\id GAL - Orthodox Yiddish Brit Chadasha \ide UTF-8 \h גאלאטער בריוו \toc2 גאלאטער \toc1 דער בריוו פון דעם שליח פוילוס צו די גאלאטער \mt1 דער בריוו פון דעם שליח פוילוס צו די גאלאטער \c 1 \p \v 1 פוילוס, א שליח, נישט פון מענטשן, נישט דורך א מענטשן, נאר דורך יהושע/ישוע המשיחן, און ג‑ט דעם פאטער, וועלכער האט אים אויפגעוועקט פון די טויטע, \v 2 און אלע ברידער, וואס זענען מיט מיר, צו די קהלות פון גאלאטיען: \v 3 חסד צו אייך און שלום פון ג‑ט אונדזער פאטער, און פון דעם האר יהושע/ישוע המשיח, \v 4 וועלכער האט זיך געגעבן פאר אונדזערע זינד, כדי אונדז ארויסצוראטעווען פון דער איצטיקער בייזער וועלט, לויט דעם רצון פון ג‑ט און אונדזער פאטער; \v 5 צו וועמען זאל זיין כבוד לעלמי עולמים. אמן. \p \v 6 איך וואונדער מיך, וואס אזוי געשווינט נייגט איר זיך אפ פון דעם, וועלכער האט אייך גערופן אין דעם חסד פונם משיח, צו אן אנדערער בשורה טובה; \v 7 וואס איז נישט קיין אנדערע, אחוץ וואס עס געפינען זיך אייניקע (לייט), וואס באאומרואיקן אייך און ווילן פארדרייען די גוטע בשורה פון דעם משיח. \v 8 נאר אפילו ווען מיר (אליין), אדער א מלאך פון הימל, זאל אייך אנזאגן א בשורה אויסער דער, וואס מיר האבן אייך אנגעזאגט, זאל ער זיין אין חרם. \v 9 אזוי ווי מיר האבן פריער געזאגט, און איך זאג עס איצט ווידער: אויב עמיצער זאגט אייך אָן א בשורה אחוץ דער, וואס איר האט אנגענומען, זאל ער זיין אין חרם. \v 10 ווארום זוך איך דען איצט צו געווינען מענטשן, אדער ה׳? אדער זוך איך צו געפינען חן ביי מענטשן? אויב איך וואלט נאך געזוכט צו געפינען חן ביי מענטשן, וואלט איך נישט געווען משיחס קיין קנעכט. \p \v 11 ווארום איך מאך אייך באקאנט, ברידער, אז די גוטע בשורה, וואס ווערט אנגעזאגט פון מיר, איז נישט לויט א מענטשן. \v 12 ווייל נישט האב איך זי באקומען פון א מענטשן, נישט האט מען מיך זי אויסגעלערנט, נאר (זי איז) דורך אן אנטפלעקונג פון יהושע/ישוע המשיחן. \v 13 ווארום איר האט דאך געהערט פון מיין התנהגות אמאל אין דעם יידישן דת, אז איבער דער מאס האב איך פארפאלגט די קהלה פון ה׳ און זי וויסט געמאכט; \v 14 און בין איבערגעשטיגן אין דעם יידישן דת העכער פון א סך מיינסגלייכן אין יארן צווישן מיין פאלק, זייענדיק א זייער גרויסער קנאי פאר דער מסורה פון מיינע אבות. \v 15 ווען אבער עס איז וואוילגעפעלן דעם, וועלכער האט מיך אפגעשיידט פון מיין מוטערס לייב און דורך זיין חסד מיך גערופן, \v 16 צו אנטפלעקן זיין זון אין מיר, כדי איך זאל אים אנזאגן צווישן די אומות העולם: האב איך גלייך מיך נישט באראטן מיט בשר ודם, \v 17 און בין אפילו נישט ארויפגעגאנגען קיין ירושלים צו די, (וואס זענען געווען) שליחים פאר מיר, נאר בין אוועק קיין אראביען, און האב מיך ווידער אומגעקערט קיין דמשק. \p \v 18 שפעטער, אין דריי יאר ארום, בין איך ארויפגעגאנגען קיין ירושלים זיך צו באקענען מיט כיפא, און בין פארבלייבן ביי אים פיפצן טעג. \v 19 און קיין אנדערן פון די שליחים האב איך נישט געזען, אחוץ יעקבן, דעם הארס ברודער. \v 20 וואס אבער איך שרייב צו אייך, אָט פאר ה׳, אז איך זאג נישט קיין שקר. \v 21 נאך דעם בין איך אוועק אין די געגנטן פון סיריען און קיליקיען. \v 22 און איך בין אבער געווען אומבאקאנט פנים אל פנים צו די קהלות אין יהודה, וועלכע זענען אינם משיח; \v 23 זיי האבן נאר בלויז געהערט: דער, וואס האט אונדז אמאל פארפאלגט, זאגט איצט אָן די אמונה, וועלכע ער האט פריער צעשטערט (ציטירן ניטציטירן); \v 24 און האבן פארהעלעכט ה׳ צוליב מיר. \c 2 \cl קאפיטל צוויי \p \v 1 דאן, נאך פערצן יאר, בין איך ווידער ארויפגעגאנגען קיין ירושלים מיט בר‑נבאן, מיטנעמענדיק מיט מיר אויך טיטוסן. \v 2 איך בין אבער ארויפגעגאנגען לויט אן אנטפלעקונג; און האב פארגעלייגט פאר זיי די גוטע בשורה, וואס איך רוף אויס צווישן די אומות העולם, און בפרט באזונדער פאר די חשובים, כדי איך זאל נישט לויפן אומזיסט, אדער האבן געלאפן. \v 3 דאך אפילו טיטוסן, וועלכער איז געווען מיט מיר, הגם א גריך, האט מען נישט געצוואונגען זיך צו לאזן מל זיין; \v 4 אבער מחמת די פאלשע ברידער, וואס האבן זיך אריינגעגנבעט, וועלכע זענען אריינגעקומען אויסצושפיאנירן אונדזער פרייהייט, וואס מיר האבן אינם משיח יהושע/ישוע, כדי זיי זאלן אונדז פארקנעכטן; \v 5 צו וועמען מיר האבן אפילו אויף קיין איין שעה נישט נאכגעגעבן מיט הכנעה; כדי דער אמת פון דער גוטער בשורה זאל פארבלייבן ביי אייך. \v 6 אבער פון די, וואס האבן אויסגעזענען פאר עפעס צו זיין—עס מאכט מיר גארנישט אויס, וואס זיי זענען אמאל געווען: ה׳ איז נישט קיין נושא פנים פון א מענטשן—מיר האבן די חשובים גארנישט צוגעלייגט; \v 7 נאר להיפך, ווען זיי האבן געזען, אז מיר איז אנפארטרויט געווארן די גוטע בשורה צו די ערלים, פונקט אזוי, ווי פעטרוסן צו די געמלטע— \v 8 ווארום דער, וועלכער האט קרעפטיק געווירקט אין פעטרוסן אין דער שליחות צו די געמלטע, האט אויך קרעפטיק געווירקט אין מיר צווישן די אומות (העולם)— \v 9 און דערקענענדיק דעם חסד, וואס איז מיר געגעבן געווארן, האבן יעקב און כיפא און יוחנן, וואס זענען פאררעכנט פאר זיילן, מיר געגעבן און בר‑נבאן די רעכטע האנט פון חברותאשאפט, אז מיר זאלן (גיין) צו די אומות העולם, און זיי צו די געמלטע; \v 10 רק, אז מיר זאלן געדענקען די ארעמעלייט, וואס איך האב מיך אויך געפלייסט דאס זעלבע צו טאן. \p \v 11 ווען אבער כיפא איז געקומען קיין אנטיאכיען, האב איך מיך אים אקייגנגעשטעלט פנים אל פנים, ווייל ער איז געווען שולדיק. \v 12 ווארום פריער, איידער עס זענען אנגעקומען אייניקע (לייט) פון יעקבן, האט ער געגעסן מיט די אומות (העולם); ווען אבער זיי זענען געקומען, האט ער זיך דערווייטערט און אפגעשיידט (פון זיי), מורא האבנדיק פאר די געמלטע. \v 13 און צוזאמען מיט אים האבן זיך אויך די איבריקע יידן פארשטעלט, אזוי, אז אפילו בר‑נבא איז פארפירט געווארן פון זייער צביעות. \v 14 נאר ווען איך האב געזען, אז זיי גייען נישט ריכטיק לויט דעם אמת פון דער בשורה טובה, האב איך געזאגט צו כיפאן פאר אלעמען: אויב דו, זייענדיק א ייד, לעבסט גוייש און נישט יידיש, וואס צווינגסטו די אומות (העולם) זיך אויפצופירן ווי יידן? \v 15 מיר זענען בטבע יידן, און נישט קיין חוטאים פון די אומות (העולם), \v 16 און ווייל מיר ווייסן, אז קיין מענטש ווערט נישט גערעכטפערטיקט דורך מעשים פון דער תורה, נאר דורך דער אמונה פונם משיח יהושע/ישוע, האבן מיר אויך געגלויבט אין דעם משיח יהושע/ישוע, כדי מיר זאלן גערעכטפערטיקט ווערן דורך אמונה אינם משיח, און נישט דורך מעשים פון דער תורה; ווייל דורך מעשים פון דער תורה וועט קיין בשר נישט גערעכטפערטיקט ווערן. \v 17 אויב אבער, זוכנדיק גערעכטפערטיקט צו ווערן אינם משיח, מיר אליין ווערן אויך געפונען ווי חוטאים, איז דען משיח א משרת פון זינד? חס ושלום! \v 18 ווארום אויב איך בוי ווידער אויף דאס, וואס איך האב צעשטערט, ווייז איך מיך ארויס פאר א פושע. \v 19 ווארום איך בין געשטארבן צו דער געזעץ דורך דער תורה, כדי איך זאל לעבן פאר ה׳. \v 20 מיט משיחן בין איך אויפגעהאנגען אויף דער בוים געווארן, און לעב שוין נישט מער, נאר משיח לעבט אין מיר; און וואס איך לעב איצט אינם פלייש, לעב איך אין אמונה פון דעם זון פון דער אויבערשטער, וועלכער האט מיך ליב געהאט און זיך געגעבן פאר מיינעטוועגן. \v 21 איך בין נישט מבטל דעם חסד פון ה׳; ווארום אויב גערעכטפערטיקונג (איז) דורך דער געזעץ, דאן איז משיח געשטארבן אומזיסט. \c 3 \cl קאפיטל דריי \p \v 1 אומפארשטאנדיקע גאלאטער! ווער האט אייך פארכישופט, אייך, פאר וועמעס אויגן יהושע/ישוע המשיח איז פריער געמאָלט געווארן אלס אויפגעהאנגען אויף דער בוים? \v 2 בלויז דאס דאזיקע וויל איך לערנען פון אייך: צי דורך ווערט פון מעשים פון תרי״ג זכות האט איר באקומען דעם רוח (הקודש), אדער דורך דער גלויבן (אמונה) וואס טוט קומען פון הערן? \v 3 אזוי אומפארשטענדיק זענט איר? אנהויבנדיק מיט דעם גייסט, לאזט איר איצט אויס מיט דעם פלייש? \v 4 אזויפיל האט איר געליטן אומזיסט? אויב עס איז ווירקלעך אומזיסט. \v 5 און ער, וועלכער גיט אייך דעם גייסט און טוט אויף צווישן אייך גבורות, (צי טוט ער עס דען) דורך ווערט פון תרי״ג זכות, אדער דער גלויבן (אמונה) וואס טוט קומען פון הערן? \v 6 פונקט אזוי ווי אברהם האט געגלויבט ה׳, און עס איז אים צוגערעכנט געווארן פאר גערעכטיקייט. (בראשית טו, ו.) \v 7 דעריבער זאלט איר וויסן זיין, אז די, וועלכע זענען פון אמונה, זענען בני אברהם. \v 8 און ווייל דער פסוק האט פארויסגעזען, אז ה׳ וועט גערעכטפערטיקן די אומות (העולם) דורך אמונה, האט ער פארויס אנגעזאגט די בשורה צו אברהמען: \q אין דיר וועלן געבענטשט ווערן אלע פעלקער. \qr (בראשית יח, יח; יב, ג.) \m \v 9 אזוי ארום ווערן די, וואס זענען פון אמונה, געבענטשט צוזאמען מיט אברהמען דעם מאמין. \v 10 ווארום אלע, וואס זענען פארלאזן זיך אויף די מעשים פון דער (מחמיר חומרא) געזעץ (אויף די ווערט פון תרי״ג זכות), זענען אונטער א קללה; ווייל עס שטייט געשריבן: \pi פארשאלטן איז יעדער איינער, וועלכער פארבלייבט נישט אין אלעם, וואס עס שטייט געשריבן אין דער ספר תורה, עס צו טאן. \qr (דברים כז, כו.) \m \v 11 נאר אז דורך דער (מחמיר חומרא) געזעץ ווערט קיינער נישט גערעכטפערטיקט פאר ה׳ איז באשיימפערלעך קלאר; ווייל; \q דער צדיק וועט דורך אמונה לעבן. \qr (חבקוק ב, ד.) \m \v 12 די (מחמיר חומרא) געזעץ אבער איז נישט פון אמונה; נאר: ווער עס טוט זיי, דער וועט דורך זיי לעבן. (ויקרא יח, ה.) \v 13 משיח האט אונדז אויסגעלייזט פון דער קללה פון דער תורה, ווערנדיק א קללה פאר אונדזערטוועגן; ווייל עס שטייט געשריבן; \q פארשאלטן איז יעדער איינער, וועלכער הענגט אויף א בוים; \qr (דברים כא, כג.) \m \v 14 כדי די ברכה פון אברהמען זאל קומען צו די פעלקער אין יהושע/ישוע המשיחן; כדי מיר זאלן באקומען די הבטחה פון דעם גייסט דורך דער אמונה. \p \v 15 ברידער, איך רעד (פשוט) ווי א מענטש: אפילו א מענטשנס באשטעטיקטע צוואה איז קיינער נישט מבטל אדער זעצט (עפעס) צו (דערצו). \v 16 און צו אברהמען זענען געזאגט געווארן די הבטחות און צו זיין זאמען. ער זאגט נישט: און צו זאמענס, ווי וועגן א סך; נאר ווי אויף א יחיד: און צו דיין זאמען (בראשית כב, יח.), וועלכער איז דער משיח. \v 17 איך זאג אבער דאס דאזיקע: א בונד (ברית), פריער באשטעטיקט פון ה׳, קען די תורה, וועלכע איז געקומען פיר הונדערט און דרייסיק יאר שפעטער, נישט אפשאפן, אז די הבטחה זאל בטל ווערן. \v 18 ווארום אויב די ירושה איז דורך דער געזעץ, איז זי מער נישט דורך דער הבטחה; ה׳ אבער האט זי אברהמען געשענקט דורך א הבטחה. \v 19 וואס זשע איז די געזעץ? זי איז צוגעלייגט געווארן צוליב די זינד, ביז דער זאמען וועט קומען, אויף וועמען די הבטחה באציט זיך; זי (די געזעץ) איז פארארדנט געווארן דורך מלאכים אין דער האנט פון א פארמיטלער. \v 20 דער פארמיטלער אבער איז נישט פון איינעם; ה׳ אבער איז איינער. \v 21 צי איז דען דעריבער די געזעץ קעגן די הבטחות פון ה׳? חס ושלום! ווארום וואלט א געזעץ געגעבן געווארן, וועלכע וואלט געווען בכוח לעבעדיק צו מאכן, וואלט באמת די גערעכטיקייט געווען פון געזעץ. \v 22 דער פסוק האט אבער אלעמען איינגעשלאסן אונטער דער זינד, כדי די הבטחה דורך אמונה אין יהושע/ישוע המשיחן זאל געגעבן ווערן צו די, וועלכע גלויבן. (תהלים יד, א-ג.) \p \v 23 פריער אבער, איידער די אמונה איז געקומען, זענען מיר געווען אונטער דער וואך פון דער געזעץ, איינגעשלאסן פאר דער אמונה, וואס האט געזאלט אנטפלעקט ווערן. \v 24 אזוי ארום איז די געזעץ געווארן אונדזער דערציער פאר דעם משיח, כדי מיר זאלן גערעכטפערטיקט ווערן דורך אמונה. \v 25 און אז די אמונה איז שוין געקומען, זענען מיר מער נישט אונטער א דערציער. \v 26 ווארום אלע זענט איר ה׳ס קינדער דורך אמונה אין יהושע/ישוע המשיחן. \v 27 ווארום איר אלע, וועלכע זענען געטובלט געווארן אין דער מקווה צום משיח, האבן זיך אנגעטאן משיחן. \v 28 עס גיבט מער נישט ייד נישט גריך, עס גיבט מער נישט קנעכט נישט פרייער (מענטש), עס גיבט מער נישט זכר און נקבה; ווארום אלע זענט איר איינס אינם משיח יהושע/ישוע. \v 29 און אויב איר געהערט צום משיח, זענט איר ווירקלעך אברהמס זאמען—יורשים לויט דער הבטחה. \c 4 \cl קאפיטל פיר \p \v 1 איך זאג אבער, אז כל זמן דער יורש איז א קינד, אונטערשיידט ער זיך מיט גארנישט פון א קנעכט, הגם ער איז האר פון אלעם; \v 2 נאר איז אונטער אפוטרופסים און פארוואלטערס, ביז צו דער צייט פארויסגעזעצט פון דעם פאטער. \v 3 פונקט אזוי אויך מיר, בשעת מיר זענען געווען קינדער, זענען מיר געווען אין קנעכטשאפט אונטער די עלעמענטארע כללים פון דער וועלט; \v 4 ווען אבער עס איז געקומען די דערפילונג פון דער צייט, האט ה׳ ארויסגעשיקט זיין זון, געבוירן פון א פרוי, געבוירן אונטער דער געזעץ, \v 5 כדי אויסצולייזן די, וואס זענען אונטער דער געזעץ, כדי מיר זאלן באקומען דאס אדאפטירונג, \v 6 און ווייל איר זענט קינדער, האט ה׳ ארויסגעשיקט דעם גייסט פון זיין זון אין אונדזערע הערצער אריין, וואס רופט: אבא, טאטע פאטער! \v 7 דערפאר ביסטו מער נישט קיין קנעכט, נאר א זון; און אויב א זון, (דאן) אויך א יורש דורך ה׳. \p \v 8 נאר דעמאלט, ווען איר האט נישט געקענט ה׳, האט איר געדינט צו די, וואס מן הטבע זענען נישט קיין ג‑טער; \v 9 איצט אבער, קענענדיק ה׳, יא נאך מער, דערקענט פון ה׳, וויאזוי קערט איר זיך עפעס ווידער אום צו די שוואכע און ארעמע אנהויב יסודות, צו וועלכע איר ווילט ווידער, אויפסניי זיין אין קנעכטשאפט? \v 10 טעג היט איר אפ און חדשים און זמנים און יארן. \v 11 איך האב מורא פאר אייך, טאמער האב איך געפראצעוועט צווישן אייך אומזיסט. \p \v 12 איך בעט אייך, ברידער, זייט ווי איך בין, ווייל איך בין אויך ווי איר זענט. איר האט מיך גארנישט באעוולט; \v 13 נאר איר ווייסט, אז צוליב א שלאפקייט אינם לייב האב איך אייך דאס ערשטע מאל אנגעזאגט די גוטע בשורה; \v 14 און אייער נסיון אין מיין לייב האט איר נישט מבזה געווען און נישט פארווארפן, נאר ווי א מלאך פון ה׳ האט איר מיך אויפגענומען, ווי דעם משיח יהושע/ישוע. \v 15 און וואו איז (אהינגעקומען) אייער געבענטשטקייט? ווארום איך זאג אייך עדות, אז אויב עס וואלט נאר מעגלעך געווען, וואלט איר זיך ארויסגענומען די אויגן און מיר געגעבן. \v 16 בין איך דערפאר געווארן אייער שונא, ווייל איך האב אייך געזאגט דעם אמת? \v 17 זיי זענען אייפערדיק וועגן אייך, נישט צום גוטן; זיי ווילן נאר אייך אויסשליסן, כדי איר זאלט זיין אייפערדיק וועגן זיי. \v 18 עס איז אבער א גוטע זאך תמיד צו אייפערן צום גוטן, און נישט נאר בשעת מיין אנוועזנהייט ביי אייך. \v 19 קינדער מיינע, פאר וועמען איך לייד ווידער געבורטסווייען, ביז משיח וועט נישט געווינען אין אייך געשטאלט, \v 20 איך וואלט איצט געוואלט זיין ביי אייך, און ענדערן מיין קול; ווייל איך בין אין ספק וועגן אייך. \p \v 21 זאגט מיר, איר, וועלכע ווילן זיין אונטער דער (מחמיר חומרא) געזעץ, צי הערט איר נישט (וואס) די געזעץ (זאגט)? \v 22 ווארום עס שטייט געשריבן, אז אברהם האט געהאט צוויי זין, איינעם פון דער דינסטמויד און איינעם פון דער פרייער (פרוי). \v 23 נאר דער פון דער דינסטמויד איז געבוירן געווארן לויטן פלייש, דער אבער פון דער פרייער (פרוי) דורך דער הבטחה. \v 24 די זאכן זענען א משל; ווארום דאס זענען צוויי בריתות (בונדן), איינער פונם בארג סיני, וואס מאכט געבוירן צו קנעכטשאפט, דאס איז הגר. \v 25 און הגר איז דער בארג סיני אין אראביען, און איז גלייך צום איצטיקן ירושלים, ווארום זי איז אין קנעכטשאפט מיט אירע קינדער. \v 26 אבער דאס ירושלים של מעלה איז פריי, דאס איז אונדזער מוטער. \v 27 ווארום עס שטייט געשריבן: \q פריי דיך, דו עקרה, וועלכע האט נישט געבוירן, \q ברעך אויס אין געזאנג, און שריי, אָ דו, \q וועלכע האט נישט קיין געבורטסווייען; \q ווייל פיל מער זענען די קינדער פון דער פארלאזטער, \q ווי פון דער, וועלכע האט דעם מאן. \qr (ישעיהו נד, א.) \m \v 28 איר אבער, ברידער, ווי יצחק, זענט קינדער פון דער הבטחה. \v 29 נאר פונקט ווי דעמאלט האט דער געבוירענער לויטן פלייש גערודפט דעם (געבוירענעם) לויטן גייסט, אזוי אויך איצט. \v 30 נאר וואס זאגט דער פסוק? טרייב ארויס די דינסטמויד מיט איר זון; ווארום דער זון פון דער דינסטמויד וועט נישט ירשענען מיט דעם זון פון דער פרייער (פרוי). (בראשית כא, י.) \v 31 דעריבער, ברידער, זענען מיר נישט קינדער פון דער דינסטמויד, נאר פון דער פרייער (פרוי). \c 5 \cl קאפיטל פינף \p \v 1 צו דער פרייהייט האט משיח אונדז פריי געמאכט; שטייט זשע פעסט, און לאזט זיך נישט ווידער איינשפאנען אין א יאך פון קנעכטשאפט. \p \v 2 אָט איך, פוילוס, זאג אייך, אז אויב איר (אומות (העולם)) לאזט זיך מל זיין, העלפט אייך משיח גארנישט. \v 3 נאכאמאל זאג איך עדות צו יעדן מענטשן, וואס לאזט זיך מל זיין, אז ער איז מחייב צו האלטן די תרי״ג מצוות. \v 4 איר האט זיך אפגעריסן פונם משיח, איר, וועלכע ווילן גערעכטפערטיקט ווערן דורך דער מצוות זכות; איר זענט אפגעפאלן פון דעם חסד. \v 5 ווארום מיר ווארטן אינם גייסט אויף דער האפענונג פון גערעכטיקייט דורך אמונה. \v 6 ווארום אין משיח יהושע/ישוע נישט די מילה נישט די ערלה גילט עפעס, נאר אמונה, וואס ווירקט דורך ליבע. \v 7 איר זענט גוט געלאפן; ווער האט אייך געהינדערט, אז איר זאלט נישט געהארכן דעם אמת? \v 8 די איינרעדונג איז נישט פון דעם, וועלכער רופט אייך. \v 9 א קליין ביסל חמץ מאכט זויער דאס גאנצע טייג. \v 10 איך בין בטוח וועגן אייך אין דעם האר, אז איר וועט גארנישט אנדערש דענקען; דער אבער, וואס באטריבט אייך, וועט טראגן זיין משפט, ווער עס זאל נישט זיין. \v 11 איך אבער, ברידער, אויב איך דרשן נאך די מילה (מצוות זכות), פארוואס ווער איך נאך אלץ גערודפט? דאן האט דאך דאס מיכשול פון דעם בוים אויפגעהערט! \v 12 הלוואי זאלן די, וואס פארפירן אייך, זיך (אינגאנצן) מסרס זיין. \p \v 13 ווארום איר, ברידער, זענט גערופן געווארן צו פרייהייט; בלויז די פרייהייט זאל נישט ווערן קיין תירוץ פאר דעם פלייש, נאר דינט דורך ליבע איינער דעם אנדערן. \v 14 ווארום די גאנצע תורה איז דערפילט אין איין ווארט, אין דעם: דו זאלסט ליב האבן דיין חבר ווי דיך אליין. (ויקרא יט, יח.) \v 15 אויב אבער איר בייסט און פרעסט זיך איינס דאס אנדערע, גיט אכטונג, איר זאלט נישט פארצערט ווערן איינער פונם אנדערן. \p \v 16 איך זאג אבער: לעבט אינם גייסט און דערפילט נישט די תאוות פונם פלייש. \v 17 ווארום דאס פלייש גלוסט קעגן דעם גייסט, און דער גייסט קעגן דעם פלייש; די דאזיקע שטעלן זיך אנטקעגן איינס דאס אנדערע, כדי איר זאלט נישט טאן וואס איר ווילט. \v 18 אויב אבער איר ווערט געפירט פונם גייסט, זענט איר נישט אונטער דער (מחמיר חומרא) געזעץ. \v 19 באשיימפערלעך, (קלאר) אבער זענען די מעשים פון דעם פלייש, וועלכע זענען זנות, טומאה, אויסגעלאסנקייט, \v 20 עבודה זרה, כישוף, שנאה, צאנקעריי, אייפערזוכט, צארן, קריגעריי, מחלוקת, כיתות, \v 21 קנאה, שכרות, פרעסעריי, און דאס גלייכן; וואס איך זאג אייך אָן פארויס, ווי איך האב אייך (שוין) פריער געזאגט, אז די, וואס טוען די דאזיקע זאכן, וועלן נישט ירשענען דאס קעניגרייך פון ה׳. \v 22 די פירות אבער פון דעם גייסט זענען ליבע, שמחה, שלום, סבלנות, פריינדלעכקייט, גוטסקייט, אמונה, \v 23 ענווה, שליטה איבער זיך; קעגן אזעלכע זאכן איז נישט פאראן קיין געזעץ. \v 24 די אבער, וואס געהערן צום משיח יהושע/ישוע האבן אויפגעהאנגען אויף דער בוים דאס פלייש צוזאמען מיט די גלוסטונגען און תאוות. \p \v 25 אויב מיר לעבן דורכן גייסט, לאמיר אויך זיך אויפפירן אינם גייסט. \v 26 לאמיר זיך נישט יאגן נאך פוסטן כבוד, צו דערצערנען איינער דעם אנדערן און מקנא צו זיין איינער דעם אנדערן. \c 6 \cl קאפיטל זעקס \p \v 1 ברידער, ווען אפילו א מענטש ווערט געכאפט אין עפעס אן עבירה, זאלט איר, די אנשי הרוח, אזעלכן ווידער אויפשטעלן אין א גייסט פון ענווה; אכטונג געבנדיק אויף דיר אליין, טאמער וועסטו אויך קומען צו א נסיון. \v 2 טראגט איינער דעם אנדערנס לאסטן, און אויף אזא אופן וועט איר מקיים זיין די תורה פון דעם משיח. \v 3 ווארום אויב עמיצער מיינט, אז ער איז עפעס, ווען ער איז גארנישט, באטריגט ער זיך אליין. \v 4 נאר זאל יעדער איינער אויספרובירן זיין אייגן טאן, און דעמאלט וועט ער האבן דעם רום בלויז פאר זיך אליין, און נישט קעגן דעם אנדערן. \v 5 ווארום יעדער איינער וועט טראגן זיין אייגענע משא. \p \v 6 דער, וועלכער ווערט געלערנט אין ווארט, זאל זיך טיילן מיט דעם, וואס לערנט אים. \v 7 נארט זיך נישט אליין אפ; ה׳ לאזט נישט אפשפאטן פון זיך; ווארום וואס א מענטש וועט נאר זייען, דאס דאזיקע וועט ער אויך שניידן. \v 8 ווייל דער, וועלכער זייעט אויף זיין פלייש, וועט פון דעם פלייש שניידן פארדארבונג; דער אבער, וועלכער זייעט אויף דעם גייסט, וועט פון דעם גייסט שניידן אייביק לעבן. \v 9 לאמיר נישט ווערן מיד צו טאן גוטס; ווארום מיר וועלן שניידן אין דער געהעריקער צייט, אויב מיר וועלן נישט מאט ווערן. \v 10 דעריבער, אזויווי מיר האבן א געלעגנהייט, לאמיר טאן גוטס צו אלעמען, און איבערהויפט צום הויזגעזינד פון אונדזער אמונה. \p \v 11 זעט מיט וואס פאר א גרויסע אותיות איך האב געשריבן צו אייך מיט מיין (אייגענער) האנט. \v 12 אלע, וואס ווילן מאכן א שיין פנים אינם פלייש, צווינגען אייך זיך צו לאזן מל זיין; בלויז כדי זיי זאלן נישט גערודפט ווערן פארן בוים פון משיח. \v 13 ווארום אפילו די געמלטע אליין היטן נישט אפ די געזעץ (פון תרי״ג פארדינען זיך זכות); נאר זיי ווילן, אז איר זאלט זיך מל זיין, כדי זיי זאלן זיך בארימען מיט אייער פלייש. \v 14 פאר מיר אבער חלילה זאל עס זיין זיך צו בארימען, אחוץ מיט דעם בוים פון דעם האר אונדזערן יהושע/ישוע המשיח, דורך וועלכן די עולם הזה איז אויפגעהאנגען אויף דער בוים געווארן צו מיר, און איך צו דער עולם הזה. \v 15 ווארום נישט מילה נישט ערלה איז עפעס, נאר א נייע באשאפונג. \v 16 און וויפל עס וועלן לעבן לויט דעם דאזיקן כלל, שלום אויף זיי און רחמים, און אויף דעם ישראל פון ה׳. \p \v 17 איבריקנס זאל מיר קיינער (מער נישט) פארשאפן קיין מידיקייט, ווארום איך טראג אין מיין גוף די צייכנס פון דעם (האר) יהושע/ישוע. \p \v 18 דער חסד פון דעם האר אונדזערן יהושע/ישוע המשיח (זאל זיין) מיט אייער גייסט, ברידער. אמן.