\id COL - Orthodox Yiddish Brit Chadasha \ide UTF-8 \h קאלאסער בריוו \toc2 קאלאסער בריוו \toc1 דער בריוו פון דעם שליח פוילוס צו די קאלאסער \mt1 דער בריוו פון דעם שליח פוילוס צו די \mt1 קאלאסער \c 1 \p \v 1 פוילוס, א שליח פון דעם משיח יהושע/ישוע דורך ה׳ס רצון, און טימאטעוס דער ברודער, \v 2 צו די הייליקע און געטרייע ברידער אינם משיח, וועלכע געפינען זיך אין קאלאסע: חסד צו אייך און שלום פון ג‑ט אונדזער פאטער. \p \v 3 מיר דאנקען ג‑ט דעם פאטער פון אונדזער האר יהושע/ישוע המשיח, און זענען תמיד מתפלל פאר אייך, \v 4 ווייל מיר האבן געהערט פון אייער אמונה אין דעם משיח יהושע/ישוע און פון דער ליבע, וואס איר האט צו אלע הייליקע, \v 5 צוליב דער האפענונג, וועלכע ליגט פאר אייך באהאלטן אין הימל, וועגן וועלכער איר האט פריער געהערט אין דעם ווארט פון אמת פון דער גוטער בשורה, \v 6 וואס איז געקומען צו אייך, ווי אויך אין דער גאנצער וועלט, און פרוכפערט זיך און מערט זיך, פונקט ווי אויך ביי אייך פון דעם טאג אָן, ווען איר האט געהערט און דערקענט ה׳ס חסד אויף אן אמת; \v 7 לויט ווי איר האט געלערנט פון עפאפראסן אונדזער געליבטן מיטקנעכט, וועלכער איז א געטרייער משרת פון דעם משיח פאר אייערטוועגן, \v 8 און וועלכער האט אונדז אויך קלאר געמאכט אייער ליבע אינם גייסט. \p \v 9 דערפאר אויך מיר, פון דעם טאג אָן, ווען מיר האבן עס געהערט, אויפהערן מיר נישט אויף תפילה צו טאן פאר אייערטוועגן און צו בעטן, אז איר זאלט אנגעפילט ווערן מיט דער דערקענטעניש פון זיין רצון אין יעדער חכמה און רוחניותדיקער פארשטענדיקייט, \v 10 צו לעבן ווי עס איז ראוי פאר דעם האר, צו יעדער וואוילגעפעליקייט, און זיין פרוכטבאר אין אלע מעשים טובים און וואקסן אין דער דערקענטעניש פון ה׳; \v 11 געשטארקט מיט יעדן כוח לויט דער מאכט פון זיין הערלעכקייט, צו יעדער סבלנות און צוריקגעהאלטנקייט מיט שמחה; \v 12 און זאלט דאנקען דעם פאטער, וועלכער האט אונדז מזכה געווען צו דעם חלק פון דער ירושה פון די הייליקע אין ליכט, \v 13 וועלכער האט אונדז מציל געווען פון דער ממשלה פון פינצטערניש, און אונדז אריבערגעפירט אין דעם מלכות אריין פון זיין געליבטן זון; \v 14 אין וועמען מיר האבן די ישועה, די פארגעבונג פון אונדזערע זינד; \v 15 וועלכער איז דאס געשטאלט פון דעם אומזיכטבארן ג‑ט, דער בכור פון דער גאנצער באשאפונג; \v 16 ווייל אין אים איז באשאפן געווארן אלץ, וואס איז אין הימל און אויף דער ערד, די זיכטבארע זאכן און די אומזיכטבארע, סאי טראנען, סאי הערשאפטן, סאי מאכטן, סאי ממשלות; אלץ איז דורך אים באשאפן געווארן, און פאר זיינעטוועגן; \v 17 און ער איז פאר אלעם, און אלץ האט א קיום אין אים. \v 18 און ער איז דער קאפ פון דעם גוף, די קהלה; ער איז דער אנהויב, דער בכור פון די טויטע, כדי ער זאל זיין אין אלעם דער ערשטער. \v 19 ווייל עס איז (ג‑ט) וואוילגעפעלן, אז אין אים זאל וואוינען די גאנצע פולקייט; \v 20 און דורך אים צו שלום מאכן מיט אלץ מיט זיך אליין, האבנדיק געמאכט שלום דורך דעם (כפרה) בלוט פון זיין בוים—דורך אים, סאי דאס, וואס אויף דער ערד, סאי דאס, וואס אין הימל. \v 21 און אייך, וואס איר זענט אמאל געווען פארפרעמדט און שונאים מיטן פארשטאנד אין אייערע מעשים רעים, \v 22 האט ער איצט שלום מאכן אין דעם גוף פון זיין פלייש דורך דעם טויט, כדי אייך פארצושטעלן פאר אים הייליק און אָן א מום און אומשולדיק; \v 23 אויב איר וועט נאר פארבלייבן אין דער אמונה, געגרונטפעסטיקט און פעסט, און נישט באוועגן זיך פון דער האפענונג פון דער גוטער בשורה, וועלכע איר האט געהערט, וועלכע איז אויסגערופן געווארן אין דער גאנצער באשאפונג אונטערן הימל; פון וועלכער איך פוילוס בין געווארן א משרת. \p \v 24 איצט פריי איך מיך אין מיינע יסורים פאר אייערטוועגן, און איך פיל אָן וואס עס פעלט נאך פון די חבלי המשיח אין מיין לייב פאר זיין גוף, וואס איז די קהלה; \v 25 וועמעס משרת איך בין געווארן לויט ה׳ס פלאן, וואס איז מיר אנפארטרויט געווארן פאר אייך, צו דערפילן ה׳ס ווארט, \v 26 דעם סוד, וואס איז געווען פארבארגן פון אייביקע צייטן און פון דורות—איצט אבער איז ער אנטפלעקט צו זיינע הייליקע, \v 27 צו וועלכע ה׳ האט געוואלט לאזן וויסן, וואס איז דאס עשירות פון דער הערלעכקייט פון דעם דאזיקן סוד צווישן די אומות העולם; דאס איז משיח אין אייך, די האפענונג פון הערלעכקייט; \v 28 פון אים דרשענען מיר, מזהיר זייענדיק יעדן מענטשן און לערנענדיק יעדן מענטשן מיט יעדער חכמה, כדי מיר זאלן אפערשטעלן יעדן מענטשן ווי שלמותדיק אינם משיח; \v 29 פאר דעם צוועק באמיען איך מיך אויך און זיך געראנגלט לויט זיין כוח, וואס ווירקט אין מיר מיט גבורה. \c 2 \cl קאפיטל צוויי \p \v 1 ווארום איך וויל אייך מודיע זיין, וואס פאר א גרויסן ראנגלעניש איך פיר פאר אייערטוועגן, און פאר די אין לאאדיצעא, און פאר אלע, וואס האבן נישט געזען מיין פנים אינם פלייש; \v 2 כדי זייערע הערצער זאלן געטרייסט ווערן, צונויפגעקניפט אין ליבע און צו דער גאנצער עשירות פון דער פולער געוויסהייט פונם פארשטאנד, כדי זיי זאלן וויסן דעם סוד פון ה׳ און פון דעם משיח, \v 3 אין וועמען עס זענען פארבארגן אלע אוצרות פון חכמה און דערקענטעניש. \v 4 דאס דאזיקע זאג איך, כדי קיינער זאל אייך נישט איבעררעדן מיט גלאטע רייד. \v 5 ווארום הגם איך בין ווייט (פון אייך) אינם פלייש, דאך אינם גייסט בין איך צוזאמען מיט אייך, פרייענדיק זיך און זעענדיק אייער ארדנונג און די פעסטקייט פון אייער אמונה אין דעם משיח. \p \v 6 דעריבער, ווי איר האט אנגענומען משיח יהושען/ישוען דעם האר, אזוי זאלט איר לעבט אין אים, \v 7 איינגעווארצלט און אויפגעבויט אין אים, און געגרונטפעסטיקט אין דער אמונה, לויט ווי איר זענט געלערנט געווארן, און מיט א שפע פון לויב. \p \v 8 גיט אכטונג, אז עס זאל אייך קיינער נישט נעמען געפאנגען דורך דער פילאזאפיע און פוסטן באטרוג, לויט דער קבלה פון מענטשן, לויט די יסודותדיקע כללים פון דער וועלט, און נישט לויט משיחן; \v 9 ווייל אין אים וואוינט די גאנצע פולקייט פון דער ג‑טהייט קערפערלעך, \v 10 און איר זענט אנגעפילט אין אים, וועלכער איז דער קאפ פון יעדער ממשלה און מאכט; \v 11 אין וועמען איר זענט אויך געמלט געווארן מיט א באשניידונג (מילה) נישט מיט הענט געמאכט, דורך אויסטאן זיך פון דעם גוף פון פלייש, אין דער באשניידונג (מילה) פון דעם משיח; \v 12 בעת איר זענט נקבר געווארן מיט אים אין דער מקווה, אין וועלכער איר זענט אויך מיטאויפגעשטאנען דורך דעם גלויבן אין דער קראפט פון ה׳, וועלכער האט אים אויפגעוועקט פון די טויטע. \v 13 און אייך, וואס זענען געווען טויט אין זינד און אין דעם ערלהצושטאנד פון אייער פלייש, אייך האט ער לעבעדיק געמאכט מיט אים, מוחל זייענדיק אונדז אלע עבירות; \v 14 אויסמעקנדיק דאס כתב מיט די געזעצן, וואס איז געווען קעגן אונדז, וואס איז געווען פיינטלעך צו אונדז, און האט עס אוועקגענומען פון אונדזער מיט, צונאגלענדיק עס צום בוים; \v 15 און אפוואפענען די מאכטן און ממשלות, האט ער זיי געמאכט עפנטלעך צו שפאט, טריומפירנדיק איבער זיי אין אים. \p \v 16 דעריבער זאל אייך קיינער נישט משפטן וועגן מאכל און משקה, אדער וואס שייך א יום טוב, אדער ראשי חדשים, אדער שבתים; \v 17 וועלכע זענען א שאטן פון די זאכן לעתיד לבוא, דער (עצם) גוף אבער איז פון דעם משיח. \v 18 זאל אייך קיינער נישט בארויבן אייער שכר דורך א שיפלות פון זיך אליין און א דינען צו מלאכים, באשטייט זיך מיט דעם, וואס ער האט געזען, און איז גאווהדיק אויפגעבלאזן מיט זיין גשמיותדיקן שכל, \v 19 און האלט זיך נישט ביי דעם קאפ, פון וועלכן דער גאנצער גוף, דורך די געלענקען און פארבינדונגען, פארזארגט און צוזאמענגעהאלטן, וואקסט מיט דעם וואוקס פון ה׳. \p \v 20 אויב איר זענט געשטארבן מיט משיחן לגבי די יסודותדיקע כללים פון דער וועלט, פארוואס, ווי לעבנדיק אין דער וועלט, אונטערטעניקט איר זיך צו געזעצן: \v 21 נעם נישט אין דער האנט אריין, זיי נישט טועם, ריר נישט אָן (ציטירן ניטציטירן)— \v 22 דאס אלץ ווערט פארדארבן דורכן געברויך—לויט די מצוות און לערנונגען פון מענטשן? \v 23 אזעלכעס האט נאר דעם שיין פון חכמה אין א דינען פון דעם ווילן און אין א שיפלות און אין א פייניקן דאס לייב, עס האט אבער נישט קיין ווערט קעגן דער באפרידיקונג פון דעם פלייש. \c 3 \cl קאפיטל דריי \p \v 1 דעריבער, אויב איר זענט אויפגעשטאנען צוזאמען מיט דעם משיח, זאלט איר זוכן דאס, וואס איז אויבן, וואו דער משיח זיצט צו ה׳ס רעכטער זייט. \v 2 טראכט פון דעם, וואס איז אויבן, נישט פון דעם, וואס איז אויף דער ערד. \v 3 ווארום איר זענט געשטארבן, און אייער לעבן איז פארבארגן מיט דעם משיח אין ה׳. \v 4 ווען דער משיח, אונדזער לעבן, וועט נתגלה ווערן, וועט איר דעמאלט אויך נתגלה ווערן מיט אים אין כבוד. \p \v 5 טייט דעריבער אפ אייערע אברים, וועלכע זענען אויף דער ערד: זנות, טומאה, תאווה, בייזע גלוסטונג, און די געלטגייציקייט, וואס איז עבודה זרה; \v 6 צוליב וועלכע דער גרימצארן פון ה׳ קומט אויף די קינדער פון ווידערשפעניקייט; \v 7 אין וועלכע זאכן איר האט אויך געלעבט אמאל, ווען איר האט געלעבט אין די דאזיקע. \v 8 איצט אבער טוט אויך אפ (פון זיך) דאס אלץ: רוגז, כעס, רשעות, לעסטערונג, שענדלעכע רייד פון אייער מויל; \v 9 זאגט נישט קיין שקר איינס דעם אנדערן, ווייל איר האט אויסגעטאן (פון זיך) דעם אלטן מענטשן מיט זיינע מעשים, \v 10 און האט אנגעטאן דעם נייעם, וועלכער ווערט באנייט צו דערקענטעניש לויט דעם אפבילד פון זיין באשעפער; \v 11 וואו עס איז נישטא קיין גריך און ייד, מילה און ערלה, בארבאר, סקיטער, קנעכט, פרייער (מענטש), נאר משיח איז אלץ און אין אלעם. \p \v 12 קליידט זיך אָן דעריבער, ווי אויסדערוויילטע פון ה׳, הייליקע און געליבטע, מיט א הארץ פון רחמנות, גוטסקייט, מיט א נידעריק געמיט, ענווה, סבלנות; \v 13 פארטראגט איינער דעם אנדערן און זייט זיך מוחל, ווען עמיצער האט עפעס פארצוווארפן אן אנדערן; פונקט ווי אויך דער האר האט אייך מוחל געווען, אזוי (זאלט) איר אויך (טאן); \v 14 און איבער אלעם (זאלט איר אנטאן) ליבע, וואס איז דער בונד פון שלימות. \v 15 און זאל אין אייערע הערצער הערשן דער שלום פון דעם משיח, צו וועלכן איר זענט גערופן געווארן אין איין גוף, און זייט דאנקבאר. \v 16 זאל משיחס ווארט וואוינען בשפע אין אייך, אין יעדער חכמה; לערנט און זייט מזהיר איינער דעם אנדערן מיט מזמורים, לויב געזאנגען און רוחניותדיקע שירים, און זינגט מיט דאנק אין אייערע הערצער צו ה׳. \v 17 און אלץ, וואס איר טוט, סאי אין ווארט סאי אין טאט, (זאלט איר טאן) אלץ אין דעם נאמען פונם האר יהושע/ישוע, דאנקענדיק ג‑ט דעם פאטער דורך אים. \p \v 18 איר פרויען, אונטערטעניקט זיך צו אייערע מענער, ווי עס שטייט אָן אינם האר. \v 19 איר מענער, האט ליב אייערע ווייבער, און פארביטערט זיך נישט קעגן זיי. \v 20 קינדער, זייט געהארכזאם צו אייערע עלטערן אין אלעם, ווארום דאס דאזיקע איז וואוילגעפעלן פאר דעם האר. \v 21 טאטעס, דערצערנט נישט אייערע קינדער, כדי זיי זאלן נישט פארלירן דעם מוט. \v 22 איר קנעכט, זייט געהארכזאם אין אלעם צו אייערע הארן לויטן פלייש, נישט צו דינען נאר פארן אויג, ווי די, וועלכע זענען אויסן חן ביי מענטשן, נאר מיט אן אויפריכטיקייט פון דעם הארצן, פארכטנדיק זיך פאר דעם האר; \v 23 און וואס איר וועט טאן, זאלט איר טאן מיטן גאנצן הארצן, ווי פאר דעם האר, און נישט פאר מענטשן, \v 24 וויסנדיק, אז פון דעם האר וועט איר באקומען דעם שכר פון דער ירושה; ווארום איר דינט דעם האר משיח! \v 25 און ווער עס טוט אן עוולה, וועט ער באקומען דעם (עונש פאר דער) עוולה, וואס ער האט געטאן, און עס גיבט נישט קיין נושא פנים זיין. \c 4 \cl קאפיטל פיר \p \v 1 איר הארן, גיט אייערע קנעכט דאס, וואס איז גערעכט און יושרדיק, און זייט וויסן, אז אויך איר האט א האר אין הימל. \p \v 2 האלט אָן אין מתפלל זיין, און וואכט אין דעם מיט דאנק; \v 3 תפילה טוענדיק צוגלייך אויך פאר אונדז, אז ה׳ זאל אויפעפענען א טיר פאר דעם ווארט, צו רעדן דעם סוד פון משיח, צוליב וועמען איך בין אויך געבונדן; \v 4 כדי איך זאל עס מגלה זיין, ווי איך דארף רעדן. \v 5 פירט זיך אין חכמה לגבי די, וואס זענען אין דרויסן, אויסקויפנדיק די צייט. \v 6 אייער ווארט זאל תמיד זיין מיט חן, געווירצט מיט זאלץ, כדי איר זאלט וויסן וויאזוי איר האט יעדן איינעם צו ענטפערן. \p \v 7 אלץ, וואס מיך באטרעפט, וועט טיכיקוס דער געליבטער ברודער און געטרייער משרת און מיין מיטקנעכט אינם האר אייך צו וויסן טאן, \v 8 וועמען איך האב געשיקט צו אייך פאר דעם זעלביקן צוועק, כדי איר זאלט וויסן ווי עס דערגייט אונדז, און ער זאל טרייסטן אייערע הערצער, \v 9 צוזאמען מיט אנעסימוסן, דעם געטרייען און געליבטן ברודער, וועלכער איז פון אייך. זיי וועלן אייך אלץ מודיע זיין, וואס עס קומט דא פאר. \p \v 10 עס גיט אייך אפ שלום אריסטארכוס דער מיטגעפאנגענער מיינער, און מארקוס בר‑נבאס שוועסטערן‑זון (וועגן וועמען איר האט באקומען באפעלן; אויב ער וועט קומען צו אייך, זאלט איר אים אויפנעמען), \v 11 און יהושע/ישוע, וועלכער ווערט גערופן יוסטוס, וואס זענען פון די געמלטע; די דאזיקע זענען מיינע איינציקע מיטארבעטער אין דעם קעניגרייך פון ה׳, וועלכע זענען געווארן פאר מיר א נחמה. \v 12 עס גיט אייך אפ שלום עפאפראס, וועלכער איז פון אייך, א קנעכט פון דעם משיח יהושע/ישוע, תמיד ראנגלענדיק זיך פאר אייערטוועגן אין זיינע תפילות, כדי איר זאלט שטיין פולקום און פעליק געוויס אין דעם גאנצן רצון פון ה׳. \v 13 ווארום איך זאג עדות וועגן אים, אז ער גיט זיך פיל מי פאר אייך און פאר די אין לאאדיצעא און אין היעראפאליס. \v 14 עס גיט אייך אפ שלום לוקאס דער געליבטער רופא, און דעמאס. \v 15 גיט אפ שלום די ברידער אין לאאדיצעא, און נימפאסן, און די קהלה אין איר הויז. \v 16 און ווען דער בריוו וועט ביי אייך פארגעלייענט ווערן, מאכט, אז ער זאל אויך געלייענט ווערן אין דער קהלה אין לאאדיצעא; און אז איר זאלט אויך לייענען דעם בריוו פון לאאדיצעא. \v 17 און זאגט ארכיפוסן: גיב אכטונג אויף דער עבודה, וואס דו האסט באקומען אינם האר, אז דו זאלסט זי דערפילן. \p \v 18 דער גרוס מיט מיין אייגענער האנט, פון (מיר) פוילוס. געדענקט מיינע קייטן. זאל דער חסד זיין מיט אייך. אמן.