\id JHN - Orthodox Yiddish Brit Chadasha \ide UTF-8 \h יוחנן \toc2 יוחנן \toc1 די גוטע בשורה לויט יוחנן \mt די גוטע בשורה לויט יוחנן \c 1 \p \v 1 אינם אנהויב איז געווען דאס ווארט, און דאס ווארט איז געווען ביי ה׳, און דאס ווארט איז געווען גארנישט ווייניקער ווי ג‑ט. \v 2 דאס דאזיקע איז געווען אין אנהויב ביי ה׳. \v 3 אלץ איז דורך אים באשאפן געווארן; און אחוץ דורך אים איז נישט באשאפן געווארן קיין זאך, וואס איז באשאפן געווארן. \v 4 אין אים איז געווען לעבן; און דאס לעבן איז געווען דאס ליכט פון די מענטשן. \v 5 און דאס ליכט שיינט אין דער פינצטערניש; און די פינצטערניש האט עס נישט גובר געווען. \p \v 6 עס איז געווען א מענטש, פון ה׳ געשיקט, זיין נאמען איז געווען יוחנן. \v 7 דער דאזיקער איז געקומען פאר אן עדות, כדי עדות צו זאגן וועגן דעם ליכט, אז אלע זאלן גלויבן דורך אים. \v 8 ער איז נישט געווען דאס ליכט, נאר (איז געקומען) כדי עדות צו זאגן וועגן דעם ליכט. \v 9 דאס איז געווען דאס אמתע ליכט, וואס באלייכט יעדן מענטשן, וועלכער קומט אין דער וועלט אריין. \v 10 ער איז געווען אין דער וועלט, און די וועלט איז דורך אים באשאפן געווארן, און די וועלט האט אים נישט געקענט. \v 11 צו זיין אייגנטום איז ער געקומען, און די זייניקע האבן אים נישט אויפגענומען. \v 12 וויפל אבער עס האבן אים יא אנגענומען, האט ער זיי געגעבן מאכט צו ווערן ה׳ס קינדער, צו די, וואס גלויבן אין זיין נאמען: \v 13 וועלכע זענען געבוירן געווארן נישט פון בלוט, נישט פון דעם ווילן פון דעם פלייש, אויך נישט פון דעם ווילן פון א מאן, נאר פון ה׳. \v 14 און דאס ווארט איז געווארן (פארקערפערן) בשר (ודם) און האט געוואוינט צווישן אונדז, און מיר האבן געזען זיין כבוד, א הערלעכקייט ווי פון א בן יחיד ביי זיין פאטער, פול מיט חסד און אמת. \v 15 יוחנן האט עדות געזאגט וועגן אים, און אויסגערופן, אזוי צו זאגן: ער איז עס, וועגן וועמען איך האב געזאגט: דער, וואס קומט נאך מיר, איז געווען פאר מיר, ווייל ער איז געווען פארויס פאר מיר. \v 16 און פון זיין פולקייט האבן מיר אלע באקומען, און (טאקע) חסד איבער חסד. \v 17 ווייל די תורה איז געגעבן געווארן דורך משהן, דער חסד און דער אמת זענען געקומען דורך יהושע/ישוע המשיחן. \v 18 קיינער האט קיינמאל נישט געזען ה׳; (נאר) דער בן יחיד וועלכער איז אינם שויס פון דעם פאטער, האט (אים) באקאנט געמאכט. \p \v 19 און דאס דאזיקע איז יוחננס עדות זאגן, ווען די יידן פון ירושלים האבן געשיקט צו אים כהנים און לוויים, כדי אים צו פרעגן: ווער ביסטו? \v 20 און ער האט מודה געווען, און נישט געלייקנט; און האט מודה געווען: איך בין נישט דער משיח. \v 21 און זיי האבן אים געפרעגט: טאָ ווער דען? צי ביסטו אליהו? און ער זאגט: איך בין עס נישט. צי ביסטו דער נביא? און ער האט געענטפערט: ניין. \v 22 האבן זיי דעריבער געזאגט: ווער זשע ביסטו? כדי מיר זאלן געבן אן ענטפער צו די, וואס האבן אונדז געשיקט. וואס זאגסטו וועגן דיר אליין? \v 23 האט ער געזאגט: איך בין א קול פון איינעם וואס שרייט אין דער מדבר: מאכט גלייך דעם וועג פון דעם האר, אזויווי ישעיה הנביא האט געזאגט. (ישעיהו מ, ג.) \v 24 און די שליחים זענען געווען פון די פרושים. \v 25 און זיי האבן אים געפרעגט, און געזאגט צו אים: טאָ פארוואס ביסטו טובל אין א מקווה, אויב דו ביסט נישט דער משיח, אויך נישט אליהו, און נישט דער נביא? \v 26 האט יוחנן זיי געענטפערט, אזוי צו זאגן: איך בין טובל מיט וואסער אין א מקווה: אין אייער מיט שטייט (איינער), וועמען איר קענט נישט, \v 27 דער, וואס קומט נאך מיר, וועמען איך בין נישט ווערט אויפצובינדן דאס שנירל פון זיין שוך. \v 28 דאס איז געשען אין בית‑היני, אויף יענער זייט ירדן, וואו יוחנן פלעגט טובל זיין אין דער מקווה. \p \v 29 צומארגנס זעט ער יהושען/ישוען קומען צו אים, און זאגט: זע, ה׳ס לאם, וואס נעמט אוועק די זינד פון דער וועלט! (ישעיהו נג, ז.) \v 30 ער איז דאס, פון וועמען איך האב געזאגט: נאך מיר קומט א מאן, וועלכער איז געווען פאר מיר; ווייל ער איז געווען פארויס פאר מיר. \v 31 און איך האב אים נישט געקענט; נאר כדי ער זאל אנטפלעקט ווערן צו ישראל, דערפאר בין איך געקומען, טובל זייענדיק מיט וואסער אין דער מקווה. \v 32 און יוחנן האט עדות געזאגט, אזוי צו זאגן: איך האב געזען דעם גייסט אראפנידערן פון הימל ווי א טויב; און בלייבן אויף אים. \v 33 און איך האב אים נישט געקענט; נאר דער, וואס האט מיך געשיקט טובל צו זיין מיט וואסער אין א מקווה, האט צו מיר געזאגט: אויף וועמען דו וועסט זען דעם גייסט אראפשוועבן, און בלייבן אויף אים, דער דאזיקער איז עס, וועלכער איז טובל אין א מקווה מיט דעם רוח הקודש. \v 34 און איך האב געזען, און האב עדות געזאגט, אז ער איז דער זון פון דער אויבערשטער. \p \v 35 צומארגנס איז יוחנן ווידער געשטאנען, און צוויי פון זיינע תלמידים; \v 36 און דערזעענדיק יהושען/ישוען ווי ער איז פארבייגעגאנגען, האט ער געזאגט: זעט, דאס (איז) ה׳ס לאם! \v 37 און די צוויי תלמידים זיינע האבן אים געהערט רעדן, און האבן נאכגעפאלגט יהושען/ישוען. \v 38 און אויסדרייענדיק זיך און זעענדיק זיי נאכפאלגען, האט יהושע/ישוע צו זיי געזאגט: וואס באגערט איר? האבן זיי געזאגט צו אים: רבי (דאס הייסט, לערער) וואו וואוינסטו? \v 39 זאגט ער צו זיי: קומט און זעט. זענען זיי דעריבער געקומען און האבן געזען וואו ער האט געוואוינט; און זענען ביי אים פארבלייבן יענעם טאג. עס איז געווען ארום דער צענטער שעה. \v 40 איינער פון די צוויי, וואס האבן געהערט פון יוחנן און האבן אים נאכגעפאלגט, איז געווען אנדריי, דער ברודער פון שמעון פעטרוס. \v 41 דער דאזיקער געפינט צוערשט זיין אייגענעם ברודער שמעון און זאגט צו אים: מיר האבן געפונען דעם משיח, (דאס הייסט פארטייטשט, געזאלבטער). \v 42 ער האט אים געברענגט צו יהושען/ישוען. יהושע/ישוע האט א בליק געטאן אויף אים און געזאגט: דו ביסט שמעון בן יונה; דו זאלסט הייסן כיפא, (פארטייטשט אויף יידיש, פעלדזן). \p \v 43 צומארגנס האט ער געוואלט ארויסגיין קיין גליל, און געפינט פיליפוסן; און יהושע/ישוע זאגט צו אים: פאלג מיר נאך. \v 44 און דער פיליפוס איז געווען פון בית‑צידה, פון דער שטאט פון אנדריי און פעטרוס. \v 45 פיליפוס געפינט נתנאלן און זאגט צו אים: אים, פון וועמען משה האט געשריבן אין דער תורה, און די נביאים, האבן מיר געפונען, יהושע/ישוע בן יוסף פון נצרת. \v 46 און נתנאל האט צו אים געזאגט: פון נצרת קען דען זיין עפעס גוטס? זאגט פיליפוס צו אים: קום און זע. \v 47 יהושע/ישוע האט געזען נתנאלן קומען צו אים, און זאגט וועגן אים: אָט איז אן אמתער ישראל, אין וועמען עס איז נישט פאראן קיין כיטרעקייט. \v 48 זאגט נתנאל צו אים: פונוואנען קענסטו מיך? האט יהושע/ישוע געענטפערט און געזאגט צו אים: איידער נאך פיליפוס האט דיך גערופן, האב איך דיך געזען, בשעת דו ביסט נאך געווען אונטער דעם פייגנבוים. \v 49 האט נתנאל אים געענטפערט: רבי, דו ביסט דער זון פון דער אויבערשטער; דו ביסט דער מלך פון ישראל. \v 50 האט יהושע/ישוע געענטפערט און געזאגט צו אים: ווייל איך האב דיר געזאגט, אז איך האב דיך געזען אונטער דעם פייגנבוים, גלויבסטו? גרעסערע זאכן ווי די דאזיקע וועסטו זען. \v 51 און זאגט צו אים: באמת, באמת זאג איך אייך: איר וועט זען דעם הימל אפן, און די מלאכים פון ה׳ ארויפגיין און אראפקומען אויף דעם בר אנש. \c 2 \cl קאפיטל צוויי \p \v 1 און דעם דריטן טאג איז געווען א חתונה אין קנה פון גליל; און ישועס מוטער איז דארטן געווען, \v 2 און אויך יהושע/ישוע און זיינע תלמידים זענען פארבעטן געווארן אויף דער חתונה. \v 3 און ווען עס האט אויסגעפעלט וויין, זאגט ישועס מוטער צו אים: זיי האבן נישט קיין וויין. \v 4 און יהושע/ישוע זאגט צו איר: וואס האב איך מיט דיר, אשה? מיין שעה איז נאך נישט געקומען. \v 5 זאגט זיין מוטער צו די סארווערס: וואס ער וועט אייך זאגן, זאלט איר טאן. \v 6 און דארטן זענען געווען אוועקגעשטעלט זעקס שטיינערנע וואסערגעפעסן, לויטן מנהג פון וואשן זיך ביי יידן, יעדעס איינע האט אנטהאלטן צו צוויי אדער דריי עמער. \v 7 זאגט יהושע/ישוע צו זיי: פילט אָן די געפעסן מיט וואסער. און זיי האבן די דאזיקע אנגעפילט ביז ארויף. \v 8 און ער זאגט צו זיי: איצט שעפט אָן און טראגט עס צו דעם, וואס זיצט אויבנאן. און זיי האבן עס געטראגן. \v 9 ווי אבער דער, וואס איז געזעסן אויבנאן האט טועם געווען דאס וואסער, וואס איז געווארן וויין, און האט נישט געוואוסט פונוואנען עס איז—די סארווערס אבער, וואס האבן געשעפט דאס וואסער, האבן יא געוואוסט—רופט דער, וואס איז געזעסן אויבנאן דעם חתן, \v 10 און זאגט צו אים: יעדער מענטש שטעלט קודם כל אוועק דעם גוטן וויין, און ווען מען האט זיך שוין אנגעטרונקען, דעמאלט דעם ערגערן; און דו האסט באהאלטן דעם גוטן וויין ביז איצט. \v 11 דעם דאזיקן אנהויב פון די נסים האט יהושע/ישוע געמאכט אין קנה פון גליל, און האט אנטפלעקט זיין הערלעכקייט, און זיינע תלמידים האבן אין אים געגלויבט. \p \v 12 נאך דעם איז ער אראפגעגאנגען קיין כפר‑נחום, ער און זיין מוטער און די ברידער און זיינע תלמידים, און זענען דארט פארבלייבן נישט קיין סך טעג. \v 13 און דער יידישער פסח איז געווען נאענט, און יהושע/ישוע איז ארויפגעגאנגען קיין ירושלים. \v 14 און האט געפונען אין בית המקדש די פארקויפער פון רינדער און שאף און טויבן, און די געלט וועקסלער זיצן. \v 15 און ער האט געמאכט א קאנטשיק פון שטריקלעך און אלעמען ארויסגעטריבן פונם בית המקדש מיט די שאף און די רינדער; און אויסגעשיט דאס געלט פון די אויסבייטער און די טישן אומגעקערט; \v 16 און צו די, וואס האבן פארקויפט טויבן, האט ער געזאגט: נעמט די דאזיקע אוועק פונדאנען; מאכט נישט פון מיין פאטערס הויז א הויז פון מסחר. \v 17 זיינע תלמידים האבן זיך דערמאנט, אז עס שטייט געשריבן: \q דער אייפער פון דיין הויז האט מיך פארצערט. \qr (תהלים סט, י.) \m \v 18 די יידן האבן דעריבער געענטפערט און געזאגט צו אים: וואס פאר א צייכן ווייזט דו אונדז, אז דו טוסט די דאזיקע זאכן? \v 19 האט יהושע/ישוע געענטפערט און געזאגט צו זיי: צעשטערט דעם דאזיקן היכל, און אין דריי טעג וועל איך אים אויפשטעלן. \v 20 אזוי האבן די יידן געזאגט: זעקס און פערציק יאר איז דער דאזיקער היכל געבויט געווארן, און דו שטעלסט אים אויף אין דריי טעג? \v 21 ער אבער האט גערעדט וועגן דעם היכל פון זיין אייגענעם גוף. \v 22 דעריבער, ווען ער איז אויפגעשטאנען פון די טויטע, האבן זיך זיינע תלמידים דערמאנט, אז ער האט דאס דאזיקע געזאגט; און האבן געגלויבט אין דער (הייליקער) שריפט און אין דעם ווארט, וואס יהושע/ישוע האט געזאגט. \p \v 23 און בעת ער איז געווען אין ירושלים דעם יום טוב פסח, האבן א סך געגלויבט אין זיין נאמען, זעענדיק די נסים, וואס ער האט געטאן. \v 24 יהושע/ישוע אליין אבער האט זיך זיי נישט פארטרויט, ווייל ער האט אלעמען געקענט, \v 25 און נישט נייטיק געהאט, אז עמיצער זאל עדות זאגן וועגן דעם מענטשן; ווארום ער אליין האט געוואוסט וואס עס איז אין א מענטשן. \c 3 \cl קאפיטל דריי \p \v 1 און עס איז געווען א מאן פון די פרושים, ער האט געהייסן נקדימון, א שר ביי יידן; \v 2 דער דאזיקער איז געקומען צו אים ביינאכט, און האט צו אים געזאגט: רבי, מיר ווייסן, אז דו ביסט א לערער, געקומען פון ה׳; ווארום קיינער קען נישט טאן די דאזיקע נסים, וואס דו טוסט, אויב ה׳ איז נישט מיט אים. \v 3 האט יהושע/ישוע געענטפערט און געזאגט צו אים: באמת, באמת זאג איך דיר: אויב איינער ווערט נישט ווידער געבוירן, קען ער נישט זען דאס קעניגרייך פון ה׳. \v 4 זאגט נקדימון צו אים: וויאזוי קען א מענטש געבוירן ווערן, זייענדיק א זקן? צי קען ער דען א צווייט מאל אריינגיין אין זיין מוטערס לייב און געבוירן ווערן? \v 5 האט יהושע/ישוע געענטפערט: באמת, באמת זאג איך דיר: אויב איינער ווערט נישט געבוירן פון וואסער און פון גייסט (וואשנדיק פון התחדשות), קען ער נישט אריינגיין אין דעם קעניגרייך פון ה׳. \v 6 דאס, וואס איז געבוירן פון דעם פלייש, איז פלייש; און דאס, וואס איז געבוירן פון גייסט, איז גייסט. \v 7 וואונדער דיך נישט, ווייל איך האב דיר געזאגט: איר מוזט ווידער געבוירן ווערן. \v 8 דער ווינט בלאזט, וואו ער וויל, און דו הערסט זיין קול, נאר ווייסט נישט, פונוואנען ער קומט און וואואהין ער גייט; פונקט אזוי איז יעדער איינער וואס איז געבוירן פון דעם גייסט. \v 9 נקדימון האט געענטפערט און געזאגט צו אים: וויאזוי קען דאס געשען? \v 10 האט יהושע/ישוע געענטפערט און געזאגט צו אים: דו ביסט א רבי בישראל, און ווייסט דאס נישט? \v 11 באמת, באמת זאג איך דיר: וואס מיר ווייסן, דאס רעדן מיר, און וואס מיר האבן געזען, דערפון זאגן מיר עדות: און איר נעמט אונדזער עדות זאגן נישט אָן. \v 12 אויב איך האב צו אייך גערעדט פון ערדישע זאכן, און איר גלויבט נישט, וויאזוי וועט איר גלויבן, ווען איך וועל צו אייך רעדן פון הימלישע זאכן? \v 13 און קיינער איז נישט ארויפגעגאנגען אין הימל אריין, אחוץ דער, וועלכער איז אראפגעקומען פון הימל, דער בר אנש, וואס איז אין הימל. \v 14 און ווי משה האט אויפגעהויבן די שלאנג אין דער מדבר, אזוי מוז דער בר אנש אויפגעהויבן ווערן; \v 15 כדי יעדער איינער, וואס גלויבט אין אים, זאל האבן אייביק לעבן. \v 16 ווארום ה׳ האט אזוי ליב געהאט די וועלט, אז ער האט געגעבן זיין בן יחיד, כדי יעדער איינער, וואס גלויבט אין אים, זאל נישט פארלוירן ווערן, נאר האבן אייביק לעבן. \v 17 ווארום ה׳ האט נישט געשיקט זיין זון אין דער וועלט אריין, כדי צו משפטן די וועלט, נאר כדי די וועלט זאל דורך אים געראטעוועט ווערן. \v 18 דער, וואס גלויבט אין אים, ווערט נישט געמשפט; דער, וואס גלויבט נישט, איז שוין געמשפט געווארן, ווייל ער האט נישט געגלויבט אין דעם נאמען פון דעם בן יחיד פון ה׳. \v 19 און דאס איז דאס משפט: דאס ליכט איז געקומען אין דער וועלט אריין, און די מענטשן האבן ליבער געהאט די פינצטערניש ווי דאס ליכט; ווייל זייערע מעשים זענען געווען בייז. \v 20 ווארום יעדער איינער, וואס טוט שלעכטס, האט פיינט דאס ליכט, און קומט נישט צו דעם ליכט, כדי זיינע מעשים זאלן נישט אויפגעדעקט ווערן. \v 21 דער אבער, וואס טוט דעם אמת, קומט צום ליכט, כדי זיינע מעשים זאלן אנטפלעקט ווערן, אז זיי ווערן געטאן אין ה׳. \p \v 22 נאך דעם איז יהושע/ישוע אוועק מיט זיינע תלמידים צום לאנד יהודה, און איז דארטן פארבלייבן מיט זיי, און האט טובל געווען אין דער מקווה. \v 23 און אויך יוחנן האט טובל געווען אין דער מקווה אין עינון, נאענט ביי שלם, ווייל דארטן איז געווען א סך וואסער פאר דער מקווה; און מען פלעגט קומען און זיך לאזן טובל זיין אין דער מקווה. \v 24 ווארום יוחנן איז נאך נישט געווען אריינגעווארפן אין תפיסה. \v 25 און עס איז געקומען צו א מחלוקה צווישן די תלמידים פון יוחנן און א יידן וועגן טהרה. \v 26 און זיי זענען געקומען צו יוחנן, און האבן געזאגט צו אים: רבי, ער, וואס איז געווען מיט דיר אויף יענער זייט ירדן, וועגן וועמען דו האסט עדות געזאגט, אָט זע, ער טובלט אין דער מקווה, און אלע קומען צו אים. \v 27 האט יוחנן געענטפערט און געזאגט: קיין מענטש קען זיך גארנישט נעמען, אויב עס איז אים נישט געגעבן געווארן פון הימל. \v 28 איר אליין זענט מיינע עדות, אז איך האב געזאגט: איך בין נישט דער משיח, נאר אז איך בין געשיקט געווארן פאר אים. \v 29 ווער עס האט די כלה, דער איז דער חתן; אבער דער פריינד פון דעם חתן, וואס שטייט און הערט זיך צו צו אים, טוט מיט שמחה זיך פרייען איבער דעם חתנס קול; אָט די דאזיקע פרייד מיינע איז דערפילט. \v 30 ער מוז וואקסן, איך אבער פארמינערט ווערן. \p \v 31 דער, וואס קומט פון אויבן, איז איבער אלעמען: דער, וואס איז פון דער ערד, איז פון דער ערד, און רעדט פון דער ערד; דער, וואס קומט פון הימל, איז איבער אלעמען. \v 32 וואס ער האט געזען און געהערט, דערפון זאגט ער עדות; און זיין עדות זאגן נעמט קיינער נישט אָן. \v 33 ווער עס נעמט יא אָן זיין עדות זאגן, דער האט צוגעלייגט זיין חתימה, אז ה׳ איז אמת. \v 34 ווארום ער, וועמען ה׳ האט געשיקט, רעדט די ווערטער פון ה׳; ווארום ער גיט נישט דעם גייסט מיט א מאס. \v 35 דער פאטער האט ליב דעם זון, און האט אלץ געגעבן אין זיין האנט אריין. \v 36 דער, וואס גלויבט אין דעם זון, האט אייביק לעבן; ווער אבער עס געהארכט נישט דעם זון, דער וועט נישט זען קיין לעבן, נאר ה׳ס צארן בלייבט אויף אים. \c 4 \cl קאפיטל פיר \p \v 1 ווען דעריבער דער האר האט זיך דערוואוסט, אז די פרושים האבן געהערט, אז יהושע/ישוע מאכט און איז טובל אין דער מקווה מער תלמידים ווי יוחנן— \v 2 הגם יהושע/ישוע אליין האט נישט געטובלט אין דער מקווה, נאר זיינע תלמידים— \v 3 האט ער פארלאזט דאס לאנד יהודה, און איז ווידער אוועק קיין גליל. \v 4 און האט געמוזט דורכגיין דורך שומרון. \v 5 און אזוי קומט ער אין א שטאט פון שומרון, וועלכע מען רופט סוכר, נאענט ביי דעם פעלד, וואס יעקב האט געגעבן צו זיין זון יוסף; \v 6 און דארט איז געווען יעקבס ברונעם. און זייענדיק מיד פון דער נסיעה, האט יהושע/ישוע זיך אזוי אנידערגעזעצט ביים ברונעם; עס איז געווען ארום דער זעקסטער שעה. \v 7 קומט א פרוי פון שומרון שעפן וואסער; זאגט יהושע/ישוע צו איר: גיב מיר צו טרינקען. \v 8 ווארום די תלמידים זיינע זענען אוועקגעגאנגען אין שטאט אריין, כדי איינצוקויפן שפייז. \v 9 זאגט דעריבער צו אים די שומרונישע פרוי: וויאזוי בעטסטו, א ייד, צו טרינקען פון מיר, וואס איך בין א שומרונישע פרוי? ווארום יידן האבן נישט קיין מגע־משא מיט שומרונים. \v 10 האט יהושע/ישוע געענטפערט און געזאגט צו איר: אויב דו וואלסט געקענט די מתנה פון ה׳, און ווער דער איז, וואס זאגט צו דיר: גיב מיר צו טרינקען, וואלסטו אים געבעטן, און ער וואלט דיר געגעבן לעבעדיק וואסער. \v 11 זאגט די פרוי צו אים: האר, דו האסט נישט מיט וואס אנצושעפן, און דער ברונעם איז טיף; פונוואנען זשע האסטו דאס לעבעדיקע וואסער? \v 12 צי ביסטו דען גרעסער ווי אונדזער פאטער יעקב, וועלכער האט אונדז געגעבן דעם ברונעם, און אליין פון אים געטרונקען, און זיינע זין און זיינע סטאדעס? \v 13 האט יהושע/ישוע געענטפערט און געזאגט צו איר: יעדער איינער, וואס טרינקט פון דעם דאזיקן וואסער, וועט ווידער דארשטיק ווערן; \v 14 ווער אבער עס וועט טרינקען פון דעם וואסער, וואס איך וועל אים געבן, דער וועט ביז אויף אייביק מער נישט דארשטיק ווערן; נאר דאס וואסער, וואס איך וועל אים געבן, וועט ווערן אין אים א וואסער קוואל, וואס שפרודלט צום אייביקן לעבן. \v 15 זאגט די פרוי צו אים: האר, גיב מיר דאס דאזיקע וואסער, כדי איך זאל נישט דורשטן, און נישט דארפן אהערקומען אנצושעפן. \v 16 זאגט יהושע/ישוע צו איר: גיי רוף דיין מאן, און קום אהער. \v 17 האט די פרוי געענטפערט און געזאגט: איך האב נישט קיין מאן. זאגט יהושע/ישוע צו איר: דו האסט ריכטיק געזאגט: איך האב נישט קיין מאן; \v 18 ווארום דו האסט שוין געהאט פינף מענער, און ער, וועמען דו האסט איצט, איז נישט דיין מאן; דאס דאזיקע האסטו אמת געזאגט. \v 19 זאגט די פרוי צו אים: האר, איך זע, אז דו ביסט א נביא. \v 20 אונדזערע אבות האבן זיך געבוקט (צו ה׳) אויף דעם דאזיקן בארג; און איר זאגט, אז אין ירושלים איז דאס ארט, וואו מען דארף זיך בוקן (צו ה׳). \v 21 זאגט יהושע/ישוע צו איר: גלויב מיר, אשה, אז עס קומט א שעה, ווען נישט אויף דעם דאזיקן בארג, נישט אין ירושלים וועט איר זיך בוקן צום פאטער. \v 22 איר בוקט זיך צו וואס איר ווייסט נישט, מיר ווייסן יא צו וועמען מיר בוקן זיך; ווייל די ישועה איז פון די יידן. \v 23 נאר עס קומט א שעה, און איז שוין איצט, ווען די ווארהאפטיקע דינער פון ה׳, וועלן זיך בוקן צום פאטער אין גייסט און אין דער ווארהייט; ווארום דער פאטער זוכט אזעלכע, וואס זאלן זיך בוקן צו אים. \v 24 ה׳ איז א גייסט, און די, וואס בוקן זיך צו אים, מוזן זיך בוקן אין גייסט און אין דער ווארהייט. \v 25 זאגט צו אים די פרוי: איך ווייס, אז דער משיח קומט, (וואס הייסט געזאלבטער) ווען ער וועט קומען, וועט ער אונדז אלץ זאגן. \v 26 זאגט צו איר יהושע/ישוע: איך בין עס, וואס רעדט מיט דיר. \p \v 27 און ביי דעם דאזיקן זענען זיינע תלמידים אנגעקומען, און האבן זיך געוואונדערט, אז ער רעדט מיט א פרוי; דאך האט קיינער נישט געזאגט: וואס ווילסטו? אדער: פארוואס רעדסטו מיט איר? \v 28 און די פרוי האט איבערגעלאזט איר וואסער קרוג, און איז אוועק אין שטאט אריין, און זאגט צו די מענטשן: \v 29 קומט, זעט א מענטשן, וועלכער האט מיר געזאגט אלץ, וואס איך האב געטאן; איז דאס נישט אפשר דער משיח? \v 30 זענען זיי ארויסגעגאנגען אויס דער שטאט, און זענען געקומען צו אים. \v 31 דערווייל האבן אים די תלמידים געבעטן, אזוי צו זאגן: רבי, עס. \v 32 ער אבער האט צו זיי געזאגט: איך האב א שפייז צו עסן, וואס איר קענט זי נישט. \v 33 האבן די תלמידים דעריבער געזאגט איינער צום אנדערן: צי האט אים דען עמיצער געברענגט עפעס צו עסן? \v 34 זאגט יהושע/ישוע צו זיי: מיין שפייז איז, אז איך זאל טאן דעם רצון פון דעם, וועלכער האט מיך געשיקט, און צו ענדיקן זיין ווערק. \v 35 צי זאגט איר דען נישט: נאך פיר חדשים, און עס קומט דער שניט? זע, איך זאג אייך: הייבט אויף אייערע אויגן און זעט די פעלדער, אז זיי זענען שוין ווייס צום שניט. \v 36 דער שניטער באקומט א שכר, און זאמלט איין פירות צום אייביקן לעבן, כדי דער פארזייער און דער שניטער זאלן זיך פרייען צוזאמען. \v 37 ווארום אין דעם דאזיקן (פאל) איז דאס שפריכווארט אמת: איינער זייעט, אן אנדערער שניידט. \v 38 איך האב אייך געשיקט צו שניידן, וואס איר האט נישט באארבעט; אנדערע האבן געארבעט, און איר זענט אריינגעקומען אין זייער ארבעט אריין. \p \v 39 און פון יענער שטאט האבן א סך שומרונים געגלויבט אין אים דורך דעם ווארט פון דער פרוי, וואס האט עדות געזאגט: ער האט מיר געזאגט אלץ, וואס איך האב געטאן. \v 40 און ווי די שומרונים זענען געקומען צו אים, האבן זיי אים געבעטן צו בלייבן ביי זיי; און ער איז דארט געבליבן צוויי טעג. \v 41 און א סך מער האבן געגלויבט דורך זיין ווארט, \v 42 און האבן געזאגט צו דער פרוי: מיר גלויבן מער נישט צוליב דיין רעדן, ווארום מיר אליין האבן אים געהערט; און ווייסן, אז ער איז באמת דער משיח, דער גואל פון דער וועלט. \v 43 און אין צוויי טעג ארום איז ער פון דארטן ארויסגעגאנגען קיין גליל. \v 44 ווארום יהושע/ישוע אליין האט עדות געזאגט, אז א נביא האט נישט קיין כבוד אין זיין אייגן היימלאנד. \v 45 ווען דעריבער ער איז געקומען קיין גליל, האבן די לייט פון גליל אים אויפגענומען, ווייל זיי האבן געזען אלץ, וואס ער האט געטאן אין ירושלים דעם יום טוב; ווארום זיי אליין זענען אויך ארויפגעגאנגען אויף יום טוב. \p \v 46 און ער איז ווידעראמאל געקומען קיין קנה פון גליל, וואו ער האט געמאכט פון דעם וואסער וויין. און עס איז געווען א געוויסער קעניגלעכער באאמטער, וועמעס זון איז געלעגן קראנק אין כפר‑נחום. \v 47 ווי דער דאזיקער האט געהערט, אז יהושע/ישוע איז אנגעקומען פון יהודה קיין גליל, איז ער אוועק צו אים, און אים געבעטן, אז ער זאל אראפגיין און היילן זיין זון; ווייל ער האט געהאלטן ביים שטארבן. \v 48 און יהושע/ישוע האט געזאגט צו אים: אויב איר זעט נישט קיין אותות ומופתים, ווילט איר בשום אופן נישט גלויבן. \v 49 זאגט דער קעניגלעכער באאמטער צו אים: האר, קום אראפ, איידער מיין קינד שטארבט. \v 50 זאגט יהושע/ישוע צו אים: גיי, דיין זון לעבט! דער מענטש האט געגלויבט אין דעם ווארט, וואס יהושע/ישוע האט צו אים געזאגט, און איז געגאנגען. \v 51 און בשעת ער איז אראפגעגאנגען, האבן אים זיינע קנעכט באגעגענט, און געזאגט, אז זיין יינגל לעבט. \v 52 ער האט זיך דעריבער נאכגעפרעגט ביי זיי די שעה, אין וועלכער עס איז אים בעסער געווארן. האבן זיי אים געזאגט: נעכטן אין דער זיבעטער שעה האט דאס פיבער אים פארלאזט. \v 53 דער פאטער האט דעריבער געוואוסט, אז עס איז געווען אין יענער שעה, איז וועלכער יהושע/ישוע האט צו אים געזאגט: דיין זון לעבט; און ער האט געגלויבט און דאס גאנצע הויז זיינס. \v 54 דאס דאזיקע איז שוין דאס צווייטע נס, וואס יהושע/ישוע האט געטאן, ווען ער איז געקומען פון יהודה קיין גליל. \c 5 \cl קאפיטל פינף \p \v 1 נאך דעם איז געווען א יידישער יום טוב, און יהושע/ישוע איז ארויפגעגאנגען קיין ירושלים. \p \v 2 און אין ירושלים ביים שער הצאן איז דא א טייך, וואס הייסט אויף לשון קודש בית-חסדא, און האט פינף זאלן. \v 3 אין די דאזיקע איז געלעגן א מאסע קראנקע, בלינדע, הינקענדיקע, אויסגעצערטע, (וואס האבן געווארט, אז דאס וואסער זאל זיך באוועגן; \v 4 ווארום פון צייט צו צייט פלעגט אראפקומען א מלאך פון דעם האר (ג‑ט) אין דעם טייך אריין און באוועגן דאס וואסער; דעריבער ווער עס איז אריינגעגאנגען דער ערשטער נאך דער באוועגונג פונם וואסער, דער איז געזונט געווארן, פון יעדער קראנקייט וואס ער האט נאר געהאט.) \v 5 און דארט איז געווען א מענטש, וואס איז קראנק געווען אכט און דרייסיק יאר לאנג. \v 6 ווען יהושע/ישוע האט געזען דעם דאזיקן ליגן, און האט זיך דערוואוסט, אז ער ליגט שוין דארט א לאנגע צייט, זאגט ער צו אים: ווילסט געזונט ווערן? \v 7 האט דער חולה אים געענטפערט: האר, איך האב נישט קיין מענטשן, מיך אריינצואווארפן אין טייך אריין, ווען דאס וואסער ווערט באוועגט; נאר בשעת איך קום, גייט אן אנדערער אראפ פאר מיר. \v 8 זאגט יהושע/ישוע צו אים: שטיי אויף, נעם דיין בעט און גיי. \v 9 און גלייך איז דער מענטש געזונט געווארן, און האט גענומען זיין בעט, און איז ארומגעגאנגען. און יענער טאג איז געווען א שבת. \p \v 10 די יידן האבן דעריבער געזאגט צום געהיילטן: עס איז שבת, און דו טארסט נישט טראגן דאס בעט. \v 11 ער אבער האט זיי געענטפערט: דער, וואס האט מיך געזונט געמאכט, האט צו מיר געזאגט: נעם דיין בעט און גיי. \v 12 האבן זיי אים געפרעגט: ווער איז דער מענטש, וואס האט צו דיר געזאגט: נעם און גיי? \v 13 און דער, וואס איז געהיילט געווארן, האט נישט געוואוסט, ווער עס איז; ווארום יהושע/ישוע האט זיך אוועקגעקערט, מחמת עס איז געווען א המון מענטשן אויף דעם ארט. \v 14 שפעטער האט יהושע/ישוע אים געפונען אין בית המקדש, און צו אים געזאגט: זע, דו ביסט געזונט געווארן; זינדיק נישט מער, כדי קיין ערגערס זאל דיר נישט געשען. \v 15 איז דער מענטש אוועקגעגאנגען, און האט געזאגט צו די יידן, אז עס איז יהושע/ישוע, וואס האט אים געזונט געמאכט. \v 16 און צוליב דעם האבן די יידן גערודפט יהושען/ישוען, ווייל ער האט עס געטאן אין שבת. \v 17 יהושע/ישוע אבער האט זיי געענטפערט: מיין פאטער ארבעט ביז אצונד, און איך ארבעט אויך. \v 18 דערפאר טאקע האבן די יידן נאך מער געזוכט אים צו טייטן, ווייל נישט נאר האט ער מחלל שבת געווען, נאר האט געזאגט, אז ה׳ איז זיין פאטער (ישעיהו ד, ב.), מאכנדיק זיך גלייך צו ג‑ט. \p \v 19 יהושע/ישוע האט דעריבער געענטפערט און געזאגט צו זיי: \p באמת, באמת זאג איך אייך: דער זון קען פון זיך אליין גארנישט טאן, אחוץ דאס, וואס ער זעט דעם פאטער טאן; ווארום וואס ער טוט, דאס טוט אויך דער זון אויף אן ענלעכן אופן. \v 20 ווארום דער פאטער האט ליב דעם זון, און ווייזט אים אלץ, וואס ער אליין טוט; און גרעסערע מעשים ווי די דאזיקע וועט ער אים ווייזן, כדי איר זאלט זיך וואונדערן. \v 21 ווארום ווי דער פאטער וועקט אויף די טויטע און מאכט לעבעדיק, אזוי אויך מאכט דער זון לעבעדיק וועמען ער וויל. \v 22 ווארום דער פאטער משפט נישט קיינעם, נאר האט איבערגעגעבן דאס גאנצע משפט צום זון, \v 23 כדי אלע זאלן אפגעבן כבוד דעם זון, ווי זיי גיבן אפ כבוד דעם פאטער. ווער עס גיט נישט אפ כבוד דעם זון, דער גיט נישט אפ כבוד דעם פאטער, וואס האט אים געשיקט. \v 24 באמת, באמת זאג איך אייך: ווער עס הערט מיין ווארט, און גלויבט אין אים, וואס האט מיך געשיקט, דער האט אייביק לעבן, און קומט נישט צום משפט, נאר איז שוין אריבער פון טויט אין לעבן אריין. \v 25 באמת, באמת זאג איך אייך: עס קומט אָן א שעה, און איז שוין, ווען די מתים וועלן הערן דאס קול פון דעם זון פון דער אויבערשטער; און די, וואס הערן עס, וועלן לעבן. \v 26 ווארום ווי דער פאטער האט לעבן אין זיך אליין, אזוי האט ער אויך געגעבן דעם זון, צו האבן לעבן אין זיך אליין; \v 27 אויך האט ער אים געגעבן רשות צו טאן משפט, ווייל ער איז דער בר אנש. \v 28 וואונדערט זיך נישט איבער דעם; ווייל א שעה קומט אָן, אין וועלכער אלע, וואס זענען אין די קברים, וועלן הערן זיין קול, \v 29 און וועלן ארויסקומען; די, וואס האבן געטאן (מעשים) טובים, צו דער אויפשטייאונג פון לעבן; אבער די, וואס האבן געטאן (מעשים) רעים, צו דער אויפשטייאונג פון משפט. \p \v 30 איך קען פון מיר אליין גארנישט טאן; ווי איך הער, אזוי משפט איך; און מיין משפט איז גערעכט, ווייל איך זוך נישט מיין ווילן, נאר דעם רצון פון דעם פאטער, וואס האט מיך געשיקט. \v 31 אויב איך זאג עדות וועגן מיר אליין, איז מיין עדות זאגן נישט אמת. \v 32 אן אנדערער איז עס, וואס זאגט עדות וועגן מיר; און איך ווייס, אז ווארהאפטיק איז דאס עדות זאגן, וואס ער זאגט וועגן מיר. \v 33 איר האט געשיקט צו יוחנן, און ער האט עדות געזאגט אויף דעם אמת. \v 34 איך אבער נעם נישט אָן דאס עדות זאגן פון א מענטשן, נאר דאס זאג איך, כדי איר זאלט געראטעוועט ווערן. \v 35 ער איז געווען דאס ברענענדיקע און שיינענדיקע ליכט; און איר האט זיך געוואלט משמח זיין לפי שעה אין זיין ליכט. \v 36 איך אבער האב דאס עדות זאגן, וואס איז גרעסער ווי יוחננס; ווארום די מעשים, וואס דער פאטער האט מיר געגעבן, כדי איך זאל זיי פארענדיקן, די זעלביקע מעשים, וואס איך טו, זאגן עדות וועגן מיר, אז דער פאטער האט מיך געשיקט. \v 37 און דער פאטער, וואס האט מיך געשיקט, האט עדות געזאגט וועגן מיר. נישט האט איר, ווען עס איז, געהערט זיין קול, נישט האט איר זיין געזען געשטאלט. \v 38 און זיין ווארט האט איר נישט וואוינען אין אייך, ווייל איר גלויבט נישט אין דעם דאזיקן, וועמען ער האט געשיקט. \v 39 איר פארשט (דאך) אין די כתבי (הקודש), ווייל איר מיינט, אז אין זיי האט איר אייביק לעבן; און זיי זענען עס, וואס זאגן עדות וועגן מיר. \v 40 און איר ווילט נישט קומען צו מיר, כדי איר זאלט האבן לעבן. \v 41 כבוד פון מענטשן נעם איך נישט אָן. \v 42 נאר איך קען אייך, אז איר האט נישט די ליבע פון ה׳ אין זיך. \v 43 איך בין געקומען אין דעם נאמען פון מיין פאטער, און איר נעמט מיך נישט אויף; ווען אן אנדערער וועט קומען אין זיין אייגענעם נאמען, וועט איר אים יא אויפנעמען. \v 44 וויאזוי קענט איר גלויבן, איר, וואס נעמט אָן כבוד איינער פונם אנדערן, און דעם כבוד, וואס קומט פון דעם איינציקן ג-ט, זוכט איר נישט? \v 45 מיינט נישט אז איך וועל אייך מקטרג זיין ביי דעם פאטער; אייער מקטרג איז משה, אויף וועמען איר האט געהאפט. \v 46 ווייל וואלט איר געגלויבט משהן, וואלט איר אויך מיר געגלויבט, ווארום ער האט געשריבן וועגן מיר. \v 47 אויב אבער איר גלויבט נישט זיינע שריפטן, וויאזוי זשע וועט איר גלויבן מיינע רייד? (דברים יח, טו.) \c 6 \cl קאפיטל זעקס \p \v 1 נאך דעם איז יהושע/ישוע אוועק אויף דער אנדערער זייט פון דעם ים פון גליל—ים כנרת (טבריה). \v 2 און א גרויסער המון מענטשן האט אים נאכגעפאלגט, ווייל זיי האבן געזען די נסים, וואס ער האט געטאן מיט די קראנקע. \v 3 און יהושע/ישוע איז ארויפגעגאנגען אויף דעם בארג, און האט זיך דארט אנידערגעזעצט צוזאמען מיט זיינע תלמידים. \v 4 און עס איז געווען נאענט צום יידישן יום טוב פסח. \v 5 און ווי יהושע/ישוע האט אויפגעהויבן די אויגן און געזען, אז א גרויסער המון מענטשן קומט צו אים, זאגט ער צו פיליפוסן: פונוואנען זאלן מיר קויפן ברויט, כדי זיי זאלן האבן צו עסן? \v 6 דאס דאזיקע האט ער געזאגט, אויספרואוונדיק אים; ווארום ער אליין האט געוואוסט, וואס ער וועט טאן. \v 7 פיליפוס האט אים געענטפערט: צוויי הונדערט דינרים ברויט וועט פאר זיי נישט געניגן, אז יעדער איינער זאל בלויז נעמען א שטיקל. \v 8 זאגט צו אים איינער פון זיינע תלמידים, אנדריי דער ברודער פון שמעון פעטרוס: \v 9 עס איז דא דא א יינגל, וואס האט פינף גערשטן ברויט און צוויי פישלעך; נאר וואס איז דאס פאר אזויפיל (לייט)? \v 10 האט יהושע/ישוע געזאגט: מאכט די מענטשן זיך אנידערזעצן. און אויף דעם ארט איז געווען א סך גראז. די מענער האבן זיך דעריבער אנידערגעזעצט, אין צאל אן ערך פינף טויזנט. \v 11 דאן האט יהושע/ישוע גענומען די ברויטן, האט געמאכט א ברכה און זיי צעטיילט צו די, וואס האבן זיך אנידערגעזעצט; דעסגלייכן אויך פון די פישלעך, וויפל זיי האבן געוואלט. \v 12 און ווען זיי זענען זאט געווארן, זאגט ער צו זיינע תלמידים: נעמט צונויף די איבערגעבליבענע ברעקלעך, כדי עס זאל גארנישט פארלוירן ווערן. \v 13 אזוי האבן זיי צונויפגעזאמלט און אנגעפילט צוועלף קערב פון די ברעקלעך פון די פינף גערשטנברויטן, וואס זענען איבערגעבליבן צו די, וואס האבן געגעסן. \v 14 ווען דעריבער די מענטשן האבן געזען דאס נס, וואס ער האט געטאן, האבן זיי געזאגט: דאס איז באמת דער נביא, וועלכער דארף קומען אין דער וועלט אריין. \p \v 15 דעריבער ווי יהושע/ישוע האט זיך דערוואוסט, אז זיי ווילן קומען און אים כאפן, כדי אים צו מאכן פאר א קעניג, האט ער זיך ווידער צוריקגעצויגן אויף דעם בארג ארויף איינער אליין. \p \v 16 און ווען עס איז געווארן אוונט, זענען זיינע תלמידים אראפגעגאנגען צום ים; \v 17 און זענען איינגעשטיגן אין א שיפל און אריבערגעפארן אויף דער אנדערער זייט ים קיין כפר‑נחום. און עס איז שוין געווען פינסטער, און יהושע/ישוע איז נאך נישט געהאט געקומען צו זיי. \v 18 און דער ים האט זיך אויפגעהויבן, ווייל עס האט געבלאזן א שטארקער ווינט. \v 19 און ווען זיי האבן געהאט גערודערט אן ערך פינף און צוואנציק אדער דרייסיק סטאדיען, האבן זיי געזען יהושען/ישוען ארומגיין אויפן ים, און זיך דערנענטערן צום שיפל; און זיי האבן מורא געהאט. \v 20 ער אבער האט צו זיי געזאגט: איך בין עס; האט נישט קיין מורא! \v 21 און זיי האבן געוואלט אים נעמען אין שיפל אריין, און גלייך איז דאס שיפל געקומען צום לאנד, וואואהין זיי זענען געפארן. \p \v 22 צומארגנס האט דער המון מענטשן, וואס איז געשטאנען אויף יענער זייט ים, געזען, אז עס איז דארט נישט געווען קיין אנדער שיפל אחוץ איינס, און אז יהושע/ישוע איז נישט איינגעשטיגן מיט זיינע תלמידים אין דעם שיפל, נאר זיינע תלמידים אליין זענען אוועקגעפארן; \v 23 עס זענען אבער אנגעקומען שיפלעך פון טבריה נאענט צום ארט, וואו זיי האבן געגעסן דאס ברויט, נאך דעם ווי דער האר האט געמאכט א ברכה. \v 24 ווען דעריבער דער המון מענטשן האט געזען, אז יהושע/ישוע איז דארטן נישטא, נישט די תלמידים זיינע, זענען זיי איינגעשטיגן אין די שיפלעך, און זענען געקומען קיין כפר‑נחום, און האבן געזוכט יהושען/ישוען. \v 25 און געפינענדיק אים אויף דער אנדערער זייט ים, האבן זיי געזאגט צו אים: רבי, ווען ביסטו דא אהערגעקומען? \v 26 האט יהושע/ישוע זיי געענטפערט און געזאגט: באמת, באמת זאג איך אייך: איר זוכט מיך, נישט ווייל איר האט געזען נסים נאר ווייל איר האט געגעסן פון די ברויטן און זענט זאט געווארן. \v 27 ארבעט נישט פאר דער שפייז, וואס ווערט פארדארבן, נאר פאר דער שפייז, וואס בלייבט צום אייביקן לעבן, וואס דער בר אנש וועט אייך געבן; ווארום אויף אים האט ג‑ט דער פאטער געלייגט זיין חותם. \v 28 האבן זיי געזאגט צו אים: וואס זאלן מיר טאן, כדי מיר זאלן עוסק זיין אין די מעשים פון ה׳? \v 29 האט יהושע/ישוע געענטפערט און געזאגט צו זיי: דאס דאזיקע איז דאס ווערק פון ה׳, אז איר זאלט גלויבן אין אים, וועמען ער האט געשיקט. \v 30 האבן זיי געזאגט צו אים: וואס פאר א נס טוסטו דען, אז מיר זאלן זען און דיר גלויבן? וואס טוסטו? \v 31 אונדזערע עלטערן האבן געגעסן מן אין דער מדבר, אזויווי עס שטייט געשריבן: ברויט פונם הימל האט ער זיי געגעבן צו עסן. \v 32 האט יהושע/ישוע צו זיי געזאגט: באמת, באמת זאג איך אייך: נישט משה האט אייך געגעבן דאס ברויט פונם הימל; נאר דער פאטער מיינער גיט אייך דאס אמתע ברויט פונם הימל. \v 33 ווארום דאס ברויט פון ה׳ איז ער, וואס קומט אראפ פונם הימל און גיט לעבן צו דער וועלט. \v 34 האבן זיי דעריבער געזאגט צו אים: האר, גיב אונדז תמיד דאס דאזיקע ברויט. \v 35 האט יהושע/ישוע צו זיי געזאגט: איך בין דאס ברויט פון לעבן; דער, וואס קומט צו מיר, וועט קיינמאל נישט הונגערן, און דער, וואס גלויבט אין מיר, וועט קיינמאל נישט דורשטן. \v 36 איך האב אייך אבער געזאגט, אז איר האט מיך געזען און דאך גלויבט איר נישט. \v 37 אלץ, וואס דער פאטער גיט מיר, וועט קומען צו מיר; און דעם, וואס קומט צו מיר, וועל איך בשום אופן נישט ארויסווארפן אינדרויסן. \v 38 ווייל איך בין אראפגעקומען פון הימל, נישט כדי איך זאל טאן מיין ווילן, נאר דעם רצון פון אים, וואס האט מיך געשיקט. \v 39 און דאס דאזיקע איז דער רצון פון אים, וואס האט מיך געשיקט, אז פון אלעם, וואס ער האט מיר געגעבן, זאל איך גארנישט פארלירן, נאר איך זאל עס אויפשטעלן אין דעם לעצטן טאג. \v 40 ווארום דאס דאזיקע איז מיין פאטערס רצון, אז יעדער איינער, וואס זעט דעם זון און גלויבט אין אים, זאל האבן אייביק לעבן; און איך וועל אים אויפשטעלן אין דעם לעצטן טאג. \p \v 41 די יידן האבן דעריבער געמורמלט קעגן אים, ווייל ער האט געזאגט: איך בין דאס ברויט, וואס איז אראפגעקומען פונם הימל. \v 42 און זיי האבן געזאגט; צי איז דען דער דאזיקער נישט יהושע/ישוע בן יוסף, וועמעס פאטער און מוטער מיר קענען? וויאזוי זאגט ער דאס איצט: איך בין אראפגעקומען פון הימל? \v 43 האט יהושע/ישוע געענטפערט און געזאגט צו זיי: מורמלט נישט צווישן זיך. \v 44 קיינער קען נישט קומען צו מיר, אויב דער פאטער, וואס האט מיך געשיקט, ציט אים נישט; און איך וועל אים אויפשטעלן אין דעם לעצטן טאג. \v 45 עס שטייט געשריבן אין די נביאים: און אלע וועלן זיין געלערנט פון ה׳. יעדער איינער, וואס האט געהערט פון דעם פאטער און האט געלערנט, קומט צו מיר. \v 46 נישט אז עמיצער האט געזען דעם פאטער, אחוץ דער, וואס איז פון ה׳; דער דאזיקער האט געזען דעם פאטער. \v 47 באמת, באמת זאג איך אייך: דער מאמין האט אייביק לעבן. \v 48 איך בין דאס ברויט פון לעבן. \v 49 אייערע עלטערן האבן געגעסן מן אין דער מדבר, און זענען געשטארבן. \v 50 דאס דאזיקע איז דאס ברויט, וואס קומט אראפ פון הימל, אז ווער עס עסט דערפון, זאל נישט שטארבן. \v 51 איך בין דאס לעבעדיקע ברויט, וואס איז אראפגעקומען פון הימל; אויב עמיצער וועט עסן פון דעם דאזיקן ברויט, וועט ער לעבן ביז אויף אייביק; און דאס ברויט, וואס איך וועל געבן, איז מיין פלייש, פאר דעם לעבן פון דער וועלט. \p \v 52 די יידן האבן זיך דעריבער געאמפערט איינער מיטן אנדערן, און געזאגט: וויאזוי קען דער דאזיקער אונדז געבן זיין פלייש צו עסן? \v 53 האט יהושע/ישוע צו זיי געזאגט: באמת, באמת זאג איך אייך: אויב איר וועט נישט עסן דאס פלייש פון דעם בר אנש און טרינקען זיין בלוט, האט איר נישט קיין לעבן אין זיך. \v 54 ווער עס עסט מיין פלייש און טרינקט מיין בלוט, דער האט אייביק לעבן; און איך וועל אים אויפשטעלן אין דעם לעצטן טאג. \v 55 ווארום מיין פלייש איז ווארהאפטיקע שפייז, און מיין בלוט איז ווארהאפטיק געטראנק. \v 56 דער, וואס עסט מיין פלייש און טרינקט מיין בלוט, בלייבט אין מיר, און איך אין אים. \v 57 ווי דער לעבעדיקער פאטער האט מיך געשיקט, און איך לעב דורך דעם פאטער, אזוי דער, וואס עסט מיך, וועט לעבן דורך מיר. \v 58 דאס דאזיקע איז דאס ברויט, וואס איז אראפגעקומען פון הימל; נישט ווי אייערע עלטערן האבן געגעסן, און זענען געשטארבן; ווער עס עסט דאס דאזיקע ברויט, דער וועט לעבן אייביק. \v 59 דאס האט ער געזאגט, בשעת ער האט געלערנט אין דער שול אין כפר‑נחום. \p \v 60 און א סך פון זיינע תלמידים האבן געזאגט, ווען זיי האבן עס געהערט: דאס דאזיקע איז א הארב ווארט; ווער קען עס הערן? \v 61 וויסנדיק אבער אין זיך אליין, אז זיינע תלמידים האבן געמורמלט וועגן דעם, האט יהושע/ישוע צו זיי געזאגט: דאס דאזיקע מאכט אייך שטרויכלען? \v 62 און וואס וועט זיין, ווען איר וועט זען דעם בר אנש ארויפגיין, וואו ער איז פריער געווען? \v 63 דער גייסט איז עס, וואס מאכט לעבעדיק; דאס פלייש נוצט צו גארנישט; די ווערטער, וואס איך האב גערעדט צו אייך, זענען גייסט, און זענען לעבן. \v 64 נאר צווישן אייך זענען פאראן אייניקע, וועלכע גלויבן נישט. ווארום יהושע/ישוע האט געוואוסט פונם אנהויב אָן, ווער עס זענען די, וואס גלויבן נישט, און ווער עס איז, וואס וועט אים פארראטן. \v 65 און ער האט געזאגט: דערפאר האב איך אייך געזאגט: קיינער קען נישט קומען צו מיר, אויב עס איז אים נישט באשערט געווארן פון מיין פאטער. \v 66 פון דעמאלט אָן האבן א סך פון זיינע תלמידים זיך צוריקגעצויגן, און זענען מיט אים מער נישט ארומגעגאנגען. \v 67 יהושע/ישוע האט דעריבער געזאגט צו די צוועלף: צי ווילט איר אויך אוועקגיין? \v 68 האט שמעון פעטרוס אים געענטפערט: האר, צו וועמען זאלן מיר גיין? דו האסט די ווערטער פון אייביקן לעבן. \v 69 און מיר גלויבן און ווייסן, אז דו ביסט דער קדוש אלקים. \v 70 האט יהושע/ישוע זיי געענטפערט: צי האב איך דען נישט אייך—די צוועלף—אויסדערוויילט? און איינער פון אייך איז א טייוול. \v 71 און ער האט גערעדט פון יהודה בן שמעון איש‑קריות; ווארום דער דאזיקער האט אים געזאלט פארראטן, איינער פון די צוועלף. \c 7 \cl קאפיטל זיבן \p \v 1 און נאך דעם איז יהושע/ישוע ארומגעגאנגען אין גליל; ווארום ער האט נישט געוואלט ארומגיין אין (לאנד) יהודה, ווייל די יידן האבן געזוכט אים צו טייטן. \v 2 און עס איז געווען נאענט פאר דעם יידישן יום טוב סוכות, \v 3 אזוי האבן זיינע ברידער צו אים געזאגט: הויב דיך אויף פונדאנען, און גיי קיין יהודה, כדי אויך דיינע תלמידים זאלן זען דיינע מעשים, וואס דו טוסט. \v 4 ווארום קיינער טוט גארנישט אין פארבארגעניש, און זוכט דאך עפנטלעך באקאנט צו זיין. אויב דו טוסט די דאזיקע זאכן, זיי דיך מתגלה צו דער וועלט. \v 5 ווארום אפילו זיינע ברידער האבן נישט געגלויבט אין אים. \v 6 יהושע/ישוע האט דעריבער צו זיי געזאגט: מיין צייט איז נאך נישט געקומען; אייער צייט אבער איז תמיד גרייט. \v 7 אייך קען די וועלט נישט האסן; מיך אבער האסט זי יא, ווייל איך זאג עדות וועגן איר, אז אירע מעשים זענען בייז. \v 8 זייט איר עולה רגל אויף יום טוב; איך גיי נאך נישט ארויף אויף דעם יום טוב, ווייל מיין צייט איז נאך נישט דערפילט געווארן. \v 9 און ווען ער האט דאס געזאגט צו זיי, איז ער פארבלייבן אין גליל. \p \v 10 נאך דעם אבער ווי זיינע ברידער זענען ארויפגעגאנגען אויף יום טוב, איז ער דעמאלט אליין אויך ארויפגעגאנגען, נישט עפנטלעך, נאר ווי אין פארבארגן. \v 11 און די יידן האבן אים געזוכט בשעת דעם יום טוב, און האבן געזאגט: וואו איז ער? \v 12 און עס איז געווארן א גרויסע מחלוקה איבער אים צווישן די מאסן; א טייל האבן געזאגט: ער איז א גוטער מענטש; אנדערע אבער האבן געזאגט: ניין, ער פארפירט נאר דעם עולם. \v 13 דאך האט קיינער נישט גערעדט וועגן אים בפרהסיא, אויס מורא פאר די יידן. \p \v 14 און ווען עס איז שוין געווען אין מיטן יום טוב, איז יהושע/ישוע ארויפגעגאנגען אין בית המקדש אריין און האט געלערנט. \v 15 און די יידן האבן זיך געוואונדערט און געזאגט: וויאזוי איז דער דאזיקער א יודע ספר, נישט האבנדיק געלערנט? \v 16 האט יהושע/ישוע זיי דעריבער געענטפערט, און געזאגט: די לערנונג מיינע איז נישט מיין, נאר דעמס, וואס האט מיך געשיקט. \v 17 ווען עמיצער וויל טאן זיין רצון, וועט ער וויסן וועגן דער לערנונג, צי זי איז פון ה׳, אדער איך רעד פון מיר אליין. \v 18 ווער עס רעדט פון זיך אליין, דער זוכט זיין אייגענעם כבוד; ווער אבער עס זוכט דעם כבוד פון אים, וואס האט אים געשיקט, דער דאזיקער איז ווארהאפטיק, און קיין אומגערעכטיקייט איז אין אים נישט פאראן. \v 19 צי האט משה (רבינו) אייך דען נישט געגעבן די תורה? און (דאך) האלט קיינער פון אייך די תורה נישט. פארוואס זוכט איר מיך צו טייטן? \v 20 האט דער המון מענטשן געענטפערט: דו האסט א בייזן גייסט; ווער זוכט דיך צו טייטן? \v 21 האט יהושע/ישוע געענטפערט און געזאגט צו זיי: איין זאך האב איך געטאן, און איר אלע וואונדערט זיך. \v 22 משה האט אייך געגעבן די מילה—נישט דאס זי איז פון משהן, נאר פון די אבות—און איר זענט מל א מענטשן אין שבת. \v 23 אויב דער מענטש ווערט געמלט אין שבת, כדי מען זאל נישט עובר זיין אויף תורת משה, זענט איר צארנדיק אויף מיר, ווייל איך האב א גאנצן מענטשן געזונט געמאכט אין שבת? \v 24 משפט נישט לויט דעם אויסערלעכן שיין, נאר א גערעכט משפט זאלט איר משפטן. \p \v 25 אייניקע פון די לייט פון ירושלים האבן דעריבער געזאגט: צי איז ער דען נישט דער, וועמען מען זוכט צו טייטן? \v 26 און זע, ער רעדט בפרהסיא, און מען זאגט אים גארנישט. קען עס זיין, אז אונדזערע שרים ווייסן באמת, אז ער איז דער משיח? \v 27 מיר קענען דאך דעם דאזיקן, פונוואנען ער איז: אבער ווען דער משיח וועט קומען, ווייסט קיינער נישט פונוואנען ער איז. \v 28 יהושע/ישוע האט דעריבער אויסגעשריגן אינם בית המקדש, בשעת ער האט געלערנט, און געזאגט: איר קענט מיך, און איר ווייסט, פונוואנען איך בין: און פון מיר אליין בין איך נישט געקומען; נאר ווארהאפטיק איז דער, וואס האט מיך געשיקט, וועמען איר קענט נישט. \v 29 איך קען אים, ווייל איך בין פון אים; און ער האט מיך געשיקט. \v 30 זיי האבן דעריבער געזוכט אים צו כאפן; און קיינער האט נישט ארויפגעלייגט אויף אים די האנט, ווייל זיין שעה איז נאך נישט געקומען. \v 31 און א סך פון דעם המון מענטשן האבן געגלויבט אין אים, און געזאגט: ווען משיח וועט קומען, צי וועט ער דען טאן מער נסים, ווי דער דאזיקער האט געטאן? \v 32 די פרושים האבן געהערט דעם המון דאס שטילערהייט רעדן וועגן אים; און די הויפט כהנים און די פרושים האבן געשיקט משרתים, כדי זיי זאלן אים כאפן. \v 33 יהושע/ישוע האט דעריבער געזאגט: נאך א קליינע וויילע בין איך מיט אייך, און איך גיי צו אים, וואס האט מיך געשיקט. \v 34 איר וועט מיך זוכן, און נישט געפינען; און וואו איך בין, (דארט אהין) קענט איר נישט קומען. \v 35 די יידן האבן דעריבער געזאגט איינער צום אנדערן: וואו וועט דאס דער דאזיקער גיין, אז מיר זאלן אים נישט געפינען? נישט וועט ער דען גיין צו די, וואס זענען צעשפרייט צווישן די גריכן, און לערנען די גריכן? \v 36 וואס זאל דאס דאזיקע ווארט באטייטן, וואס ער האט געזאגט: איר וועט מיך זוכן און נישט געפינען און: וואו איך בין, קענט איר נישט קומען? \p \v 37 און אין דעם לעצטן טאג, דעם גרויסן טאג פון דעם יום טוב, איז יהושע/ישוע געשטאנען און האט אויסגעשריגן, אזוי צו זאגן: אויב עמיצער איז דארשטיק, זאל ער קומען צו מיר און טרינקען. \v 38 דער, וואס גלויבט אין מיר, לויט ווי די שריפט (כתבי הקודש) זאגט, וועלן פון זיין לייב פליסן טייכן פון לעבעדיק וואסער. \v 39 דאס דאזיקע אבער האט ער געזאגט וועגן דעם רוח (הקודש), וואס די מאמינים אין אים, האבן געזאלט מקבל זיין; ווארום דער גייסט איז נאך נישט געהאט געגעבן געווארן, ווייל יהושע/ישוע איז נאך נישט געווען פארהערלעכט. \v 40 און אייניקע פון דעם המון, וואס האבן געהערט די דאזיקע ווערטער, האבן געזאגט: דאס איז באמת דער נביא! \v 41 אנדערע האבן געזאגט: דאס איז דער משיח! אנדערע האבן געזאגט: ניין, דער משיח קומט דאך נישט ארויס פון גליל? \v 42 צי האט דען נישט דער פסוק געזאגט, אז פון דער זרע דוד און פון בית‑לחם דעם דארף, וואו דוד איז געווען, קומט דער משיח? (שמואל ב ז, יב; מיכה ה, א.) \v 43 עס איז דעריבער געווארן א מחלוקה צווישן דעם המון צוליב אים. \v 44 אייניקע פון זיי האבן אים געוואלט כאפן, נאר קיינער האט נישט ארויפגעלייגט די הענט אויף אים. \p \v 45 און די משרתים זענען צוריקגעקומען צו די הויפט כהנים און פרושים, און זיי האבן צו זיי געזאגט: פארוואס האט איר אים נישט געברענגט? \v 46 האבן די משרתים געענטפערט: עס האט נאך קיינמאל קיין מענטש נישט אזוי גערעדט, ווי דער דאזיקער מענטש רעדט. \v 47 די פרושים האבן דעריבער געענטפערט צו זיי: זענט איר אויך פארפירט געווארן? \v 48 צי האט דען עמיצער פון די שרים געגלויבט אין אים, אדער (עמיצער) פון די פרושים? \v 49 נאר דער דאזיקער המון, וואס קען נישט די תורה, פארשאלטן זענען זיי. \v 50 זאגט נקדימון צו זיי (דער, וואס איז פריער געקומען צו אים, און איז געווען איינער פון זיי): \v 51 צי משפט דען אונדזער תורה דעם מענטשן, איידער מען האט אים קודם כל אויסגעהערט, און מען ווייסט וואס ער האט געטאן? \v 52 האבן זיי געענטפערט און געזאגט צו אים: צי ביסטו אויך פון גליל? פארש און זע, אז פון גליל שטייט נישט אויף קיין נביא. \v 53 (און יעדער איינער איז זיך אהיים געגאנגען.) \c 8 \cl קאפיטל אכט \p \v 1 (און יהושע/ישוע איז אוועקגעגאנגען צום הר הזיתים. \v 2 און אינדערפרי איז ער ווידער געקומען אין בית המקדש אריין, און דער גאנצער עולם איז געקומען צו אים; און ער האט זיך אנידערגעזעצט, און זיי געלערנט. \v 3 און די סופרים און די פרושים האבן געברענגט א פרוי, וואס מען האט זי געכאפט אין דער מעשה פון זנות; און אנידערשטעלנדיק זי אין דער מיט, \v 4 האבן זיי צו אים געזאגט; רבי, די דאזיקע פרוי איז געכאפט געווארן אין זנות, בשעת מעשה. \v 5 און אין דער תורה האט אונדז משה (רבינו) געבאטן, אזעלכע (פרויען) צו שטייניקן; וואס זשע זאגסטו? \v 6 און דאס דאזיקע האבן זיי געזאגט, אויספרואוונדיק אים, כדי זיי זאלן האבן עפעס, אים אנצוקלאגן. יהושע/ישוע אבער האט זיך אראפגעבויגן, און געשריבן מיטן פינגער אויף דער ערד. \v 7 און ווי זיי האבן אנגעהאלטן מיט זייער פרעגן אים, האט ער זיך אויפגעשטעלט, און צו זיי געזאגט: דער פון אייך, וואס איז אָן א חטא, זאל זיין דער ערשטער צו ווארפן אויף איר א שטיין. \v 8 און ווידער האט ער זיך איינגעבויגן און געשריבן אויף דער ערד. \v 9 ווי אבער זיי האבן דאס געהערט, זענען זיי ארויסגעגאנגען איינער נאכן אנדערן, אנהויבנדיק פון די זקנים ביז צו די לעצטע; און יהושע/ישוע איז איבערגעבליבן איינער אליין, און די פרוי שטייענדיק אין דער מיט. \v 10 און יהושע/ישוע האט זיך אויפגעשטעלט, און צו איר געזאגט: אשה, וואו זענען זיי, דיינע באשולדיקער? האט דיך קיינער נישט פארמשפט? \v 11 האט זי געזאגט: קיינער נישט, האר. האט יהושע/ישוע געזאגט: אפילו איך פארמשפט דיך נישט; גיי, און פון איצט אָן זינדיק נישט מער.) \p \v 12 דאן האט יהושע/ישוע ווידער צו זיי גערעדט, אזוי צו זאגן; איך בין דאס ליכט פון דער וועלט; דער, וואס פאלגט מיר נאך, וועט אויף קיין פאל נישט לעבן אין דער פינצטערניש, נאר וועט האבן דאס ליכט פון לעבן. \v 13 די פרושים האבן דעריבער צו אים געזאגט: דו זאגסט עדות וועגן דיר אליין; דיין עדות זאגן איז נישט אמת. \v 14 האט יהושע/ישוע געענטפערט און געזאגט צו זיי: און ווען אפילו איך זאג עדות וועגן מיר אליין, איז דאך מיין עדות זאגן אמת; ווייל איך ווייס פונוואנען איך בין געקומען, און וואואהין איך גיי; איר אבער ווייסט נישט פונוואנען איך קום, אדער וואואהין איך גיי. \v 15 איר משפט לויטן פלייש; איך משפט נישט קיינעם. \v 16 און אויב איך משפט יא, איז מיין משפט אמת; ווייל איך בין נישט אליין, נאר איך און דער פאטער, וואס האט מיך געשיקט. \v 17 און אפילו אין דער תורה אייערער שטייט געשריבן, אז דאס עדות זאגן פון צוויי מענטשן איז אמת. \v 18 איך בין עס, וואס זאגט עדות וועגן מיר אליין, און דער פאטער, וואס האט מיך געשיקט, זאגט אויך עדות וועגן מיר. \v 19 זיי האבן דעריבער געזאגט צו אים: וואו איז דיין פאטער? האט יהושע/ישוע געענטפערט: נישט איר קענט מיך, נישט דעם פאטער מיינעם; אויב איר וואלט מיך געקענט, וואלט איר אויך געקענט מיין פאטער. \v 20 די דאזיקע ווערטער האט ער גערעדט אינם בית האוצר, בשעת ער האט געלערנט אין בית המקדש; און קיינער האט אים נישט געכאפט, ווייל זיין שעה איז נאך נישט געהאט געקומען. \p \v 21 און ער האט ווידער צו זיי געזאגט: איך גיי אוועק, און איר וועט מיך זוכן, און איר וועט שטארבן אין אייער זינד; וואואהין איך גיי, קענט איר נישט קומען. \v 22 די יידן האבן דעריבער געזאגט: נישט וועט ער זיך א מעשה אנטאן? ווייל ער זאגט: וואואהין איך גיי, קענט איר נישט קומען. \v 23 און ער האט צו זיי געזאגט: איר זענט פון אונטן, איך בין פון אויבן; איר זענט פון דער וועלט, איך בין נישט פון דער וועלט. \v 24 דערפאר האב איך אייך געזאגט, אז איר וועט שטארבן אין אייערע זינד; ווארום אויב איר וועט נישט גלויבן, אז איך בין עס, וועט איר שטארבן אין אייערע זינד. \v 25 זיי האבן דעריבער געזאגט צו אים: ווער ביסטו דען? האט יהושע/ישוע צו זיי געזאגט: דאס, וואס איך האב אייך געזאגט פון אנהויב אָן. \v 26 איך האב א סך צו זאגן וועגן אייך און צו משפטן; נאר דער, וואס האט מיך געשיקט, איז אמת; און וואס איך האב געהערט פון אים, דאס רעד איך צו דער וועלט. \v 27 און זיי האבן נישט פארשטאנען, אז ער האט צו זיי גערעדט פון דעם פאטער. \v 28 דאן האט יהושע/ישוע געזאגט: ווען איר וועט אויפהויבן דעם בר אנש, דעמאלט וועט איר וויסן, אז איך בין עס, און אז פון מיר אליין טו איך קיין זאך נישט; נאר ווי דער פאטער האט מיך געלערנט, אזוי רעד איך דאס. \v 29 און דער, וואס האט מיך געשיקט, איז מיט מיר; ער האט מיך נישט איבערגעלאזט אליין; ווייל וואס איז וואוילגעפעליק פאר אים, דאס טו איך אלעמאל. \v 30 און בשעת ער האט דאס גערעדט, האבן א סך געגלויבט אין אים. \p \v 31 דאן האט יהושע/ישוע געזאגט צו די יידן, וואס האבן געגלויבט אין אים: אויב איר וועט בלייבן אין מיין ווארט, זענט איר באמת מיינע תלמידים; \v 32 און איר וועט דערקענען דעם אמת, און דער אמת וועט אייך באפרייען. \v 33 האבן זיי אים געענטפערט: מיר זענען אברהמס זאמען, און זענען קיינמאל נישט געווען פארשקלאפט צו קיינעם; וויאזוי זשע זאגסטו: איר וועט ווערן פריי? \v 34 האט יהושע/ישוע זיי געענטפערט: באמת, באמת זאג איך אייך: יעדער איינער, וואס טוט זינד, איז א קנעכט פון דער זינד. \v 35 און דער קנעכט בלייבט נישט אייביק אין הויז, דער זון אבער בלייבט יא אייביק. \v 36 דעריבער אויב דער זון וועט אייך באפרייען, וועט איר וויקלעך זיין פריי. \v 37 איך ווייס, אז איר זענט אברהמס זאמען; נאר איר זוכט מיך צו טייטן, ווייל מיין ווארט געפינט נישט קיין ארט אין אייך. \v 38 איך רעד דאס, וואס איך האב געזען ביי מיין פאטער, און איר טוט אויך דאס, וואס איר האט געהערט ביי אייער פאטער. \v 39 האבן זיי געענטפערט און געזאגט צו אים: אברהם איז אונדזער פאטער (זכות‑אבות). זאגט יהושע/ישוע צו זיי: אויב איר זענט קינדער פון אברהם, טוט די מעשים פון אברהם. \v 40 איצט אבער זוכט איר מיך צו טייטן, א מענטשן, וואס האט אייך געזאגט דעם אמת, וועלכן איך האב געהערט ביי ה׳. דאס דאזיקע האט אברהם נישט געטאן. \v 41 איר טוט די מעשים פון אייער פאטער. האבן זיי צו אים געזאגט: מיר זענען נישט געבוירן געווארן דורך זנות; מיר האבן איין פאטער—ה׳. \v 42 האט יהושע/ישוע צו זיי געזאגט: אויב ה׳ וואלט טאקע געווען אייער פאטער, וואלט איר מיך ליב געהאט; ווארום איך בין ארויסגעגאנגען און בין געקומען פון ה׳; ווארום פון מיר אליין בין איך נישט געקומען, נאר ער האט מיך געשיקט. \v 43 פארוואס פארשטייט איר נישט מיין רעדן? ווייל איר קענט נישט הערן דאס ווארט מיינס. \v 44 איר זענט פון אייער פאטער, דעם שׂטן, און די שלעכטע גלוסטונגען פון אייער פאטער ווילט איר טאן. ער איז געווען א רוצח פון אנהויב אָן, און איז נישט געשטאנען אין דעם אמת, ווייל עס איז קיין אמת אין אים נישט פאראן. ווען ער רעדט שקר, רעדט ער פון דעם, וואס איז זיין אייגן, ווייל ער איז א ליגנער, און דער פאטער פון שקר. \v 45 אבער ווייל איך זאג דעם אמת, גלויבט איר מיר נישט. \v 46 ווער פון אייך באשולדיקט מיך וועגן א חטא? אויב איך זאג דעם אמת, פארוואס גלויבט איר מיר נישט? \v 47 ווער עס איז פון ה׳, דער הערט די ווערטער פון ה׳; צוליב דעם הערט איר נישט, ווייל איר זענט נישט פון ה׳. \v 48 די יידן האבן געענטפערט, און געזאגט צו אים: צי זאגן מיר דען נישט ריכטיק, אז דו ביסט א שומרוני, און האסט א בייזן גייסט? \v 49 האט יהושע/ישוע געענטפערט: איך האב נישט קיין בייזן גייסט, נאר איך גיב אפ כבוד צו מיין פאטער, און איר זענט מיך מבזה. \v 50 איך אבער זוך נישט מיין כבוד. עס איז פאראן איינער, וואס זוכט און משפט. \v 51 באמת, באמת זאג איך אייך: אויב עמיצער וועט אפהיטן מיין ווארט, וועט ער בשום אופן נישט זען דעם טויט אויף אייביק. \v 52 האבן די יידן צו אים געזאגט: איצט ווייסן מיר, אז דו האסט א בייזן גייסט. אברהם איז געשטארבן, און די נביאים; און דו זאגסט: אויב עמיצער וועט אפהיטן מיין ווארט, וועט ער בשום אופן נישט טועם זיין פונם טויט אויף אייביק. \v 53 ביסטו דען גרעסער פון אברהם אבינו, וועלכער איז געשטארבן? אויך די נביאים זענען געשטארבן; פאר וועמען מאכסטו דיך? \v 54 יהושע/ישוע האט געענטפערט: אויב איך פארהערלעך מיך אליין, איז מיין כבוד גארנישט. עס איז מיין פאטער, וועלכער פארהערלעכט מיך, וועגן וועמען איר זאגט, אז ער איז אייער ג‑ט; \v 55 און איר האט אים דאך נישט דערקענט, איך אבער קען אים יא; און אויב איך זאל זאגן, אז איך קען אים נישט, וועל איך זיין א ליגנער גלייך צו אייך; נאר איך קען אים, און היט אפ זיין ווארט. \v 56 אברהם, אייער פאטער, האט זיך געפריידט, אז ער זאל זען מיין טאג, און האט געזען, און זיך משמח געווען. \v 57 די יידן האבן דעריבער געזאגט צו אים: דו ביסט נאך נישט פיפציק יאר אלט, און האסט שוין געזען אברהמען? \v 58 האט יהושע/ישוע צו זיי געזאגט: באמת, באמת זאג איך אייך; איידער אברהם איז געווען, בין איך. \v 59 זיי האבן דעריבער אויפגעהויבן שטיינער, כדי אים צו באווארפן; יהושע/ישוע אבער האט זיך פארבארגן, און איז ארויסגעגאנגען אויס דעם בית המקדש. \c 9 \cl קאפיטל ניין \p \v 1 און פארבייגייענדיק האט ער געזען א מענטשן, א בלינדן פון דער געבורט אָן. \v 2 און זיינע תלמידים האבן אים געפרעגט, אזוי צו זאגן; רבי, ווער האט געזינדיקט, דער דאזיקער אדער זיינע עלטערן, אז ער איז געבוירן געווארן בלינד? \v 3 האט יהושע/ישוע געענטפערט: נישט ער האט געזינדיקט, נישט די עלטערן זיינע; נאר כדי די מעשים פון ה׳ זאלן אנטפלעקט ווערן אין אים. \v 4 מיר מוזן טאן די מעשים פון אים, וואס האט מיך געשיקט, כל זמן עס איז טאג; די נאכט קומט אָן, ווען קיינער קען נישט ארבעטן. \v 5 בשעת איך בין אין דער וועלט, בין איך דאס ליכט פון דער וועלט. \v 6 דאס זאגנדיק, האט ער אויסגעשפיגן אויף דער ערד און געמאכט ליים פון דעם שפייעכץ און אים באשמירט די אויגן מיט דעם ליים, \v 7 און האט צו אים געזאגט: גיי, וואש דיך אין טייך שילוח, (פארטייטשט הייסט עס, געשיקט). ער איז דעריבער אוועקגעגאנגען, און האט זיך געוואשן, און איז צוריקגעקומען זעענדיק. \v 8 און די שכנים, און די, וואס האבן אים פריער געזען, אז ער איז געווען א בעטלער, האבן געזאגט: צי איז עס דען נישט דער, וואס איז געזעסן און געבעטלט? \v 9 אנדערע האבן געזאגט: ער איז עס; אנדערע האבן געזאגט: ניין, נאר ער איז ענלעך צו אים. יענער האט געזאגט: איך בין עס. \v 10 האבן זיי צו אים געזאגט: וויאזוי זשע זענען דיינע אויגן געעפנט געווארן? \v 11 יענער האט געענטפערט: דער מענטש, וועמען מען רופט יהושע/ישוע, האט געמאכט ליים, און אנגעשמירט מיינע אויגן, און צו מיר געזאגט: גיי צום שילוח און וואש דיך; און איך בין געגאנגען און האב מיך געוואשן, און בין זעענדיק געווארן. \v 12 האבן זיי צו אים געזאגט: וואו איז ער? זאגט ער: איך ווייס נישט. \p \v 13 נעמען זיי און פירן צו די פרושים דעם, וואס איז פריער געווען בלינד. \v 14 און דער טאג איז געווען א שבת, ווען יהושע/ישוע האט געמאכט דאס ליים, און אים געעפנט זיינע אויגן. \v 15 דעריבער האבן אויך די פרושים אים ווידער געפרעגט, וויאזוי ער איז זעענדיק געווארן. און ער האט צו זיי געזאגט: ער האט ארויפגעלייגט ליים אויף מיינע אויגן, און איך האב מיך געוואשן, און איך זע. \v 16 האבן אייניקע פון די פרושים געזאגט: דער דאזיקער מענטש איז נישט פון ה׳, ווייל ער היט נישט אפ שבת. און אנדערע האבן געזאגט: וויאזוי קען א מענטש, א חוטא, טאן אזעלכע נסים? און עס איז געווארן א מחלוקה צווישן זיי. \v 17 און ווידער האבן זיי געזאגט צום בלינדן: וואס זאגסטו וועגן אים, אז ער האט דיר געעפנט דיינע אויגן? ער אבער האט געזאגט: ער איז א נביא. \v 18 די יידן האבן דעריבער נישט געגלויבט וועגן אים, אז ער איז געווען בלינד, און איז זעענדיק געווארן, ביז זיי האבן גערופן די עלטערן פון דעם זעענדיק געווארענעם, \v 19 און זיי געפרעגט, אזוי צו זאגן: צי איז דער דאזיקער אייער זון, וואס איר זאגט, אז ער איז געבוירן געווארן בלינד? וויאזוי זשע זעט ער איצט? \v 20 האבן זיינע עלטערן געענטפערט און געזאגט: מיר ווייסן, אז דער דאזיקער איז אונדזער זון, און אז ער איז געבוירן געווארן בלינד; \v 21 וויאזוי אבער ער זעט איצט, ווייסן מיר נישט; אדער ווער עס האט אים געעפנט זיינע אויגן, ווייסן מיר נישט; פרעגט אים, ער איז א דערוואקסענער, ער וועט רעדן פאר זיך אליין. \v 22 דאס האבן זיינע עלטערן געזאגט, ווייל זיי האבן מורא געהאט פאר די יידן: ווארום די יידן האבן שוין געהאט אפגעמאכט, אז ווען עמיצער וועט אים אנערקענען פאר דעם משיח, זאל ער געלייגט ווערן אין חרם אריין. \v 23 דערפאר האבן זיינע עלטערן געזאגט: ער איז א דערוואקסענער, פרעגט אים. \v 24 זיי האבן דעריבער צום צווייטן מאל גערופן דעם מענטשן, וואס איז געווען בלינד, און געזאגט צו אים: גיב אפ כבוד צו ה׳; מיר ווייסן, אז דער דאזיקער מענטש איז א חוטא. \v 25 האט יענער געענטפערט: צי ער איז זינדיק ווייס איך נישט; איין זאך ווייס איך יא, אז איך בין געווען בלינד און איצט זע איך. \v 26 זיי האבן דעריבער געזאגט צו אים: וואס האט ער דיר געטאן? וויאזוי האט ער געעפנט דיינע אויגן? \v 27 האט ער זיי געענטפערט: איך האב דאך אייך שוין געזאגט, און איר האט זיך נישט צוגעהערט; פארוואס ווילט איר נאכאמאל הערן? צי ווילט איר אויך ווערן זיינע תלמידים? \v 28 און זיי האבן אים געזידלט, און געזאגט; דו ביסט יענעמס תלמיד, מיר אבער זענען משהס תלמידים. \v 29 מיר ווייסן, אז ה׳ האט גערעדט צו משהן; אבער וואס שייך דעם דאזיקן, ווייסן מיר נישט, פונוואנען ער איז. \v 30 האט דער מענטש געענטפערט און געזאגט צו זיי: אָט אין דעם דאזיקן ליגט דאָ דער חידוש, אז איר ווייסט נישט פונוואנען ער איז, און ער האט מיר געעפנט מיינע אויגן. \v 31 מיר ווייסן, אז ה׳ דערהערט נישט קיין חוטאים; נאר אויב עמיצער איז א ירא שמים און טוט זיין רצון, דעם דאזיקן דערהערט ער יא. \v 32 פון אייביק אָן איז עס נישט געהערט געווארן, אז עמיצער זאל האבן געעפנט די אויגן פון א בלינד געבוירענעם. \v 33 אויב דער דאזיקער וואלט נישט געווען פון ה׳, וואלט ער גארנישט געקענט טאן. \v 34 האבן זיי געענטפערט און געזאגט צו אים: דו ביסט אינגאנצן געבוירן געווארן אין זינד, און דו לערנסט אונדז? און האבן אים ארויסגעווארפן אינדרויסן. \p \v 35 יהושע/ישוע האט געהערט, אז זיי האבן אים ארויסגעווארפן; און געפינענדיק אים, האט ער געזאגט: צי גלויבסטו אין דעם בר אנש? \v 36 יענער האט געענטפערט און געזאגט; און ווער איז עס, האר, אז איך זאל גלויבן אין אים? \v 37 האט יהושע/ישוע געזאגט צו אים: דו האסט אים געזען, און דער, וואס רעדט מיט דיר, איז עס. \v 38 און ער האט געזאגט: האר, איך גלויב! און האט זיך געבוקט צו אים. \v 39 און יהושע/ישוע האט געזאגט: צום משפט בין איך געקומען אין דער וועלט אריין, כדי די, וואס זען נישט, זאלן זען, און די זעענדיקע זאלן ווערן בלינד. \v 40 און אייניקע פון די פרושים, וואס זענען געווען מיט אים, האבן דאס געהערט, און האבן געזאגט צו אים: צי זענען מיר אויך בלינד? \v 41 האט יהושע/ישוע צו זיי געזאגט: אויב איר וואלט געווען בלינד, וואלט איר נישט געהאט קיין חטא; איצט אבער זאגט איר: מיר זען; דערפאר בלייבט אייער זינד. \c 10 \cl קאפיטל צען \p \v 1 באמת, באמת זאג איך אייך; דער, וואס קומט נישט אריין דורך דער טיר אינם הויף פון די שאף, נאר שטייגט אריין דורך ערגעץ אנדערשוואו, יענער איז א גנב און א גזלן. \v 2 דער אבער וואס קומט אריין דורך דער טיר, איז דער פאסטוך פון די שאף. \v 3 פאר אים עפנט דער שומר; און די שאף הערן זיין קול, און ער רופט זיינע שאף ביים נאמען, און פירט זיי ארויס. \v 4 און ווען ער האט ארויסגעלאזט אלע זיינע אייגענע, גייט ער פארויס פאר זיי, און די שאף פאלגן אים נאך, ווייל זיי קענען זיין קול. \v 5 א פרעמדן אבער וועלן זיי בשום אופן נישט נאכפאלגן, נאר וועלן אנטלויפן פון אים, ווייל זיי קענען נישט דאס קול פון פרעמדע. \v 6 דאס דאזיקע משל האט יהושע/ישוע געזאגט צו זיי; אבער זיי האבן נישט פארשטאנען, וואס דאס איז, וואס ער האט צו זיי גערעדט. \p \v 7 יהושע/ישוע האט דעריבער ווידער צו זיי געזאגט: באמת, באמת זאג איך אייך: איך בין די טיר פון די שאף. \v 8 אלע, וואס זענען געקומען פאר מיר, זענען גנבים און גזלנים; אבער די שאף האבן זיי נישט געהערט. \v 9 איך בין די טיר; ווער עס וועט אריינגיין דורך מיר, דער וועט געראטעוועט ווערן; און וועט אריינגיין און ארויסגיין, און געפינען פאשע. \v 10 דער גנב קומט נישט אחוץ כדי צו גנבענען און הרגענען און צו פארדארבן; איך בין געקומען, כדי זיי זאלן האבן לעבן, און אז זיי זאלן האבן א שפע. \v 11 איך בין דער גוטער פאסטוך; דער גוטער פאסטוך איז זיך מוסר נפש פאר די שאף. \v 12 דער געדונגענער, און דער, וואס איז נישט קיין פאסטוך, צו וועמען עס געהערן נישט די שאף, זעט דעם וואלף קומען, און פארלאזט די שאף, און אנטלויפט; און דער וואלף פארצוקט און צעשפרייט זיי; \v 13 ער אנטלויפט, ווייל ער איז א געדונגענער, און עס קימערט אים נישט וועגן די שאף. \v 14 איך בין דער גוטער פאסטוך, און איך קען די מייניקע, און די מייניקע קענען מיך, \v 15 ווי דער פאטער קען מיך, און איך קען דעם פאטער; און מיין לעבן לייג איך אנידער פאר די שאף. \v 16 און אנדערע שאף האב איך, וואס זענען נישט פון דעם דאזיקן הויף; זיי מוז איך אויך פירן, און זיי וועלן הערן מיין קול; און עס וועט ווערן איין סטאדע, איין פאסטוך. \v 17 דערפאר האט דער פאטער מיך ליב, ווייל איך לייג אנידער מיין לעבן, כדי איך זאל עס ווידער נעמען. \v 18 קיינער נעמט עס נישט אוועק פון מיר, נאר פון מיר אליין לייג איך עס אנידער. איך האב רשות עס אנידערצולייגן, און האב רשות עס ווידער צו נעמען. דאס דאזיקע געבאט האב איך באקומען פון מיין פאטער. \p \v 19 ווידער איז געווארן א מחלוקה צווישן די יידן צוליב די דאזיקע ווערטער. \v 20 און א סך פון זיי האבן געזאגט: ער האט א בייזן גייסט, און איז אראפ פון זינען; פארוואס הערט איר אים? \v 21 אנדערע האבן געזאגט: דאס זענען נישט די רייד פון א באזעסענעם מיט א בייזן גייסט. צי קען דען א בייזער גייסט עפענען די אויגן פון בלינדע? \p \v 22 עס איז דעמאלט געווען חנוכה אין ירושלים; עס איז געווען ווינטער, \v 23 און יהושע/ישוע איז געגאנגען אינם בית המקדש אין אולם של שלמה ארויף און אראפ. \v 24 און די יידן האבן אים ארומגערינגלט, און האבן געזאגט צו אים: ביז ווען ווילסטו אויסציען אונדזער נשמה? אויב דו ביסט דער משיח, זאג אונדז אפן. \v 25 האט יהושע/ישוע זיי געענטפערט: איך האב אייך שוין געזאגט, און איר גלויבט נישט; די מעשים, וואס איך טו אין מיין פאטערס נאמען, זיי זאגן עדות וועגן מיר. \v 26 נאר איר גלויבט נישט, ווייל איר זענט נישט פון מיינע שאף. \v 27 מיינע שאף הערן מיין קול, און איך קען זיי, און זיי פאלגן מיר נאך; \v 28 און איך גיב זיי אייביק לעבן: און זיי וועלן קיינמאל נישט פארלוירן ווערן, און קיינער וועט זיי נישט ארויסרייסן פון מיינע הענט. \v 29 מיין פאטער, וואס האט זיי מיר געגעבן, איז גרעסער ווי אלע; און קיינער קען זיי נישט ארויסרייסן פון מיין פאטערס האנט. \v 30 איך און דער פאטער זענען מיר איינס. \v 31 האבן די יידן ווידער אויפגעהויבן שטיינער, כדי אים צו שטייניקן. \v 32 יהושע/ישוע האט זיי געענטפערט: א סך מעשים טובים האב איך אייך געוויזן פון דעם פאטער; צוליב וועלכער פון די דאזיקע מעשים, שטייניקט איר מיך? \v 33 האבן די יידן אים געענטפערט: פאר מעשים טובים שטייניקן מיר דיך נישט, נאר פאר חלול‑השם, און ווייל דו, זייענדיק א מענטש, מאכסט דיך פאר ג‑ט. \v 34 האט יהושע/ישוע זיי געענטפערט: צי שטייט דען נישט געשריבן אין אייער תורה: \q איך האב געזאגט: איר זענט ג‑טער? \qr (תהלים פב, ו.) \m \v 35 אויב ער האט זיי גערופן ג‑טער, צו וועמען ה׳ס ווארט איז געקומען—און די שריפט קען נישט בטל ווערן— \v 36 זאגט איר אויף אים, וועמען דער פאטער האט געהייליקט, און געשיקט אין דער וועלט אריין: דו לעסטערסט; ווייל איך האב געזאגט: איך בין דער זון פון דער אויבערשטער? \v 37 אויב איך טו נישט די מעשים פון מיין פאטער, זאלט איר מיר נישט גלויבן. \v 38 אויב אבער איך טו יא, אפילו ווען איר ווילט מיר נישט גלויבן, גלויבט די מעשים, כדי איר זאלט וויסן און פארשטיין, אז דער פאטער איז אין מיר, און איך בין אין דעם פאטער. \v 39 דעריבער האבן זיי ווידער געזוכט אים צו כאפן, און ער איז ארויס פון זייער האנט. \p \v 40 און ער איז ווידער אוועק קיין עבר הירדן, צו דעם ארט, וואו יוחנן פלעגט צום ערשט טובל זיין אין דער מקווה, און איז דארט פארבלייבן. \v 41 און א סך זענען געקומען צו אים, און האבן געזאגט: יוחנן האט טאקע נישט געטאן קיין נס, נאר אלץ, וואס יוחנן האט געזאגט וועגן דעם דאזיקן (יהושע/ישוע), איז אמת. \v 42 און א סך האבן דארט געגלויבט אין אים. \c 11 \cl קאפיטל עלף \p \v 1 און עס איז איינער געלעגן קראנק, אלעזר פון בית‑היני, דאס דארף פון מרים און איר שוועסטער מרתא. \v 2 און די מרים איז עס געווען, וואס האט געזאלבט דעם האר מיט טייער זאלב, און אים אפגעווישט זיינע פיס מיט אירע האר, וועמעס ברודער אלעזר איז געלעגן קראנק. \v 3 די שוועסטער האבן דעריבער געשיקט צו אים, אזוי צו זאגן: האר, זע, ער וועמען דו האסט ליב, ליגט קראנק. \v 4 און ווען יהושע/ישוע האט דאס געהערט, האט ער געזאגט: די דאזיקע קראנקייט איז נישט צום טויט, נאר צום כבוד פון ה׳, כדי דער זון פון דער אויבערשטער זאל פארהערלעכט ווערן דורך איר. \v 5 און יהושע/ישוע האט ליב געהאט מרתאן און איר שוועסטער און אלעזרן. \v 6 און ווען ער האט געהערט, אז ער ליגט קראנק, איז ער דעמאלט נאך פארבלייבן צוויי טעג אויף דעם ארט, וואו ער איז געווען. \v 7 דערנאך האט ער ערשט געזאגט צו די תלמידים: לאמיר ווידער גיין קיין יהודה. \v 8 זאגן די תלמידים צו אים: רבי, איצט האבן די יידן דיך געזוכט צו שטייניקן, און דו גייסט ווידער דארטן אהין? \v 9 האט יהושע/ישוע געענטפערט: צי האט דען נישט דער טאג צוועלף שעה? ווער עס גייט ארום בייטאג, דער שטרויכלט נישט, ווייל ער זעט דאס ליכט פון דער דאזיקער וועלט. \v 10 ווער אבער עס גייט ארום ביינאכט, דער שטרויכלט, ווייל דאס ליכט איז נישט אין אים. \v 11 דאס האט ער גערעדט, און נאך דעם זאגט ער צו זיי: אלעזר, אונדזער פריינד איז אנטשלאפן געווארן; נאר איך גיי, כדי אים אויפצוועקן פון שלאף. \v 12 די תלמידים האבן דעריבער געזאגט צו אים: אויב ער איז איינגעשלאפן, וועט ער גענעזן ווערן. \v 13 יהושע/ישוע אבער האט גערעדט וועגן זיין טויט; און זיי האבן געמיינט, אז ער רעדט וועגן דעם רואיקן שלומער פון שלאף. \v 14 דעריבער האט יהושע/ישוע דעמאלט צו זיי געזאגט גאנץ אפן: אלעזר איז געשטארבן. \v 15 און איך פריי מיך צוליב אייך, אז איך בין דארטן נישט געווען, כדי איר זאלט גלויבן; נאר לאמיר גיין צו אים. \v 16 דאן האט תומא, וואס מען האט אים גערופן דידומאס, געזאגט צו זיינע חברים תלמידים: לאמיר אויך גיין, כדי מיר זאלן שטארבן מיט אים. \p \v 17 און אהין קומענדיק, האט יהושע/ישוע אים געפונען שוין ליגן זינט פיר טעג אין קבר. \v 18 און בית‑היני איז געווען נאענט צו ירושלים, אן ערך פיפצן אקערפעלד ווייט; \v 19 און א סך יידן זענען ארויסגעקומען צו מרתאן און מרים, כדי זיי מנחם-אבל צו זיין וועגן דעם ברודער זייערן. \v 20 און ווי מרתא האט געהערט, אז יהושע/ישוע קומט, איז זי אים אנטקייגן געגאנגען; מרים אבער איז געבליבן זיצן אין הויז. \v 21 און מרתא האט געזאגט צו יהושען/ישוען: האר, אויב דו וואלסט דא געווען, וואלט מיין ברודער נישט געשטארבן. \v 22 און אפילו איצט ווייס איך, אז אלץ, וואס דו וועסט נאר בעטן ביי ה׳, וועט ה׳ דיר געבן. \v 23 זאגט יהושע/ישוע צו איר: דיין ברודער וועט אויפשטיין. \v 24 זאגט מרתא צו אים: איך ווייס, אז ער וועט אויפשטיין אין דער אויפשטייאונג אין דעם לעצטן טאג. \v 25 האט יהושע/ישוע געזאגט צו איר: איך בין די אויפשטייאונג און דאס לעבן; ווער עס גלויבט אין מיר, אפילו ווען ער איז שוין געשטארבן, וועט ער לעבן, \v 26 און יעדער איינער, וואס לעבט און גלויבט אין מיר, וועט אויף אייביק נישט שטארבן. צי גלויבסטו דאס דאזיקע? \v 27 זאגט זי צו אים: יא, האר, איך גלויב, אז דו ביסט דער משיח, דער זון פון דער אויבערשטער, וואס זאל קומען אין דער וועלט אריין. \v 28 און האבנדיק דאס געזאגט, איז זי אוועקגעגאנגען, און האט גערופן איר שוועסטער שטילערהייט, און געזאגט צו איר: דער רבי איז דא און רופט דיך. \v 29 און ווי יענע האט עס געהערט, איז זי גיך אויפגעשטאנען, און געקומען צו אים. \v 30 און יהושע/ישוע איז נאך נישט אריינגעגאנגען אין דארף אריין, נאר איז נאך געווען אויף דעם ארט, וואו מרתא האט אים באגעגענט. \v 31 און די יידן, וואס זענען מיט איר געווען אינם הויז, און האבן זי געטרייסט, זעענדיק, אז מרים האט זיך גיך אויפגעהויבן און איז ארויסגעגאנגען, האבן איר נאכגעפאלגט, מיינענדיק, אז זי גייט צום קבר, כדי דארט צו וויינען. \v 32 און ווי מרים איז אהינגעקומען, וואו יהושע/ישוע איז געווען, און האט אים געזען, איז זי אנידערגעפאלן פאר זיינע פיס, און האט צו אים געזאגט: אויב דו וואלסט דא געווען, וואלט דער ברודער מיינער נישט געשטארבן. \v 33 און ווי יהושע/ישוע האט זי געזען וויינען און די יידן, וואס זענען מיטגעקומען מיט איר, אויך וויינען, האט ער א זיפץ געטאן אין זיין גייסט, און זיך מצער געווען, \v 34 און געזאגט: וואו האט איר אים געלייגט? זאגן זיי צו אים: האר, קום און זע. \v 35 יהושע/ישוע האט פארגאסן א טרער. \v 36 די יידן האבן דעריבער געזאגט: אָט זעט, ווי ער האט אים ליב געהאט! \v 37 אייניקע אבער פון זיי האבן געזאגט: צי האט ער, וואס האט אויפגעעפנט די אויגן פון דעם בלינדן, דען נישט געקענט מאכן, אז אויך דער (אלעזר) זאל נישט שטארבן? \v 38 און ווידער א זיפץ טוענדיק אין זיך אליין, קומט יהושע/ישוע צום קבר. און עס איז געווען א הייל, און א שטיין איז געלעגן אויף איר. \v 39 זאגט יהושע/ישוע: נעמט אוועק דעם שטיין. זאגט מרתא, די שוועסטער פון דעם בר מינה, צו אים: האר, ער שטינקט שוין, ווארום ער ליגט שוין פיר טעג. \v 40 זאגט יהושע/ישוע צו איר; צי האב איך דיר דען נישט געזאגט, אז אויב דו וועסט גלויבן, וועסטו זען דעם כבוד פון ה׳? \v 41 און זיי האבן אוועקגענומען דעם שטיין. און יהושע/ישוע האט אויפגעהויבן די אויגן (צום הימל) ארויף און געזאגט: פאטער, איך דאנק דיר, אז דו האסט מיך דערהערט. \v 42 און איך האב געוואוסט, אז דו הערסט מיך תמיד; נאר צוליב דעם המון, וואס שטייט ארום, האב איך עס געזאגט, כדי זיי זאלן גלויבן, אז דו האסט מיך געשיקט. \v 43 און האבנדיק דאס געזאגט, האט ער א געשריי געטאן מיט א הויך קול: אלעזר, קום ארויס. \v 44 און דאס מת איז ארויסגעקומען, און זיינע הענט און פיס זענען געווען ארומגעוויקלט מיט תכריכים; און זיין פנים איז געווען פארבונדן מיט א טיכל. זאגט יהושע/ישוע צו זיי: בינדט אים אויף, און לאזט אים גיין. \p \v 45 און א סך פון די יידן, וואס זענען געקומען צו מרים, זעענדיק וואס ער האט געטאן, האבן געגלויבט אין אים. \v 46 אייניקע אבער פון זיי זענען אוועקגעגאנגען צו די פרושים, און האבן זיי דערציילט, וואס יהושע/ישוע האט געטאן. \p \v 47 די הויפט כהנים און די פרושים האבן דעריבער צוזאמענגעברענגט דאס סנהדרין, און געזאגט: וואס זאלן מיר טאן? ווייל דער דאזיקער מענטש טוט א סך נסים! \v 48 אויב מיר וועלן אים אזוי לאזן, וועלן אלע גלויבן אין אים, און די רוימער וועלן קומען און אוועקנעמען אונדזער לאנד און פאלק. \v 49 נאר איינער פון זיי, קיפא, זייענדיק כהן גדול אין יענעם יאר, האט צו זיי געזאגט: איר ווייסט גארנישט, \v 50 און בארעכנט אפילו נישט, אז עס טויג פאר אייך, אז איין מענטש זאל שטארבן פארן פאלק, און דאס גאנצע פאלק זאל נישט פארלוירן גיין. \v 51 דאס דאזיקע אבער האט ער פון זיך אליין נישט געזאגט, נאר ווייל ער איז געווען כהן גדול אין יענעם יאר, האט ער געזאגט נבואות, אז יהושע/ישוע וועט שטארבן פאר דעם פאלק (ישעיהו נג, ח.); \v 52 און נישט בלויז פאר דעם פאלק אליין, נאר כדי אויך די צעשפרייטע קינדער פון ה׳ זאל ער איינזאמלען אינאיינעם. \v 53 און פון יענעם טאג אָן האבן זיי זיך באראטן, אים צו טייטן. \p \v 54 יהושע/ישוע איז דעריבער מער נישט ארומגעגאנגען עפנטלעך צווישן די יידן, נאר איז אוועק פון דארטן צו דער געגנט נאענט פון דער מדבר, אין א שטאט, וואס מען רופט זי עפרים, און איז דארט פארבלייבן מיט די תלמידים. \v 55 און עס איז געווען נאענט פאר דעם יידישן פסח, און א סך זענען ארויפגעגאנגען קיין ירושלים פון דער געגנט אויף פסח, כדי זיך צו הייליקן. \v 56 און האבן געזוכט יהושען/ישוען, און געזאגט איינער צום אנדערן שטייענדיק אין בית המקדש: וואס מיינט איר? אז ער קומט נישט אויף יום טוב? \v 57 און די הויפט כהנים און די פרושים האבן ארויסגעגעבן א באפעל, אז ווען עמיצער ווייסט וואו ער שטייט איין, זאל ער עס צו וויסן געבן, כדי זיי זאלן אים כאפן. \c 12 \cl קאפיטל צוועלף \p \v 1 און זעקס טעג פאר פסח איז יהושע/ישוע געקומען קיין בית‑היני, וואו אלעזר איז געווען, וועמען יהושע/ישוע האט אויפגעוועקט פון די טויטע. \v 2 מען האט דעריבער דארטן פאר אים געמאכט א סעודה, און מרתא האט באדינט; אלעזר אבער איז געווען איינער פון די, וואס זענען געזעסן מיט אים ביים טיש. \v 3 און מרים האט גענומען א פונט לויטערן, קאסטבארן נרדזאלבאייל, און געזאלבט (דערמיט) די פיס פון יהושען/ישוען, און אפגעווישט זיינע פיס מיט אירע האר; און דאס הויז האט זיך אנגעפילט מיט דעם ריח פון דעם זאלבאייל. \v 4 אבער יהודה איש‑קריות, איינער פון זיינע תלמידים, דער, וואס האט אים געזאלט פארראטן, האט געזאגט: \v 5 פארוואס האט מען נישט פארקויפט דעם דאזיקן זאלבאייל פאר דריי הונדערט דינרים און געגעבן (דאס געלט) צו ארעמעלייט? \v 6 און דאס דאזיקע האט ער געזאגט, נישט ווייל ער האט זיך געדאגהט וועגן די ארעמעלייט; נאר ווייל ער איז געווען א גנב, און געהאט די פושקע און פלעגט אונטערשלאגן, וואס מען האט אריינגעלייגט. \v 7 יהושע/ישוע האט דעריבער געזאגט: לאז זי צופרידן, צום טאג פון מיין קבורה האט זי עס באהאלטן. \v 8 ווארום די ארעמעלייט האט איר תמיד ביי זיך, מיך אבער האט איר נישט אלעמאל. \p \v 9 און א גרויסער המון יידן האט זיך דערוואוסט, אז ער געפינט זיך דארטן; און זיי זענען געקומען נישט בלויז צוליב יהושען/ישוען, נאר אויך כדי צו זען אלעזרן, וועמען ער האט אויפגעוועקט פון די טויטע. \v 10 די הויפט כהנים אבער האבן זיך באראטן, אפילו אלעזרן צו טייטן; \v 11 ווייל א סך פון די יידן זענען צוליב אים אוועקגעגאנגען, און האבן געגלויבט אין יהושען/ישוען. \p \v 12 צומארגנס האט דער המון עם, וואס איז געקומען אויף יום טוב, געהערט, אז יהושע/ישוע קומט קיין ירושלים, \v 13 האבן זיי גענומען פאלמענצווייגן, און זענען ארויס אים אנטקעגנצוגיין, און האבן געשריגן: \q הושענא, \q ברוך הבא בשם ה׳, מלך ישראל! \qr (תהלים קיח, כה.) \q (געבענטשט איז דער, \q וואס קומט אינם נאמען פון דעם האר ג‑ט, \q דער מלך פון ישראל). \m \v 14 און געפינענדיק א יונג אייזעלע, האט זיך יהושע/ישוע דערויף ארויפגעזעצט, ווי עס שטייט געשריבן: \q \v 15 פארכט דיך נישט, דו טאכטער פון ציון, \q זע, דיין מלך קומט, \q רייטנדיק אויף א יונג אייזעלע. \qr (זכריה ט, ט.) \m \v 16 דאס האבן זיינע תלמידים צום ערשט נישט פארשטאנען; נאר ווען יהושע/ישוע איז שוין געווען פארהערלעכט, האבן זיי זיך דעמאלט דערמאנט, אז עס איז געווען געשריבן וועגן אים, און אז דאס האט מען געטאן צו אים. \v 17 און די מאסע מענטשן, וואס איז געווען מיט אים, ווען ער האט אלעזרן ארויסגערופן פונם קבר, און אים אויפגעוועקט פון די טויטע, האט עדות געזאגט וועגן אים. \v 18 צוליב דעם טאקע איז דער עולם אים אנטקעגנגעגאנגען, ווייל זיי האבן געהערט, אז ער האט געטאן דאס דאזיקע נס. \v 19 דעריבער האבן די פרושים געזאגט איינער צום אנדערן: איר זעט, אז איר פועלט גארנישט; זע, די גאנצע וועלט לויפט אים שוין נאך! \p \v 20 און עס זענען געווען אייניקע גריכן צווישן די, וואס האבן עולה רגל געווען, כדי זיך צו בוקן דעם יום טוב; \v 21 און זיי זענען צוגעקומען צו פיליפוסן, וואס האט געשטאמט פון בית‑צידה אין גליל, און האבן אים געבעטן, אזוי צו זאגן: האר, מיר ווילן זען יהושען/ישוען. \v 22 קומט פיליפוס און זאגט עס צו אנדריי; קומט אנדריי מיט פיליפוסן און זאגן עס צו יהושען/ישוען; \v 23 יהושע/ישוע אבער האט זיי געענטפערט, אזוי צו זאגן: עס איז געקומען די שעה, אז דער בר אנש זאל פארהערלעכט ווערן. \v 24 באמת, באמת זאג איך אייך: אויב דאס קערנדל ווייץ פאלט אין דער ערד אריין און שטארבט נישט, בלייבט עס אליין; אויב אבער עס שטארבט יא, ברענגט עס א סך פירות. \v 25 דער, וואס האט ליב זיין נפש, פארלירט עס; און דער, וואס האט פיינט זיין נפש אין דער דאזיקער וועלט, וועט עס אפהיטן צום אייביקן לעבן. \v 26 אויב עמיצער דינט מיך, זאל ער מיר נאכפאלגן; און וואו איך בין, דארט וועט אויך מיין דינער זיין; אויב עמיצער דינט מיך, וועט דער פאטער אים אפגעבן כבוד. \v 27 איצט איז מיין נפש באאומרואיקט; און וואס זאל איך זאגן? פאטער, זיי מיך מציל פון דער דאזיקער שעה? אבער צוליב דעם בין איך דאך געקומען צו דער דאזיקער שעה. \v 28 פאטער, פארהערלעך דיין נאמען! און עס איז געקומען א קול פון הימל: איך האב שוין פארהערלעכט און וועל ווידער פארהערלעכן. \v 29 דער המון מענטשן, וואס איז געשטאנען און זיך צוגעהערט, האט געזאגט, עס האט געדונערט; אנדערע האבן געזאגט: א מלאך האט גערעדט צו אים. \v 30 האט יהושע/ישוע געענטפערט און געזאגט; נישט צוליב מיר איז דאס דאזיקע קול געקומען, נאר צוליב אייך. \v 31 איצט איז דאס משפט פון דער דאזיקער וועלט; איצט וועט דער שר פון דער דאזיקער וועלט ארויסגעווארפן ווערן אינדרויסן. \v 32 און איך, ווען איך וועל אויפגעהויבן ווערן פון דער ערד, וועל ציען אלעמען צו מיר. \v 33 דאס דאזיקע האט ער געזאגט, מרמז צו זיין, מיט וואס פאר א טויט ער גייט שטארבן. \v 34 דער עולם האט דעריבער געענטפערט צו אים: מיר האבן געהערט פון דער תורה, אז דער משיח בלייבט אויף אייביק; און וויאזוי זשע זאגסטו: דער בר אנש מוז אויפגעהויבן ווערן? ווער איז דאס דער דאזיקער בר אנש? \v 35 האט יהושע/ישוע צו זיי געזאגט: נאך א קליינע וויילע איז דאס ליכט צווישן אייך. גייט זשע אינם ליכט בשעת איר האט עס, כדי די פינצטערניש זאל אייך נישט איבערפאלן; און דער, וואס גייט אין דער פינצטערניש, ווייסט נישט וואו ער גייט. \v 36 בשעת איר האט דאס ליכט, גלויבט אינם ליכט, כדי איר זאלט ווערן קינדער פונם ליכט. דאס האט יהושע/ישוע גערעדט, און איז אוועקגעגאנגען, און האט זיך פארבארגן פון זיי. \v 37 און הגם ער האט געטאן פאר זיי אזויפיל נסים, האבן זיי (אלץ) נישט געגלויבט אין אים; \v 38 כדי דאס ווארט פון ישעיהו הנביא זאל מקוים ווערן, וואס ער האט געזאגט: \q אָ האר, ווער האט געגלויבט אונדזער שמועה? \q און אויף וועמען האט זיך אנטפלעקט \q דער ארעם פון האר (ה׳)? \qr (ישעיהו נג, א.) \m \v 39 דערפאר האבן זיי נישט געקענט גלויבן, ווייל ישעיהו האט ווידער געזאגט: \q \v 40 און ער האט בלינד געמאכט זייערע אויגן, \q הארט געמאכט זייער הארץ, \q כדי זיי זאלן נישט זען מיט די אויגן, \q און באנעמען מיטן הארץ, \q און תשובה טאן, \q און איך זאל זיי היילן. \qr (ישעיהו ו, ט, י.) \m \v 41 דאס האט ישעיהו געזאגט, ווייל ער האט געזען זיין כבוד, און גערעדט וועגן אים. \v 42 דאך האבן א סך אפילו פון די שרים געגלויבט אין אים, נאר צוליב די פרושים האבן זיי עס נישט מודה געווען, כדי זיי זאלן נישט געלייגט ווערן אין חרם אריין; \v 43 ווארום זיי האבן ליבער געהאט דעם כבוד פון מענטשן, ווי דעם כבוד פון ה׳. \p \v 44 און יהושע/ישוע האט אויסגערופן און געזאגט: דער, וואס גלויבט אין מיר, גלויבט נישט אין מיר, נאר אין דעם, וואס האט מיך געשיקט. \v 45 און דער, וואס זעט מיך, זעט דעם, וואס האט מיך געשיקט. \v 46 איך בין געקומען א ליכט אין דער וועלט אריין, כדי יעדער איינער, וואס גלויבט אין מיר, זאל נישט בלייבן אין דער פינצטערניש. \v 47 און אויב עמיצער הערט מיינע רייד, און היט זיי נישט, וועל איך אים נישט משפטן; ווארום איך בין נישט געקומען, כדי איך זאל משפטן די וועלט, נאר כדי איך זאל ראטעווען די וועלט. \v 48 דער, וואס ווארפט מיך אפ און נעמט נישט אָן מיינע רייד, האט שוין זיין שופט; דאס ווארט, וואס איך האב גערעדט, דאס וועט אים משפטן אין דעם לעצטן טאג. \v 49 ווייל איך האב פון מיר אליין נישט גערעדט; נאר ער, וואס האט מיך געשיקט, דער פאטער אליין, האט מיר געגעבן א געבאט, וואס איך זאל זאגן, און וואס איך זאל רעדן. \v 50 און איך ווייס, אז זיין געבאט איז אייביק לעבן. דעריבער וואס איך רעד, רעד איך אזוי, ווי דער פאטער האט צו מיר גערעדט. \c 13 \cl קאפיטל דרייצן \p \v 1 און פאר דעם יום טוב פסח, אזוי ווי יהושע/ישוע האט געוואוסט, אז זיין שעה איז געקומען, כדי ער זאל אוועקגיין פון דער דאזיקער וועלט צום פאטער, האבנדיק געליבט זיינע אייגענע, וואס זענען אין דער וועלט, האט ער זיי ליב געהאט ביז צום סוף. \v 2 און בשעת דער סעודה אין אוונט, נאך דעם ווי דער שׂטן האט שוין געהאט געלייגט אין הארצן פון יהודה בן שמעון איש‑קריות, אז ער זאל אים פארראטן, \v 3 (יהושע/ישוע) וויסנדיק, אז דער פאטער האט אים אלץ איבערגעבן אין די הענט אריין, און אז ער איז געקומען פון ה׳ און גייט צו ה׳, \v 4 איז ער אויפגעשטאנען פונם טיש, און האט אוועקגעלייגט די מלבושים, און נעמענדיק א האנטוך, האט ער זיך ארומגעגארטלט. \v 5 נאך דעם האט ער אריינגעגאסן וואסער אינם בעקן און אנגעהויבן צו וואשן די תלמידימס פיס און אפצואווישן מיטן האנטוך, מיט וועלכן ער איז געווען ארומגעגארטלט. \v 6 אזוי קומט ער צו שמעון פעטרוסן. זאגט ער צו אים: האר, דו זאלסט מיר וואשן די פיס? \v 7 האט יהושע/ישוע געענטפערט און געזאגט צו אים: וואס איך טו, ווייסטו נישט אצונד, שפעטער אבער וועסטו זיך דערוויסן. \v 8 זאגט פעטרוס צו אים: דו זאלסט מיר בשום אופן קיינמאל נישט וואשן מיינע פיס. האט יהושע/ישוע אים געענטפערט: אויב איך וואש דיך נישט, האסטו נישט קיין חלק מיט מיר. \v 9 זאגט שמעון פעטרוס צו אים: האר, נישט בלויז מיינע פיס, נאר אפילו מיינע הענט און דעם קאפ! \v 10 זאגט יהושע/ישוע צו אים: דער געוואשענער דארף נישט מער ווי אפצואוואשן די פיס, ווייל ער איז אינגאנצן ריין; און איר זענט ריין, אבער נישט אלע. \v 11 ווארום ער האט געוואוסט, ווער עס וועט אים פארראטן; דערפאר האט ער געזאגט: נישט אלע זענט איר ריין. \p \v 12 און ווען ער האט שוין געהאט געוואשן זייערע פיס, און גענומען זיינע מלבושים, און זיך ווידער אנידערגעזעצט, האט ער צו זיי געזאגט: צי ווייסט איר וואס איך האב געטאן צו אייך? \v 13 איר רופט מיך רבי און האר, און ריכטיק זאגט איר, ווארום איך בין עס. \v 14 דעריבער אויב איך, דער האר און רבי, האב אייך געוואשן אייערע פיס, זענט איר אויך מחייב צו וואשן איינער דעם אנדערן די פיס. \v 15 ווארום איך האב אייך געגעבן א ביישפיל, כדי, ווי איך האב געטאן צו אייך, אזוי זאלט איר אויך טאן. \v 16 באמת, באמת זאג איך אייך; א קנעכט איז נישט גרעסער ווי זיין האר, אויך איז א שליח נישט גרעסער ווי דער, וואס האט אים געשיקט. \v 17 אויב איר ווייסט דאס, געבענטשט זענט איר, אויב איר טוט עס. \v 18 נישט וועגן אייך אלע רעד איך; ווארום איך ווייס וועמען איך האב אויסדערוויילט; נאר כדי דער פסוק זאל מקוים ווערן: \q דער, וואס עסט מיין ברויט, \q האט אויפגעהויבן זיין טריט (עקב) קעגן מיר. \qr (תהלים מא, י.) \m \v 19 שוין איצט זאג איך עס אייך, איידער עס געשעט, כדי ווען עס וועט געשען, זאלט איר גלויבן, אז איך בין עס. \v 20 באמת, באמת זאג איך אייך: ווער עס נעמט אויף דעם, וועמען איך שיק, דער נעמט מיך אויף; און ווער עס נעמט מיך אויף, דער נעמט אויף אים, וואס האט מיך געשיקט. \p \v 21 דאס זאגנדיק, האט יהושע/ישוע זיך באאומרואיקט אין זיין גייסט, און האט עדות געזאגט, און גערעדט: באמת, באמת זאג איך אייך: איינער פון אייך וועט מיך פארראטן. \v 22 די תלמידים האבן דעריבער געקוקט איינער אויפן אנדערן, מסופק וועגן וועמען ער זאגט עס. \v 23 און איינער פון זיינע תלמידים, וועמען יהושע/ישוע האט (באזונדערס) ליב געהאט, איז געווען אנגעלענט אויף ישועס ברוסט. \v 24 האט שמעון פעטרוס געוואונקען צו דעם דאזיקן, און צו אים געזאגט: זאג ווער עס איז, וועגן וועמען ער רעדט. \v 25 נייגנדיק זיך אזוי צו ישועס ברוסט, זאגט יענער צו אים: האר, ווער איז עס? \v 26 יהושע/ישוע האט געענטפערט: יענער איז עס, פאר וועמען איך וועל איינטונקען דעם ביסן און אים געבן. און איינטונקענדיק דעם ביסן, נעמט ער און גיט אים צו יהודה בן שמעון איש‑קריות. \v 27 און נאך דעם ביסן איז דער שׂטן דעמאלט אריין אין אים. יהושע/ישוע האט דעריבער צו אים געזאגט: וואס דו טוסט, טו גיך. \v 28 און קיינער ארום דעם טיש האט נישט פארשטאנען, פארוואס ער האט דאס געזאגט צו אים. \v 29 ווארום אייניקע האבן געמיינט, ווייל יהודה האט געהאט די פושקע, זאגט יהושע/ישוע צו אים: קויף איין, וואס מיר ברויכן אויף יום טוב; אדער אז ער זאל עפעס געבן צו די ארעמעלייט. \v 30 און ווי ער האט געהאט גענומען דעם ביסן, איז ער גלייך ארויסגעגאנגען; און עס איז געווען נאכט. \p \v 31 און ווען ער איז ארויסגעגאנגען, האט יהושע/ישוע געזאגט: איצט איז דער בר אנש פארהערלעכט, און ה׳ איז פארהערלעכט אין אים; \v 32 און אויב ה׳ איז פארהערלעכט אין אים, וועט ה׳ אים פארהערלעכן אין זיך אליין, און באלד וועט ער אים פארהערלעכן. \v 33 קינדער, נאך א קורצע צייט בין איך מיט אייך. איר וועט מיך זוכן, און ווי איך האב געזאגט צו די יידן: וואואהין איך גיי, קענט איר נישט קומען, אזוי זאג איך אויך אייך איצט. \v 34 א נייע מצווה גיב איך אייך, אז איר זאלט ליב האבן איינער דעם אנדערן; ווי איך האב אייך ליב געהאט, אזוי זאלט איר אויך ליב האבן איינער דעם אנדערן. \v 35 דורך דעם דאזיקן וועלן אלע דערקענען, אז איר זענט מיינע תלמידים, אויב איר וועט האבן ליבע איינער פאר דעם אנדערן. \p \v 36 זאגט שמעון פעטרוס צו אים: האר, וואואהין גייסטו? האט יהושע/ישוע געענטפערט: וואואהין איך גיי, קענסטו מיר איצט נישט נאכפאלגן, שפעטער אבער וועסטו מיר נאכפאלגן. \v 37 זאגט פעטרוס צו אים: האר, פארוואס קען איך דיר איצט נישט נאכפאלגן? מיין לעבן וועל איך אנידערלייגן פאר דיינעטוועגן. \v 38 ענטפערט יהושע/ישוע: דיין לעבן וועסטו אנידערלייגן פאר מיינעטוועגן? באמת, באמת זאג איך דיר: איידער נאך דער האן וועט קרייען, וועסטו מיך דריי מאל פארלייקענען! \c 14 \cl קאפיטל פערצן \p \v 1 זאל אייער הארץ זיך נישט באאומרואיקן; איר גלויבט אין ה׳, גלויבט אויך אין מיר. \v 2 אין מיין פאטערס הויז איז דא א סך וואוינונגען; וואלט עס נישט אזוי געווען, וואלט איך עס אייך געזאגט; ווייל איך גיי צוגרייטן אן ארט פאר אייך. \v 3 און ווען איך גיי און גרייט צו אן ארט פאר אייך, וועל איך ווידער קומען, און אייך נעמען צו מיר, כדי וואו איך בין, זאלט איר אויך זיין. \v 4 און וואואהין איך גיי, ווייסט איר, און איר קענט דעם וועג. \v 5 זאגט תומא צו אים: האר, מיר ווייסן נישט וואואהין דו גייסט; און וויאזוי קענען מיר וויסן דעם וועג? \v 6 זאגט צו אים יהושע/ישוע: איך בין דער דרך (ה׳) און דער אמת און דאס לעבן; קיינער קומט נישט צום פאטער, אחוץ דורך מיר. \v 7 אויב איר וואלט מיך געקענט, וואלט איר אויך געקענט מיין פאטער; און פון איצט אָן קענט איר אים און האט אים געזען. \v 8 זאגט פיליפוס צו אים: האר, ווייז אונדז דעם פאטער, און עס וועט זיין גענוג פאר אונדז. \v 9 זאגט יהושע/ישוע צו אים: אזא לאנגע צייט בין איך שוין מיט אייך, און דו קענסט מיך נישט, פיליפוס? ווער עס האט מיך געזען, דער האט געזען דעם פאטער; און וויאזוי זאגסטו: ווייז אונדז דעם פאטער? \v 10 צי גלויבסטו דען נישט, אז איך בין אין דעם פאטער און דער פאטער איז אין מיר? די ווערטער וואס איך רעד צו אייך, רעד איך נישט פון מיר אליין; נאר דער פאטער, וואס וואוינט אין מיר, טוט זיינע מעשים. \v 11 גלויבט מיר, אז איך בין אין דעם פאטער און דער פאטער אין מיר; און אויב נישט, גלויבט צוליב די מעשים אליין. \v 12 באמת, באמת זאג איך אייך: דער, וואס גלויבט אין מיר, די מעשים וואס איך טו, וועט ער אויך טאן; און גרעסערע ווי די דאזיקע וועט ער טאן, ווייל איך גיי צו דעם פאטער. \v 13 און וואס איר וועט נאר בעטן אין מיין נאמען, וועל איך דאס דאזיקע טאן, כדי דער פאטער זאל פארהערלעכט ווערן אין דעם זון. \v 14 אויב איר וועט מיך עפעס בעטן אין מיין נאמען, וועל איך עס טאן. \v 15 אויב איר האט מיך ליב, זאלט איר האלטן מיינע געבאטן! \v 16 און איך וועל בעטן דעם פאטער, און ער וועט אייך געבן אן אנדערן פרקליט, כדי ער זאל זיין מיט אייך אויף אייביק; \v 17 דעם גייסט פון אמת, וואס די וועלט קען אים נישט אויפנעמען, מחמת זי זעט אים נישט און קען אים נישט; איר קענט אים יא, ווייל ער בלייבט ביי אייך און וועט זיין אין אייך. \v 18 איך וועל אייך נישט איבערלאזן ווי יתומים; איך וועל קומען צו אייך. \v 19 נאך א קליינע וויילע און די וועלט זעט מיך מער נישט, איר אבער זעט מיך; ווייל איך לעב, וועט איר לעבן אויך. \v 20 אין יענעם טאג וועט איר וויסן, אז איך בין אין מיין פאטער, און איר זענט אין מיר, און איך בין אין אייך. \v 21 ווער עס האט מיינע געבאטן און האלט זיי, דער איז עס, וואס האט מיך ליב; און דער, וואס האט מיך ליב, וועט זיין געליבט פון מיין פאטער, און איך וועל אים ליב האבן, און וועל מיך אנטפלעקן צו אים. \v 22 זאגט צו אים יהודה, נישט דער איש‑קריות: האר, וואס איז געשען, אז דו וועסט דיך אנטפלעקן צו אונדז און נישט צו דער וועלט? \v 23 האט יהושע/ישוע געענטפערט און געזאגט צו אים: אויב עמיצער האט מיך ליב, וועט ער האלטן מיין ווארט; און מיין פאטער וועט אים ליב האבן; און מיר וועלן קומען צו אים און מאכן א וואוינונג (פאר אונדז) ביי אים. \v 24 ווער עס האט מיך נישט ליב, דער האלט נישט מיינע ווערטער; און דאס ווארט, וואס איר הערט, איז נישט מיין, נאר פון דעם פאטער, וואס האט מיך געשיקט. \p \v 25 דאס האב איך צו אייך גערעדט, זייענדיק ביי אייך. \v 26 דער פרקליט אבער, דער רוח הקודש, וועמען דער פאטער וועט שיקן אין מיין נאמען, ער וועט אייך אלץ לערנען, און אייך דערמאנען אלץ, וואס איך האב אייך געזאגט. \v 27 שלום לאז איך איבער מיט אייך; מיין שלום גיב איך אייך; נישט ווי די וועלט גיט, גיב איך אייך. זאל זיך אייער הארץ נישט באאומרואיקן, און זאל עס נישט ווערן פארצאגט. \v 28 איר האט געהערט, אז איך האב אייך געזאגט; איך גיי אוועק, און קום (ווידער) צו אייך. אויב איר וואלט מיך ליב געהאט, וואלט איר זיך געפריידט, אז איך גיי צו דעם פאטער, ווייל דער פאטער איז גרעסער פון מיר. \v 29 און איצט האב איך עס אייך געזאגט, איידער עס געשעט, כדי איר זאלט גלויבן, ווען עס וועט געשען. \v 30 איך וועל מער נישט רעדן קיין סך מיט אייך; ווארום דער שר פון דער וועלט קומט; און אין מיר האט ער גארנישט; \v 31 נאר כדי די וועלט זאל וויסן, אז איך האב ליב דעם פאטער, און ווי דער פאטער האט מיר געבאטן, אזוי טו איך. שטייט אויף; לאמיר אוועקגיין פונדאנען. \c 15 \cl קאפיטל פיפצן \p \v 1 איך בין דער ווארהאפטיקער וויינשטאק, און מיין פאטער איז דער גערטנער. \v 2 יעדע צווייג אין מיר, וואס ברענגט נישט קיין פירות, נעמט ער אוועק; און יעדע, וואס ברענגט יא פירות, ער אפשניידן ריין (צווייג), כדי זי זאל ברענגען מער פירות. \v 3 איר זענט שוין ריין, דורך דעם ווארט, וואס איך האב צו אייך גערעדט. \v 4 בלייבט אין מיר, און איך אין אייך, ווי די צווייג קען נישט ברענגען קיין פירות פון זיך אליין, אויב זי בלייבט נישט אינם וויינשטאק, אזוי (קענט) איר נישט, אויב איר בלייבט נישט אין מיר. \v 5 איך בין דער וויינשטאק; איר זענט די צווייגן; ווער עס בלייבט אין מיר, און איך אין אים, דער ברענגט א סך פירות; ווייל אָן מיר קענט איר גארנישט טאן. \v 6 אויב עמיצער בלייבט נישט אין מיר, ווערט ער ארויסגעווארפן אינדרויסן, ווי די צווייג, און ווערט פארדארט; און מען זאמלט זיי איין און ווארפט זיי אין פייער אריין, און זיי ווערן פארברענט. \v 7 אויב איר בלייבט אין מיר, און מיינע ווערטער בלייבן אין אייך, מעגט איר בעטן וואס איר ווילט נאר, און עס וועט אייך געטאן ווערן. \v 8 אין דעם דאזיקן ווערט מיין פאטער פארהערלעכט, אז איר זאלט ברענגען א סך פירות; און זיין מיינע תלמידים. \v 9 ווי דער פאטער האט מיך ליב געהאט, אזוי האב איך אייך ליב געהאט; פארבלייבט אין דער ליבע מיינער! \v 10 אויב איר וועט האלטן מיינע געבאטן, וועט איר בלייבן אין מיין ליבע, ווי איך האב געהאלטן די געבאטן פון מיין פאטער, און בלייב אין דער ליבע זיינער. \v 11 דאס האב איך גערעדט צו אייך, כדי מיין פרייד זאל זיין אין אייך, און אייער פרייד זאל ווערן פול. \v 12 דאס דאזיקע איז מיין געבאט, אז איר זאלט ליב האבן איינער דעם אנדערן, ווי איך האב אייך ליב געהאט. \v 13 קיינער האט נישט קיין גרעסערע ליבע ווי די דאזיקע, אז ער זאל אנידערלייגן זיין לעבן פאר זיינע פריינד. \v 14 איר זענט מיינע פריינד, אויב איר טוט, וואס איך באפעל אייך. \v 15 איך רוף אייך מער נישט קנעכט, ווייל דער קנעכט ווייסט נישט וואס זיין האר טוט; איך רוף אייך אבער פריינד, ווייל אלץ, וואס איך האב געהערט ביי מיין פאטער, האב איך אייך צו וויסן געטאן. \v 16 נישט איר האט מיך אויסדערוויילט, נאר איך האב אייך אויסדערוויילט, און אייך באשטימט, אז איר זאלט גיין און ברענגען פירות, און אז אייערע פירות זאלן בלייבן; כדי וואס איר וועט בעטן דעם פאטער אין מיין נאמען, זאל ער אייך געבן. \v 17 דאס באפעל איך אייך, כדי איר זאלט ליב האבן איינער דעם אנדערן. \v 18 אויב די וועלט האסט אייך, ווייסט איר, אז זי האט מיך, קודם כל, געהאסט פאר אייך. \v 19 אויב איר וואלט געווען פון דער וועלט, וואלט די וועלט ליב געהאט דאס, וואס איז איר אייגנס; ווייל אבער איר זענט נישט פון דער וועלט, נאר איך האב אייך אויסדערוויילט פון דער וועלט, צוליב דעם האט די וועלט אייך פיינט. \v 20 געדענקט דאס ווארט, וואס איך האב אייך געזאגט: א קנעכט איז נישט גרעסער ווי זיין האר. אויב מען האט מיך גערודפט, וועט מען אייך אויך רודפן; אויב מען האט געהאלטן מיין ווארט, וועט מען אויך אייערס האלטן. \v 21 אבער דאס אלץ וועט מען אייך טאן צוליב מיין נאמען, ווייל זיי קענען נישט אים, וואס האט מיך געשיקט. \v 22 אויב איך וואלט נישט געקומען און גערעדט צו זיי, וואלטן זיי נישט געהאט קיין זינד; איצט אבער האבן זיי נישט קיין אנטשולדיקונג פאר זייער זינד. \v 23 ווער עס האט מיך פיינט, דער האט אויך פיינט דעם פאטער מיינעם. \v 24 אויב איך וואלט נישט געטאן צווישן זיי די מעשים, וואס קיין אנדערער האט נישט געטאן, וואלטן זיי נישט געהאט קיין זינד; איצט אבער האבן זיי געזען (די דאזיקע) און האבן מיך דאך פיינט און דעם פאטער מיינעם. \v 25 נאר (דאס געשעט), כדי עס זאל מקוים ווערן דאס ווארט, וואס שטייט געשריבן אין זייער תורה: \q מיט א שנאת חנם האבן זיי מיך פיינט געהאט. \qr (תהלים לה, יט.) \m \v 26 ווען אבער דער פרקליט וועט קומען, וועמען איך וועל שיקן צו אייך פון מיין פאטער, דעם גייסט פון אמת, וואס קומט ארויס פון דעם פאטער, וועט ער עדות זאגן וועגן מיר; \v 27 און איר וועט אויך עדות זאגן, ווייל איר זענט געווען מיט מיר פון אנהויב אָן. \c 16 \cl קאפיטל זעכצן \p \v 1 דאס האב איך צו אייך גערעדט, כדי איר זאלט נישט ניכשול ווערן. \v 2 מען וועט אייך לייגן אין חרם אריין; יא, עס קומט אָן א שעה, אז יעדער איינער, וואס וועט אייך הרגענען, וועט מיינען, ער דינט ה׳ מיט דעם. \v 3 און דאס וועלן זיי טאן, ווייל זיי האבן נישט געקענט דעם פאטער, און נישט מיך. \v 4 און דאס האב איך גערעדט צו אייך, כדי ווען די שעה וועט קומען, זאלט איר זיך דערמאנען דערין, אז איך האב עס אייך געזאגט. אין אנהויב אבער האב איך עס אייך נישט געזאגט, ווייל איך בין געווען מיט אייך. \v 5 און איצט גיי איך צו אים, וואס האט מיך געשיקט; און קיין איינער פון אייך פרעגט מיך נישט: וואואהין גייסטו? \v 6 נאר ווייל איך האב דאס גערעדט צו אייך, האט עצבות אנגעפילט אייער הארץ. \v 7 איך זאג אייך אבער דעם אמת: עס איז גוט פאר אייך, אז איך גיי אוועק; ווארום אויב איך זאל נישט אוועקגיין, וועט דער פרקליט בשום אופן נישט קומען צו אייך; און אויב איך גיי יא, וועל איך אים שיקן צו אייך. \v 8 און ווען ער וועט קומען, וועט ער איבערצייגן די וועלט וועגן זינד און וועגן צדקות און וועגן משפט: \v 9 וועגן זינד, ווייל זיי האבן נישט געגלויבט אין מיר; \v 10 און וועגן צדקות, ווייל איך גיי צום פאטער, און איר וועט מיך מער נישט זען; \v 11 און וועגן משפט, ווייל דער שר פון דער דאזיקער וועלט איז געמשפט געווארן. \v 12 נאך א סך האב איך אייך צו זאגן, נאר איר קענט עס איצט נישט דערטראגן. \v 13 דאך ווען ער וועט קומען, דער גייסט פון אמת, וועט ער אייך פירן אין דעם גאנצן אמת אריין; ווארום ער וועט נישט רעדן פון זיך אליין, נאר אלץ, וואס ער הערט, וועט ער רעדן; און ער וועט אייך אנזאגן דאס, וואס דארף ערשט קומען. \v 14 ער וועט מיך פארהערלעכן, ווייל ער וועט באקומען פון דעם, וואס איז מיין און וועט עס אייך דערקלערן. \v 15 אלץ, וואס דער פאטער האט, איז מיין; דערפאר האב איך געזאגט, אז ער נעמט פון דעם, וואס איז מיין, און וועט עס אייך אנזאגן. \v 16 נאך א קליינע וויילע, און איר זעט מיך מער נישט; און ווידער א קליינע וויילע, און איר וועט מיך יא זען. \v 17 אייניקע פון זיינע תלמידים האבן דעריבער געזאגט איינער צום אנדערן: וואס איז דאס דאזיקע, וואס ער זאגט אונדז: א קליינע וויילע, און איר זעט מיך נישט; און ווידער א קליינע וויילע, און איר וועט מיך יא זען? און: ווייל איך גיי צו דעם פאטער? \v 18 דעריבער האבן זיי געזאגט: וואס איז דאס דאזיקע, וואס ער זאגט: א קליינע וויילע? מיר פארשטייען נישט, וואס ער רעדט. \v 19 יהושע/ישוע האט געמערקט, אז זיי ווילן אים פרעגן, און ער האט צו זיי געזאגט: איר פרעגט זיך נאך, איינער ביים אנדערן, וועגן דעם דאזיקן, וואס איך האב געזאגט: א קליינע וויילע, און איר זעט מיך נישט, און ווידער א קליינע וויילע, און איר וועט מיך זען? \v 20 באמת, באמת זאג איך אייך: איר וועט וויינען און קלאגן, אבער די וועלט וועט זיך פרייען; איר וועט זיין טרויעריק, נאר אייער טרויער וועט ווערן א שמחה. \v 21 א פרוי, ווען זי גייט צו קינד, איז טרויעריק, ווייל איר שעה איז געקומען; ווען אבער זי האט געבוירן דאס קינד, געדענקט זי מער נישט די אנגסט, צוליב דער פרייד, אז א מענטש איז געבוירן געווארן אין דער וועלט אריין. \v 22 אזוי האט איר אויך איצט צער; איך וועל אייך אבער ווידער זען, און אייער הארץ וועט זיך פרייען, און די שמחה אייערע וועט קיינער נישט אוועקנעמען פון אייך. \v 23 און אין יענעם טאג וועט איר מיך גארנישט מער פרעגן. באמת, באמת זאג איך אייך: וואס איר וועט נאר בעטן דעם פאטער וועט ער אייך געבן אין מיין נאמען. \v 24 ביז אצונד האט איר גארנישט געבעטן אין מיין נאמען; בעט, און איר וועט באקומען, כדי אייער פרייד זאל ווערן פול. \p \v 25 די דאזיקע זאכן האב איך גערעדט צו אייך אין משלים; עס קומט אָן א שעה, ווען איך וועל מער נישט רעדן צו אייך אין משלים, נאר אייך אנזאגן אפן וועגן דעם פאטער. \v 26 אין יענעם טאג וועט איר בעטן אין מיין נאמען; און איך זאג אייך נישט, אז איך וועל בעטן דעם פאטער פאר אייערטוועגן; \v 27 ווארום דער פאטער אליין האט אייך ליב, ווייל איר האט מיך ליב, און גלויבט, אז איך בין ארויסגעקומען פון ה׳. \v 28 איך בין ארויסגעקומען פון דעם פאטער, און בין געקומען אין דער וועלט אריין; ווידער פארלאז איך די וועלט, און גיי צו דעם פאטער. \v 29 זאגן זיינע תלמידים: זע, איצט רעדסטו אפן, און זאגסט נישט קיין משל. \v 30 איצט ווייסן מיר, אז דו ווייסט אלץ, און דארפסט נישט, אז עמיצער זאל דיך פרעגן; דורך דעם גלויבן מיר, אז דו ביסט ארויסגעקומען פון ה׳. \v 31 האט יהושע/ישוע זיי געענטפערט: איצט גלויבט איר? \v 32 זע, עס קומט א שעה, און איז שוין אנגעקומען, אז איר זאלט צעשפרייט ווערן, יעדער איינער צו די זייניקע, און מיך וועט איר איבערלאזן איינעם אליין; און איך בין (דאך) נישט איינער אליין, ווייל דער פאטער איז מיט מיר. \v 33 דאס האב איך גערעדט צו אייך, כדי אין מיר זאלט איר האבן שלום. אין דער וועלט האט איר צרות; נאר זייט געטרייסט; איך האב מנצח געווען די וועלט. \c 17 \cl קאפיטל זיבעצן \p \v 1 דאס האט יהושע/ישוע גערעדט; און אויפהויבנדיק זיינע אויגן צום הימל, האט ער געזאגט; פאטער, עס איז געקומען די שעה; פארהערלעך דיין זון, כדי דער זון זאל דיך פארהערלעכן; \v 2 ווי דו האסט אים געגעבן מאכט איבער יעדן בשר (ודם), כדי ער זאל געבן אייביק לעבן צו אלעמען, וואס דו האסט אים געגעבן. \v 3 און דאס איז דאס אייביקע לעבן, אז זיי זאלן דיך קענען, דעם איינציק אמתן ג‑ט, און יהושע/ישוע המשיחן, וועמען דו האסט געשיקט. \v 4 איך האב דיך פארהערלעכט אויף דער ערד, איך האב פארענדיקט דאס ווערק, וואס דו האסט מיר געגעבן צו טאן. \v 5 און איצט, פאטער, פארהערלעך דו מיך, מיט דער הערלעכקייט, וואס איך האב געהאט ביי דיר, איידער די וועלט איז (באשאפן) געווארן. \v 6 איך האב אנטפלעקט דיין נאמען צו די מענטשן, וועלכע דו האסט מיר געגעבן אויס דער וועלט; דיין זענען זיי געווען, און דו האסט זיי מיר געגעבן; און זיי האבן געהאלטן דיין ווארט. \v 7 איצט ווייסן זיי, אז אלץ, וואס דו האסט מיר געגעבן, איז פון דיר; \v 8 ווייל די ווערטער, וואס דו האסט מיר געגעבן, האב איך זיי געגעבן; און זיי האבן זיי אנגענומען, און באמת דערקענט, אז איך בין ארויסגעגאנגען פון דיר; און האבן געגלויבט, אז דו האסט מיך געשיקט. \v 9 איך בעט דיך פאר זייערטוועגן; איך בעט נישט פאר דער וועלט, נאר פאר די, וועלכע דו האסט מיר געגעבן, ווייל זיי זענען דיין; \v 10 און אלץ, וואס איז מיין, איז דיין, און דיינס איז מיין; און איך בין פארהערלעכט אין זיי. \v 11 און איך בין מער נישט אין דער וועלט, און זיי זענען אין דער וועלט, און איך קום צו דיר. הייליקער פאטער, באהיט זיי אין דיין נאמען, וואס דו האסט מיר געגעבן, כדי זיי זאלן זיין איינס, אזוי ווי מיר! \v 12 בשעת איך בין געווען מיט זיי, האב איך זיי באהיט אין דיין נאמען, וועלכן דו האסט מיר געגעבן; און האב געוואכט (איבער זיי), און קיינער פון זיי איז נישט פארלוירן געגאנגען, אחוץ דער בן האבדון (פארלוירענער זון), כדי דער פסוק זאל מקוים ווערן. \v 13 איצט אבער גיי איך צו דיר; און דאס זאג איך אין דער וועלט, כדי זיי זאלן האבן מיין פרייד שלמותדיק אין זיך. \v 14 איך האב זיי געגעבן דיין ווארט; און די וועלט האט זיי פיינט, ווייל זיי זענען נישט פון דער וועלט, פונקט ווי איך בין נישט פון דער וועלט. \v 15 איך בעט נישט, אז דו זאלסט זיי ארויסנעמען אויס דער וועלט, נאר אז דו זאלסט זיי אפהיטן פון בייז. \v 16 זיי זענען נישט פון דער וועלט, פונקט ווי איך בין נישט פון דער וועלט. \v 17 הייליק זיי אין דעם אמת; דיין ווארט איז אמת. \v 18 ווי דו האסט מיך געשיקט אין דער וועלט אריין, אזוי האב איך זיי געשיקט אין דער וועלט אריין. \v 19 און פאר זייערטוועגן הייליק איך מיך, כדי זיי זאלן זיין געהייליקט אין דעם אמת. \v 20 און נישט נאר פאר די דאזיקע אליין בעט איך, נאר אויך פאר יענע, וואס וועלן גלויבן אין מיר דורך זייער ווארט, \v 21 כדי אלע זאלן זיין איינס; ווי דו, פאטער, אין מיר, און איך אין דיר, אז אויך זיי זאלן זיין אין אונדז; כדי די וועלט זאל גלויבן, אז דו האסט מיך געשיקט. \v 22 און דעם כבוד, וואס דו האסט מיר געגעבן, האב איך זיי געגעבן, כדי זיי זאלן זיין איינס פונקט ווי מיר זענען איינס. \v 23 איך אין זיי, און דו אין מיר, כדי זיי זאלן ווערן שלמותדיק אין איינעם, כדי די וועלט זאל וויסן, אז דו האסט מיך געשיקט, און האסט זיי ליב געהאט, פונקט אזוי ווי דו האסט מיך ליב געהאט. \v 24 פאטער, איך וויל, אז וואו איך בין, זאלן אויך זיין מיט מיר די, וועלכע דו האסט מיר געגעבן, כדי זיי זאלן זען מיין כבוד, וואס דו האסט מיר געגעבן; ווייל דו האסט מיך ליב געהאט פון פאר דער גרינדונג פון דער וועלט. \v 25 גערעכטער פאטער, די וועלט האט דיך נישט געקענט, איך אבער האב דיך יא געקענט; און די דאזיקע ווייסן, אז דו האסט מיך געשיקט; \v 26 און איך האב צו זיי באקאנט געמאכט דיין נאמען, און וועל אים באקאנט מאכן, כדי די ליבע, מיט וועלכער דו האסט מיך ליב געהאט, זאל זיין אין זיי, און איך אין זיי. \c 18 \cl קאפיטל אכצן \p \v 1 האבנדיק דאס געזאגט, איז יהושע/ישוע ארויסגעגאנגען צוזאמען מיט זיינע תלמידים איבער דעם טייך קדרון, וואו עס איז געווען א גארטן, אין וועלכן ער איז אריינגעגאנגען מיט זיינע תלמידים. \v 2 און אויך יהודה, וואס האט אים פארראטן, האט געקענט דאס ארט, ווייל א סך מאל איז יהושע/ישוע זיך דארטן צוזאמענגעקומען מיט די תלמידים זיינע. \v 3 און יהודה האט באקומען די אפטיילונג (סאלדאטן) און משרתים פון די הויפט כהנים און פרושים, און איז אהינגעקומען מיט פאקלען און לאמפן און כלי זין. \v 4 און יהושע/ישוע האט געוואוסט אלץ, וואס וועט קומען אויף אים; און איז ארויסגעגאנגען און האט צו זיי געזאגט: וועמען זוכט איר? \v 5 האבן זיי אים געענטפערט: יהושען/ישוען פון נצרת! זאגט ער צו זיי: איך בין עס! און יהודה, וואס האט אים פארראטן, איז געשטאנען מיט זיי. \v 6 און ווי יהושע/ישוע האט צו זיי געזאגט: איך בין עס! זענען זיי געגאנגען הינטערוויילעכס און זענען אנידערגעפאלן צו דער ערד. \v 7 און ער האט זיי ווידער געפרעגט: וועמען זוכט איר? און זיי האבן געזאגט: יהושען/ישוען פון נצרת! \v 8 האט יהושע/ישוע געענטפערט: איך האב דאך אייך געזאגט, אז איך בין עס! און אויב איר זוכט מיך, לאזט די דאזיקע גיין; \v 9 כדי עס זאל מקוים ווערן דאס ווארט, וואס ער האט געזאגט: די, וואס דו האסט מיר געגעבן, פון זיי האב איך קיין איינעם נישט פארלוירן. \v 10 און שמעון פעטרוס, האבנדיק א שווערד, האט זי ארויסגעצויגן, און געשלאגן דעם כהן גדולס קנעכט און אים אפגעהאקט דאס רעכטע אויער. און דער קנעכט האט געהייסן מלכוס. \v 11 יהושע/ישוע האט דעריבער געזאגט צו פעטרוסן: לייג אריין די שווערד אין דער שייד. דעם בעכער, וואס דער פאטער האט מיר געגעבן, זאל איך אים דען נישט טרינקען? \p \v 12 און די אפטיילונג (סאלדאטן) מיט דעם אפיציר און די משרתים פון די יידן האבן געכאפט יהושען/ישוען און אים געבונדן (עקידה), \v 13 און אים קודם כל אוועקגעפירט צו חנן; ווארום ער איז געווען דער שווער פון קיפא, וועלכער איז געווען כהן גדול אין יענעם יאר. \v 14 און עס איז געווען קיפא, וואס האט געראטן די יידן, אז עס איז גוט איין מענטש זאל שטארבן פאר דעם פאלק. \v 15 און שמעון פעטרוס און אן אנדערער תלמיד האבן נאכגעפאלגט יהושען/ישוען. און יענער תלמיד איז געווען באקאנט מיט דעם כהן גדול, און ער איז אריינגעגאנגען מיט יהושען/ישוען אין הויף פון דעם כהן גדול. \v 16 פעטרוס אבער איז געשטאנען ביי דער טיר אינדרויסן. דער אנדערער תלמיד, וואס איז געווען באקאנט מיט דעם כהן גדול, איז דעריבער ארויסגעגאנגען און האט גערעדט מיט דער טיר וועכטערין, און אריינגעפירט פעטרוסן. \v 17 און די שיפחה, די טיר וועכטערין, האט געזאגט צו פעטרוסן: צי ביסטו דען נישט אויך פון די תלמידים פון דעם דאזיקן מענטש? זאגט ער: איך בין נישט. \v 18 און די קנעכט און די משרתים זענען געשטאנען און האבן זיך געווארעמט ביי א פייער, וואס זיי האבן געמאכט פון האלצקוילן, ווייל עס איז געווען קאלט; און פעטרוס איז אויך געווען מיט זיי, שטייענדיק און ווארעמענדיק זיך. \p \v 19 און דער כהן גדול האט אויסגעפרעגט יהושען/ישוען וועגן זיינע תלמידים און וועגן זיין לערנונג. \v 20 האט יהושע/ישוע אים געענטפערט: איך האב גערעדט בפרהסיא אין דער וועלט; איך האב תמיד געלערנט אין שול און אינם בית המקדש, וואו אלע יידן קומען זיך צונויף, און אין פארבארגעניש האב איך גארנישט גערעדט. \v 21 וואס פרעגסטו מיך? פרעג די צוהערער וואס איך האב צו זיי גערעדט; זע, זיי ווייסן, וואס איך האב געזאגט. \v 22 און בשעת ער האט אזוי גערעדט, האט איינער פון די משרתים, וואס זענען דארט געשטאנען, געגעבן יהושען/ישוען א פאטש, זאגנדיק: אָט אזוי ענטפערסטו דעם כהן גדול? \v 23 האט יהושע/ישוע אים געענטפערט: אויב איך האב שלעכט גערעדט, זאג עדות וועגן דעם שלעכטן; אויב אבער (איך האב גערעדט) גוט, וואס שלאגסטו מיך? \v 24 און חנן האט אים אוועקגעשיקט א געבונדענעם (עקידה) צו קיפא דעם כהן גדול. \p \v 25 שמעון פעטרוס אבער איז געשטאנען און זיך געווארעמט. און מען האט צו אים געזאגט: צי ביסטו דען נישט אויך פון זיינע תלמידים? האט ער געלייקנט און געזאגט: איך בין נישט! \v 26 זאגט צו אים איינער פון דעם כהן גדולס קנעכט, וואס איז געווען א קרוב פון דעם, וועמען פעטרוס האט אפגעהאקט דאס אויער: צי האב איך דיך דען נישט געזען אינם גארטן מיט אים? \v 27 פעטרוס האט דעריבער ווידער געלייקנט; און גלייך האט א האן געקרייעט. \v 28 דאן האט מען יהושען/ישוען אוועקגעפירט פון קיפא צום פרעטאריום; און עס איז געווען פרי; און זיי זענען נישט אריינגעגאנגען אין פרעטאריום, כדי זיי זאלן זיך נישט מטמא זיין, נאר זאלן (קענען) עסן דאס קרבן פסח. \v 29 פילאטוס איז דעריבער ארויסגעגאנגען צו זיי אינדרויסן, און געזאגט; וואס פאר א באשולדיקונג ברענגט איר קעגן דעם דאזיקן מענטשן? \v 30 האבן זיי געענטפערט און געזאגט צו אים: אויב דער דאזיקער וואלט נישט געווען טאן קיין בייז, וואלטן מיר אים נישט איבערגעגעבן צו דיר. \v 31 פילאטוס האט דעריבער צו זיי געזאגט: נעמט איר אים, און משפט אים לויט אייער תורה. האבן די יידן צו אים געזאגט: מיר האבן נישט קיין רשות עמיצן צו טייטן; \v 32 כדי עס זאל דערפילט ווערן ישועס ווארט, וואס ער האט געזאגט, מרמז זייענדיק, מיט וועלכן טויט ער גייט שטארבן. \p \v 33 פילאטוס איז צוריק אריינגעגאנגען אין פרעטאריום אריין, און האט גערופן יהושען/ישוען, און געזאגט צו אים: צי ביסט דו דער מלך פון די יידן? \v 34 האט יהושע/ישוע געענטפערט: זאגסטו דאס דאזיקע פון דיר אליין, אדער האבן אנדערע עס דיר געזאגט וועגן מיר? \v 35 פילאטוס האט געענטפערט: בין איך דען א ייד? דאס פאלק דיינס און די הויפט כהנים האבן דאך דיך איבערגעגעבן צו מיר; וואס האסטו געטאן? \v 36 האט יהושע/ישוע געענטפערט: מיין מלכות איז נישט פון דער דאזיקער וועלט; אויב מיין מלכות וואלט יא געווען פון דער דאזיקער וועלט, וואלטן מיינע משרתים געקעמפט, כדי איך זאל נישט איבערגעגעבן ווערן צו די יידן; איצט אבער איז מיין מלכות נישט פונדאנען. \v 37 פילאטוס האט דעריבער צו אים געזאגט: אויב אזוי ביסטו טאקע א מלך? האט יהושע/ישוע געענטפערט: דו זאגסט עס, אז איך בין א מלך. דערצו בין איך געבוירן געווארן און דערצו בין איך געקומען אין דער וועלט אריין, כדי איך זאל עדות זאגן אויף דעם אמת. יעדער איינער, וואס איז פון דעם אמת, הערט מיין קול. \p \v 38 זאגט פילאטוס צו אים: וואס איז אמת? און האבנדיק דאס געזאגט, איז ער ווידער ארויסגעגאנגען צו די יידן, און זאגט צו זיי: איך געפין נישט קיין שום שולד אין אים! \v 39 עס איז אבער א מנהג ביי אייך, אז איך זאל אייך אפלאזן איינעם אויף פסח; צי ווילט איר איך זאל אייך אפלאזן דעם מלך פון די יידן? \v 40 און זיי האבן ווידער א געשריי געטאן, אזוי צו זאגן: נישט דעם דאזיקן, נאר בר‑אבאן! און דער בר‑אבא איז געווען א בונטאר. \c 19 \cl קאפיטל ניינצן \p \v 1 דעמאלט האט פילאטוס גענומען יהושען/ישוען און אים געלאזט שמייסן. \v 2 און די זעלנער האבן געפלאכטן א קרוין פון דערנער, און זי ארויפגעזעצט אויף זיין קאפ, און האבן אים אנגעטאן א פורפור מלבוש. \v 3 און זענען געקומען צו אים און געזאגט: שלום דיר, מלך פון די יידן! און האבן אים געגעבן פאטש. \v 4 און פילאטוס איז ווידער ארויסגעגאנגען אינדרויסן און האט צו זיי געזאגט: זע, איך פיר אים ארויס צו אייך, כדי איר זאלט וויסן, אז איך געפין נישט קיין שום שולד אין אים. \v 5 און יהושע/ישוע איז ארויסגעקומען אינדרויסן, טראגנדיק די דערנער קרוין און דאס פורפור מלבוש. און ער (פילאטוס) זאגט צו זיי: זע, דער מענטש! \v 6 ווען די הויפט כהנים און זייערע משרתים האבן אים געזען, האבן זיי א געשריי געטאן, אזוי צו זאגן: אויפהענגען אויף דער בוים אים! אויפהענגען אויף דער בוים אים! (שמואל ב יח, ט-יד.) זאגט פילאטוס צו זיי: נעמט איר און אויפהענגען אויף דער בוים אים, ווארום איך געפין נישט אין אים קיין שולד. \v 7 האבן די יידן אים געענטפערט: מיר האבן א תורה, און לויט דער תורה איז ער חייב מיתה, ווייל ער האט זיך געמאכט פאר ה׳ס זון. \v 8 און ווען פילאטוס האט געהערט דאס א דאזיקע ווארט, האט ער זיך נאך מער געפארכטן; \v 9 און איז ווידער אריינגעגאנגען אינם פרעטאריום און האט געזאגט צו יהושען/ישוען: פונוואנען ביסטו? יהושע/ישוע אבער האט אים נישט געגעבן קיין ענטפער. \v 10 פילאטוס זאגט דעריבער צו אים: צו מיר רעדסטו נישט? ווייסטו דען נישט, אז איך האב מאכט דיך צו באפרייען, און האב מאכט דיך צו אויפהענגען אויף דער בוים? \v 11 האט יהושע/ישוע געענטפערט: דו וואלסט נישט געהאט קיין שום מאכט קעגן מיר, אויב עס וואלט דיר נישט געגעבן געווארן פון אויבן; דערפאר האט א גרעסערע זינד דער, וואס האט מיך איבערגעגעבן צו דיר. \v 12 פון דעמאלט אָן האט פילאטוס געזוכט אים צו באפרייען; די יידן אבער האבן געשריגן, אזוי צו זאגן: אויב דו באפרייסט דעם דאזיקן, ביסטו נישט דעם קיסרס פריינד; (ווארום) יעדער איינער, וואס מאכט זיך פאר א מלך, ווידערשפעניקט קעגן קיסר. \v 13 ווען זשע פילאטוס האט געהערט די דאזיקע ווערטער, האט ער ארויסגעפירט יהושען/ישוען, און זיך אנידערגעזעצט אויף דער טריבונאל שטול, אויף דעם ארט, וואס הייסט ליטאסטראטאס, און אויף לשון קודש גבתא (אויספלאסטערונג). \v 14 און עס איז געווען ערב פסח, ארום דער זעקסטער שעה. און ער האט געזאגט צו די יידן: זע, אייער מלך! \v 15 און זיי האבן א געשריי געטאן: אוועק, אוועק! אויפהענגען אויף דער בוים אים! זאגט פילאטוס צו זיי: דעם מלך אייערן זאל איך אויפהענגען אויף דער בוים אים? האבן די הויפט כהנים געענטפערט: מיר האבן נישט קיין מלך אחוץ דעם קיסר! \v 16 האט ער דעמאלט אים איבערגעגעבן צו זיי, אז ער זאל אויפהענגען אויף א בוים ווערן. \p זיי האבן דעריבער גענומען יהושען/ישוען; \v 17 און טראגנדיק אליין זיין בוים, איז ער ארויסגעגאנגען צו אן ארט, וואס הייסט דאס ארט פון א שארבן, אויף לשון קודש הייסט עס גלגלתא; \v 18 וואו זיי האבן אים אויפהענגען אויף דער בוים, און מיט אים אנדערע צוויי, אויף ביידע זייטן, און יהושען/ישוען אין דער מיט. \v 19 און פילאטוס האט אויך געשריבן א טיטל און אים ארויפגעזעצט אויפן בוים. און עס איז געווען געשריבן: יהושע/ישוע פון נצרת מלך היהודים. \v 20 און א סך פון די יידן האבן געלייענט דעם דאזיקן טיטל, ווייל דאס ארט, וואו יהושע/ישוע איז אויפגעהאנגען אויף דער בוים געווארן, איז געווען נאענט צו דער שטאט; און עס איז געווען געשריבן אויף לשון קודש, לאטייניש און גריכיש. \v 21 און די הויפט כהנים פון די יידן האבן געזאגט צו פילאטוסן: שרייב נישט: דער מלך פון די יידן; נאר אז ער האט געזאגט: איך בין דער מלך פון די יידן. \v 22 האט פילאטוס געענטפערט: וואס איך האב געשריבן, האב איך געשריבן! \p \v 23 און די זעלנער, ווען זיי האבן אויפגעהאנגען אויף דער בוים יהושען/ישוען, האבן גענומען זיינע מלבושים, און געמאכט פיר חלקים, פאר יעדן זעלנער א חלק, און אויך דאס אויבערמלבוש. און דאס אויבערמלבוש איז נישט געווען גענייט, נאר אינגאנצן געוועבט פון אויבן (ביז אראפ). \v 24 זיי האבן דעריבער געזאגט איינער צום אנדערן: לאמיר עס נישט צערייסן, נאר ווארפן גורל וועגן דעם, וועמעס עס זאל זיין; כדי דער פסוק זאל מקוים ווערן: \q זיי האבן צעטיילט מיינע קליידער צווישן זיך, \q און אויף מיין לבוש האבן זיי געווארפן גורל. \qr (תהלים כב, יט.) \m און די דאזיקע זאכן האבן די זעלנער געטאן. \v 25 און ביים בוים פון יהושען/ישוען זענען געשטאנען זיין מוטער און זיין מוטערס שוועסטער, מרים דאס ווייב פון קלאפאס (לוקאס כד, יח.), און מרים פון מגדלה. \v 26 און ווען יהושע/ישוע האט געזען זיין מוטער און דעם תלמיד, וועלכן ער האט ליב געהאט, שטיין דערנעבן, זאגט ער צו דער מוטער: אשה, זע, דיין זון! \v 27 דערנאך זאגט ער צו דעם תלמיד: זע, דיין מוטער! און פון יענער שעה האט יענער תלמיד זי גענומען צו זיך. \p \v 28 נאך דעם, אזויווי יהושע/ישוע האט געוואוסט, אז אלץ האט זיך שוין געענדיקט, כדי דער פסוק זאל מקוים ווערן, זאגט ער: איך בין דארשטיק! \v 29 דארט איז געשטאנען א געפעס פול מיט עסיק. און זיי האבן ארויפגעלייגט אויף אן היזאפ שטענגל א שוואם אנגעפילט מיט עסיק און אים דערלאנגט צום מויל. \v 30 און ווען יהושע/ישוע האט גענומען דעם עסיק, האט ער געזאגט: עס איז געענדיקט, און האט גענייגט דעם קאפ און אויפגעגעבן די נשמה. \p \v 31 און ווייל עס איז געווען ערב שבת, כדי די גופים זאלן נישט בלייבן דעם שבת אויפן בוים—ווארום יענער שבת איז געווען שבת הגדול—האבן די יידן געבעטן פילאטוסן, אז מען זאל צעברעכן די ביינער פון די גופים, און זיי אראפנעמען. \v 32 זענען געקומען די זעלנער און האבן דעם ערשטן צעבראכן די ביינער און דעם אנדערן, וואס איז אויפגעהאנגען געווארן מיט אים אויף דער בוים. \v 33 קומענדיק אבער צו יהושען/ישוען, ווי זיי האבן געזען, אז ער איז שוין געשטארבן, האבן זיי אים נישט צעבראכן די ביינער. \v 34 נאר איינער פון די זעלנער האט אים דורכגעשטאכן די זייט מיט א שפיז; און גלייך איז ארויסגעקומען בלוט און וואסער. \v 35 און דער, וואס האט עס געזען, האט עדות געזאגט, און זיין עדות זאגן איז וואר; און ער ווייסט, אז ער זאגט דעם אמת, כדי אויך איר זאלט גלויבן. \v 36 ווארום דאס איז געשען, כדי דער פסוק זאל דערפילט ווערן: \q קיין ביין זאלט איר אים נישט צעברעכן. \qr (שמות יב, מו.) \m \v 37 און ווידער אן אנדערער פסוק זאגט: \q זיי וועלן קוקן אויף אים, \q וועמען זיי האבן דורכגעשטאכן. \qr (זכריה יב, י.) \p \v 38 און נאך דעם האט יוסף הרמתי, וועלכער איז געווען א פארבארגענער תלמיד פון יהושען/ישוען, אויס מורא פאר די יידן, געבעטן פילאטוסן, אז ער זאל מעגן אוועקנעמען ישועס גוף; און פילאטוס האט עס דערלויבט. ער איז דעריבער געקומען און האט אוועקגענומען זיין גוף. \v 39 און נקדימון איז אויך געקומען, (דער, וואס איז דאס ערשטע מאל געקומען צו יהושען/ישוען ביינאכט) ברענגענדיק צו טראגן א געמישטע זאלב פון מירע און אלאע, אן ערך הונדערט פונט. \v 40 און זיי האבן גענומען ישועס גוף און אים איינגעוויקלט אין תכריכים מיט די געווירצן לויט דעם מנהג ביי יידן מקבר צו זיין. \v 41 און אויף דעם ארט, וואו ער איז אויפגעהאנגען אויף דער בוים געווארן, איז געווען א גארטן, און אין דעם גארטן א ניי קבר, אין וועלכן עס איז נאך קיינמאל קיינער נישט געלייגט געווארן. \v 42 און דארטן—צוליב דעם ערב שבת ביי יידן, ווייל דאס קבר איז געווען נאענט—האבן זיי געלייגט יהושען/ישוען. \c 20 \cl קאפיטל צוואנציק \p \v 1 און דעם ערשטן טאג פון דער וואך אינדערפרי, בשעת עס איז נאך געווען פינסטער, קומט מרים פון מגדלה צום קבר, און זעט דעם שטיין אוועקגענומען פון קבר. \v 2 לויפט זי דעריבער און קומט צו שמעון פעטרוסן און צום אנדערן תלמיד, וועמען יהושע/ישוע האט ליב געהאט, און זאגט צו זיי: מען האט אוועקגענומען דעם האר פון דעם קבר ארויס, און מיר ווייסן נישט, וואו מען האט אים געלייגט. \v 3 און פעטרוס איז ארויסגעגאנגען און דער אנדערער תלמיד, און זענען אוועק צום קבר. \v 4 און ביידע זענען געלאפן צוזאמען; און דער אנדערער תלמיד איז געלאפן פארויס, גיכער ווי פעטרוס און איז דער ערשטער אנגעקומען צום קבר. \v 5 און איינבייגנדיק זיך, האט ער געזען די תכריכים ליגן; ער איז אבער נישט אריינגעגאנגען. \v 6 דאן קומט אויך שמעון פעטרוס, נאכפאלגנדיק אים, און איז אריינגעגאנגען אין קבר אריין; און זעט די תכריכים ליגן, \v 7 און דאס טיכל (מצנפת), וואס איז געווען אויף זיין קאפ, איז נישט געלעגן צוזאמען מיט די תכריכים, נאר באזונדער צונויפגעוויקלט אויף איין ארט. \v 8 און דעמאלט איז אויך דער אנדערער תלמיד אריינגעגאנגען, ער, וואס איז געקומען דער ערשטער צום קבר, און האט געזען און געגלויבט. \v 9 ווארום זיי האבן נאך נישט פארשטאנען די שריפט, אז ער מוז אויפשטיין פון די טויטע. \v 10 און די תלמידים זענען ווידער אוועק צו זיך אהיים. \p \v 11 מרים אבער איז געשטאנען אינדרויסן ביים קבר וויינענדיק; און בשעת זי האט געוויינט, האט זי זיך אראפגעבויגן צום קבר, \v 12 און זעט צוויי מלאכים אין ווייסן זיצן, איינעם צוקאפנס און איינעם צופוסנס, וואו ישועס גוף איז געלעגן. \v 13 און יענע זאגן צו איר: אשה, וואס וויינסטו? זאגט זי צו זיי: ווייל מען האט אוועקגענומען דעם האר מיינעם, און איך ווייס נישט, וואו מען האט אים געלייגט. \v 14 דאס זאגנדיק, האט זי זיך אויסגעדרייט הינטער זיך, און זעט יהושען/ישוען שטיין, און האט נישט געוואוסט, אז עס איז יהושע/ישוע. \v 15 זאגט יהושע/ישוע צו איר: אשה, וואס וויינסטו? וועמען זוכסטו? און מיינענדיק, אז ער איז דער גערטנער, זאגט זי צו אים: האר, אויב דו האסט אים אוועקגעטראגן, זאג מיר, וואו דו האסט אים געלייגט, און איך וועל אים אוועקנעמען. \v 16 זאגט יהושע/ישוע צו איר: מרים! זי האט זיך אויסגעדרייט און זאגט צו אים: אויף לשון קודש: רבוני! (דאס הייסט לערער!) \v 17 זאגט יהושע/ישוע צו איר: ריר מיך נישט אָן: ווארום איך בין נאך נישט ארויפגעגאנגען צום פאטער; נאר גיי צו מיינע ברידער און זאג זיי, איך גיי ארויף צו מיין פאטער און אייער פאטער, און צו מיין ג‑ט און אייער ג‑ט. \v 18 קומט מרים פון מגדלה און דערציילט די תלמידים, אז זי האט געזען דעם האר, און דאס האט ער איר געזאגט. \p \v 19 און אין יענעם טאג אין אוונט, דעם ערשטן פון דער וואך, בשעת די טירן זענען געווען פארשלאסן, וואו די תלמידים האבן זיך געפונען, אויס מורא פאר די יידן, איז יהושע/ישוע געקומען און האט זיך געשטעלט אין דער מיט, און זאגט צו זיי: שלום עליכם! \v 20 און ווען ער האט דאס געזאגט, האט ער זיי געוויזן די הענט און די זייט. און די תלמידים האבן זיך געפריידט, זעענדיק דעם האר. \v 21 און יהושע/ישוע האט ווידער צו זיי געזאגט: שלום עליכם! ווי דער פאטער האט מיך געשיקט, אזוי שיק איך אייך. \v 22 און דאס זאגנדיק, האט ער אויף זיי געאטעמט, און זאגט צו זיי; זייט מקבל דעם רוח הקודש! \v 23 וועמען איר וועט מוחל זיין די זינד, וועט עס זיי זיין פארגעבן געווארן; וועמען איר וועט צוריקהאלטן, וועלן זיי זיין צוריקגעהאלטן. \p \v 24 אבער תומא, איינער פון די צוועלף, וועמען מען האט גערופן דידומאס, איז נישט געווען צוזאמען מיט זיי, ווען יהושע/ישוע איז געקומען. \v 25 האבן די אנדערע תלמידים דעריבער געזאגט צו אים: מיר האבן געזען דעם האר! ער אבער האט צו זיי געזאגט: אויב איך וועל נישט זען דעם צייכן פון די נעגל אין זיינע הענט, און אריינשטעקן מיין פינגער אויף דעם ארט פון די נעגל, און אריינטאן מיין האנט אין זיין זייט, וועל איך בשום אופן נישט גלויבן! \p \v 26 און אין אכט טעג ארום זענען זיינע תלמידים ווידער געווען אינעווייניק (אינם הויז), און תומא איז געווען מיט זיי. קומט יהושע/ישוע, בשעת די טירן זענען געווען פארשלאסן, און האט זיך געשטעלט אין דער מיט און געזאגט: שלום עליכם! \v 27 דאן זאגט ער צו תומא: שטרעק אויס דיין פינגער אהער און זע מיינע הענט; און שטרעק אויס דיין האנט און טו זי אריין אין מיין זייט, און זיי נישט אומגלויביק, נאר זיי א מאמין! \v 28 האט תומא געענטפערט און געזאגט צו אים: מיין האר און מיין ג‑ט! \v 29 זאגט יהושע/ישוע צו אים: ווייל דו האסט מיך געזען, גלויבסטו? וואויל איז די, וואס האבן נישט געזען און גלויבן דאך! \p \v 30 און נאך א סך אנדערע נסים האט יהושע/ישוע געטאן פאר זיינע תלמידים, וואס שטייען נישט געשריבן אין דעם דאזיקן ספר. \v 31 און די דאזיקע זענען געשריבן געווארן, כדי איר זאלט גלויבן, אז יהושע/ישוע איז דער משיח, דער זון פון דער אויבערשטער, און אז גלויבנדיק, זאלט איר האבן לעבן אין זיין נאמען. \c 21 \cl קאפיטל איין און צוואנציק \p \v 1 נאך דעם האט יהושע/ישוע זיך ווידער באוויזן צו די תלמידים ביים ים פון טבריה; און האט זיך באוויזן אויף אזא אופן: \v 2 עס זענען געווען צוזאמען שמעון פעטרוס און תומא, וואס מען האט אים גערופן דידומאס, און נתנאל פון קנה אין גליל, און זבדיס זין, און אנדערע צוויי פון זיינע תלמידים. \v 3 זאגט שמעון פעטרוס צו זיי: איך גיי פאנגען פיש! זאגן זיי צו אים: מיר וועלן אויך קומען מיט דיר. און זיי זענען ארויסגעגאנגען, און זענען איינגעשטיגן אינם שיפל; און אין יענער נאכט האבן זיי גארנישט געכאפט. \v 4 און ווען עס איז שוין געווען אינדערפרי, איז יהושע/ישוע געשטאנען ביים ברעג; דאך האבן די תלמידים נישט געוואוסט, אז עס איז יהושע/ישוע. \v 5 און יהושע/ישוע זאגט צו זיי: קינדער, צי האט איר נישט עפעס (פאנגען פיש) צו עסן? האבן זיי אים געענטפערט: ניין! \v 6 ער אבער האט צו זיי געזאגט: ווארפט אריין די נעץ אויף דער רעכטער זייט פונם שיפל, און איר וועט געפינען. און זיי האבן אריינגעווארפן און האבן זי מער נישט געקענט ארויסציען, צוליב דער מאסע פיש. \v 7 זאגט יענער תלמיד, וועלכן יהושע/ישוע האט ליב געהאט, צו פעטרוסן: עס איז דער האר! און ווי שמעון פעטרוס האט געהערט, אז עס איז דער האר, האט ער זיך אנגעגורט זיין אויבערמלבוש—ווארום ער איז געווען נאקעט—און האט זיך אריינגעווארפן אין ים אריין. \v 8 די אנדערע תלמידים אבער זענען געקומען אינם שיפל, ווארום זיי זענען נישט געווען ווייט פון דער יבשה, נאר אן ערך צוויי הונדערט איילן, שלעפנדיק די נעץ מיט פיש. \v 9 און ווען זיי זענען ארויסגעשטיגן אויפן לאנד, זען זיי א פייער פון קוילן אנגעלייגט און א פיש ליגן דערויף און ברויט. \v 10 זאגט יהושע/ישוע צו זיי: ברענגט אהער פון די פיש, וואס איר האט איצט געכאפט. \v 11 איז שמעון פעטרוס איינגעשטיגן און האט ארויסגעצויגן די נעץ אויף דער יבשה, פול מיט גרויסע פיש, הונדערט דריי און פיפציק, און הגם עס איז געווען אזויפיל, האט זיך די נעץ דאך נישט צעריסן. \v 12 זאגט יהושע/ישוע צו זיי: קומט, עסט אנבייסן! און קיינער פון די תלמידים האט זיך נישט אונטערגעשטעלט אים צו פרעגן: ווער ביסטו? ווייל זיי האבן געוואוסט, אז עס איז דער האר. \v 13 קומט יהושע/ישוע און נעמט דאס ברויט און גיט עס זיי, און אויך אזוי דעם פיש. \v 14 דאס דאזיקע איז שוין דאס דריטע מאל ווי יהושע/ישוע האט זיך באוויזן צו די תלמידים, נאך דעם ווי ער איז אויפגעשטאנען פון די טויטע. \p \v 15 און ווען זיי האבן אפגעגעסן אנבייסן, זאגט יהושע/ישוע צו שמעון פעטרוסן: שמעון בן יונה, צי האסטו מיך ליב מער ווי די דאזיקע? זאגט ער צו אים: יא, האר, דו ווייסט, אז איך האב דיך ליב. זאגט ער צו אים: פאשע מיינע לעמער. \v 16 ווידער צום צווייטן מאל זאגט ער צו אים: שמעון בן יונה, צי האסטו מיך ליב? זאגט ער צו אים: יא, האר, דו ווייסט, אז איך האב דיך ליב. זאגט ער צו אים: פאשע מיינע שאף. \v 17 צום דריטן מאל זאגט ער צו אים: שמעון בן יונה, צי האסטו מיך ליב? איז פעטרוס טרויעריק געווארן, ווייל ער האט צו אים געזאגט צום דריטן מאל: צי האסטו מיך ליב? און ער האט צו אים געזאגט: האר, דו ווייסט אלץ; דו ווייסט, אז איך האב דיך ליב. זאגט יהושע/ישוע צו אים: פאשע מיינע שעפעלעך. \v 18 באמת, באמת זאג איך דיר: ווען דו ביסט געווען יונג, האסטו דיך ארומגעגארטלט און ביסט געגאנגען, וואו דו האסט געוואלט; אבער ווען דו וועסט אלט ווערן, וועסטו אויסשטרעקן דיינע הענט, און אן אנדערער וועט דיך ארומגארטלען און פירן, וואואהין דו וועסט נישט וועלן. \v 19 און דאס דאזיקע האט ער געזאגט, מרמז זייענדיק, מיט וואס פאר א טויט ער וועט פארהערלעכן ה׳. און נאך דעם ווי ער האט דאס געזאגט, זאגט ער צו אים: פאלג מיר נאך! \v 20 אויסדרייענדיק זיך, זעט פעטרוס דעם תלמיד נאכפאלגן, וועלכן יהושע/ישוע האט ליב געהאט און וועלכער האט זיך אויך אנגעלענט אויף ישועס ברוסט ביי דער סעודה, און האט געזאגט: האר, ווער איז עס, וואס פארראט דיך? \v 21 און ווען פעטרוס האט אים דערזען, זאגט ער צו יהושען/ישוען: האר, און וואס וועגן דעם דאזיקן? \v 22 זאגט יהושע/ישוע צו אים: אויב איך וויל ער זאל בלייבן, ביז איך קום, וואס גייט דאס דיך אָן? דו פאלג מיר נאך. \v 23 און דאס דאזיקע ווארט איז ארויסגעגאנגען צווישן די ברידער, אז יענער תלמיד וועט נישט שטארבן; יהושע/ישוע אבער האט נישט געזאגט צו אים, אז ער וועט נישט שטארבן, נאר: אויב איך וויל, אז ער זאל בלייבן ביז איך קום, וואס גייט דאס דיך אָן? \p \v 24 דאס איז דער תלמיד, וואס זאגט עדות וועגן די דאזיקע זאכן, און האט זיי געשריבן; און מיר ווייסן, אז זיין עדות זאגן איז אמת. \v 25 עס זענען אבער פאראן נאך א סך אנדערע זאכן, וואס יהושע/ישוע האט געטאן, וועלכע, אויב זיי זאלן באשריבן ווערן, איינע נאך דער אנדערער, בין איך מיך משער, אז אין דער וועלט וואלט נישט געווען גענוג ארט פאר די ספרים, וואס וואלטן אנגעשריבן געווארן.