\id HEB - Orthodox Yiddish Brit Chadasha \ide UTF-8 \h בריוו צו די יידן \toc2 בריוו צו די יידן \toc1 דער בריוו צו די יידן (מאמינים אינם משיח) \mt1 דער בריוו צו די יידן \mt2 (מאמינים אינם משיח) \c 1 \p \v 1 נאכדעם ווי ה׳ האט פארצייטנס אין אפט מאל און אויף פארשיידענע אופנים גערעדט צו אונדזערע אבות אין די נביאים, \v 2 האט ער אין די דאזיקע לעצטע טעג גערעדט צו אונדז אינם זון, וועמען ער האט באשטימט פאר א יורש פון אלעם, דורך וועמען ער האט אויך באשאפן די וועלטן, \v 3 וועלכער, זייענדיק די אפשפיגלונג פון זיין הערלעכקייט און דאס אויסדריקלעכע געשטאלט פון זיין מהות, און האלט אויף אלץ מיט דעם ווארט פון זיין מאכט, ווען ער האט געמאכט א רייניקונג פון אונדזערע זינד דורך זיך אליין, האט זיך אנידערגעזעצט אויף דער רעכטער זייט פון דער (ג‑טלעכער) מאיעסטעט אין די הויכקייטן; \v 4 ווערנדיק אויף אזויפיל דערהויבענער פון די מלאכים אויף וויפל דער נאמען, וועלכן ער האט געירשנט, איז חשובער פון זיי. \v 5 ווארום צו וועמען פון די מלאכים האט ער ווען נישט איז געזאגט: \q דו ביסט מיין זון, איך האב דיך היינט געבוירן? \qr (תהלים ב, ז.) \m און ווידער: \q איך וועל זיין צו אים א פאטער, \q און ער וועט זיין צו מיר א זון? \qr (שמואל ב ז, יד.) \m \v 6 און ווידער, ווען ער ברענגט אריין דעם בכור אין דער וועלט, זאגט ער: \q און זאלן זיך צו אים בוקן \q אלע מלאכים פון ה׳. \qr (תהלים צז, ז.) \m \v 7 און בנוגע די מלאכים זאגט ער: \q ער מאכט זיינע מלאכים ווינטן \q און זיינע משרתים—א פלאם פייער; \qr (תהלים קד, ד.) \m \v 8 אבער אין באצוג אויף דעם זון: \q דיין טראן, אָ ג‑ט, איז פון אייביקייט ביז אייביקייט, \q און א סקעפטער פון יושר איז דער סקעפטער פון דיין קעניגרייך. \q \v 9 דו האסט ליב געהאט גערעכטיקייט און געהאסט רשעות, \q צוליב דעם האט דיך ג‑ט דיין ג‑ט \q געזאלבט מיטן אייל פון פרייד איבער דיינע חברים. \qr (תהלים מה, ז, ח.) \m \v 10 און \q דו, האר, האסט אין אנהויב געגרונטפעסטיקט די ערד, \q און די הימלען זענען די ווערק פון דיינע הענט; \q \v 11 זיי וועלן פארלוירן ווערן, אבער דו בלייבסט; \q און אלע וועלן אלט ווערן, ווי א קלייד, \q \v 12 און ווי א מאנטל וועסטו זיי איינוויקלען \q און זיי וועלן פארביטן ווערן, \q אבער דו ביסט (אלעמאל) דער זעלביקער, \q און דיינע יארן וועלן ער נישט אויפהערן. \qr (תהלים קב, כו-כח.) \m \v 13 אבער צו וועמען פון די מלאכים האט ער ווען נישט איז געזאגט: \q זיץ ביי מיין רעכטער זייט, \q2 ביז איך וועל אנידערלייגן דיינע פיינט \q2 פאר א פוסבענקעלע צו דיינע פיס? \qr (תהלים קי, א.) \m \v 14 צי זענען זיי דען נישט אלע רוחות משרתים, וואס ווערן געשיקט צו דינען די, וועלכע וועלן ירשענען די גאולה? \c 2 \cl קאפיטל צוויי \p \v 1 צוליב דעם מוזן מיר לייגן מער אכט אויף די זאכן, וואס מיר האבן געהערט, טאמער וועלן מיר אפפאלן. \v 2 ווארום אויב דאס ווארט, וואס איז גערעדט געווארן דורך מלאכים, איז געווען פעסט, און יעדע עבירה און ווידערשפעניקייט האט באקומען א גערעכטע פארגעלטונג, \v 3 וויאזוי זשע וועלן מיר אנטרינען (א שטראף) פארנאכלעסיקנדיק אזא גרויסע ישועה? וועלכע איז מתחילת אנגעזאגט געווארן דורך דעם האר און באשטעטיקט געווארן צו אונדז דורך די, וואס האבן אים געהערט, \v 4 בשעת ה׳ האט דערויף מעיד געווען מיט אותות און מופתים און מיט פארשיידענע גבורות און מתנות פון רוח הקודש, וואס ער האט אויסגעטיילט לויט זיין רצון. \v 5 ווארום די צוקונפטיקע וועלט, פון וועלכער מיר רעדן, האט ער נישט אונטערטעניק געמאכט אונטער מלאכים. \v 6 נאר עמיצער האט אין א געוויסער שטעלע עדות געזאגט, אזוי צו זאגן: \pi וואס איז א מענטש, אז דו זאלסט אים געדענקען? אדער דער זון פון א מענטש, אז דו זאלסט אכטונג געבן אויף אים? \v 7 דו האסט אים אביסל קלענער געמאכט פון מלאכים, מיט כבוד און הערלעכקייט אים געקריינט, \v 8 און אים געשטעלט איבער די מעשים פון דיינע הענט: אלץ האסטו אונטערטעניק געמאכט אונטער זיינע פיס. \qr (תהלים ח, ה-ז.) \m ווארום אונטערטעניקנדיק אלץ צו אים, האט ער נישט איבערגעלאזט קיין זאך, וואס איז אים נישט אונטערטעניק. נאר איצט זען מיר נאך נישט אלץ אונטערטעניק צו אים. \v 9 מיר זען אבער יהושען/ישוען, אים, וואס איז אביסל קלענער געמאכט פון מלאכים דורך די יסורים פון טויט, געקריינט מיט כבוד און הערלעכקייט, אז ער זאל, דורך ה׳ס חסד, טועם זיין דעם טויט פאר יעדן (מענטשן). \v 10 ווייל עס איז געווען פאסן פאר אים, פאר וועמען אלץ איז און דורך וועמען אלץ איז, פירנדיק א סך זין צו הערלעכקייט, שלמותדיק צו מאכן דורך ליידן דעם גרינדער פון זייער ישועה. \v 11 ווארום דער, וואס מאכט הייליק און די, וואס ווערן געהייליקט, זענען אלע פון איינעם; צוליב וועלכער סיבה ער שעמט זיך נישט זיי צו רופן ברידער, \v 12 זאגנדיק: \q איך וועל דערציילן דיין נאמען צו מיינע ברידער, \q2 אין מיטן דער עדה וועל איך צו דיר זינגען. \qr (תהלים כב, כג.) \m \v 13 און ווידער: \q איך וועל האפן צו אים. \qr (ישעיהו ח, יז.) \m און ווידער: \q אָט בין איך און די קינדער, \q וואס ה׳ האט מיר געגעבן. \qr (ישעיהו ח, יח.) \m \v 14 דעריבער, אזוי ווי די קינדער נעמען אן אנטייל אין פלייש און בלוט, האט ער אויך ענלעך אנטייל גענומען אין זיי, כדי דורך דעם טויט זאל ער צונישט מאכן דעם, וואס האט די מאכט פון טויט, דאס הייסט דעם שׂטן, \v 15 און באפרייען די דאזיקע, וועלכע זענען דורך דער מורא פארן טויט געווען אונטערגעווארפן צו קנעכטשאפט אלע טעג פון זייער לעבן. \v 16 ווארום ער נעמט זיך באמת נישט אָן פאר קיין מלאכים, נאר פאר אברהמס זאמען נעמט ער זיך יא אָן. \v 17 צוליב וועלכן ער האט געמוזט אין אלעם ענלעך ווערן צו זיינע ברידער, כדי ער זאל ווערן רחמנותדיק און א געטרייער כהן גדול אין די זאכן, וואס האבן א שייכות צו ה׳, מכפר צו זיין פאר די זינד פונם פאלק. \v 18 ווייל דערמיט, וואס ער אליין האט געליטן, זייענדיק אין א נסיון, קען ער העלפן די, וואס געפינען זיך אין א נסיון. \c 3 \cl קאפיטל דריי \p \v 1 דעריבער, הייליקע ברידער, חברים אינם הימלישן רוף, טראכט איבער דעם שליח און כהן גדול פון אונדזער אמונה, יהושען/ישוען, \v 2 וואס איז געווען געטריי צו אים, וועלכער האט אים באשטימט, פונקט ווי אויך משה אין זיין גאנץ הויז. \v 3 ווארום ער איז ראוי געווען אויף מער כבוד ווי משה, פונקט ווי דער, וואס האט געבויט א הויז, האט מער כבוד ווי דאס הויז אליין. \v 4 ווארום יעדעס הויז איז פון עמיצן געבויט געווארן, אבער דער, וואס האט אלץ געבויט איז ה׳. \v 5 און משה איז טאקע געווען געטריי אין זיין גאנץ הויז ווי א דינער, פאר אן עדות פון די זאכן, וואס האבן געזאלט גערעדט ווערן; \v 6 אבער משיח, ווי א זון איבער זיין הויז; וועמעס הויז מיר זענען, אויב מיר וועלן האלטן פעסט דעם בטחון און דעם רום פון דער האפענונג ביז צום סוף. \v 7 דעריבער, אזוי ווי דער רוח הקודש זאגט: \q היינט, אויב איר וועט הערן זיין קול, \q \v 8 זאלט איר נישט הארט מאכן אייערע הערצער ווי אין מריבה, \q אין דעם טאג פון אויספרואוון אין דער מדבר, \q \v 9 וואו אייערע אבות האבן מיך אויסגעפרואווט מיט נסיונות \q און געזען מיינע מעשים פערציק יאר לאנג. \q \v 10 דעריבער האב איך געצארנט אויף דעם דאזיקן דור, \q און געזאגט: תמיד גייען זיי ארום מיט טועה אינם הארץ, \q און האבן נישט געקענט מיינע וועגן; \q \v 11 אזוי האב איך געשוואוירן אין מיין צארן, \q אז זיי וועלן נישט אריינקומען אין מיין מנוחה אריין. \qr (תהלים צה, ז-יא.) \m \v 12 גיט זשע אכטונג, ברידער, טאמער איז פאראן אין איינעם פון אייך א בייז און אומגלויביק הארץ, אפפאלן פון דעם לעבעדיקן ג‑ט; \v 13 נאר זייט מזהיר איינער דעם אנדערן יעדן טאג כל זמן עס הייסט נאך היום (היינט), כדי קיין איינער פון אייך זאל נישט פארהארטעוועט ווערן דורך דער פארפירערישקייט פון דער זינד; \v 14 ווארום מיר זענען געווארן אנטיילנעמער אין דעם משיח, ווען מיר האלטן פעסט דעם אנהויב פון דעם בטחון ביז צום סוף; \v 15 אזוי ווי עס איז געזאגט געווארן: \q היינט אויב איר וועט הערן זיין קול, \q זאלט איר נישט הארט מאכן אייערע הערצער ווי אין מריבה. \m \v 16 ווארום ווער זענען די, וואס האבן געהערט און האבן געקריגט? צי דען נישט אלע, וואס זענען ארויסגעגאנגען פון מצרים דורך משהן? \v 17 און קעגן וועמען האט ער געצארנט פערציק יאר לאנג? צי דען נישט קעגן די, וואס האבן געזינדיקט, וועמעס פגרים זענען געפאלן אין דער מדבר? \v 18 און צו וועמען האט ער געשוואוירן, אז זיי וועלן נישט אריינקומען אין זיין מנוחה, אויב נישט צו די ווידערשפעניקע? \v 19 און מיר זען, אז צוליב אומגלויבן האבן זיי נישט געקענט אריינקומען. \c 4 \cl קאפיטל פיר \p \v 1 לאמיר דעריבער זיך פארכטן, טאמער, בשעת עס בלייבט פאר אונדז א הבטחה, אריינצוקומען אין זיין מנוחה, ווייזט זיך ארויס, אז עמיצער פון אייך בלייבט הינטערשטעליק. \v 2 ווארום אויך אונדז, פונקט ווי צו יענע, איז א בשורה טובה אנגעזאגט געווארן; נאר דאס געהערטע ווארט האט זיי גארנישט גענוצט, ווייל עס איז נישט געווען פארבונדן מיט אמונה ביי די צוהערער. \v 3 ווארום מיר, די מאמינים, קומען אריין אין דער מנוחה, ווי ער האט געזאגט: \q אזוי האב איך געשוואוירן אין מיין צארן, \q אז זיי וועלן נישט אריינקומען אין מיין מנוחה אריין; \m הגם די מעשים זענען געווען פארענדיקט פונם אנהויב פון דער וועלט. \v 4 ווארום וועגן דעם זיבעטן טאג האט ער אין א געוויסער שטעלע אזוי געזאגט: \q און דעם זיבעטן טאג האט ה׳ גערוט \q2 פון אלע זיינע ווערק; \qr (בראשית ב, ב.) \m \v 5 און אין דער דאזיקער שטעלע ווידער: \q זיי וועלן נישט אריינקומען אין מיין מנוחה. \m \v 6 דעריבער, אזוי ווי עס איז געבליבן פאר אייניקע אריינצוקומען אין דער מנוחה, און די, צו וועמען די בשורה טובה איז צום ערשט אנגעזאגט געווארן, זענען נישט אריינגעקומען דורך אומגלויבן, \v 7 האט ער ווידער באשטימט א טאג, א היום (ציטירן ניטציטירן), זאגנדיק דורך דודן נאך א לאנגער צייט; לויט ווי עס איז פריער געזאגט געווארן: \q היינט אויב איר וועט הערן זיין קול, \q זאלט איר נישט הארט מאכן אייערע הערצער. \m \v 8 ווארום אויב יהושע וואלט זיי געהאט פארשאפט מנוחה, וואלט ער שפעטער נישט גערעדט פון אן אנדערן טאג. \v 9 אזוי ארום בלייבט נאך א מנוחת שבת פאר ה׳ס פאלק. \v 10 ווארום דער, וואס איז אריינגעקומען אין זיין מנוחה, האט אויך גערוט פון זיינע ווערק, ווי ה׳ פון זיינע. \p \v 11 לאמיר זשע זיך פלייסן אריינצוקומען אין יענער מנוחה, כדי קיינער זאל נישט פאלן לויט דעם זעלביקן ביישפיל פון ווידערשפעניקייט. \v 12 ווארום ה׳ס ווארט איז לעבעדיק און ענערגיש און שארפער ווי יעדע צוויי-שארפיקע שווערד און דרינגט אדורך ביז צום אפשיידן פון נפש און גייסט, מארך און ביין, און מישפטן די מחשבות און צילן פון דעם הארצן. \v 13 און פאר אים איז נישט פאראן קיין באהאלטענע באשעפעניש, נאר אלץ איז בולט און אויפגעדעקט פאר זיינע אויגן, פאר וועמען מיר וועלן אפגעבן דין וחשבון. \p \v 14 דעריבער, האבנדיק א דערהויבענעם כהן גדול, וואס איז דורכגעגאנגען די הימלען, יהושען/ישוען דעם זון פון דער אויבערשטער, לאמיר האלטן פעסט אונדזער אני‑מאמין. \v 15 ווארום מיר האבן נישט קיין כהן גדול, וואס קען נישט מיטפילן מיט אונדזערע שוואכקייטן, נאר וואס איז אין אלעם אויף אן ענלעכן אופן אויסגעפרואווט געווארן, דאך אָן א חטא. \v 16 לאמיר זשע קומען מיט בטחון צום טראן פון חסד, כדי מיר זאלן דערלאנגען רחמים און געפינען חסד אלס א הילף אין דער ריכטיקער צייט. \c 5 \cl קאפיטל פינף \p \v 1 ווארום יעדער כהן גדול, וואס איז גענומען פון מענטשן, איז באשטימט פאר מענטשן אין די זאכן, וואס האבן א שייכות צו ה׳, כדי מקריב צו זיין מנחות און זבחים פאר זינד; \v 2 קען מיטפילן מיט די אומוויסנדע און בלאנדזשענדיקע, ווייל אויך ער איז ארומגערינגלט מיט שוואכקייט; \v 3 און צוליב דעם מוז ער, פונקט ווי פאר דעם פאלק, אזוי אויך פאר זיך אליין מקריב זיין פאר זינד. \v 4 און קיינער נעמט נישט פאר זיך דעם דאזיקן כבוד, נאר דער, וואס איז בארופן פון ה׳, פונקט ווי אויך עס איז אויך געווען דער פאל מיט אהרנען. \v 5 אזוי האט דער משיח זיך אויך אליין נישט פארהערלעכט, צו ווערן א כהן גדול, נאר ער, וואס האט צו אים געזאגט: \q דו ביסט מיין זון, \q2 איך האב דיך היינט געבוירן; \qr (תהלים ב, ז.) \m \v 6 ווי ער זאגט אויך אויף אן אנדער שטעלע: \q דו ביסט א כהן אויף אייביק \q2 לויט דער ארדנונג פון מלכי‑צדק. \qr (תהלים קי, ד.) \m \v 7 וועלכער, אין די טעג פון זיין פלייש, האט מקריב געווען תפילות און תחנונים מיט גרויס געשריי און מיט טרערן צו אים, וואס האט אים געקענט מציל זיין פון טויט און איז דערהערט געווארן צוליב זיין ג‑טספארכטיקייט. \v 8 און הגם ער איז געווען א זון, האט ער דאך געלערנט געהארכזאמקייט דורך די זאכן, וועלכע ער האט געליטן; \v 9 און ווערנדיק שלמותדיק, איז ער געווארן די סיבה פון אן אייביקער ישועה צו די אלע, וואס געהארכן אים; \v 10 ווערנדיק אנגערופן פון ה׳ כהן גדול לויט דער ארדנונג פון מלכי‑צדק. \p \v 11 וועגן וועמען מיר האבן א סך צו זאגן און וואס איז שווער צו דערקלערן, ווייל איר זענט געווארן פויל צו הערן. \v 12 ווארום נאך דער צייט האט איר שוין באדארפן זיין מלמדים, נויטיקט איר זיך גאר, אז מען זאל אייך ווידער לערנען וואס עס זענען די יסודותדיקע כללים פון דעם אנהויב פון ה׳ס אנטפלעקונגען, און זענט געווארן אזעלכע, וואס נויטיקן זיך אין מילך, נישט אין שטארקע מאכלים. \v 13 ווארום יעדער, וואס דערנערט זיך פון מילך איז אומדערפארן וואס שייך דעם ווארט פון צדקות; ווארום ער איז א זויגנדיק קינד. \v 14 שטארקע מאכלים אבער זענען פאר דערוואקסענע, וועלכע האבן דורך געברויך אויסגעאיבטע חושים, אונטערצושיידן צווישן גוטס און שלעכטס. \c 6 \cl קאפיטל זעקס \p \v 1 דערפאר, איבערלאזנדיק דעם אנהויב פון משיחס ווארט, לאמיר זיך דערנענטערן צו שלימות, נישט לייגנדיק נאכאמאל דעם יסוד פון תשובה פון טויטע מעשים און פון אמונה אין ה׳, \v 2 פון דער לערנונג פון דער הלכות פון דער מקווה, פון סמיכת ידים, תחית המתים און פון אייביקן משפט. \v 3 און דאס דאזיקע וועלן מיר טאן, אם ירצה ה׳. \v 4 ווארום עס איז אוממעגלעך פאר די, וואס זענען איינמאל אויפגעקלערט געווארן און האבן טועם געווען פון דער הימלישער מתנה, און זענען געווארן אנטיילנעמער אינם רוח הקודש, \v 5 און האבן טועם געווען דאס גוטע ווארט פון ה׳, און די כוחות פון דער קומענדיקער וועלט, \v 6 און זענען אפגעפאלן, זיי ווידער צו באנייען צו תשובה, ווייל זיי אויפהענגען אויף דער בוים אויפסניי צו זיך אליין דעם זון פון דער אויבערשטער און מאכן אים צו שאנד בפרהסיא. \v 7 ווארום די ערד, וועלכע טרינקט דעם רעגן, וואס קומט אפט אויף איר און גיט ארויס גרייטעכצער, וואס איז גוט פאר די, וועלכע באארבעטן זי, באקומט א ברכה פון ה׳; \v 8 אבער אויב זי גיט ארויס דערנער און שטעכלקעס, איז זי פארשטויסן און נאענט צו א קללה; איר סוף איז פארברענט צו ווערן. \p \v 9 מיר אבער זענען זיכער, געליבטע, וועגן בעסערס ביי אייך און וואס איז באגלייטן צו ישועה, הגם מיר רעדן אזוי; \v 10 ווארום ה׳ איז נישט אומגערעכט צו פארגעסן אייערע מעשים און די ליבע, וועלכע איר האט ארויסגעוויזן צו זיין נאמען דערמיט, וואס איר האט באדינט די קדושים און באדינט זיי נאך. \v 11 נאר מיר באגערן, אז יעדער איינער פון אייך זאל ארויסווייזן די זעלביקע אייפריקייט צו דער דערפילונג פון דער האפענונג ביז צום סוף; \v 12 כדי איר זאלט נישט ווערן שטומפיק, נאר זיין נאכפאלגער פון די, וואס דורך אמונה און סבלנות זענען געווארן יורשים פון די הבטחות. \p \v 13 ווארום ווען ה׳ האט געמאכט די הבטחה צו אברהמען, אזוי ווי ער האט נישט געהאט קיין גרעסערן, ביי וועמען צו שווערן, האט ער געשוואוירן ביי זיך אליין, \v 14 און געזאגט: \q בענטשנדיק, וועל איך דיך בענטשן \q2 און פארמערנדיק, וועל איך דיך פארמערן. \qr (בראשית כב, יז.) \m \v 15 און אזוי, אויסהאלטנדיק געדולדיק, האט ער דערגרייכט די הבטחה. \v 16 ווארום מענטשן שווערן ביי א גרעסערן, און די שבועה, ווי א באשטעטיקונג, איז ביי זיי דער סוף אין יעדן סכסוך. \v 17 און ה׳, ווילנדיק נאכמער ארויסווייזן צו די יורשים פון דער הבטחה, די נישטפארענדערלעכקייט פון זיין עצה, האט צוגעלייגט דערצו א שבועה, \v 18 כדי דורך צוויי אומפארענדערלעכע זאכן, אין וועלכע עס איז אוממעגלעך פאר ה׳ צו זאגן ליגן, זאלן מיר האבן א שטארקע טרייסט, מיר, וואס זענען אנטרונען, כדי אנצונעמען די האפענונג, וואס איז געלייגט געווארן פאר אונדזערטוועגן \v 19 וועלכע איז ווי א פעסטער און זיכערער אנקער פאר אונדזער נשמה און וואס גייט אריין אינעווייניק פונם פרוכת; \v 20 וואואהין יהושע/ישוע, אלס איינער וואס לויפט פארויס, איז פאר אונדזערטוועגן אריינגעגאנגען, ווערנדיק א כהן גדול אויף אייביק לויט דער ארדנונג פון מלכי‑צדק. (תהלים קי, ד.) \c 7 \cl קאפיטל זיבן \p \v 1 ווארום דער דאזיקער מלכי‑צדק, קעניג פון שלם, א כהן פון ג‑ט דעם אויבערשטער, וואס איז אנטקעגנגעגאנגען אברהמען, ווען ער האט זיך אומגעקערט פונם שלאגן די מלכים און אים געבענטשט, \v 2 צו וועמען אברהם האט אויסגעטיילט מעשר פון אלעם—ערשטנס באטייט זיין נאמען קעניג פון גערעכטיקייט (ציטירן ניטציטירן) און דערנאך אויך מלך שלם (ציטירן ניטציטירן), דאס הייסט קעניג פון פרידן (ציטירן ניטציטירן); (בראשית יד, יח-כ.) \v 3 אָן א פאטער, אָן א מוטער, אָן א יחוס, האט נישט קיין אנהויב פון טעג און נישט קיין סוף פון לעבן, אבער ענלעך צום זון פון דער אויבערשטער, בלייבט א כהן אויף אייביק. \p \v 4 נו, באטראכט ווי גרויס עס איז געווען דער דאזיקער מענטש, צו וועמען אברהם אבינו האט געגעבן מעשר פון דעם מלחמה-געווינסט. \v 5 און די, פון די בני לוי, וואס האבן באקומען די כהונה, האבן א מצווה פון דער תורה, צו נעמען מעשר פון פאלק, דאס הייסט זייערע ברידער, הגם זיי קומען ארויס פון אברהמס לענדן; \v 6 אבער ער, וואס שטאמט נישט אפ פון זיי, האט גענומען מעשר פון אברהמען און געבענטשט אים, וואס האט געהאט די הבטחות. \v 7 און עס איז דאך אָן ווידערשפרוך, אז דער קלענערער ווערט געבענטשט פונם גרעסערן. \v 8 און דא נעמען שטערבלעכע מענטשן מעשרות, דארטן אבער איינער, וועגן וועמען עס ווערט עדות געזאגט, אז ער לעבט. \v 9 און, עס איז אזוי צו זאגן, דורך אברהמען האט אויך לוי, ער, וואס נעמט מעשר, געגעבן מעשר; \v 10 ווארום ער איז נאך דאן געווען אין די לענדן פון זיין פאטער, ווען מלכי‑צדק איז אים אנטקעגנגעגאנגען. \p \v 11 דעריבער, אויב די שלימות וואלט טאקע געווען דורך דער כהונה פון די לוויים, אונטער וועלכער די תורה איז געגעבן געווארן צום פאלק, צו וואס איז נאך נויטיק, אז אן אנדערער כהן גדול זאל אויפשטיין לויט דער ארדנונג פון מלכי‑צדק, און נישט גערופן ווערן לויט דער ארדנונג פון אהרן? \v 12 ווארום מיט דער ענדערונג אין דער כהונה מוז אויך זיין אן ענדערונג אין דער תורה. \v 13 ווייל ער, פון וועמען די דאזיקע זאכן זענען געזאגט געווארן, האט באלאנגט צו אן אנדער שבט, פון וועלכן קיינער האט נישט געדינט ביים מזבח. \v 14 ווארום עס איז קלאר, אז אונדזער האר האט געשטאמט פון יהודה, וועגן וועלכן שבט משה האט גארנישט געזאגט וואס שייך כהנים. \v 15 און עס איז נאכמער קלאר, אויב אן אנדערער כהן שטייט אויף לויט דער ענלעכקייט פון מלכי‑צדק, \v 16 וועלכער איז נישט געווארן לויט א געזעץ פון א פליישלעך געבאט, נאר לויט דער קראפט פון אן אומענדלעך לעבן; \v 17 ווארום עס איז עדות געזאגט געווארן וועגן אים: \q דו ביסט א כהן אויף אייביק, \q2 לויט דער ארדנונג פון מלכי‑צדק. \m \v 18 ווארום עס געשעט טאקע, אז א פריערדיק געבאט ווערט בטל צוליב זיין שוואכקייט און נוצלאזיקייט. \v 19 ווארום די תורה האט קיין זאך נישט שלמותדיק געמאכט, נאר דאס אריינפירן פון א גרעסערער האפענונג, דורך וועלכער מיר דערנענטערן זיך צו ה׳. \v 20 און היות ער איז עס נישט געווארן אָן א שבועה, ווארום זיי טאקע זענען געווארן כהנים אָן א שבועה, \v 21 אבער ער מיט א שבועה דורך אים, וואס האט צו אים געזאגט: \q דער האר האט געשוואוירן, \q און וועט נישט קיין חרטה האבן: \q דו ביסט א כהן אויף אייביק; \m \v 22 אזוי איז יהושע/ישוע געווארן אן ערב פון א בעסערן בונד. \v 23 און יענע אבער זענען געווארן מערצאליקע כהנים צוליב דעם, וואס דער טויט האט זיי געשטערט צו בלייבן; \v 24 אבער ער, צוליב דעם וואס ער בלייבט אויף אייביק, האט א כהונה אומפארענדערלעך. \v 25 פאלגלעך קען ער אויך פולקום דערלייזן די, וואס קומען צו ה׳ דורך אים, ווארום ער לעבט אייביק, כדי זיך משתדל צו זיין פאר זיי. \p \v 26 ווארום פאר אונדז איז געווען פאסן אזא כהן גדול, (וואס איז) הייליק, אומשולדיק, לויטער, אפגעזונדערט פון חוטאים און דערהייבט איבער די הימלען; \v 27 וועלכער נויטיקט זיך נישט טאג אויס טאג איין, ווי יענע כהנים גדולים, קודם כל מקריב צו זיין קרבנות פאר אייגענע זינד, דערנאך פאר די זינד פונם פאלק; דאס דאזיקע האט ער געטאן איינמאל פאר אלעמאל, מקריב זייענדיק זיך אליין. \v 28 ווארום די תורה האט באשטימט פאר כהנים גדולים מענטשן, וואס האבן געהאט שוואכקייט; אבער דאס ווארט פון דער שבועה, וואס איז שפעטער ווי די תורה, באשטימט דעם זון, וואס איז געמאכט פולקום אויף אייביק. \c 8 \cl קאפיטל אכט \p \v 1 נו, דאס איז דער סך הכל פון דעם געזאגטן: מיר האבן אזא כהן גדול, וועלכער האט זיך אנידערגעזעצט אויף דער רעכטער זייט פון כסא הכבוד פון דער (ג‑טלעכער) מאיעסטעט אין די הימלען, \v 2 א דינער פונם מקדש און פון דעם אמתן משכן, וואס דער האר (ג‑ט) האט געבויט און נישט קיין מענטש. \v 3 ווארום יעדער כהן גדול איז באשטימט מקריב צו זיין מנחות און קרבנות; דערפאר איז נויטווענדיק, אז אויך ער זאל האבן וואס מקריב צו זיין. \v 4 דעריבער, אויב ער וואלט געווען אויף דער ערד, וואלט ער גארנישט געווען קיין כהן, ווייל עס זענען דאך פאראן אזעלכע, וואס זענען מקריב מנחות לויט דער תורה; \v 5 וועלכע דינען צו א סקיצע און א שאטן פון הימלישע זאכן, לויט ווי משה איז באפוילן געווארן, ווען ער האט געזאלט פארענדיקן דאס משכן; ווארום ער האט צו אים געזאגט: זע, דו זאלסט אלץ מאכן לויט דעם מוסטער, וואס איז דיר געוויזן געווארן אויפן בארג. \v 6 אבער איצט האט ער דערגרייכט א בעסערע עבודה אויף אזויפיל, אויף וויפל אויך דער ברית, פון וועלכן ער איז דער פארמיטלער, איז גרעסער, וועלכער איז פעסטגעזעצט אויף גרעסערע הבטחות. \v 7 ווארום אויב יענער ערשטער (בונד) וואלט געווען אָן א פגם, וואלט נישט געזוכט געווארן קיין ארט פאר א צווייטן. \v 8 ווייל ווען מאכנדיק פארוואורפן צו זיי, זאגט ער: \q אָט קומען טעג, זאגט דער האר (ג‑ט) \q און איך וועל מאכן מיט דעם בית ישראל \q און בית יהודה א נייעם בונד, \q \v 9 נישט לויט דעם בונד, וועלכן איך האב געמאכט \q2 מיט זייערע אבות אינם טאג, \q ווען איך האב זיי אנגענומען ביי דער האנט \q זיי ארויסצופירן פון מצרים, \q ווייל זיי זענען נישט געבליבן אין מיין בונד \q און איך האב זיי פארווארפן, זאגט דער האר (ג‑ט). \q \v 10 ווארום דאס איז דער בונד, \q וואס איך וועל מאכן מיט דעם בית ישראל נאך יענע טעג, \q2 זאגט דער האר (ג‑ט): \q איך וועל געבן מיינע געזעצן אין זייער פארשטאנד, \q און אויף זייער הארץ וועל איך זיי שרייבן; \q און וועל זיין זייער ג‑ט, און זיי וועלן זיין מיין פאלק. \q \v 11 און וועלן מער נישט לערנען יעדער איינער זיין חבר, \q און יעדער איינער דעם ברודער זיינעם, אזוי צו זאגן: \q דערקען דעם האר (ג‑ט), ווייל אלע וועלן מיך קענען, \q2 פון דעם קלענסטן ביז צום גרעסטן פון זיי; \q \v 12 ווייל איך וועל זיין רחמנותדיק אויף זייערע אומגערעכטיקייטן, \q און זייערע זינד וועל איך מער נישט געדענקען. \qr (ירמיהו לא, ל-לג.) \m \v 13 און דערמיט, וואס ער זאגט א נייעם (ציטירן ניטציטירן), האט ער אלט געמאכט דעם ערשטן (בונד, ברית); דאס אלטע און פארעלטערטע אבער איז נאענט פארשווונדן צו ווערן. \c 9 \cl קאפיטל ניין \p \v 1 אבער אויך דער ערשטער (בונד) האט געהאט דינים פון עבודה און א וועלטלעך מקדש. \v 2 ווארום א משכן איז געבויט געווארן; דאס ערשטע, אין וועלכן עס איז געווען די מנורה און דער שולחן און דאס לחם הפנים; וואס האט געהייסן קודש; \v 3 און פון אינעווייניק פון צווייטן פרוכת א משכן, וואס האט געהייסן קדשי קדשים, \v 4 וואס האט אנטהאלטן דעם גאלדענעם מזבח פון קטורת און דעם ארון הברית, וואס איז אינגאנצן געווען באדעקט מיט גאלד, אין וועלכן (עס איז געווען) א גאלדענער קרוג, וואס האט אנטהאלטן מן, און אהרנס שטעקן, וואס האט געבליט, און די לוחות הברית, \v 5 און פון אויבן, (איבער דעם ארון) די כרובים פון הערלעכקייט, וואס האבן באשאטנט דאס כפורת, וועגן וועלכן עס איז איצט נישט צו רעדן איינצלהייטלעך. \v 6 און דאס דאזיקע איז געווען אזוי איינגעארדנט, אז אין ערשטן (אויסנווייניקסטן) משכן זענען די כהנים אלעמאל אריינגעגאנגען, טוענדיק די עבודה; \v 7 אבער אין דעם צווייטן, נאר דער כהן גדול אליין, איין איינציק מאל אין יאר, נישט אָן בלוט, וואס ער איז מקריב פאר זיך און פאר די שגגות פון פאלק; \v 8 דערמיט ווייזט דער רוח הקודש אויף, אז דער וועג צום קדשי קדשים איז נאך נישט געווען אנטפלעקט, בשעת דאס ערשטע משכן האט געהאט א קיום; \v 9 וואס איז א משל פאר דער איצטיקער צייט; אין וועלכן מען איז מקריב מנחות און זבחים, וועלכע קענען נישט לויט דעם געוויסן שלמותדיק מאכן דעם, וואס ריכט אפ די עבודה, \v 10 נאר זענען, מיט שפייזן און געטראנקען און פארשיידענע הלכות מקוואות, פליישלעכע דינים, און ארויפגעלייגט ביז צו דער צייט פון תיקון העולם. \p \v 11 אבער משיח, קומענדיק ווי א כהן גדול פון די גוטע קומענדיקע זאכן, דורך דעם גרעסערן און מער פאלקאמענעם משכן, דעם נישט מיט הענט געמאכטן, דאס הייסט נישט פון דער דאזיקער באשאפונג, \v 12 אויך נישט מיט דעם בלוט פון בעק און קעלבער, נאר מיט זיין אייגן בלוט, איז אריינגעגאנגען איינמאל פאר אלעמאל אינם קדשי קדשים, און געפונען אן אייביקע ישועה. \v 13 ווארום אויב דאס בלוט פון בעק און רינדער און דאס אש פון א יונגער קו, ווערנדיק געשפריצט אויף טמאים, מאכט הייליק צום רייניקן דאס לייב, \v 14 אויף וויפל מער וועט דאס בלוט פון דעם משיח, וואס האט זיך מקריב געווען, דורך דעם אייביקן גייסט, אָן א מום צו ה׳, רייניקן אייער געוויסן פון טויטע מעשים צו דינען דעם לעבעדיקן ג‑ט? \v 15 און צוליב דעם איז ער דער פארמיטלער פון דעם נייעם בונד, כדי נאכדעם ווי זיין טויט איז געווארן פאר אן אויסלייזונג פון די עבירות, וואס זענען אונטער דעם ערשטן בונד, זאלן די גערופענע באקומען די אייביקע ירושה. \v 16 ווארום וואו עס איז דא א צוואה, דארט מוז געשען דער טויט פון דעם, וואס האט געמאכט די צוואה. \v 17 ווייל א צוואה טרעט ערשט אריין אין קראפט, ווען מען איז שוין געשטארבן, אנדערש האט זי נישט קיין מאכט ווען דער, וואס האט געמאכט די צוואה, לעבט. \v 18 דעריבער איז אויך דער ערשטער בונד נישט איינגעווייט געווארן אָן בלוט. \v 19 ווארום משה, האבנדיק געזאגט אלע געבאטן פון דער תורה צום גאנצן פאלק, האט גענומען דאס בלוט פון די קעלבער און פון די בעק מיט וואסער און רויטער וואל און היזאפ און באשפריצט דאס ספר און דאס גאנצע פאלק, \v 20 זאגנדיק: \q דאס דאזיקע איז דאס בלוט פון דעם בונד, \q וואס ה׳ האט אייך באפוילן. \qr (שמות כד, ח.) \m \v 21 און אויך דאס משכן און אלע כלים פון דער עבודה האט ער אויף אן ענלעכן אופן באשפריצט מיט בלוט. \v 22 און לויט דער תורה ווערט כמעט אלץ גערייניקט מיט בלוט; און אָן בלוט פארגיסונג גיבט נישט קיין פארגעבונג. \p \v 23 דעריבער איז עס טאקע געווען נויטווענדיק, אז די מוסטערן פון די הימלישע זאכן זאלן גערייניקט ווערן מיט די דאזיקע, אבער די הימלישע זאכן אליין מיט בעסערע קרבנות, ווי די דאזיקע. \v 24 ווארום דער משיח איז נישט אריינגעגאנגען אין א מקדש, וואס איז געווען געמאכט פון מענטשלעכע הענט, א בילד פון דעם אמתן; נאר ממש אין הימל אריין, איצט צו דערשיינען פאר ה׳ס פנים פאר אונדזערטוועגן; \v 25 נישט כדי מערערע מאל זיך אליין מקריב צו זיין, ווי דער כהן גדול גייט אריין אין דעם קדשי קדשים יאר איין יאר אויס מיט פרעמד בלוט; \v 26 ווייל אויב אזוי, וואלט ער באדארפן מערערע מאל ליידן זינט דעם אנהויב פון דער וועלט; איצט אבער ביים די סוף פון די צייטן איז ער דערשינען צו פארטיליקן די זינד דורך דעם קרבן פון זיך אליין. \v 27 און ווי עס איז נגזר געווארן פאר מענטשן איינמאל צו שטארבן און נאכדעם דער יום הדין; \v 28 אזוי איז אויך דער משיח איינמאל מקריב געווארן, צו טראגן די זינד פון פילע, און א צווייט מאל וועט ער דערשיינען אָן זינד צו די, וואס דערווארטן אים, צו ישועה. \c 10 \cl קאפיטל צען \p \v 1 ווארום די געזעץ, האבנדיק נאר א שאטן פון די קומענדיקע גוטע זאכן, נישט דאס רעאל סובסטאנץ פון די זאכן אליין, קען קיינמאל נישט מאכן שלמותדיק די, וואס קומען מיט די קרבנות, וואס מען איז מקריב אָן אויפהער יאר איין יאר אויס. \v 2 ווייל אין קעגנפאל וואלט מען דען נישט אויפגעהערט זיי צו ברענגען? צוליב דעם וואס די, וועלכע ריכטן אפ די עבודה, זייענדיק איינמאל גערייניקט געווארן, וואלטן מער נישט געהאט קיין געוויסן פון זינד. \v 3 נאר אין די דאזיקע (קרבנות) איז פאראן א יערלעכע דערמאנונג פון זינד. \v 4 ווייל דאס בלוט פון רינדער און בעק האט נישט דעם כוח אוועקצונעמען זינד. \v 5 דערפאר, אריינקומענדיק אין דער וועלט, זאגט ער: \q א זבח און א מנחה האסטו נישט פארלאנגט, \q נאר א גוף האסטו מיר צוגעגרייט; \q \v 6 עולות און קרבנות פאר זינד זענען דיר נישט וואוילגעפעלן. \q \v 7 דעמאלט האב איך געזאגט: אָט בין איך געקומען, \q אין דער מגילת ספר שטייט געשריבן וועגן מיר, \q2 צו טאן דיין רצון, אָ ג‑ט! \qr (תהלים מ, ז-ט.) \m \v 8 זאגנדיק אויבן (ציטירן ניטציטירן) א זבח און א מנחה און עולות און קרבנות פאר זינד האסטו נישט פארלאנגט, נישט זענען זיי דיר וואוילגעפעלן, וועלכע זענען מקריב געווארן לויט דער געזעץ, \v 9 האט ער דאן געזאגט: אָט בין איך געקומען צו טאן דיין רצון. ער האט אפגעשאפט דאס ערשטע, כדי דאס צווייטע צו באשטעטיקן, \v 10 אין וועלכן רצון מיר זענען געהייליקט געווארן דורך דעם מקריב זיין פון דעם קערפער פון יהושע/ישוע המשיחן איינמאל פאר אלעמאל. \v 11 און איטלעכער כהן שטייט טאג אויס טאג איין, דינענדיק און מקריב זייענדיק די זעלביקע קרבנות, וועלכע קענען קיינמאל נישט אוועקנעמען זינד; \v 12 ער אבער, האבנדיק מקריב געווען איין קרבן פאר זינד, האט זיך אויף אייביק אנידערגעזעצט אויף ה׳ס רעכטער זייט; \v 13 ווארטנדיק פון דעמאלט אָן ביז זיינע פיינט וועלן געלייגט ווערן ווי א פוסבענקעלע צו זיינע פיס. \v 14 ווארום ער האט מיט איין קרבן שלמותדיק געמאכט אויף אייביק די, וואס זענען געהייליקט געווארן. \v 15 און אויך דער רוח הקודש זאגט עדות צו אונדז; ווארום נאכדעם ווי ער האט געזאגט: \q \v 16 דאס איז דער בונד, וואס איך וועל מאכן \q מיט זיי נאך יענע טעג, זאגט דער האר (ג‑ט), \q איך וועל געבן מיין תורה אין זייערע הערצער \q און אויף זייער פארשטאנד וועל איך זי שרייבן; \q \v 17 און זייערע זינד און זייערע חטאים \q2 וועל איך מער נישט געדענקען. \qr (ירמיהו לא, לב-לג.) \m \v 18 און וואו עס איז פאראן א פארגעבונג פון די דאזיקע, דארט גיבט מער נישט קיין קרבן פאר זינד. \p \v 19 דעריבער, ברידער, האבנדיק דרייסטקייט אריינצוגיין אינם קדשי קדשים דורך דעם בלוט פון יהושען/ישוען, \v 20 פון (יהדות) דרך (ה׳), וועלכן ער האט פאר אונדז איינגעווייט, א נייעם און לעבעדיקן דורך דעם פרוכת, דאס הייסט זיין פלייש, \v 21 און (האבנדיק) א כהן גדול איבער דעם הויז פון ה׳, \v 22 לאמיר קומען מיט אן אויפריכטיק הארץ אין דער פולקייט פון אמונה מיט אונדזערע הערצער גערייניקט פון א בייז געוויסן און מיט גופים געוואשענע אין ריין וואסער; \v 23 לאמיר האלטן פעסט, אָן צאנקעניק, די אמונה פון דער האפענונג; ווייל געטריי איז דער, וואס האט צוגעזאגט; \v 24 און לאמיר סטימולירן איינער פון דעם אנדערן, צו וועקן צו ליבע און צו מעשים טובים; \v 25 נישט צו פארנאכלעסיקן אונדזער פארזאמלען זיך, ווי עס איז די געוואוינהייט פון אייניקע; נאר לאמיר מזהיר זיין איינער דעם אנדערן, און דאס אויף אזויפיל מער אויף וויפל איר זעט דעם טאג זיך דערנענטערן. \p \v 26 ווארום אויב מיר זינדיקן במזיד, נאכדעם ווי מיר האבן באקומען די דערקענטעניש פונם אמת, בלייבט מער נישט קיין קרבן פאר זינד, \v 27 נאר א שרעקלעך ווארטן אויף דעם משפט און געפערלעך פייער, וואס וועט פארצערן די ווידערשפעניקע. \v 28 עמיצער, וואס איז עובר תורת משה, מוז אָן רחמנות שטארבן אויפן עדות זאגן פון צוויי אדער דריי; \v 29 וואס פאר א הארבערע שטראף איז ווערט דער, וואס האט דעם זון פון דער אויבערשטער געטרעטן מיט די פיס און געהאלטן פאר טמא דאס בלוט פון דעם בונד, דורך וועלכן ער איז געהייליקט געווארן, און געלעסטערט דעם גייסט פון חסד. \v 30 ווארום מיר קענען אים, וואס האט געזאגט: \q צו מיר געהערט נקמה, \q איך וועל באצאלן. \m און ווידער: \q דער האר (ג‑ט) וועט משפטן זיין פאלק. \qr (דברים לב, לה-לו.) \m \v 31 עס איז שרעקלעך אריינצופאלן אין די הענט פון דעם לעבעדיקן ג‑ט. (דברים ד, כד.) \p \v 32 דערמאנט זיך אבער די ערשטע טעג, אין וועלכע דאס ליכט איז אייך אויפגעגאנגען, דעם ראנגלעניש פון ליידן, וואס איר האט דערטראגן; \v 33 טיילווייז זענט איר געווארן א ספעקטאקל דורך חרפות און צרות, און טיילווייז דורכן נעמען אן אנטייל מיט די, וואס זענען אזוי באהאנדלט געווארן. \v 34 ווארום איר האט געהאט מיטלייד מיט די געפאנגענע און מיט פרייד אנגענומען דאס אויסרויבן פון אייער האב און גוטס, וויסנדיק, אז איר האט א גרעסער פארמעגן, וואס האט א קיום. \v 35 ווארפט זשע נישט אוועק אייער בטחון, וועלכער האט א גרויסן שכר. \v 36 ווארום איר נויטיקט זיך אין סבלנות, כדי ווען איר וועט האבן געטאן ה׳ס רצון, זאלט איר באקומען די הבטחה. \q \v 37 ווארום נאך א קליינע, קליינע וויילע, \q דער, וואס קומט, וועט קומען און זיך נישט זוימען. \q \v 38 און מיין צדיק וועט דורך אמונה לעבן; \q און אויב ער וועט זיך צוריקציען, \q האט מיין נפש נישט קיין וואוילגעפעלן אין אים. \qr (חבקוק ב, ג-ד.) \m \v 39 מיר אבער זענען נישט פון די, וואס ציען זיך צוריק צו פארדארבונג, נאר וואס דורך אמונה ראטעווען זייער נפש. \c 11 \cl קאפיטל עלף \p \v 1 אמונה אבער איז דער בטחון פון די זאכן, אויף וועלכע מען האפט, אן איבערצייגונג פון זאכן, וואס מען זעט נישט. \v 2 ווארום דורך דער דאזיקער האבן די זקנים באקומען אן עדות. \v 3 דורך אמונה זענען מיר משיג, אז די וועלטן זענען געמאכט געווארן דורך דעם ווארט פון ה׳, אזוי, אז וואס סע ווערט געזען איז נישט געמאכט געווארן פון דעם, וואס דערשיינט. \v 4 דורך אמונה האט הבל מקריב געווען א בעסער קרבן צו ה׳ ווי קין, דורך וועלכן ער האט דערהאלטן אן עדות, אז ער איז א צדיק, ווען ה׳ האט עדות געזאגט אויף זיינע מתנות; און דורך וועלכן הגם ער איז געשטארבן רעדט ער דאך נאך אלץ. \v 5 דורך אמונה איז חנוך אוועקגענומען געווארן, אז ער זאל נישט זען דעם טויט, און איז נישט געפונען געווארן, ווייל ה׳ האט אים אוועקגענומען; ווארום איידער ער איז אוועקגענומען געווארן, האט ער באקומען דאס עדות, אז ער איז געווען וואוילגעפעלן צו ה׳; \v 6 אָן אמונה אבער איז נישט מעגלעך אים וואוילצוגעפעלן; ווייל דער, וואס דערנענטערט זיך צו ה׳ מוז גלויבן, אז ער איז, און אז ער וועט זיין א גומל שכר צו די, וואס זוכן אים. \v 7 דורך אמונה האט נוח, ווען ער איז געווארנט געווארן פון ה׳ בנוגע זאכן, וואס מען האט נאך נישט געזען, מיט יראת שמים געבויט א תיבה צו ראטעווען זיין הויזגעזינד; דורך וועלכער ער האט פאראורטיילט די וועלט און איז געווארן א יורש פון דער צדקות, וואס איז פון אמונה. \v 8 דורך אמונה האט אברהם געהארכט, ווען ער איז גערופן געווארן, ארויסצוגיין צו אן ארט, וואס ער האט געזאלט באקומען פאר א ירושה; און איז ארויסגעגאנגען, נישט וויסנדיק, וואואהין ער גייט. \v 9 דורך אמונה האט ער זיך אויפגעהאלטן אין דעם לאנד פון דער הבטחה ווי א פרעמדער אין א פרעמד לאנד, וואוינענדיק אין געצעלטן מיט יצחקן און יעקבן, די מיטיורשים פון דער זעלביקער הבטחה; \v 10 ווארום ער האט געהאפט אויף דער שטאט, וואס האט פעסטע יסודות, וועמעס ארכיטעקט און בוימייסטער איז ה׳. \v 11 דורך אמונה האט אויך שרה באקומען די קראפט טראגנדיק צו ווערן און צו געבוירן, הגם זי האט שוין געהאט דערגרייכט א טיפע עלטער, ווייל זי האט געהאלטן, אז דער, וואס האט צוגעזאגט, איז באגלויבט; \v 12 אלס פועל יוצא זענען אויך פון איינעם, שוין כמעט א טויטן, געבוירן געווארן אזוי פיל, ווי די מאסע שטערן פון הימל און ווי דאס זאמד ביים ברעג ים—נישט צום איבערציילן. (בראשית כב, יז.) \v 13 זיי אלע זענען געשטארבן אין גלויבן און האבן נישט באקומען די הבטחות, נאר בלויז זיי געזען פונדערווייטנס, און זיך געפריידט מיט זיי, און האבן מודה געווען, אז זיי (אליין) זענען פרעמדע און וואנדערער אויף דער ערד. \v 14 ווארום די, וואס זאגן אזעלכעס, מאכן קלאר, אז זיי זוכן א היימלאנד. \v 15 און וואלטן זיי אין זינען געהאט יענץ לאנד, פון וועלכן זיי זענען ארויסגעגאנגען, וואלטן זיי געהאט גענוג געלעגנהייט זיך צוריקצוקערן. \v 16 זיי באגערן אבער איצט א בעסערס, דאס הייסט א הימליש (לאנד); צוליב וואס ה׳ שעמט זיך נישט מיט זיי, גערופן צו ווערן זייער ג‑ט; ווארום ער האט צוגעגרייט פאר זיי א שטאט. \p \v 17 דורך אמונה האט אברהם מקריב געווען יצחקן, ווען ער איז אויסגעפרואווט געווארן; דער, וואס האט אנגענומען די הבטחות, האט געברענגט צו (דער עקידה) זיין בן יחיד; \v 18 צו וועמען עס איז געזאגט געווארן: אין יצחקן וועט דיר גערופן ווערן זאמען; \v 19 רעכענענדיק, אז ה׳ איז אימשטאנד אים אויפצוועקן אויך פון די טויטע; פונוואנען ער האט אים טאקע צוריקבאקומען בדרך משל. \v 20 דורך אמונה האט אויך יצחק געבענטשט יעקבן און עשיון וועגן צוקונפטיקע זאכן. \v 21 דורך אמונה האט יעקב ביים שטארבן געבענטשט יעדן פון יוספס זין, און זיך געבוקט, (אנגעלענט) אויפן קאפ פון זיין שטעקן (תרגום השבעים). \v 22 דורך אמונה האט יוסף ביים שטארבן דערמאנט די קינדער ישראל פון זייער ארויסגיין (פון מצרים); און זיי באפוילן וועגן זיינע ביינער. \p \v 23 דורך אמונה איז משה באהאלטן געווארן פון זיינע עלטערן דריי חדשים לאנג, ווייל זיי האבן געזען, אז ער איז א שיין קינד, און האבן זיך נישט געשראקן פאר דעם קעניגס באפעל. \v 24 דורך אמונה האט משה, ווען ער איז גרויס געווארן, זיך אפגעזאגט צו הייסן פרעהס טאכטערס זון, \v 25 אויסוויילנדיק א סך ליבער צו ליידן מיט ה׳ס פאלק, ווי א הנאה צו האבן אויף א געוויסער צייט פון דעם פארגעניגן פון זינד, \v 26 האלטנדיק די חרפה פונם משיח פאר א גרעסער עשירות ווי די אוצרות פון מצרים, ווייל ער האט געבליקט אויף דער שכר פארגעלטונג. \v 27 דורך אמונה האט ער פארלאזט מצרים, נישט שרעקנדיק זיך פאר דעם קעניגס גרימצארן; ווארום ער האט זיך געשטארקט, ווי ער וואלט געזען אים, וועמעס פנים מען קען נישט זען. \v 28 דורך אמונה האט ער געמאכט דעם פסח און דאס שפריצן דאס בלוט, כדי דער משחית פון די בכורים זאל זיי נישט אנרירן. \v 29 דורך אמונה זענען זיי אריבערגעגאנגען דעם ים סוף, ווי אויף טרוקענער ערד, וואס די מצריים האבן פארזוכט און זענען דערטרונקען געווארן. \v 30 דורך אמונה זענען די מויערן פון יריחו איינגעפאלן, נאכדעם ווי מען האט זיי ארומגערינגלט זיבן טעג. \v 31 דורך אמונה איז רחב הזונה נישט אומגעקומען מיט די אומגלויביקע, ווייל זי האט אויפגענומען די מרגלים בשלום. \v 32 און וואס נאך זאל איך זאגן? ווארום עס וועט מיר פעלן צייט צו דערציילן וועגן גדעון, ברק, שמשון, יפתח, דוד און שמואל און די נביאים; \v 33 וועלכע האבן דורך אמונה איינגענומען קעניגרייכן, געטאן גערעכטיקייט, דערגרייכט הבטחות, פארשטאפט די מיילער פון לייבן, \v 34 אויסגעלאשן די קראפט פון פייער, אנטלאפן פון דער שארף פון דער שווערד, שטארק געווארן פון שוואכקייט, געווארן גיבורים אין מלחמה, געמאכט פרעמדע חיילות אנטלויפן. \v 35 פרויען האבן צוריקבאקומען זייערע טויטע דורך תחית המתים; און אנדערע זענען געפייניקט געווארן, נישט אננעמענדיק קיין באפרייאונג, כדי זיי זאלן דערגרייכן א בעסער תחית המתים; \v 36 און אנדערע זענען אויסגעפרואווט געווארן דורך שפאט און שלעק און אויך דורך קייטן און תפיסה; \v 37 זיי זענען געשטייניקט געווארן, אויסגעפרואווט געווארן, דורכגעזעגט געווארן, געשטארבן דעם טויט פון דער שווערד, ארומגעגאנגען אין שאפן און אין ציגן פעל, געווען אין נויט, אונטערגעדריקט, שלעכט באהאנדלט, \v 38 וואס די וועלט איז זיי נישט ווערט געווען; זיי האבן געבלאנדזשעט אין מדבריות: און אויף בערג, אין היילן און אין די לעכער פון דער ערד. \v 39 און זיי אלע, וועמען עס איז געגעבן געווארן אן עדות דורך אמונה, האבן נישט מקבל געווען די הבטחה, \v 40 ווייל ה׳ האט פארויסגעזען עפעס בעסערס פאר אונדז, כדי זיי זאלן נישט ווערן שלמותדיק אָן אונדז. \c 12 \cl קאפיטל צוועלף \p \v 1 דעריבער אויך מיר, האבנדיק ארום זיך אזא וואלקן פון עדות (מארטירער), לאמיר אפטאן פון זיך יעדע לאסט און די זינד, וואס רינגלט אונדז אזוי לייכט ארום, און לאמיר לויפן סבלנותדיק דעם וועטלויף, וואס ליגט פאר אונדז, \v 2 און קוקן אויף יהושען/ישוען, דעם גרינדער און פארענדיקער פון אונדזער אמונה, וואס פאר דער פרייד, וועלכע איז געלייגט געווארן פאר אים, האט ער דערטראגן דעם בוים. פאראכטנדיק די חרפה, און זיך אנידערגעזעצט אויף דער רעכטער זייט פון ה׳ס כסא הכבוד. \v 3 ווארום באטראכט אים, וואס איז אויסגעשטאנען אזא אפאזיציע פון חוטאים קעגן אים, כדי איר זאלט נישט מיד און מאט ווערן אין אייערע זעלן. \v 4 איר האט נאך אלץ נישט זיך אנטקעגנגעשטעלט ביז בלוט, ראנגלענדיק מיט דער זינד; \v 5 און האט פארגעסן די ווארנונג, וועלכע רעדט צו אייך ווי צו זין: \q מיין זון, פאראכט נישט דעם מוסר פון דעם האר (ג‑ט), \q פאל נישט ביי זיך אראפ, ווען דו ווערסט פון אים געשטראפט; \q \v 6 ווארום וועמען דער האר (ג‑ט) האט ליב, דעם מוסרט ער, \q און שלאגט יעדן זון, וועמען ער נעמט אָן. \qr (משלי ג, יא-יב.) \p \v 7 אויב איר האלט אויס מוסר, באציט זיך ה׳ צו אייך ווי צו זין; ווארום וואס פאר א זון איז דאס, וועמען דער פאטער מוסרט נישט? \v 8 אבער אויב איר זענט יא אָן מוסר, פון וועלכן אלע זענען אנטיילנעמער, אזוי זענט איר ממזרים און נישט קיין זין. \v 9 מיר האבן דאך אויך געהאט לייבלעכע פאטערס, וואס האבן אונדז באשטראפט, און מיר האבן זיי אפגעגעבן כבוד; צי זאלן מיר דען נישט פיל מער זיך אונטערטעניקן צו דעם פאטער פון די גייסטער און לעבן? \v 10 ווארום במשך טאקע פון ווייניקע טעג האבן זיי אונדז געציכטיקט און לויט זייער איינזען; ער אבער פאר אונדזער נוצן, כדי מיר זאלן האבן א חלק אין זיין קדושה. \v 11 יעדע באשטראפונג אין איר צייט שיינט טאקע אויס צו זיין נישט קיין פרייד נאר א טרויער; שפעטער אבער גיט זי די פרידלעכע פרוכט פון גערעכטיקייט צו די, וואס זענען אויסגעאיבט דורך איר. \p \v 12 דערפאר זאלט איר אויפהייבן די הענט, וואס הענגען אראפ און די קניען, וואס זענען שוואך געווארן; \v 13 און גלייכע שטעגלעך זאלט איר מאכן פאר אייערע פיס, כדי דאס לאמע זאל זיך נישט אפנייגן, נאר גיכער זאל עס געהיילט ווערן. \v 14 יאגט נאך שלום מיט אלעמען און די הייליקונג, אָן וועלכער קיינער וועט נישט זען דעם האר; \v 15 און גיט אכטונג, אז קיינער זאל נישט אפפאלן פון ה׳ס חסד, אז קיין ביטערע ווארצל זאל נישט אויפוואקסן צו באטריבן און אז דורך איר זאלן א סך טמא ווערן; \v 16 אז עס זאל נישט זיין קיין נואף אדער חלל, ווי עשיו, וואס האט פאר אן איין איינציקע שפייז אוועקגעגעבן זיין בכורה. \v 17 ווארום איר ווייסט, אז אפילו שפעטער, ווען ער האט געוואלט ירשענען די ברכה, איז ער פארווארפן געווארן; ווארום ער האט נישט געפונען קיין מעגלעכקייט פון תשובה, הגם ער האט זי געזוכט מיט טרערן. \p \v 18 ווארום איר זענט נישט געקומען צו קיין בארג, וואס מען קען אנרירן און וואס ברענט מיט פייער, און צו טונקלקייט און צו פינצטערניש און שטורם, \v 19 און דעם קול פון א שופר און א קול פון ווערטער, וואס די צוהערער האבן געבעטן, אז קיין ווארט זאל מער צו זיי נישט גערעדט ווערן, \v 20 ווארום זיי האבן נישט געקענט דערטראגן דאס, וואס איז געבאטן געווארן; (ציטירן ניטציטירן) אפילו אויב א בהמה וועט אנרירן דעם בארג, זאל מען זי שטייניקן; \v 21 און, די דערשיינונג איז געווען אזוי שרעקלעך, אז משה האט געזאגט; איך בין פול מיט מורא און ציטער; \v 22 נאר איר זענט געקומען צום הר ציון און צו דער שטאט פונם לעבעדיקן ג‑ט, דעם הימלישן ירושלים און צו צענער טויזנטער פון מלאכים, \v 23 צו א פייערלעכער עדה און קהלה פון בכורים, וואס זענען איינגעשריבן אין הימל, און צו ה׳ (זענט איר געקומען), דעם שופט פון אלעמען, און צו די גייסטער פון צדיקים מושלמים, \v 24 און צו יהושען/ישוען דעם פארמיטלער פונם נייעם בונד (ברית חדשה), און צום בלוט פון באשפריצן, וואס רעדט בעסערס ווי הבלס (בלוט). \v 25 היט זשע זיך, נישט צו פאראכטן דעם, וואס רעדט. ווארום אויב יענע זענען נישט ניצול געווארן, וואס האבן פאראכט דעם, וואס האט גערעדט אויף דער ערד, אויף וויפל ווייניקער וועלן מיר (ניצול ווערן), וואס וועלן זיך אפקערן פון אים, וואס (רעדט) פון הימל, \v 26 וועמעס קול האט אמאל געמאכט ציטערן די ערד; און איצט האט ער מבטיח געווען, זאגנדיק: \q נאכאמאל וועל איך מאכן ציטערן נישט בלויז די ערד, \q2 נאר אויך דעם הימל. \qr (חגי ב, ו.) \m \v 27 און דאס ווארט נאכאמאל (ציטירן ניטציטירן) מאכט קלאר די פארענדערונג פון זאכן, וואס ציטערן אלס זאכן געשאפענע, כדי די, וואס ציטערן נישט, זאלן בלייבן. \v 28 דערפאר, ווייל מיר באקומען א מלכות, וואס קען נישט דערשיטערט ווערן, לאמיר האבן דאנקבארקייט, דורך וועלכער מיר זאלן דינען וואוילגעפעליק צו ה׳ מיט יראה און מיט פחד; \v 29 ווארום אונדזער ג‑ט איז א פארצערנדיק פייער. \c 13 \cl קאפיטל דרייצן \p \v 1 זאל די ברידערלעכע ליבע בלייבן. \v 2 פארגעסט נישט די גאסט פריינדלעכקייט; ווארום דאדורך האבן אייניקע מכניס אורח געווען מלאכים נישט וויסנדיקערהייט. \v 3 געדענקט די געפאנגענע, ווי איר אליין וואלט געווען מיטגעפאנגענע, און די ליידנדיקע, אזויווי איר זענט אויך נאך אין דעם גוף. \v 4 די חתונה זאל געהאלטן ווערן טייער פון אלעמען און דאס בעט—נישט באפלעקט; ווארום די זונים און נואפים וועט ה׳ משפטן. \v 5 אייער ליבע זייט—אָן געלטגייציקייט; זייט צופרידן מיט דעם, וואס איר האט; ווארום ער אליין האט געזאגט: \q איך וועל דיך אויף קיין פאל נישט פארווארפן, \q איך וועל אויך אויף קיין פאל דיך נישט פארלאזן. \qr (דברים לא, ו.) \m \v 6 אזוי, אז מיר קענען זאגן בטחון פול: \q דער האר (ג‑ט) איז מיין העלפער, \q2 איך וועל מיך נישט שרעקן; \q2 וואס וועט א מענטש מיר טאן? \qr (תהלים קיח, ו.) \p \v 7 געדענקט אייערע מנהיגים, וועלכע האבן צו אייך גערעדט ה׳ס ווארט; און טוט זיי נאך אין אמונה; קוקט זיך צו צו דעם תכלית פון זייער לעבן. \v 8 יהושע/ישוע המשיח איז דער זעלביקער נעכטן, און היינט, און אויף אייביק. \v 9 לאזט זיך נישט פארפירן פון פארשיידענע און פרעמדע תורות; עס איז גוט, אז דאס הארץ זאל באפעסטיקט ווערן מיט חסד, נישט מיט מאכלים; פון וועלכע די, וואס זענען זיך מיט זיי פארנומען, האבן קיין פעולה נישט געהאט. \v 10 מיר האבן א מזבח, פון וועלכן די דינער פונם משכן האבן נישט קיין רעכט צו עסן. \v 11 ווארום די קערפערס פון די בהמות, וועמעס בלוט דער כהן גדול האט אריינגעברענגט פאר לכפרת החטא אין דעם מקום קדוש אריין, ווערן פארברענט מחוץ למחנה. \v 12 דערפאר האט אויך יהושע/ישוע געליטן מחוץ לשער, כדי צו הייליקן דאס פאלק דורך זיין אייגן בלוט. \v 13 לאמיר דעריבער ארויסגיין צו אים אויסער דער מחנה און טראגן זיין חרפה. \v 14 ווארום דא האבן מיר נישט קיין בלייבנדיקע שטאט, נאר די צוקונפטיקע זוכן מיר. \v 15 לאמיר דעריבער תמיד מקריב זיין דורך אים א קרבן פון לויב צו ה׳, דאס הייסט די פירות פון ליפן, וואס זענען מתוודה צו זיין נאמען. \v 16 און פארגעסט נישט צו טאן גוטס און אויסצוטיילן (צו ארעמעלייט); ווארום אזעלכע קרבנות זענען וואוילגעפעליק צו ה׳. \v 17 זייט געהארכזאם צו אייערע מנהיגים און אונטערטעניקט זיך (צו זיי); ווארום זיי וואכן איבער אייערע זעלן, ווי זיי וואלטן געהאט אפצוגעבן א חשבון; כדי זיי זאלן דאס טאן מיט פרייד און נישט זיפצנדיק, מחמת דאס דאזיקע איז פאר אייך אָן א נוצן. \p \v 18 זייט מתפלל פאר אונדזערטוועגן; ווארום מיר זענען זיכער, אז מיר האבן א גוט געוויסן, און עס איז אונדזער פארלאנג אין אלעם צו פירן אן ערלעך לעבן. \v 19 נאכמער בעט איך אייך צו טאן דאס דאזיקע, כדי איך זאל גיכער צוריקגעגעבן ווערן צו אייך. \p \v 20 און דער ג‑ט פון שלום, וואס האט צוריקגעברענגט פון די טויטע דעם גרויסן פאסטוך פון די שאף יהושען/ישוען אונדזער האר, דורך דעם בלוט פון דעם אייביקן בונד, \v 21 זאל אייך מאכן שלמותדיק אין אלע מעשים טובים, צו טאן זיין רצון, ווירקנדיק אין אייך דאס, וואס איז וואוילגעפעלן פאר אים דורך יהושע/ישוע המשיחן, צו וועמען זאל זיין כבוד לעלמי עולמים. אמן. \p \v 22 און איך בעט אייך, ברידער, אז איר זאלט אננעמען דאס ווארט פון שטראף רייד, ווארום איך האב געשריבן צו אייך א קורצן בריוו. \v 23 איר זאלט וויסן זיין, אז אונדזער ברודער טימאטעוס איז באפרייט געווארן, מיט וועמען, אויב ער וועט קומען אין גיכן, איך וועל אייך זען. \p \v 24 גיט אפ שלום אלע אייערע מנהיגים און אלע קדושים. די, וואס זענען פון איטאליען, געבן אייך אפ שלום. \v 25 זאל דער חסד זיין מיט אייך אלעמען. אמן.