\id ACT - Orthodox Yiddish Brit Chadasha \ide UTF-8 \h שליחים געשיכטע \toc2 די שליחים געשיכטע \toc1 די שליחים געשיכטע \mt די שליחים געשיכטע \c 1 \p \v 1 דעם ערשטן באריכט האב איך געמאכט, אָ טעאפילוס, וועגן אלעם, וואס יהושע/ישוע האט אנגעהויבן צו טאן און צו לערנען, \v 2 ביז צום טאג, ווען ער איז ארויפגענומען געווארן, נאך דעם ווי ער האט דורך דעם רוח הקודש געבאטן די שליחים, וועלכע ער האט אויסדערוויילט; \v 3 צו וועמען נאך זיין ליידן ער האט זיך באוויזן לעבעדיק דורך א סך זיכערע באווייזן, דערשיינענדיק צו זיי במשך פון פערציק טעג און רעדנדיק וועגן דעם, וואס האט א שייכות צום קעניגרייך פון ה׳; \v 4 און ווען זיי זענען געווען פארזאמלט, האט ער זיי באפוילן נישט אוועקצוגיין פון ירושלים, נאר צו ווארטן אויף דער הבטחה פונם פאטער, וועלכע—האט ער געזאגט—איר האט געהערט פון מיר; \v 5 ווייל יוחנן האט געטובלט מיט וואסער אין דער מקווה, איר אבער וועט געטובלט ווערן אין דער מקווה מיט דעם רוח הקודש נישט אין פיל טעג ארום. \p \v 6 דעריבער, ווען זיי זענען זיך צוזאמענגעקומען, האבן זיי אים געפרעגט, אזוי צו זאגן: האר, צי וועסטו אין דער דאזיקער צייט ווידער אויפריכטן דאס מלכות צו ישראל? \v 7 האט ער צו זיי געזאגט: עס איז נישט אייער זאך צו וויסן די צייטן אדער זמנים, וועלכע דער פאטער האט פעסטגעזעצט אין זיין מאכט. \v 8 נאר איר וועט באקומען גבורה, ווען דער רוח הקודש וועט קומען אויף אייך; און וועט זיין מיינע עדות אין ירושלים און אין גאנץ יהודה און אין שומרון און ביז צום עק פון דער ערד. \v 9 און האבנדיק דאס געזאגט, איז ער ארויפגענומען געווארן, און זיי האבן עס געזען, און א וואלקן האט אים אוועקגענומען פון זייערע אויגן. \v 10 און ווי זיי האבן אזוי פעסט געקוקט צום הימל, בשעת ער איז אוועק ארויף, זע, ביי זיי זענען געשטאנען צוויי מענער אין ווייסע קליידער; \v 11 וועלכע האבן אויך געזאגט: איר מענער פון גליל, וואס שטייט איר און קוקט ארויף צום הימל? דער דאזיקער יהושע/ישוע, וואס איז ארויפגענומען געווארן פון אייך אין הימל אריין, וועט אויף אזא אופן קומען, ווי איר האט אים געזען ארויפגיין אין הימל אריין. \p \v 12 דעמאלט האבן זיי זיך אומגעקערט קיין ירושלים פונם בארג, וואס הייסט הר הזיתים, וועלכער איז נאענט פון ירושלים א שטח א תחום שבת. \v 13 און ווען זיי זענען אריינגעקומען, זענען זיי ארויפגעגאנגען אין דער אויבערשטוב, וואו פעטרוס און יוחנן און יעקב און אנדריי, פיליפוס און תומא, בר‑תלמי און מתתיהו, יעקב בן חלפי און שמעון הקנאי און יהודה בן יעקב האבן געוואוינט. \v 14 די אלע האבן איינשטימיק אנגעהאלטן אין תפילה טאן, צוזאמען מיט די פרויען, און מרים ישועס מוטער און מיט זיינע ברידער. \p \v 15 און אין די דאזיקע טעג איז פעטרוס אויפגעשטאנען אין דער מיט פון די ברידער און האט געזאגט—אן עולם אן ערך הונדערט און צוואנציק זענען דערביי געווען פארזאמלט— \v 16 ברידער, עס האט געמוזט דערפילט ווערן דער פסוק, וואס דער רוח הקודש האט פארויסגעזאגט דורך דודס מויל וועגן יהודהן, וועלכער איז געווארן א וועגווייזער פאר די, וואס האבן געפאנגען גענומען יהושען/ישוען. \v 17 ווייל ער איז געווען געציילט מיט אונדז און האט באקומען זיין חלק אין דער דאזיקער עבודה. \v 18 דער דאזיקער האט זיך דערווארבן א פעלד פארן שכר פון זיין רשעות, און איז אנידערגעפאלן מיטן קאפ אראפ און איז צעפלאצט געווארן אין דער מיט, און אלע זיינע געדערעם זענען ארויס. \v 19 און דאס דאזיקע איז באקאנט געווארן צו אלע איינוואוינער אין ירושלים, אזוי, אז אין זייער אייגענעם דיאלעקט ווערט יענץ פעלד אנגערופן חקל דמא, דאס הייסט א פעלד פון בלוט. \v 20 ווארום עס שטייט געשריבן אין ספר תהלים: \q זאל זיין וואוינונג ווערן א מדבר, \q און זאל זיך קיין איינוואוינער נישט געפינען אין איר; \m און; \q זיין אויפזיכט זאל אן אנדערער איבערנעמען. \qr (תהלים סט, כו; קט, ח.) \m \v 21 עס איז דעריבער נויטווענדיק, אז איינער פון די דאזיקע מענער, וואס האבן אונדז באגלייט די גאנצע צייט, אין וועלכער דער האר יהושע/ישוע איז אריינגעגאנגען און ארויסגעגאנגען צווישן אונדז, \v 22 אנהויבנדיק פון יוחננס מקווה ביז צום טאג, ווען ער איז פון אונדז ארויפגענומען געווארן, זאל זיין אן עדות מיט אונדז פון זיין תחית המתים. \v 23 און זיי האבן געשטעלט צוויי, יוספן, וועמען מען האט גערופן בר‑שבא, און האט געהאט דעם צונאמען יוסטוס, און מתיה. \v 24 און האבן תפילה געטאן און געזאגט: דו, אָ האר, וואס ווייסט אלעמענס הערצער, ווייז וועלכן דו האסט אויסדערוויילט פון די דאזיקע צוויי, \v 25 איינעם, וואס זאל איבערנעמען דאס ארט פון דער דאזיקער עבודה און שליחות, פון וועלכער יהודה איז אפגעפאלן, כדי צו גיין אויף זיין אייגן ארט. \v 26 און האבן געווארפן גורל פאר זיי, און דאס גורל איז אויסגעפאלן אויף מתיה; און ער איז צוגערעכנט געווארן צו די עלף שליחים. \c 2 \cl קאפיטל צוויי \p \v 1 און ווען עס איז געקומען דער טאג פון שבועות, זענען אלע געווען פארזאמלט אויף איין ארט. \v 2 און פלוצלונג איז געווארן א רעש פון הימל, ווי פון א גיכן און געוואלדיקן שטורמווינט, און האט אנגעפילט דאס גאנצע הויז, וואו זיי זענען געזעסן. \v 3 און עס האבן זיך באוויזן צו זיי צעטיילטע צונגען ווי פון פייער, און האבן זיך געזעצט אויף יעדן איינעם פון זיי. \v 4 און אלע זענען פול געווארן מיט דעם רוח הקודש און האבן אנגעהויבן רעדן אויף אנדערע לשונות, לויט ווי דער גייסט האט זיי געגעבן זיך אויסצודריקן. \p \v 5 און אין ירושלים האבן געוואוינט יידן, יראישמים, פון אלע פעלקער אונטערן הימל. \v 6 און ווען דאס דאזיקע קול (פונם רעש) איז געקומען, האט זיך דער המון עם פארזאמלט און איז צוטומלט געווארן, ווייל יעדער איינער האט זיי געהערט רעדן אויף זיין אייגן לשון. \v 7 און זיי זענען דערשטוינט געווארן און האבן זיך געוואונדערט, אזוי צו זאגן: אָט זעט, צי זענען דען נישט אלע די דאזיקע, וואס רעדן, מענטשן פון גליל? \v 8 און וויאזוי (איז עס, אז) מיר הערן יעדער איינער אין אונדזער אייגענער שפראך, אין וועלכער מיר זענען געבוירן געווארן? \v 9 פרתיים און מעדער און עלאמיטן, און די איינוואוינער פון ארם נהרים, יהודה, קאפאדאציע, פאנטוס און (קליין) אזיען, \v 10 פריגיען און פאמפיליען, מצרים און די טיילן פון ליביען ביי קירניה, און די געקומענע פון רוים, \v 11 יידן און גרים, קרעטער און אראבערן; מיר הערן זיי רעדן אויף אונדזערע לשונות (וועגן) די גרויסע מעשים פון ה׳. \v 12 און אלע זענען געווארן אויסער זיך און צוטומלט, און האבן געזאגט איינער צום אנדערן: וואס זאל דאס באטייטן? \v 13 אנדערע אבער, אפשפאטנדיק, האבן געזאגט: זיי זענען פול מיט זיסן וויין. \p \v 14 אבער פעטרוס, אויפשטעלנדיק זיך צוזאמען מיט די עלף, האט אויפגעהויבן זיין קול און צו זיי געזאגט: איר מענער פון יהודה און אלע איינוואוינער פון ירושלים, זייט דאס וויסן, און נייגט אייערע אויערן צו מיינע ווערטער. \v 15 ווארום די דאזיקע זענען נישט, ווי איר מיינט, שכור, ווייל עס איז (איצט בלויז) די דריטע שעה פון טאג. \v 16 נאר דאס איז, וואס איז געזאגט געווארן דורך דעם נביא יואל: \q \v 17 און עס וועט געשען אין די לעצטע טעג, זאגט ה׳, \q איך וועל אויסגיסן פון מיין גייסט אויף יעדן בשר (ודם); \q און אייערע זין און אייערע טעכטער וועלן נבואות זאגן, \q און אייערע יונגעלייט וועלן זען חזיונות, \q און אייערע זקנים וועלן חלומען חלומות, \q \v 18 און אפילו אויף מיינע קנעכט און דינסטן \q וועל איך אויסגיסן פון מיין גייסט אין יענע טעג, \q און זיי וועלן נבואות זאגן. \q \v 19 איך וועל געבן מופתים אויבן אין הימל \q און אותות אונטן אויף דער ערד, \q בלוט און פייער און א וואלקן רויך. \q \v 20 די זון וועט פארקערט ווערן אין פינצטערניש \q און די לבנה—אין בלוט, \q איידער עס וועט קומען דער גרויסער \q2 און מוראדיקער טאג פון דעם האר. \q \v 21 און עס וועט געשען, אז יעדער איינער, \q2 וואס וועט אנרופן דעם נאמען פון דעם האר, \q וועט געראטעוועט ווערן. \qr (יואל ג, א-ה.) \m \v 22 מענער פון ישראל, הערט די דאזיקע ווערטער: יהושע/ישוע פון נצרת, א מאן, וואס איז צו אייך געוויזן געווארן פון ה׳ דורך גבורות, מופתים און אותות, וועלכע ה׳ האט געטאן דורך אים אין אייער מיט, ווי איר ווייסט עס אליין, \v 23 דעם דאזיקן, וואס איז איבערגעגעבן געווארן לויט ה׳ס אויסדריקלעכער עצה און פארויסוויסן, האט איר גענומען און דורך די הענט פון רשעים אויפגעהאנגען אויף דער בוים און אומגעברענגט; \v 24 אים האט ה׳ אויפגעוועקט, אויפלויזנדיק די יסורים פון טויט, ווייל עס האט נישט געקענט זיין, אז ער זאל פון אים געהאלטן ווערן. \q \v 25 ווארום דוד (המלך) זאגט אויף אים: \q געזען האב איך דעם האר תמיד פאר מיר, \q דען ער איז אויף מיין רעכטער האנט, \q כדי איך זאל מיך נישט וואקלען. \q \v 26 דערפאר האט מיין הארץ זיך משמח געווען \q און מיין צונג האט זיך געפריידט, \q און עס וועט נאך מיין לייב רוען אויף האפענונג; \q \v 27 ווייל דו וועסט נישט איבערלאזן \q מיין נפש אין שאול (תחתית), \q דו וועסט אויך נישט דערלאזן \q דיין הייליקן צו זען פארדארבונג. \q \v 28 דו האסט מיר באקאנט געמאכט די וועגן פון לעבן, \q דו וועסט מיך זאט מאכן מיט פרייד פאר דיין פנים. \qr (תהלים טז, ח-יא.) \m \v 29 ברידער, לאזט מיך רעדן צו אייך מיט דרייסטקייט וועגן דעם שטאמפאטער דוד, אז ער איז נפטר געווארן און מען האט אים באגראבן, און זיין קבר איז ביי אונדז ביז צום היינטיקן טאג. \v 30 זייענדיק אבער א נביא און וויסנדיק, אז מיט א שבועה האט ה׳ אים צוגעשוואוירן, צו מאכן זיצן אויף זיין טראן (איינעם) פון דער פרוכט פון זיינע לענדן (תהלים קלב, יא; פט, ד-ה; שמואל ב ז, יב-יג.), \v 31 פארויסזעענדיק דאס, האט ער גערעדט בנוגע דעם משיחס תחית המתים, אז ער איז נישט איבערגעלאזט געווארן אין שאול, און אז זיין פלייש האט נישט געזען פארדארבונג. \v 32 דעם דאזיקן יהושע/ישוע האט ה׳ אויפגעשטעלט, פון וועלכן מיר אלע זענען עדות. \v 33 דעריבער, אזוי ווי ער איז דערהויבן געווארן צו ה׳ס רעכטער האנט און האט באקומען די הבטחה פונם פאטער וואס שייך דעם רוח הקודש, האט ער דאס אויסגעגאסן, וואס איר זעט איצט און הערט. \v 34 ווארום דוד איז נישט ארויפגעגאנגען אין הימל אריין, דען ער אליין זאגט: \q דער האר האט געזאגט צו מיין האר: \q זיץ ביי מיין רעכטער זייט, \q \v 35 ביז איך וועל אנידערלייגן דיינע פיינט \q פאר א פוסבענקעלע צו דיינע פיס. \qr (תהלים קי, א.) \m \v 36 דעריבער זאל דאס גאנצע בית ישראל זיכער וויסן, אז דעם דאזיקן יהושע/ישוע, וועמען איר האט אויפגעהאנגען אויף דער בוים, האט ה׳ געמאכט סאי פאר האר סאי פאר משיח. \v 37 און ווי זיי האבן דאס געהערט, האבן זיי עס זיך גענומען צום הארצן, און געזאגט צו פעטרוסן און צו די איבריקע שליחים: ברידער, וואס זאלן מיר טאן? \v 38 און פעטרוס האט צו זיי געזאגט: טוט תשובה, און זאל יעדער איינער פון אייך זיך לאזן טובל זיין אין דער מקווה אינם נאמען פון יהושע/ישוע המשיחן צו דער פארגעבונג פון אייערע זינד, און איר וועט באקומען די מתנה פון דעם רוח הקודש. \v 39 ווארום די הבטחה איז צו אייך און צו אייערע קינדער, און צו אלע, וואס זענען פון ווייטן, וועלכע דער האר אונדזער ג‑ט וועט רופן. \v 40 און מיט נאך א סך אנדערע רייד האט ער עדות געזאגט און זיי מזהיר געווען, זאגנדיק: ראטעוועט זיך פון דעם דאזיקן פארקרימטן דור. \v 41 און די, וואס האבן אנגענומען זיין ווארט, האבן זיך געלאזט טובל זיין אין דער מקווה, און עס זענען צוגעקומען יענעם טאג אן ערך דריי טויזנט נפשות. \v 42 און זיי האבן שטענדיק עוסק געווען אין דער לערנונג פון די שליחים און אין דער חברותאשאפט, אין ברויט ברעכן און אין די תפילות. \p \v 43 און עס איז געקומען א מורא אויף יעדן נפש, און א סך מופתים און אותות זענען געשען דורך די שליחים. \v 44 און אלע מאמינים זענען געווען צוזאמען, און האבן אלץ געהאט געמיינזאם; \v 45 און האבן פארקויפט זייער האב און גוטס און עס צעטיילט צו אלעמען, לויט ווי יעדער איינער האט זיך גענייטיקט. \v 46 און טאג אויס טאג איין האבן זיי זיך געפלייסט צו זיין אין בית המקדש, און געבראכן ברויט פון הויז צו הויז, און געגעסן זייער שפייז מיט שמחה און אויפריכטיקייט פונם הארצן, \v 47 לויבנדיק ה׳ און געפינענדיק חן ביים גאנצן פאלק. און יעדן טאג האט דער האר מוסיף געווען צו זיי די, וואס זענען געראטעוועט געווארן. \c 3 \cl קאפיטל דריי \p \v 1 און פעטרוס און יוחנן זענען ארויפגעגאנגען אין בית המקדש אריין אין דער שעה פון תפילה, דער ניינטער. \v 2 און א מאן, א לאמען פון זיין מוטערס לייב, האט מען געברענגט צו טראגן, וועלכן מען פלעגט אנידערזעצן יעדן טאג ביים טויער פון בית המקדש, וואס האט געהייסן שער המהודר, צו בעטן נדבות פון די, וואס זענען אריינגעגאנגען אין בית המקדש אריין. \v 3 דערזעענדיק פעטרוסן און יוחנן, וועלכע האבן געהאלטן ביים אריינגיין אין בית המקדש, האט ער (זיי) געבעטן א נדבה. \v 4 פעטרוס אבער האט אויף אים א בליק געטאן מיט יוחנן און געזאגט: קוק אויף אונדז. \v 5 און ער האט געווענדט זיין פנים צו זיי, האפנדיק עפעס פון זיי צו באקומען. \v 6 פעטרוס אבער האט געזאגט: זילבער און גאלד האב איך נישט, נאר וואס איך האב יא, דאס גיב איך דיר. אין דעם נאמען פון יהושע/ישוע המשיח פון נצרת, שטיי אויף און גיי. \v 7 און ער האט אים אנגעכאפט ביי דער רעכטער האנט און אים אויפגעשטעלט; און אין אן אויגנבליק זענען זיינע פיס און קנעכלעך געשטארקט געווארן. \v 8 און ער איז אויפגעשפרונגען און האט זיך אנידערגעשטעלט, און איז ארומגעגאנגען; און איז אריינגעגאנגען מיט זיי אין בית המקדש אריין, ארומגייענדיק און שפרינגענדיק און לויבנדיק ה׳. \v 9 און דאס גאנצע פאלק האט אים געזען ארומגיין און לויבן ה׳. \v 10 און מען האט אים דערקענט, אז דאס איז דער, וואס פלעגט זיצן אויף נדבות ביים שער המהודר פון בית המקדש, און זיי זענען פול געווארן מיט שטוינען און פארוואונדערונג איבער דעם, וואס איז אים געשען. \p \v 11 און בשעת ער האט זיך געהאלטן צו פעטרוסן און יוחנן, איז דער גאנצער עולם זיך צוזאמענגעלאפן צו זיי צו דעם פאליש, וואס האט געהייסן אולם של שלמה, אויסער זיך פון שטוינען. \v 12 און זעענדיק דאס, האט פעטרוס געענטפערט דעם עולם: איר מענער פון ישראל, וואס וואונדערט איר זיך איבער דער דאזיקער זאך? אדער וואס קוקט איר אזוי אויף אונדז, גלייך ווי מיט אונדזער אייגענעם כוח אדער פרומקייט האבן מיר אים געמאכט ארומגיין? \v 13 דער ג‑ט פון אברהם און יצחק און יעקב, דער ג‑ט פון אונדזערע אבות, האט פארהערלעכט זיין קנעכט יהושע/ישוע, וועמען איר האט איבערגעגעבן, און פארלייקנט פאר פילאטוסן, ווען ער האט באשלאסן אים צו באפרייען. \v 14 איר אבער האט פארלייקנט דעם קדוש און צדיק, און פארלאנגט אז א מאן א רוצח זאל אייך באגנעדיקט ווערן, \v 15 און האט געטייט דעם שר החיים, וועמען ה׳ האט אויפגעוועקט פון די טויטע, פון וואס מיר זענען עדות. \v 16 און דורך דער אמונה אין זיין נאמען, האט זיין נאמען געשטארקט דעם דאזיקן, וואס איר זעט (דא) און קענט; און דער גלויבן, וואס איז דורך אים, האט אים געגעבן די פולע געזונטהייט פאר אייך אלעמען. \v 17 און איצט, ברידער, איך ווייס, אז איר האט עס געטאן נישט וויסנדיקערהייט, ווי אויך אייערע שרים. \v 18 אבער ה׳ האט אויף אזא אופן דערפילט, וואס ער האט פארויסגעזאגט דורך דעם מויל פון אלע נביאים, אז זיין משיח וועט ליידן. \v 19 דעריבער טוט תשובה און קערט אייך אום, כדי אייערע זינד זאלן אויסגעמעקט ווערן, \v 20 אז עס זאלן קומען צייטן פון דערקוויקונג פון דעם פנים פון דעם האר, און אז ער זאל אייך שיקן דעם פארויסבאשטימטן משיח יהושע/ישוע, \v 21 וועמען דער הימל מוז אויפנעמען ביז צו דער צייט, ווען אלץ וועט צוריקגעשטעלט ווערן, פון וועלכן ה׳ האט גערעדט פון אייביק אָן דורך דעם מויל פון זיינע הייליקע נביאים. \v 22 ווארום משה (רבינו) האט געזאגט: \pm א נביא, גלייך צו מיר, וועט דער האר ג‑ט אויפשטעלן צו אייך, פון צווישן אייערע ברידער; אים זאלט איר הערן לויט אלעם, וואס ער וועט צו אייך רעדן; \v 23 און עס וועט זיין, אז יעדעס נפש, וואס וועט יענעם נביא נישט הערן, זאל פארטיליקט ווערן פון דעם פאלק. \qr (דברים יח, טו, יט.) \m \v 24 און אלע נביאים פון שמואל אָן און די, וואס זענען געווען נאך אים, וואס האבן גערעדט, האבן אויך אנגעזאגט די דאזיקע טעג. \v 25 איר זענט די קינדער פון די נביאים, און פון דעם בונד (ברית), וואס ה׳ האט געמאכט מיט אייערע אבות, ווען ער האט געזאגט צו אברהמען: \q און דורך דיין זאמען וועלן געבענטשט ווערן \q אלע משפחות פון דער ערד. \qr (בראשית כב, יח.) \m \v 26 צו אייך קודם כל האט ה׳ אויפגעשטעלט זיין קנעכט און אים געשיקט אייך צו בענטשן, ווען יעדער איינער פון אייך וועט זיך אוועקקערן פון זיינע (מעשים) רעים. \c 4 \cl קאפיטל פיר \p \v 1 און בשעת זיי האבן גערעדט צום עולם, זענען אויף זיי געקומען די כהנים און דער מיליטערישער הויפטמאן פונם בית המקדש און די צדוקים, \v 2 ווייל זיי זענען געווען זייער אויפגעבראכט צוליב דעם, וואס זיי לערנען דאס פאלק און זאגן אָן תחית המתים דורך יהושען/ישוען. \v 3 און האבן ארויפגעלייגט די הענט אויף זיי, און זיי איינגעזעצט אין תפיסה ביז אינדערפרי; ווארום עס איז שוין געווען אוונט. \v 4 א סך אבער וואס האבן געהערט דאס ווארט, האבן געגלויבט; און די צאל פון די מענער איז געווען אן ערך פינף טויזנט. \p \v 5 און עס איז געשען, אינדערפרי זענען זיך צונויפגעקומען זייערע שרים און די זקנים און די סופרים אין ירושלים \v 6 און חנן דער כהן גדול, און קיפא און יוחנן און אלעקסאנדער, און אלע, וואס זענען געווען פון דעם כהן גדולס משפחה. \v 7 און מען האט זיי אוועקגעשטעלט אין דער מיט, און געפרעגט: מיט וועלכן כוח, אדער מיט וועלכן שם האט איר דאס געטאן? \v 8 דעמאלט איז פעטרוס פול געווארן מיט דעם רוח הקודש און האט געזאגט צו זיי: איר שרים פונם פאלק און זקנים פון ישראל, \v 9 אויב מען איז אונדז היינט חוקר ודורש וועגן דער טובה צום קראנקן מענטשן, דורך וואס ער איז געהיילט געווארן, \v 10 זאלט איר אלע וויסן און דאס גאנצע פאלק ישראל, אז אין דעם נאמען פון יהושע/ישוע המשיח פון נצרת, וועמען איר האט אויפגעהאנגען אויף דער בוים, וועמען ה׳ האט אויפגעוועקט פון די טויטע, דורך דעם דאזיקן שטייט דער מאן געזונט פאר אייך. \v 11 ער איז דאס דער שטיין, וואס איר, די בוימייסטערס, האט פארווארפן, וועלכער איז געווארן צום הויפט פונם ווינקל. \v 12 און עס איז נישט פאראן קיין ישועה אין קיין אנדערן; ווארום עס איז נישטא אונטערן הימל קיין אנדערער נאמען, וואס איז געגעבן געווארן צווישן מענטשן, דורך וועלכן מיר זאלן געראטעוועט ווערן. \p \v 13 און ווען זיי האבן געזען דעם מוט פון פעטרוסן און יוחנן, און האבן פארשטאנען, אז זיי זענען אומגעלערנטע און איינפאכע מענטשן, האבן זיי זיך געוואונדערט, און דערקענט, אז זיי זענען געווען מיט יהושען/ישוען. \v 14 און זעענדיק דעם מענטשן, וואס איז געהיילט געווארן, שטיין מיט זיי, האבן זיי נישט געהאט וואס אקייגנצורעדן. \v 15 נאר באפעלנדיק זיי ארויסצוגיין אינדרויסן פון סנהדרין, האבן זיי זיך באראטן איינער מיטן אנדערן, \v 16 אזוי צו זאגן: וואס זאלן מיר טאן מיט די דאזיקע מענטשן? ווארום אז א באקאנט נס איז דורך זיי געשען, איז קלאר צו אלע איינוואוינער פון ירושלים, און מיר קענען עס נישט אפלייקענען. \v 17 נאר כדי עס זאל זיך נישט נאך מער פארשפרייטן צווישן פאלק, לאמיר זיי מזהיר זיין מער נישט צו רעדן צו קיינעם אין דעם דאזיקן נאמען. \v 18 און האבן זיי גערופן, און באפוילן אינגאנצן נישט צו רעדן און נישט צו לערנען אין דעם נאמען פון יהושע/ישוע. \v 19 פעטרוס אבער און יוחנן האבן ענטפערנדיק געזאגט צו זיי: משפט איר, צי עס איז גערעכט פאר ה׳ אייך מער צו געהארכן ווי ה׳ (אליין); \v 20 ווארום מיר קענען נישט אנדערש ווי רעדן דאס, וואס מיר האבן געזען און געהערט. \v 21 און זיי האבן נאכאמאל זיי געווארנט, און אפגעלאזט, נישט געפינענדיק עפעס, פארוואס זיי צו באשטראפן, צוליב דעם פאלק; ווייל אלע האבן געלויבט ה׳ איבער דעם, וואס איז געשען. \v 22 ווארום דער מענטש איז געווען עלטער ווי פערציק יאר, צו וועמען עס איז געטאן געווארן דאס דאזיקע נס פון רפואה. \p \v 23 און ווערנדיק באפרייט, זענען זיי געקומען צו זייערע אייגענע און האבן דערציילט אלץ, וואס די הויפט כהנים און די זקנים האבן צו זיי געזאגט. \v 24 און ווען זיי האבן דאס געהערט, האבן אלע צוזאמען אויפגעהויבן זייער קול צו ה׳, און געזאגט: אָ האר, דו ביסט עס, וואס האט באשאפן דעם הימל און די ערד און דעם ים, און אלץ, וואס איז אין זיי; \v 25 דו האסט געזאגט דורך דעם רוח הקודש דורך דעם מויל פון אונדזער פאטער דוד, דיין קנעכט: \q פארוואס צארנען די אומות (העולם), \q און די פעלקער טראכטן אויס פוסטקייטן? \q \v 26 די מלכים פון דער ערד האבן זיך אויפגעשטעלט, \q און די פירשטן האבן זיך אינאיינעם פארזאמלט, \q קעגן דעם האר און קעגן זיין משיח. \qr (תהלים ב, א-ב.) \m \v 27 ווארום באמת אין דער דאזיקער שטאט האבן זיך פארזאמלט קעגן דיין הייליקן קנעכט יהושע/ישוע, וועמען דו האסט געזאלבט, הורדוס און פאנטיוס פילאטוס מיט די אומות (העולם) און די פעלקער ישראל, \v 28 צו טאן וואס דיין האנט און עצה האט פארויס גוזר געווען, אז עס זאל געשען. \v 29 און איצט אָ האר, קוק אויף זייערע דראונגען, און גיב דיינע קנעכט צו רעדן דיין ווארט מיט א פולן דרייסטקייט, \v 30 בשעת דו טוסט אויסשטרעקן דיין האנט צו היילן, און צו טאן אותות און מופתים דורך דעם נאמען פון דיין הייליקן קנעכט יהושע/ישוע. \v 31 און בעת זיי האבן תפילה געטאן, האט דאס ארט געציטערט, אין וועלכן זיי זענען געווען פארזאמלט; און אלע זענען פול געווארן מיט דעם רוח הקודש, און האבן גערעדט דאס ווארט פון ה׳ מיט דרייסטקייט. \p \v 32 און ביי דעם רוב מאמינים איז געווען איין הארץ און איין גייסט, און קיינער האט נישט געזאגט, אז עפעס פון זיין באזיץ איז זיין אייגנס; נאר אלץ איז ביי זיי געווען געמיינשאפטלעך. \v 33 און מיט גרויס גבורה האבן די שליחים אפגעגעבן דאס עדות זאגן פון דעם האר ישועס אויפשטיין (תחית המתים); און גרויס חסד איז געווען אויף זיי אלעמען. \v 34 און עס איז נישט געווען קיין נויטליידנדער צווישן זיי, ווייל אלע, וואס האבן פארמאגט פעלדער אדער הייזער, האבן (די דאזיקע) פארקויפט, און געברענגט די פרייזן פון די פארקויפטע זאכן \v 35 און אנידערגעלייגט ביי די פיס פון די שליחים; און עס איז צעטיילט געווארן צו יעדן איינעם, לויט זיינע באדערפענישן. \p \v 36 און יוסף, וואס האט געקריגן פון די שליחים דעם ביינאמען בר‑נבא (דאס הייסט, זון פון טרייסט), א לוי, געבוירן אין קפריסין, \v 37 באזיצנדיק א פעלד, האט עס פארקויפט, און געברענגט דאס געלט, און עס אנידערגעלייגט ביי די פיס פון די שליחים. \c 5 \cl קאפיטל פינף \p \v 1 א געוויסער מאן אבער מיטן נאמען חנניה, מיט שפירה זיין ווייב, האט פארקויפט א פארמעגן, \v 2 און אראפגענומען פון דעם פרייז, מיטן וויסן פון זיין ווייב, און א חלק געברענגט און אנידערגעלייגט ביי די פיס פון די שליחים. \v 3 פעטרוס אבער האט געזאגט: חנניה, פארוואס האט דער שׂטן אנגעפילט דיין הארץ, צו זאגן א ליגן צום רוח הקודש און אראפצונעמען פונם פרייז פון פעלד? \v 4 צי איז עס דען נישט געווען דיין אייגנס, ווען דו האסט עס געהאט? און נאכן פארקויפן, צי איז עס דען נישט געווען אין דיין רשות? פארוואס האסטו באשלאסן אין דיין הארצן די דאזיקע זאך? דו האסט נישט געלייקנט פאר מענטשן, נאר פאר ה׳. \v 5 און ווען חנניה האט געהערט די דאזיקע ווערטער, איז ער אנידערגעפאלן און אויסגעגאנגען; און א גרויסע מורא איז געקומען איבער אלע, וואס האבן דאס געהערט. \v 6 און די יונגעלייט זענען אויפגעשטאנען, האבן אים אנגעטאן תכריכים, און אים ארויסגעטראגן און קובר געווען. \p \v 7 און נאך א פארלויף פון אן ערך דריי שעה איז זיין ווייב אריינגעקומען, נישט וויסנדיק וואס עס איז געשען. \v 8 און פעטרוס האט צו איר געזאגט: זאג מיר, צי האט איר פאר כך‑וכך פארקויפט דאס פעלד? און זי האט געזאגט: יא, פאר כך‑וכך. \v 9 האט פעטרוס צו איר געזאגט: פארוואס האט איר איינגעשטימט צווישן זיך אויסצופרואוון דעם גייסט פון דעם האר? אָט זע, די פיס פון די, וואס האבן באגראבן דיין מאן, זענען ביי דער טיר, און זיי וועלן דיך (אויך) ארויסטראגן. \v 10 און זי איז גלייך אנידערגעפאלן צו זיינע פיס און אויסגעגאנגען; און די יונגעלייט זענען אריינגעקומען און האבן זי געפונען א טויטע, און, ארויסטראגנדיק, האבן זיי זי קובר געווען ביי איר מאן. \v 11 און עס איז געקומען א גרויסע מורא איבער דער גאנצער קהילה און איבער אלע, וואס האבן דאס געהערט. \p \v 12 און דורך די הענט פון די שליחים זענען געשען א סך אותות און מופתים צווישן דעם פאלק; און אלע זענען געווען צוזאמען אין דעם אולם של שלמה. \v 13 פון די איבריקע אבער האט קיינער זיך נישט אונטערגעשטעלט צו באהעפטן צו זיי, נאר דאס פאלק האט זיי געהאלטן זייער טייער; \v 14 און די מאמינים אינם האר האבן זיך פיל פארמערט, מאסן מענער און אויך פרויען; \v 15 אזוי, אז מען פלעגט ארויסטראגן קראנקע אויף די גאסן, און זיי געלייגט אויף בעטן און געלעגערס, כדי ווען פעטרוס וועט קומען, זאל ווייניקסטנס זיין שאטן פאלן אויף עמיצן פון זיי. \v 16 און א המון מענטשן איז זיך צוזאמענגעקומען אין ירושלים פון די שטעט ארום, ברענגענדיק צו טראגן שלאפע און געפלאגטע פון אומריינע גייסטער, וועלכע זענען אלע געהיילט געווארן. \p \v 17 און דער כהן גדול איז אויפגעשטאנען און אלע, וואס זענען געווען מיט אים (דאס איז די כיתה פון די צדוקים), און זענען פול געווארן מיט קנאה, \v 18 און האבן ארויפגעלייגט די הענט אויף די שליחים, און זיי איינגעזעצט אין דער שטאטישער תפיסה. \v 19 און א מלאך פון דעם האר (ה׳) האט ביינאכט אויפגעעפנט די טירן פון דעם געפענקעניש, און זיי ארויסגעפירט, און געזאגט: \v 20 גייט, שטעלט זיך און רעדט אין בית המקדש צום פאלק אלע רייד פון דעם דאזיקן לעבן. \v 21 און ווען זיי האבן דאס געהערט, זענען זיי אינדערפרי אריינגעגאנגען אין בית המקדש אריין און האבן געלערנט. אבער דער כהן גדול איז געקומען און די, וואס זענען געווען מיט אים, און האבן צונויפגערופן דאס סנהדרין און אלע זקנים פון די בני ישראל, און געשיקט צו דער תפיסה, מען זאל זיי ברענגען. \v 22 און די משרתים זענען אהינגעגאנגען און האבן זיי נישט געפונען אין תפיסה, און האבן זיך אומגעקערט און דערציילט, אזוי צו זאגן: \v 23 מיר האבן געפונען דאס געפענקעניש פעסט פארשלאסן און די שומרים שטיין ביי די טירן; אבער אויפעפנענדיק, האבן מיר אינעווייניק קיינעם נישט געפונען. \v 24 און ווי דער מיליטערישער הויפטמאן פונם בית המקדש און די הויפט כהנים האבן געהערט די דאזיקע ווערטער, זענען זיי פארצווייפלט געווארן איבער זיי, וואס עס וועט פון דעם דאזיקן ווערן. \v 25 דאן איז עמיצער געקומען און זיי דערציילט: זע, די מענער, וועמען איר האט איינגעזעצט אין תפיסה, זענען אינם בית המקדש, און שטייען און לערנען דאס פאלק. \v 26 דעמאלט איז דער מיליטערישער הויפטמאן אוועק צוזאמען מיט די משרתים, און זיי געברענגט, (דאך) נישט מיט געוואלד; ווארום זיי האבן מורא געהאט פארן פאלק, מען זאל זיי נישט שטייניקן. \v 27 און האבן זיי געברענגט און אוועקגעשטעלט פארן סנהדרין. און דער כהן גדול האט זיי געפרעגט, \v 28 אזוי צו זאגן: האבן מיר אייך נישט שטרענג באפוילן, נישט צו לערנען אין דעם דאזיקן נאמען, און זע, איר האט אנגעפילט ירושלים מיט אייער לערנונג, און ווילט איר ברענגען אויף אונדז דאס בלוט פון דעם דאזיקן מענטשן? \v 29 און פעטרוס און די שליחים האבן ענטפערנדיק געזאגט: ה׳ מוז מען מער געהארכן ווי מענטשן. \v 30 דער ג‑ט פון אונדזערע אבות האט אויפגעוועקט יהושען/ישוען, וועמען איר האט גענומען און אויפגעהאנגען אויף א בוים. \v 31 אים האט ה׳ דערהייבט מיט זיין רעכטער האנט, (צו זיין) א שר און א גואל, צו געבן צו ישראל תשובה און סליחת חטאים. \v 32 און מיר זענען עדות פון די דאזיקע ווערטער, און דער רוח הקודש, וועלכן ה׳ האט געגעבן צו די, וואס געהארכן אים. \p \v 33 און הערנדיק דאס, האט עס זיי געשטאכן אין זייערע הערצער, און זיי האבן געוואלט זיי טייטן. \v 34 נאר עס איז אויפגעשטאנען א געוויסער מאן אינם סנהדרין, א פרוש, וואס האט געהייסן גמליאל, א תנא, הויך געאכט ביים גאנצן פאלק, און האט באפוילן מען זאל די מענטשן ארויספירן אויף א וויילע. \v 35 דאן האט ער געזאגט צו זיי: מענער פון ישראל, זייט פארזיכטיק וואס שייך די דאזיקע מענטשן, וואס איר גייט טאן. \v 36 ווארום פאר די דאזיקע טעג איז אויפגעשטאנען תודס, זאגנדיק, אז ער איז עפעס; צו וועמען עס האבן זיך באהאפטן אין צאל אן ערך פיר הונדערט מענטשן; ער איז געהרגעט געווארן; און אלע, וואס האבן אים געפאלגט, זענען צעשפרייט און צונישט געווארן. \v 37 נאך דעם איז אויפגעשטאנען יהודה הגלילי, אין די טעג פון דער רעגיסטרירונג, און האט פארפירט נאך זיך אן אנגעזעענעם טייל פונם פאלק; אויך ער איז פארלוירן געווארן, און אלע, וואס האבן אים געהארכט, זענען צעשפרייט געווארן. \v 38 און איצט זאג איך אייך: האלט זיך צוריק פון די דאזיקע מענטשן, און לאזט זיי אפ: ווייל אויב די דאזיקע עצה אדער די דאזיקע זאך איז פון מענטשן, וועט זי צעשטערט ווערן. \v 39 נאר אויב זי איז פון ה׳, וועט איר זיי נישט קענען שטערן; טאמער וועט איר געפונען ווערן ראנגלענדיק אויך קעגן ה׳. און זיי האבן אים געהארכט; \v 40 און רופנדיק די שליחים און שלאגנדיק זיי מלקות, האבן זיי באפוילן, אז זיי זאלן נישט רעדן אין ישועס נאמען, און האבן זיי אפגעלאזט. \v 41 און זיי זענען אוועקגעגאנגען פון פאר דעם סנהדרין, פרייענדיק זיך וואס זיי האבן ווערטיק געווען מבזה צו ווערן צוליב דעם נאמען. \v 42 און יעדן טאג, סאי אין בית המקדש סאי פון הויז צו הויז, האבן זיי נישט אויפגעהערט צו לערנען און אנצוזאגן די בשורה פון דעם משיח יהושע/ישוע. \c 6 \cl קאפיטל זעקס \p \v 1 און אין די דאזיקע טעג, ווען די תלמידים האבן זיך געמערט, איז געווארן א געמורמל פון די העלעניסטן קעגן די עברים, מחמת אין דער טאג טעגלעכער באדינונג זענען זייערע אלמנות פארנאכלעסיקט געווארן. \v 2 און די צוועלף האבן גערופן דעם עולם תלמידים, צו זיך און געזאגט: עס טויג נישט, אז מיר זאלן איבערלאזן ה׳ס ווארט און זיך פארנעמען מיט דינען ביי טישן. \v 3 נאר זוכט זיך אויס, ברידער, צווישן אייך זיבן מענער, וואס האבן א גוטן נאמען און זענען פול מיט דעם רוח הקודש און מיט חכמה, זיי וועלן מיר באשטימען איבער דעם דאזיקן ענין; \v 4 מיר אבער וועלן אנהאלטן אין תפילה און אין דער עבודה פון דעם ווארט. \v 5 און דאס ווארט איז געפעלן דעם גאנצן עולם; און מען האט אויסדערוויילט סטעפאנוסן, א מאן פול מיט אמונה און מיט דעם רוח הקודש, און פיליפוסן און פראכארוסן און ניקאנאר און טימאן און פארמענאס, און ניקאלאאסן, א גר פון אנטיוכיא. \v 6 זיי האט מען געשטעלט פאר די שליחים; און מתפלל זייענדיק, האבן זיי ארויפגעלייגט די הענט אויף זיי. \p \v 7 און ה׳ס ווארט איז געוואקסן, און די צאל תלמידים אין ירושלים האט זיך שטארק פארמערט, אפילו א גרויסע מאסע פון די כהנים איז געווארן געהארכזאם צום אמונה. \p \v 8 און סטעפאנוס, פול מיט גנאד און גבורה, האט געטאן גרויסע אותות און מופתים צווישן דעם פאלק. \v 9 עס זענען אבער אויפגעשטאנען אייניקע פון דעם בית הכנסת, וואס האט געהייסן די שול פון די ליבערטינער, און פון קירניה און אלעקסאנדרענער און פון די (לייט) פון קיליקיען און אזיען; און האבן געהאלטן א וויכוח מיט סטעפאנוסן, \v 10 און זיך נישט געקענט אקייגנשטעלן דער חכמה און דעם גייסט, מיט וועלכן ער האט גערעדט. \v 11 האבן זיי דעמאלט אונטערגעשטעלט מענער, וואס האבן געזאגט: מיר האבן אים געהערט רעדן לעסטערנדיקע ווערטער קעגן משהן און ה׳. \v 12 און האבן אויפגעהעצט דאס פאלק און די זקנים און די סופרים, און זענען אויפגעשטאנען און אים גענומען מיט געוואלד, און אוועקגעפירט צום סנהדרין, \v 13 און געשטעלט פאלשע עדות, וואס האבן געזאגט: דער דאזיקער מענטש הערט נישט אויף צו רעדן ווערטער קעגן דעם דאזיקן מקום קדוש און דער תורה; \v 14 ווארום מיר האבן אים געהערט זאגן, אז דער דאזיקער יהושע/ישוע פון נצרת, וועט צעשטערן דאס ארט און ענדערן די חוקים, וועלכע משה האט אונדז איבערגעגעבן. \v 15 און אלע, וואס זענען געזעסן אין סנהדרין, האבן מיט שפאנונג געקוקט אויף אים, און געזען זיין פנים ווי (עס וואלט געווען) דאס פנים פון א מלאך. \c 7 \cl קאפיטל זיבן \p \v 1 און דער כהן גדול האט געזאגט: צי איז עס טאקע אזוי? \v 2 ער אבער האט געזאגט: \p ברידער און פאטערס, הערט! דער ג-ט פון כבוד האט זיך באוויזן צו אונדזער פאטער אברהם, בשעת ער איז געווען אין ארם נהרים, איידער ער האט געוואוינט אין חרן, \v 3 און געזאגט צו אים: גיי ארויס פון דיין לאנד און פון דיין משפחה, און גיי אין דעם לאנד אריין, וואס איך וועל דיר ווייזן. \v 4 איז ער דעמאלט ארויסגעגאנגען אויס דעם לאנד פון די כשדים און האט געוואוינט אין חרן, און פון דארטן, נאך דעם ווי זיין פאטער איז געשטארבן, האט ער אים אריבערגעברענגט אין דעם דאזיקן לאנד אריין, אין וועלכן איר וואוינט איצט. \v 5 און האט אים דרינען נישט געגעבן קיין ירושה, אפילו נישט אן ארט, וואו א פוס אנידערצושטעלן, נאר עס אים צוגעזאגט צו געבן פאר א באזיץ און צו זיין זאמען נאך אים, בשעת ער האט נאך נישט געהאט קיין קינד. \v 6 און ה׳ האט צו אים אזוי גערעדט: אז זיין זאמען וועט זיין א גר אין א פרעמד לאנד, און מען וועט זיי פארקנעכטן און פייניקן פיר הונדערט יאר לאנג. \v 7 און דאס פאלק, וואס וועט זיי פארקנעכטן, וועל איך משפטן, האט ה׳ געזאגט, און דערנאך וועלן זיי ארויסגיין און מיך דינען אויף דעם דאזיקן ארט. \v 8 און האט אים געגעבן דעם בונד (ברית) פון מילה; און אזוי האט ער (אברהם) געבוירן יצחקן און אים מל געווען דעם אכטן טאג, און יצחק האט געבוירן יעקבן, און יעקב—די צוועלף ראשי האבות. \v 9 און די ראשי האבות, מקנא זייענדיק יוספן, האבן אים פארקויפט קיין מצרים; און ה׳ איז געווען מיט אים, \v 10 און האט אים מציל געווען פון אלע זיינע צרות, און אים געשענקט חן און חכמה פאר פרעהן, דעם מלך פון מצרים; און ער האט אים באשטימט פאר א מושל איבער מצרים און איבער זיין גאנץ הויז. \v 11 און עס איז געווארן א הונגער איבער גאנץ מצרים און כנען, און א גרויסע צרה, און אונדזערע עלטערן האבן נישט געפונען קיין שפייז. \v 12 ווען אבער יעקב האט געהערט, אז עס איז דא ווייץ אין מצרים, האט ער דאס ערשטע מאל ארויסגעשיקט אונדזערע פאטערס. \v 13 און דאס אנדערע מאל האט יוסף זיך געלאזט דערקענען צו זיינע ברידער, און יוספס אפשטאמונג איז באקאנט געווארן צו פרעהן. \v 14 און יוסף האט געשיקט און גערופן זיין פאטער יעקב און די גאנצע משפחה, (פינף און) זיבעציק נפשות. \v 15 און יעקב האט אראפגענידערט קיין מצרים, און איז געשטארבן און אונדזערע פאטערס, \v 16 און מען האט זיי אריבערגעברענגט קיין שכם און געלייגט אין דעם קבר, וואס אברהם האט געקויפט פאר א געלט פרייז פון חמורס זין אין שכם. \v 17 און אזויווי עס האט זיך דערנענטערט די צייט פון דער הבטחה, וועגן וועלכער ה׳ האט צוגעשוואוירן צו אברהמען, איז דאס פאלק געוואקסן און זיך פארמערט אין מצרים, \v 18 ביז איבער מצרים איז אויפגעשטאנען אן אנדערער קעניג, וועלכער האט נישט געקענט יוספן. \v 19 דער דאזיקער האט געהאנדלט מיט כיטרעקייט קעגן אונדזער פאלק, און געפייניקט אונדזערע עלטערן, אז זיי זאלן ארויסווארפן זייערע נייגעבוירענע קינדער, כדי זיי זאלן נישט בלייבן לעבן. \v 20 אין דער צייט איז משה געבוירן געווארן, און געווען שיין פאר ה׳, און איז דריי חדשים לאנג גענערט געווארן אין זיין פאטערס הויז. \v 21 און ווען מען האט אים ארויסגעווארפן, האט פרעהס טאכטער אים גענומען און דערצויגן פאר זיך פאר א זון. \v 22 און משה איז געלערנט געווארן אין יעדער חכמה פון די מצריים, און געווען א גיבור אין זיינע ווערטער און מעשים. \v 23 און ווען ער איז אלט געווארן פערציק יאר, איז אים געקומען אויפן הארצן צו באזוכן זיינע ברידער די קינדער ישראל. \v 24 און זעענדיק איינעם ליידן אן עוולה, האט ער זיך אנגענומען און נוקם געווען פאר דעם געליטענעם, דערשלאגנדיק דעם מצרי. \v 25 און האט געמיינט, אז זיינע ברידער וועלן פארשטיין, אז ה׳ גיט זיי ישועה דורך זיין האנט, זיי אבער האבן נישט פארשטאנען. \v 26 און דעם אנדערן טאג האט ער זיך באוויזן צו זיי, בשעת זיי האבן זיך געקריגט, און האט געוואלט מאכן שלום צווישן זיי, און געזאגט: מענער, איר זענט (דאך) ברידער, פארוואס טוט איר אן עוולה איינער דעם אנדערן? \v 27 און דער, וואס האט באעוולט זיין חבר, האט אים אפגעשטויסן, זאגנדיק: ווער האט דיך געשטעלט פאר א שר און א שופט איבער אונדז? \v 28 צי ווילסטו מיך הרגענען, אזוי, ווי דו האסט נעכטן געהרגעט דעם מצרי? \v 29 איז משה אנטלאפן איבער דעם דאזיקן ווארט און געווען א פרעמדער אינם לאנד פון מדין, וואו ער האט געבוירן צוויי זין. \v 30 און ווען פערציק יאר זענען דערפילט געווארן, האט זיך א מלאך באוויזן צו אים אין דער מדבר ביים בארג סיני אין א פלאם פייער פון דעם סנה. \v 31 און זעענדיק עס, האט משה זיך געוואונדערט איבער דער דערשיינונג; און בשעת ער איז צוגעגאנגען, זי צו באטראכטן, איז געקומען דאס קול פונם האר (ה׳): \v 32 איך בין דער ג‑ט פון דיינע אבות, דער ג‑ט פון אברהם, און דער ג‑ט פון יצחק, און דער ג‑ט פון יעקב. און משה האט געציטערט און זיך נישט אונטערגעשטעלט צו קוקן. \v 33 און דער האר האט צו אים געזאגט: נעם אראפ די שיך פון דיינע פיס, ווארום דאס ארט, אויף וועלכן דו שטייסט, איז הייליקע ערד. \v 34 זען האב איך געזען דאס ליידן פון מיין פאלק, וועלכעס איז אין מצרים, און האב געהערט זייער זיפצן, און בין אראפגענידערט זיי אויסצולייזן; און איצט קום, איך וועל דיך שיקן קיין מצרים. \v 35 דעם דאזיקן משה, וועמען זיי האבן פארלייקנט, זאגנדיק: ווער האט דיך געשטעלט פאר א שר און א שופט? אים האט ה׳ געשיקט ווי א שר און גואל, דורך דער האנט פון דעם מלאך, וואס האט זיך באוויזן צו אים אין דעם סנה. \v 36 ער האט זיי ארויסגעפירט, טוענדיק אותות און מופתים אינם לאנד מצרים און אינם ים סוף און אין דער מדבר פערציק יאר לאנג. \v 37 דאס איז דער משה, וועלכער האט געזאגט צו די קינדער ישראל: א נביא וועט דער האר אייער ג‑ט אייך אויפשטעלן פון אייערע ברידער, גלייך צו מיר; אים זאלט איר הערן. (דברים יח, טו.) \v 38 ער איז עס, וואס איז געווען אין דער עדה אין דער מדבר מיט דעם מלאך, וועלכער האט גערעדט צו אים אויפן בארג סיני, און מיט אונדזערע עלטערן; ער האט באקומען דברים חיים צו געבן צו אונדז; \v 39 צו וועמען אונדזערע פאטערס האבן נישט געוואלט זיין געהארכזאם, נאר האבן אים אפגעשטויסן און אין זייערע הערצער זיך געקערט קיין מצרים, \v 40 און געזאגט צו אהרנען: מאך אונדז ג‑טער, וואס זאלן גיין פאר אונדז; ווארום דער דאזיקער משה, וועלכער האט אונדז ארויסגעפירט אויס דעם לאנד מצרים, ווייסן מיר נישט וואס עס איז געשען צו אים. \v 41 און האבן געמאכט א קאלב אין יענע טעג, און געברענגט א קרבן צום אפג‑ט און זיך געפריידט מיט די מעשים פון זייערע הענט. \v 42 און ה׳ האט זיך אוועקגעקערט און זיי איבערגעגעבן צו דינען די הערשאפן פון הימל, אזויווי עס שטייט געשריבן אינם ספר פון די נביאים: \q צי האט איר מיר (דען) מקריב געווען זבחים \q און מנחות פערציק יאר אין דער מדבר, \q2 אָ בית ישראל? \q \v 43 און איר האט אויפגענומען דאס געצעלט פון מולך \q און דעם שטערן פון דעם ג‑ט רמפן (ראמפאן), \q די בילדער, וואס איר האט געמאכט, \q2 זיך צו בוקן צו זיי. \q און איך וועל אייך פארטרייבן אויף יענער זייט בבל. \qr (ירמיהו ז, יח; יט, יג; עמוס ה, כה-כז.) \m \v 44 דאס מישכן העדות איז געווען ביי אונדזערע עלטערן אין דער מדבר, אזויווי ער האט באפוילן, וועלכער האט גערעדט צו משהן, אז ער זאל עס מאכן לויט דעם געשטאלט, וואס ער האט געזען. \v 45 וועלכעס אונדזערע עלטערן מיט יהושע האבן גענומען און אויך אריינגעברענגט אין דעם אייגנטום פון די פעלקער, וואס ה׳ האט ארויסגעטריבן פון פאר אונדזערע עלטערנס פנים, ביז צו די טעג פון דוד; \v 46 וועלכער האט געפונען חן ביי ה׳, און האט געבעטן צו געפינען א געצעלט פאר דעם ג‑ט פון יעקב. \v 47 שלמה אבער האט געבויט פאר אים א הויז. \v 48 נאר דער אויבערשטער וואוינט נישט אין (הייזער), וואס זענען פון הענט געמאכט, ווי דער נביא זאגט: \q \v 49 דער הימל איז מיין טראן, \q און די ערד—דאס פוסבענקעלע פאר מיינע פיס; \q וואס פאר א הויז וועט איר מיר בויען? \q זאגט דער האר (ג‑ט); \q אדער וועלכעס איז דאס ארט פון מיין מנוחה? \q \v 50 צי האט דען נישט מיין האנט \q געמאכט די דאזיקע אלע זאכן? \qr (ישעיהו סו, א-ב.) \m \v 51 איר הארטנעקיקע און (וואס האבן) נישט געמלטע הערצער און אויערן, איר שטעלט זיך תמיד אנטקעגן דעם רוח הקודש; ווי די עלטערן אייערע, אזוי איר. \v 52 וועמען פון די נביאים האבן אייערע עלטערן נישט גערודפט? און האבן געטייט די, וואס האבן פארויסגעזאגט וועגן דעם קומען פון דעם צדיק, וועמעס מוסרים און רוצחים איר זענט איצט געווארן; \v 53 איר, וועלכע האבן מקבל געווען די תורה דורך דער פארמיטלונג פון מלאכים, און האבן זי (דאך) נישט געהאלטן! \p \v 54 און הערנדיק דאס, האט עס זיי געשטאכן אין זייערע הערצער, און זיי האבן געקריצט מיט די ציין אויף אים. \v 55 און ער, זייענדיק פול מיט דעם רוח הקודש, האט ארויפגעבליקט צום הימל, און געזען דעם כבוד פון ה׳, און יהושען/ישוען שטיין אויף ה׳ס רעכטער זייט, \v 56 און האט געזאגט: אָט זע איך די הימלען געעפנט און דעם בר אנש שטיין אויף דער רעכטער זייט פון ה׳. \v 57 און זיי האבן א געשריי געטאן מיט א הויך קול און זיך פארשטאפט די אויערן, און אלע אינאיינעם האבן זיך א ווארף געטאן אויף אים, \v 58 און אים ארויסגעשטויסן אויסער דער שטאט און געשטייניקט; און די עדות האבן אוועקגעלייגט זייערע מלבושים ביי די פיס פון א יונגנמאן, וואס האט געהייסן שאול. \v 59 און האבן געשטייניקט סטעפאנוסן, בשעת ער האט אויסגערופן און געזאגט: האר יהושע/ישוע, נעם אויף מיין גייסט. \v 60 און האט אנידערגעקניט און א געשריי געטאן מיט א הויך קול: האר, רעכן זיי נישט צו די דאזיקע זינד. און דאס זאגנדיק, איז ער איינגעשלאפן. \c 8 \cl קאפיטל אכט \p \v 1 און שאול האט מסכים געווען צו זיין טויט. און יענעם טאג האט זיך אויפגעהויבן א גרויסע רדיפה אויף דער קהלה אין ירושלים; און אלע זענען צעשפרייט געווארן איבער די געגנטן פון יהודה און שומרון, מיטן אויסנאם פון די שליחים. \v 2 און ג‑טספארכטיקע לייט האבן גענומען סטעפאנוסן און אים קובר געווען, און געמאכט א גרויס הספד אויף אים. \v 3 שאול אבער האט חרוב געמאכט די קהלה, איז אריינגעגאנגען אין יעדן הויז, און געשלעפט מענער און פרויען און זיי איבערגעגעבן אין תפיסה אריין. \p \v 4 און די, וואס זענען צעשפרייט געווארן, זענען ארומגעגאנגען מבשר זייענדיק דאס ווארט. \v 5 און פיליפוס איז אראפגעגאנגען אין דער שטאט שומרון אריין, און האט אויסגערופן צו זיי דעם משיח. \v 6 און די מאסן האבן אלע אינאיינעם פארנומען מיט פלייס פיליפוסנס רייד, הערנדיק און זעענדיק די אותות, וואס ער האט געטאן. \v 7 ווארום פון א סך פון די, וואס האבן געהאט אומריינע גייסטער, זענען (די דאזיקע) ארויס, שרייענדיק מיט א הויך קול, און א סך פאראליזשירטע און לאמע זענען געהיילט געווארן. \v 8 און עס איז געווארן א גרויסע שמחה אין יענער שטאט. \p \v 9 און א געוויסער מאן מיטן נאמען שמעון, וועלכער פלעגט זיך פריער אפגעבן מיט כשוף אין דער שטאט און האט דערשטוינט דאס פאלק פון שומרון, אויסגעבנדיק זיך פאר עפעס גרויס; \v 10 וואס צו אים האבן זיך אלע צוגעהערט, פון קליין ביז גרויס, און געזאגט: דער דאזיקער (מאן) איז די קראפט פון ג-ט, וואס מען רופט די גרויסע. \v 11 און זיי האבן זיך צוגעהערט צו אים, ווייל במשך פון א לענגערער צייט האט ער זיי דערשטוינט מיט די כישופים. \v 12 ווען אבער זיי האבן געגלויבט פיליפוסן, וועלכער האט זיי אנגעזאגט די גוטע בשורה וועגן דעם קעניגרייך פון ה׳ און דעם נאמען פון יהושע/ישוע המשיח, האבן זיי זיך געלאזט טובל זיין אין דער מקווה, מענער און פרויען. \v 13 און דער שמעון אליין האט אויך געגלויבט; און ווערנדיק געטובלט אין דער מקווה, האט ער זיך באהאפטן צו פיליפוסן, און זעענדיק אותות און גרויסע מופתים געשען, האט ער זיך שטארק געוואונדערט. \p \v 14 און ווען די שליחים אין ירושלים האבן געהערט, אז שומרון האט אנגענומען ה׳ס ווארט, האבן זיי געשיקט צו זיי פעטרוסן און יוחנן; \v 15 וועלכע, אראפקומענדיק, האבן מתפלל געווען פאר זיי, אז זיי זאלן באקומען דעם רוח הקודש. \v 16 ווארום דער רוח הקודש איז נאך נישט געהאט געפאלן אויף קיין איינעם פון זיי; זיי זענען בלויז געווען געטובלט אין דער מקווה אינם נאמען פון דעם האר יהושע/ישוע. \v 17 דאן האבן זיי ארויפגעלייגט די הענט אויף זיי, און זיי האבן באקומען דעם רוח הקודש. \v 18 און ווי שמעון האט געזען, אז דער רוח הקודש איז געגעבן געווארן דורך דעם ארויפלייגן די הענט פון די שליחים, האט ער געברענגט געלט צו זיי, \v 19 און געזאגט: גיט מיר אויך די דאזיקע מאכט, כדי ווען איך וועל ארויפלייגן די הענט אויף עמיצן, זאל ער באקומען דעם רוח הקודש. \v 20 פעטרוס אבער האט צו אים געזאגט: דיין זילבער זאל בלייבן ביי דיר צו (דיין) פארדארבונג, ווייל דו האסט בדעה געהאט צו קויפן די מתנה פון ה׳ מיט געלט. \v 21 דו האסט נישט קיין חלק און נישט קיין נחלה אין דער דאזיקער זאך, ווארום דיין הארץ איז נישט אויפריכטיק פאר ה׳. \v 22 דעריבער טו תשובה פון דער דאזיקער שלעכטסקייט דיינער, און טו תפילה צום האר (ה׳), אפשר וועט דיר פארגעבן ווערן די מחשבה פון דיין הארץ. \v 23 ווארום איך זע, אז דו ביסט אין דער גאל פון ביטערקייט (ראש ולענה), און אין דעם בונד פון רשעות. (דברים כט, יז.) \v 24 און שמעון האט ענטפערנדיק געזאגט: זייט איר מתפלל פאר מיר צום האר (ג‑ט), אז קיין זאך זאל נישט קומען אויף מיר, פון וועלכע איר האט גערעדט. \p \v 25 און עדות זאגנדיק און רעדנדיק דאס ווארט פונם האר, האבן זיי זיך אומגעקערט קיין ירושלים, און אנגעזאגט (אונטערוועגנס) די גוטע בשורה אין פיל שומרונישע דערפער. \p \v 26 און א מלאך פון האר (ג‑ט) האט גערעדט צו פיליפוסן, אזוי צו זאגן: שטיי אויף, און גיי קיין דרום זייט אויף דעם וועג, וואס פירט אראפ פון ירושלים קיין עזה; דער זעלביקער איז וויסט. \v 27 און ער איז אויפגעשטאנען, און געגאנגען; און זע, א מאן, אן עטיאפיער, א סריס, א הויפט באאמטער ביי קאנדאקע, קעניגין פון די עטיאפיער—ער איז געווען איבער אלע אירע אוצרות—איז געקומען זיך צו בוקן (פאר ה׳) אין ירושלים; \v 28 און אומקערנדיק זיך (אהיים), און זיצנדיק אויף זיין רייטוואגן, האט ער געלייענט (דאס ספר פון) דעם נביא ישעיה. \v 29 און דער גייסט האט געזאגט צו פיליפוסן: גיי צו, און באהעפט דיך צו דעם דאזיקן רייטוואגן. \v 30 און פיליפוס איז צוגעלאפן, און געהערט אים לייענען דאס (ספר פון) ישעיה הנביא, און האט געזאגט: צי פארשטייסטו וואס דו לייענסט? \v 31 האט ער געזאגט: וויאזוי זאל איך קענען, ווען קיינער לערנט מיך נישט? און האט געבעטן פיליפוסן איינצושטייגן און זיך אנידערצוזעצן מיט אים. \v 32 און דער תוכן פון דער שריפט, וואס ער האט געלייענט איז געווען דאס דאזיקע: \q ווי א שאף צו דער שחיטה איז ער געפירט געווארן; \q און ווי א לאם פאר זיין שערער איז שטום, \q אזוי האט ער נישט אויפגעמאכט זיין מויל; \q \v 33 אין זיין דערנידעריקונג איז זיין משפט אוועקגענומען געווארן; \q און ווער וועט בארעכענען זיין דור? \q ווייל זיין לעבן איז אוועקגענומען געווארן פון דער ערד. \qr (ישעיהו נג, ז-ח.) \m \v 34 און דער סריס האט ענטפערנדיק געזאגט צו פיליפוסן: איך בעט דיך, וועגן וועמען רעדט דאס דער נביא? וועגן זיך אליין אדער וועגן אן אנדערן? \v 35 און פיליפוס האט אויפגעמאכט זיין מויל, און אנהויבנדיק פון דער דאזיקער שריפט, האט ער אים אנגעזאגט די גוטע בשורה פון יהושען/ישוען. \v 36 און ווי זיי זענען אזוי געפארן אויפן וועג, זענען זיי געקומען צו א וואסער; און דער סריס האט געזאגט: זע, א וואסער; וואס שטערט מיר געטובלט צו ווערן אין דער מקווה? \v 37 האט פיליפוס צו אים געזאגט: אויב דו גלויבסט מיטן גאנצן הארצן, מעגסטו. און ער האט ענטפערנדיק געזאגט: איך גלויב, אז יהושע/ישוע המשיח איז דער זון פון דער אויבערשטער. \v 38 און האט באפוילן אפצושטעלן דעם רייטוואגן, און ביידע זענען אראפגעגאנגען אין וואסער אריין, פיליפוס און דער סריס; און ער האט אים געטובלט אין דער מקווה, \v 39 און ווען זיי זענען ארויסגעשטיגן פונם וואסער, האט דער גייסט פון דעם האר פארטראגן פיליפוסן, און דער סריס האט אים שוין מער נישט געזען, און א פריילעכער איז ער זיך געפארן אויף זיין וועג. \v 40 פיליפוס אבער האט זיך געפונען אין אשדוד; און איז ארומגעגאנגען און האט אנגעזאגט די גוטע בשורה אין אלע שטעט, ביז ער איז געקומען קיין קיסריה. \c 9 \cl קאפיטל ניין \p \v 1 שאול אבער האט נאך אלץ געאטעמט מיט דראונג און רציחה קעגן די תלמידים פון דעם האר, און איז געגאנגען צום כהן גדול, \v 2 און ביי אים געבעטן בריוו צו די שולן אין דמשק, כדי ווען ער וועט געפינען אייניקע, וואס האלטן זיך ביי דעם דרך (ה׳), סאי מענער סאי פרויען, זאל ער זיי ברענגען אין קייטן קיין ירושלים. \v 3 און בשעת ער איז געפארן, איז געשען, אז ווען ער האט זיך דערנענטערט צו דמשק, האט פלוצלונג א ליכט פון הימל אים ארומגעשטראלט; \v 4 און ער איז אנידערגעפאלן אויף דער ערד, און געהערט א קול, וואס האט געזאגט צו אים: שאול, שאול, וואס פארפאלגסטו מיך? \v 5 האט ער געזאגט: ווער ביסטו, האר? און ער (האט געזאגט): איך בין יהושע/ישוע, וועמען דו פארפאלגסט. \v 6 נאר שטיי אויף, און גיי אריין אין דער שטאט, און עס וועט דיר געזאגט ווערן, וואס דו זאלסט טאן. \v 7 און די לייט, וואס האבן מיטגערייזט מיט אים, זענען (דערנאך) געבליבן שטיין אָן לשון, הערנדיק דאס קול, און נישט זעענדיק קיינעם. \v 8 און שאול האט זיך אויפגעהויבן פון דער ערד; און הגם די אויגן האבן זיך אים אויפגעמאכט, האט ער דאך גארנישט געזען; און מען האט אים אנגענומען ביי דער האנט, און אריינגעפירט קיין דמשק. \v 9 און דריי טעג איז ער געווען אָן ראיה; און האט נישט געגעסן און נישט געטרונקען. \p \v 10 און אין דמשק איז געווען א געוויסער תלמיד מיטן נאמען חנניה; און דער האר האט צו אים געזאגט אין א חזיון: חנניה! און ער האט געזאגט: אָט בין איך, האר! \v 11 און דער האר האט צו אים געזאגט: שטיי אויף, און גיי צו דער גאס, וואס מען רופט זי די גלייכע, און זוך אין יהודהס הויז שאולן מיטן צונאמען הטרסי, ווארום זע, ער טוט תפילה, \v 12 און האט געזען אין א חזיון א מאן, וועלכער הייסט חנניה, אריינקומען און ארויפלייגן די הענט אויף אים, כדי ער זאל ווידער זען. \v 13 האט חנניה געענטפערט: האר, איך האב געהערט פון פילע וועגן דעם דאזיקן מאן, וויפל שלעכטס ער האט געטאן צו דיינע קדושים אין ירושלים; \v 14 אויך דא האט ער רשות פון די הויפט כהנים צו בינדן אלע, וואס רופן אָן דיין נאמען. \v 15 דער האר אבער האט צו אים געזאגט: גיי, ווייל ער איז פאר מיר א כלי חפץ, צו טראגן מיין נאמען פאר די אומות און מלכים און קינדער ישראל; \v 16 ווארום איך וועל אים ווייזן וואס ער וועט מוזן ליידן צוליב מיין נאמען. \v 17 און חנניה איז אוועק, און אריינגעגאנגען אין דעם הויז, האט ארויפגעלייגט די הענט אויף אים און געזאגט: ברודער שאול, דער האר האט מיך געשיקט, יהושע/ישוע, וואס האט זיך צו דיר באוויזן אויפן וועג, אויף וועלכן דו ביסט געפארן, כדי דו זאלסט ווידער זען און פול ווערן מיט דעם רוח הקודש. \v 18 און גלייך זענען אראפגעפאלן פון זיינע אויגן עפעס ווי שופן, און ער האט ווידער געזען, און איז אויפגעשטאנען און זיך געלאזט טובל זיין אין דער מקווה; \v 19 און האט גענומען שפייז און זיך געשטארקט. \p און ער איז געווען אייניקע טעג מיט די תלמידים אין דמשק. \v 20 און האט גלייך אויסגערופן אין די שולן, אז יהושע/ישוע איז דער זון פון דער אויבערשטער. \v 21 און אלע, וואס האבן (אים) געהערט, זענען דערשטוינט געווארן, און האבן געזאגט: צי איז ער דען נישט דער דאזיקער, וואס פלעגט פארטיליקן אין ירושלים די, וועלכע האבן אנגערופן דעם דאזיקן נאמען? און איז אהערגעקומען פאר דעם זעלביקן צוועק, כדי זיי אוועקצופירן אין קייטן צו די הויפט כהנים? \v 22 שאול אבער האט זיך נאך מער געשטארקט, און האט צעמישט די יידן, וועלכע האבן געוואוינט אין דמשק, אויפווייזנדיק, אז דער דאזיקער איז דער משיח. \p \v 23 און ווען עס זענען פארביי א סך טעג, האבן די יידן זיך באראטן אים אומצוברענגען; \v 24 נאר זייער פארשווערונג איז באקאנט געווארן צו שאולן. און זיי האבן אפילו באוואכט די טויערן בייטאג און ביינאכט, כדי אים צו טייטן. \v 25 זיינע תלמידים אבער האבן אים גענומען ביינאכט, און אראפגעלאזט פון דער שטאטמויער, אראפנידערנדיק אים אין א קארב. \p \v 26 און ווען ער איז געקומען קיין ירושלים, האט ער געפרואווט זיך צו באהעפטן צו די תלמידים; און אלע האבן מורא געהאט פאר אים, נישט גלויבנדיק, אז ער איז א תלמיד. \v 27 בר‑נבא אבער האט אים גענומען, און אוועקגעפירט צו די שליחים, און זיי דערציילט, וויאזוי ער האט געזען דעם האר אויפן וועג, און אז ער האט צו אים גערעדט, און ווי ער האט מיט דרייסטקייט גערעדט אין דמשק אין ישועס נאמען. \v 28 און ער איז געווען מיט זיי, א יוצא ונכנס אין ירושלים, אויפטרעטנדיק מיט דרייסטקייט אין דעם הארס נאמען; \v 29 און האט גערעדט און זיך מתווכח געווען מיט גריכישע יידן; זיי אבער האבן געזוכט אים א מעשה אנצוטאן. \v 30 און ווי די ברידער האבן זיך דערוואוסט, האבן זיי אים אראפגעפירט קיין קיסריה און אים אוועקגעשיקט קיין טרסוס. \p \v 31 און די קהילה איבער גאנץ יהודה און גליל און שומרון האט געהאט שלום. איז דערבויט געווארן; און איז געגאנגען אין דער פורכט פון דעם האר; און דורך דער טרייסט פון דעם רוח הקודש האט זי זיך פארמערט. \p \v 32 און עס איז געשען, בשעת פעטרוס איז געגאנגען פון ארט צו ארט, איז ער אויך געקומען צו די קדושים, וואס האבן געוואוינט אין לוד. \v 33 און דארטן האט ער געפונען א געוויסן מענטשן מיטן נאמען ענעאס, וועלכער איז שוין געלעגן אכט יאר לאנג צו בעט; ווייל ער איז געווען פאראליזשירט. \v 34 און פעטרוס האט צו אים געזאגט: ענעאס, יהושע/ישוע המשיח מאכט דיך געזונט; שטיי אויף און מאך דיר דאס בעט! און ער איז גלייך אויפגעשטאנען. \v 35 און אלע איינוואוינער פון לוד און שרון האבן אים געזען און האבן זיך געקערט צום האר (אין גלויבן). \p \v 36 און אין יפו איז געווען א תלמידה מיטן נאמען טביתא, אויף א (גריכישער) איבערזעצונג האט מען זי גערופן דארקאס; זי איז געווען פול מיט מעשים טובים און צדקות, וואס זי האט געטאן. \v 37 און עס איז געשען אין יענע טעג, (דאס) זי איז קראנק געווארן און געשטארבן, און מען האט זי אפגעוואשן און געלייגט אין אן אויבערשטיבל. \v 38 און אזויווי לוד איז נאענט ביי יפו, ווייל די תלמידים האבן געהערט, אז פעטרוס געפינט זיך דארטן, האבן זיי געשיקט צוויי מענער צו אים און געבעטן: פארזאם דיך נישט צו קומען צו אונדז. \v 39 און פעטרוס איז אויפגעשטאנען און מיטגעגאנגען מיט זיי. ווען ער איז אהינגעקומען, האבן זיי אים ארויפגעפירט אין אויבערשטיבל אריין; און אלע אלמנות האבן זיך ארומגעשטעלט ארום אים, וויינענדיק און ווייזנדיק אים העמדער און קליידער, וואס דארקאס האט געמאכט, ווען זי איז נאך געווען מיט זיי. \v 40 פעטרוס אבער האט אלעמען ארויסגעשיקט אינדרויסן, האט גענייגט די קניען און תפילה געטאן, און זיך דאן געווענדט צום קערפער און געזאגט: טביתא, שטיי אויף! און זי האט אויפגעמאכט אירע אויגן, און זעענדיק פעטרוסן, האט זי זיך אויפגעזעצט. \v 41 און ער האט איר געגעבן די האנט און זי אויפגעשטעלט, און גערופן די קדושים און די אלמנות, און זי אוועקגעשטעלט פאר זיי א לעבעדיקע. \v 42 און דאס איז באקאנט געווארן איבער גאנץ יפו, און א סך האבן געגלויבט אין דעם האר. \v 43 און עס איז געשען, אז במשך פון מערערע טעג איז ער איינגעשטאנען אין יפו ביי א געוויסן שמעון, א גארבער. \c 10 \cl קאפיטל צען \p \v 1 און עס איז געווען א מאן אין קיסריה מיטן נאמען קארנעליוס, אן אפיציר פון דער אפטיילונג, וואס האט געהייסן די איטאליענישע, \v 2 א פרומער (מענטש) און א ירא שמים מיט זיין גאנץ בני בית, טוענדיק פיל צדקה צום פאלק און תמיד מתפלל זייענדיק צו ה׳. \v 3 ער האט באשיימפערלעך געזען אין א חזיון, ווי ארום דער ניינטער שעה פונם טאג איז א מלאך פון ה׳ אריינגעקומען צו אים, און צו אים געזאגט: קארנעליוס! \v 4 און ער האט א בליק געטאן אויף אים און זיך געפארכטן, און געזאגט: וואס איז עס, האר? און ער האט צו אים געזאגט: דיינע תפילות און דיינע צדקות זענען ארויפגעקומען לזכרון פאר ה׳. \v 5 און איצט שיק מענער קיין יפו און לאז רופן שמעונען, וועלכן מען רופט פעטרוס; \v 6 ער שטייט איין ביי א געוויסן שמעון, א גארבער, וועמעס הויז איז ביים ים. \v 7 און ווי דער מלאך, וואס האט גערעדט צו אים, איז אוועק, האט ער גערופן צוויי פון זיינע דינער, און א ג‑טספארכטיקן זעלנער פון די, וועלכע זענען תמיד ביי אים געווען; \v 8 און האט זיי אלץ דערקלערט, און זיי אוועקגעשיקט קיין יפו. \p \v 9 און אויף צומארגנס, בשעת זיי זענען געווען אויפן וועג, און האבן זיך דערנענטערט צו דער שטאט, איז פעטרוס ארויפגעשטיגן אויפן דאך, תפילה צו טאן, ארום דער זעקסטער שעה; \v 10 און איז הונגעריק געווארן, און געוואלט (עפעס) טועם זיין; נאר בשעת מען האט צוגעגרייט (דאס עסן), איז געפאלן אויף אים אן טראנס; \v 11 און ער האט געזען דעם הימל אויפגעמאכט, און עפעס א געפעס אראפקומען, ווי א גרויס ליילעך, אנגעבונדן אויף די פיר עקן, און אראפגעלאזט אויף דער ערד; \v 12 אין וועלכן עס האבן זיך געפונען אלע פירפיסיקע חיות און שרצים פון דער ערד און פייגל פון הימל. \v 13 און עס איז געקומען א קול צו אים: שטיי אויף, פעטרוס, שחט און עס. \v 14 פעטרוס אבער האט געזאגט: האר, בשום אופן נישט, ווייל איך האב נאך קיינמאל נישט געגעסן וואס איז טמא און טריפה. \v 15 און ווידער איז א קול געקומען צו אים צום צווייטן מאל: וואס ה׳ האט ריין געמאכט, דאס זאלסטו נישט (רופן) טמא. \v 16 און דאס איז געשען דריי מאל; און גלייך איז דאס געפעס ארויפגענומען געווארן אין הימל אריין. \p \v 17 און בשעת פעטרוס האט נישט געוואוסט וויאזוי זיך צו דערקלערן, וואס עס קען זיין די דערשיינונג, וועלכע ער האט געזען, זע, די מענער, וואס זענען געשיקט געווארן פון קארנעליוסן, האבנדיק זיך נאכגעפרעגט וועגן שמעונס הויז, זענען געשטאנען ביים טויער, \v 18 און האבן גערופן און געפרעגט, צי שמעון, וועמען מען רופט פעטרוס, שטייט דא איין. \p \v 19 און בשעת פעטרוס האט נאכגעטראכט וועגן דעם חזיון, האט דער גייסט צו אים געזאגט: זע, דריי מענער זוכן דיך. \v 20 נאר שטיי אויף, גיי אראפ, און פאר מיט זיי, צווייפל גארנישט; ווייל איך האב זיי געשיקט. \v 21 און פעטרוס איז אראפגעגאנגען צו די מענער, און האט געזאגט: אָט בין איך, וועמען איר זוכט; וואס פאר א סיבה איז עס, צוליב וועלכער איר זענט געקומען? \v 22 האבן זיי געזאגט: קארנעליוס, אן אפיציר, אן איש צדיק און ירא שמים, און וואס האט א גוטן שם ביים גאנצן יידישן פאלק, האט באקומען א באפעל פון א הייליקן מלאך, צו שיקן דיך רופן אין זיין הויז אריין, און צו הערן רייד פון דיר. \v 23 דעמאלט האט פעטרוס זיי אריינגערופן און אויפגענומען גאסטפריינדלעך. \p און צומארגנס איז ער אויפגעשטאנען און איז אוועק מיט זיי, און אייניקע פון די ברידער אין יפו זענען מיטגעגאנגען מיט אים. \v 24 און דעם אנדערן טאג זענען זיי אריינגעקומען קיין קיסריה. קארנעליוס אבער האט שוין געווארט אויף זיי, האבנדיק צוזאמענגערופן זיינע קרובים און די אינטימע פריינד. \v 25 און עס איז געשען, בשעת פעטרוס איז אריינגעקומען, אז אנטקעגנגייענדיק אים, איז קארנעליוס אנידערגעפאלן פאר זיינע פיס און האט זיך געבוקט. \v 26 פעטרוס אבער האט אים אויפגעהויבן, און געזאגט: שטיי אויף; איך אליין בין אויך נאר א מענטש. \v 27 און רעדנדיק מיט אים, איז ער אריינגעגאנגען, און האט געפונען א סך צונויפגעקומענע; \v 28 און האט צו זיי געזאגט: איר ווייסט אליין ווי עס איז אסור פאר א יידן זיך צו באהעפטן אדער צו קומען צו איינעם פון א פרעמד פאלק; נאר ה׳ האט מיר געוויזן, קיין מענטשן נישט צו רופן געמיין אדער טמא. \v 29 היות איך בין גערופן געווארן, בין איך דערפאר געקומען אָן איינווענד. איך פרעג דעריבער, צוליב וואס האט איר מיך געלאזט רופן? \v 30 און קארנעליוס האט געזאגט: מיט פיר טעג צוריק ביז צו דער דאזיקער שעה, דער ניינטער, האב איך תפילה געטאן אין מיין הויז; און זע פאר מיר איז געשטאנען א מאן אין שיינענדיקע מלבושים, \v 31 און האט געזאגט; קארנעליוס, דיין תפילה איז דערהערט געווארן, און דיינע צדקות זענען דערמאנט געווארן פאר ה׳. \v 32 שיק דעריבער קיין יפו, און לאד איין שמעונען, וועלכן מען רופט פעטרוס; ער שטייט איין אינם הויז פון שמעון, א גארבער, ביים ים. \v 33 דעריבער האב איך גלייך געשיקט צו דיר; און דו האסט גוט געטאן, וואס ביסט געקומען. און איצט זענען מיר אלע דא פאר ה׳, כדי צו הערן אלץ, וואס איז דיר באפוילן געווארן פונם האר. \v 34 און פעטרוס, האט אויפגעמאכט זיין מויל און געזאגט: \p אויף אן אמת בין איך משיג, אז ה׳ איז נישט קיין נושא פנים; \v 35 נאר אין יעדן פאלק, ווער עס פארכט זיך פאר אים און טוט צדקה, איז אנגענומען ביי אים. \v 36 דאס ווארט, וואס ער האט געשיקט צו די קינדער ישראל, מבשר זייענדיק שלום דורך יהושע/ישוע המשיחן—ער איז האר איבער אלע— \v 37 קענט איר; און איר קענט די זאך, וואס איז געשען איבערן גאנצן (לאנד) יהודה, וועלכע האט זיך אנגעהויבן פון גליל נאך דער מקווה, וואס יוחנן האט אויסגערופן— \v 38 ווי ה׳ האט געזאלבט יהושען/ישוען פון נצרת מיט דעם רוח הקודש און מיט גבורה; וועלכער איז ארומגעגאנגען, טוענדיק גוטס און היילנדיק אלע, וואס זענען געווען אונטער דער מאכט פונם שׂטן, ווייל ה׳ איז געווען מיט אים. \v 39 און מיר זענען עדות וועגן אלעם, וואס ער האט געטאן אין דעם לאנד יהודה און אין ירושלים; אים האבן זיי אויך אומגעבראכט, אויפהענגענדיק אים אויף א בוים. \v 40 דעם דאזיקן האט ה׳ אויפגעוועקט דעם דריטן טאג, און אים געגעבן אנטפלעקט צו ווערן, \v 41 (דאך) נישט צום גאנצן פאלק, נאר צו עדות, וועלכע זענען פארויס אויסדערוויילט געווארן פון ה׳, צו אונדז, וואס האבן געגעסן און געטרונקען מיט אים נאך זיין אויפשטיין פון די טויטע. \v 42 און ער האט אונדז באפוילן אויסצורופן צום פאלק און עדות צו זאגן, אז ער איז דער פון ה׳ באשטימטער שופט פון די לעבעדיקע און טויטע. \v 43 אויף אים זאגן אלע נביאים עדות, אז יעדערער, וואס גלויבט אין אים, וועט דורך זיין נאמען באקומען די פארגעבונג פון זינד. \p \v 44 בשעת פעטרוס האט נאך גערעדט די דאזיקע ווערטער, איז דער רוח הקודש געפאלן אויף אלע, וואס האבן געהערט דאס ווארט. \v 45 און די געמלטע (ד. ה. די יידישע) מאמינים, וועלכע זענען מיטגעקומען מיט פעטרוסן, האבן געשטוינט, אז אפילו אויף די אומות (העולם) איז אויסגעגאסן געווארן די מתנה פון דעם רוח הקודש. \v 46 ווארום זיי האבן זיי געהערט רעדן מיט לשונות און אפגעבן כבוד צו ה׳. דעמאלט האט פעטרוס געענטפערט: \v 47 צי קען דען עמיצער פארווערן דאס וואסער, אז עס זאלן נישט געטובלט ווערן אין דער מקווה די דאזיקע, וועלכע האבן באקומען דעם רוח הקודש, פונקט אזוי ווי מיר? \v 48 און ער האט זיי באפוילן זיך צו לאזן טובל זיין אין דער מקווה אין דעם נאמען פון יהושע/ישוע המשיחן. דעמאלט האבן זיי אים געבעטן, נאך צו פארבלייבן אייניקע טעג. \c 11 \cl קאפיטל עלף \p \v 1 און די שליחים און די ברידער, וועלכע זענען געווען אין יהודה, האבן געהערט, אז אויך די אומות (העולם) האבן אנגענומען ה׳ס ווארט. \v 2 און ווען פעטרוס איז ארויפגעקומען קיין ירושלים, האבן די געמלטע זיך געצאנקט מיט אים, זאגנדיק: \v 3 דו ביסט אריינגעגאנגען צו ערלים, און האסט געגעסן מיט זיי. \v 4 פעטרוס אבער האט אנגעהויבן און זיי דערציילט כסדר, אזוי צו זאגן: \v 5 איך בין געווען אין דער שטאט יפו און האב תפילה געטאן, און אין א טראנס האב איך געזען א חזיון, עפעס א געפעס איז אראפגעקומען ווי א גרויס ליילעך, אראפגעלאזט פון הימל ביי די פיר עקן; און עס איז געקומען צו מיר; \v 6 אין וועלכן איך האב זיך איינגעקוקט און באמערקט, און געזען די פירפיסיקע (בהמות) פון דער ערד און די חיות און שרצים און די פייגל פון הימל. \v 7 און האב געהערט א קול זאגן צו מיר: שטיי אויף, פעטרוס, שעכט און עס. \v 8 איך אבער האב געזאגט: בשום אופן נישט, האר, ווייל קיין שום טמא אדער טריפה זאך איז (נאך) קיינמאל נישט אריינגעגאנגען אין מיין מויל. \v 9 און צום צווייטן מאל האט א קול פון הימל מיר געענטפערט: וואס ה׳ האט ריין געמאכט, זאלסטו נישט מטמא זיין. \v 10 דאס דאזיקע איז געשען דריימאל, און אלץ איז ווידער ארויפגענומען געווארן אין הימל אריין. \v 11 און זע, אין אן אויגנבליק זענען געשטאנען דריי מענטשן ביים הויז, אין וועלכן מיר זענען געווען, וואס זענען געשיקט געווארן פון קיסריה צו מיר. \v 12 און דער גייסט האט געזאגט צו מיר, איך זאל מיטגיין מיט זיי, און זיך גארנישט ווייגערן. און די דאזיקע זעקס ברידער זענען מיטגעגאנגען מיט מיר, און מיר זענען אריינגעגאנגען אין דעם מאנס הויז; \v 13 און ער האט אונדז דערציילט, ווי ער האט געזען דעם מלאך אין זיין הויז שטיין און זאגן: שיק קיין יפו און ברענג שמעונען, וועמען מען רופט פעטרוס, \v 14 וועלכער וועט רעדן צו דיר ווערטער, דורך וועלכע דו וועסט געהאלפן ווערן און דיין גאנץ הויז. \v 15 און ווען איך האב אנגעהויבן צו רעדן, איז דער רוח הקודש געפאלן אויף זיי, פונקט אזוי ווי אין אנהויב אויף אונדז. \v 16 און איך האב מיך דערמאנט דעם הארס ווארט, ווי ער האט געזאגט: יוחנן האט טאקע געטובלט מיט וואסער אין דער מקווה, איר אבער וועט געטובלט ווערן אין דער מקווה מיט דעם רוח הקודש. \v 17 דעריבער אויב ה׳ האט זיי געגעבן די זעלביקע מתנה, ווי אויך צו אונדז, די מאמינים אין דעם האר יהושע/ישוע המשיח, ווער בין איך, וואס זאל קענען פארווערן ה׳? \v 18 און הערנדיק דאס, זענען זיי שטיל געווארן און האבן געלויבט ה׳, אזוי צו זאגן: באמת, ה׳ האט אויך צו אומות (העולם) געגעבן די תשובה צום לעבן. \p \v 19 און די, וועלכע זענען צעשפרייט געווארן צוליב דער רדיפה, וואס איז געשען איבער סטעפאנוסן, זענען אוועק ביז פעניציען און קפריסין און אנטיאכיען, נישט רעדנדיק דאס ווארט צו קיינעם אחוץ בלויז צו יידן. \v 20 עס זענען אבער געווען אייניקע פון זיי, מענער פון קפריסין און קירניה, וואס, ווען זיי זענען געקומען קיין אנטיאכיען, האבן גערעדט אפילו צו גריכן, אנזאגנדיק די גוטע בשורה פון דעם האר יהושע/ישוע. \v 21 און די האנט פון דעם האר איז געווען מיט זיי, און א גרויסע צאל האבן געגלויבט און זיך געקערט צום האר. \v 22 און די זאך וועגן זיי איז געהערט געווארן אין די אויערן פון דער קהילה, וועלכע איז געווען אין ירושלים, און זיי האבן ארויסגעשיקט בר‑נבאן קיין אנטיאכיען; \v 23 וועלכער האט זיך געפריידט, ווען ער איז אהינגעקומען און געזען דעם חסד פון ה׳; און האט אלעמען מזהיר געווען, זיך צו באהעפטן צום האר מיט אן אנטשלאסן הארץ; \v 24 ווייל ער איז געווען אן איש טוב און אנגעפילט מיט דעם רוח הקודש און מיט אמונה; און אן אנגעזעענער המון מענטשן האט זיך אונטערטעניק געמאכט צום האר. \v 25 און ער איז ארויסגעגאנגען קיין טרסוס אויפצוזוכן שאולן; \v 26 און געפינענדיק אים, האט ער אים אוועקגעפירט קיין אנטיאכיען. און עס איז געשען, במשך פון א גאנץ יאר האבן זיי זיך פארזאמלט אין דער קהלה און געלערנט א גרויסן עולם מענטשן; און צוערשט אין אנטיאכיען האט מען די תלמידים גערופן משיחיסטים. \p \v 27 אין די דאזיקע טעג זענען אראפגעקומען נביאים פון ירושלים קיין אנטיאכיען. \v 28 און איינער פון זיי מיטן נאמען אגאבוס איז אויפגעשטאנען און האט געוויזן דורך דעם רוח הקודש, אז עס וועט זיין א גרויסער הונגער אין דער גאנצער וועלט; וואס איז געקומען אין די טעג פון קלוידיוס. \v 29 און די תלמידים האבן באשלאסן, אז יעדער איינער פון זיי, לויט זיינע מעגלעכקייטן, זאל שיקן צו דער אונטערשטיצונג פון די ברידער, וועלכע וואוינען אין יהודה. \v 30 דאס האבן זיי אויך געטאן, שיקנדיק עס צו די זקנים דורך דער האנט פון בר‑נבא און שאול. \c 12 \cl קאפיטל צוועלף \p \v 1 און ארום יענער צייט האט דער קעניג הורדוס אויסגעשטרעקט די הענט צו פייניקן אייניקע פון דער קהלה. \v 2 און האט געטייט יעקבן, יוחננס ברודער, מיט דער שווערד. \v 3 און זעענדיק, אז עס איז געפעלן די יידן, האט ער געמערט צו ארעסטירן פעטרוסן אויך. און עס זענען (דעמאלט) געווען די טעג פונם חג המצות. \v 4 און נעמענדיק אים געפאנגען, האט ער אים איינגעזעצט אין תפיסה, איבערגעבנדיק אים צו פיר אפטיילונגען זעלנער, יעדע פון פיר מאן, צו היטן, האבנדיק בדעה נאך פסח אים ארויסצופירן פארן פאלק. \v 5 פעטרוס איז דעריבער באוואכט געווארן אין דעם געפענקעניש, און די קהלה האט זייער ערנסט מתפלל געווען פאר אים צו ה׳. \v 6 און ווען הורדוס האט אים שוין געזאלט ארויספירן, איז פעטרוס יענע נאכט געשלאפן צווישן צוויי זעלנער, מיט צוויי קייטן געבונדן; און לייט אויף דער וואך ביי דער טיר האבן געהיטן די תפיסה. \v 7 און זע, א מלאך פונם האר איז געקומען, און א ליכט האט אויפגעלויכטן אין דער קאמער; און ער האט א קלאפ געטאן פעטרוסן אויף דער זייט און אים אויפגעוועקט, און געזאגט: שטיי אויף געשווינד. און די קייטן זענען אים אראפגעפאלן פון די הענט. \v 8 און דער מלאך האט צו אים געזאגט: גארטל דיך אונטער און טו אָן דיינע שיך. און ער האט אזוי געטאן. און ער האט צו אים געזאגט: היל דיך איין אין דיין מלבוש און פאלג מיר נאך. \v 9 און ער איז ארויסגעגאנגען און האט נאכגעפאלגט; און נישט געוואוסט, אז עס איז אמת, וואס איז געשען דורך דעם מלאך, נאר האט געמיינט, ער זעט א חזיון. \v 10 און ווען זיי זענען דורכגעגאנגען די ערשטע וואך און די צווייטע, זענען זיי געקומען צו דעם אייזערנעם טויער, וואס פירט אין דער שטאט אריין; פון זיך אליין האט עס זיך אויפגעמאכט פאר זיי; און זיי זענען ארויסגעגאנגען אינדרויסן און זענען דורכגעגאנגען איין גאס; און פלוצלונג האט זיך דער מלאך אפגעשיידט פון אים. \v 11 און קומענדיק צו זיך, האט פעטרוס געזאגט: איצט ווייס איך באמת, אז דער האר האט ארויסגעשיקט זיין מלאך און מיך מציל געווען פון דער האנט פון הורדוס און דעם גאנצן פלאן פון יידישן פאלק. \v 12 און ער האט זיך מישב געווען, און איז אוועק צום הויז פון מרים, די מוטער פון יוחנן, וועמען מען האט גערופן מארקוס, וואו א סך זענען געווען פארזאמלט און האבן תפילה געטאן. \v 13 און ווען ער האט אנגעקלאפט אין דער טיר פונם טויער, איז א דינסטמיידל—זי האט געהייסן ראדא—ארויסגעקומען הערן. \v 14 און דערקענענדיק פעטרוסנס קול, האט זי אויס פרייד אים נישט אויפגעמאכט דאס טויער, נאר איז אריינגעלאפן און האט דערציילט, אז פעטרוס שטייט ביים טויער. \v 15 זיי אבער האבן צו איר געזאגט: דו ביסט משוגע. און זי האט זיך געהאלטן ביי אירס, אז עס איז אזוי (ווי זי האט געזאגט). האבן זיי געזאגט: עס איז זיין מלאך. \v 16 פעטרוס אבער האט געהאלטן אין איין קלאפן, און ווען זיי האבן אויפגעעפנט און אים דערזען, זענען זיי דערשטוינט געווארן. \v 17 און ער האט זיי געגעבן א צייכן מיט דער האנט, זיי זאלן שווייגן, און זיי דערציילט, וויאזוי דער האר האט אים ארויסגעפירט פון תפיסה. און האט געזאגט: זאגט עס יעקבן און די ברידער. און ארויסגייענדיק, איז ער אוועק אויף אן אנדער ארט. \v 18 ווען אבער עס איז געווארן טאג, איז געווארן נישט קיין קליינע בהלה צווישן די זעלנער, וואס האט עס געקענט געשען מיט פעטרוסן? \v 19 הורדוס אבער, זוכנדיק אים און נישט געפינענדיק, האט אויסגעפארשט די שומרים, און געגעבן א באפעל, מען זאל זיי אוועקפירן געטייט צו ווערן. און איז אראפגעגאנגען פון יהודה קיין קיסריה און האט זיך דארט אויפגעהאלטן. \p \v 20 און ער איז געווען שרעקלעך אויפגעבראכט אויף די לייט פון צור און צידון, און אלע צוזאמען זענען געקומען צו אים, און נאך דעם ווי זיי האבן איבערגערעדט בלאסטוס, דעם שר איבער דעם מלכס שלאפצימער, האבן זיי געבעטן צו מאכן שלום, צוליב דעם וואס זייער לאנד איז גענערט געווארן פון דעם קעניגס לאנד. \v 21 און אין א פעסטגעזעצטן טאג האט הורדוס, געקליידט אין קעניגלעכע מלבושים, זיך אנידערגעזעצט אויפן טראן און געהאלטן א רעדע פאר זיי. \v 22 און דאס פאלק האט געשריגן: עס איז דאס קול פון א ג-ט און נישט פון קיין מענטשן! \v 23 און פלוצלונג האט א מלאך פון דעם האר אים א שלאג געטאן, דערפאר וואס ער האט נישט אפגעגעבן דעם כבוד צו ה׳; און ווערנדיק אויפגעפרעסן פון ווערעם, איז ער אויסגעגאנגען. \p \v 24 ה׳ס ווארט אבער איז געוואקסן און זיך פארמערט. \v 25 און בר‑נבא און שאול האבן זיך אומגעקערט פון ירושלים, האבנדיק דערפילט זייער שליחות, און מיטנעמענדיק דעם יוחנן, וועמען מען האט גערופן מארקוס. \c 13 \cl קאפיטל דרייצן \p \v 1 און עס זענען געווען אין אנטיאכיען, אין דער דארטיקער קהילה, נביאים און מלמדים, בר‑נבא און שמעון, וואס האט געהייסן ניגער, און לוקיוס דער פון קירניה און מנחם, וועלכער איז דערצויגן געווארן צוזאמען מיט הורדוסן דעם טעטרארך, און שאול. \v 2 און בשעת זיי האבן געדינט ה׳ און געפאסט, האט דער רוח הקודש געזאגט: שיידט מיר אפ בר‑נבאן און שאולן צו דער ארבעט, צו וועלכער איך האב זיי גערופן. \v 3 דעמאלט, נאכן תענית און תפילה טאן, האבן זיי ארויפגעלייגט די הענט אויף זיי, און זיי אוועקגעשיקט. \p \v 4 און ווערנדיק ארויסגעשיקט דורך דעם רוח הקודש, זענען זיי אראפגעגאנגען קיין סעלעאוציען, און פון דארטן האבן זיי זיך אוועקגעשיפט קיין קפריסין. \v 5 און ווען זיי זענען אנגעקומען קיין סאלאמיס, האבן זיי אנגעזאגט ה׳ס ווארט אין די יידישע שולן; און האבן אויך געהאט יוחנן אלס משרת. \v 6 און ווען זיי זענען דורכגעגאנגען די גאנצע אינדזל ביז פאפוס, האבן זיי געפונען א געוויסן מאן, א כישוף מאכער, א ייד, א פאלשער נביא, מיטן נאמען בר‑ישוע, \v 7 וועלכער איז געווען ביי דעם פראקאנסול סערגיוס פוילוס, אן אינטעליגענט מאן. דער דאזיקער האט גערופן צו זיך בר‑נבאן און שאולן און פארלאנגט צו הערן ה׳ס ווארט. \v 8 נאר עלימאס, דער כישוף מאכער (ווארום דאס איז די אראביש גריכישע באטייטונג פון זיין נאמען), האט זיך זיי אקייגנגעשטעלט, זוכנדיק אוועקצוקערן דעם פראקאנסול פון דער אמונה. \v 9 שאול אבער, וועלכער הייסט אויך פוילוס, אנגעפילט מיט דעם רוח הקודש, האט שארף געקוקט אויף אים, \v 10 און געזאגט: דו, וועלכער ביסט פול מיט יעדער כיטרעקייט און נידערטרעכטיקייט, דו זון פון דעם טייוול, שונא פון יעדער גערעכטיקייט, צי וועסטו נישט אויפהערן צו פארקרימען די רעכטע וועגן פון דעם האר (ה׳)? \v 11 און איצט אָט זע, די האנט פון דעם האר איז אויף דיר, און דו וועסט זיין בלינד, וועסט נישט זען די זון ביז אויף א צייט. און אין אן אויגנבליק איז אויף אים געפאלן א טונקלקייט און א פינצטערניש, און ער איז ארומגעגאנגען און האט געזוכט (אזעלכע, וואס) זאלן אים פירן ביי דער האנט. \v 12 און דעמאלט, ווי דער פראקאנסול האט געזען וואס איז פארגעקומען, האט ער געגלויבט, שטוינענדיק איבער דער לערנונג פון דעם האר. \p \v 13 און פוילוס און זיינע באגלייטער האבן זיך אוועקגעשיפט פון פאפוס און זענען געקומען קיין פערגא אין פאמפיליען, און יוחנן האט זיך אפגעטיילט פון זיי און אומגעקערט קיין ירושלים. \v 14 זיי אבער זענען ווייטער געגאנגען פון פערגא, און זענען געקומען קיין אנטיאכיען אין (לאנד) פיסידיען; און שבת זענען זיי אריינגעגאנגען אין דער שול און האבן זיך אנידערגעזעצט. \v 15 און נאכן לייענען די תורה און די נביאים, האבן די גבאים פון דער שול געשיקט צו זיי, אזוי צו זאגן: ברידער, אויב איר האט עפעס א ווארט פון מוסר פאר דעם עולם, זאגטס. \v 16 און פוילוס האט זיך אויפגעשטעלט און געמאכט א צייכן מיט דער האנט, און געזאגט: אנשי ישראל, און איר, וואס האבן מורא פאר ה׳, הערט! \v 17 דער ג‑ט פון דעם דאזיקן פאלק ישראל האט אויסדערוויילט אונדזערע אבות און דאס פאלק דערהייבט בשעת זיי האבן זיך אויפגעהאלטן אינם לאנד מצרים, און מיט א הויכן ארעם זיי ארויסגעפירט פון דארטן. \v 18 און כמעט פערציק יאר לאנג האט ער זיי געטראגן אין דער מדבר. \v 19 און פארטיליקנדיק זיבן פעלקער אינם לאנד כנען, האט ער זיי געמאכט ירשענען דאס לאנד זייערס, אן ערך פיר הונדערט און פיפציק יאר לאנג. \v 20 און דערנאך זיי געגעבן שופטים ביז שמואל הנביא. \v 21 און פון דעמאלט אָן האבן זיי פארלאנגט א מלך, און ה׳ האט זיי געגעבן שאולן, דעם זון פון קיש, א מאן פון דעם שבט בנימין, במשך פון פערציק יאר. \v 22 און ווען ער האט אים אראפגעזעצט, האט ער זיי אויפגעשטעלט דודן פאר א מלך, וועגן וועמען ער האט עדות געזאגט: איך האב געפונען דודן, דעם בן ישי, א מאן נאך מיין הארץ, וועלכער וועט טאן יעדן רצון מיינעם. \v 23 פון דעם דאזיקנס זאמען, לויט א הבטחה, האט ה׳ געברענגט צו ישראל א גואל—יהושע/ישוע (ישעיהו יא, א; זכריה ו, יא-יב; עזרא ג, ב.), \v 24 וואס פאר זיין קומען האט יוחנן אויסגערופן א מקווה פון תשובה צום גאנצן פאלק ישראל. \v 25 און ווען יוחנן האט געהאלטן ביים ענדיקן זיין לויף, האט ער געזאגט: וואס איר מיינט איך בין, דאס בין איך נישט; נאר זע, עס קומט נאך מיר דער, וועמען איך בין נישט ווערט אויפצובינדן די שיך פון זיינע פיס. \v 26 ברידער, קינדער פון אברהמס שטאם און די, צווישן אייך, וואס האבן מורא פאר ה׳, צו אונדז איז דאס ווארט פון דער דאזיקער ישועה געשיקט געווארן. \v 27 ווארום די איינוואוינער פון ירושלים און זייערע שרים, פארמשפטנדיק אים, וועמען זיי האבן נישט דערקענט, האבן דערפילט די רייד פון די נביאים, וואס ווערן געלייענט יעדן שבת. \v 28 און הגם זיי האבן נישט געפונען קיין טויטשולד אין אים, האבן זיי דאך פארלאנגט פון פילאטוסן, אז ער זאל אומגעברענגט ווערן. \v 29 און ווען זיי האבן אויסגעפירט אלץ, וואס שטייט געשריבן וועגן אים, האבן זיי אים אראפגענומען פון דעם בוים און אים אריינגעלייגט אין א קבר. \v 30 ה׳ אבער האט אים אויפגעוועקט פון די טויטע; \v 31 און ער האט זיך באוויזן במשך פון א סך טעג צו די, וואס זענען ארויפגעגאנגען צוזאמען מיט אים פון גליל קיין ירושלים, און זיי זענען איצט זיינע עדות צום פאלק. \v 32 און מיר זאגן אייך אָן די גוטע בשורה, אז די הבטחה, וואס איז געגעבן געווארן צו די אבות, \v 33 די דאזיקע (הבטחה) האט ה׳ מקיים געווען צו אונדז, זייערע קינדער, דערמיט וואס ער האט אויפגעוועקט יהושען/ישוען, ווי עס שטייט אויך געשריבן אין דעם צווייטן (קאפיטל) תהלים: דו ביסט מיין זון, איך האב דיך היינט געבוירן. \v 34 און אז ער האט אים אויפגעוועקט פון די טויטע, כדי ער זאל זיך מער נישט אומקערן צו פארדארבונג, האט ער אזוי געזאגט: \q איך וועל אייך געבן די הייליקע און באגלויבטע חסדים פון דוד. \qr (ישעיהו נה, ג.) \m \v 35 דערפאר זאגט ער אויך אויף אן אנדער שטעלע: \q דו וועסט נישט געבן דיין חסיד צו זען פארדארבונג. \qr (תהלים טז, י.) \m \v 36 ווארום דוד, נאך דעם ווי ער האט געדינט זיין דור לויט ה׳ס עצה, איז איינגעשלאפן, און איז געלייגט געווארן צו זיינע אבות און האט געזען פארדארבונג; \v 37 ער אבער, וועמען ה׳ האט אויפגעוועקט, האט נישט געזען קיין פארדארבונג. \v 38 דעריבער זאלט איר וויסן זיין, ברידער, אז דורך דעם דאזיקן ווערט אייך אנגעזאגט די פארגעבונג פון זינד; \v 39 און יעדער, וואס גלויבט אין אים, ווערט גערעכטפערטיקט פון אלעם, פון וואס איר האט נישט געקענט גערעכטפערטיקט ווערן דורך תורת משה. \v 40 גיט זשע אכטונג, אז עס זאל נישט קומען אויף אייך דאס, וואס איז געזאגט געווארן און די נביאים: \q \v 41 זעט, איר פאראכטער, און וואונדערט זיך און פארגייט, \q ווייל איך טו א ווערק אין אייערע טעג, \q א ווערק, וואס איר וועט נישט גלויבן, \q ווען עמיצער וועט עס אייך דערציילן. \qr (חבקוק א, ה.) \p \v 42 און בשעת זיי זענען ארויסגעגאנגען (פון שול), האט מען זיי געבעטן, אז דעם קומענדיקן שבת זאלן די זעלביקע רייד גערעדט ווערן צו זיי. \v 43 און ווען קהל איז זיך צעגאנגען, האבן א סך פון די יידן און פון די פרומע גרים נאכגעפאלגט פוילוסן און בר‑נבאן, וועלכע האבן גערעדט צו זיי און זיי מזהיר געווען צו פארבלייבן אין דעם חסד פון ה׳. \v 44 און דעם פאלגענדיקן שבת איז כמעט די גאנצע שטאט זיך צוזאמענגעקומען, צו הערן ה׳ס ווארט. \v 45 און ווי די (אומגלויביקע) יידן האבן געזען די מאסן מענטשן, זענען זיי פול געווארן מיט קנאה און האבן אקייגנגערעדט דעם, וואס פוילוס האט געזאגט, און האבן געלעסטערט. \v 46 און רעדנדיק אפן מיט דרייסטקייט, האבן פוילוס און בר‑נבא געזאגט: עס איז געווען נויטיק, אז צו אייך זאל קודם כל גערעדט ווערן ה׳ס ווארט; נאר ווייל איר פארשטויסט עס און האלט זיך נישט פאר ראוי אויף דעם אייביקן לעבן, זע, ווענדן מיר זיך צו די אומות (העולם). \v 47 ווארום אזוי האט אונדז דער האר באפוילן: \q איך האב דיך געזעצט פאר א ליכט צו די פעלקער, \q אז דו זאלסט זיין א ישועה ביז צום סוף פון דער ערד. \qr (ישעיהו מט, ו.) \m \v 48 און ווי די אומות (העולם) האבן דאס געהערט, האבן זיי זיך געפריידט און ערלעך געהאלטן דאס ווארט פון דעם האר; און וויפל עס זענען געווען באשטימט צום אייביקן לעבן אזויפיל האבן געגלויבט. \v 49 און דאס ווארט פון דעם האר האט זיך פאנאנדערגעטראגן איבערן גאנצן לאנד. \v 50 די יידן אבער האבן אונטערגעהעצט די פרומע און אנגעזענע פרויען און די פארנעמע לייט פון דער שטאט, און האבן אויפגעוועקט א רדיפה אויף פוילוסן און בר‑נבאן, און זיי ארויסגעטריבן פון זייערע גרענעצן. \v 51 און זיי האבן אפגעשאקלט דעם שטויב פון זייערע פיס קעגן זיי, און זענען אוועק קיין איקאניען. \v 52 און די תלמידים זענען געווארן פול מיט פרייד און מיט דעם רוח הקודש. \c 14 \cl קאפיטל פערצן \p \v 1 און דאס זעלביקע איז געשען אין איקאניען. זיי זענען אריינגעגאנגען אין דער יידישער שול און האבן אזוי גערעדט, אז עס האט געגלויבט פון יידן און גריכן א גרויסער המון. \v 2 די אומגלויביקע יידן אבער האבן אויפגעהעצט און פארביטערט די זעלן פון די אומות (העולם) קעגן די ברידער. \v 3 דעריבער האבן זיי דארטן פארברענגט א לענגערע צייט, רעדנדיק מיט דרייסטקייט פון דעם האר, וועלכער האט מעיד געווען אויף דעם ווארט פון זיין חסד, געבנדיק, אז עס זאלן געשען אותות און מופתים דורך זייערע הענט. \v 4 און די מאסע פון דער שטאט האט זיך געשפאלטן, א טייל זענען געווען מיט די יידן, און א טייל מיט די שליחים. \v 5 און ווי עס איז געמאכט געווארן א פיינטלעכער פארזוך מצד די אומות (העולם) און די יידן, מיט זייערע ראשים, זיי צו טאן שלעכטס און צו שטייניקן, \v 6 האבן זיי זיך דערפון דערוואוסט, און זענען אנטלאפן אין די שטעט אריין פון ליקאאניען, ליסטרא און דערבע און דער געגנט ארום; \v 7 און האבן דארטן אנגעזאגט די גוטע בשורה. \p \v 8 און אין ליסטרא פלעגט זיצן א מאן, וואס איז געווען שוואך אויף די פיס, לאם פון זיין מוטערס לייב, וועלכער איז קיינמאל נישט ארומגעגאנגען. \v 9 דער דאזיקער האט זיך צו געהערט צו פוילוסן רעדן, וואס, ווען קוקנדיק אויף אים און זעענדיק, אז ער האט אמונה גענעזן צו ווערן, \v 10 האט געזאגט מיט א הויך קול: שטעל דיך גלייך אויף דיינע פיס! און ער האט א שפרונג געטאן און איז ארומגעגאנגען. \v 11 און די המונים, זעענדיק וואס פוילוס האט געטאן, האבן אויפגעהויבן זייער קול אויף דעם ליקאאנישן לשון, אזוי צו זאגן: די ג‑טער אין געשטאלט פון מענטשן האבן אראפגענידערט צו אונדז. \v 12 און האבן גערופן בר‑נבאן צעאוס (יופיטער) און פוילוסן הערמעס (מערקוריוס), ווייל ער איז געווען דער הויפט רעדנער. \v 13 און דער פריסטער פון צעאוס, וועמעס (טעמפל) איז געווען אויסער דער שטאט, האט געברענגט צו פירן אקסן און גירלאנדן צו די טויערן, און געוואלט מקריב זיין מיט די מאסן. \v 14 הערנדיק אבער דערפון, האבן די שליחים, פוילוס און בר‑נבא, צעריסן זייערע קליידער און זענען ארויסגעלאפן צווישן דעם המון מענטשן, שרייענדיק און זאגנדיק: \v 15 מענער, פארוואס טוט איר דאס? אויך מיר זענען מענטשן מיט געפילן ענלעך צו אייך, און זאגן אייך אָן א בשורה טובה, זיך אפצוקערן פון די דאזיקע נישטיקייטן צום לעבעדיקן ג‑ט, וועלכער האט באשאפן הימל און ערד און דעם ים און אלץ, וואס (געפינט זיך) אין זיי; \v 16 וועלכער האט אין פארגאנגענע דורות געלאזט אלע פעלקער גיין אין זייערע אייגענע דרכים. \v 17 און דאך האט ער זיך נישט איבערגעלאזט אָן אן עדות, מחמת ער האט געטאן גוטס, געבנדיק אייך רעגן פון הימל און פרוכטבארע צייטן, און אנגעפילט אייערע הערצער מיט שפייז און מיט שמחה. \v 18 און דאס זאגנדיק, האבן זיי קוים איינגעהאלטן די מאסן מענטשן, נישט מקריב צו זיין צו זיי. \p \v 19 עס זענען אבער געקומען יידן פון אנטיאכיען און איקאניען און איבעררעדנדיק די מאסן און שטייניקנדיק פוילוסן, האבן זיי אים ארויסגעשלעפט אויסער דער שטאט, מיינענדיק, אז ער איז טויט. \v 20 ווען אבער די תלמידים האבן זיך ארומגעשטעלט ארום אים, האט ער זיך אויפגעהויבן און איז אריינגעגאנגען אין דער שטאט אריין; און אויף צומארגנס איז ער ארויס צוזאמען מיט בר‑נבאן קיין דערבע. \v 21 און האבן אנגעזאגט די גוטע בשורה אין יענער שטאט, און געוואונען אן אנגעזענע צאל תלמידים, און זיך אומגעקערט קיין ליסטרא און קיין איקאניען און קיין אנטיאכיען, \v 22 שטארקענדיק די זעלן פון די תלמידים, און מזהיר זייענדיק זיי צו בלייבן אין דער אמונה, און אז דורך פיל צרות מוזן מיר אריינקומען אין דעם מלכות פון ה׳. \v 23 און אויסדערוויילנדיק פאר זיי זקנים אין יעדער קהילה, און תפילה טוענדיק מיט פאסטן, האבן זיי זיי איבערגעלאזט אויף דעם באראט פון דעם האר, אין וועמען זיי האבן געגלויבט. \v 24 און זענען דורכגעגאנגען פיסידיען, און זענען געקומען קיין פאמפיליען. \v 25 און האבן גערעדט דאס ווארט אין פערגא, און זענען אראפ קיין אטאליא; \v 26 און פון דארטן זיך אוועקגעשיפט קיין אנטיאכיען, פונוואנען זיי זענען איבערגעגעבן געווארן צו ה׳ס חסד צו (טאן) די ארבעט, וואס זיי האבן דערפילט. \v 27 און אנקומענדיק אהין, האבן זיי צוזאמענגעברענגט די קהלה, און דערציילט אלץ, וואס ה׳ האט מיט זיי געטאן, און אז ער האט אויפגעעפנט פאר די אומות (העולם) א טיר פון אמונה. \v 28 און האבן פארברענגט נישט קיין קליינע צייט צוזאמען מיט די תלמידים. \c 15 \cl קאפיטל פופצן \p \v 1 און אייניקע זענען אראפגעקומען פון (דעם לאנד) יהודה און האבן געלערנט די ברידער (אזוי צו זאגן): אויב איר וועט זיך נישט לאזן מל זיין כדת משה, קענט איר נישט געראטעוועט ווערן. \v 2 און ווען עס איז געווארן א מהומה און נישט קיין קליינע מחלוקה צווישן פוילוסן און בר‑נבאן מיט זיי, האט מען באשלאסן, אז פוילוס און בר‑נבא און אייניקע אנדערע פון זיי זאלן ארויפגיין קיין ירושלים צו די שליחים און זקנים וועגן דער דאזיקער שאלה. \v 3 און ווערנדיק באגלייט פון דער קהלה, זענען זיי דורכגעגאנגען פעניציען און שומרון, און האבן דערציילט וועגן דער באקערונג (צו ה׳) פון די אומות (העולם), און פארשאפט א גרויסע פרייד צו אלע ברידער. \v 4 אנקומענדיק אבער קיין ירושלים, זענען זיי אויפגענומען געווארן פון דער קהלה און די שליחים און די זקנים, און האבן דערציילט אלץ, וואס ה׳ האט מיט זיי געטאן. \v 5 נאר עס זענען אויפגעשטאנען אייניקע מאמינים פון דער כיתה פון די פרושים, וועלכע האבן געזאגט: מען מוז זיי (די אומות (העולם)) מל זיין, און אנזאגן אפצוהיטן תורת משה (די תרי״ג מצוות). \p \v 6 און די שליחים און די זקנים זענען זיך צוזאמענגעקומען, אריינצוקוקן אין דעם דאזיקן ענין. \v 7 און ווען עס איז געווארן א גרויסע מחלוקה, האט פעטרוס זיך אויפגעשטעלט און געזאגט צו זיי: ברידער, איר ווייסט, אז פון די פריעסטע טעג אָן האט ה׳ (מיך) אויסדערוויילט צווישן אייך, כדי דורך מיין מויל זאלן די אומות (העולם) הערן דאס ווארט פון דער בשורה טובה און זאלן גלויבן. \v 8 און ה׳, וועלכער קען די הערצער, האט מעיד געווען צו זיי, געבנדיק זיי דעם רוח הקודש פונקט אזוי ווי אויך אונדז; \v 9 און נישט געמאכט קיין חילוק צווישן אונדז און זיי, רייניקנדיק זייערע הערצער דורך דער אמונה. \v 10 פארוואס זשע פרואווט איר איצט אויס ה׳, מיטן ארויפלייגן אויף דעם האלדז פון די תלמידים אן עול, וואס נישט אונדזערע עלטערן, נישט מיר אליין האבן געקענט דערטראגן? \v 11 ניין, נאר דורך דעם חסד פון דעם האר יהושע/ישוע גלויבן מיר דערלייזט צו ווערן אויף דעם זעלביקן אופן ווי יענע. \p \v 12 און דער גאנצער עולם האט געשוויגן; און זיך צוגעהערט צו בר‑נבאן און פוילוסן, וועלכע האבן דערציילט וואס פאר אותות און מופתים ה׳ האט געטאן צווישן די אומות (העולם) דורך זיי. \v 13 און נאך דעם ווי זיי זענען אנטשוויגן געווארן, האט יעקב געענטפערט, אזוי צו זאגן: \p \v 14 ברידער, הערט זיך צו צו מיר; שמעון האט (אונדז) דערציילט, וויאזוי ה׳ האט צום ערשט געבליקט, צו נעמען פון צווישן די אומות (העולם) א פאלק צו זיין נאמען. \v 15 און צו דעם דאזיקן שטימען איין די ווערטער פון די נביאים, ווי עס שטייט געשריבן: \q \v 16 נאך דעם וועל איך מיך אומקערן \q און ווידער אויפבויען דאס איינגעפאלענע געצעלט פון דוד, \q און די חורבות דערפון וועל איך ווידער אויפבויען \q און עס ווידער אויפשטעלן גלייך; \q \v 17 כדי די איבערגעבליבענע מענטשן זאלן זוכן דעם האר, \q און אלע פעלקער, וואס מיין נאמען ווערט גערופן אויף זיי, \q זאגט דער האר, וועלכער טוט די דאזיקע זאכן, \q \v 18 וואס זענען באקאנט פון אייביק אָן. \qr (עמוס ט, יא-יב.) \m \v 19 דערפאר באשליס איך, מען זאל נישט מחמיר זיין אויף די, וואס קערן זיך צו ה׳ פון צווישן די אומות; \v 20 נאר צו שרייבן צו זיי, זיך אפצוהאלטן פון טומאה פון די אפג-טער, און פון זנות, און פון (דעם פלייש פון א בהמה) וואס איז דערווארגן געווארן, און פון בלוט. \v 21 ווארום משה האט פון לאנגע דורות אָן אין יעדער שטאט די, וואס דרשענען אים, מחמת (זיין תורה) ווערט געלייענט אין די שולן יעדן שבת. \p \v 22 דעמאלט איז עס וואוילגעפעלן די שליחים און די זקנים מיט דער גאנצער קהלה צו שיקן אויסדערוויילטע מענער פון זייער מיט קיין אנטיאכיען מיט פוילוסן און בר‑נבאן: (נעמלעך,) יהודהן, וואס מען האט אים גערופן בר‑שבא, און סילא, מענער מנהיגים צווישן די ברידער; \v 23 שרייבנדיק דורך זייער האנט: די שליחים און די זקנים און ברידער צו די ברידער, וועלכע זענען פון די אומות העולם, און געפינען זיך אין אנטיאכיען און סיריען און קיליקיען, שלום! \v 24 אזוי ווי מיר האבן געהערט, אז אייניקע פון אונדז האבן אייך באאומרואיקט מיט ווערטער, וואס פארשאפן אייך עגמת נפש; וועמען מיר האבן עס נישט באפוילן, \v 25 איז עס אונדז וואוילגעפעלן, האבנדיק געקומען צו א הסכם, צו שיקן צו אייך אויסדערוויילטע מענער צוזאמען מיט אונדזערע געליבטע בר‑נבא און פוילוס, \v 26 מענטשן, וואס האבן זיך מוסר נפש געווען פאר דעם נאמען פון אונדזער האר יהושע/ישוע המשיח. \v 27 מיר האבן דעריבער געשיקט יהודהן און סילאן, און זיי וועלן אייך ווארט ווערטלעך דערציילן דאס זעלביקע. \v 28 ווארום עס איז וואוילגעפעלן דעם רוח הקודש און אונדז, נישט ארויפצולייגן אויף אייך קיין ווייטערע משא, אחוץ די דאזיקע נויטווענדיקע זאכן; \v 29 זיך אפצוהאלטן פון קרבנות צו אפג-טער און פון בלוט און (פון פלייש פון בהמות) דערווארגענע און פון זנות, פון וועלכע אויב איר וועט זיך אפהיטן, וועט אייך גיין גוט. שלום צו אייך. \p \v 30 און אזוי זענען זיי אוועקגעשיקט געווארן און זענען אראפ קיין אנטיאכיען, האבן פארזאמלט דעם עדה און איבערגעגעבן דעם בריוו. \v 31 און איבערלייענענדיק אים, האבן זיי זיך געפריידט איבער דער נחמה. \v 32 און יהודה און סילא, וועלכע זענען אליין אויך געווען נביאים, האבן געטרייסט די ברידער מיט פיל ווערטער, און זיי געשטארקט. \v 33 און נאך דעם ווי זיי האבן פארבראכט א געוויסע צייט, זענען זיי אוועקגעלאזט געווארן בשלום פון די ברידער צו די, וואס האבן זיי געשיקט. \v 34 (סילאן אבער איז עס וואוילגעפעלן, דארטן איבערצובלייבן.) \v 35 און פוילוס און בר‑נבא זענען פארבלייבן אין אנטיאכיען, לערנענדיק און אנזאגנדיק מיט נאך א סך אנדערע דאס ווארט פון דעם האר. \p \v 36 און אין אייניקע טעג ארום האט פוילוס געזאגט צו בר‑נבאן: לאמיר זיך אומקערן און באזוכן די ברידער אין אלע שטעט, אין וועלכע מיר האבן אנגעזאגט דאס ווארט פון דעם האר, (און זען) ווי עס דערגייט זיי. \v 37 בר‑נבא אבער האט געוואלט מיטנעמען אויך דעם יוחנן, וועמען מען האט גערופן מארקוס. \v 38 נאר פוילוס האט עס נישט געהאלטן פאר טויגבאר מיטצונעמען דעם, וואס האט זיך אפגעקערט פון זיי פון פאמפיליען, און איז נישט מיטגעגאנגען מיט זיי צו דער ארבעט. \v 39 און עס איז געקומען צו א פארביטערונג, אזוי, אז זיי האבן זיך אפגעטיילט איינער פון אנדערן, און בר‑נבא האט גענומען מארקוסן און זיך אוועקגעשיפט קיין קפריסין; \v 40 און פוילוס האט אויסדערוויילט סילאן און איז אוועקגעגאנגען, ווערנדיק איבערגעגעבן פון די ברידער צו דעם חסד פון דעם האר. \v 41 און איז דורכגעגאנגען סיריען און קיליקיען און האט געשטארקט די קהלות. \c 16 \cl קאפיטל זעכצן \p \v 1 און ער איז געקומען אויך קיין דערבע און ליסטרא, און זע, דארטן איז געווען א געוויסער תלמיד, מיטן נאמען טימאטעוס, א זון פון א יידישער גלויביק געווארענער פרוי, זיין פאטער אבער איז געווען א גריך; \v 2 און ער האט געהאט א גוטן שם ביי די ברידער אין ליסטרא און איקאניען. \v 3 אים האט פוילוס געוואלט האבן מיט זיך ארויסצוגיין, אויף דער נסיעה, און האט גענומען און אים מל געווען צוליב די יידן, וואס האבן זיך געפונען אין יענע מקומות; ווארום אלע האבן געוואוסט, אז זיין פאטער איז געווען א גריך. \v 4 און ווי זיי זענען געגאנגען איבער די שטעט, האבן זיי איבערגעגעבן צו זיי אפצוהיטן די חוקים, וואס זענען באשלאסן געווארן פון די שליחים און זקנים אין ירושלים. \v 5 און אזוי זענען די קהלות געשטארקט געווארן אין דער אמונה און האבן זיך פארמערט אין צאל פון טאג צו טאג. \p \v 6 און זיי זענען דורכגעגאנגען פריגיען און דאס לאנד גאלאטיען, ווייל עס איז זיי פארווערט געווארן פון דעם רוח הקודש צו רעדן דאס ווארט אין אזיען; \v 7 אנקומענדיק אבער קיין מיסיען, האבן זיי פארזוכט צו רייזן קיין ביטיניען, און דער גייסט פון יהושען/ישוען האט זיי נישט געלאזט; \v 8 זענען זיי, פארבייגייענדיק מיסיען, אראפגעקומען קיין טראאס. \v 9 און א חזיון האט זיך באוויזן צו פוילוסן ביינאכט: א מאצעדאניער איז געשטאנען און האט אים געבעטן און געזאגט: קום אריבער קיין מאצעדאניען און העלף אונדז. \v 10 און נאך דעם ווי ער האט געזען דעם חזיון, האבן מיר גלייך געזוכט ארויסצוגיין קיין מאצעדאניען, ארויסדרינגענדיק, אז ה׳ האט אונדז גערופן אנצוזאגן צו זיי די גוטע בשורה. \p \v 11 מיר האבן דעריבער געזעגלט פון טראאס און זענען געפארן אין א גראדער ריכטונג קיין סאמאטראציען, און דעם אנדערן טאג קיין נעאפאליס; \v 12 און פונדאנען קיין פיליפי, וואס איז די ערשטע שטאט פון דעם טייל מאצעדאניען, א (רוימישע) קאלאניע, און אין דער דאזיקער שטאט האבן מיר פארברענגט אייניקע טעג. \v 13 און דעם טאג פון שבת זענען מיר ארויסגעגאנגען אויסער דעם טויער צו א טייך, וואו מיר האבן זיך משער געווען, אז עס איז א בית התפילה; און האבן זיך אנידערגעזעצט און גערעדט מיט די פרויען, וואס זענען זיך צוזאמענגעקומען. \v 14 און א ג‑טספארכטיקע פרוי, מיטן נאמען לידיא, א פארקויפערין פון פורפור, אויס דער שטאט טיאטירא, האט זיך צוגעהערט; וואס דער האר האט איר אויפגעמאכט דאס הארץ צו פארנעמען די רייד פון פוילוסן. \v 15 און ווען זי איז געטובלט געווארן אין דער מקווה, און איר הויזגעזינד, האט זי (אונדז) געבעטן, אזוי צו זאגן: אויב איר האלט מיך פאר א גלויביקע אינם האר, קומט און שטייט איין אין מיין הויז. און האט אונדז שטארק געבעטן. \p \v 16 און עס איז געשען, בשעת מיר זענען געגאנגען צום בית התפילה, אז א דינסטמיידל, וואס האט געהאט א גייסט פון נחוש (כישוף) פון ווארזאגער, האט אונדז באגעגענט; וואס פלעגט אריינגעברענגען אירע בעלי בתים א סך פארדינסט פון איר ווארזאגן. \v 17 די זעלביקע האט נאכגעפאלגט פוילוסן און אונדז, און געשריגן, אזוי צו זאגן: די דאזיקע מענטשן זענען קנעכט פון דעם אלערהעכסטן ג‑ט, וועלכע זאגן אייך אָן א וועג פון רעטונג. \v 18 דאס האט זי אבער געטאן במשך פון פיל טעג. און פוילוס איז דערפון טרויעריק געווארן, און האט זיך א קער געטאן און געזאגט צום גייסט: איך באפעל דיר אינם נאמען פון יהושע/ישוע המשיחן ארויסצוגיין פון איר. און ער איז ארויס פון איר אין דער זעלביקער שעה. \p \v 19 און זעענדיק, אז די האפענונג פון זייער פארדינסט איז פארשווונדן, האבן אירע בעלי בתים געכאפט פוילוסן און סילאן, און זיי געשלעפט אין מארק אריין צו די מושלים, \v 20 און ברענגענדיק זיי צו די פרעטארן, האבן זיי געזאגט: די דאזיקע מענטשן, וואס זענען יידן, שטערן די רו פון אונדזער שטאט, \v 21 און לערנען מנהגים, וועלכע מיר טארן נישט אננעמען, אויך נישט האלטן, ווייל מיר זענען רוימער. \v 22 און דער המון איז אויפגעשטאנען קעגן זיי, און די פרעטארן האבן פון זיי אראפגעריסן די מלבושים, און באפוילן מען זאל זיי שמייסן מיט ריטער. \v 23 און באלייגנדיק זיי מיט א סך שלעק, האט מען זיי אריינגעווארפן אין תפיסה, באפעלנדיק דעם שומר זיי גוט צו היטן; \v 24 וועלכער, באקומענדיק אזא באפעל, האט זיי אריינגעווארפן אין דעם אינערן געפענקעניש און פארגעשרויפט זייערע פיס אין דעם שטאק. \v 25 ארום האלבער נאכט אבער בעת פוילוס און סילא האבן תפילה געטאן און געזונגען צו ה׳, און די געפאנגענע האבן זיך צוגעהערט צו זיי, \v 26 איז פלוצלונג געווארן א גרויסע ערדציטערניש, אזוי, אז די פונדאמענטן פון דער תפיסה זענען דערשיטערט געווארן, און אין אן אויגנבליק האבן זיך אלע טירן אויפגעעפנט, און אלעמענס קייטן זענען לויז געווארן. \v 27 און ווי דער תפיסה שומר האט זיך אויפגעכאפט פון שלאף און געזען די טירן פון דער תפיסה אפן, האט ער ארויסגעצויגן זיין שווערד און זיך געוואלט דאס לעבן נעמען, מיינענדיק, אז די געפאנגענע זענען אנטלאפן. \v 28 פוילוס אבער האט אויסגערופן מיט א הויך קול, אזוי צו זאגן: טו דיר נישט קיין מעשה אָן, ווארום מיר זענען אלע דא. \v 29 און ער האט פארלאנגט א ליכט, איז אריינגעשפרונגען, און ציטערנדיק איז ער אנידערגעפאלן פאר פוילוסן און סילאן, \v 30 און האט זיי ארויסגעפירט אינדרויסן, און געזאגט: מיינע הארן, וואס זאל איך טאן, כדי געראטעוועט צו ווערן? \v 31 און זיי האבן געזאגט: גלויב אין דעם האר יהושע/ישוע, און דו וועסט געראטעוועט ווערן און (אויך) דיין הויזגעזינד. \v 32 און האבן גערעדט צו אים ה׳ס ווארט און צו אלעמען אין זיין הויז. \v 33 און ער האט זיי גענומען אין יענער שעה פון דער נאכט און זיי אפגעוואשן די שלעק; און זיך גלייך געלאזט טובל זיין אין דער מקווה, ער אליין און אלע זיינע בני בית. \v 34 און האט זיי אריינגעפירט אין זיין הויז, און געדעקט א טיש (פאר זיי), און זיך זייער געפריידט מיט זיין גאנץ הויזגעזינד, אז ער איז געווארן א מאמין אין ה׳. \p \v 35 און ווען עס איז געווארן טאג, האבן די פרעטארן (שופטים) געשיקט די ליקטארן (פאליציי), אזוי צו זאגן: לאז ארויס יענע מענטשן. \v 36 און דער תפיסה שומר האט דערציילט די דאזיקע ווערטער צו פוילוסן: די פרעטארן האבן געשיקט, אז מען זאל אייך אפלאזן; קומט זשע איצט ארויס, און גייט אייך לשלום. \v 37 פוילוס אבער האט צו זיי געזאגט: זיי האבן אונדז געשלאגן עפנטלעך מיט ריטער, אָן א משפט, אונדז, וואס מיר זענען רוימישע מענטשן, און אונדז אריינגעווארפן אין תפיסה אריין, און איצט ווארפן זיי אונדז ארויס שטילערהייט? אזוי נישט, נאר טאקע זיי אליין זאלן קומען און אונדז ארויספירן. \v 38 און די ליקטארן האבן דערציילט די דאזיקע רייד צו די פרעטארן, און זיי האבן מורא געהאט, הערנדיק, אז זיי זענען רוימער. \v 39 און זענען געקומען און זיי מפייס געווען, און האבן זיי ארויסגעפירט און געבעטן, אז זיי זאלן אוועקגיין פון דער שטאט. \v 40 און ווי זיי זענען ארויס פון דעם געפענקעניש, זענען זיי אריינגעגאנגען צו לידיאן; און זעענדיק זיך מיט די ברידער, האבן זיי זיי געטרייסט, און זענען ארויסגעגאנגען. \c 17 \cl קאפיטל זיבעצן \p \v 1 און רייזנדיק דורך אמפיפאליס און אפאלאניע, זענען זיי געקומען קיין טעסאלאניקא, וואו עס איז געווען א יידישע שול. \v 2 און לויט זיין געוואוינהייט איז פוילוס אריינגעגאנגען צו זיי, און במשך פון דריי שבתים האט ער זיך מיט זיי מתווכח געווען פון די כתבי (הקודש), \v 3 אויפעפנענדיק און דערווייזנדיק, אז דער משיח האט געדארפט ליידן און אויפשטיין פון די טויטע, און אז דער דאזיקער יהושע/ישוע, וועלכן איך זאג אייך אָן, איז דער משיח. \v 4 און אייניקע פון זיי האבן זיך איבערצייגט, און זיך באהאפטן צו פוילוסן און סילאן; און פון די יראת שמימדיקע גריכן א גרויסער עולם, און פון די פארנעמע פרויען נישט ווייניקע. \v 5 די יידן אבער זענען געווארן אייפערזיכטיק און האבן גענומען אייניקע פארשוינען פון דעם גאסנגעזינדל, און איינגעזאמלט א המון, און געמאכט א מהומה אין דער שטאט; און שטעלנדיק זיך ארום יאזאנס הויז, האבן זיי געזוכט זיי ארויסצוברענגען פארן פאלק. \v 6 און ווי זיי האבן זיי נישט געפונען, האבן זיי ארויסגעשלעפט יאזאנען און אייניקע ברידער צו די מנהיגים פון דער שטאט, שרייענדיק: די דאזיקע לייט, וועלכע האבן אויפגעברויזט די וועלט, זענען אויך אהערגעקומען; \v 7 וועמען יאזאן האט אויפגענומען; און זיי אלע האנדלען קעגן דעם קיסרס געזעצן, זאגנדיק, אז עס איז פאראן אן אנדערער קעניג, יהושע/ישוע. \v 8 און האבן צארנדיק געמאכט דעם המון און די שטאט מנהיגים, ווען זיי האבן דאס געהערט. \v 9 און באקומענדיק א פארזיכערונג פון יאזאנען און פון די איבריקע, האבן זיי זיי אפגעלאזט. \p \v 10 און די ברידער האבן גלייך ארויסגעשיקט פוילוסן און סילאן ביינאכט קיין בערעא; און ווען זיי זענען אהינגעקומען, זענען זיי אריינגעגאנגען אין דער יידישער שול אריין. \v 11 און די דאזיקע (יידן) זענען געווען איידעלער ווי די אין טעסאלאניקא, ווייל זיי האבן אנגענומען דאס ווארט מיט יעדער גרייטוויליקייט, און טאג טעגלעך געפארשט די כתבי (הקודש), צי עס איז אזוי. \v 12 דעריבער האבן אויך א סך פון זיי געגלויבט, און נישט ווייניקע פון די פארנעמע גריכישע פרויען און מענער. \v 13 נאר ווי די יידן פון טעסאלאניקא האבן זיך דערוואוסט, אז אויך אין בערעא איז ה׳ס ווארט אנגעזאגט געווארן פון פוילוסן, זענען זיי אויך אהינגעקומען, אויפרעגנדיק און אויפהעצנדיק די מאסן. \v 14 און דעמאלט האבן די ברידער גלייך ארויסגעשיקט פוילוסן צו גיין ביז צום ים; און סילא און טימאטעוס זענען דארטן איבערגעבליבן. \v 15 און פוילוסנס באגלייטער האבן אים געפירט ביז אטען, און באקומענדיק א באפעל צו סילא און טימאטעוסן, אז זיי זאלן קומען צו אים ווי צום געשווינדסטן, זענען זיי אוועקגעגאנגען. \p \v 16 און בשעת פוילוס האט געווארט אויף זיי אין אטען, האט זיך זיין גייסט פארביטערט אין אים, זעענדיק ווי די שטאט איז פול מיט אפג‑טער. \v 17 דעריבער פלעגט ער רעדן מיט די יידן אין שול און מיט די יראת שמימדיקע (גריכן), און יעדן טאג אויפן מארק מיט די לייט, וועמען ער האט געטראפן. \v 18 און אויך אייניקע פון די עפיקורעישע און סטאישע פילאזאפן האבן זיך געפלפולט מיט אים. און אייניקע האבן געזאגט: וואס וויל דער דאזיקער פלאפלער זאגן? אנדערע אבער (האבן געזאגט): ער שיינט אויס צו זיין א מגיד פון פרעמדע ג‑טער—ווייל ער האט אנגעזאגט די גוטע בשורה פון יהושען/ישוען און תחית המתים. \v 19 און האבן אים גענומען און אוועקגעפירט צום ארעאפאגוס, און געזאגט: צי קענען מיר וויסן, וואס פאר א נייע לערנונג עס איז די דאזיקע, פון וועלכער דו רעדסט? \v 20 ווארום דו ברענגסט עפעס פרעמדע זאכן צו אונדזערע אויערן; מיר ווילן דעריבער וויסן, וואס דאס זאל זיין. \v 21 און אלע אטענער און די פרעמדע, וואס האבן דארטן געוואוינט, פלעגן פארברענגען די צייט נישט מיט קיין שום אנדערס ווי אדער מיט זאגן אדער מיט הערן עפעס נייעס. \v 22 און פוילוס האט זיך אנידערגעשטעלט אין דער מיט פונם ארעאפאגוס און געזאגט: \p מענער פון אטען, פון אלעם זע איך ווי איר זענט פול מיט רעליגיע. \v 23 ווארום פארבייגייענדיק און זעענדיק אייערע הייליקטימער, האב איך אויך געפונען א מזבח, אויף וועלכן עס איז געווען אויפגעשריבן: צום אומבאקאנטן ג‑ט. זעט, דאס דאזיקע, וואס איר קענט נישט און דינט, זאג איך אייך אָן. \v 24 דער ג‑ט, וועלכער האט באשאפן די וועלט און אלץ, וואס איז אין איר, ער, וואס איז האר פון הימל און ערד, וואוינט נישט אין טעמפלען האנטגעמאכטע; \v 25 ער ווערט אויך נישט באדינט פון מענטשלעכע הענט, פונקט ווי ער וואלט עפעס געדארפט, ווארום ער גיט אלעמען לעבן און אטעם און אלץ; \v 26 און האט פון איין בלוט געמאכט אלע מענטשלעכע פעלקער, צו וואוינען אויף דער גאנצער אייבערפלאך פון דער ערד, באשטימענדיק פעסטגעזעצטע צייטן און די גרענעצן פון זייער וואוינונג; \v 27 כדי זיי זאלן זוכן ג‑ט, אפשר וועלן זיי אים דערפילן און געפינען, הגם ער איז נישט ווייט פון יעדן איינעם פון אונדז; \v 28 ווארום אין אים לעבן מיר און באוועגן זיך און האבן א קיום, אזויווי אויך אייניקע פון אייערע פאעטן האבן געזאגט: ווארום אן אפשטאם פון אים זענען מיר. \v 29 זייענדיק דעריבער פון ג‑טס אפשטאמונג, געשיקט עס זיך נישט (פאר אונדז) צו מיינען, אז די ג‑טהייט איז ענלעך צו גאלד אדער זילבער אדער שטיין, צו א בילד פון מענטשלעכער קונסט און דערפינדונג. \v 30 און אויף די צייטן פון אומוויסן האט ה׳ אוועקגעקוקט, איצט אבער באפעלט ער אלע מענטשן אומעטום, תשובה צו טאן; \v 31 ווייל ער האט פעסטגעזעצט א טאג, אין וועלכן ער וועט משפטן די וועלט מיט גערעכטיקייט דורך א מאן, וועמען ער האט באשטימט דערצו; און האט אלעמען געגעבן א פארזיכערונג, אויפוועקנדיק אים פון די טויטע. \p \v 32 און ווי זיי האבן געהערט פון תחית המתים, האבן א טייל זיך אויסגעלאכט; אנדערע אבער האבן געזאגט: מיר וועלן דיך הערן נאכאמאל וועגן דער דאזיקער זאך. \v 33 און אזוי איז פוילוס ארויסגעגאנגען פון זייער מיט. \v 34 אייניקע מענער אבער האבן זיך באהאפטן צו אים, און געגלויבט, צווישן וועלכע (עס האבן זיך) אויך (געפונען) דיאניזיוס, דער ארעאפאגיטיקער, און א פרוי, מיטן נאמען דאמאריס, און אנדערע מיט זיי. \c 18 \cl קאפיטל אכצן \p \v 1 נאך דעם איז ער ארויסגעגאנגען פון אטען, און איז געקומען קיין קארינט. \v 2 און האט געפונען א געוויסן יידן מיטן נאמען אקווילא, געבוירן אין פאנטוס, נאר וואס אנגעקומען פון איטאליען, מיט פריסקילא זיין פרוי, צוליב דעם, וואס קלוידיוס האט באפוילן, אז אלע יידן זאלן פארלאזן רוים; און ער איז געגאנגען צו זיי. \v 3 און ווייל ער איז געווען פונם זעלביקן פאך, איז ער ביי זיי פארבלייבן, און זיי האבן געארבעט, ווארום זיי זענען געווען געצעלטנמאכער פון דער מלאכה. \v 4 און יעדן שבת האט ער גערעדט אין שול, און געזוכט איבערצוצייגן יידן און גריכן. \p \v 5 ווי אבער סילא און טימאטעוס זענען אנגעקומען פון מאצעדאניען, האט פוילוס זיך אינגאנצן געווידמעט דעם ווארט, עדות זאגנדיק צו יידן, אז יהושע/ישוע איז דער משיח. \v 6 ווען אבער זיי האבן זיך אקייגנגעשטעלט און געלעסטערט, האט ער אפגעשאקלט די מלבושים און געזאגט צו זיי: אייער בלוט אויף אייער קאפ; איך בין ריין; פון איצט אָן וועל איך גיין צו די אומות העולם. \v 7 און איז אוועקגעגאנגען פון דארטן, און איז אריינגעגאנגען אין הויז פון א געוויסן (מאן), מיטן נאמען טיציוס יוסטוס, א יראת שמימדיקער (גר), וועמעס הויז איז געווען ביי דער שול. \v 8 קריספוס אבער, דער גבאי פון דער שול, האט געגלויבט אין דעם האר צוזאמען מיט זיין גאנץ הויזגעזינד; און א סך פון די קארינטער, וועלכע האבן געהערט, האבן געגלויבט און זיך געלאזט טובל זיין אין דער מקווה. \v 9 און דער האר האט געזאגט צו פוילוסן דורך א חיזיון ביינאכט: האב נישט קיין מורא, נאר רעד, און שווייג נישט; \v 10 ווייל איך בין מיט דיר, און קיינער וועט דיך נישט אנרירן, דיר שלעכטס צו טאן; מחמת איך האב א גרויס פאלק אין דער דאזיקער שטאט. \v 11 און ער האט (דארטן) זיך אויפגעהאלטן א יאר מיט זעקס חדשים, לערנענדיק צווישן זיי דאס ווארט פון ה׳. \p \v 12 ווען אבער גאליאן איז געווען פראקאנסול פון אכאיא, האבן די יידן זיך איינשטימיק אויפגעשטעלט קעגן פוילוסן, און אים געפירט צו דער כסא המשפט, \v 13 און געזאגט: דער דאזיקער מאן רעדט איבער די מענטשן צו דינען ה׳ להיפך דער תורה. \v 14 און ווי פוילוס האט געוואלט אויפעפענען זיין מויל, האט גאליאן געזאגט צו די יידן; אויב עס וואלט טאקע געווען עפעס אן עוולה אדער א בייזע געמיינהייט, יידן, פארשטייט זיך, אז איך וואלט געווען געדולדיק מיט אייך; \v 15 אויב אבער עס זענען שאלות וועגן ווערטער און נעמען אין דער תורה אייערער, זעט איר אליין דערצו; קיין שופט פון די דאזיקע זאכן וויל איך נישט זיין. \v 16 און האט זיי פארטריבן פון דער כסא המשפט. \v 17 און אלע האבן געכאפט סאסטענעסן, דעם גבאי פון שול, און אים געשלאגן פאר דער כסא המשפט; און גאליאן האט זיך נישט אנגענומען (פון דער אנטיסעמיטיזם). \p \v 18 און פארבלייבנדיק נאך דארטן א סך טעג, האט פוילוס זיך געזעגנט מיט די ברידער, און איז אוועקגעפארן מיט דער שיף קיין סיריען, און מיט אים פריסקילא און אקווילא; נאכן אפגאלן זיך (אלס פרומער ייד) דעם קאפ אין קענקרעא, ווארום ער האט געהאט געטאן א נדר. \v 19 און זיי זענען געקומען קיין עפעזוס, און ער האט זיי דארטן איבערגעלאזט; אליין אבער איז ער אריינגעגאנגען אין דער שול און האט גערעדט צו די יידן. \v 20 און ווען זיי האבן אים געבעטן צו בלייבן אויף א לענגערער צייט, האט ער נישט איינגעשטימט; \v 21 נאר האט זיך געזעגנט און געזאגט: איך וועל ווידער קומען צו אייך, אם ירצה ה׳, און האט זיך אוועקגעשיפט פון עפעזוס. \v 22 און קומענדיק קיין קיסריה, איז ער אויסגעשטיגן און האט אפגעגעבן שלום דער קהלה, און איז אראפ קיין אנטיאכיען. \v 23 און נאך דעם ווי ער האט (דארטן) פארברענגט א געוויסע צייט, איז ער אוועק, און איז דורכגעגאנגען כסדר די געגנט פון גאלאטיען און פריגיען, שטארקנדיק אלע תלמידים. \p \v 24 און א געוויסער ייד, מיטן נאמען אפאלאס, געבוירן אין אלעקסאנדריען, א געלערנטער מאן, מעכטיק אין די כתבי (הקודש), איז געקומען קיין עפעזוס. \v 25 דער דאזיקער איז געווען געלערנט אין דעם דרך ה׳; און זייענדיק אייפערדיק אין גייסט, האט ער גערעדט און געלערנט גענוי וואס שייך יהושען/ישוען, הגם ער האט בלויז געקענט די מקווה (פון תשובה) פון יוחנן; \v 26 און האט אנגעהויבן צו רעדן מיט דרייסטקייט אין שול. ווי אבער פריסקילא און אקווילא האבן אים געהערט, האבן זיי אים גענומען צו זיך, און אים נאך גענויער קלאר געמאכט דעם דרך ה׳. \v 27 וועלנדיק אבער גיין קיין אכאיא, האבן די ברידער אים צוגעגעבן מוט, און געשריבן צו די תלמידים, אז מען זאל אים אויפנעמען; און ווען ער איז אהינגעקומען, האט ער פיל געהאלפן די, וואס האבן געגלויבט דורך דעם חסד; \v 28 ווארום מיטן גאנצן כוח האט ער געהאלטן וויכוחים מיט די יידן, אויפווייזנדיק עפנטלעך פון די כתבי (הקודש), אז יהושע/ישוע איז דער משיח. \c 19 \cl קאפיטל ניינצן \p \v 1 און עס איז געשען, בשעת אפאלאס איז געווען אין קארינט, איז פוילוס, נאכן דורכגיין די אינלענדישע טיילן פון (קליין) אזיען, געקומען קיין עפעזוס; און ווען ער האט (דארט) געפונען אייניקע תלמידים, \v 2 האט ער צו זיי געזאגט: צי האט איר מקבל געווען דעם רוח הקודש, ווען איר זענט געווארן מאמינים? האבן זיי געזאגט צו אים: מיר האבן אפילו נישט געהערט, אויב עס געפינט זיך א רוח הקודש. \v 3 האט ער געזאגט: אויף וואס דען האט איר זיך מקווה געטובלט? און זיי האבן געזאגט: אויף דער מקווה פון תשובה פון יוחנן. \v 4 האט פוילוס געזאגט: יוחננס מקווה איז געווען א מקווה פון תשובה, זאגנדיק צום פאלק, אז זיי זאלן גלויבן אין דעם, וועלכער וועט קומען נאך אים, דאס הייסט אין יהושען/ישוען. \v 5 און הערנדיק דאס, האבן זיי זיך געלאזט טובל זיין אין דער מקווה אין דעם נאמען פון דעם האר יהושע/ישוע. \v 6 און ווי פוילוס האט ארויפגעלייגט אויף זיי די הענט, איז דער רוח הקודש געקומען אויף זיי; און זיי האבן גערעדט מיט לשונות און נבואות געזאגט. \v 7 און זיי אלע זענען געווען אן ערך צוועלף מענער. \p \v 8 און ער איז אריינגעגאנגען אין שול, און האט גערעדט מיט דרייסטקייט במשך פון דריי חדשים, האלטנדיק וויכוחים און איבערצייגנדיק בנוגע דעם מלכות פון ה׳. \v 9 ווען אבער אייניקע האבן הארט געמאכט זייערע הערצער און נישט געגלויבט, רעדנדיק שלעכטס לגבי דעם דרך (ה׳) פאר דעם עולם, איז ער אוועק פון זיי, און האט אפגעשיידט די תלמידים, און טאג טעגלעך גערעדט אין דער בית המדרש ישיבה פון א געוויסן טיראנוס. \v 10 דאס דאזיקע איז אנגעגאנגען צוויי יאר לאנג, אזוי, אז אלע איינוואוינער פון (קליין) אזיען, יידן און גריכן, האבן געהערט דאס ווארט פון דעם האר. \v 11 און ה׳ האט געטאן אויסערגעוויינלעכע וואונדער דורך די הענט פון פוילוסן; \v 12 אזוי, אז מען פלעגט אוועקטראגן פון זיין לייב טיכלעך אדער פארטיכער צו די שלאפע, און די חלאתן האבן זיי פארלאזט, און די בייזע גייסטער זענען ארויס. \v 13 און אייניקע פון די יידישע וואנדערער, בעלי שם, האבן אונטערגענומען אנצורופן דעם נאמען פון דעם האר יהושע/ישוע אויף די, וואס האבן געהאט בייזע גייסטער, אזוי צו זאגן: איך באשווער אייך ביי יהושען/ישוען, וועמען פוילוס רופט אויס! \v 14 און די, וואס האבן דאס געטאן זענען געווען זיבן בנים פון געוויסן סקעווא, א ייד, איינער פון די ”גרויסע כהנים“. \v 15 און דער בייזער גייסט האט געענטפערט און געזאגט צו זיי: יהושען/ישוען קען איך, פוילוסן קען איך אויך; ווער אבער זענט איר? \v 16 און דער מענטש, אין וועמען עס איז געווען דער בייזער גייסט, האט אויף זיי א שפרונג געטאן, און איבערגעוועלטיקט צוויי פון זיי, און זיי (אזוי) בייגעקומען, אז זיי זענען אנטלאפן פון יענעם הויז נאקעט און פארוואונדעט. \v 17 און דאס דאזיקע איז באקאנט געווארן צו אלע יידן און גריכן, וועלכע האבן געוואוינט אין עפעזוס; און א מורא איז געפאלן אויף זיי אלע, און דעם האר ישועס נאמען איז דערהייבט געווארן. \v 18 און א סך פון די, וואס האבן געגלויבט, זענען געקומען און זיך מתוודה געווען און דערציילט פון זייערע (פריערדיקע) מעשים. \v 19 און א סך פון די, וואס האבן זיך פארנומען מיט כישוף, האבן צוזאמענגעברענגט זייערע ביכער, און זיי פארברענט פאר אלעמען אין די אויגן; און מען האט בארעכנט זייער ווערט, און געפונען (אז עס האט באטראפן) פיפציק טויזנט שטיק זילבער. \v 20 אזוי מעכטיק איז געוואקסן דאס ווארט פון דעם האר און האט זיך געשטארקט. \p \v 21 און נאך דעם ווי די דאזיקע זאכן זענען געשען, האט פוילוס פארגענומען אין זיין גייסט, אז ווען ער וועט האבן דורכגעגאנגען מאצעדאניען און אכאיא, צו פארן קיין ירושלים, און האט געזאגט: נאך דעם ווי איך וועל דארטן זיין, מוז איך אויך זען רוים. \v 22 און אוועקשיקנדיק קיין מאצעדאניען צוויי פון די, וואס האבן אים באדינט, טימאטעוסן און עראסטוסן, איז ער אליין נאך פארבלייבן א געוויסע צייט אין (קליין) אזיען. \p \v 23 און ארום יענער צייט איז געשען נישט קיין קליינע מהומה וועגן דעם (משיחיסטים) דרך (ה׳). \v 24 ווארום א געוויסער מאן, מיטן נאמען דימעטריוס, א זילבערשמיד, וועלכער פלעגט מאכן זילבערנע טעמפלען פון ארטעמיס, און געבן די האנטווערקער נישט קיין קליינעם פארדינסט; \v 25 האט זיי פארזאמלט און די (אנדערע) בעלי מלאכות פון אזעלכע זאכן, און געזאגט: מענער, איר ווייסט, אז פון דער דאזיקער ארבעט האבן מיר אונדזער וואוילשטאנד. \v 26 און איר זעט און הערט, אז נישט נאר אין עפעזוס, נאר כמעט אין גאנץ (קליין) אזיען האט דער דאזיקער פוילוס איבערגערעדט און אפגעקערט אן אנגעזעענעם המון מענטשן, זאגנדיק, אז דאס זענען נישט קיין ג‑טער, וואס ווערן געמאכט מיט הענט; \v 27 און עס איז א סכנה, אז נישט בלויז אונדזער פאך וועט ווערן צו שפאט, נאר אפילו דער טעמפל פון דער גרויסער ג‑טין ארטעמיס וועט פאר נישט געאכט ווערן; און עס קען נאך זיין, אז עס וועט אוועקגענומען ווערן די מאיעסטעט פון איר, וועמען גאנץ (קליין) אזיען און די באוואוינטע וועלט דינט. \v 28 און ווי זיי האבן דאס געהערט, זענען זיי געווארן פול מיט צארן, און האבן געשריגן, אזוי צו זאגן: גרויס איז די ארטעמיס פון די עפעזער! \v 29 און די שטאט איז פול געווארן פון דער מהומה; און אלע צוזאמען האבן געשטורמט צום טעאטער, מיטשלעפנדיק גאיוסן און אריסטארכוסן, מאצעדאניער, פוילוסנס באגלייטער אויף דער נסיעה. \v 30 ווי אבער פוילוס האט געוואלט אריינגיין צווישן דעם פאלק, האבן די תלמידים אים נישט געלאזט. \v 31 און אויך אייניקע פון די הויכע באאמטע פון (קליין) אזיען, זייענדיק זיינע פריינד, האבן געשיקט צו אים, און געבעטן ער זאל זיך נישט איינשטעלן צו קומען אין טעאטער אריין. \v 32 און זיי האבן געשריגן, א טייל איין זאך, אנדערע עפעס אנדערש, ווארום די פארזאמלונג איז געווען צעטומלט; און די מערסטע האבן נישט געוואוסט, צוליב וועלכן זיי זענען זיך צוזאמענגעקומען. \v 33 און פון דעם המון האט מען ארויסגעשלעפט אלעקסאנדערן, וועמען די יידן האבן געשטופט פארויס. און אלעקסאנדער האט געמאכט א צייכן מיט דער האנט, און געוואלט האלטן א פארטיידיקונג רעדע פארן פאלק. \v 34 דערוויסנדיק (אין אנטיסעמיטיזם) זיך אבער, אז ער איז א ייד, האבן אלע געשריגן מיט איין קול במשך פון כמעט צוויי שעה; גרויס איז ארטעמיס (די ג-טין) פון די עפעזער! \v 35 און דער שטאט שרייבער, בארואיקנדיק דעם המון מענטשן, האט געזאגט: אָ מענער פון עפעזוס, צי געפינט זיך דען עמיצער צווישן מענטשן, וואס ווייסט נישט, אז די שטאט פון די עפעזער איז די טעמפל היטערין פון דער גרויסער ארטעמיס און פון איר בילד, וואס איז אראפגעפאלן פון הימל? \v 36 דעריבער, אזוי ווי מען קען די דאזיקע זאכן נישט סותר זיין, האט איר זיך געזאלט פארהאלטן רואיק, און גארנישט טאן אין איילעניש. \v 37 ווארום איר האט אהערגעברענגט די דאזיקע מענטשן, וועלכע זענען נישט קיין טעמפל רויבער, נישט קיין לעסטערער פון אונדזער ג‑טין. \v 38 דעריבער, אויב דימעטריוס און די האנט ווערקער מיט אים האבן טאקע עפעס א טענה קעגן עמיצן, ווערן (דאך) געהאלטן עפנטלעכע טעג פון משפטים, און עס זענען דא פראקאנסולן; זאלן זיי אנקלאגן איינס דאס אנדערע. \v 39 אויב אבער איר זוכט עפעס אנדערש, וועט עס געלייזט ווערן אויף דער געזעצלעכער פארזאמלונג. \v 40 ווארום מיר זענען אויך אין א סכנה, אנגעקלאגט צו ווערן וועגן א מרידה צוליב דער היינטיקער מעשה, ווייל עס איז נישטא קיין סיבה, מיט וועלכער מיר זאלן קענען פארענטפערן דאס דאזיקע מהומה. \v 41 און ווען ער האט דאס געזאגט, האט ער פאנאנדערגעלאזט די פארזאמלונג. \c 20 \cl קאפיטל צוואנציק \p \v 1 און נאך דעם ווי די מהומה האט זיך איינגעשטילט, האט פוילוס געשיקט נאך די תלמידים און גערעדט טרייסטווערטער צו זיי, האט זיך געזעגנט און איז ארויסגעגאנגען צו גיין קיין מאצעדאניען. \v 2 און דורכגייענדיק יענע פראווינצן, און טרייסטנדיק זיי (ד. ה. די דארטיקע מאמינים) מיט א סך ווערטער, איז ער געקומען קיין גריכנלאנד. \v 3 און איז (דארט) פארבלייבן במשך פון דריי חדשים; און היות א פארשווערונג איז געמאכט געווארן פון די יידן קעגן אים, ווען ער האט בדעה געהאט זיך אוועקצושיפן קיין סיריען, האט ער באשלאסן זיך אומצוקערן איבער מאצעדאניען. \v 4 און ביז (קליין) אזיען האבן אים באגלייט סאפאטרוס בן פורוס פון בערעא; און פון די טעסאלאניקער, אריסטארכוס און סעקונדוס; און גאיוס פון דערבע, און טימאטעוס; און טיכיקוס און טראפימוס, פון (קליין) אזיען. \v 5 די דאזיקע אבער זענען געגאנגען פארויס, און האבן געווארט אויף אונדז אין טראאס. \v 6 און נאך פסח זענען מיר אוועקגעפארן מיט דער שיף פון פיליפיען, און זענען אין פינף טעג ארום געקומען צו זיי קיין טראאס, וואו מיר זענען פארבלייבן זיבן טעג. \p \v 7 און דעם ערשטן טאג פון דער וואך, ווען מיר זענען זיך צונויפגעקומען צו ברעכן ברויט, האט פוילוס געדרשנט צו זיי, האבנדיק בדעה צומארגנס אפצופארן; און האט מאריך געווען די דרשה ביז האלבער נאכט. \v 8 און עס זענען געווען א סך לאמפן אין דער אויבערשטוב, וואו מיר זענען געווען פארזאמלט. \v 9 און אויפן פענצטער איז געזעסן א געוויסער בחור, מיטן נאמען עווטיכוס, (וועלכער) איז אריינגעפאלן אין א טיפן שלאף; און בשעת פוילוס האט נאך אלץ פארצויגן מיט זיין דרשענען, האט דער שלאף אים בייגעקומען, און ער איז אראפגעפאלן פונם דריטן שטאק, און מען האט אים אויפגעהויבן א טויטן. \v 10 פוילוס אבער איז אראפגעגאנגען, און איז ארויפגעפאלן אויף אים, און ארומנעמענדיק אים, האט ער געזאגט: באאומרואיקט זיך נישט, ווארום די נשמה זיינע איז (נאך) אין אים. \v 11 און איז ארויפגעגאנגען, האט געבראכן דאס ברויט, און (אליין) טועם געווען, און נאך לאנג מיט זיי גערעדט, ביז עס איז געווארן שחרית‎, און אזוי איז ער אוועקגעגאנגען. \v 12 און דאס בחור האט מען געברענגט צופירן א לעבעדיקן, און זיי האבן זיך נישט ווייניק געטרייסט. \p \v 13 מיר אבער זענען געגאנגען פארויס צו דער שיף, און האבן זיך אוועקגעשיפט קיין אסוס, כדי דארטן אויפצונעמען פוילוסן; ווארום אזוי האט ער באפוילן, ווייל אליין האט ער געוואלט גיין צופוס. \v 14 און ווען ער האט זיך מיט אונדז געטראפן אין אסוס, האבן מיר אים אויפגענומען, און זענען געקומען קיין מיטילענע. \v 15 און ווייטער פארנדיק פון דארטן, זענען מיר דעם נעכסטן טאג אנגעקומען אנטקעגנאיבער כיוס; און דעם אנדערן טאג זענען מיר געקומען קיין סאמאס; און דעם פאלגענדיקן טאג זענען מיר געקומען קיין מילעטוס. \v 16 ווארום פוילוס האט באשלאסן פארבייצופארן עפעזוס, כדי ער זאל נישט דארפן פארלירן קיין צייט אין (קליין) אזיען; ווייל ער האט זיך געאיילט, ווי ווייט מעגלעך פאר אים, צו זיין אין ירושלים אויף שבועות. \p \v 17 און פון מילעטוס האט ער געשיקט קיין עפעזוס, און געלאזט רופן די זקנים פון דער קהלה. \v 18 און ווען זיי זענען געקומען צו אים, האט ער צו זיי געזאגט: \p איר ווייסט אליין, וויאזוי איך האב מיך אויפגעפירט צווישן אייך די גאנצע צייט, פון דעם ערשטן טאג אָן, ווען איך בין געקומען קיין אזיען, \v 19 דינענדיק דעם האר מיט יעדער עניוות און מיט טרערן און נסיונות, וועלכע זענען געקומען אויף מיר דורך די פארשווערונגען פון יידן; \v 20 ווי איך האב גארנישט פארהוילן פון אייך פון דעם, וואס איז נוצלעך, אז איך זאל עס נישט האבן געזאגט צו אייך, און אייך געלערנט, סאי עפנטלעך סאי פון הויז צו הויז, \v 21 עדות זאגנדיק צו יידן און צו גריכן וועגן תשובה צו ה׳ און אמונה אין אונדזער האר יהושע/ישוע המשיח. \v 22 און זע, איצט, געבונדן אינם גייסט, גיי איך קיין ירושלים, נישט וויסנדיק, וואס עס וועט מיך דארטן באגעגענען, \v 23 אחוץ דעם, וואס דער רוח הקודש איז מעיד צו מיר אין יעדער שטאט, אזוי צו זאגן, אז עס ווארטן אויף מיר קייטן און צרות. \v 24 נאר איך האלט, אז מיין לעבן איז נישט ווערט די רייד, אזוי טייער איז עס פאר מיר, אויב איך זאל נאר קענען פארענדיקן דעם לעבנס לויף מיינעם, און די עבודה, וואס איך האב באקומען פון דעם האר יהושע/ישוע, עדות צו זאגן פון דער גוטער בשורה פון ה׳ס חסד. \v 25 און זע, איצט ווייס איך, אז איר וועט מער קיינמאל נישט זען מיין פנים, איר אלע, צווישן וועמען איך בין ארומגעגאנגען, אויסרופנדיק דאס קעניגרייך פון ה׳. \v 26 דערפאר בין איך מעיד צו אייך דעם היינטיקן טאג, אז איך בין ריין פון דעם בלוט פון אלע (מענטשן). \v 27 ווארום איך האב מיך נישט צוריקגעהאלטן, אייך נישט אנצוזאגן דעם גאנצן ראט ווילן פון ה׳. \v 28 היט זשע זיך און די גאנצע סטאדע, אויף וועלכער דער רוח הקודש האט אייך באשטימט פאר משגיחים, כדי צו פאשען ה׳ס קהלה, וועלכע ער האט געקויפט מיט זיין אייגן בלוט. \v 29 איך ווייס, אז נאך מיין אוועקגיין וועלן אריינקומען צווישן אייך בייזע וועלף, וואס וועלן נישט האבן קיין רחמנות אויף דער סטאדע; \v 30 און פון אייך אליין וועלן אויפשטיין מענער, וואס רעדן פארקערטע זאכן, אפצונייגן די תלמידים נאך זיך. \v 31 צוליב דעם זאלט איר שטיין אויף דער וואך, געדענקענדיק, אז במשך פון דריי יאר האב איך נישט אויפגעהערט, בייטאג און ביינאכט, צו זאגן מוסר צו יעדן איינעם פון אייך מיט טרערן. \v 32 און איצט לאז איך אייך איבער אויף ה׳ס באראט און צום ווארט פון זיין חסד, וועלכער האט די מאכט אייך צו דערבויען און אייך צו געבן די ירושה צווישן אלע געהייליקטע. \v 33 זילבער, אדער גאלד, אדער מלבושים, האב איך פון קיינעם נישט באגערט. \v 34 איר אליין ווייסט, אז די דאזיקע הענט מיינע האבן מיר געדינט פאר מיינע הצטרכותן און פאר די הצטרכותן פון מיינע באגלייטער. \v 35 אלץ האב איך אייך געוויזן, אז הארעווענדיק אויף אזא אופן, דארף מען העלפן די שוואכע, און געדענקען דעם האר ישועס ווערטער, ווייל ער אליין האט געזאגט: עס איז וויילער צו געבן ווי צו נעמען. \p \v 36 און נאך דעם ווי ער האט דאס געזאגט, האט ער גענייגט זיינע קניען, און מתפלל געווען מיט זיי אלעמען. \v 37 און עס איז געווארן צווישן אלע א שטארק געוויין, און זיי זענען געפאלן פוילוסן אויפן האלדז און האבן אים געקושט, \v 38 זייענדיק שמערצלעך באטריבט, אם מערסטן איבער דעם ווארט, וואס ער האט געזאגט, אז זיי וועלן מער נישט זען זיין פנים—און האבן אים באגלייט צו דער שיף. \c 21 \cl קאפיטל איין און צוואנציק \p \v 1 און עס איז געשען, ווען מיר האבן זיך אפגעשיידט און זענען אוועקגעפארן פון זיי, פארנדיק אין א גראדער ריכטונג, זענען מיר געקומען קיין קאס, און דעם נעכסטן טאג קיין ראדאס, און פון דארטן קיין פאטארא; \v 2 און אזויווי מיר האבן געפונען א שיף, וואס איז געגאנגען קיין פעניציען, זענען מיר איינגעשטיגן און אפגעפארן. \v 3 און דערזעענדיק די (אינדזל) קפריסין, און איבערלאזנדיק זי אויף לינקס, האבן מיר זיך אוועקגעשיפט קיין סיריען, און זענען אנגעקומען קיין צור; ווארום דארטן האט די שיף געזאלט אויסלאדן איר פראכט. \v 4 און נאך דעם ווי מיר האבן אויפגעזוכט די תלמידים, זענען מיר דארט פארבלייבן זיבן טעג; און זיי האבן גערעדט צו פוילוסן דורך דעם רוח (הקודש), נישט ארויפצוגיין קיין ירושלים. \v 5 און ווען מיר האבן געהאט געענדיקט די טעג, זענען מיר ארויסגעגאנגען און אוועקגעפארן; און אלע האבן אונדז באגלייט מיט די פרויען און קינדער ביז אויסער דער שטאט; און מיר האבן געקניט אויפן ים ברעג און תפילה געטאן; \v 6 דערנאך האבן מיר זיך געזעגנט איינס מיטן אנדערן, און זענען איינגעשטיגן אויף דער שיף, זיי אבער האבן זיך אומגעקערט אהיים. \p \v 7 און מיר האבן פארענדיקט די ים רייזע פון צור, און זענען אנגעקומען קיין פטאלעמייס; און אפגעגעבנדיק שלום צו די ברידער, זענען מיר פארבלייבן ביי זיי איין טאג. \v 8 און צומארגנס זענען מיר ארויסגעגאנגען, און זענען געקומען קיין קיסריה; און זענען אריינגעגאנגען אין דעם הויז פון פיליפוס דעם מבשר, איינער פון די זיבן, און איינגעשטאנען ביי אים. \v 9 דער דאזיקער (פיליפוס) האט געהאט פיר טעכטער בתולות, וועלכע האבן נבואות געזאגט. \v 10 און בשעת מיר זענען (דארט) פארבלייבן א סך טעג, איז אראפגעקומען פונם (לאנד) יהודה א געוויסער נביא, מיטן נאמען אגאבוס. \v 11 און קומענדיק צו אונדז, האט ער גענומען פוילוסנס גארטל, האט זיך געבונדן די פיס און די הענט, און געזאגט: דאס זאגט דער רוח הקודש: דעם מאן, וועמעס גארטל דער איז, וועלן די יידן אין ירושלים אזוי בינדן, און (אים) איבערגעבן אין גויישע הענט אריין. \v 12 און ווען מיר האבן דאס געהערט, האבן מיר און די דארטיקע אים געבעטן, אז ער זאל נישט ארויפגיין קיין ירושלים. \v 13 דעמאלט האט פוילוס געענטפערט: וואס טוט איר, וואס איר וויינט און צעברעכט מיר דאס הארץ? ווארום איך בין גרייט נישט בלויז געבונדן צו ווערן, נאר אויך צו שטארבן אין ירושלים פאר דעם נאמען פונם האר יהושע/ישוע. \v 14 און אזויווי ער האט זיך נישט געלאזט איבעררעדן, האבן מיר שטיל געשוויגן, אזוי צו זאגן: זאל געשען דעם הארס רצון! \p \v 15 און נאך די דאזיקע טעג האבן מיר איינגעפאקט אונדזערע זאכן, און זענען ארויפגעגאנגען קיין ירושלים. \v 16 און עס זענען אויך מיטגעגאנגען מיט אונדז אייניקע פון די תלמידים פון קיסריה, מיטפירנדיק א געוויסן מנאזאן, פון קפריסין, אן אלטער תלמיד, ביי וועמען מיר האבן געזאלט וואוינען. \p \v 17 און ווען מיר זענען געקומען קיין ירושלים, האבן די ברידער אונדז אויפגענומען מיט שמחה. \v 18 און דעם נעכסטן טאג איז פוילוס מיט אונדז אריינגעגאנגען צו יעקבן, און אלע זקנים זענען אהינגעקומען. \v 19 און אפגעגעבנדיק זיי שלום, האט ער באריכות דערציילט אלץ, וואס ה׳ האט געטאן צווישן די אומות העולם דורך זיין עבודה. \v 20 און הערנדיק דאס, האבן זיי געלויבט ה׳; און צו אים געזאגט: דו זעסט, ברודער, וויפל טויזנטער יידן עס זענען, וועלכע גלויבן, און אלע זענען קנאים פאר דער תורה; \v 21 און מען האט זיי (פאלשע קלאנג) דערציילט וועגן דיר, אז דו לערנסט אלע יידן, וועלכע געפינען זיך צווישן די אומות העולם, זיך אפפאלן פון (תורת) משה, זאגנדיק, אז זיי זאלן נישט מל זיין די קינדער, און זיך נישט נוהג זיין לויט די (יידישע) מנהגים. \v 22 וואס זשע וועט זיין? אין יעדן פאל וועלן זיי (דאך) הערן, אז דו ביסט געקומען. \v 23 טו דעריבער דאס, וואס מיר וועלן דיר זאגן: ביי אונדז געפינען זיך פיר מענער, וועלכע האבן א נדר אויף זיך; \v 24 נעם די דאזיקע און רייניק דיך מיט זיי, און באצאל פאר זיי, כדי זיי זאלן זיך לאזן אפגאלן דעם קאפ; און אלע וועלן וויסן, אז אין דעם, וואס זיי האבן געהערט וועגן דיר, איז גאר נישטא (קיין אמת). נאר אז דו אליין גייסט אויך אויפן דרך הישר (דרך ה׳), און היטסט אפ די תורה. \v 25 און וואס שייך די גויישע מאמינים, האבן מיר שוין געשריבן א בריוו, באשליסנדיק, אז זיי זאלן זיך אפהיטן (צו עסן) פון קרבנות צו אפג-טער און פון בלוט און פון דערווארגן (פלייש) און פון זנות. \v 26 פוילוס האט דעמאלט גענומען די מענער, האט זיך גערייניקט מיט זיי דעם אנדערן טאג, און איז אריינגעגאנגען אין בית המקדש אריין, און געלאזט וויסן די דערפילונג פון די טעג פון רייניקונג, ביז עס זאל געברענגט ווערן דאס קרבן פאר יעדן איינעם פון זיי. \p \v 27 און ווי די זיבן טעג האבן זיך שוין באלד געהאט געענדיקט, האבן יידן פון (קליין) אזיען אים דערזען אין בית המקדש, און האבן אויפגעהעצט דעם גאנצן המון, און ארויפגעלייגט זייערע הענט אויף אים, \v 28 שרייענדיק, אנשי ישראל, העלפט: דער דאזיקער מענטש איז עס, וואס לערנט אלעמען אומעטום קעגן דעם (יידישן) פאלק און דער תורה און דעם דאזיקן מקום (קדוש), נאכמער, ער האט אפילו אריינגעפירט גריכן אין בית המקדש אריין און פארשוועכט דאס דאזיקע מקום קדוש. \v 29 ווארום זיי האבן פריער געהאט געזען טראפימוסן דעם עפעזער אין דער שטאט מיט אים; און געמיינט, אז פוילוס האט אים אריינגעפירט אין בית המקדש אריין. \v 30 און די גאנצע שטאט האט זיך באוועגט, און עס איז געווארן א צוזאמענגעלויף פון פאלק; און זיי האבן געכאפט פוילוסן און אים ארויסגעשלעפט אויסער דעם בית המקדש; און גלייך האבן זיך די טירן געשלאסן. \v 31 און ווי זיי האבן אים געוואלט טייטן, איז געקומען א שמועה צום הויפטמאן פון דער אפטיילונג, אז גאנץ ירושלים איז אין אן אויפברויז. \v 32 האט ער גיך גענומען זעלנער און אפיצירן, און איז אראפגעלאפן צו זיי; און דערזעענדיק דעם הויפטמאן און די זעלנער, האבן זיי אויפגעהערט צו שלאגן פוילוסן. \v 33 דאן איז דער הויפטמאן צוגעגאנגען, האט אים ארעסטירט, און באפוילן מען זאל אים בינדן מיט צוויי קייטן, און האט געפרעגט, ווער ער איז, און וואס ער האט געטאן. \v 34 און יעדער איינער אינם המון האט עפעס אנדערש געשריגן; און נישט קענענדיק זיך דערוויסן אויף זיכער, צוליב דעם געטומל, האט ער באפוילן, מען זאל אים אוועקפירן אין דער פעסטונג אריין. \v 35 און ווען ער איז געקומען צו די טרעפ, האבן די זעלנער אים געטראגן צוליב דעם געדרענג פון דעם המון; \v 36 ווארום די פאלקסמאסע האט נאכגעפאלגט, שרייענדיק: אוועק מיט אים! \p \v 37 און בשעת פוילוס האט געזאלט אריינגעפירט ווערן אין דער פעסטונג אריין, האט ער געזאגט צום הויפטמאן: צי איז עס מיר דערלויבט עפעס צו זאגן צו דיר? און ער האט געזאגט: דו קענסט גריכיש? \v 38 צי ביסטו דען נישט דער מצרי, וועלכער האט מיט א געוויסער צייט צוריק געמאכט א מרידה, און ארויסגעפירט אין דער מדבר אריין די פיר טויזנט מענער פון די סיקרים? \v 39 האט פוילוס געזאגט: איך בין א ייד פון טארסוס אין קיליקיען, א בירגער פון אן אנגעזעענער שטאט; בעט איך דיך, דערלויב מיר צו רעדן צום פאלק. \v 40 און ווען ער האט עס אים דערלויבט, האט פוילוס זיך געשטעלט אויף די טרעפ, און געמאכט א צייכן מיט דער האנט צום פאלק; און אז עס איז געווארן א גרויסע שטילקייט, האט ער גערעדט צו זיי אויף לשון קודש, אזוי צו זאגן: \c 22 \cl קאפיטל צוויי און צוואנציק \p \v 1 ברידער און פאטערס, הערט איצט אויס מיין פארטיידיקונג פאר אייך— \v 2 און ווי זיי האבן דערהערט, אז ער רעדט צו זיי אויף לשון קודש, האבן זיי זיך נאך רואיקער פארהאלטן; און ער האט געזאגט— \v 3 איך בין א ייד, געבוירן אין טרסוס אין קיליקיען, דערצויגן אבער בין איך געווארן (דא) אין דער דאזיקער שטאט, ביי די פיס פון (תנא רבן) גמליאל, און מען האט מיך פלייסיק געלערנט די תורה פון אונדזערע אבות, און א קנאי בין איך געווען פאר ה׳, ווי איר אלע זענט עס ביים היינטיקן טאג. \v 4 און דעם דאזיקן (דרך ה׳) דרך האב איך גערודפט ביז צום טויט, בינדנדיק און איבערגעבנדיק אין תפיסה אריין מענער און פרויען. \v 5 ווי אפילו דער כהן גדול וועט עס מיר עדות זאגן און דאס גאנצע בית הזקנים, פון וועמען איך האט באקומען בריוו צו די ברידער, און בין געגאנגען קיין דמשק צו ברענגען אויך די, וואס זענען דארטן געווען, געבונדן קיין ירושלים, כדי זיי זאלן באשטראפט ווערן. \v 6 און עס איז געשען, בשעת איך בין געווען אויפן וועג און האב מיך דערנענטערט צו דמשק, ארום האלבן טאג האט מיך פלוצלונג ארומגעלויכטן א גרויס ליכט פון הימל. \v 7 און איך בין אנידערגעפאלן אויף דער ערד, און האב געהערט א קול זאגן צו מיר: שאול, שאול, וואס פארפאלגסטו מיך? \v 8 און איך האב געענטפערט: ווער ביסטו, האר? און ער האט צו מיר געזאגט: איך בין יהושע/ישוע פון נצרת, וועמען דו פארפאלגסט. \v 9 און די, וואס זענען מיט מיר געווען, האבן געזען דאס ליכט, נאר דאס קול, וואס האט גערעדט מיט מיר, האבן זיי נישט (מיט פארשטענדיקייט) געהערט. \v 10 און איך האב געזאגט: וואס זאל איך טאן, האר? און דער האר האט צו מיר געזאגט: שטיי אויף, גיי קיין דמשק; און דארטן וועט דיר (שוין) געזאגט ווערן וועגן אלעם, וואס איז דיר באשטימט געווארן, צו טאן. \v 11 אזויווי אבער איך האב נישט געקענט זען צוליב דעם גלאנץ פון יענעם ליכט, בין איך געקומען קיין דמשק, געפירט ביי דער האנט פון די, וואס זענען מיט מיר געווען. \v 12 און א געוויסער חנניה, א ג‑טספארכטיקער מאן לויט דער תורה, וועלכער האט געהאט א גוטן שם ביי אלע יידן, וואס האבן דארט געוואוינט, \v 13 איז געקומען צו מיר, און איז געשטאנען לעבן מיר, געזאגט: ברודער שאול, ווער ווידער זעענדיק! און אין דער זעלביקער שעה האב איך געקוקט אויף אים. \v 14 און ער האט געזאגט: דער ג‑ט פון אונדזערע אבות האט דיך אויסדערוויילט, צו וויסן זיין רצון און צו זען דעם צדיק און צו הערן א קול פון זיין מויל ארויס. \v 15 מחמת דו וועסט זיין אן עדות פאר אים צו אלע מענטשן פון דעם, וואס דו האסט געזען און געהערט. \v 16 און איצט וואס צעגערסטו? שטיי אויף, לאז דיך טובל זיין אין דער מקווה, און וואש אפ דיינע זינד, אנרופנדיק זיין נאמען. \v 17 און עס איז געשען, בעת איך האב מיך אומגעקערט קיין ירושלים און האב תפילה געטאן אין בית המקדש, בין איך אריינגעפאלן אין א טראנס, \v 18 און האב אים געזען זאגן צו מיר: ^אייל דיך, און גיי ארויס געשווינט פון ירושלים, ווייל זיי וועלן (דא) נישט אננעמען דיין עדות זאגן וועגן מיר. \v 19 און איך האב געזאגט: האר, זיי אליין ווייסן (דאך), אז איך פלעג איינזעצן אין תפיסה און שלאגן אין אלע שולן די, וועלכע גלויבן אין דיר; \v 20 און בשעת דאס בלוט פון דיין עדות סטעפאנוס איז פארגאסן געווארן, בין איך אליין געשטאנען דערביי מסכים זייענדיק (דערצו), און אכטונג געבנדיק אויף די מלבושים פון די, וואס האבן אים געהרגעט. \v 21 און ער האט צו מיר געזאגט: גיי; ווייל איך וועל דיך שיקן ווייט צו די אומות העולם. \p \v 22 און זיי האבן אים אויסגעהערט ביז צו דעם דאזיקן ווארט; און האבן אויפגעהויבן זייער קול, זאגנדיק: פארטיליק אזא מענטשן פון דער ערד; ווארום ער איז נישט ווערט וואס ער לעבט! \v 23 און בשעת זיי האבן (אזוי) געשריגן און אראפגעווארפן די מלבושים (פון זיך) און געווארפן שטויב אינדערלופטן, \v 24 האט דער הויפטמאן באפוילן, ער זאל אריינגעפירט ווערן אין דער פעסטונג אריין, און האט געהייסן, מען זאל אים אויספארשן מיט שמיץ, כדי זיך צו דערוויסן, צוליב וועלכער סיבה זיי האבן אזוי געשריגן קעגן אים. \v 25 ווי אבער מען האט אים אויסגעצויגן צום שמייסן, האט פוילוס געזאגט צום אפיציר, וואס איז געשטאנען דערנעבן: צי איז אייך דען דערלויבט צו שמייסן א מענטשן, וואס איז א רוימישער בירגער און וועלכער איז נישט פארמשפט? \v 26 און ווי דער אפיציר האט דאס געהערט, איז ער צוגעגאנגען צום הויפטמאן און אים דערציילט, אזוי צו זאגן: וואס גייסטו טאן? דער דאזיקער מענטש איז דאך א רוימער! \v 27 און דער הויפטמאן איז צוגעקומען און געזאגט צו אים: זאג מיר, דו ביסט (טאקע) א רוימער? האט ער געזאגט: יא. \v 28 האט דער הויפטמאן געענטפערט: פאר א גרויסן פרייז האב איך מיר דערווארבן די דאזיקע בירגערשאפט. און פוילוס האט געזאגט: איך אבער בין געבוירן געווארן (א רוימער). \v 29 און די, וואס האבן אים געזאלט אויספארשן, זענען דעריבער גלייך אוועקגעגאנגען פון אים; און דער הויפטמאן האט זיך געפארכטן, דערוויסנדיק זיך, אז ער איז א רוימער, און אז ער האט אים געלאזט בינדן. \p \v 30 צומארגנס אבער, וועלנדיק זיך דערוויסן אויף זיכער, וועגן וואס ער איז באשולדיקט געווארן פון די יידן, האט ער אים באפרייט פון די קייטן, און באפוילן, אז די הויפט כהנים זאלן זיך צוזאמענקומען און דאס גאנצע סנהדרין: און האט אראפגעפירט פוילוסן, און אים אוועקגעשטעלט פאר זיי. \c 23 \cl קאפיטל דריי און צוואנציק \p \v 1 און פוילוס האט זיך איינגעקוקט אויפן סנהדרין, און געזאגט: ברידער, איך האב געלעבט פאר ה׳ מיט א גאנץ און גוט געוויסן ביז צום היינטיקן טאג. \v 2 אבער דער כהן גדול חנניה האט באפוילן די, וואס זענען דארט ביי אים געשטאנען, אים צו שלאגן אויפן מויל. \v 3 האט פוילוס דעמאלט צו אים געזאגט: ה׳ וועט דיך שלאגן, דו ווייס געקאלכטע וואנט; און דו זיצט מיך צו משפטן לויט דער תורה, און באפעלסט מען זאל מיך שלאגן להיפך דער תורה? \v 4 אבער די, וואס זענען דארט געשטאנען האבן געזאגט: דעם כהן גדול פון ה׳ זידלסטו? \v 5 האט פוילוס געזאגט: ברידער, איך האב נישט געוואוסט, אז עס איז דער כהן גדול; ווארום עס שטייט געשריבן: א נשיא ביי דיין פאלק זאלסטו נישט פלוכן. (שמות כב, כז.) \v 6 און וויסנדיק, אז איין טייל איז צדוקים און די אנדערע טייל פרושים, האט פוילוס א געשריי געטאן אין דעם סנהדרין: ברידער, איך בין א פרוש בן פרושים; וועגן דער האפענונג פון תחית המתים ווער איך געמשפט! \v 7 און ווען ער האט דאס געזאגט, איז געווארן א מחלוקה פון די פרושים מיט די צדוקים, און די מאסע האט זיך געשפאלטן. \v 8 ווארום די צדוקים זאגן, אז עס איז נישטא קיין תחית המתים, נישט קיין מלאך, נישט קיין גייסט; די פרושים אבער זענען מודה אויף ביידע. \v 9 און עס איז געווארן א גרויס געשריי; און עס זענען אויפגעשטאנען אייניקע סופרים פון דעם צד פון די פרושים, און האבן געהאלטן א וויכוח, אזוי צו זאגן: מיר געפינען נישט קיין שום שלעכטס אין דעם דאזיקן מענטשן; און (וואס איז) אויב א גייסט אדער א מלאך האט צו אים גערעדט? \v 10 און ווען דאס מחלוקה איז געווארן (גאר) גרויס, האט דער הויפטמאן, מורא האבנדיק, אז פוילוס זאל פון זיי נישט צעריסן ווערן, באפוילן דאס מיליטער אראפצוגיין און אים א כאפ צו טאן פון זייער מיט, און אריינצופירן אין דער פעסטונג אריין. \p \v 11 און אין דער פאלגענדיקער נאכט איז דער האר געשטאנען ביי אים, און געזאגט: זיי שטארק; ווארום ווי דו האסט עדות געזאגט וועגן מיר אין ירושלים, אזוי דארפסטו אויך עדות זאגן אין רוים. \p \v 12 און ווען עס איז געווארן טאג האבן די יידן געמאכט א פארשווערונג, און זיך געבונדן מיט א פייערלעכער שבועה, און געזאגט, אז זיי וועלן נישט עסן און נישט טרינקען ביז זיי וועלן נישט הרגענען פוילוסן. \v 13 און עס זענען געווען מער ווי פערציק, וועלכע האבן געמאכט די דאזיקע שבועה. \v 14 און זיי זענען געקומען צו די הויפט כהנים און צו די זקנים, און האבן געזאגט: מיט א פייערלעכער שבועה האבן מיר זיך געבונדן גארנישט טועם צו זיין, ביז מיר וועלן נישט טייטן פוילוסן. \v 15 דעריבער לאזט איצט מיט דעם סנהדרין וויסן דעם הויפטמאן, אז ער זאל אים אראפברענגען צו אייך, פונקט ווי איר וואלט געוואלט גענויער אויספארשן וועגן אים; און איידער ער וועט זיך דערנענטערן צו אייך, זענען מיר גרייט אים אומצוברענגען. \v 16 נאר פוילוסנס שוועסטערן‑זון האט געהערט פון דער לויערונג, און איז געקומען, און אריינגעגאנגען אין דער פעסטונג אריין, און האט עס דערציילט פוילוסן. \v 17 און פוילוס האט גערופן איינעם פון די אפיצירן, און געזאגט: פיר דעם דאזיקן יונגנמאן צום הויפטמאן, ווארום ער האט אים עפעס צו דערציילן. \v 18 און ער האט אים גענומען און אוועקגעפירט צום הויפטמאן, און געזאגט: דער ארעסטאנט פוילוס האט מיך גערופן און געבעטן, איך זאל ברענגען צו דיר דעם דאזיקן יונגנמאן, וועלכער האט עפעס צו דיר צו זאגן. \v 19 און דער הויפטמאן האט אים גענומען ביי דער האנט, האט אים אוועקגעפירט אויף א זייט, און (אים) געפרעגט: וואס איז עס, וואס דו האסט מיר צו דערציילן? \v 20 האט ער געזאגט: די יידן האבן איינגעשטימט דיך צו בעטן, אז דו זאלסט צומארגנס אראפפירן פוילוסן צום סנהדרין, פונקט ווי זיי וואלטן געוואלט עפעס גענויער אויספארשן וועגן אים. \v 21 דו זאלסט דיך אבער נישט לאזן איבעררעדן פון זיי, ווארום מער ווי פערציק (מענטשן) פון זיי לאקערן אויף אים, און האבן זיך פייערלעך געשוואוירן, נישט צו עסן און נישט צו טרינקען, ביז זיי וועלן אים נישט האבן אומגעברענגט; און זענען איצט גרייט און ווארטן (בלויז) אויף דיין הבטחה. \v 22 און דער הויפטמאן האט אוועקגעשיקט דעם יונגנמאן, אנזאגנדיק אים: זאלסט קיינעמען נישט אויסזאגן, אז דו האסט מיר דאס צו וויסן געטאן. \v 23 און האט גערופן צוויי פון די אפיצירן, און געזאגט: גרייט צו צוויי הונדערט זעלנער, וואס זאלן גיין קיין קיסריה, און זיבעציק רייטער, און צוויי הונדערט שפיזנטרעגער, אין דער דריטער שעה פון דער נאכט; \v 24 און (ער האט באפוילן) זיי זאלן צוגרייטן בהמות, כדי ארויפצוזעצן פוילוסן און אים אוועקפירן אין זיכערהייט צו פעליקסן דעם גובערנאטאר. \v 25 און האט געשריבן א בריוו, אויף דעם אופן: \p \v 26 קלוידיוס ליזיאס צום חשובסטן גובערנאטאר פעליקס, שלום. \v 27 דער דאזיקער מאן איז געפאנגען געווארן פון די יידן, און זיי האבן אים געוואלט טייטן; (נאר) איך בין געקומען מיטן מיליטער און האב אים אפגעראטעוועט, דערוויסנדיק זיך, אז ער איז א רוימער. \v 28 און וועלנדיק וויסן די סיבה, פארוואס זיי האבן אים אנגעקלאגט, האב איך אים אראפגעפירט צו זייער סנהדרין; \v 29 און האב געפונען, אז ער ווערט אנגעקלאגט וועגן שאלות פון זייער תורה, און האט נישט קיין שום באשולדיקונג, אז ער זאל זיין חייב מיתה אדער קייטן. \v 30 ווי אבער עס איז מיר געוויזן געווארן, אז עס וועט זיין א פארשווערונג אויף דעם מאן, האב איך אים תיכף געשיקט צו דיר, באפעלנדיק אויך די באשולדיקער צו רעדן פאר דיר קעגן אים. \p \v 31 די זעלנער האבן דעריבער גענומען פוילוסן, לויט ווי עס איז זיי באפוילן געווארן, און אים אוועקגעפירט ביינאכט קיין אנטיפאטריס. \v 32 און צומארגנס, לאזנדיק די רייטער גיין מיט אים, האבן זיי זיך אומגעקערט אין דער פעסטונג אריין; \v 33 און זיי זענען אריינגעגאנגען קיין קיסריה און האבן איבערגעגעבן דעם בריוו צום גובערנאטאר, און אויך אוועקגעשטעלט פוילוסן פאר אים. \v 34 און נאכן איבערלייענען, האט ער אים געפרעגט פון וועלכער פראווינץ ער איז; און אז ער האט געהערט, אז פון קיליקיען, \v 35 האט ער געזאגט: איך וועל דיך אויסהערן, ווען די אנקלאגער דיינע וועלן אויך (אהער) קומען; און האט באפוילן, מען זאל אים באוואכן אין הורדוסנס פאלאץ. \c 24 \cl קאפיטל פיר און צוואנציק \p \v 1 און פינף טעג שפעטער איז דער כהן גדול חנניה אראפגעקומען מיט אייניקע זקנים, און א רעדנער, א געוויסער טערטולוס; און זענען דערשינען פארן גובערנאטאר קעגן פוילוסן. \v 2 און ווען ער איז גערופן געווארן, האט טערטולוס אנגעהויבן אים צו באשולדיקן, זאגנדיק: אז מיר געניסן פיל פרידן דורך דיר, און אז א סך פארבעסערונגען זענען געטאן געווארן צו דעם דאזיקן פאלק דורך דיין השגחה, \v 3 (דאס) אנערקענען מיר אלעמאל און אומעטום, אָ נאבעלער פעליקס, מיט פיל דאנקבארקייט. \v 4 נאר כדי איך זאל דיך נישט צופיל באלעסטיקן, בעט איך דיך אין דיין באשיידנקייט אונדז אויסצוהערן בקיצור. \v 5 ווארום מיר האבן געפונען דעם דאזיקן מאן ווי א פעסט, און אן אויפהעצער צו מחלוקת צווישן אלע יידן איבער דער גאנצער באוואוינטער וועלט, א מנהיג פון דער כיתה פון די נוצרים; \v 6 וואס ער האט אויך געמאכט א פארזוך מחלל צו זיין דאס בית המקדש; און מיר האבן אים ארעסטירט און געוואלט משפטן לויט אונדזער תורה. \v 7 נאר ליזיאס דער הויפטמאן איז געקומען און מיט געוואלד אים ארויסגעריסן פון אונדזערע הענט, \v 8 באפעלנדיק זיינע באשולדיקער צו קומען צו דיר; פון וועמען, נאך א חקירה ודרישה, דו וועסט זיך קענען דערוויסן, אלע די דאזיקע זאכן, וועגן וועלכע מיר באשולדיקן אים. \v 9 און די יידן האבן מסכים געווען, זאגנדיק, אז עס איז אזוי. \p \v 10 און פוילוס האט געענטפערט, נאך דעם ווי דער גובערנאטאר האט אים געגעבן א צייכן צו רעדן. וויסנדיק, אז דו ביסט שוין פון כמה יארן א שופט ביים דאזיקן פאלק, פארטיידיק איך מיך מיט גוטן מוט; \v 11 ווייל דו קענסט זיך דערוויסן, אז עס איז נישט מער ווי צוועלף טעג, זינט איך בין ארויפגעגאנגען קיין ירושלים, זיך צו בוקן צו ה׳; \v 12 און נישט האבן זיי מיך געפונען האלטנדיק א וויכוח מיט עמיצן אדער מאכנדיק א מחלוקה ביים המון אינם בית המקדש, נישט אין די שולן, נישט אין דער שטאט, \v 13 און זיי קענען דיר אפילו נישט באווייזן דאס, וועגן וועלכן זיי באשולדיקן מיך איצט. \v 14 נאר דאס דאזיקע בין איך זיך פאר דיר מתוודה, אז לויט דעם (דרך ה׳) דרך, וועלכן זיי רופן אן כיתה, אזוי־אָ דין איך דעם ג‑ט פון אונדזערע אבות, גלויבנדיק אלץ, וואס שטייט געשריבן אין דער תורה און אין די נביאים; \v 15 און האב א האפענונג צו ה׳, וועלכע זיי אליין דערווארטן, אז עס וועט זיין א תחית המתים פון צדיקים און רשעים. \v 16 דעריבער באמי איך מיך תמיד צו האבן א לויטער געוויסן פאר ה׳ און פאר לייטן. \v 17 און נאך פיל יארן בין איך געקומען צו ברענגען נדבות צו מיין פאלק, און קרבנות; \v 18 מיט וועלכע זיי האבן מיך געפונען, נאך דעם ווי איך האב מיך געהייליקט אינם בית המקדש, נישט מיט קיין המון מענטשן און נישט מיט קיין געטומל; נאר עס זענען דא אייניקע יידן פון (קליין) אזיען, \v 19 וועלכע וואלטן געדארפט דערשיינען פאר דיר און מאכן א באשולדיקונג, אויב זיי האבן עפעס קעגן מיר. \v 20 אדער זאלן די דאזיקע (מענטשן) אליין זאגן, וואס פאר אן אומגערעכטיקייט זיי האבן געפונען אין מיר, בשעת איך בין געשטאנען פארן סנהדרין, \v 21 אחוץ וועגן דעם דאזיקן איינעם ווארט, וואס איך האב אויסגעשריגן, שטייענדיק צווישן זיי: וועגן תחית המתים ווער איך היינט געמשפט פון אייך. \p \v 22 פעליקס אבער, קענענדיק דעם (דרך ה׳) דרך גענויער, האט זיי אפגעלייגט, און געזאגט: ווען ליזיאס דער הויפטמאן וועט אראפקומען, וועל איך אנטשיידן אייער זאך. \v 23 און האט באפוילן דעם אפיציר אים צו היטן מיט מילדקייט, און נישט צו שטערן קיינעם פון זיינע פריינד אים צו באדינען. \p \v 24 און אין אייניקע טעג ארום איז פעליקס געקומען מיט זיין פרוי דרוסילא, וועלכע איז געווען א יידישקע, און געלאזט רופן פוילוסן, און אים אויסגעהערט וועגן דער אמונה (דרך ה׳) אינם משיח יהושע/ישוע. \v 25 און בשעת ער האט גערעדט וועגן צדקות, און נצחון איבער יצר הרע, און דעם משפט לעתיד לבוא (יום הדין), האט פעליקס זיך געפארכטן, און געענטפערט: איצט גיי דיר שוין; און ווען איך וועל האבן א באקוועמערע צייט, וועל איך דיך ווידער לאזן רופן. \v 26 צוגלייך האט ער אויך געהאפט, אז עס וועט אים געגעבן ווערן געלט פון פוילוסן, כדי ער זאל אים באפרייען, צוליב דעם האט ער אויך עפטערס געלאזט שיקן נאך אים און מיט אים גערעדט. \v 27 און ווען צוויי יאר זענען פארפלאסן, האט פעליקס באקומען פארציוס פעסטוסן צום נאכפאלגער; און וועלנדיק ארויסווייזן די יידן א חסד, האט פעליקס איבערגעלאזט פוילוסן אין תפיסה. \c 25 \cl קאפיטל פינף און צוואנציק \p \v 1 און פעסטוס, קומענדיק אין דער פראווינץ אריין, איז אין דריי טעג ארום ארויפגעגאנגען פון קיסריה קיין ירושלים. \v 2 און די הויפט כהנים און די פארנעמסטע יידן זענען דערשינען פאר אים קעגן פוילוסן, און האבן אים געבעטן, \v 3 פארלאנגענדיק א געפעליקייט קעגן אים (ד.ה. פוילוסן), אז ער זאל אים לאזן ברענגען קיין ירושלים; ווייל זיי האבן געמאכט א פארשווערונג אים צו הרגענען אונטערוועגנס. \v 4 פעסטוס אבער האט געענטפערט, אז פוילוס בלייבט אונטער וואך אין קיסריה, און אליין וועט ער אין גיכן ארויספארן אהין. \v 5 דעריבער זאלן די באפולמעכטיקטע צווישן אייך, האט ער געזאגט, מיטאראפקומען (מיט מיר), אויב עס איז דא עפעס אן אומרעכט אין דעם מאן, זאלן זיי אים אנקלאגן. \v 6 און נאכן פארבלייבן ביי זיי נישט מער ווי אכט אדער צען טעג, איז ער אראפ קיין קיסריה; צומארגנס האט ער זיך אנידערגעזעצט אויף דער ריכטער שטול, און באפוילן, מען זאל ברענגען פוילוסן. \v 7 און ווען ער איז געקומען, האבן זיך די יידן, וועלכע זענען אראפגעקומען פון ירושלים, געשטעלט ארום אים, ברענגענדיק א סך און שווערע באשולדיקונגען, וואס זיי האבן נישט געקענט באווייזן; \v 8 בעת פוילוס האט זיך פארטיידיקט: נישט קעגן דער יידישער תורה, נישט קעגן דעם בית המקדש, נישט קעגן קיסר האב איך עפעס געזינדיקט. \v 9 פעסטוס אבער, וועלנדיק געפינען חן ביי די יידן, האט ענטפערנדיק פוילוסן געזאגט: צי ווילסטו ארויפגיין קיין ירושלים, און דארטן פון מיר געמשפט ווערן וועגן די דאזיקע זאכן? \v 10 האט פוילוס געזאגט: איך שטיי פארן קיסרס טריבונאל שטול, וואו איך דארף געמשפט ווערן; יידן האב איך נישט געטאן קיין שום עוולה, ווי אפילו דו ווייסט עס גאנץ גוט. \v 11 און אויב איך בין דאך באגאנגען א פארברעך, און האב געטאן עפעס, פאר וועלכן איך בין חייב מיתה, אויסמיידן איך מיך נישט צו שטארבן; אויב אבער קיין זאך איז נישט (אמת), פון וועלכע זיי באשולדיקן מיך, קען מיך קיינער נישט איבערגעבן צו זיי. איך אפעליר צום קיסר. \v 12 דעמאלט האט פעסטוס זיך באראטן מיט זיינע יועצים, און האט געענטפערט: צום קיסר האסטו אפעלירט, צום קיסר וועסטו גיין! \p \v 13 און נאכן אפלויף פון אייניקע טעג, איז דער קעניג אגריפא מיט בערעניקא געקומען קיין קיסריה און האבן באגריסט פעסטוסן. \v 14 און היות זיי האבן דארט פארברענגט א סך טעג, האט פעסטוס געלייגט פארן קעניג פוילוסנס זאך, זאגנדיק: פעליקס האט איבערגעלאזט א געוויסן מאן אין קייטן, \v 15 וועגן וועמען, ווען איך בין געקומען קיין ירושלים, די יידישע הויפט כהנים און זקנים זענען דערשינען פאר מיר, פארלאנגענדיק אן אורטייל קעגן אים; \v 16 וועמען איך האב געענטפערט, אז עס איז נישט דער מנהג ביי רוימער איבערצוגעבן א מענטשן (צום טויט) איידער דער באשולדיקטער האט די באשולדיקער פאר זיך פנים אל פנים, און באקומט א געלעגנהייט זיך צו פארטיידיקן אויף דער באשולדיקונג. \v 17 ווען דעריבער זיי זענען זיך אהער צוזאמענגעקומען, האב איך נישט געמאכט קיין אויפהאלט, (נאר גלייך) דעם אנדערן טאג מיך געזעצט אויף דער ריכטער שטול און באפוילן, מען זאל ברענגען דעם מאן. \v 18 קעגן וועמען די באשולדיקער, אוועקשטעלנדיק זיך, האבן נישט געברענגט קיין שום באשולדיקונג פון פארברעכנס, ווי איך האב חושד געווען, \v 19 נאר האבן געהאט געוויסע טענות צו אים וועגן זייער אייגענער אמונה, און וועגן א געוויסן יהושע/ישוע, וועלכער איז געשטארבן, און וואס פוילוס זאגט, אז ער לעבט. \v 20 און איך, זייענדיק אין ספק בנוגע דער אויספארשונג פון אזעלכע שאלות, האב געפרעגט, צי ער וויל גיין קיין ירושלים און דארטן געמשפט ווערן וועגן די דאזיקע זאכן. \v 21 אזויווי אבער פוילוס האט אפעלירט, צו בלייבן אין ארעסט ביז צו דעם קיסרס אנטשיידונג, האב איך באפוילן, ער זאל באוואכט ווערן, ביז איך וועל אים שיקן צום קיסר. \v 22 און אגריפא האט געזאגט צו פעסטוסן: איך אליין וואלט אויך געוואלט הערן דעם מענטשן. צומארגנס, האט ער געזאגט, וועסטו אים הערן. \p \v 23 צומארגנס דעריבער, ווען אגריפא איז געקומען מיט בערעניקא מיט גרויס פאראד, און זענען אריינגעגאנגען אינם געריכטזאל מיט די הויפטלייט און אנגעזעענסטע מענער פון דער שטאט, האט פעסטוס געגעבן א באפעל, מען זאל ברענגען פוילוסן. \v 24 און פעסטוס האט געזאגט; קעניג אגריפא, און איר אלע מענער, וועלכע זענען (דא) אנוועזנד ביי אונדז, איר זעט דעם דאזיקן (מענטשן), וועגן וועמען די גאנצע מאסע פון די יידן האט מיך געבעטן אין ירושלים און אויך דא, שרייענדיק, אז ער טאר לענגער נישט לעבן. \v 25 איך האב אבער פארשטאנען, אז ער האט גארנישט געטאן, פאר וועלכן ער זאל זיין חייב מיתה; נאר ווייל ער אליין האט אפעלירט צום קיסר, האב איך באשלאסן אים צו שיקן. \v 26 איך האב אבער נישט עפעס גענויעס צו שרייבן וועגן אים צו מיין האר. דערפאר האב איך אים געברענגט פאר אייך, און איבערהויפט פאר דיר, קעניג אגריפא, כדי נאך דער אויספארשונג זאל איך האבן וואס צו שרייבן. \v 27 ווארום עס שיינט מיר אויס נישט לאגיש, צו שיקן א געפאנגענעם, און נישט אנצוגעבן די באשולדיקונגען קעגן אים. \c 26 \cl קאפיטל זעקס און צוואנציק \p \v 1 און אגריפא האט געזאגט צו פוילוסן: עס איז דיר דערלויבט צו רעדן פאר דיר אליין. דעמאלט האט פוילוס אויסגעשטרעקט די האנט און זיך פארטיידיקט: \p \v 2 איך שעץ מיך גליקלעך, אָ קעניג אגריפא, וואס איך דארף מיך היינט פארטיידיקן פאר דיר וועגן אלעם, וואס די יידן קלאגן מיך אָן; \v 3 איבערהויפט ווייל דו ביסט א קענער פון אלע מנהגים און שאלות ביי יידן; דערפאר בעט איך דיך, דו זאלסט מיך אויסהערן מיט געדולד. \v 4 וואס שייך מיין שטייגער לעבן פון דער יוגנט אָן, וועלכער איז געווען פונם סאמע אנהויב צווישן מיין פאלק אין ירושלים, ווייסן אלע יידן, \v 5 און קענען מיך שוין פון לאנג, זיי זאלן נאר וועלן עדות זאגן, אז לויט דער שטרענגסטער כיתה פון אונדזער אמונה האב איך געלעבט, א פרוש. \v 6 און איצט שטיי איך געמשפט צו ווערן צוליב דער האפענונג פון דער הבטחה, וועלכע ה׳ האט געמאכט צו אונדזערע אבות, \v 7 צו וועלכער אונדזערע צוועלף שבטים, דינענדיק ה׳ בהתמדה יומם ולילה, האפן צו דערגרייכן. וועגן דער האפענונג ווער איך אנגעקלאגט פון די יידן, אָ קעניג! \v 8 פארוואס האלט מען עס ביי אייך פאר אומגלויבלעך, אז ה׳ וועקט אויף טויטע? \v 9 איך אליין טאקע האב מיר געטראכט, אז איך מוז א סך טאן קעגן דעם נאמען פון יהושע/ישוע פון נצרת. \v 10 און האב עס אויך געטאן אין ירושלים; און פיל פון די הייליקע האב איך איינגעשלאסן אין תפיסות, האבנדיק באקומען מאכט פון די הויפט כהנים; און ווען מען האט זיי אומגעבראכט האב איך צוגעשטימט דערצו. \v 11 און אין אלע שולן האב איך זיי אפט באשטראפט, און זיי געצוואונגען צו לעסטערן; און זייענדיק אויסערסט צארנדיק אויף זיי, האב איך זיי גערודפט אפילו ביז אין שטעט חוץ לארץ. \v 12 און בשעת איך בין געפארן וועגן דעם קיין דמשק מיט רשות און אויפטראג פון די הויפט כהנים, \v 13 האב איך אין מיטן טאג געזען אונטערוועגנס, אָ קעניג, א ליכט פון הימל, העלער ווי די זון, (וואס) האט מיך ארומגעלויכטן און די, וואס זענען געפארן מיט מיר. \v 14 און ווען מיר אלע זענען אנידערגעפאלן אויף דער ערד. האב איך געהערט א קול, וואס האט צו מיר געזאגט אויף לשון קודש: שאול, שאול וואס פארפאלגסטו מיך? עס איז שווער פאר דיר צו שטויסן קעגן שפיציקע שטעקנס. \v 15 און איך האב געזאגט: ווער ביסטו, האר? און דער האר האט געזאגט: איך בין יהושע/ישוע, וועמען דו פארפאלגסט. \v 16 נאר הויב דיך אויף, און שטעל דיך אויף דיינע פיס; ווארום פאר דעם דאזיקן האב איך מיך צו דיר באוויזן, דיך צו מאכן פאר א דינער און עדות פון דעם, וואס דו האסט געזען פון מיר, און פון די זאכן, אין וועלכע איך וועל מיך צו דיר באווייזן; \v 17 איך וועל דיך מציל זיין פון דעם (יידישן) פאלק און פון די אומות (העולם), צו וועלכע איך שיק דיך, \v 18 אויפצועפענען זייערע אויגן, אז זיי זאלן זיך אומקערן פון דער פינצטערניש צום ליכט, און פון דער מאכט פונם שׂטן צו ה׳, כדי זיי זאלן באקומען פארגעבונג פון זינד, און א ירושה צווישן די, וועלכע זענען געהייליקט געווארן דורך (דרך ה׳) אמונה אין מיר. \v 19 דערפאר, אָ קעניג אגריפא, בין איך נישט געווארן אומגעהארכזאם צו דעם חיזיון פון הימל; \v 20 נאר ערשטנס צו די אין דמשק און אין ירושלים, און איבערן גאנצן לאנד יהודה, און צו די אומות העולם האב איך געדרשנט, אז זיי זאלן תשובה טאן און זיך אומקערן צו ה׳, און טאן מעשים (טובים), וואס זענען ראוי פון תשובה. \v 21 צוליב דעם דאזיקן האבן מיך יידן געכאפט אינם בית המקדש, און האבן פארזוכט מיך צו טייטן. \v 22 דעריבער אזויווי איך האב באקומען די הילף, וואס איז פון ה׳, שטיי איך ביז צום היינטיקן טאג, עדות זאגנדיק פאר קליין און פאר גרויס, און זאג נישט קיין שום זאך אחוץ דאס, וואס די נביאים און משה (רבינו) האבן געזאגט, אז עס וועט געשען: \v 23 אז דער משיח וועט ליידן, און אז ער, דער ערשטער אויפצושטיין תחית המתים, וועט אנזאגן א ליכט צום (יידישן) פאלק און צו די אומות (העולם). \p \v 24 און בשעת ער האט אזוי גערעדט צו זיין פארטיידיקונג, האט פעסטוס געזאגט מיט א הויך קול: פוילוס, דו ביסט אראפ פונם זינען; דאס פילע לערנען דערפירט דיך צו משוגעת. \v 25 פוילוס אבער האט געזאגט: איך בין נישט משוגע, אָ נאבעלער פעסטוס, נאר איך רעד ווערטער פון אמת און ניכטערקייט. \v 26 ווארום וועגן די דאזיקע זאכן, ווייסט דער קעניג, צו וועמען איך רעד אויך מיט דרייסטקייט; ווארום איך בין בטוח, אז פון די דאזיקע זאכן איז אים גארנישט פארהוילן, ווייל עס איז נישט געטאן געווארן אין א (געהיים) ווינקל. \v 27 קעניג אגריפא, צי גלויבסטו די נביאים? איך ווייס, אז דו גלויבסט! \v 28 און אגריפא (האט געזאגט) צו פוילוסן: עס פעלט נישט קיין סך, און דו האסט מיך איבערגערעדט צו ווערן א (דרך ה׳) משיחיסט! \v 29 און פוילוס (האט געזאגט): הלוואי, זאל ה׳ געבן, צי מיט ווייניק צי מיט א סך, אז נישט נאר דו אליין, נאר אויך אלע, וועלכע הערן מיך היינט, זאלן ווערן אזעלכע, ווי איך בין, (נאר) אָן די דאזיקע קייטן. \p \v 30 און דער קעניג איז אויפגעשטאנען און דער גובערנאטאר און בערעניקא און די, וואס זענען געזעסן מיט זיי; \v 31 און בשעתן אוועקגיין, האבן זיי גערעדט איינס מיטן אנדערן, אזוי צו זאגן: דער דאזיקער מענטש האט גארנישט געטאן, פאר וועלכן ער זאל זיין חייב מיתה אדער קייטן. \v 32 און אגריפא האט געזאגט צו פעסטוסן: דער דאזיקער מענטש וואלט געקענט באפרייט ווערן, אויב ער וואלט נישט אפעלירט צום קיסר. \c 27 \cl קאפיטל זיבן און צוואנציק \p \v 1 און ווי עס איז באשלאסן געווארן, אז מיר זאלן זיך אוועקשיפן קיין איטאליען, האט מען איבערגעגעבן פוילוסן מיט אייניקע אנדערע געפאנגענע צו אן אפיציר, מיטן נאמען יוליוס, פון דער (אוגוסטישן) קיסרס אפטיילונג. \v 2 און נאכן איינשטייגן אויף א שיף פון אדראמיציום, וועלכע האט געזאלט גיין צו די מקומות פון די (קליין) אזיאטישע ים ברעגעס, זענען מיר אפגעפארן, און מיט אונדז איז געווען אריסטארכוס, א מאצעדאניער פון טעסאלאניקא. \v 3 און דעם אנדערן טאג זענען מיר אנגעקומען קיין צידון; און יוליוס האט זיך באצויגן מענטשלעך צו פוילוסן, און אים דערלויבט צו גיין צו זיינע פריינד, כדי צו קומען צו זיך. \v 4 און פון דארטן זענען מיר אוועק און זיך פארבייגעשיפט (די אינדזל) קפריסין, צוליב דעם, וואס די ווינטן זענען געווען קעגן אונדז. \v 5 און אריבערפארנדיק דעם ים ביי קיליקיען און פאמפיליען, זענען מיר געקומען קיין מירא אין ליציען. \v 6 און דארטן האט דער אפיציר געפונען אן אלעקסאנדרינישע שיף, וואס איז געפארן קיין איטאליען, און האט אונדז ארויפגעזעצט אויף דער דאזיקער. \v 7 און במשך פון א סך טעג זענען מיר געפארן פאמעלעך און זענען קוים אנגעקומען קיין קנידוס, און ווייל דער ווינט האט אונדז נישט דערלאזט, זענען מיר געפארן פארביי דער (אינדזל) קרעטא, אנטקעגנאיבער סאלמאנע; \v 8 און פארנדיק מיט מי ביים ים ברעג, זענען מיר געקומען צו אן ארט, וואס האט געהייסן שיינער האפן נאענט פון דער שטאט לאזעא. \p \v 9 און ווען א סך צייט איז פארגאנגען, און די נסיעה איז שוין געווארן געפערלעך, צוליב דעם וואס אויך דער תענית (יום כיפור) איז שוין געווען פארביי, האט פוילוס זיי געווארנט, \v 10 זאגנדיק צו זיי: מענער, איך זע איין, אז די רייזע וועט זיין פארבונדן מיט סכנה און פיל שאדן, נישט בלויז פון דער לאדונג און דער שיף, נאר אויך פון אונדזערע לעבנס. \v 11 דער אפיציר אבער האט מער געגלויבט דעם שטייערמאן און דעם אייגנטימער פון דער שיף, ווי פוילוסנס רייד. \v 12 און היות דער פארט איז נישט געווען געראם, דארטן איבערצואווינטערן, האט די מערהייט געראטן פון דארטן אוועקצופארן, אפשר וועלן זיי קענען אנקומען קיין פעניקס—א האפן פון קרעטא, וועלכער ליגט (געשיצט) קעגן די צפון מערב און דרום מערב ווינטן—און איבערווינטערן. \v 13 און בשעת דער דרום ווינט האט זאנפט געבלאזן, מיינענדיק אז זיי האבן דערגרייכט זייער ציל, האבן זיי ארויפגעצויגן דעם אנקער, און זענען געפארן פארביי קרעטא, נאענט ביים ברעג. \v 14 נאר נישט לאנג דערנאך האט זיך אויפגעהויבן קעגן איר (דער שיף) א שטורמווינט, וועלכער הייסט עווראקלידאן; און האט א כאפ געטאן די שיף, \v 15 און אז זי האט זיך שוין מער נישט געקענט אקייגנשטעלן דעם ווינט, האבן מיר נאכגעגעבן און זענען געטראגן געווארן (פון די כוואליעס). \v 16 און לויפנדיק אזוי הינטער אן אינדזעלע, וואס האט געהייסן קלוידא, איז עס אונדז קוים געלונגען מיט גרויסער מי איינצוהאלטן דאס (רעטונגס) שיפל; \v 17 און ווען מען האט עס ארויפגעצויגן, האט מען באנוצט הילפסמיטלען, אונטערצוגארטלען די שיף; און פארכטנדיק זיך, טאמער וועט מען ארויפגעווארפן ווערן אויף דער סירטע, האט מען אראפגעלאזט די זעגל און מען איז אזוי געטריבן געווארן. \v 18 און ווייל מיר האבן שווער געליטן פונם שטורמווינט, האט מען דעם אנדערן טאג ארויסגעווארפן די לאדונג; \v 19 און דעם דריטן טאג האט מען מיט די אייגענע הענט ארויסגעווארפן דאס שיפסגעצייג. \v 20 און אזויווי במשך פון מערערע טעג נישט די זון נישט די שטערן האבן זיך באוויזן, און דער שטורם, נישט קיין קליינער, איז (אויף אונדז) פארלייגט זיך, איז סוף כל סוף פארשווונדן יעדע האפענונג, אז מיר זאלן געראטעוועט ווערן. \v 21 און היות מען האט שוין לאנג נישט געהאט געגעסן, האט פוילוס זיך געשטעלט אין זייער מיט און געזאגט: אָ מענער, איר האט מיך געדארפט הערן, זיך נישט אוועקצושיפן פון קרעטא, און איר וואלט זיך איינגעשפארט דאס דאזיקע ליידן און דעם שאדן. \v 22 איצט אבער פאדער איך אייך אויף, זיך צו שטארקן; ווארום עס וועט קיין נפש פון אייך נישט פארלוירן ווערן, אחוץ די שיף. \v 23 ווארום אין דער דאזיקער נאכט איז ביי מיר געשטאנען א מלאך פון ה׳, וועמעס איך בין און וועמען איך דין, \v 24 אזוי צו זאגן: פארכט דיך נישט, פוילוס; דו דארפסט שטיין פארן קיסר; און זע, ה׳ האט דיר געשענקט אלע, וואס פארן מיט דיר. \v 25 דערפאר, מענער, האט מוט; ווייל איך גלויב ה׳, אז עס וועט זיין פונקט אזוי, ווי עס איז מיר געזאגט געווארן. \v 26 מיר מוזן אבער געווארפן ווערן אויף עפעס אן אינדזל. \p \v 27 און ווען עס איז געקומען די פערצענטע נאכט, און מיר זענען געטריבן געווארן איבער דעם אדריאטישן ים, האבן די שיפסלייט באמערקט ארום האלבער נאכט, אז זיי דערנענטערן זיך צו עפעס א יבשה; \v 28 האבן זיי אראפגעלאזט דאס זינקבליי און געפונען צוואנציק קלאפטער (טיף); זענען אביסל ווייטער געפארן און ווידער געזונקען דאס בליי, און האבן געפונען פופצן קלאפטער (טיף). \v 29 און מורא האבנדיק, מיר זאלן נישט פאלן אויף פעלדזיקע ערטער, האבן זיי ארויסגעווארפן פיר אנקערס פון דעם הינטערטייל פון דער שיף, און תפילה געטאן, אז עס זאל (שוין) ווערן טאג. \v 30 נאר ווי די שיפסלייט האבן געזוכט צו אנטלויפן פון דער שיף, און האבן שוין געהאט אראפגעלאזט דאס (רעטונגס) שיפל אונטערן אויסרייד, אז זיי גייען אראפלאזן אנקערס פון דעם פאדערטייל, \v 31 האט פוילוס געזאגט צום אפיציר און צו די זעלנער: אויב די דאזיקע וועלן נישט איבערבלייבן אויף דער שיף, קענט איר נישט געראטעוועט ווערן. \v 32 האבן די זעלנער דעמאלט אפגעהאקט די שטריק פונם שיפל, און עס געלאזט אראפפאלן. \v 33 נאר ביז עס וועט נישט ווערן טאג, האט פוילוס אלעמען געבעטן, צו נעמען עפעס עסן, זאגנדיק: היינט איז (שוין) דער פערצענטער טאג ווי איר ווארט אומגעגעסן, און האט גארנישט טועם געווען. \v 34 דערפאר בעט איך אייך, צו נעמען שפייז, ווייל דאס דאזיקע האט צו טאן מיט אייער רעטונג; ווארום קיינעם פון אייך וועט קיין איין האר פונם קאפ נישט פארלוירן ווערן. \v 35 און האבנדיק דאס געזאגט, האט ער גענומען ברויט, און געדאנקט ה׳ פאר אלעמען; און האט עס צעבראכן, און אנגעהויבן עסן. \v 36 און אלע האבן זיך געשטארקט, און אויך גענומען שפייז. \v 37 און מיר אלע אין דער שיף זענען געווען צוויי הונדערט און זעקס און זיבעציק נפשות. \v 38 און נאך דעם ווי זיי האבן געגעסן צו דער זעט, האבן זיי לייכטער געמאכט די שיף, און ארויסגעווארפן דעם ווייץ אין ים אריין. \v 39 ווען אבער עס איז געווארן טאג, האבן זיי נישט דערקענט דאס לאנד; האבן אבער באמערקט א בוכטע מיט א ברעג, און באשלאסן, אויב מעגלעך ארויפצופירן די שיף אויפן ברעג. \v 40 און האבן אפגעהאקט די אנקערס, איבערלאזנדיק זיי אין ים, און צוגלייך האבן זיי לויז געמאכט די בענדער פון די רודערס; און ארויפגעצויגן דעם זעגל קעגן ווינט, און זיך א לאז געטאן צום ברעג צו. \v 41 ארויפפאלנדיק אבער אויף א זאמד באנק, האבן זיי ארויפגעפירט די שיף אויפן גרונט; און דער פאדערטייל איז געבליבן פעסט, אומבאוועגלעך, דער הינטערטייל אבער האט זיך צעבראכן דורך דער געוואלדיקייט פון די כוואליעס. \v 42 און די זעלנער האבן בדעה געהאט צו טייטן די געפאנגענע, כדי קיינער זאל נישט אוועקשווימען און אנטלויפן. \v 43 נאר דער אפיציר, וועלנדיק אפראטעווען פוילוסן, האט זיי געשטערט אין דער עצה, און באפוילן, אז יענע, וואס קענען שווימען, זאלן די ערשטע זיך אריינווארפן (אין ים אריין) און קומען צום לאנד; \v 44 און די איבריקע, ווער אויף ברעטער, ווער אויף עפעס (אנדערש) פון דער שיף. און אזוי איז עס געשען, אז אלע האבן זיך געראטעוועט אויף דער יבשה ארויף. \c 28 \cl קאפיטל אכט און צוואנציק \p \v 1 און נאך דעם ווי מיר זענען געראטעוועט געווארן, האבן מיר זיך דעמאלט דערוואוסט, אז די אינדזל הייסט מעליטא. \v 2 און די בארבארן האבן אונדז ארויסגעוויזן אן אויסערגעוויינלעכע מענטשלעכקייט; ווארום זיי האבן אנגעצונדן א פייער און אונדז אלעמען אויפגענומען צוליב דעם רעגן, וואס האט געהאלטן אין איין פאלן און צוליב דער קעלט. \v 3 און פוילוס האט צונויפגעזאמלט א בינטל ריטער און עס ארויפגעלייגט אויפן פייער, און א שלאנג איז ארויסגעקומען, מחמת דער היץ, און האט זיך אנגעהאנגען אויף זיין האנט. \v 4 און ווי די בארבארן האבן געזען די חיה הענגען אויף זיין האנט, האבן זיי געזאגט איינער צום אנדערן: דער דאזיקער מענטש איז זיכער א מערדער, וועלכער, הגם ער איז אנטרונען פונם ים, לאזט אים דאך די גערעכטיקייט נישט לעבן. \v 5 ער אבער האט אראפגעשאקלט די חיה אין פייער אריין, און עס האט אים גארנישט געשאדט. \v 6 און זיי האבן דערווארט, אז ער וועט געשוואלן ווערן אדער פלוצלונג אנידערפאלן טויט; ווי אבער זיי האבן לאנג געווארט, און געזען, אז עס געשעט אים נישט קיין שום שלעכטס, האבן זיי געענדערט זייער מיינונג, און געזאגט, אז ער איז א ג-ט. \p \v 7 און נאענט פון יענעם ארט איז געווען ערד (אייגנטימער), לאנד וואס האט געהערט צום ראש פון דער אינדזל, מיטן נאמען פובליוס; וועלכער האט אונדז אויפגענומען און דריי טעג פריינדלעך באקעסטיקט, \v 8 און פובליוסנס פאטער איז (גראד) געלעגן קראנק אויף א פיבער און דיזענטעריע; צו וועמען פוילוס איז אריינגעגאנגען און מתפלל געווען, און ארויפגעלייגנדיק די הענט אויף אים, האט ער אים געהיילט. \v 9 און ווי דאס דאזיקע איז געשען, זענען אויך די איבריקע חולאים אויף דער אינדזל געקומען, און זיך געלאזט היילן; \v 10 און האבן אונדז צוגעטיילט גרויס כבוד; און ווען מיר זענען אוועקגעפארן, האבן זיי אונדז מיטגעגעבן אלדאס נויטיקע. \p \v 11 דריי חדשים שפעטער זענען מיר אפגעפארן אין אן אלעקסאנדרינישער שיף, וועלכע האט איבערגעווינטערט אויף דער אינדזל; איר צייכן איז געווען די צווילינג ברידער. \v 12 און מיר זענען געקומען קיין סיראקוס, און זענען דארט פארבלייבן דריי טעג. \v 13 פון דארטן זענען מיר ארומגעפארן און זענען געקומען קיין רעגיום; און איין טאג דערנאך האט זיך אויפגעהויבן א דרום ווינט, און דעם אנדערן טאג זענען מיר געקומען קיין פוטעאלי, \v 14 וואו מיר האבן געפונען ברידער, וועלכע האבן אונדז געבעטן צו בלייבן ביי זיי זיבן טעג, און אזוי זענען מיר געקומען קיין רוים. \v 15 און פון דארטן זענען די ברידער, הערנדיק וועגן אונדז, אונדז אקייגנגעקומען ביז צום אפיוס פארום און טרעסטאבערנע; זעענדיק זיי, האט פוילוס אפגעגעבן א שבח צו ה׳ און זיך געשטארקט. \p \v 16 און ווען מיר זענען אריינגעקומען קיין רוים, האט מען פוילוסן דערלויבט צו וואוינען אליין מיט דעם זעלנער, וועלכער האט אים באוואכט. \p \v 17 און עס איז געשען, אין דריי טעג ארום האט ער צונויפגערופן די, וועלכע זענען געווען די חשובסטע צווישן די יידן; און ווען זיי זענען זיך צוזאמענגעקומען, האט ער צו זיי געזאגט: ברידער, הגם איך האב גארנישט געטאן קעגן אונדזער פאלק אדער די מנהגים פון אונדזערע אבות, בין איך דאך איבערגעגעבן געווארן ווי א געפאנגענער פון ירושלים צו די רוימער אין די הענט אריין, \v 18 וועלכע, נאך דעם ווי זיי האבן מיך חוקר געווען, האבן געוואלט מיך אפלאזן, ווייל עס אין מיר נישט געווען קיין טויט שולד. \v 19 נאר אזויווי די יידן האבן זיך אקייגנגעשטעלט, בין איך געווען געצוואונגען צו אפעלירן צום קיסר; נישט ווי איך וואלט געהאט עפעס וואס אנצוקלאגן מיין פאלק. \v 20 און צוליב דער דאזיקער סיבה האב איך אייך גערופן, כדי אייך צו זען און צו אייך צו רעדן, ווארום וועגן דער האפענונג פון ישראל בין איך געבונדן מיט דער דאזיקער קייט. \v 21 און זיי האבן צו אים געזאגט: נישט מיר האבן דערהאלטן בריוו פונם (לאנד) יהודה וועגן דיר, נישט איז עמיצער פון די ברידער געקומען, וועלכער האט דערציילט אדער געזאגט עפעס שלעכטס אויף דיר. \v 22 מיר ווילן אבער הערן פון דיר, וואס דו דענקסט; ווארום וואס שייך דער דאזיקער כיתה, איז אונדז באקאנט, אז אומעטום רעדט מען קעגן איר. \p \v 23 און נאך דעם ווי זיי האבן אים באשטימט א טאג, זענען זיי געקומען צו אים אין גאסטהויז אריין אין גרעסערער צאל; וועמען ער האט דערקלערט, עדות זאגנדיק וועגן דעם קעניגרייך פון ה׳, און אויפווייזנדיק וועגן יהושען/ישוען פון תורת משה און פון די נביאים, פון אינדערסרי ביז אין אוונט. \v 24 און א טייל האבן זיך געלאזט איבערצייגן פון דעם געזאגטן, אנדערע אבער האבן נישט געגלויבט. \v 25 און אזויווי זיי זענען נישט געווען איינשטימיק צווישן זיך, זענען זיי אוועקגעגאנגען, נאך דעם ווי פוילוס האט נאך געזאגט איין ווארט: גוט האט דער רוח הקודש גערעדט דורך דעם נביא ישעיה צו אייערע עלטערן, אזוי צו זאגן: \p \v 26 גיי צו דעם דאזיקן פאלק און זאג: \q מיטן געהער וועט איר הערן \q און נישט משיג זיין; \q און קוקנדיק וועט איר קוקן \q און נישט זען; \q \v 27 ווייל פעט געווארן איז דאס הארץ פון דעם דאזיקן פאלק, \q און מיט די אויערן הערן זיי שווער, \q און די אויגן זייערע האבן זיי געשלאסן, \q טאמער וואלטן זיי געזען מיט די אויגן, \q און מיט די אויערן געהערט, \q און וואלטן פארשטאנען מיטן הארצן \q און תשובה געטאן (צו דרך ה׳), \q און איך וואלט זיי געהיילט. \qr (ישעיהו ו, ט-י.) \m \v 28 דעריבער זייט וויסן, אז די דאזיקע ישועה פון ה׳ ווערט געשיקט צו די אומות העולם; און זיי וועלן (זי) הערן. \v 29 (און ווען ער האט דאס געזאגט, זענען די יידן אוועקגעגאנגען, האלטנדיק א גרויסן וויכוח צווישן זיך.) \p \v 30 און ער איז פארבלייבן גאנצע צוויי יאר אין זיין אייגענער געדונגענער דירה, און אויפגענומען אלע, וואס זענען אריינגעקומען צו אים, \v 31 האט אויסגערופן דאס קעניגרייך פון ה׳ און געלערנט פון דעם האר יהושע/ישוע המשיח גאנץ אפן, פון קיינעם נישט געשטערט.