, זאג! \v 41 א געוויסער מלווה האט געהאט צוויי בעלי חובות; איינער איז אים שולדיק געווען פינף הונדערט דינרים, דער אנדערער נאר פיפציק. \v 42 און ווייל זיי האבן נישט געהאט צו באצאלן, האט ער זיי ביידן געשענקט. דעריבער ווער פון זיי וועט אים מער ליב האבן? \v 43 שמעון האט ענטפערנדיק געזאגט: איך נעם אָן, אז דער, וועמען ער האט דאס מערסטע געשענקט. און ער האט צו אים געזאגט: דו האסט ריכטיק געמשפט! \v 44 און אויסדרייענדיק זיך צו דער פרוי, האט ער געזאגט צו שמעונען: דו זעסט די דאזיקע פרוי? איך בין אריינגעקומען אין דיין הויז, קיין וואסער פאר מיינע פיס האסטו מיר נישט געגעבן; זי אבער האט מיר באנעצט די פיס מיט אירע טרערן, און זיי אפגעווישט מיר אירע האר. \v 45 קיין קוש האסטו מיר נישט געגעבן; אבער זי, זינט איך בין אריינגעקומען, האט נישט אויפגעהערט צו קושן מיינע פיס. \v 46 מיט אייל מיין קאפ האסטו נישט געזאלבט; זי אבער האט געזאלבט מיינע פיס מיט מירע. \v 47 צוליב וועלכן איך זאג דיר, אירע זינד, די פילע, זענען איר פארגעבן געווארן; ווייל זי האט א סך ליב געהאט; וועמען אבער ווייניק ווערט פארגעבן, דער ליבט ווייניק. \v 48 און ער האט צו איר געזאגט: דיינע זינד זענען דיר פארגעבן געווארן! \v 49 און די מיטזיצנדיקע האבן אנגעהויבן צו זאגן צווישן זיך: ווער איז דאס דער דאזיקער, וואס איז אפילו מוחל זינד? \v 50 ער אבער האט געזאגט צו דער פרוי: דיין גלויבן האט דיך געראטעוועט, גיי לשלום! \c 8 \cl קאפיטל אכט \p \v 1 און עס איז געשען נאך דעם, אז ער איז געגאנגען איבער שטאט און דארף, האט געדרשנט און אנגעזאגט די גוטע בשורה פון דעם קעניגרייך פון ה׳, און די צוועלף מיט אים, \v 2 און אייניקע פרויען, וואס זענען געהיילט געווארן פון בייזע גייסטער און פון שלאפקייטן: מרים, וועמען מען האט גערופן מגדלית, וואס פון איר זענען ארויס זיבן בייזע גייסטער, \v 3 און יוחנה, דאס ווייב פון כוזא, א פארוואלטער ביי הורדוסן, און שושנה און א סך אנדערע, וואס האבן אים געדינט מיט זייער האב און גוטס. \p \v 4 און ווען א גרויסער המון מענטשן איז זיך צוזאמענגעקומען, און זיי זענען געקומען צו אים פון אלע שטעט, האט ער געזאגט אין א משל: \v 5 עס איז ארויסגעגאנגען דער זייער צו פארזייען זיין זאמען; און בשעת ער האט געזייט, איז עפעס (פון דער זריעה) געפאלן ביים וועג און איז צעטרעטן געווארן, און די פייגל פון הימל האבן עס אויפגעפרעסן. \v 6 און אן אנדער ביסל איז געפאלן אויף דעם פעלדזן; און ווען עס האט אויפגעשפראצט, איז עס פארדארט געווארן, צוליב דעם וואס עס האט נישט געהאט קיין פייכטקייט. \v 7 און אן אנדער ביסל איז געפאלן אינמיטן פון די דערנער; און די דערנער זענען מיטאויפגעוואקסן און האבן עס דערשטיקט. \v 8 און אן אנדער ביסל איז געפאלן אויף דער גוטער ערד און האט אויפגעשפראצט און געברענגט פרוכט הונדערטפאכיק. און ווען ער האט דאס געזאגט, האט ער אויסגערופן: ווער עס האט אויערן צום הערן, דער זאל הערן! \p \v 9 און די תלמידים זיינע האבן אים געפרעגט, וואס דאס משל זאל באטייטן. \v 10 און ער האט געזאגט: אייך איז עס געגעבן געווארן צו וויסן די סודות פון דעם קעניגרייך פון ה׳; צו די איבריקע אבער אין משלים, כדי קוקנדיק זאלן זיי נישט זען, און הערנדיק זאלן זיי נישט פארשטיין. \v 11 און דאס איז דאס משל: דער זאמען דאס איז ה׳ס ווארט. \v 12 די ביים וועג זענען עס, וואס הערן, דערנאך קומט דער שׂטן און נעמט אוועק דאס ווארט פון זייער הארץ, כדי זיי זאלן נישט גלויבן און נישט געראטעוועט ווערן. \v 13 און די אויף דעם פעלדזן, דאס זענען זיי, וואס ווען זיי הערן, נעמען זיי אָן דאס ווארט מיט פרייד, זיי האבן אבער נישט קיין ווארצל; די גלויבן (נאר) אויף א געוויסע צייט, און אין א צייט פון נסיון פאלן זיי אפ. \v 14 און דאס וואס איז געפאלן צווישן די דערנער, זיי זענען עס, וואס הערן; און אוועקגייענדיק ווערן זיי דערשטיקט פון די דאגות און עשירות און תענוגים פון דעם לעבן, און ברענגען נישט קיין פירות צו רייפקייט. \v 15 דאס אבער אויף דער גוטער ערד, זיי זענען עס, וואס האבן געהערט דאס ווארט, האבן עס באהאלטן אין א לויטער און גוט הארץ און ברענגען פרוכט מיט סבלנות. \p \v 16 און קיינער, וואס האט אנגעצונדן א ליכט, פארדעקט עס נישט מיט קיין כלי, אדער שטעלט עס אונטער א בעט; נאר שטעלט עס אויף א לייכטער, כדי די, וואס קומען אריין, זאלן זען דאס ליכט. \v 17 ווארום עס איז נישט פאראן קיין פארבארגענע זאך, וואס וועט נישט אנטפלעקט ווערן; עס געפינט זיך אויך נישט קיין באהאלטענע זאך, וואס וועט נישט באקאנט געמאכט ווערן און קומען צו התגלות. \v 18 דעריבער גיט אכטונג וויאזוי איר הערט; ווארום יעדער איינער, וואס האט, אים וועט געגעבן ווערן; און יעדער איינער, וואס האט נישט, פון אים וועט אוועקגענומען ווערן אפילו דאס, וואס ער מיינט, אז ער האט. \v 19 און זיין מוטער און זיינע ברידער זענען געקומען צו אים, און האבן נישט געקענט אים דערגרייכן מחמת דעם המון מענטשן. \v 20 און מען האט אים געזאגט: דיין מוטער און די ברידער דיינע שטייען אינדרויסן און ווילן דיך זען. \v 21 ער אבער האט ענטפערנדיק צו זיי געזאגט: מיין מוטער און מיינע ברידער זענען די דאזיקע, וואס הערן ה׳ס ווארט און טאן עס! \p \v 22 און עס איז געשען אין איינעם פון די טעג, אז ער איז איינגעשטיגן אין א שיפל מיט זיינע תלמידים; און האט צו זיי געזאגט: לאמיר אריבערפארן אויף דער אנדערער זייט ים; און זיי האבן זיך אוועקגעשיפט. \v 23 בעת אבער זיי זענען געפארן, איז ער איינגעשלאפן; און א שטורמווינט האט אראפגענידערט אויפן ים, און דאס שיפל האט זיך אנגעפילט (מיט וואסער), און זיי זענען געווען אין סכנה. \v 24 און זיי זענען צוגעקומען, האבן אים אויפגעוועקט, אזוי צו זאגן; האר, האר, מיר זענען פארלוירן! ער אבער איז אויפגעשטאנען, האט אנגעשריגן דעם ווינט און די שטורמדיקע כוואליעס וואסער; און זיי האבן זיך געלייגט, און עס איז געווארן שטיל. \v 25 און ער האט צו זיי געזאגט: וואו איז אייער אמונה? זיי אבער האבן זיך געפארכטן און געוואונדערט, און געזאגט איינער צום אנדערן: ווער איז ער דאך, ווייל סאי די ווינטן באפעלט ער סאי דאס וואסער, און זיי געהארכן אים? \p \v 26 און זיי האבן זיך אהינגעשיפט צום לאנד פון די גרגשים, וואס איז אנטקעגנאיבער גליל. \v 27 און ווען ער איז ארויסגעקומען אויף דער יבשה, איז אים אויס דער שטאט אנטקעגנגעקומען א מאן, וואס האט געהאט בייזע גייסטער; און שוין א לאנגע צייט ווי ער האט נישט געטראגן קיין מלבוש, אויך האט ער נישט געוואוינט אין קיין הויז, נאר אין די קברים. \v 28 און דערזעענדיק יהושען/ישוען, האט ער א געשריי געטאן, איז אנידערגעפאלן פאר אים און האט געזאגט מיט א הויך קול: וואס האב איך מיט דיר, יהושע/ישוע, דו זון פון ג‑ט דעם אויבערשטער? איך בעט דיך, אז דו זאלסט מיך נישט פייניקן! \v 29 ווארום ער האט באפוילן דעם אומריינעם גייסט ארויסצוגיין פון דעם מענטשן; ווייל א סך מאל האט ער אים שוין געכאפט, און מען האט אים געבונדן מיט קייטן און פענטעס און געהאלטן אונטער שמירה; און ער פלעגט צערייסן דאס, מיט וועלכן ער איז געווען געבונדן און איז געטריבן געווארן פון דעם בייזן גייסט אין די מדבריות אריין. \v 30 און יהושע/ישוע האט אים געפרעגט: וואס איז דער נאמען דיינער? און ער האט געזאגט: לעגיאן! ווייל א סך בייזע גייסטער זענען אריין אין אים. \v 31 און זיי האבן אים געבעטן, אז ער זאל זיי נישט באפעלן צו גיין אין תהום אריין. \v 32 און דארטן איז געווען א גרויסע סטאדע חזירים פאשענדיק זיך אויפן בארג, און זיי האבן אים געבעטן, אז ער זאל זיי דערלויבן אריינצוגיין אין זיי. און ער האט עס זיי דערלויבט. \v 33 און די בייזע גייסטער זענען ארויסגעגאנגען פון דעם מענטשן און זענען אריין אין די חזירים; און די סטאדע האט זיך א ריס אראפ געטאן פון דעם משופעדיקן פעלדזן אין ים אריין און איז דערטרונקען געווארן. \v 34 ווי אבער די פאסטוכער האבן געזען, וואס עס האט געטראפן, זענען זיי אנטלאפן און האבן עס דערציילט אין דער שטאט און אין די דערפער. \v 35 און זיי זענען ארויסגעגאנגען זען, וואס עס האט פאסירט און זענען געקומען צו יהושען/ישוען, און האבן געפונען דעם מענטשן, פון וועמען די בייזע גייסטער זענען ארויס, אנגעקליידט און ביי די קלארע געדאנקען און ער איז געזעסן ביי ישועס פיס; און זיי האבן זיך געפארכטן. \v 36 די אבער, וואס האבן עס געזען, האבן צו זיי דערציילט, וויאזוי דער באזעסענער איז געהאלפן געווארן. \v 37 און די גאנצע מאסע מענטשן פון דער אומגעגנט פון די גרגשים האבן אים געבעטן, אז ער זאל אוועקגיין פון זיי; ווייל עס האט זיי אנגעכאפט א גרויסע מורא. און ער איז איינגעשטיגן אין א שיפל און האט זיך אומגעקערט צוריק. \v 38 דער מאן אבער, פון וועמען די בייזע גייסטער זענען ארויס, האט אים געבעטן, אז ער זאל בלייבן מיט אים; ער אבער האט אים אוועקגעשיקט, אזוי צו זאגן: \v 39 קער דיך אום אהיים און דערצייל, וואס ה׳ האט דיר געטאן, און ער איז אוועקגעגאנגען און האט באקאנט געמאכט איבער דער גאנצער שטאט אלץ, וואס יהושע/ישוע האט פאר אים געטאן. \p \v 40 און ווען יהושע/ישוע האט זיך אומגעקערט, האט דער המון מענטשן אים אויפגענומען, ווארום אלע האבן געווארט אויף אים. \v 41 און זע, עס איז געקומען א מאן מיטן נאמען יאיר, א גבאי פון דער שול איז ער געווען; און איז אנידערגעפאלן פאר ישועס פיס און האט אים געבעטן, אז ער זאל אריינגיין אין זיין הויז. \v 42 ווייל ער האט געהאט אן איין איינציקע טאכטער קנאפע צוועלף יאר אלט, און זי האט געהאלטן ביים שטארבן. און בשעת ער איז אהינגעגאנגען האבן די המונים מענטשן זיך געדרענגט ארום אים. \p \v 43 און א פרוי, וואס האט געהאט א בלוט פלוס שוין צוועלף יאר לאנג, וועלכע האט אויסגעגעבן איר גאנץ פארמעגן אויף רופאים, און האט פון קיינעם נישט געקענט געהיילט ווערן, \v 44 איז געקומען פון הינטן, האט אנגערירט די זוים פון זיין מלבוש, און פלוצלונג האט דער פלוס פון איר בלוט זיך אפגעשטעלט. \v 45 און יהושע/ישוע האט געזאגט: ווער האט מיך אנגערירט? און ווען אלע האבן געלייקנט, האט פעטרוס געזאגט: האר, די המונים דרענגען זיך ארום דיר און שטויסן דיך דאך. \v 46 יהושע/ישוע אבער האט געזאגט: עמיצער האט מיך אנגערירט; ווארום איך ווייס, אז א כוח איז פון מיר ארויסגעגאנגען! \v 47 און ווי די פרוי האט געזען, אז עס איז נישט געבליבן פארהוילן, איז זי ציטערנדיק געקומען און אנידערגעפאלן פאר אים און האט דערציילט פארן גאנצן פאלק, צוליב וועלכער סיבה זי האט אים אנגערירט, און וויאזוי זי איז פלוצלונג געהיילט געווארן. \v 48 און ער האט צו איר געזאגט: טאכטער, דער גלויבן דיינער האט דיר געהאלפן; גיי לשלום! \p \v 49 בשעת ער האט נאך גערעדט, איז עמיצער געקומען פון דעם גבאיס הויז, אזוי צו זאגן: דיין טאכטער איז שוין געשטארבן; באמי מער נישט דעם רבין. \v 50 און אז יהושע/ישוע האט עס געהערט, האט ער געענטפערט צו אים: האב נישט קיין מורא; גלויב נאר און זי וועט געראטעוועט ווערן! \v 51 און ווען ער איז אריינגעקומען אין הויז, האט ער קיינעם נישט אריינגעלאזט מיט אים אחוץ פעטרוסן און יוחנן און יעקבן און דעם פאטער פון דעם קינד און די מוטער. \v 52 און אלע האבן געוויינט און געקלאגט איבער איר; ער אבער האט געזאגט: וויינט נישט, זי איז נישט געשטארבן, זי שלאפט נאר. \v 53 און זיי האבן זיך אויסגעלאכט פון אים, ווייל זיי האבן געוואוסט, אז זי איז יא געשטארבן. \v 54 ער אבער האט זי אנגענומען ביי דער האנט און האט גערופן, אזוי צו זאגן: קינד, שטיי אויף! \v 55 און איר גייסט האט זיך אומגעקערט, און אין אן אויגנבליק איז זי אויפגעשטאנען; און ער האט באפוילן, מען זאל איר געבן צו עסן. \v 56 און אירע עלטערן זענען דערשטוינט געווארן; ער אבער האט זיי אנגעזאגט, קיינעם נישט צו זאגן, וואס עס איז געשען. \c 9 \cl קאפיטל ניין \p \v 1 און ער האט צוזאמענגערופן די צוועלף, און האט זיי געגעבן כוח און שליטה איבער אלע בייזע גייסטער און צו היילן קראנקייטן. \v 2 און האט זיי געשיקט אויסצורופן דאס קעניגרייך פון ה׳ און געזונט צו מאכן די שלאפע. \v 3 און האט צו זיי געזאגט: נעמט גארנישט מיט אויפן וועג—נישט קיין שטעקן, נישט קיין בייטל, נישט קיין ברויט, נישט קיין געלט, איר זאלט אויך נישט האבן קיין צוויי העמדער. \v 4 און אין וועלכן נישט איז הויז איר וועט אריינקומען, בלייבט דארטן, און פון דארטן זאלט איר גיין ווייטער. \v 5 און וואו מען וועט אייך נישט אויפנעמען, ארויסגייענדיק פון יענער שטאט, זאלט איר אפשאקלען דעם שטויב פון אייערע פיס פאר אן עדות קעגן זיי. \v 6 און זיי זענען אוועק, און זענען געגאנגען איבער די דערפער, האבן אנגעזאגט די גוטע בשורה און געהיילט אומעטום. \p \v 7 און הורדוס דער טעטרארך האט געהערט אלץ, וואס עס איז געשען; און האט זיך באאומרואיקט, צוליב דעם וואס אייניקע האבן געזאגט, אז יוחנן איז אויפגעשטאנען פון די טויטע; \v 8 אייניקע אבער (האבן געזאגט), אז אליהו האט זיך באוויזן; און אנדערע—אז איינער פון די אלטע נביאים איז אויפגעשטאנען. \v 9 הורדוס אבער האט געזאגט: דעם יוחנן האב איך אפגעהאקט דעם קאפ; ווער אבער איז דער דאזיקער, וועגן וועלכן איך הער אזעלכע זאכן? און ער האט פארלאנגט אים צו זען. \p \v 10 און ווען די שליחים האבן זיך אומגעקערט, האבן זיי אים דערציילט אלץ, וואס זיי האבן געטאן. און ער האט זיי גענומען צו זיך און איז אוועק אין א שטאט אריין, וואס האט געהייסן בית‑צידה. \v 11 די המונים אבער האבן זיך דערוואוסט, און האבן אים נאכגעפאלגט, און ער האט זיי אויפגענומען, און גערעדט צו זיי וועגן דעם קעניגרייך פון ה׳, און די, וואס האבן זיך גענויטיקט אין א רפואה, האט ער געהיילט. \v 12 דער טאג אבער האט זיך שוין אנגעהויבן צו נייגן; און די צוועלף זענען צוגעקומען, און האבן געזאגט צו אים: לאז אפ דעם עולם מענטשן, כדי זיי זאלן אוועקגיין אין די ארומיקע דערפער און פעלדער איבערצונעכטיקן און צו געפינען שפייז; ווייל מיר זענען דא אויף אן איינזאם ארט. \v 13 ער אבער האט צו זיי געזאגט: גיט איר זיי צו עסן! האבן זיי געזאגט: מיר האבן נישט מער ווי פינף ברויטן און צוויי פיש; סיידן מיר זאלן גיין איינקויפן שפייז פאר דעם דאזיקן גאנצן פאלק. \v 14 ווארום עס זענען געווען קנאפע פינף טויזנט מענער. ער אבער האט געזאגט צו זיינע תלמידים: מאכט זיי זיך אנידערצוזעצן אין חברותות, מער ווייניקער צו פיפציק. \v 15 און זיי האבן אזוי געטאן און האבן אלעמען אויסגעזעצט. \v 16 און ער האט גענומען די פינף ברויטן און די צוויי פיש, האט ארויפגעבליקט צום הימל, געמאכט א ברכה און האט זיי צעבראכן און געגעבן צו די תלמידים צו לייגן פאר דעם המון מענטשן. \v 17 און זיי האבן געגעסן און זענען אלע זאט געווארן; און מען האט אויפגעהויבן, פון די ברעקלעך (שיריים), וואס זענען איבערגעבליבן, צוועלף קערב (פול). \p \v 18 און עס איז געשען בשעת ער האט תפילה געטאן איינער אליין, און די תלמידים זענען געווען מיט אים, האט ער זיי געפרעגט, אזוי צו זאגן: ווער, זאגן די לייט, אז איך בין? \v 19 און זיי האבן ענטפערנדיק געזאגט: יוחנן פון דער (ירדן) מקווה; אנדערע אבער (זאגן) אליהו; און אנדערע, אז איינער פון די אלטע נביאים איז אויפגעשטאנען. \v 20 האט ער צו זיי געזאגט: און ווער, זאגט איר, אז איך בין? פעטרוס האט ענטפערנדיק געזאגט: דער משיח פון ה׳! \v 21 און ער האט זיי שטרענג פארבאטן, דאס דאזיקע עמיצן אויסצוזאגן, \v 22 און האט געזאגט; דער בר אנש מוז א סך ליידן און פארווארפן ווערן פון די זקנים און הויפט כהנים און סופרים און געטייט ווערן און דעם דריטן טאג אויפשטיין. \v 23 און ער האט צו אלעמען געזאגט: ווער עס וויל מיר נאכגיין, דער זאל זיך אליין פארלייקענען און נעמען זיין בוים אויף זיך טאג אויס טאג איין און מיר נאכפאלגן. \v 24 ווארום ווער עס וויל ראטעווען זיין נפש, דער וועט עס פארלירן; ווער אבער עס וועט פארלירן זיין נפש פאר מיינעטוועגן, דער וועט עס ראטעווען. \v 25 ווארום וואס לוינט עס א מענטשן, אז ער זאל געווינען די גאנצע וועלט, און פארלירן אדער שעדיקן זיך אליין? \v 26 ווארום ווער עס שעמט זיך מיט מיר און מיט די ווערטער מיינע, מיט דעם דאזיקן וועט דער בר אנש זיך שעמען, ווען ער וועט קומען אין זיין הערלעכקייט און (אין דער הערלעכקייט) פון דעם פאטער און פון די הייליקע מלאכים. \v 27 און באמת זאג איך אייך; אייניקע פון די, וואס שטייען דא, וועלן נישט פארזוכן דעם טעם פון טויט, ביז זיי וועלן זען דאס קעניגרייך פון ה׳. \p \v 28 און עס איז געשען אן ערך אכט טאג נאך די דאזיקע רייד, אז ער האט גענומען פעטרוסן און יוחנן און יעקבן און איז ארויפגעשטיגן אויפן בארג תפילה צו טאן. \v 29 און בעת ער האט מתפלל געווען, האט דאס אויסזען פון זיין פנים זיך פארענדערט און זיינע קליידער זענען געווארן שטראלנדיק ווייס. \v 30 און זע, צוויי מענער האבן גערעדט מיט אים, וועלכע זענען געווען משה און אליהו; \v 31 זיי האבן זיך באוויזן אין הערלעכקייט און האבן גערעדט וועגן זיין ליציאת (הסתלקות), וואס ער האט געזאלט ממלא זיין אין ירושלים. \v 32 פעטרוס אבער און די, וואס זענען געווען מיט אים, זענען פארזונקען אין א שווערן שלאף; און אויפכאפנדיק זיך, האבן זיי געזען זיין הערלעכקייט און די צוויי מענער, וואס זענען געשטאנען מיט אים. \v 33 און עס איז געשען, ווען זיי זענען אוועקגעגאנגען פון אים, האט פעטרוס געזאגט צו יהושען/ישוען; האר, עס איז גוט פאר אונדז דא צו זיין; און לאמיר מאכן דריי סוכות: איינע פאר דיר, איינע פאר משהן און איינע פאר אליהו, נישט וויסנדיק, וואס ער רעדט. \v 34 און בשעת ער האט גערעדט, איז געקומען א וואלקן און האט זיי באשאטנט; און זיי האבן מורא געקריגן ווי זיי זענען אריינגעקומען אין דעם וואלקן אריין. \v 35 און עס איז ארויסגעקומען א קול פון דעם וואלקן, אזוי צו זאגן: דער דאזיקער איז מיין זון, דער אויסדערוויילטער, אים זאלט איר הערן! \v 36 און בשעת דאס קול איז געהערט געווארן, האט יהושע/ישוע זיך געפונען איינער אליין. און זיי האבן געשוויגן און אין יענע טעג האבן זיי קיינעם גארנישט דערציילט פון דעם, וואס זיי האבן געזען. \p \v 37 און עס איז געשען צומארגנס, ווען זיי זענען אראפגעשטיגן פונם בארג, איז אים אנטקעגנגעקומען א גרויסער המון מענטשן. \v 38 און זע, א מאן פון דער מאסע מענטשן האט א געשריי געטאן, אזוי צו זאגן: רבי, איך בעט דיך, קוק דיך אום אויף מיין זון, מחמת ער איז מיין בן יחיד; \v 39 און זע, א גייסט כאפט אים אָן, און פלוצלונג שרייט ער און רייסט אים, אז ער שוימט פארן מויל, און גייט קוים אוועק פון אים און צעשלאגט אים, \v 40 און איך האב שוין געבעטן דיינע תלמידים, אז זיי זאלן אים ארויסטרייבן, און זיי זענען נישט געווען ביכולת. \v 41 און יהושע/ישוע האט ענטפערנדיק געזאגט: אָ אומגלויביק און פארקרימט דור! ביז ווען וועל איך זיין ביי אייך און אייך סובל זיין! ברענג אהער דעם זון דיינעם! \v 42 און בעת ער איז נאך געווען אויפן וועג צו אים, האט דער בייזער גייסט אים א ריס געטאן און געמאטערט. יהושע/ישוע אבער האט אנגעשריגן אויף דעם אומריינעם גייסט, און געהיילט דאס יינגל און אים אפגעגעבן צו זיין פאטער. \v 43 און אלע זענען דערשטוינט געווארן איבער ה׳ס געוואלדיקער מאכט. \p און בשעת אלע האבן זיך געוואונדערט איבער אלעם, וואס ער האט געטאן, האט ער געזאגט צו זיינע תלמידים: \v 44 לאזט די דאזיקע ווערטער אריינדרינגען אין אייערע אויערן אריין: ווארום דער בר אנש וועט איבערגעגעבן ווערן אין די הענט פון מענטשן. \v 45 זיי אבער האבן נישט פארשטאנען דאס דאזיקע ווארט און עס איז געווען פארהוילן פון זיי, כדי זיי זאלן נישט וויסן די באטייטונג דערפון; און זיי האבן מורא געהאט אים צו פרעגן וועגן דעם דאזיקן ווארט. \p \v 46 און עס איז זיי אויפגעגאנגען א ארגומענט: ווער פון זיי עס זאל זיין דער גרעסטער. \v 47 און ווען יהושע/ישוע האט געזען די מחשבה פון זייער הארץ, האט ער גענומען א קינד און עס געשטעלט לעבן זיך, \v 48 און האט צו זיי געזאגט: ווער עס וועט אויפנעמען דאס דאזיקע קינד אין מיין נאמען, דער נעמט מיך אויף; און ווער עס וועט מיך אויפנעמען, דער נעמט אויף דעם, וואס האט מיך געשיקט; ווארום ווער עס איז דער קלענסטער צווישן אייך אלע, דער דאזיקער איז גרויס! \p \v 49 און יוחנן האט ענטפערנדיק געזאגט: האר, מיר האבן געזען איינעם, וואס האט אין דיין נאמען ארויסגעטריבן בייזע גייסטער, און מיר האבן עס אים פארווערט, ווייל ער פאלגט נישט נאך מיט אונדז. \v 50 יהושע/ישוע אבער האט צו אים געזאגט: איר זאלט נישט פארווערן! ווארום ווער עס איז נישט קעגן אייך, דער איז פאר אייך. \p \v 51 און עס איז געשען, ווען די טעג זענען דערפילט געווארן, אז ער זאל ארויפגענומען ווערן (זיין העלייה השמימה), האט ער פעסט אנטשלאסן געווענדט זיין פנים צו גיין קיין ירושלים, \v 52 און געשיקט שליחים פארויס פאר זיך; און זיי זענען אוועק און זענען אריינגעגאנגען אין א דארף פון די שומרונים, כדי צוצוגרייטן פאר אים. \v 53 און מען האט אים נישט אויפגענומען, ווייל זיין פנים איז געווען געווענדט צו גיין קיין ירושלים. \v 54 און זעענדיק דאס, האבן די תלמידים, יעקב און יוחנן, געזאגט: האר, צי ווילסטו, אז מיר זאלן זאגן, עס זאל אראפקומען פייער פון הימל און זיי פארברענען? (מלכים ב א.) \v 55 ער אבער האט זיך אויסגעדרייט און אנגעשריגן אויף זיי; \v 56 און זיי זענען געגאנגען אין אן אנדער דארף אריין. \p \v 57 און בשעת זיי זענען געגאנגען אויפן וועג, האט עמיצער געזאגט צו אים: איך וועל דיר נאכפאלגן וואואהין דו וועסט נאר גיין. \v 58 און יהושע/ישוע האט צו אים געזאגט: די פוקסן האבן היילן און די פייגל פון הימל נעסטן; דער בר אנש אבער האט נישט וואו דעם קאפ אנידערצולייגן. \v 59 און צו אן אנדערן האט ער געזאגט: פאלג מיר נאך! דער אבער האט געזאגט: דערלויב מיר צום ערשט אוועקצוגיין און קובר צו זיין דעם פאטער מיינעם. \v 60 האט ער צו אים געזאגט: לאז די טויטע באגראבן זייערע טויטע; דו אבער גיי, און זאג אָן דאס קעניגרייך פון ה׳! \v 61 און נאך אן אנדערער האט געזאגט: איך וועל דיר נאכפאלגן, האר, נאר דערלויב מיר קודם כל זיך צו געזעגענען מיט די, וואס זענען אין מיין הויז. \v 62 יהושע/ישוע אבער האט צו אים געזאגט: קיינער, וואס לייגט די האנט אויפן אקעראייזן און בליקט אויף דעם, וואס איז הינטער זיך, טויג נישט פאר דעם קעניגרייך פון ה׳! \c 10 \cl קאפיטל צען \p \v 1 און נאך דעם האט דער האר באצייכנט נאך זיבעציק אנדערע און זיי געשיקט זאלבעצוויי פארויס פאר זיך אין יעדער שטאט און ארט, וואואהין ער אליין האט געזאלט קומען. \v 2 און האט צו זיי געזאגט: דער שניט איז גרויס, די ארבעטער אבער זענען ווייניק; בעט זשע דעם האר פונם שניט, אז ער זאל שיקן ארבעטער צו זיין שניט! \v 3 גייט! זע, איך שיק אייך ווי שאף צווישן וועלף. \v 4 טראגט נישט קיין בייטל, נישט קיין טאש, נישט קיין שיך; און גיט קיינעם נישט אפ שלום אויפן וועג. \v 5 וואו אבער איר וועט אריינקומען אין א הויז, זאלט איר צום ערשט זאגן: שלום צו דעם דאזיקן הויז! \v 6 און אויב דארטן איז דא א בן שלום, וועט אייער פרידן רוען אויף אים; אויב אבער נישט, וועט ער זיך אומקערן צו אייך. \v 7 און אין דעם זעלביקן הויז זאלט איר בלייבן, עסט און טרינקט וואס זיי האבן; ווארום דער ארבעטער איז ווערט זיין לוין. גייט נישט פון הויז צו הויז. \v 8 און אין וועלכער עס איז שטאט איר קומט אריין, און זיי נעמען אייך אויף, זאלט איר עסן וואס מען לייגט פאר אייך אנידער; \v 9 און איר זאלט היילן די קראנקע אין דער זעלביקער (שטאט), און זאגט צו זיי: דאס קעניגרייך פון ה׳ האט זיך דערנענטערט צו אייך! \v 10 וואו אבער איר וועט אריינקומען אין א שטאט, און זיי וועלן אייך נישט אויפנעמען, זאלט איר ארויסגיין אויף אירע גאסן און זאגן: \v 11 אפילו דעם שטויב, וואס האט זיך פון אייער שטאט באהעפט צו אונדזערע פיס, ווישן מיר אפ קעגן אייך; דאך זאלט איר וויסן זיין דאס דאזיקע, אז דאס קעניגרייך פון ה׳ האט זיך דערנענטערט. \v 12 איך זאג אייך, אז פאר סדום וועט עס זיין דערטרעגלעכער אין יענעם טאג ווי פאר יענער שטאט. \v 13 וויי איז צו דיר, כורזין! וויי איז צו דיר, בית‑צידה! ווייל אויב אין צור און צידון וואלטן געשען די וואונדער, וואס זענען געשען אין אייך, וואלטן זיי שוין לאנג געזעסן אין זאק און אין אש און תשובה געטאן. \v 14 דאך וועט פאר צור און צידון זיין דערטרעגלעכער אינם משפט, ווי פאר אייך. \v 15 און דו כפר‑נחום, ביז צום הימל וועסטו זיין דערהויכט? ביז צום שאול תחתית וועסטו אראפנידערן! \v 16 ווער עס הערט אייך, דער הערט מיך, און ווער עס פארווארפט אייך, דער פארווארפט מיך; ווער אבער עס פארווארפט מיך, דער פארווארפט אים, וואס האט מיך געשיקט. \p \v 17 און די זיבעציק האבן זיך אומגעקערט מיט פרייד, אזוי צו זאגן: האר, אפילו די בייזע גייסטער זענען אונטערטעניק צו אונדז אין דיין נאמען! \v 18 ער אבער האט צו זיי געזאגט: איך האב געזען דעם שׂטן פאלן, ווי א בליץ פון הימל. \v 19 זע, איך האב אייך געגעבן די מאכט צו טרעטן אויף שלאנגען און עקדישן און איבער יעדער גבורה פון דעם שונא; און עס וועט אייך גארנישט שאטן. \v 20 דאך זאלט איר זיך נישט פרייען מיט דעם דאזיקן, וואס די גייסטער זענען אייך אונטערטעניק; נאר פריידט זיך, ווייל אייערע נעמען זענען איינגעשריבן אין הימל! \p \v 21 און אין דער זעלביקער שעה האט ער זיך געפריידט אינם רוח הקודש און געזאגט: איך לויב דיך, פאטער, האר פון הימל און ערד, ווייל דו האסט פארהוילן די דאזיקע זאכן פון די חכמים און נבונים, און האסט זיי אנטפלעקט צו קליינע קינדער; יא, פאטער, ווייל אזוי איז עס געווען וואוילגעפעליק פאר דיר. \v 22 אלץ איז מיר איבערגעגעבן געווארן פון מיין פאטער; און קיינער ווייסט נישט, ווער דער זון איז, אחוץ דער פאטער; און ווער דער פאטער איז, (ווייסט קיינער נישט) אחוץ דער זון, און דער, צו וועמען דער זון וויל עס אנטפלעקן. \v 23 און אויסדרייענדיק זיך צו די תלמידים האט ער געזאגט צו זיי אליין: געבענטשט זענען די אויגן, וועלכע זען, וואס איר זעט; \v 24 ווארום איך זאג אייך, אז א סך נביאים און מלכים האבן באגערט צו זען, וואס איר זעט, און האבן עס נישט געזען; און צו הערן, וואס איר הערט, און האבן עס נישט געהערט. \p \v 25 און זע, א געוויסער בעל תורה האט זיך אויפגעשטעלט און אים אויסגעפרואווט, אזוי צו זאגן: רבי, וואס זאל איך טאן, כדי צו ירשענען אייביק לעבן? \v 26 און ער האט צו אים געזאגט: וואס שטייט געשריבן אין דער תורה? וויאזוי לייענסטו? \v 27 האט ער ענטפערנדיק געזאגט: דו זאלסט ליב האבן דעם האר, דיין ג‑ט, מיטן גאנצן הארצן דיינעם און מיט דיין גאנץ נפש און מיט דיין גאנצער קראפט און מיט דיין גאנצן פארשטאנד, און דיין חבר ווי דיך אליין! (דברים ו, ה; ויקרא יט, יח.) \v 28 האט ער צו אים געזאגט: דו האסט ריכטיק געענטפערט; טו דאס דאזיקע, און דו וועסט לעבן. \v 29 ער אבער, ווילנדיק זיך אליין גערעכטפערטיקן, האט געזאגט צו יהושען/ישוען: און ווער איז מיין חבר? \v 30 האט יהושע/ישוע ענטפערנדיק געזאגט: א געוויסער מענטש איז אראפגעגאנגען פון ירושלים קיין יריחו און איז אריינגעפאלן צווישן גזלנים; און זיי האבן אים אויסגעטאן און אים באלייגט מיט בלוטיקע שלעק און זענען אוועקגעגאנגען איבערלאזנדיק אים א האלב טויטן. \v 31 און מעשה צופאל איז א כהן אראפגעגאנגען אויף יענעם וועג; און ווי ער האט אים דערזען, איז ער אריבער אויף דער אנדערער זייט און אוועקגעגאנגען. \v 32 און אויך אזוי א לוי, קומענדיק צו דעם ארט און זעענדיק אים, איז אריבער אויף דער אנדערער זייט און אוועקגעגאנגען. \v 33 א געוויסער שומרוני אבער, אונטערוועגנס, איז אהינגעקומען צו אים, און ווי ער האט אים דערזען, האט ער זיך דערבארעמט \v 34 און איז צוגעגאנגען און האט אים פארבונדן די וואונדן זיינע און ארויפגעגאסן אייל און וויין; און אים ארויפגעזעצט אויף זיין אייגענער בהמה און אוועקגעפירט אין אן אכסניה אריין און אים געזארגט. \v 35 און צומארגנס האט ער ארויסגענומען צוויי דינרים און זיי געגעבן דעם בעל אכסניה און געזאגט: קוק דיך אום אויף אים! און וואס דו וועסט אויסגעבן מער, וועל איך דיר באצאלן ווען איך וועל מיך אומקערן. \v 36 ווער פון די דאזיקע דריי, מיינסטו, איז געווען א חבר צו אים, וואס איז אריינגעפאלן צווישן די גזלנים? \v 37 און ער האט געזאגט: דער, וואס האט געטאן חסד מיט אים! און יהושע/ישוע האט צו אים געזאגט: גיי, און טו אויך אזוי! \p \v 38 און בשעת זיי זענען ווייטער געגאנגען, איז ער אריינגעקומען אין א געוויס דארף; און א פרוי מיט דעם נאמען מרתא האט אים אויפגענומען אין איר הויז אריין. \v 39 און זי האט געהאט א שוועסטער, וואס האט געהייסן מרים, וועלכע האט זיך אויך אנידערגעזעצט ביי דעם הארס פיס און זיך צוגעהערט צו זיין ווארט. \v 40 מרתא אבער האט זיך זייער געפארעט איבער א סך באדינען; און זי איז צוגעקומען און געזאגט: האר, עס קימערט דיך נישט וואס מיין שוועסטער האט מיך איבערגעלאזט איינע אליין צו באדינען? זאג זשע איר, אז זי זאל מיר צוהעלפן. \v 41 און דער האר האט איר ענטפערנדיק געזאגט: מרתא, מרתא, דו זארגסט דיך און קימערסט דיך וועגן א סך זאכן; \v 42 אבער נאר עפעס, איין זאך איז נייטיק; און מרים האט אויסדערוויילט דעם גוטן חלק, וואס וועט פון איר נישט אוועקגענומען ווערן! \c 11 \cl קאפיטל עלף \p \v 1 און עס איז געשען, בשעת ער האט מתפלל געווען אויף א געוויס ארט; און אז ער האט אויפגעהערט, האט איינער פון די תלמידים זיינע געזאגט צו אים: האר, לערן אונדז תפילה צו טאן, אזוי ווי יוחנן האט אויך געלערנט זיינע תלמידים! \v 2 און ער האט צו זיי געזאגט: ווען איר טאט תפילה, זאלט איר זאגן: פאטער, געהייליקט זאל ווערן דיין נאמען. זאל דיין מלכות קומען. \v 3 גיב אונדז יעדן טאג אונדזער טעגלעך ברויט! \v 4 און פארגיב אונדז אונדזערע זינד, ווארום מיר אליין זענען אויך מוחל יעדן איינעם, וואס איז אונדז שולדיק. און ברענג אונדז נישט צו קיין נסיון. \p \v 5 און ער האט צו זיי געזאגט: ווער פון אייך וועט האבן א פריינד, און ער וועט גיין צו אים אין מיטן דער נאכט און זאגן צו אים: פריינד, ליי מיר דריי לעבלעך ברויט, \v 6 ווייל א פריינד מיינער איז געקומען פון אונטערוועגנס צו מיר, און איך האב נישט וואס אנידערצולייגן פאר אים; \v 7 און יענער אינעווייניק ענטפערנדיק וועט זאגן: זיי מיך נישט מטריח; די טיר איז שוין צוגעשלאסן, און מיינע קינדער זענען מיט מיר אין בעט; איך קען נישט אויפשטיין און דיר געבן! \v 8 איך זאג אייך; אויב ער וועט נישט אויפשטיין און אים געבן, מחמת ער איז זיין פריינד, דאך צוליב זיין עזות פנימדיקייט וועט ער אויפשטיין און אים געבן, אזויפיל וויפל ער באדארף. \v 9 און איך זאג אייך: בעט, און עס וועט אייך געגעבן ווערן, זוכט, און איר וועט געפינען; קלאפט אָן, און עס וועט אייך אויפגעמאכט ווערן! \v 10 ווארום יעדער איינער, וואס בעט, באקומט; און ווער עס זוכט, געפינט; און דעם, וואס קלאפט אָן, וועט אויפגעמאכט ווערן. \v 11 און וועמען פון אייך, וואס איז א פאטער, דער זון וועט בעטן ברויט, צי וועט ער אים דען געבן א שטיין? אדער פיש, צי וועט ער דען אים געבן א שלאנג אנשטאט פיש? \v 12 אדער אויב ער וועט בעטן אן איי, צי וועט ער דען אים געבן אן עקדיש? \v 13 דעריבער, אויב איר, זייענדיק שלעכט, ווייסט צו געבן גוטע גאב צו אייערע קינדער, על אחת כמה וכמה וועט דער פאטער פון הימל געבן דעם רוח הקודש צו די, וואס בעטן אים! \p \v 14 און ער האט ארויסגעטריבן א בייזן גייסט, וואס איז געווען שטום. און עס איז געשען, ווען דער בייזער גייסט איז ארויסגעגאנגען, האט דער שטומער גערעדט; און די מאסן האבן געשטוינט. \v 15 אייניקע אבער פון זיי האבן געזאגט: דורך דעם בעל‑זבול, דעם שר פון די בייזע גייסטער, טרייבט ער ארויס די בייזע גייסטער. \v 16 און אנדערע, אויספרואוונדיק אים, האבן פון אים פארלאנגט א צייכן פון הימל. \v 17 ער אבער, ווייל ער האט געוואוסט פון זייערע געדאנקען, האט צו זיי געזאגט: יעדע מלוכה, וואס איז צעטיילט קעגן זיך אליין, ווערט פארוויסט; און א הויז פאלט אויף א הויז. \v 18 און אפילו דער שׂטן, אויב ער איז צעטיילט קעגן זיך אליין, וויאזוי וועט זיין קעניגרייך האבן א קיום? ווייל איר זאגט, דורך דעם בעל‑זבול טרייב איך ארויס די בייזע גייסטער. \v 19 און אויב איך טרייב ארויס די בייזע גייסטער דורך דעם בעל‑זבול, דורך וועמען טרייבן אייערע קינדער זיי ארויס? דערפאר וועלן זיי זיין אייערע שופטים. \v 20 אויב אבער איך טרייב ארויס די בייזע גייסטער מיט דעם פינגער פון ה׳, אזוי איז דאס קעניגרייך פון ה׳ שוין געקומען צו אייך! \v 21 ווען דער גיבור, פעליק באוואפנט, באוואכט זיין הויף, בלייבט זיין פארמעגן אין פרידן; \v 22 ווען אבער א שטארקערער פון אים קומט און באזיגט אים, וועט ער אוועקנעמען זיינע כלי זין, אויף וועלכע ער האט זיך פארלאזט, און וועט צעטיילן זיין רויב. \v 23 ווער עס איז נישט מיט מיר, דער איז קעגן מיר; און ווער עס זאמלט נישט איין מיט מיר, דער צעשפרייט. \v 24 ווען דער אומריינער גייסט גייט ארויס פון דעם מענטשן, גייט ער אדורך איבער ערטער, וואו עס איז קיין וואסער נישטא, זוכנדיק מנוחה; און ווייל ער געפינט נישט, זאגט ער: איך וועל מיך אומקערן צו דעם הויז מיינעם, פון וואנען איך בין ארויס. \v 25 און ער קומט און געפינט עס אויסגעקערט און אויסגעצירט. \v 26 דעמאלט גייט ער און נעמט מיט זיבן אנדערע ערגערע גייסטער ווי ער איז אליין, און זיי גייען אריין און וואוינען דארטן, און דער סוף פון יענעם מענטשן ווערט ערגער ווי דער אנהויב. \p \v 27 און עס איז געשען, בשעת ער האט דאס גערעדט, האט א געוויסע פרוי פון דעם המון מענטשן אויפגעהויבן איר קול און געזאגט צו אים: אז וואויל איז דעם מוטערלייב, וואס האט דיך געטראגן, און די בריסט, וועלכע דו האסט געזויגן! \v 28 ער אבער האט געזאגט: יא, וואויל איז די, וואס הערן ה׳ס ווארט, און היטן עס אפ! \p \v 29 ווי אבער מאסן מענטשן האבן אהערגעשטראמט צו אים, האט ער אנגעהויבן צו זאגן: דאס דאזיקע דור איז א בייז דור! עס פארלאנגט א צייכן; און קיין צייכן וועט אים נישט געגעבן ווערן אחוץ דאס צייכן פון יונה. \v 30 ווארום אזוי ווי יונה איז געווארן א צייכן פאר די אנשי נינוה, אזוי וועט דער בר אנש זיין פאר דעם דאזיקן דור. (יונה א, יז.) \v 31 די מלכה פון תימן וועט אויפשטיין אינם משפט מיט די לייט פון דעם דאזיקן דור און וועט זיי פארמשפטן; ווייל זי איז געקומען פון די עקן פון דער ערד, צו הערן שלמהס חכמה און זע, דא געפינט זיך א גרעסערער ווי שלמה! (מלכים א י, א-יג.) \v 32 מענער פון נינוה וועלן אויפשטיין אינם משפט מיט דעם דאזיקן דור און וועלן עס פארמשפטן; ווייל זיי האבן תשובה געטאן אויף יונהס רוף; און זע, דא געפינט זיך א גרעסערער ווי יונה. (יונה ג.) \p \v 33 קיינער צינדט נישט אָן קיין ליכט און שטעלט עס אויף א פארבארגן ארט, אויך נישט אונטער א מאסשעפל, נאר אויף א לייכטער, כדי די, וואס קומען אריין, זאלן זען דעם העלן שיין. \v 34 דאס ליכט פון דעם קערפער איז דאס אויג דיינס. ווען דיין אויג איז געזונט, איז אויך דיין גאנצער קערפער ליכטיק; אויב אבער עס איז שלעכט, איז אויך דער גאנצער גוף דיינער חושך. \v 35 גיב זשע אכטונג, אז דאס ליכט אין דיר זאל נישט זיין קיין פינצטערניש! \v 36 אויב דעריבער דיין גאנצער קערפער איז ליכטיק, אז ער האט נישט קיין פינסטערן חלק, וועט ער זיין אינגאנצן ליכטיק, ווי ווען דאס ליכט באשטראלט דיך מיט זיין שיין. \p \v 37 און בשעת ער האט גערעדט, האט א פרוש אים פארבעטן, אז ער זאל עסן ביי אים. און ער איז אריינגעגאנגען און האט זיך געזעצט צום טיש. \v 38 און דער פרוש האט זיך געוואונדערט, זעענדיק, אז ער האט זיך נישט צו ערשט געוואשן פארן עסן. \v 39 און דער האר האט געזאגט צו אים: איצט מאכט איר, פרושים, ריין דעם בעכער און די שיסל פון אויסנווייניק, דאס אינעווייניקסטע אבער אין אייך איז פול מיט גזלה און רשעות. \v 40 נאראנים וואס איר זענט! צי האט דען נישט דער, וואס האט געמאכט דאס אויסנווייניקסטע, אויך געמאכט דאס אינעווייניקסטע? \v 41 גיט נאר צדקה פון דעם, וואס איז דרינען, און זע, אלץ איז ריין פאר אייך! \v 42 נאר וויי איז צו אייך פרושים, ווייל איר גיט אפ מעשר פון מיענטע און רוטע און פון יעדן קרייטעכצער, און זענט עובר אויף דעם משפט און דער ליבע פון ה׳; די דאזיקע האט איר געדארפט טאן און יענע אויך נישט אויסלאזן. \v 43 וויי איז צו אייך פרושים, ווייל איר האט ליב צו זיצן אויבנאן אין שול און אז מען זאל אייך אפגעבן שלום אויף די מערקפלעצער. \v 44 וויי איז צו אייך, אז איר זענט ווי קברים, וואס מען דערקענט נישט; און די מענטשן, וואס גייען ארום אויף זיי, ווייסן עס נישט! \p \v 45 און איינער פון די חכמים האט ענטפערנדיק געזאגט צו אים: רבי, ווען דו זאגסט די דאזיקע זאכן, באליידיקסטו אונדז אויך! \v 46 ער אבער האט געזאגט: וויי איז אויך צו אייך, חכמי התורה; ווייל איר באלאדנט די מענטשן מיט שווערע משאות, וואס מען קען זיי קוים דערטראגן, און איר אליין רירט אפילו נישט אָן די לאסטן מיט איינעם פון אייערע פינגער. \v 47 וויי איז צו אייך, ווייל איר בויט די קברים פון די נביאים, וואס אייערע פאטערס האבן זיי געהרגעט. \v 48 אָט אזוי־אָ זענט איר עדות און איר האט א וואוילגעפעלן אין די מעשים פון די פאטערס אייערע; ווייל זיי האבן זיי געטייט, איר אבער בויט די קברים. \v 49 צוליב דעם האט אויך די חכמה פון ה׳ געזאגט: איך וועל שיקן צו זיי נביאים און שליחים, און א טייל פון זיי וועלן זיי אומברענגען און רודפן; \v 50 כדי דאס בלוט פון אלע נביאים, וואס איז פארגאסן געווארן זינט דער וועלטבאשאפונג, זאל געפאדערט ווערן פון דעם דאזיקן דור, \v 51 פון דעם בלוט פון הבל ביז צום בלוט פון זכריה, וואס איז אומגעקומען צווישן דעם מזבח און דעם בית (המקדש); יא, איך זאג אייך, עס וועט געפאדערט ווערן פון דעם דאזיקן דור, \v 52 וויי צו אייך, חכמי התורה, ווייל איר האט אוועקגענומען דעם שליסל פון וויסן; אליין זענט איר נישט אריינגעגאנגען, און די, וואס האבן געוואלט אריינגיין, האט איר פארווערט! \p \v 53 און ווען ער איז ארויסגעגאנגען פון דארטן, האבן די סופרים און די פרושים אנגעהויבן צוצושטיין צו אים און אים צו שטעלן קשיות איבער מערערע זאכן מיט פארביטערונג; \v 54 לויערנדיק אויף אים, צו כאפן עפעס פון זיין מויל. \c 12 \cl קאפיטל צוועלף \p \v 1 דערווייל האט זיך פארזאמלט א המון פון טויזנטער מענטשן, אזוי אז זיי האבן זיך געטרעטן איינס דאס אנדערע, האט ער אנגעהויבן צום ערשט צו זאגן צו זיינע תלמידים: היט זיך פאר דעם זויערטייג פון די פרושים, וועלכעס איז צביעות. \v 2 און עס איז נישטא קיין באהאלטענע זאך, וואס וועט נישט אנטפלעקט ווערן, און קיין פארבארגענע זאך, וואס וועט נישט באקאנט געמאכט ווערן. \v 3 דערפאר, אלץ וואס איר האט גערעדט אין דער פינצטערניש, וועט געהערט ווערן אין דער ליכטיקייט; און וואס איר האט געזאגט אויפן אויער בחדרי חדרים, דאס וועט אויסגערופן ווערן אויף די דעכער. \v 4 איך זאג אייך אבער, מיינע פריינד: האט נישט קיין מורא פאר די, וואס טייטן דעם גוף און נאך דעם זענען נישט ביכולת עפעס מער צו טאן. \v 5 איך וועל אייך אבער ווייזן פאר וועמען איר זאלט מורא האבן: האט מורא פאר אים, וואס נאכן טייטן, האט ער די מאכט אריינצואווארפן אין גיהנום אריין; יא, איך זאג אייך, פאר דעם דאזיקן זאלט איר מורא האבן! \v 6 צי פארקויפט מען דען נישט פינף פייגעלעך פאר צוויי איסרים? און קיין איינס פון זיי איז נישט פארגעסן פאר ה׳. \v 7 נאר אפילו די האר פון אייער קאפ זענען אלע געציילט. האט נישט קיין מורא! איר זענט ווערט מער ווי א סך פייגעלעך. \v 8 איך זאג אייך אבער: יעדער איינער, וואס וועט זיך באקענען צו מיר פאר מענטשן, וועט אויך דער בר אנש זיך באקענען צו אים פאר די מלאכים פון ה׳; \v 9 דער אבער, וואס פארלייקנט מיך פאר מענטשן, וועט פארלייקנט ווערן פאר די מלאכים פון ה׳. \v 10 און יעדער איינער, וואס וועט זאגן א ווארט אנטקעגן דעם בר אנש וועט עס אים פארגעבן ווערן; ווער אבער עס לעסטערט דעם רוח הקודש, דעם וועט נישט פארגעבן ווערן. \v 11 און ווען מען פירט אייך פאר די שולן און פאר די פירשטן און פאר די געוועלטיקער, זאלט איר נישט זארגן, וויאזוי אדער מיט וואס איר זאלט זיך פארטיידיקן אדער וואס איר זאלט זאגן; \v 12 ווארום דער רוח הקודש וועט אייך לערנען אין דער זעלביקער שעה, וואס איר דארפט זאגן. \p \v 13 און עמיצער אויס דעם המון מענטשן האט צו אים געזאגט: רבי, זאג דעם ברודער מיינעם, אז ער זאל זיך טיילן מיט מיר מיט דער ירושה! \v 14 ער אבער האט צו אים געזאגט: מענטש, ווער האט מיך באשטימט פאר א שופט אדער צעטיילער איבער אייך? \v 15 ער האט אבער צו זיי געזאגט: גיט אכטונג און היט זיך פאר יעדער געלטגייציקייט! ווייל דאס לעבן פון א מענטשן באשטייט נישט אין דער שפע פון זיין פארמעגן. \v 16 און האט זיי געזאגט א משל, אזוי צו זאגן: א געוויסן עושרס לאנד האט אריינגעברענגט א גוטן שניט; \v 17 און ער האט זיך מישב געווען, זאגנדיק: וואס זאל איך טאן, אז איך האב נישט וואו איינצוזאמלען מיינע פירות? \v 18 און האט געזאגט: דאס דאזיקע וועל איך טאן: איך וועל צעשטערן מיינע שפייכלערס און בויען גרעסערע און וועל דארטן איינזאמלען די גאנצע תבואה און די גיטער מיינע; \v 19 און איך וועל זאגן צו מיין זעל: נשמה מיינע, האסט א סך גוטע זאכן ליגן אויף פיל יארן; האב מנוחה, עס, טרינק און לאז דיר וואוילגיין! \v 20 ה׳ אבער האט צו אים געזאגט: דו נאר, אין דער דאזיקער נאכט וועט דיין זעל פון דיר געפאדערט ווערן; און פאר וועמען וועט עס זיין, וואס דו האסט אנגעגרייט? \v 21 אָט אזוי גייט עס דעם, וואס זאמלט אוצרות פאר זיך און איז נישט רייך אין ה׳. \p \v 22 און ער האט געזאגט צו זיינע תלמידים: צוליב דעם זאג איך אייך: זארגט נישט פאר אייער לעבן, וואס איר וועט עסן; אויך נישט פאר אייער גוף, וואס איר וועט זיך אנקליידן. \v 23 ווארום דאס לעבן איז מער ווי די שפייז און דער קערפער—ווי דאס מלבוש. \v 24 באטראכט די ראבן! אז נישט זיי זייען, נישט זיי שניידן, זיי האבן נישט קיין קאמער, נישט קיין שייער, און ה׳ דערנערט זיי דאך; וויפל מער זענט איר ווערט ווי די פייגל? \v 25 און ווער פון אייך מיט זיין זארגן קען צולייגן אן אייל צו זיין געוואוקס? \v 26 דעריבער, אויב איר זענט נישט אפילו בכוח צו טאן דאס קלענסטע, וואס זארגט איר זיך פאר די איבריקע זאכן? \v 27 באטראכט די ליליעס! ווי נישט זיי שפינען, נישט זיי וועבן; און איך זאג אייך, אפילו שלמה אין זיין גאנצער פראכט איז נישט געווען אנגעקליידט ווי איינע פון די דאזיקע. \v 28 און אויב ה׳ קליידט אזוי דאס גראז אויפן פעלד, וואס היינט איז עס און צומארגנס ווערט עס געווארפן אין אויוון אריין, וויפל מער אייך, איר קליינגלויביקע! \v 29 און פרעגט נישט נאך וואס איר וועט עסן און וואס איר וועט טרינקען און רעגט זיך נישט אויף. \v 30 ווארום צו די אלע זאכן שטרעבן די אומות העולם; אייער פאטער אבער ווייסט, אז איר דארפט די דאזיקע זאכן. \v 31 נאר זוכט זיין קעניגרייך און דאס וועט אייך צוגעגעבן ווערן. \v 32 האב נישט קיין מורא, דו קליינע סטאדע; ווייל עס איז וואוילגעפעלן דעם פאטער אייערן, אייך צו געבן דאס קעניגרייך! \v 33 פארקויפט אייער האב און גיט צדקה; מאכט זיך בייטלען, וואס ווערן נישט אלט; אן אוצר, וואס לאזט זיך נישט אויס, אין הימל, וואו קיין גנב דערנענטערט זיך נישט און קיין מילב צעשטערט אויך נישט. \v 34 ווארום וואו אייער אוצר איז, דארט וועט אויך אייער הארץ זיין. \p \v 35 זאלן אייערע לענדן זיין אנגעגורט און אייערע ליכט ברענען; \v 36 און זייט גלייך צו מענטשן, וואס ווארטן אויף זייער האר, ווען ער וועט זיך אומקערן פון דער חתונה, כדי ווען ער קומט און קלאפט אָן, זאלן זיי אים גלייך אויפעפענען. \v 37 וואויל איז יענע קנעכט, וועלכע ווען דער האר קומט געפינט ער זיי וואכנדיקע; באמת זאג איך אייך, ער וועט זיך ארומגארטלען און זיי אנידערזעצן צום טיש און צוגיין און זיי באדינען. \v 38 און אויב ער וועט קומען אינם צווייטן אדער דריטן משמר פון דער נאכט און וועט זיי אזוי געפינען, איז וואויל יענע קנעכט. \v 39 נאר דאס דאזיקע זאלט איר וויסן זיין, אז אויב דער בעל הבית וואלט געוואוסט אין וועלכער שעה דער גנב קומט, וואלט ער נישט דערלאזט מען זאל איינברעכן אין זיין הויז. \v 40 און איר זאלט זיין גרייט, ווייל דער בר אנש קומט אין א שעה, וואס איר שטעלט זיך נישט פאר. \p \v 41 און פעטרוס האט געזאגט: האר, צי זאגסטו דאס דאזיקע משל צו אונדז אדער אויך צו אלעמען? \v 42 און דער האר האט געזאגט: ווער זשע איז דער געטרייער און פארשטאנדיקער הויז פארוואלטער, וועלכען דער האר וועט באשטימען איבער זיין הויזגעזינד, אז ער זאל זיי געבן די מאס שפייז צו דער רעכטער צייט? \v 43 וואויל איז יענעם קנעכט, וואס ווען דער האר זיינער קומט, געפינט ער אים אזוי טאן. \v 44 באמת זאג איך אייך, אז ער וועט אים באשטימען איבער אלע זיינע גיטער. \v 45 אויב אבער יענער קנעכט וועט זאגן אין זיין הארצן: מיין האר זוימט זיך צו קומען; און וועט אנהויבן צו שלאגן די קנעכט און די דינסטן, אויך צו עסן און טרינקען און זיך אנצושכורן, \v 46 וועט דער האר פון יענעם קנעכט קומען אין א טאג, ווען ער דערווארט עס נישט און אין א שעה, וואס ער ווייסט נישט; און וועט אים צעשניידן אין צווייען און וועט לייגן זיין חלק מיט די ווידערשפעניקע. \v 47 יענער קנעכט אבער, וואס האט געוואוסט זיין הארס רצון און האט נישט צוגעגרייט, אדער געטאן לויט זיין ווילן, וועט ליידן א סך שלעק; \v 48 אבער דער, וואס האט נישט געוואוסט, און האט געטאן דאס, פאר וועלכן ער איז חייב שלעק, וועט ווייניק געשלאגן ווערן. און יעדען איינעם, וועמען א סך איז געגעבן געווארן, וועט א סך געפאדערט ווערן פון אים; און וועמען מען האט א סך אנפארטרויט, וועט מען מער פארלאנגען פון אים. \p \v 49 איך בין געקומען, צו ווארפן א פייער אויף דער ערד; און וואס וויל איך, אויב עס האט זיך שוין אנגעצונדן? \v 50 איך אבער האב א מקווה געטובלט צו ווערן, און ווי עס טוט מיר באנג, ביז זי וועט פארענדיקט ווערן! \v 51 איר מיינט, אז איך בין געקומען געבן שלום אויף דער ערד? ניין! איך זאג אייך, נאר פיל מער א מחלוקה; \v 52 ווארום פון איצט אָן וועלן זיין פינף אין איין הויז צעטיילט; דריי קעגן צוויי, און צוויי קעגן דריי. \v 53 עס וועלן זיין צעטיילט פאטער קעגן זון און זון קעגן פאטער; מוטער קעגן טאכטער און טאכטער קעגן דער מוטער; שוויגער קעגן איר שנור און שנור קעגן דער שוויגער. \p \v 54 און ער האט אויך געזאגט צו די המונים מענטשן: ווען איר זעט א וואלקן אויפגיין אין מערב, זאגט איר גלייך: עס קומט א רעגן; און אזוי געשעט עס. \v 55 און ווען עס בלאזט א דרום ווינט, זאגט איר; עס וועט זיין א היץ; און עס געשעט. \v 56 איר צבועקעס, דאס אויסזען פון דער ערד און פון דעם הימל ווייסט איר אויסצופארשן; און ווי איז עס וואס איר פארשט נישט די דאזיקע צייט? \v 57 און פארוואס משפט איר נישט פון זיך אליין, וואס איז גערעכט? \v 58 ווארום ווען דו גייסט מיט דיין קעגנער פארן שר, גיב דיר די מי אויפן וועג, אז דו זאלסט פטור ווערן פון אים (מיט גוטנס); טאמער וועט ער דיך אוועקשלעפן צום שופט, און דער שופט וועט דיך איבערגעבן צום שוטר, און דער שוטר וועט דיך אריינווארפן אין תפיסה אריין. \v 59 איך זאג דיר, דו וועסט בשום אופן פון דארטן נישט ארויס, ביז דו וועסט נישט האבן באצאלט די לעצטע פרוטה! \c 13 \cl קאפיטל דרייצן \p \v 1 און אין דער דאזיקער צייט זענען אייניקע געקומען און האבן אים דערציילט וועגן די גלילים, וועמעס בלוט פילאטוס האט אויסגעמישט מיט זייערע קרבנות. \v 2 און ער האט ענטפערנדיק צו זיי געזאגט: איר מיינט (אפשר), אז די דאזיקע גלילים זענען געווען גרעסערע חוטאים ווי אלע לייט פון גליל, ווייל זיי האבן אזעלכעס געליטן? \v 3 ניין, זאג איך אייך; נאר אויב איר וועט נישט תשובה טאן, וועט איר אלע אומקומען אויף אזא אופן. \v 4 אדער יענע אכצן, אויף וועלכע דער טורם איז איינגעפאלן אין שילוח און האט זיי געטייט, מיינט איר (אפשר), אז זיי זענען געווען חייב מער ווי אלע מענטשן, וואס וואוינען אין ירושלים? \v 5 ניין, זאג איך אייך; נאר אויב איר וועט נישט תשובה טאן, וועט איר אלע אויך אזוי אומקומען! \p \v 6 און ער האט געזאגט דאס דאזיקע משל: א געוויסער מאן האט געהאט א פייגנבוים, וואס איז געווען געפלאנצט אין זיין וויינגארטן; און ער איז געקומען און האט געזוכט פירות אויף אים, און האט נישט געפונען. \v 7 און ער האט געזאגט צום וויינגערטנער: זע, איך קום שוין דריי יאר און זוך פירות אויף דעם דאזיקן פייגנבוים און געפין נישט. האק אים אפ! פארוואס זאל ער נאך אומנוצלעך מאכן די ערד? \v 8 ער אבער האט ענטפערנדיק געזאגט צו אים: האר, לאז אים נאך דאס דאזיקע יאר, ביז איך וועל אים ארומגראבן און באמיסטיקן, \v 9 אפשר וועט ער אויף להבא ברענגען פרוכט; און אויב נישט, וועסטו אים אפהאקן! \p \v 10 און ער האט געלערנט אין איינער פון די שולן א שבתדיקן טאג. \v 11 און זע, דארט איז געווען א פרוי, וואס האט געהאט א גייסט פון קראנקייט אכצן יאר לאנג, און זי איז געווען צוזאמענגעקרימט און האט זיך נישט געקענט אויפשטעלן גלייך. \v 12 און ווי יהושע/ישוע האט זי דערזען, האט ער זי צוגערופן און צו איר געזאגט: פרוי, דו ביסט באפרייט פון דיין קראנקייט! \v 13 און האט ארויפגעלייגט אויף איר די הענט, און אין אן אויגנבליק איז זי אויפגעריכט געווארן און האט געלויבט ה׳. \v 14 און דער גבאי פון דער שול, בייזערנדיק זיך צוליב דעם, וואס יהושע/ישוע האט געהיילט אום שבת, האט ענטפערנדיק געזאגט צום עולם מענטשן: עס זענען פאראן זעקס טעג, אין וועלכע מען זאל ארבעטן; קומט זשע אין די דאזיקע און לאזט זיך היילן און נישט אין טאג פון שבת! \v 15 אבער דער האר האט אים געענטפערט און געזאגט: צבועקעס, צי בינדט דען נישט יעדער איינער פון אייך אויף אום שבת דעם אקס זיינעם אדער דאס אייזל פון דער קאריטע און פירט עס אוועק אנצוטרינקען? \v 16 און זי, וואס איז א בת אברהם, וועמען דער שׂטן האט געבונדן, זע, אכצן יאר לאנג, האט זי דען נישט געזאלט אויפגעבונדן ווערן פון דער דאזיקער געבונדנקייט אין דעם טאג פון שבת? \v 17 און ווען ער האט דאס געזאגט, זענען אלע זיינע קעגנער פארשעמט געווארן; און דער גאנצער עולם מענטשן האט זיך געפריידט איבער אלע וואונדערלעכע מעשים, וואס זענען געשען דורך אים. \p \v 18 דעריבער האט ער געזאגט: צו וואס איז דאס קעניגרייך פון ה׳ גלייך? און צו וואס זאל איך עס פארגלייכן? \v 19 עס איז גלייך צו א זענעפט קערנדל, וואס א מענטש האט גענומען און אריינגעווארפן אין זיין גארטן אריין. און עס איז אויפגעוואקסן און איז געווארן א בוים, און די פייגל פון הימל האבן זיך גענעסט אין זיינע צווייגן. \v 20 און ווידער האט ער געזאגט: צו וואס זאל איך פארגלייכן דאס קעניגרייך פון ה׳? \v 21 עס איז גלייך צו זויערטייג, וואס א פרוי האט אריינגעטאן אין דריי מאס זעמלמעל, ביז דאס גאנצע וועט זויער ווערן. \p \v 22 און ער איז געגאנגען איבער שטעט און דערפער לערנענדיק און מאכנדיק די נסיעה קיין ירושלים. \v 23 און עמיצער האט צו אים געזאגט: האר, זענען עס ווייניקע, וואס ווערן דערלייזט? ער אבער האט צו זיי געזאגט: \v 24 שטרעבט אריינצוגיין דורך דעם ענגן טויער, ווייל א סך, זאג איך אייך, וועלן זוכן אריינצוגיין און וועלן נישט קענען. \v 25 ווען איינמאל דער בעל הבית האט זיך אויפגעהויבן און פארשלאסן די טיר, און איר וועט אנהויבן צו שטיין אינדרויסן און קלאפן אין דער טיר און זאגן: האר, עפן אונדז אויף! און ער וועט ענטפערנדיק זאגן צו אייך: איך קען אייך נישט, פונוואנען איר זענט! \v 26 דעמאלט וועט איר אנהויבן צו זאגן: מיר האבן געגעסן פאר דיר און געטרונקען, און אויף אונדזערע גאסן האסטו געלערנט! \v 27 און ער וועט ענטפערן: איך זאג אייך, איך קען אייך נישט, פונוואנען איר זענט; אוועק פון מיר איר אלע, וואס טוט אומגערעכטיקייט! \v 28 דארט וועט זיין דאס קלאגן און קריצן מיט די ציין, ווען איר וועט זען אברהמן און יצחקן און יעקבן און אלע נביאים אין דעם קעניגרייך פון ה׳, אייך אליין אבער ארויסגעווארפן אינדרויסן! \v 29 און זיי וועלן קומען פון מזרח און מערב, פון צפון און דרום, און וועלן זיך אנידערזעצן אין דעם קעניגרייך פון ה׳. \v 30 און זע, עס זענען דא לעצטע, וואס וועלן זיין די ערשטע; און עס געפינען זיך ערשטע, וואס וועלן זיין די לעצטע. \p \v 31 אין דער זעלביקער שעה זענען צוגעקומען אייניקע פרושים און האבן געזאגט צו אים: גיי ארויס און גיי אוועק פונדאנען, ווייל הורדוס וויל דיך טייטן! \v 32 און ער האט געזאגט צו זיי: גייט און זאגט דעם דאזיקן פוקס: זע, איך טרייב ארויס בייזע גייסטער און איך טו רפואות היינט און מארגן, און דעם דריטן טאג קום איך צום סוף. \v 33 דאך מוז איך היינט און מארגן און איבערמארגן וואנדערן, ווייל עס געשיקט זיך נישט, אז א נביא זאל אומקומען מחוץ לירושלים. \v 34 אָ ירושלים, ירושלים, וואס טייט די נביאים און שטייניקט די, וואס זענען געשיקט צו איר! וויפל מאל האב איך שוין געוואלט איינזאמלען דיינע קינדער, ווי א הון אירע עופהלעך אונטער די פליגל, און איר האט נישט געוואלט! \v 35 אָט ווערט אייך איבערגעלאזט אייער הויז וויסט; איך זאג אייך אבער, איר וועט מיך מער נישט זען, ביז עס וועט קומען דער טאג, ווען איר וועט זאגן: ברוך הבא בשם ה׳! (געבענטשט איז דער, וואס קומט אין נאמען פון האר ג‑ט). (תהלים קיח, כו.) \c 14 \cl קאפיטל פערצן \p \v 1 און עס איז געשען, ווען ער איז א שבת אריינגעגאנגען אינם הויז פון איינעם פון די הויפט פרושים, כדי צו עסן ברויט, און זיי האבן געלויערט אויף אים. \v 2 און זע, א מענטש, א וואסער געשווילעכץ, איז געווען פאר אים. \v 3 און יהושע/ישוע האט ענטפערנדיק געזאגט צו די חכמי התורה און פרושים, אזוי צו זאגן: צי מעג מען שבת היילן אדער נישט? \v 4 זיי אבער האבן געשוויגן. און ער האט אים גענומען און געהיילט און האט אים אוועקגעשיקט. \v 5 און האט צו זיי געזאגט: ווער פון אייך, וועמעס א זון אדער אן אקס איז אריינגעפאלן אין א ברונעם, און וועט ער דען אים נישט גלייך ארויסשלעפן אינם טאג פון שבת? \v 6 און זיי האבן אים נישט געקענט ענטפערן דערויף. \p \v 7 און ער האט געזאגט א משל צו די געסט, ווען ער האט באמערקט, ווי זיי האבן זיך אויסגעקליבן די ערטער אויבנאן; און האט געזאגט צו זיי: \v 8 ווען דו ווערסט פון עמיצן פארבעטן אויף א חתונה, זעץ דיך נישט אנידער אויף דעם ערשטן ארט אויבנאן; טאמער וועט א חשובערער פון דיר זיין פארבעטן פון אים, \v 9 און דער, וואס האט דיך און אים איינגעלאדן, וועט קומען און זאגן צו דיר: גיב אים דאס ארט! און דעמאלט וועסטו אנהויבן מיט חרפה צו פארנעמען דאס לעצטע ארט. \v 10 נאר ווען דו ווערסט פארבעטן, גיי און זעץ דיך אויף דעם לעצטן ארט, כדי ווען דער, וואס האט דיך פארבעטן, וועט קומען, זאל ער זאגן צו דיר: פריינד רוק דיך ארויף העכער! דעמאלט וועסטו האבן כבוד פאר אלע, וואס זיצן ביים טיש מיט דיר. \v 11 ווייל יעדער איינער, וואס דערהייבט זיך אליין, וועט דערנידעריקט ווערן, און ווער עס דערנידעריקט זיך אליין, דער וועט דערהייבט ווערן. \p \v 12 ער האט אבער אויך געזאגט צו דעם, וואס האט אים פארבעטן: ווען דו מאכסט א מיטאג אדער אן אוונט מאלצייט, לאד נישט איין דיינע פריינד, נישט דיינע ברידער, נישט דיינע קרובים, נישט קיין רייכעס שכנים, טאמער וועלן זיי אויך דיך ווידער איינלאדן און עס וועט ווערן פאר דיר א פארגעלטונג. \v 13 נאר ווען דו מאכסט א שמחה, לאד איין ארעמעלייט, קאליקעס, לאמע, בלינדע, \v 14 און דו וועסט זיין געבענטשט; ווייל זיי האבן נישט וואס דיר צו פארגעלטן; ווארום עס וועט דיר פארגעלטן ווערן אין דער אויפשטיין תחית המתים פון די צדיקים. \p \v 15 און הערנדיק דאס, האט איינער פון די מיטזיצנדיקע געזאגט צו אים: וואויל איז דעם, וואס עסט ברויט אין דעם קעניגרייך פון ה׳! \v 16 ער אבער האט צו אים געזאגט: א געוויסער מענטש האט געמאכט א גרויסע סעודה, און פילע פארבעטן; \v 17 און האט געשיקט זיין קנעכט אין דער שעה פון דער סעודה, צו זאגן צו די פארבעטענע: קומט, ווייל אלץ איז שוין גרייט! \v 18 און אלע ווי איינער האבן אנגעהויבן זיך צו אנטשולדיקן. דער ערשטער האט צו אים געזאגט: איך האב געקויפט א פעלד און בין געצוואונגען, ארויסצוגיין עס צו באזען; איך בעט דיך, זיי מיר מוחל! \v 19 און אן אנדערער האט געזאגט: איך האב געקויפט פינף יאך אקסן, און איך גיי זיי אויספרובירן; איך בעט דיך, זיי מיר מוחל! \v 20 נאך אן אנדערער האט געזאגט: איך האב גענומען א ווייב, און צוליב דעם קען איך נישט קומען! \v 21 און ווען דער קנעכט איז צוריקגעקומען, האט ער דאס דערציילט דעם האר זיינעם. דעמאלט איז דער בעל הבית צארנדיק געווארן, און האט געזאגט צו זיין קנעכט: גיי גיך ארויס אויף די גאסן און געסלעך פון דער שטאט, און ברענג אהער די ארעמעלייט און קאליקעס און בלינדע און לאמע! \v 22 און דער קנעכט האט געזאגט: האר, עס איז געשען, ווי דו האסט באפוילן, און עס איז נאך דא ארט! \v 23 און דער האר האט געזאגט צו דעם קנעכט: גיי ארויס אויף די וועגן און פלויטן און צווינג זיי אריינצוקומען, כדי מיין הויז זאל ווערן פול! \v 24 ווארום איך זאג אייך, אז קיין איינער פון יענע מענער, וואס זענען פארבעטן געווארן, וועט נישט טועם זיין פון מיין סעודה. \p \v 25 און עס זענען מיטגעגאנגען מיט אים גרויסע מאסן מענטשן, און ער האט זיך אויסגעדרייט, און צו זיי געזאגט: \v 26 אויב עמיצער קומט צו מיר און האסט נישט זיין פאטער און מוטער און דאס ווייב און די קינדער און די ברידער און די שוועסטער, און דערצו אויך זיין אייגן לעבן, קען ער נישט זיין מיין תלמיד. \v 27 ווער עס טראגט נישט זיין בוים און גייט מיר נאך, דער קען נישט זיין מיין תלמיד. \v 28 ווארום ווער פון אייך, וועלנדיק בויען א טורם, וועט זיך נישט קודם כל אנידערזעצן און בארעכענען די קאסטן, צי ער האט צו פארענדיקן? \v 29 כדי טאמער, ווען ער וועט האבן געלייגט דעם פונדאמענט און נישט קענענדיק פארענדיקן, וועלן אלע, וואס זען עס, אנהויבן צו שפאטן פון אים, \v 30 אזוי צו זאגן: דער דאזיקער מענטש האט אנגעהויבן בויען, און נישט געקענט פארענדיקן! \v 31 אדער וועלכער קעניג, וואס גייט ארויס מלחמה האלטן מיט אן אנדערן קעניג, זעצט זיך נישט קודם כל אנידער צו באראטן, צי עס איז מעגלעך, מיט צען טויזנט צו באגעגענען דעם, וואס קומט קעגן אים מיט צוואנציק טויזנט? \v 32 אויב אבער נישט, שיקט ער שליחים צו אים בשעת יענער איז נאך ווייט, און בעט שלום. \v 33 דעריבער אויך אזוי יעדער איינער פון אייך, וואס וועט זיך נישט שפאטן פון אלעם, וואס ער האט, קען נישט זיין מיין תלמיד. \v 34 דאס זאלץ איז טאקע גוט; אויב אבער אויך דאס זאלץ זאל פארלוירן זיין טעם, מיט וואס וועט מען עס ווירצן? \v 35 עס טויג מער נישט פאר דער ערד, נישט פאר דעם מיסט הויפן; מען ווארפט עס ארויס. ווער עס האט אויערן צו הערן, דער זאל הערן! \c 15 \cl קאפיטל פיפצן \p \v 1 און עס האבן זיך דערנענטערט צו אים אלע שטייער אויפמאנער און חוטאים, כדי אים צו הערן. \v 2 און די פרושים און סופרים האבן געמורמלט, אזוי צו זאגן: דער דאזיקער נעמט אויף חוטאים און עסט מיט זיי! \p \v 3 און ער האט געזאגט צו זיי דאס דאזיקע משל, אזוי צו זאגן: \v 4 וועלכער מענטש פון אייך, האבנדיק הונדערט שאף און פארלירנדיק איינע פון זיי, לאזט נישט איבער די ניין און ניינציק אין דער מדבר און גייט נאך דער פארלוירענער, ביז ער געפינט זי? \v 5 און ווען ער האט זי געפונען, לייגט ער זי אויף זיינע שולטער מיט שמחה; \v 6 און קומענדיק אהיים, רופט ער צונויף זיינע פריינד און די שכנים, און זאגט צו זיי: פריידט זיך מיט מיר, ווייל איך האב געפונען מיין שאף, וואס איז פארלוירן געגאנגען. \v 7 איך זאג אייך, אָט אזוי וועט זיין א שמחה אין הימל איבער איין חוטא, וואס טוט תשובה, מער ווי איבער ניין און ניינציק צדיקים, וואס דארפן נישט קיין תשובה. \p \v 8 אדער וועלכע פרוי, וואס האט צען דראכמעס, ווען זי פארלירט איין דראכמע, צינדט נישט אָן א ליכט, און קערט אויס דאס הויז, און זוכט מיט פלייס, ביז זי געפינט זי? \v 9 און ווען זי האט געפונען, רופט זי צונויף אירע פריינט און שכנות, און זאגט: פריידט זיך מיט מיר; ווייל איך האב געפונען די דראכמע, וואס איך האב פארלוירן! \v 10 אָט אזוי, זאג איך אייך, ווערט א שמחה פאר די מלאכים פון ה׳ איבער איין חוטא, וואס טוט תשובה. \p \v 11 און ער האט געזאגט: א געוויסער מענטש האט געהאט צוויי זין. \v 12 און דער יונגערער פון זיי האט געזאגט צום פאטער: פאטער, גיב מיר דעם חלק פארמעגן, וואס פאלט מיר צו! און ער האט זיי צעטיילט דאס האב און גוטס. \v 13 און אין ווייניקע טעג ארום האט דער יונגערער זון אלץ צונויפגעזאמלט, און זיך אוועקגעלאזט אין א ווייט לאנד אריין; און דארט פארשווענדט זיין פארמעגן אין אן אויסגעלאסן לעבן. \v 14 און ווען ער האט שוין געהאט אלץ פארברויכט, איז געווארן א שטארקער הונגער איבער יענעם גאנצן לאנדן; און ער האט אנגעהויבן צו ליידן נויט. \v 15 און ער איז געגאנגען און האט זיך באהאפטן צו איינעם פון די בירגער פון יענעם לאנד; און ער האט אים געשיקט אין זיינע פעלדער אריין צו פאשען חזירים. \v 16 און ער האט געגארט אנצופילן זיין בויך מיט די שויטן, וואס די חזירים האבן געפרעסן; און קיינער האט עס אים נישט געגעבן. \v 17 ווען אבער ער איז געקומען צו זיך, האט ער געזאגט: אָ, וויפל לוין ארבעטער פון מיין פאטער האבן ברויט בשפע, און איך גיי דא אויס פאר הונגער! \v 18 איך וועל אויפשטיין און גיין צו דעם פאטער מיינעם, און וועל זאגן צו אים, פאטער, איך האב געזינדיקט קעגן הימל און פאר דיר; \v 19 איך בין מער נישט ווערט גערופן צו ווערן דיין זון; מאך מיך ווי איינעם פון דיינע לוין ארבעטער. \v 20 און ער איז אויפגעשטאנען, און איז אוועק צו זיין פאטער. בשעת אבער ער איז נאך געווען ווייט, האט דער פאטער זיינער אים געזען און האט זיך דערבארעמט, און איז געלאפן, און אים געפאלן אויף זיין האלדז, און האט אים געקושט. \v 21 און דער זון האט צו אים געזאגט: פאטער, איך האב געזינדיקט קעגן הימל און פאר דיר, איך בין מער נישט ווערט גערופן צו ווערן דיין זון. \v 22 דער פאטער אבער האט געזאגט צו זיינע קנעכט: ברענגט געשווינט ארויס דאס בעסטע מלבוש און קליידט אים אָן; און גיט אים א רינג אויף זיין האנט, און שיך אויף די פיס; \v 23 און ברענגט דאס געשטאפטע קאלב, שחט עס, און לאמיר עסן און זיך לאזן וואוילגיין; \v 24 ווייל דער דאזיקער זון מיינער איז געווען טויט, און איז ווידער לעבעדיק געווארן; ער איז געווען פארלוירן, און איז געפונען געווארן. און זיי האבן אנגעהויבן זיך משמח צו זיין. \v 25 אבער זיין עלטערער זון איז געווען אין פעלד; און ווען ער איז געקומען און זיך דערנענטערט צום הויז, האט ער געהערט קלעזמער מוזיק און טאנץ. \v 26 און ער האט צוגערופן איינעם פון די קנעכט, און האט געפרעגט וואס דאס זאל באטייטן. \v 27 און ער האט אים געזאגט: דיין ברודער איז געקומען; און דיין פאטער האט געשחטן דאס געשטאפטע קאלב, ווייל ער האט אים צוריק באקומען א געזונטן. \v 28 און ער איז צארנדיק געווארן, און האט נישט געוואלט אריינגיין; זיין פאטער אבער איז ארויסגעקומען און האט אים געבעטן. \v 29 ער אבער האט ענטפערנדיק געזאגט צום פאטער: אָט שוין אזוי פיל יארן דין איך דיך, און האב נאך קיינמאל נישט עובר געווען אויף דיינס א געבאט; און מיר האסטו נאך קיינמאל נישט געגעבן קיין ציגנבאק, כדי איך זאל מיך משמח זיין מיט מיינע פריינד; \v 30 ווען אבער דער דאזיקער זון דיינער איז געקומען, וועלכער האט פארצערט דיין האב און גוטס מיט זונות, האסטו געשחטן פאר זיינעטוועגן דאס געשטאפטע קאלב! \v 31 האט ער צו אים געזאגט; מיין קינד, דו ביסט תמיד מיט מיר, און אלץ, וואס איז מיין, איז דיין. \v 32 מען האט זיך אבער געדארפט לאזן וואוילגיין און משמח זיין; ווייל דער דאזיקער ברודער דיינער איז געווען טויט, און איז לעבעדיק געווארן; און ער איז געווען פארלוירן און איז ווידער געפונען געווארן! \c 16 \cl קאפיטל זעכצן \p \v 1 און ער האט אויך געזאגט צו די תלמידים: עס איז געווען א געוויסער רייכער מענטש, וואס האט געהאט א פארוואלטער; און דער דאזיקער איז פאר אים אנגעקלאגט געווארן, אז ער פארשווענדט אים זיין פארמעגן. \v 2 און ער האט אים גערופן און געזאגט צו אים: וואס איז דאס וואס איך הער וועגן דיר? גיב אפ א חשבון פון דיין פארוואלטונג; ווארום דו קענסט לענגער נישט זיין פארוואלטער! \v 3 און דער פארוואלטער האט צו זיך געזאגט; וואס זאל איך טאן? מיין האר נעמט אוועק פון מיר די פארוואלטונג! גראבן קען איך נישט; בעטלען שעם איך מיך. \v 4 איך ווייס, וואס איך וועל טאן, כדי ווען איך וועל אפגעשאפט ווערן פון דער פארוואלטונג, זאלן זיי מיך אויפנעמען אין זייערע הייזער אריין. \v 5 און ער האט גערופן צו זיך יעדן איינעם פון זיין הארס בעלי חובות, און האט געזאגט צו דעם ערשטן: וויפל ביסטו שולדיק דעם האר מיינעם? \v 6 האט ער געזאגט: הונדערט מאס אייל. און ער האט צו אים געזאגט: נעם דיין שטר און זעץ דיך אנידער און שרייב גיך פיפציק. \v 7 דערנאך האט ער געזאגט צו אן אנדערן: און וויפל ביסטו שולדיק? האט דער געזאגט: הונדערט צענטנער ווייץ. זאגט ער צו אים: נעם דיין שטר און שרייב א אכציק. \v 8 און דער האר האט געלויבט דעם אומגערעכטן פארוואלטער, ווייל ער האט קלוג געטאן; מחמת די קינדער פון דער דאזיקער וועלט זענען קליגער אין זייער דור ווי די קינדער פון דעם ליכט. \v 9 און איך זאג אייך: מאכט אייך פריינד מיט דעם ממון פון אומגערעכטיקייט, כדי ווען עס וועט אויסגיין, זאלן זיי אייך אויפנעמען אין די אייביקע וואוינונגען אריין. \v 10 ווער עס איז געטריי אינם קלענסטן, דער איז אויך געטריי אין א סך; און ווער עס איז אומגערעכט אינם קלענסטן, דער איז אויך אומגערעכט אין א סך. \v 11 דעריבער אויב איר זענט נישט געווען געטריי אין דעם אומגערעכטן ממון, ווער וועט אייך אנפארטרויען דאס אמתע? \v 12 און אויב איר זענט נישט געווען געטריי מיט יענעמס, ווער וועט אייך געבן אייער אייגנס? \v 13 קיין קנעכט קען נישט דינען צוויי הארן; ווארום אדער ער וועט דעם איינעם פיינט האבן און דעם אנדערן ליב האבן, אדער ער וועט זיך באהעפטן צו איינעם און דעם אנדערן מבזה זיין, איר קענט נישט דינען ה׳ און ממון! \p \v 14 און דאס אלץ האבן די פרושים געהערט, וואס זענען געווען געלט ליבהאבער, און האבן אפגעשפאט פון אים. \v 15 און ער האט צו זיי געזאגט: איר זענט עס, וואס גערעכטפערטיקן זיך פאר מענטשן, ה׳ אבער קען אייערע הערצער; ווייל דאס וואס איז הויך ביי מענטשן, איז אן אומווירדיקייט פאר ה׳. \v 16 די תורה און די נביאים זענען געווען ביז יוחנן; פון דעמאלט אָן ווערט אנגעזאגט די גוטע בשורה פון דעם קעניגרייך פון ה׳, און יעדער איינער דרינגט אריין דערין מיט געוואלד. \v 17 עס איז אבער לייכטער, אז דער הימל און די ערד זאלן פארגיין, ווי איין נקודה פון דער תורה זאל פאלן. \v 18 יעדער איינער, וואס גט זיך מיט זיין ווייב און האט חתונה מיט אן אנדערער, איז מזנה; און ווער עס האט חתונה מיט א פרוי, וואס איז געגט פון איר מאן, דער איז מזנה. \p \v 19 עס איז געווען א רייכער מענטש, וואס האט זיך געקליידט אין פורפור און אין טייערע לייוונט, און האט געלעבט טאג איין טאג אויס אין תענוגים און וואוילטאג; \v 20 און א געוויסער ארעמאן מיטן נאמען אלעזר איז געלעגן פאר זיין טיר פול מיט געשווירן, \v 21 און האט געגארט זיך צו זעטיקן פון דעם, וואס איז אראפגעפאלן פון דעם רייכנס טיש; נאר עס זענען נאך אפילו געקומען די הינט און האבן געלעקט זיינע געשווירן. \v 22 און עס איז געשען, דער אביון איז געשטארבן, און איז אוועקגעטראגן געווארן פון די מלאכים אין אברהמס שויס אריין. און דער עושר איז אויך געשטארבן און איז באגראבן געווארן. \v 23 און אין שאול תחתית האט ער אויפגעהויבן זיינע אויגן, זייענדיק אין יסורים, און זעט אברהמען פונדערווייטנס און אלעזרן אין זיין שויס. \v 24 און ער האט א געשריי געטאן און געזאגט: פאטער אברהם, דערבארם דיך אויף מיר און שיק אלעזרן, אז ער זאל איינטונקען זיין שפיץ פינגער אין וואסער און מיר קילן מיין צונג; מחמת איך לייד פיין אין דעם דאזיקן פלאם! \v 25 אברהם אבער האט געזאגט: קינד, געדענק, אז דו האסט באקומען דיין גוטס ביי דיין לעבן, און אלעזר אויך אזוי דאס בייזע; איצט ווערט ער דא געטרייסט, דו אבער ווערסט געפייניקט. \v 26 און צו דעם אלעם איז צווישן אונדז און אייך פעסטגעלייגט א גרויסער תהום, אז די, וואס וואלטן געוואלט אריבערגיין פונדאנען צו אייך, זאלן עס נישט קענען, אויך זאל מען נישט אריבערקומען פון דארטן צו אונדז. \v 27 האט ער געזאגט: איך בעט דיך דעריבער, פאטער, אז דו זאלסט אים שיקן אין דעם הויז פון מיין פאטער; \v 28 ווארום איך האב פינף ברידער; כדי ער זאל זיי ווארנען, אז זיי זאלן אויך נישט קומען צו דעם דאזיקן ארט פון פיין! \v 29 אברהם אבער זאגט: זיי האבן (תורת) משה און די נביאים; זאלן זיי זיי הערן. \v 30 און ער האט געזאגט: ניין, פאטער אברהם, נאר אויב עמיצער פון די טויטע זאל קומען צו זיי, וועלן זיי תשובה טאן! \v 31 ער אבער האט געזאגט צו אים: אויב זיי וועלן נישט הערן משהן און די נביאים, וועלן זיי זיך אויך נישט לאזן איבערצייגן, אויב עמיצער וועט אויפשטיין פון די טויטע. \c 17 \cl קאפיטל זיבעצן \p \v 1 און ער האט געזאגט צו זיינע תלמידים: עס איז אומפארמיידלעך, אז מיכשולים זאלן נישט קומען; וויי איז אבער צו דעם, דורך וועמען זיי קומען! \v 2 עס וואלט געווען בעסער פאר אים, אויב א מילשטיין וואלט געלייגט געווארן ארום זיין האלדז, און ער וואלט אריינגעווארפן געווארן אין ים אריין, ווי אז ער זאל פארפירן צום שטרויכלען איינעם פון די דאזיקע קליינע. \v 3 גיט אכטונג אויף זיך אליין! ווען דער ברודער דיינער זינדיקט, זאלסטו אים זאגן מוסר; און אויב ער האט חרטה, זאלסטו אים מוחל זיין. \v 4 און ווען ער זאל זינדיקן זיבן מאל אין טאג קעגן דיר, און זיבן מאל זיך אומקערן צו דיר, אזוי צו זאגן: איך האב חרטה; זאלסטו אים פארגעבן. \p \v 5 און די שליחים האבן געזאגט צו דעם האר: פארמער אונדז דעם גלויבן! \v 6 און דער האר האט געזאגט: אויב איר וואלט געהאט אמונה ווי א זענעפט קערנדל, וואלט איר געזאגט צו דעם דאזיקן פייגנבוים: ווארצל דיך אויס און פארפלאנץ דיך אינם ים; און ער וואלט אייך געהארכט. \v 7 ווער אבער פון אייך, וואס האט א קנעכט אקערן אדער פאשען, וועט זאגן צו אים, ווען ער קומט אריין פונם פעלד; גיי זעץ דיך תיכף צום טיש? \v 8 צי וועט ער דען נישט זאגן צו אים: גרייט מיר צו עפעס אוונט עסן, און גארטל דיך ארום, און באדין מיך, ביז איך וועל אפעסן און אפטרינקען; און דערנאך וועסטו עסן און טרינקען? \v 9 צי דאנקט ער דען דעם קנעכט ווייל ער האט געטאן, וואס עס איז אים באפוילן געווארן? \v 10 און אזוי אויך איר, ווען איר וועט האבן געטאן אלץ, וואס איז אייך באפוילן געווארן, זאלט איר זאגן: מיר זענען אומנוצלעכע קנעכט; מיר האבן געטאן וואס עס איז געווען אונדזער חוב! \p \v 11 און עס איז געשען, אויף דער נסיעה קיין ירושלים, אז ער איז דורכגעגאנגען דורך דער מיט פון שומרון און גליל. \v 12 און בשעת ער איז אריינגעקומען אין א געוויס דארף אריין, האבן אים באגעגענט צען מצורעים, וועלכע זענען געשטאנען פונדערווייטנס; \v 13 און האבן אויפגעהויבן זייער קול, אזוי צו זאגן: יהושע/ישוע, האר, האב רחמנות אויף אונדז! \v 14 און ווי ער האט זיי דערזען, האט ער צו זיי געזאגט: גייט, ווייזט זיך צו די כהנים! און עס איז געשען, בשעת זיי זענען אוועקגעגאנגען, זענען זיי ריין געווארן. \v 15 איינער אבער פון זיי, זעענדיק אז ער איז געהיילט געווארן, האט זיך אומגעקערט און געלויבט ה׳ מיט א הויך קול, \v 16 און איז אנידערגעפאלן אויפן פנים פאר זיינע פיס, און האט אים געדאנקט; און ער איז געווען א שומרוני. \v 17 און יהושע/ישוע האט ענטפערנדיק געזאגט: צי זענען דען נישט די צען ריין געווארן? וואו אבער זענען די ניין? \v 18 צי האט זיך נישט געפונען קיינער, וואס האט זיך אומגעקערט אפצוגעבן כבוד צו ה׳, אחוץ דער דאזיקער נכרי? \v 19 און ער האט געזאגט צו אים: שטיי אויף און גיי; דיין אמונה האט דיך געראטעוועט! \p \v 20 און ווען ער איז געפרעגט געווארן פון די פרושים, ווען דאס קעניגרייך פון ה׳ קומט, האט ער זיי געענטפערט און געזאגט: דאס קעניגרייך קומט נישט אויף א באשיימפערלעכן אופן; \v 21 מען וועט נישט זאגן: זע, דא איז עס, אדער דארטן! ווארום זע, דאס קעניגרייך פון ה׳ איז אינעווייניק אין אייך. \p \v 22 צו די תלמידים אבער האט ער געזאגט: עס וועלן קומען טעג, ווען איר וועט באגערן צו זען איינעם פון די טעג פון דעם בר אנש, און איר וועט נישט זען. \v 23 און מען וועט זאגן צו אייך: זע, דארטן! זע, דא! גייט נישט אהין, און לויפט זיי נישט נאך. \v 24 ווארום פונקט אזוי ווי דער בליץ, ווען ער בליצט אויף, לויכט ער פון עק הימל ביז עק הימל, אזוי וועט דער בר אנש זיין אין דעם טאג זיינעם. \v 25 קודם כל מוז ער אבער א סך ליידן און פארווארפן ווערן פון דעם דאזיקן דור. \v 26 און אזוי ווי עס איז צוגעגאנגען אין די טעג פון נוח, אזוי וועט אויך זיין אין די טעג פון דעם בר אנש: \v 27 מען האט געגעסן, מען האט געטרונקען, מען האט חתונה געהאט, מען האט חתונה געמאכט, ביז צו דעם טאג, ווען נוח איז אריינגעגאנגען אין דער תיבה, און דאס מבול איז געקומען, און האט אלעמען פארטיליקט. (בראשית ו.) \v 28 פונקט ווי עס איז צוגעגאנגען אין די טעג פון לוט: מען האט געגעסן, מען האט געטרונקען, מען האט געקויפט, מען האט פארקויפט, מען האט געפלאנצט, מען האט געבויט; \v 29 אין דעם טאג אבער, ווען לוט איז ארויסגעגאנגען פון סדום, האט עס גערעגנט מיט פייער און שוועבל פון הימל, און עס האט אלעמען פארטיליקט. (בראשית יט, כד-כו.) \v 30 אויף דעם זעלביקן אופן וועט עס זיין אין דעם טאג, ווען דער בר אנש וועט אנטפלעקט ווערן. \v 31 אין יענעם טאג, ווער עס וועט זיין אויפן דאך, און די כלים זיינע אין הויז, זאל ער נישט אראפגיין זיי נעמען: און אויך אזוי, ווער עס וועט זיין אין פעלד, דער זאל זיך נישט אומקערן צוריק. \v 32 געדענקט לוטס ווייב! \v 33 ווער עס וועט זוכן צו דערהאלטן זיין לעבן, דער וועט עס פארלירן, און ווער עס וועט עס פארלירן, דער וועט עס לעבעדיק דערהאלטן. \v 34 איך זאג אייך, אין דער זעלביקער נאכט וועלן צוויי זיין אין איין בעט, דער איינער וועט אוועקגענומען ווערן, און דער אנדערער וועט איבערגעלאזט ווערן. \v 35 צוויי (פרויען) וועלן מאלן צוזאמען; די איינע וועט אוועקגענומען ווערן, די אנדערע אבער וועט איבערגעלאזט ווערן. \v 36 צוויי וועלן זיין אין פעלד; איינער וועט אוועקגענומען ווערן, און דער אנדערער וועט איבערגעלאזט ווערן. \p \v 37 און ענטפערנדיק זאגן זיי צו אים: וואו, האר? און ער האט צו זיי געזאגט: וואו דאס פגר איז, דארטן וועלן זיך אויך די אדלערס פארזאמלען. \c 18 \cl קאפיטל אכצ \p \v 1 און ער האט געזאגט א משל צו זיי, אז זיי דארפן תמיד תפילה טאן, און נישט מיד ווערן, \v 2 אזוי צו זאגן: אין א געוויסער שטאט איז געווען א שופט, וואס האט זיך נישט געפארכטן פאר ה׳ און נישט געשוינט קיין מענטשן. \v 3 און עס איז געווען א געוויסע אלמנה אין יענער שטאט; און זי איז געקומען צו אים און האט געזאגט: פארשאף מיר גערעכטיקייט קעגן מיין שונא! \v 4 און א לאנגע צייט האט ער נישט געוואלט; דערנאך אבער האט ער געזאגט צו זיך אליין: הגם איך האב נישט מורא פאר ה׳ און שויען נישט קיין מענטשן, \v 5 דאך, ווייל די דאזיקע אלמנה מאכט מיר מיד, וועל איך איר פארשאפן גערעכטיקייט, כדי זי זאל נישט סוף כל סוף קומען מיך שלאגן אין פנים אריין. \v 6 און דער האר האט געזאגט: הערט, וואס דער אומגערעכטער שופט זאגט! \v 7 און צי וועט דען ה׳ נישט שאפן גערעכטיקייט פאר זיינע אויסדערוויילטע, וואס רופן צו אים טאג און נאכט, אפילו ווען ער איז געדולדיק מיט זיי? \v 8 איך זאג אייך, ער וועט זיי אינגיכן פארשאפן גערעכטיקייט! דאך ווען דער בר אנש וועט קומען, צי וועט ער דען געפינען די אמונה אויף דער ערד? \p \v 9 און ער האט געזאגט דאס דאזיקע משל אויך צו אייניקע, וואס זענען געווען איבערצייגט וועגן זיך אליין, אז זיי זענען צדיקים און די איבריקע האבן זיי מבטל געמאכט: \v 10 צוויי מענטשן זענען ארויפגעגאנגען אין בית המקדש אריין תפילה טאן, איינער א פרוש, דער אנדערער א שטייער אויפמאנער. \v 11 דער פרוש האט זיך אוועקגעשטעלט און אזוי מתפלל געווען צו זיך אליין: אָ, ה׳, איך דאנק דיר, וואס איך בין נישט אזוי ווי די איבריקע מענטשן, גזלנים, רשעים, נואפים, אדער אפילו ווי דער דאזיקער שטייער אויפמאנער. \v 12 איך פאסט צוויי מאל אין דער וואך; איך גיב מעשר פון אלעם, וואס איך דערווערב. \v 13 און דער שטייער אויפמאנער איז געשטאנען פונדערווייטנס, האט אפילו נישט געוואלט אויפהויבן די אויגן צום הימל, נאר האט זיך געשלאגן אויף זיין ברוסט, אזוי צו זאגן: אָ, ה׳, זיי מיר מוחל, דעם חוטא! \v 14 איך זאג אייך, דער דאזיקער איז אראפגעגאנגען אהיים מער גערעכטפערטיקט ווי יענער. ווייל יעדער איינער, וואס דערהייבט זיך אליין, וועט דערנידעריקט ווערן; און ווער עס דערנידעריקט זיך אליין, דער וועט דערהייבט ווערן. \p \v 15 און מען האט אויך געברענגט קליינע קינדער צו אים, אז ער זאל זיי אנרירן; די תלמידים אבער זעענדיק דאס, האבן אנגעשריגן אויף זיי. \v 16 יהושע/ישוע אבער האט זיי צוגערופן, זאגנדיק: לאזט די קינדער קומען צו מיר, און פארווערט עס זיי נישט; ווארום פון אזעלכע איז דאס קעניגרייך פון ה׳. \v 17 באמת זאג איך אייך: ווער עס וועט נישט אננעמען דאס קעניגרייך פון ה׳ ווי א קינד, דער וועט בשום אופן נישט אריינקומען דערין. \p \v 18 און א געוויסער שר האט אים געפרעגט, אזוי צו זאגן: רבי גוטער, וואס זאל איך טאן, כדי איך זאל ירשענען אייביק לעבן? \v 19 און יהושע/ישוע האט צו אים געזאגט: פארוואס רופסטו מיך גוטער? קיינער איז נישט גוט, אחוץ איינער—ה׳. \v 20 די געבאטן קענסטו דאך: זאלסט נישט נואפן; זאלסט נישט מארדן; זאלסט נישט גנבענען; זאלסט נישט פאלש עדות זאגן; זאלסט אפגעבן כבוד דעם פאטער דיינעם און די מוטער. (שמות כ, יב-טז.) \v 21 און ער האט געזאגט: דאס אלץ האב איך אפגעהיטן פון יונגווייז אָן. \v 22 ווי אבער יהושע/ישוע האט דאס געהערט, האט ער געזאגט צו אים: נאך איין זאך פעלט דיר: פארקויף אלץ, וואס דו האסט און צעטייל עס צו ארעמעלייט, און דו וועסט האבן אן אוצר אין הימל; און קום, פאלג מיר נאך! \v 23 ווי נאר ער האט דאס געהערט, איז ער געווארן זייער טרויעריק; ווארום ער איז געווען זייער רייך. \v 24 און יהושע/ישוע האט אויף אים געקוקט און געזאגט: אָ, ווי שווער עס איז פאר די, וואס האבן פארמעגנס, אריינצוקומען אין ה׳ס קעניגרייך אריין! \v 25 ווארום עס איז לייכטער פאר א קעמל אריינצוגיין דורך דעם לאך פון א נאדל, ווי פאר אן עושר אריינצוגיין אין דעם קעניגרייך פון ג‑ט. \v 26 האבן די צוהערער געזאגט: טא ווער זשע קען דערלייזט ווערן? \v 27 ער אבער האט געזאגט: דאס, וואס איז ביי מענטשן אוממעגלעך, איז יא מעגלעך ביי ה׳. \v 28 און פעטרוס האט געזאגט: זע, מיר האבן איבערגעלאזט אונדזער אייגנס און האבן דיר נאכגעפאלגט. \v 29 ער אבער האט צו זיי געזאגט: באמת זאג איך אייך: עס איז נישט פאראן אזעלכער, וואס האט פארלאזט א הויז, אדער א פרוי, אדער ברידער, אדער עלטערן, אדער קינדער, צוליב דעם קעניגרייך פון ה׳, \v 30 וואס וועט נישט באקומען כפלי כפלים אין דער דאזיקער צייט, און אויף עולם הבא אייביק לעבן. \p \v 31 און ער האט גענומען די צוועלף צו זיך און האט צו זיי געזאגט: זע, מיר גייען ארויף קיין ירושלים, און עס וועט דערפילט ווערן אלץ, וואס איז געשריבן געווארן דורך די נביאים וועגן דעם בר אנש. (ישעיהו נג, א-יב.) \v 32 ווארום ער וועט איבערגעגעבן ווערן צו די אומות (העולם), און וועט אפגעשפאט, און באליידיקט, און באשפיגן ווערן; (ישעיהו נ, ו.) \v 33 און זיי וועלן אים געבן שלעק און אים טייטן, און דעם דריטן טאג וועט ער ווידער אויפשטיין. (תהלים טז, י.) \v 34 און זיי האבן נישט פארשטאנען קיין זאך פון די דאזיקע, און דאס דאזיקע ווארט איז געווען פארהוילן פון זיי, און זיי האבן נישט געוואוסט וואס עס איז געזאגט געווארן. \p \v 35 און עס איז געשען, בשעת ער האט זיך דערנענטערט קיין יריחו, איז איינער א בלינדער געזעסן ביים וועג און געבעטלט. \v 36 און היות ער האט געהערט א המון מענטשן פארבייגיין, האט ער זיך געפרעגט, וואס עס איז. \v 37 און מען האט אים געזאגט, אז יהושע/ישוע פון נצרת גייט פארביי. \v 38 און ער האט א געשריי געטאן, אזוי צו זאגן: יהושע/ישוע בן דוד, האב רחמנות אויף מיר! \v 39 און די, וואס זענען געגאנגען פארויס, האבן אנגעשריגן אויף אים, אז ער זאל שווייגן; ער אבער האט נאך פיל מער געשריגן; בן דוד, האב רחמנות אויף מיר! \v 40 און יהושע/ישוע האט זיך אפגעשטעלט און באפוילן מען זאל אים ברענגען צו אים. און ווי ער האט זיך דערנענטערט, האט ער אים געפרעגט: \v 41 וואס ווילסטו איך זאל טאן פאר דיר? און ער האט געזאגט: האר, אז איך זאל ווערן זעענדיק! \v 42 און יהושע/ישוע האט צו אים געזאגט; באקום דיין זעענדיק! דיין גלויבן האט דיר געהאלפן! \v 43 און תיכף ומיד איז ער זעענדיק געווארן, און האט אים נאכגעפאלגט, לויבנדיק ה׳; און דאס גאנצע פאלק, וואס האט דאס געזען, האט אפגעגעבן א שבח צו ה׳. \c 19 \cl קאפיטל ניינצן \p \v 1 און ער איז אריינגעקומען און איז דורכגעגאנגען דורך יריחו. \v 2 און זע, א מאן, וואס מען האט אים גערופן מיט דעם נאמען זכי, און ער איז געווען א ראש שטייער אויפמאנער, און אן עושר; \v 3 און האט באגערט צו זען יהושען/ישוען, ווער ער איז, און האט נישט געקענט מחמת דעם המון מענטשן, ווייל ער איז געווען קליין פון געוואוקס. \v 4 און ער איז געלאפן פארויס, און האט ארויפגעקלעטערט אויף א שקמה בוים, כדי אים צו זען; ווייל ער האט דארטן געזאלט פארבייגיין. \v 5 און ווי יהושע/ישוע איז געקומען צו דעם ארט, האט ער ארויפגעבליקט און געזאגט צו אים: זכי, קום געשווינט אראפ; ווארום היינט מוז איך איינשטיין ביי דיר אין הויז! \v 6 און ער איז גיך אראפגעשטיגן, און האט אים אויפגענומען מיט פרייד. \v 7 און זעענדיק דאס, האבן אלע געמורמלט, אזוי צו זאגן: ביי אן איש חוטא איז ער אריינגעגאנגען זיך אויפצוהאלטן! \v 8 זכי אבער האט זיך אנידערגעשטעלט און געזאגט צום האר: זע, די העלפט פון מיין פארמעגן, האר, גיב איך צו די ארעמעלייט, און אויב איך האב ביי עמיצן עפעס ארויסגעפרעסט, גיב איך אים אפ פיר מאל אזויפיל. \v 9 יהושע/ישוע האט אבער צו אים געזאגט: היינט איז א ישועה געקומען אויף דעם דאזיקן הויז, ווייל אפילו ער איז א בן אברהם; \v 10 ווארום דער בר אנש איז געקומען צו זוכן און צו ראטעווען דאס, וואס איז פארלוירן געגאנגען. \p \v 11 און ווען זיי האבן דאס געהערט, האט ער ווידער געזאגט א משל, צוליב דעם וואס ער איז געווען נאענט צו ירושלים, און זיי האבן געמיינט, אז דאס קעניגרייך פון ה׳ מוז באלד דערשיינען. \v 12 ער האט דעריבער געזאגט: א געוויסער איידלמאן איז אוועק אין א ווייט לאנד אריין, צו נעמען פאר זיך א מלכות, און זיך אומצוקערן. \v 13 און ער האט גערופן צען קנעכט זיינע, און זיי געגעבן צען מנים, און געזאגט צו זיי: האנדלט, ביז איך קום צוריק. \v 14 זיינע בירגער אבער האבן אים געהאסט, און האבן געשיקט שליחים נאך אים, אזוי צו זאגן: מיר ווילן נישט, אז דער דאזיקער זאל קעניגן איבער אונדז! \v 15 און עס איז געשען, ווען ער איז צוריקגעקומען, נאך דעם ווי ער האט גענומען דאס מלכות, האט ער געהייסן רופן די דאזיקע קנעכט זיינע צו זיך, צו וועלכע ער האט געגעבן דאס געלט, כדי ער זאל וויסן ווער עס האט וואס איינגעהאנדלט. \v 16 און דער ערשטער איז געקומען, און האט געזאגט: האר, דיין מנה האט אריינגעברענגט צען מנים! \v 17 און ער האט צו אים געזאגט: וואויל, דו גוטער קנעכט! ווייל דו ביסט געווען געטריי איבער ווייניק, זאלסטו האבן מאכט איבער צען שטעט! \v 18 און דער צווייטער איז געקומען, און האט געזאגט: דיין מנה, האר, האט דערווארבן פינף מנים! \v 19 און ער האט געזאגט אויך צו דעם דאזיקן: און דו זאלסט זיין איבער פינף שטעט! \v 20 און אן אנדערער איז געקומען, און האט געזאגט: האר, אָט איז דיין מנה, וואס איך האב געהאט באהאלטן אין א טיכל! \v 21 ווארום איך האב מיך געפארכטן פאר דיר, ווייל דו ביסט א שטרענגער מענטש; דו נעמסט, וואס דו האסט נישט אנידערגעלייגט, און שניידסט דאס, וואס דו האסט נישט פארזייט. \v 22 זאגט ער צו אים: אויס דיין אייגן מויל וועל איך דיך משפטן, דו געמיינער קנעכט! דו האסט געוואוסט, אז איך בין א שטרענגער מענטש, איך נעם, וואס איך האב נישט אנידערגעלייגט, און שנייד, וואס איך האב נישט פארזייט; \v 23 און פארוואס האסטו נישט אריינגעגעבן מיין געלט אין א באנק, און איך וואלט עס ביי מיין צוריק קער אויפגעמאנט מיט צינזן? \v 24 און ער האט געזאגט צו די, וואס זענען געשטאנען ארום: נעמט אוועק פון אים די מנה, און גיט זי צו דעם, וואס האט די צען מנים! \v 25 און זיי האבן געזאגט צו אים: האר, ער האט דאך שוין צען מנים. \v 26 איך זאג אייך, אז יעדן איינעם, וואס האט, וועט געגעבן ווערן; פון דעם אבער, וואס האט נישט, וועט אפילו אוועקגענומען ווערן דאס, וואס ער האט יא. \v 27 דאך די דאזיקע שונאים מיינע, וואס האבן נישט געוואלט, אז איך זאל קעניגן איבער זיי, ברענגט אהער, און דערהרגעט זיי פאר מיר! \v 28 און ווען ער האט דאס געזאגט, איז ער אוועק פארויס, און איז ארויפגעגאנגען קיין ירושלים. \p \v 29 און עס איז געשען, ווען ער האט זיך דערנענטערט קיין בית‑פגי און בית‑היני ביים בארג, וואס האט געהייסן הר הזיתים, האט ער געשיקט צוויי פון די תלמידים, \v 30 און געזאגט: גייט אריין אין דעם דארף אנטקעגנאיבער; און ווען איר וועט דארט אריינקומען, וועט איר געפינען א יונג אייזל אנגעבונדן, אויף וועלכן קיין מענטש איז נאך קיינמאל נישט געזעסן; בינדט עס אויף און ברענגט עס צו אהער. \v 31 און אויב עמיצער וועט אייך פרעגן: פארוואס בינדט איר עס אויף? זאלט איר אזוי זאגן: דער האר דארף עס האבן! \v 32 און די שליחים זענען אהינגעגאנגען, און האבן געפונען אזוי ווי ער האט זיי געזאגט. \v 33 און ווען זיי האבן אויפגעבונדן דאס יונגע אייזל, האבן זיינע בעלי בתים געזאגט צו זיי: פארוואס בינדט איר אויף דאס אייזל? \v 34 און זיי האבן געזאגט: דער האר דארף עס האבן! \v 35 און זיי האבן עס געברענגט צו יהושען/ישוען, און האבן ארויפגעווארפן זייערע מלבושים אויף דעם אייזל, און ארויפגעזעצט יהושען/ישוען דערויף. (זכריה ט, ט.) \v 36 און בשעת ער איז געגאנגען, האבן זיי אויסגעשפרייט זייערע קליידער אויפן וועג. \v 37 און ווען ער האט זיך שוין דערנענטערט צום אראפגאנג פון דעם הר הזיתים, האט די גאנצע מאסע תלמידים אנגעהויבן פריידיק צו לויבן ה׳ מיט א הויך קול פאר אלע גבורות, וואס זיי האבן געזען, \v 38 און האבן געזאגט: \q געבענטשט איז דער קעניג, וואס קומט אינם נאמען פון דעם האר (ה׳); \q שלום אין הימל, און כבוד אין די הויכקייטן! \m \v 39 און אייניקע פון די פרושים אויס דעם המון מענטשן האבן געזאגט צו אים: רבי, שריי אָן אויף דיינע תלמידים! \v 40 און ער האט ענטפערנדיק געזאגט: איך זאג אייך: אויב די דאזיקע שווייגן, וועלן די שטיינער שרייען! \p \v 41 און ווי ער איז צוגעקומען נענטער און האט געזען די שטאט, האט ער זיך צעוויינט איבער איר, \v 42 אזוי צו זאגן, אָ, ווען אויך דו וואלסט געוואוסט אין דעם דאזיקן טאג דאס, וואס האט א שייכות צו דיין שלום! איצט אבער איז עס פארהוילן פון דיינע אויגן. \v 43 עס וועלן קומען טעג אויף דיר, און דיינע שונאים וועלן ווארפן א וואל ארום דיר, און וועלן דיך ארומרינגלען, און באלאגערן פון אלע זייטן; \v 44 און וועלן דיך מאכן מיט דער ערד צוגלייך, און דיינע קינדער אין דיר; און וועלן נישט איבערלאזן א שטיין אויף א שטיין אין דיר, דערפאר וואס דו האסט נישט דערקענט די צייט פון דיין באזוכט ווערן! \p \v 45 און ער איז אריינגעגאנגען אין בית המקדש, און האט אנגעהויבן ארויסצוטרייבן די הענדלער, \v 46 זאגנדיק צו זיי: עס שטייט געשריבן: מיין הויז וועט זיין א הויז פון תפילה (ישעיהו נו, ז.); איר אבער האט דערפון געמאכט א הייל פון רויבער! (ירמיהו ז, יא.) \p \v 47 און ער האט געלערנט טאג טעגלעך אין בית המקדש; די הויפט כהנים אבער און די סופרים און די ראשים פונם פאלק האבן געזוכט אים אומצוברענגען. \v 48 און האבן נישט געפונען, וואס זיי זאלן טאן; ווארום דאס גאנצע פאלק האט זיך צוגעהערט צו אים מיט גרויסער ערנסטקייט. \c 20 \cl קאפיטל צוואנציק \p \v 1 און עס איז געשען, אין איינעם פון די טעג, בשעת ער האט געלערנט דאס פאלק אין בית המקדש, און אנגעזאגט די גוטע בשורה, זענען די הויפט כהנים און די סופרים און די זקנים צוגעטרעטן \v 2 און האבן געזאגט צו אים, אזוי צו זאגן: זאג אונדז, מיט וועמעס רשות טוסטו די דאזיקע זאכן? אדער ווער איז עס, וואס האט דיר געגעבן דאס דאזיקן רשות? \v 3 ער אבער האט ענטפערנדיק געזאגט צו זיי: איך וועל אייך אויך פרעגן א שאלה! און זאגט מיר: \v 4 די מקווה פון יוחנן איז געווען פון הימל אדער פון מענטשן? \v 5 און זיי האבן עס איבערגעלייגט צווישן זיך, אזוי צו זאגן: וועלן מיר זאגן: פון הימל, וועט ער זאגן: טא פארוואס האט איר אים נישט געגלויבט? \v 6 וועלן מיר אבער זאגן: פון מענטשן, וועט דאס גאנצע פאלק אונדז שטייניקן, ווארום עס איז בטוח, אז יוחנן איז געווען א נביא. \v 7 און זיי האבן געענטפערט, אז זיי ווייסן נישט פונוואנען. \v 8 און יהושע/ישוע האט צו זיי געזאגט: זאג איך אייך אויך נישט מיט וועמעס רשות איך טו די דאזיקע זאכן. \p \v 9 און ער האט אנגעהויבן צו זאגן צום פאלק דאס דאזיקע משל: א מענטש האט געפלאנצט א וויינגארטן, און אים פארדונגען צו גערטנער, און איז אוועקגעפארן אויף א לאנגער צייט. \v 10 און צום זמן האט ער געשיקט א קנעכט צו די גערטנער, אז זיי זאלן אים געבן פון דער פרוכט פון דעם וויינגארטן; די גערטנער אבער האבן אים געשלאגן, און אוועקגעשיקט מיט גארנישט. \v 11 און ער האט געמערט צו שיקן אן אנדערן קנעכט; זיי אבער האבן אויך יענעם געשלאגן און אנגעטאן אים בזיונות, און אוועקגעשיקט מיט גארנישט. \v 12 און ער האט מוסיף געווען צו שיקן א דריטן; אבער אויך דעם דאזיקן האבן זיי בלוטיק צעשלאגן און ארויסגעווארפן. \v 13 און דער האר פון דעם וויינגארטן האט געזאגט: וואס זאל איך טאן? איך וועל שיקן מיין געליבטן זון; אפשר וועלן זיי אים שוינען. \v 14 נאר ווי די גערטנער האבן אים דערזען, האבן זיי זיך איבערגעלייגט איינער מיטן אנדערן, און געזאגט: דער דאזיקער איז דער יורש; לאמיר אים טייטן; כדי די ירושה זאל ווערן אונדזער. \v 15 און זיי האבן אים ארויסגעווארפן אויסער דעם וויינגארטן, און אים דערהרגעט. וואס זשע וועט דער האר פון דעם וויינגארטן טאן צו זיי? \v 16 ער וועט קומען און אומברענגען די דאזיקע גערטנער, און דעם וויינגארטן געבן צו אנדערע. און ווען זיי האבן דאס געהערט, האבן זיי געזאגט: חלילה! \v 17 ער אבער האט אויף זיי געקוקט, און געזאגט; וואס דען איז דאס דאזיקע, וואס שטייט געשריבן; \q א שטיין, וועלכן די בוימייסטערס האבן פארווארפן, \q דער דאזיקער איז געווארן צום הויפט פונם ווינקל? \qr (תהלים קיח, כב.) \q \v 18 יעדער איינער, וואס פאלט אויף יענעם שטיין, \q וועט צעשמעטערט ווערן; \q אויף וועמען אבער ער וועט פאלן, \q וועט ער אים צעמאלן. \qr (ישעיהו ה, יד-טו; דניאל ב, לד-לה.) \p \v 19 און די סופרים און די הויפט כהנים האבן געזוכט צו לייגן די הענט אויף אים אין דער זעלביקער שעה; און האבן מורא געהאט פאר דעם פאלק; ווארום זיי האבן איינגעזען, אז ער האט געזאגט דאס דאזיקע משל אויף זיי. \v 20 און זיי האבן געלויערט אויף אים, און געשיקט שפיאנען, וואס האבן זיך פארשטעלט פאר צדיקים, כדי אים צו פאנגען מיט א ווארט, אז זיי זאלן אים איבערגעבן צו דער ממשלה און דער מאכט פון דעם גובערנאטאר. \v 21 און זיי האבן אים געפרעגט, אזוי צו זאגן: רבי, מיר ווייסן, אז דו רעדסט און לערנסט ריכטיק, און ביסט נישט נושא פנים, נאר לערנסט אויף אן אמת דעם וועג פון ה׳. \v 22 מעגן מיר געבן שטייער צום קיסר, אדער נישט? \v 23 ער אבער האט פארשטאנען זייער כיטרעקייט, און האט צו זיי געזאגט: \v 24 ווייזט מיר א דינר. וועמעס בילד און אויפשריפט האט ער? און זיי האבן געזאגט: דעם קיסרס. \v 25 און ער האט צו זיי געזאגט: דעריבער גיט אפ דעם קיסר דאס, וואס איז דעם קיסרס, און צו ה׳ דאס, וואס איז ה׳ס! \v 26 און זיי האבן אים נישט געקענט פאנגען מיט קיין ווארט פאר דעם פאלק; און האבן זיך געוואונדערט אויף זיין ענטפער, און האבן געשוויגן. \p \v 27 און עס זענען צוגעקומען צו אים אייניקע פון די צדוקים, וועלכע זאגן, אז עס איז נישטא קיין תחית המתים; \v 28 און האבן אים געפרעגט, אזוי צו זאגן: רבי, משה האט אונדז געשריבן; אויב עמיצנס ברודער וועט שטארבן, האבנדיק א ווייב, און איז אָן א קינד, זאל זיין ברודער נעמען די פרוי, און אויפשטעלן זאמען צו זיין ברודער. (דברים כה, ה-ו.) \v 29 אָט זענען געווען זיבן ברידער; און דער ערשטער האט גענומען א ווייב, און איז געשטארבן אָן קינדער; \v 30 און דער צווייטער; \v 31 און דער דריטער האט זי גענומען; און אזוי א האבן אויך די זיבן נישט איבערגעלאזט קיין קינדער, און זענען געשטארבן. \v 32 צום סוף איז אויך די פרוי געשטארבן. \v 33 וועמעס ווייב פון זיי וועט דעריבער די פרוי זיין נאך תחית המתים? ווארום די זיבן האבן זי געהאט פאר א ווייב. \v 34 און יהושע/ישוע האט צו זיי געזאגט: די קינדער פון דער דאזיקער וועלט האבן חתונה, און ווערן חתונה געמאכט; \v 35 די אבער, וואס זענען ווערט צו דערגרייכן יענע וועלט און תחית המתים, האבן נישט חתונה, און ווערן נישט חתונה געמאכט; \v 36 ווארום זיי קענען מער נישט שטארבן; ווארום זיי זענען גלייך צו די מלאכים; און זענען ה׳ס קינדער, זייענדיק קינדער פון תחית המתים. \v 37 און אז די טויטע שטייען אויף, האט אויך משה מרמז געווען ביים סנה, ווען ער רופט דעם האר דעם ג‑ט פון אברהם און דעם ג‑ט פון יצחק און דעם ג‑ט פון יעקב. (שמות ג, ו.) \v 38 ער אבער איז דער ג‑ט, נישט פון טויטע, נאר פון לעבעדיקע; ווארום אלע לעבן פאר אים. \v 39 און אייניקע פון די סופרים האבן ענטפערנדיק געזאגט: רבי, דו האסט וואויל געזאגט! \v 40 ווארום זיי האבן זיך מער נישט אונטערגעשטעלט, אים עפעס צו פרעגן. \p \v 41 ער אבער האט צו זיי געזאגט: ווי אזוי זאגט מען, אז דער משיח איז דודס זון? \v 42 דוד אליין זאגט דאך אינם ספר תהלים: \q דער האר האט געזאגט צו מיין האר: \q זיץ ביי מיין רעכטער זייט, \q \v 43 ביז איך וועל אנידערלייגן דיינע פיינט \q פאר א פוסבענקעלע צו דיינע פיס. \qr (תהלים קי, א.) \m \v 44 דוד רופט אים דעריבער האר; און וויאזוי זשע איז ער זיין זון? \p \v 45 און בעת דאס גאנצע פאלק האט זיך צוגעהערט, האט ער געזאגט צו די תלמידים: \v 46 היט זיך פאר די סופרים, וואס ווילן ארומגיין אין טליתים, און האבן ליב מען זאל זיי אפגעבן שלום אויף די מערקפלעצער, און די ערשטע ערטער אין שול, און פלעצער אויבנאן אויף סעודות; \v 47 זיי פארצערן די הייזער פון אלמנות, און פאר אן אויסרייד דאווענען זיי לאנג; זיי וועלן באקומען א הארבער משפט. \c 21 \cl קאפיטל איין און צוואנציק \p \v 1 און א בליק טוענדיק, האט ער געזען ווי די עשירים ווארפן אריין זייערע נדבות אין דער שאצקאמער. \v 2 און האט געזען א געוויסע נויטבאדערפטיקע אלמנה אריינווארפן דארטן צוויי פרוטות. \v 3 און ער האט געזאגט: באמת זאג איך אייך: די דאזיקע ארעמע אלמנה האט אריינגעווארפן מער ווי אלע; \v 4 ווארום אלע די דאזיקע האבן אריינגעווארפן צו די נדבות פון זייער עודף; זי אבער האט פון איר נויט אריינגעווארפן אלץ, וואס זי האט געהאט צום לעבן. \p \v 5 און ווען אייניקע האבן געזאגט וועגן דעם בית המקדש, אז עס איז באצירט מיט הערלעכע שטיינער און מיט מתנות, האט ער געזאגט: \v 6 די דאזיקע זאכן, וואס איר זעט, עס וועלן קומען טעג, אין וועלכע עס וועט דא נישט איבערגעלאזט ווערן א שטיין אויף א שטיין, וואס וועט נישט אנידערגעריסן ווערן! \v 7 האבן זיי אים געפרעגט, אזוי צו זאגן: רבי, און ווען וועט דאס זיין? און וואס איז דער סימן ווען דאס דארף געשען? \v 8 און ער האט געזאגט: גיט אכטונג, אז איר זאלט נישט פארפירט ווערן; ווארום א סך וועלן קומען אין מיין נאמען, און זאגן: איך בין עס און די צייט האט גענענט! איר זאלט זיי נישט נאכגיין! \v 9 ווען אבער איר וועט הערן פון מלחמות און מהומות, זאלט איר זיך נישט שרעקן, ווארום דאס מוז קודם כל געשען; נאר דער קץ איז נישט באלד. \p \v 10 דעמאלט האט ער געזאגט צו זיי: א פאלק וועט אויפשטיין קעגן א פאלק, און א מלוכה קעגן א מלוכה; \v 11 עס וועלן זיין געוואלדיקע ערדציטערנישן, און דא און דארטן הונגער און מגפות; און שרעקלעכע זאכן און גרויסע צייכנס פון הימל וועלן זיין. \v 12 פאר דעם אלעם אבער וועלן זיי לייגן אויף אייך זייערע הענט, און אייך פארפאלגן, און וועלן אייך איבערגעבן צו די שולן און תפיסות און אייך פירן פאר מלכים און מושלים צוליב מיין נאמען. \v 13 דאס וועט אויספאלן פאר אייך צום עדות זאגן. \v 14 נעמט זשע עס אייך צום הארצן, נישט צו זארגן פארויס, וויאזוי זיך צו פארטיידיקן; \v 15 ווארום איך וועל אייך געבן א מויל און חכמה, וואס אלע אייערע קעגנער וועלן זיך נישט קענען אנטקעגנשטעלן אדער ווידערשפרעכן. \v 16 איר וועט אבער איבערגעגעבן ווערן אפילו פון עלטערן, און ברידער, און קרובים, און פריינד; און א טייל פון אייך וועלן זיי טייטן. \v 17 און איר וועט זיין געהאסט פון אלעמען צוליב מיין נאמען. \v 18 און קיין האר פון אייער קאפ וועט נישט פארלוירן ווערן. \v 19 דורך אייער סבלנות וועט איר געווינען אייערע לעבנס! \p \v 20 און ווען איר וועט זען ירושלים באלעגערט מיט חיילות, זאלט איר דעמאלט וויסן, אז איר פארוויסטונג האט זיך דערנענטערט. \v 21 דעמאלט זאלן די, וואס זענען אין (לאנד) יהודה, אנטלויפן צו די בערג; און די, וואס זענען אין איר מיט, זאלן אויסוואנדערן; און די, וואס זענען אויפן לאנד, זאלן נישט אריינגיין אין איר. \v 22 ווייל זיי זענען טעג פון נקמה, כדי עס זאל דערפילט ווערן אלץ, וואס שטייט געשריבן. \v 23 וויי איז צו די טראגעדיקע פרויען און אנזויגערינס אין יענע טעג! ווארום עס וועט זיין א גרויסע נויט איבערן לאנד און א צארן איבער דעם דאזיקן פאלק. \v 24 און זיי וועלן פאלן פון דער שארף פון דער שווערד, און געפאנגען געפירט ווערן צווישן אלע פעלקער; און ירושלים וועט צעטרעטן ווערן פון אומות (העולם), ביז די צייטן פון די אומות (העולם) וועלן דערפילט ווערן. \v 25 און עס וועלן זיין סימנים אין דער זון און לבנה און שטערנס; און אויף דער ערד אנגסט אויף פעלקער; און זיי וועלן נישט וויסן קיין עצה זיך צו געבן, מחמת דעם ברויזן פון ים און די כוואליעס; \v 26 און מענטשן וועלן אויסגיין פאר מורא און דערווארטונג פון דעם, וואס דארף קומען אויף דער וועלט; ווארום די כוחות פון הימל וועלן דערשיטערט ווערן. \v 27 און דעמאלט וועלן זיי זען דעם בר אנש קומען אויף א וואלקן מיט מאכט און פיל הערלעכקייט. (דניאל ז, יג-יד.) \v 28 ווען אבער די דאזיקע זאכן הויבן אָן געשען, זאלט איר זיך אויפריכטן און אויפהויבן אייערע קעפ, ווייל אייער גאולה דערנענטערט זיך. \p \v 29 און ער האט זיי געזאגט א משל: קוקט אויף דעם פייגנבוים און אויף אלע ביימער; \v 30 ווען זיי שפראצן שוין, זעט איר עס און ווייסט פון זיך אליין, אז דער זומער איז נאענט. \v 31 אזוי אויך איר, ווען איר וועט זען די דאזיקע זאכן געשען, זאלט איר וויסן, אז דאס קעניגרייך פון ה׳ איז נאענט. \v 32 באמת זאג איך אייך: דאס דאזיקע דור וועט נישט פארגיין, ביז אלץ וועט האבן געשען. \v 33 דער הימל און די ערד וועלן פארגיין, אבער מיינע ווערטער וועלן בשום אופן נישט פארגיין. \p \v 34 נאר היטן זאלט איר זיך, אז אייערע הערצער זאלן נישט שווער ווערן מיט איבערעסן זיך און זויפן, און מיט דאגות פארן לעבן, און אז יענער טאג זאל נישט פלוצלונג קומען אויף אייך; \v 35 ווארום ווי א נעץ וועט ער קומען איבער אלע, וואס וואוינען אויפן פנים פון דער גאנצער ערד. \v 36 דעריבער וואכט אין יעדער צייט, און טוט תפילה, אז איר זאלט ווערטיק זיין צו אנטרינען די דאזיקע אלע זאכן, וואס דארפן געשען, און צו שטיין פאר דעם בר אנש! \p \v 37 און בייטאג איז ער געווען אינם בית המקדש און האט געלערנט, און ביינאכט איז ער ארויסגעגאנגען און האט איבערגענעכטיקט אויפן בארג, וואס מען האט אים גערופן הר הזיתים. \v 38 און דאס גאנצע פאלק איז געקומען צו אים אינדערפרי אין בית המקדש אריין, כדי אים צו הערן. \c 22 \cl קאפיטל צוויי און צוואנציק \p \v 1 און עס איז שוין געווען נאענט פאר דעם חג המצות, וואס מען רופט פסח. \v 2 און די הויפט כהנים און די סופרים האבן געזוכט אויף וואס פאר אן אופן אים אומצוברענגען; ווארום זיי האבן מורא געהאט פארן פאלק. \p \v 3 און דער שׂטן איז אריינגעגאנגען אין יהודהן, וואס מען האט אים גערופן איש‑קריות, זייענדיק פון דער צאל פון די צוועלף. \v 4 און ער איז אוועקגעגאנגען, און זיך אפגערעדט מיט די הויפט כהנים און הויפטלייט, אויף וואס פאר אן אופן ער זאל אים איבערגעבן צו זיי, \v 5 און זיי האבן זיך דערפריידט, און האבן אפגעמאכט אים צו געבן געלט. \v 6 און ער האט (עס) צוגעזאגט, און געזוכט א געלעגנהייט אים איבערצוגעבן צו זיי אָן א צוזאמענגעלויף. \p \v 7 און עס איז געקומען דער יום המצות, אין וועלכן מען דארף מקריב זיין דאס (קרבן) פסח. \v 8 און ער האט אוועקגעשיקט פעטרוסן און יוחנן, זאגנדיק, גייט און גרייט צו פאר אונדזערטוועגן דאס (קרבן) פסח, כדי מיר זאלן עס עסן! \v 9 און זיי האבן צו אים געזאגט: וואו ווילסטו, אז מיר זאלן עס צוגרייטן? \v 10 האט ער צו זיי געזאגט: זע, ווען איר וועט אריינקומען אין דער שטאט, וועט אייך אנטקעגנקומען א מענטש טראגנדיק א קרוג מיט וואסער; אים זאלט איר נאכפאלגן אין דעם הויז, אין וועלכן ער גייט אריין. \v 11 און זאגט דעם בעל הבית פון דעם הויז: דער רבי לאזט דיר זאגן: וואו איז דאס גאסט צימער, וואו איך וועל עסן דאס (קרבן) פסח מיט מיינע תלמידים? \v 12 און יענער וועט אייך ווייזן א גרויסע אויבערשטוב אויסגעשטאט מיט הסב‑בעטן; דארטן זאלט איר עס צוגרייטן. \v 13 און זיי זענען אוועקגעגאנגען, און האבן געפונען אזוי ווי ער האט זיי געזאגט; און האבן צוגעגרייט דאס (קרבן) פסח. \p \v 14 און ווען די שעה איז געקומען, האט ער זיך אנידערגעזעצט, און די שליחים מיט אים. \v 15 און האט צו זיי געזאגט: מיט א באגער האב איך באגערט צו עסן דאס דאזיקע (קרבן) פסח מיט אייך, איידער איך גיי ליידן; \v 16 ווארום איך זאג אייך: איך וועל עס מער נישט עסן, ביז עס וועט דערפילט ווערן אין דעם קעניגרייך פון ה׳. \v 17 און נעמענדיק א בעכער, האט ער געמאכט א ברכה און געזאגט: נעמט דעם דאזיקן, און צעטיילט אים צווישן זיך, \v 18 ווארום איך זאג אייך: איך וועל פון איצט אָן מער נישט טרינקען פון דער פרוכט פון דעם וויינשטאק, ביז דאס קעניגרייך פון ה׳ וועט קומען. \v 19 און ער האט גענומען ברויט, געמאכט א ברכה, און האט עס צעבראכן און געגעבן צו זיי, אזוי צו זאגן: דאס דאזיקע איז מיין גוף, וואס ווערט געגעבן פאר אייך; דאס דאזיקע זאלט איר טאן לזכרון פון מיר! \v 20 דעסגלייכן אויך דעם בעכער נאך דער סעודה, זאגנדיק: דער דאזיקער בעכער איז דער נייער בונד אין מיין בלוט, וואס ווערט פארגאסן פאר אייך. \v 21 דאך זע, די האנט פון דעם, וואס פארראט מיך, איז מיט מיר אויפן טיש. \v 22 יא, דער בר אנש גייט טאקע, לויט ווי עס איז באשטימט געווארן; נאר וויי איז צו יענעם מענטשן, דורך וועמען ער ווערט פארראטן! \v 23 און זיי האבן אנגעהויבן צו פרעגן איינס דאס אנדערע, ווער פון זיי דאס קען זיין, וואס וועט דאס דאזיקע טאן. \p \v 24 און עס איז אויך געקומען צו א מחלוקה צווישן זיי, ווער פון זיי זאל געהאלטן ווערן פאר דעם גרעסטן. \v 25 ער אבער האט צו זיי געזאגט: די מלכים פון די פעלקער הערשן איבער זיי, און זייערע מושלים רופט מען וואוילטעטער. \v 26 איר אבער נישט אזוי; נאר דער גרעסטער צווישן אייך זאל זיין ווי דער יונגסטער; און דער מנהיג ווי דער משרת. \v 27 ווארום ווער איז גרעסער, דער וואס זיצט ביים טיש, צי דער וואס באדינט? איז עס דען נישט דער, וואס זיצט? איך אבער בין אין אייער מיט ווי דער משרת. \v 28 איר אבער זענט עס, וואס זענען פארבלייבן מיט מיר אין די נסיונות מיינע; \v 29 און איך באשטים פאר אייך א מלכות, אזוי ווי מיין פאטער האט פאר מיר באשטימט, \v 30 כדי איר זאלט עסן און טרינקען אויף מיין טיש אין מיין קעניגרייך; און זיצן אויף טראנען און משפטן די צוועלף שבטים פון ישראל. \v 31 שמעון, שמעון, זע, דער שׂטן האט זיך אויסגעבעטן, אייך צו זיפען ווי ווייץ; \v 32 איך אבער האב מתפלל געווען פאר דיר, אז דיין אמונה זאל זיך נישט אויסלאזן; און דו, ווען דו וועסט האבן תשובה געטאן, שטארק דיינע ברידער! \v 33 ער אבער האט צו אים געזאגט: האר, מיט דיר בין איך גרייט צו גיין סאי אין תפיסה אריין און סאי צום טויט! \v 34 ער אבער האט געזאגט: איך זאג דיר, פעטרוס, נישט וועט היינט דער האן קרייען, ביז דו האסט דריי מאל געלייקנט מיך צו קענען! \p \v 35 און ער האט צו זיי געזאגט: ווען איך האב אייך ארויסגעשיקט אָן א געלטבייטל, און טייסטער, און שיך, האט אייך עפעס געפעלט? און זיי האבן געזאגט: קיין זאך נישט! \v 36 האט ער צו זיי געזאגט: נאר איצט ווער עס האט א געלטבייטל, זאל ער אים נעמען, און אויך אזוי דעם טייסטער; און ווער עס האט גארנישט, דער זאל פארקויפן זיין מלבוש, און קויפן א שווערד. \v 37 ווארום איך זאג אייך, אז דאס, וואס שטייט געשריבן, מוז דערפילט ווערן אין מיר: און מיט פושעים איז ער פאררעכנט געווארן (ישעיהו נג, יב.); ווייל דאס, וואס איז שייך מיר, האט (איצט) א סוף. \v 38 און זיי האבן געזאגט: האר, זע, דא זענען דא צוויי שווערדן! ער אבער האט צו זיי געזאגט: עס איז גענוג! \p \v 39 און ער איז ארויסגעגאנגען, און איז אוועק, ווי עס איז געווען זיין געוואוינהייט, צום הר הזיתים; און די תלמידים האבן אים אויך נאכגעפאלגט. \v 40 און קומענדיק צו דעם ארט, האט ער צו זיי געזאגט: טוט תפילה, אז איר זאלט נישט אריינקומען אין קיין נסיון! \v 41 און אליין האט ער זיך פון זיי דערווייטערט (א שטח) אזוי ווי א שטיינוואורף; און האט אנידערגעקניט און תפילה געטאן, \v 42 אזוי צו זאגן: פאטער, אויב דו ווילסט, נעם אוועק פון מיר דעם דאזיקן בעכער! דאך נישט מיין, נאר דיין רצון זאל געשען! \v 43 און עס האט זיך צו אים באוויזן א מלאך פון הימל, און אים געשטארקט. \v 44 און א טויט אנגסט איז אויף אים געקומען, און ער האט העפטיקער תפילה געטאן; און זיין שווייס איז געווארן ווי בלוטסטראפן, וואס זענען אראפגעפאלן אויף דער ערד. \v 45 און ווען ער איז אויפגעשטאנען נאך דער תפילה און איז געקומען צו די תלמידים, האט ער זיי געפונען שלאפן פאר צער. \v 46 און ער האט צו זיי געזאגט: וואס שלאפט איר? שטייט אויף און טוט תפילה, אז איר זאלט נישט אריינקומען אין קיין נסיון! \p \v 47 בשעת ער האט נאך גערעדט, זע, עס איז געקומען א המון מענטשן און דער מיט דעם נאמען יהודה, איינער פון די צוועלף, איז געגאנגען פארויס פאר זיי און האט גענענט צו יהושען/ישוען, כדי אים א קוש צו טאן, \v 48 יהושע/ישוע אבער האט צו אים געזאגט: יהודה, מיט א קוש פארראטסטו דעם בר אנש? \v 49 און ווי די, וואס זענען געווען ארום אים, האבן געזען וואס דא גייט ווערן, האבן זיי געזאגט: האר, צי זאלן מיר שלאגן מיט דער שווערד? \v 50 און איינער פון זיי האט געשלאגן דעם כהן גדולס קנעכט און אים אפגעהאקט זיין רעכט אויער. \v 51 יהושע/ישוע אבער האט ענטפערנדיק געזאגט: לאזט געמאכט! און האט אנגערירט זיין אויער, און אים געהיילט. \v 52 און יהושע/ישוע האט געזאגט צו די הויפט כהנים, און הויפטלייט פון בית המקדש, און זקנים, וועלכע זענען געקומען קעגן אים: ווי קעגן א רויבער זענט איר ארויסגעקומען מיט שווערדן און מיט שטאנגען! \v 53 ווען איך בין געווען טאג אויס טאג איין מיט אייך אינם בית המקדש, האט איר נישט אויסגעשטרעקט די הענט קעגן מיר; נאר די דאזיקע איז אייער שעה, און די מאכט פון דער פינצטערניש. \p \v 54 און זיי האבן אים געכאפט, און אים אוועקגעפירט, און אריינגעברענגט אין כהן גדולס הויז אריין. פעטרוס אבער האט נאכגעפאלגט פונדערווייטנס. \v 55 און ווען זיי האבן אנגעצונדן א פייער אינמיטן הויף, און זיך אנידערגעזעצט צוזאמען, האט פעטרוס זיך אנידערגעזעצט צווישן זיי. \v 56 א דינסטמיידל אבער האט אים געזען זיצן ביים פייער, האט זי זיך גוט איינגעקוקט אויף אים און געזאגט: אויך דער דאזיקער איז געווען מיט אים! \v 57 און ער האט עס אפגעלייקנט, אזוי צו זאגן: אשה, איך קען אים נישט! \v 58 און אביסל שפעטער האט אים אן אנדערער דערזען, און געזאגט: דו ביסט אויך פון זיי! פעטרוס אבער האט געזאגט: מענטש, איך בין עס נישט! \v 59 און נאך א פארלויף פון אן ערך איין שעה, האט אן אנדערער באשטימט פארזיכערט, אזוי צו זאגן: אויף אן אמת אויך דער דאזיקער איז געווען מיט אים; ווארום ער איז אויך א גלילי! \v 60 פעטרוס אבער האט געזאגט: מענטש, איך ווייס נישט, וואס דו זאגסט! און אין אן אויגנבליק, בשעת ער האט נאך גערעדט, האט דער האן געקרייט. \v 61 און דער האר האט זיך אויסגעדרייט, און א בליק געטאן אויף פעטרוסן. און פעטרוס האט זיך דערמאנט דאס ווארט פון דעם האר, ווי ער האט צו אים געזאגט: איידער דער האן וועט היינט קרייען, וועסטו מיך דריי מאל פארלייקענען. \v 62 און ער איז ארויסגעגאנגען אינדרויסן, און האט זיך ביטער צעוויינט. \p \v 63 און די מענער, וואס האבן אים (יהושען/ישוען) באוואכט, האבן אפגעשפאט פון אים, און אים געשלאגן. \v 64 און זיי האבן אים ארומגעהילט (דאס פנים), און אים געפרעגט, אזוי צו זאגן: זאג נבואות, ווער עס איז, וואס האט דיך געשלאגן? \v 65 און א סך אנדערע לעסטערונגען האבן זיי געזאגט קעגן אים. \p \v 66 און ווי עס איז געווארן טאג, זענען זיך צוזאמענגעקומען די זקנים פון פאלק, די הויפט כהנים און סופרים, און האבן אים אוועקגעפירט צו זייער סנהדרין, און געזאגט: \v 67 אויב דו ביסט דער משיח, זאג עס אונדז! ער אבער האט צו זיי געזאגט: אויב איך זאל עס אייך זאגן, וועט איר נישט גלויבן; \v 68 און אויב איך וועל פרעגן, וועט איר נישט ענטפערן. \v 69 פון איצט אָן אבער וועט דער בר אנש זיצן אויף דער רעכטער זייט פון ה׳ס מאכט. (תהלים קי, א.) \v 70 האבן זיי אלע געזאגט: צי ביסטו דען דער זון פון דער אויבערשטער? און ער האט צו זיי געזאגט: איר זאגט עס, ווייל איך בין עס! \v 71 זיי אבער האבן געזאגט: וואס דארפן מיר נאך אן עדות זאגן? ווארום מיר אליין האבן עס געהערט פון זיין מויל. \c 23 \cl קאפיטל דריי און צוואנציק \p \v 1 און זייער גאנצע עדה איז אויפגעשטאנען, און אים אוועקגעפירט צו פילאטוסן. \v 2 און זיי האבן אנגעהויבן אים צו באשולדיקן, אזוי צו זאגן: דעם דאזיקן האבן מיר געפונען פארפירן אונדזער פאלק, און ער פארווערט צו צאלן שטייערן צום קיסר; ער זאגט אויך, אז ער איז דער (רבי) מלך המשיח. \v 3 און פילאטוס האט אים געפרעגט, אזוי צו זאגן: דו ביסט דער קעניג פון די יידן? און ער האט ענטפערנדיק געזאגט צו אים: דו זאגסט עס! \v 4 האט פילאטוס געזאגט צו די הויפט כהנים און צו די המונים מענטשן; איך געפין נישט קיין שום שולד אין דעם דאזיקן מענטשן! \v 5 זיי אבער האבן זיך געהאלטן דערביי, און געזאגט: ער העצט אויף דאס פאלק, לערנט איבערן גאנצן (לאנד) יהודה, און אנהויבנדיק פון גליל אזש ביז אהער! \v 6 און ווי פילאטוס האט דאס געהערט, האט ער געפרעגט, צי דער מענטש איז א גלילי, \v 7 און דערוויסנדיק זיך, אז ער איז פון הורדוסנס ממשלה, האט ער אים אוועקגעשיקט צו הורדוסן, וועלכער איז אליין אויך געווען אין ירושלים אין די דאזיקע טעג. \p \v 8 און הורדוס האט זיך זייער געפריידט, זעענדיק יהושען/ישוען; ווארום שוין א לאנגע צייט ווי ער האט אים גערן געוואלט זען, צוליב דעם וואס ער האט געהערט וועגן אים, און האט געהאפט צו זען עפעס אן אות געטאן פון אים. \v 9 און ער האט אים געשטעלט א סך קשיות; ער אבער האט אים גארנישט געענטפערט. \v 10 און די הויפט כהנים און די סופרים זענען געשטאנען און האבן אים אייפערדיק אנגעקלאגט. \v 11 און הורדוס מיט זיינע זעלנער האבן אים פאראכט און אפגעשפאט פון אים, און אנטוענדיק אים אין א פראכטפול מלבוש, האט ער אים צוריקגעשיקט צו פילאטוסן. (ישעיהו נג, ז-ח.) \v 12 און הורדוס און פילאטוס זענען געווארן פריינד איינער מיטן אנדערן אין דעם זעלביקן טאג; ווארום פריער האט געהערשט א שנאה צווישן זיי. \p \v 13 און פילאטוס האט צוזאמענגערופן די הויפט כהנים און די שרים און דאס פאלק. \v 14 און צו זיי געזאגט: איר האט אהערגעברענגט דעם דאזיקן מענטשן פאר מיר, ווי א פאלקספארפירער; און זע, איך האב אים אויסגעפארשט פאר אייך, און האב נישט געפונען אין דעם דאזיקן מענטשן קיין שום שולד, וואס שייך דעם, וואס איר קלאגט אים אָן; \v 15 ניין, אפילו הורדוס אויך נישט; ווארום ער האט אים צוריקגעשיקט צו אונדז; און זע, ער האט גארנישט געטאן, פארוואס ער זאל זיין חייב מיתה. \v 16 איך וועל אים דעריבער לאזן געבן שלעק, און אפלאזן. \v 17 און ער האט געמוזט אפלאזן פאר זיי איינעם אויף יום טוב. \v 18 און דער גאנצער המון האט געשריגן, אזוי צו זאגן: אוועק מיט דעם דאזיקן, און באפריי אונדז בר‑אבאן! \v 19 וועלכער איז אריינגעווארפן געווארן אין געפענקעניש אריין צוליב אן אויפשטאנד, וואס איז פארגעקומען אין דער שטאט, און צוליב א מערדעריי. \v 20 און ווידער האט פילאטוס אויסגערופן צו זיי, וועלנדיק אפלאזן יהושען/ישוען; \v 21 זיי אבער האבן געשריגן, אזוי צו זאגן: אויפהענגען אים אויף דער בוים! אויפהענגען אים אויף דער בוים! \v 22 און צום דריטן מאל האט ער צו זיי געזאגט: וואס פאר א בייז האט ער דען געטאן? איך האב נישט געפונען קיין שום טויט שולד אין אים; איך וועל אים דעריבער לאזן געבן שלעק און באפרייען. \v 23 זיי אבער האבן אנגעהאלטן מיט הויכע קולות, פאדערנדיק, אז ער זאל אים אויפהענגען אויף א בוים. און די געשרייען זייערע האבן גובר געווען. \v 24 און פילאטוס האט געמשפט, אז זייער פאדערונג זאל געשען. \v 25 און האט באפרייט דעם, וואס איז אריינגעווארפן געווארן אין געפענקעניש אריין צוליב אן אויפשטאנד און מערדעריי, וועמען זיי האבן באגערט; יהושען/ישוען אבער האט ער איבערגעגעבן צו זייער ווילן. \p \v 26 און ווי זיי האבן אים אוועקגעפירט, האבן זיי געכאפט א געוויסן שמעון פון קירניה, קומענדיק פונם פעלד, און האבן ארויפגעלייגט אויף אים דעם בוים, אז ער זאל אים טראגן נאך יהושען/ישוען. \v 27 און עס האט אים נאכגעפאלגט א גרויסער המון עם און פרויען, וואס האבן אים באקלאגט און באוויינט. \v 28 יהושע/ישוע אבער האט זיך אויסגעדרייט צו זיי און געזאגט: טעכטער פון ירושלים, וויינט נישט איבער מיר; נאר וויינט ליבער איבער זיך אליין, און איבער אייערע קינדער! \v 29 ווייל זע, עס קומען טעג, אין וועלכע מען וועט זאגן: וואויל איז די עקרות, און די לייבער, וואס האבן נישט געבוירן, און די בריסטן, וואס האבן נישט געגעבן צו זויגן! \v 30 דעמאלט וועט מען אנהויבן צו זאגן צו די בערג: פאלט אויף אונדז! און צו די בערגלעך: דעקט אונדז צו! \v 31 ווייל אויב מען טוט דאס צום גרינעם האלץ, וואס וועט שוין געשען צום פארדארטן? \p \v 32 און צוויי אנדערע, פארברעכער, זענען געפירט געווארן צוזאמען מיט אים געטייט צו ווערן. \p \v 33 און ווען זיי זענען געקומען צו דעם ארט, וואס מען רופט עס גלגלתא, האבן זיי אים דארט אויפגעהאנגען אויף א בוים, און די פארברעכער, דעם אויף דער רעכטער זייט און דעם אויף דער לינקער זייט. (ישעיהו נג, יב.) \v 34 יהושע/ישוע אבער האט געזאגט: פאטער, פארגיב זיי, ווארום זיי ווייסן נישט, וואס זיי טאן! זיי אבער האבן זיך צעטיילט זיינע קליידער און געווארפן גורל. (תהלים כב, יח.) \v 35 און דאס פאלק איז געשטאנען און האט עס צוגעזען. און אויך די שרים האבן אפגעשפאט פון אים, אזוי צו זאגן: אנדערע האט ער געהאלפן; זאל ער זיך אליין העלפן, אויב ער איז דער משיח, דער אויסדערוויילטער פון ה׳! \v 36 און אויך די זעלנער האבן אים אויסגעלאכט, צוקומענדיק צו אים, און ברענגענדיק עסיק פאר אים. (תהלים סט, כא.) \v 37 און האבן געזאגט: אויב דו ביסט דער קעניג פון די יידן, ראטעווע דיך אליין! \v 38 און איבער אים איז אויך געווען אן אויפשריפט: דאס איז דער קעניג פון די יידן. \p \v 39 איינער אבער פון די פארברעכער, וואס זענען געהענגט געווארן, האט אים געלעסטערט, אזוי צו זאגן: צי ביסטו דען נישט דער משיח? ראטעווע זשע דיך אליין און אונדז! \v 40 נאר דער אנדערער האט ענטפערנדיק אנגעשריגן אויף אים, און געזאגט: דו האסט אויך נישט קיין מורא פאר ה׳, ביסט דאך אין דעם זעלביקן משפט! \v 41 מיר טאקע מיט רעכט; ווארום מיר האבן באקומען דאס, וואס אונדזערע מעשים זענען ווערט געווען; ער אבער האט דאך נישט געטאן קיין שום עוולה! \v 42 און האט געזאגט: יהושע/ישוע, געדענק מיך, ווען דו קומסט אין דיין מלכות אריין! \v 43 און ער האט צו אים געזאגט: באמת זאג איך דיר: היינט וועסטו זיין מיט מיר אין גן עדן! \p \v 44 און עס איז שוין געווען ארום דער זעקסטער שעה, און א פינצטערניש איז געקומען איבערן גאנצן לאנד ביז דער ניינטער שעה. \v 45 און די זון איז פארפינסטערט געווארן, און דאס פרוכת פון היכל האט זיך צעריסן אין צווייען אין דער מיט. \v 46 און יהושע/ישוע האט א געשריי געטאן מיט א הויך קול, און געזאגט: פאטער, אין דיינע הענט גיב איך איבער מיין גייסט! און דאס זאגנדיק, האט ער אויסגעהויכט זיין אטעם. (תהלים לא, ה.) \v 47 ווי אבער דער אפיציר האט געזען, וואס עס איז געשען, האט ער אפגעגעבן כבוד צו ה׳, אזוי צו זאגן: דער דאזיקער מענטש איז באמת געווען א צדיק! \v 48 און אלע המונים מענטשן, וואס זענען זיך צונויפגעקומען צו דער דאזיקער זעונג, זעענדיק די זאכן, וואס זענען געשען, האבן זיך געשלאגן אויף דער ברוסט און זיך אומגעקערט. \v 49 עס זענען אבער געשטאנען אלע זיינע באקאנטע פונדערווייטנס, און די פרויען, וועלכע האבן אים נאכגעפאלגט פון גליל, און האבן דאס צוגעזען. \p \v 50 און זע, א געוויסער מאן מיטן נאמען יוסף, וועלכער איז געווען א יועץ, אן איש טוב וצדיק, \v 51 (ער איז נישט געווען איינשטימיק מיט זייער עצה און מיט זייער טאן) פון הרמתים, א יידישע שטאט, וועלכער האט געהאפט אויף דעם קעניגרייך פון ה׳; \v 52 ער איז געגאנגען צו פילאטוסן און האט געבעטן פון אים ישועס גוף. \v 53 און האט אים אראפגענומען, אים איינגעוויקלט אין א ליילעך, און געלייגט אין א קבר, אויסגעהאקט אין א פעלדזן, וואו עס איז נאך קיינמאל קיינער נישט געלייגט געווארן. \v 54 און דער טאג איז געווען ערב שבת, און דער שבת האט שוין געהאלטן ביים צופאלן. \v 55 די פרויען אבער, וואס האבן אים באגלייט פון גליל, זענען נאכגעגאנגען, און האבן געזען דאס קבר, און וויאזוי זיין קערפער איז געלייגט געווארן. \v 56 און האבן זיך אומגעקערט, און צוגעגרייט בשמים און זאלבן. \p און שבת האבן זיי גערוט לויט דעם געבאט (פון דער תורה). \c 24 \cl קאפיטל פיר און צוואנציק \p \v 1 און דעם ערשטן טאג פון דער וואך, ווען עס האט אנגעהויבן טאגבראך, זענען זיי געקומען צום קבר, ברענגענדיק די בשמים, וואס זיי האבן צוגעגרייט. \v 2 זיי האבן אבער געפונען דעם שטיין אראפגעקייקלט פונם קבר; \v 3 און זענען אריינגעגאנגען, און האבן נישט געפונען דעם גוף פון דעם האר יהושע/ישוע. \v 4 און עס איז געשען, בשעת זיי זענען אזוי געווען מבולבל וועגן דעם, זע, צוויי מענער זענען געשטאנען נעבן זיי אין שטראלנדיקע קליידער; \v 5 און ווי זיי האבן זיך דערשראקן און גענייגט די פנימער צו דער ערד, האבן די דאזיקע געזאגט צו זיי: וואס זוכט איר דעם לעבעדיקן צווישן די טויטע? \v 6 ער איז דא נישטא, נאר איז אויפגעשטאנען! דערמאנט זיך ווי ער האט גערעדט צו אייך, בשעת ער איז נאך געווען אין גליל, און געזאגט, \v 7 אז דער בר אנש מוז איבערגעגעבן ווערן אין די הענט פון זינדיקע מענטשן, און ווערן אויפגעהאנגען אויף א בוים, און דעם דריטן טאג ווידער אויפשטיין. \v 8 און זיי האבן זיך דערמאנט זיינע ווערטער, \v 9 און האבן זיך אומגעקערט פונם קבר, און דערציילט אלע די דאזיקע זאכן צו די עלף, און צו אלע איבריקע. \v 10 און דאס זענען געווען מרים פון מגדלה, און יוחנה, און מרים, יעקבס מוטער; און די איבריקע מיט זיי האבן דאס געזאגט צו די שליחים, \v 11 און די דאזיקע רייד זענען זיי פארגעקומען ווי פוסטע מעשיות, און האבן זיי נישט געגלויבט. \v 12 נאר פעטרוס האט זיך אויפגעהויבן און איז אהינגעלאפן צום קבר; און איינבייגנדיק זיך, זעט ער די תכריכים ליגן אליין; און ער איז אוועק צו זיך אהיים, וואונדערנדיק זיך איבער דעם, וואס איז געשען. \p \v 13 און זע, צוויי פון זיי זענען דעם זעלביקן טאג געווען אויפן וועג אין א דארף אריין מיטן נאמען עמאוס, וואס איז געלעגן זעכציק אקער‑פעלד פון ירושלים. \v 14 און האבן געשמועסט צווישן זיך וועגן אלעם דעם, וואס איז פארגעקומען. און עס איז געשען, \v 15 בשעת זיי האבן געשמועסט און געהאלטן א וויכוח, האט יהושע/ישוע אליין גענענט, און איז מיטגעגאנגען מיט זיי. \v 16 זייערע אויגן אבער זענען געהאלטן געווארן, כדי זיי זאלן אים נישט דערקענען. \v 17 און ער האט צו זיי געזאגט: וואס פאר א ווערטער זענען דאס, וואס איר רעדט איינער מיט דעם אנדערן אונטערוועגנס? און זיי זענען געבליבן שטיין מיט באטריבטע פנימער. \v 18 און דער איינער מיטן נאמען קלעאפאס, האט ענטפערנדיק געזאגט צו אים: ביסטו דער איינציקער פרעמדער אין ירושלים, און ווייסט נישט וואס עס איז דארט געשען אין די דאזיקע טעג? \v 19 און ער האט צו זיי געזאגט: וואס? און זיי האבן צו אים געזאגט: דאס פון יהושע/ישוע פון נצרת, וואס איז געווען א נביא, מעכטיק אין טאט און אין ווארט פאר ה׳ און דעם גאנצן פאלק; \v 20 און וויאזוי אונדזערע הויפט כהנים און שרים האבן אים איבערגעגעבן, אז ער זאל פארמשפט ווערן צום טויט, און האבן אים אויפגעהאנגען אויף א בוים. \v 21 מיר אבער האבן געהאפט, אז ער איז דאס, וועלכער האט געזאלט אויסלייזן דאס (פאלק) ישראל. און אויסער דעם איז שוין היינט דער דריטער טאג, זינט די דאזיקע זאכן זענען געשען. \v 22 נאר אפילו אייניקע פרויען, וואס געהערן צו אונדז, האבן אונדז איבערראשט, קומענדיק אינדערפרי צום קבר; \v 23 און ווען זיי האבן נישט געפונען זיין גוף, זענען זיי געקומען, און האבן געזאגט, אז זיי האבן אויך געזען א דערשיינונג פון מלאכים, וועלכע האבן געזאגט, אז ער לעבט. \v 24 און אייניקע פון די אונדזעריקע זענען אוועק צום קבר, און האבן עס געפונען פונקט אזוי, ווי די פרויען האבן געזאגט, אים (אליין) אבער האבן זיי נישט געזען. \v 25 און ער האט צו זיי געזאגט: אָ, איר נאראנים און וואס דאס הארץ איז אייך שווער צו גלויבן אלץ, וואס די נביאים האבן גערעדט! \v 26 צי האט דען דער משיח נישט געדארפט ליידן די דאזיקע זאכן, און אריינגיין אין זיין הערלעכקייט אריין? \v 27 און אנהויבנדיק פון (תורת) משה און פון אלע נביאים, האט ער אויסגעטייטשט פאר זיי אין אלע שריפטן דאס, וואס האט א שייכות צו אים. \v 28 און זיי האבן זיך דערנענטערט צו דעם דארף, וואואהין זיי זענען געגאנגען, און ער האט זיך געמאכט, ווי ער וואלט געוואלט גיין ווייטער. \v 29 און זיי האבן אים געבעטן, און האבן געזאגט: בלייב ביי אונדז, ווייל עס האלט שוין באלד ביים אוונט, און דער טאג האט זיך שוין גענייגט! און ער איז אריינגעגאנגען צו בלייבן ביי זיי. \v 30 און עס איז געשען, בשעתן אנידערזעצן זיך צוזאמען מיט זיי צום טיש, האט ער גענומען דאס ברויט, געמאכט א ברכה, האט עס צעבראכן און געגעבן צו זיי. \v 31 און זייערע אויגן זענען אויפגעעפנט געווארן, און זיי האבן אים דערקענט; און ער איז פון זיי פארשווונדן. \v 32 און זיי האבן געזאגט איינער צום אנדערן: צי האט דען נישט אונדזער הארץ געברענט אין אונדז, בשעת ער האט מיט אונדז גערעדט אויפן וועג, ווי ער האט אונדז אויפגעעפנט די כתבי (הקודש)? \v 33 און זיי זענען אויפגעשטאנען אין דער זעלביקער שעה און האבן זיך אומגעקערט קיין ירושלים, און האבן געפונען די עלף פארזאמלט, און די, וואס זענען געווען מיט זיי; \v 34 וועלכע האבן געזאגט: דער האר איז באמת אויפגעשטאנען, און האט זיך באוויזן צו שמעונען! \v 35 און זיי אליין האבן דערציילט, וואס עס איז געשען אויפן וועג, און וויאזוי ער איז פון זיי דערקענט געווארן ביים ברעכן דאס ברויט. \p \v 36 און בשעת זיי האבן גערעדט פון די דאזיקע זאכן, איז ער אליין געשטאנען אין דער מיט צווישן זיי, און זאגט צו זיי: שלום עליכם! \v 37 זיי אבער האבן געציטערט און מורא געהאט, מיינענדיק, אז זיי זען א גייסט. \v 38 און ער האט צו זיי געזאגט: פארוואס זענט איר אזוי דערשראקן, און פארוואס שטייגן אויף ספקות אין אייער הארץ? \v 39 קוקט אויף מיינע הענט און אויף מיינע פיס, אז איך בין עס אליין! רירט מיך אָן און זעט! ווייל א גייסט האט נישט קיין פלייש און ביין, ווי איר זעט, אז איך האב. \v 40 און ווי ער האט דאס געזאגט, האט ער זיי געוויזן די הענט און די פיס. \v 41 און בשעת זיי האבן נאך אלץ נישט געגלויבט פאר פרייד, און זיך געוואונדערט, האט ער צו זיי געזאגט: צי האט איר דא עפעס צו עסן? \v 42 האבן זיי אים געגעבן א שטיק געבראטענעם פיש. \v 43 און ער האט עס גענומען, און געגעסן פאר זייערע אויגן. \p \v 44 און ער האט צו זיי געזאגט: דאס זענען מיינע ווערטער, וואס איך האב צו אייך גערעדט, בשעת איך בין נאך געווען מיט אייך, אז אלץ מוז דערפילט ווערן, וואס עס שטייט געשריבן אין תורת משה, און אין די נביאים, און אין תהלים, וועגן מיר. \v 45 דעמאלט האט ער אויפגעעפנט זייער פארשטאנד, משיג צו זיין די כתבי (הקודש); \v 46 און האט צו זיי געזאגט: אזוי שטייט געשריבן, אז דער משיח זאל ליידן, און אויפשטיין פון די טויטע דעם דריטן טאג, \v 47 און אז אין זיין נאמען זאל אויסגערופן ווערן א תשובה צו דער פארגעבונג פון זינד צווישן אלע פעלקער—אנהויבנדיק פון ירושלים. \v 48 איר זענט עדות פון די דאזיקע זאכן. \v 49 און זע, איך שיק אויף אייך די הבטחה פון מיין פאטער; איר אבער בלייבט אין דער שטאט, ביז איר וועט אנגעקליידט ווערן מיט גבורה פון אויבן. \p \v 50 און ער האט זיי ארויסגעפירט ביז נאענט קיין בית‑היני, און האט אויפגעהויבן זיינע הענט, און זיי געבענטשט. \v 51 און עס איז געשען, בשעת דעם בענטשן זיי, האט ער זיך פון זיי אפגעשיידט, און איז ארויפגענומען געווארן אין הימל אריין. \v 52 און זיי האבן זיך אומגעקערט קיין ירושלים מיט גרויס פרייד; \v 53 און זענען תמיד געווען אין בית המקדש, לויבנדיק ה׳.