\id 2TI - Orthodox Yiddish Brit Chadasha \ide UTF-8 \h ב טימאטעוס בריוו \toc2 ב טימאטעוס בריוו \toc1 דער צווייטער בריוו פון דעם שליח פוילוס צו טימאטעוסן \mt דער צווייטער בריוו פון דעם שליח פוילוס צו טימאטעוסן \c 1 \p \v 1 פוילוס, א שליח פונם משיח יהושע/ישוע, דורך ה׳ס רצון, לויט דער הבטחה פון דעם לעבן, וואס איז אינם משיח יהושע/ישוע, \v 2 צו טימאטעוסן, מיין געליבטן זון: חסד, רחמים און שלום פון ג‑ט דעם פאטער און דעם משיח יהושע/ישוע אונדזער האר. \p \v 3 איך דאנק ה׳, וועמען איך דין פון מיינע אבות אָן מיט א לויטער געוויסן, אז אָן אויפהער האב איך דיך אין זכרון אין מיינע תפילות, ביינאכט און בייטאג. \v 4 איך בענק דיך צו זען, געדענקענדיק דיינע טרערן, כדי איך זאל אנגעפילט ווערן מיט שמחה, \v 5 ווען איך דערמאן מיך אין דיין אויפריכטיקער אמונה, וואס האט קודם כל געוואוינט אין דיין באבע לואיס און אין דיין מוטער עווניקע, און האב מיך איבערצייגט, אז אויך אין דיר. \v 6 צוליב דער סיבה דערמאן איך דיך, אז דו זאלסט ווידער אונטערפאכן (ביז צו א פלאם) די מתנה, פון ה׳, וועלכע איז אין דיר דורך דער סמיכה פון מיינע הענט. \v 7 ווארום ה׳ האט אונדז נישט געגעבן קיין גייסט פון פחד, נאר פון גבורה און ליבע און שליטה איבער זיך אליין. \v 8 דעריבער זאלסטו דיך נישט שעמען מיט דעם עדות זאגן פון אונדזער האר, און אויך נישט מיט מיר, זיין געפאנגענעם; נאר דערטראג די ליידן פאר דער בשורה טובה לויט דער קראפט פון ה׳, \v 9 וועלכער האט אונדז געראטעוועט און גערופן מיט א הייליקן רוף, נישט לויט אונדזערע מעשים, נאר לויט זיין אייגענער עצה און חסד, וואס איז אונדז געשענקט געווארן אינם משיח יהושע/ישוע פאר אייביקע צייטן, \v 10 און איז איצט אנטפלעקט געווארן דורך דער דערשיינונג פון אונדזער גואל משיח יהושע/ישוע, וועלכער האט צונישט געמאכט דעם טויט און געברענגט צום ליכט דאס לעבן און די אומפארדארבלעכקייט דורך דער בשורה טובה, \v 11 פאר וועלכער איך בין באשטימט געווארן אלס אן מבשר, און שליח, און מורה תורה. \v 12 צוליב דער סיבה לייד איך טאקע די דאזיקע זאכן; דאך שעם איך מיך נישט; ווארום איך ווייס אין וועמען איך האב געגלויבט, און האב מיך איבערצייגט, אז ער איז אימשטאנד אפצוהיטן מיין פקדון ביז צו יענעם טאג. \v 13 האלט דיך ביים פארבילד פון געזונטע ווערטער, וועלכע דו האסט געהערט פון מיר, אין גלויבן און אין ליבע, וואס איז אין משיח יהושע/ישוע. \v 14 היט אפ דעם גוטן פקדון דורך דעם רוח הקודש, וועלכער וואוינט אין אונדז. \p \v 15 דאס דאזיקע ווייסטו, אז פון מיר האבן זיך אפגעקערט אלע, וואס געפינען זיך אין (קליין) אזיען, צווישן וועלכע עס זענען פיגעלוס און הערמאגענעס. \v 16 זאל דער האר שענקען רחמים צו דעם הויזגעזינד פון אנעסיפארוס; ווייל א סך מאל האט ער מיך דערקוויקט, און זיך נישט געשעמט מיט מיינע קייטן, \v 17 נאר קומענדיק קיין רוים, האט ער מיך פלייסיק אויפגעזוכט און געפונען— \v 18 זאל אים דער האר (יהושע/ישוע) געבן, אז ער זאל געפינען רחמים ביים האר (ג‑ט) אין יענעם טאג—און וויפל ער האט מיר געדינט אין עפעזוס, ווייסטו גאנץ גוט. \c 2 \cl קאפיטל צוויי \p \v 1 דעריבער דו, מיין זון, שטארק דיך אין דעם חסד, וואס איז אין משיח יהושע/ישוע. \v 2 און וואס דו האסט געהערט פון מיר פאר א סך עדות, דאס גיב איבער צו באגלויבטע מענטשן, וועלכע וועלן זיין פעאיק צו לערנען אויך אנדערע. \v 3 לייד מיט ווי א גוטער זעלנער פונם משיח יהושע/ישוע. \v 4 קיין זעלנער פארוויקלט זיך נישט אין די עסקים פון דעם לעבן; כדי ער זאל וואוילגעפעלן דעם אפיציר, \v 5 וואס האט אים גענומען צום מיליטער. און ווען עמיצער ראנגלט זיך ווי אן אטלעט, ווערט ער נישט געקריינט, אויב ער האט זיך נישט געראנגלט לויט דעם געזעץ. \v 6 דער פארמער, וואס פראצעוועט, זאל צום ערשט געניסן פון די פירות. \v 7 פארשטיי וואס איך זאג; ווארום דער האר וועט דיר געבן חכמה אין יעדער זאך. \v 8 געדענק יהושע/ישוע המשיחן, וועלכער איז אויפגעשטאנען פון די טויטע, איז פון דער זרע דוד, לויט מיין בשורה טובה; \v 9 פאר וועלכער איך לייד אזש ביז קייטן, ווי א פארברעכער; נאר ה׳ס ווארט איז נישט געבונדן. \v 10 דערפאר טראג איך אלץ איבער צוליב די אויסדערוויילטע, כדי זיי אויך זאלן דערגרייכן די ישועה אינם משיח יהושע/ישוע מיט אייביקן כבוד. \v 11 עס איז א באגלויבט ווארט: ווארום אויב מיר זענען געשטארבן צוזאמען מיט אים, וועלן מיר אויך לעבן צוזאמען מיט אים; \v 12 אויב מיר האבן סבלנות, וועלן מיר אויך קעניגן צוזאמען מיט אים; אויב מיר וועלן אים פארלייקענען, וועט ער אויך אונדז פארלייקענען; \v 13 אויב מיר גלויבן נישט, בלייבט ער (אלץ) געטריי; ווארום ער קען זיך נישט פארלייקענען. \p \v 14 דאס ברענג אלע צום זכרון, באשווערנדיק זיי פאר ה׳, זיך נישט צו צאנקען איבער ווערטער, וואס נוצט צו גארנישט, (בלויז) צום פארדארבן די צוהערער. \v 15 גיב דיר די מי, זיך פארצושטעלן פאר ה׳ ווי אן אויסגעפרואווטער ארבעטער, וועלכער דארף זיך נישט שעמען, וואס טיילט אויס ריכטיק דאס ווארט פון אמת. \v 16 מייד אבער אויס די אומווירדיקע און פוסטע רייד; ווארום זיי דערפירן נאך צו א סך מער רשעות, \v 17 און זייער ווארט צעפרעסט ווי בראנד; פון זיי זענען הימענעוס און פילעטוס, \v 18 וועלכע האבן אפגענייגט פון דעם אמת, זאגנדיק, אז עס איז שוין געווען תחית המתים; און קערן איבער די אמונה פון אייניקע. \v 19 דאך ה׳ס שטארקער יסוד שטייט פעסט, האבנדיק דעם דאזיקן חותם: דער האר קען די, וועלכע זענען זיין, און: זאל זיך אפקערן פון אומגערעכטיקייט יעדער איינער, וואס רופט אָן דעם הארס נאמען. \v 20 אין א גרויס הויז געפינען זיך נישט בלויז גאלדענע און זילבערנע כלים, נאר אויך הילצערנע און ליימענע; און די ערשטע צו כבוד און די לעצטע צו אומכבוד. \v 21 ווען דעריבער עמיצער וועט זיך לייטערן פון די דאזיקע, וועט ער זיין א כלי צו כבוד, געהייליקט, נוצלעך פאר דעם האר, גרייט צו כלערליי מעשים טובים. \v 22 אנטלויף אבער פון די יוגנטלעכע תאוות, און יאג נאך צדקות, אמונה, ליבע, שלום מיט די, וועלכע רופן אָן דעם האר אויס א לויטער הארץ. \v 23 אבער נארישע און קינדישע מחלוקת זאלסטו אויסמיידן, וויסנדיק, אז זיי ברענגען ארויס קריגערייען. \v 24 דעם הארס קנעכט אבער זאל זיך נישט קריגן, נאר זיין פריינדלעך לגבי אלעמען, פעאיק צו לערנען (אנדערע), א סבלן, \v 25 וואס זאגט מיט עניוות שטראפרייד צו די ווידערשפעניקע; אפשר וועט ה׳ זיי שענקען תשובה, צום דערקענען דעם אמת, \v 26 און ווידער ניכטער צו ווערן אויס דעם שׂטנס פאסטקע ארויס, וואס ער האט זיי געפאנגען צו זיין ווילן. \c 3 \cl קאפיטל דריי \p \v 1 דאס דאזיקע אבער זאלסטו וויסן, אז אין די לעצטע טעג וועלן קומען שווערע צייטן. \v 2 ווארום די מענטשן וועלן זיין ליבהאבער פון זיך אליין, ליבהאבער פון געלט, בארימער, חוצפהדיק, לעסטערער, אומגעהארכזאם צו עלטערן, אומדאנקבאר, ג‑טלאז, \v 3 אוממענטשלעך, נישט גענייגט מוחל צו זיין, טייוולאנים, נישט איינגעהאלטן, אכזרים, שונאים פון גוטס, \v 4 פאררעטעריש, לייכטזיניק, אנגעבלאזן, וואס האבן ליב פארגעניגנס מער ווי זיי האבן ליב ה׳; \v 5 וואס האבן א געשטאלט פון יראת שמים, פארלייקענען אבער די קראפט דערפון; אויך פון די דאזיקע קער דיך אפ. \v 6 ווארום פון די דאזיקע זענען די, וואס גנבענען זיך אריין אין הייזער און נעמען געפאנגען נארישע ווייבלעך, וועלכע זענען באלאדן מיט זינד און ווערן פארפירט פון פארשיידענע תאוות, \v 7 וואס תמיד לערנען זיי, און קענען קיינמאל נישט קומען צו דער דערקענטעניש פון דעם אמת. \v 8 און פונקט ווי יאנעס און יאמברעס האבן זיך אקייגנגעשטעלט משה (רבינו), אזוי שטעלן זיך אויך די דאזיקע אנטקעגן דעם אמת; מענטשן מיט א פארדארבענעם פארשטאנד, פארווארפן וואס שייך דער אמונה. \v 9 זיי וועלן אבער ווייטער נישט קומען; ווארום זייער נארישקייט וועט ווערן באשיימפערלעך קלאר פאר אלעמען, ווי עס איז אויך געשען מיט יענע. \v 10 דו אבער האסט נאכגעפאלגט מיין לערנונג, מיין אויפפירונג, מיין מיינונג, מיין אמונה, מיין צוריקגעהאלטנקייט, מיין ליבע, מיין סבלנות, \v 11 מיינע פארפאלגונגען, עינויים, וועלכע זענען געקומען אויף מיר אין אנטיאכיען, אין איקאניום, אין ליסטרא; וואס פאר א רדיפות איך האב איבערגעטראגן; און פון אלע האט מיך דער האר מציל געווען. \v 12 יא, אלע, וועלכע ווילן לעבן ג‑טספארכטיק אין משיח יהושע/ישוע, וועלן פארפאלגט ווערן. \v 13 שלעכטע מענטשן אבער און באטריגער וועלן ווערן ערגער און ערגער, וועלן פארפירן און פארפירט ווערן. \v 14 דו אבער בלייב אין דעם, וואס דו האסט געלערנט, און וואס איז דיר אנפארטרויט געווארן, וויסנדיק פון וועמען דו האסט עס געלערנט, \v 15 און ווייל פון קינדווייז אויף האסטו געקענט די כתבי הקודש, וועלכע קענען דיך מאכן קלוג צו ישועה דורך אמונה, וואס איז אין משיח יהושע/ישוע. \v 16 אלע כתבי (הקודש) זענען אינספירירט פון ה׳ס גייסט, און זענען נוצלעך צו לערנונג, צו מוסר, ארויפצופירן אויפן דרך הישר, צו דערציאונג אין צדקות; \v 17 כדי דער מענטש פון ג‑ט זאל זיין שלמותדיק, פעליק צוגעגרייט צו כלערליי מעשים טובים. \c 4 \cl קאפיטל פיר \p \v 1 איך באשווער דיך פאר ה׳ און פאר משיח יהושע/ישוע, וועלכער וועט משפטן די לעבעדיקע און די טויטע, און פאר זיין דערשיינונג און זיין מלכות; \v 2 רוף אויס דאס ווארט; טרעט אויף אין געלעגענער צייט, אין אומגעלעגענער צייט; זאג מוסר, שריי אָן, זיי מזהיר, מיט פולער געדולד און לערנונג. \v 3 ווארום עס וועט זיין א צייט, ווען זיי וועלן נישט פארטראגן קיין געזונטע לערנונג; נאר וועלן זיך איינזאמלען לערער לויט זייערע אייגענע גלוסטיקייטן, האבנדיק קיצלדיקע אויערן; \v 4 און וועלן אפקערן זייער אויער פון דעם אמת, און זיך ווענדן צו לעגענדעס. \v 5 דו אבער זיי ניכטער אין אלעם, דערטראג ליידן, טו די ארבעט פון א מבשר, זיי ממלא דיין עבודה. \v 6 ווארום איך ווער שוין געברענגט ווי א קרבן נסך, און די צייט פון מיין פטירה איז געקומען. \v 7 איך האב זיך געראנגלט דעם גוטן געראנגל, האב פארענדיקט דעם וועטגעלאף, די אמונה אפגעהיטן; \v 8 פון איצט אָן ליגט פאר מיר אוועקגעלייגט די קרוין פון צדקות, וועלכע דער האר, דער שופט צדק, וועט מיר געבן אין יענעם טאג; און נישט בלויז מיר אליין, נאר אויך אלעמען, וועלכע האבן ליב געהאט זיין נתגלה ווערן. \p \v 9 ^אייל דיך באלד צו קומען צו מיר; \v 10 ווארום דעמאס האט מיך פארלאזן, ליב האבנדיק עולם הזה, און איז אוועק קיין טעסאלאניקא; קרעסצענס קיין גאלאטיען, טיטוס קיין דאלמאטיען. \v 11 לוקאס אליין איז מיט מיר. נעם מארקוסן און ברענג (אים) מיט דיר, ווארום ער איז מיר זייער נוצלעך צו דער עבודה. \v 12 טיכיקוסן אבער האב איך אוועקגעשיקט קיין עפעזוס. \v 13 דעם מאנטל, וואס איך האב איבערגעלאזט אין טראאס ביי קארפוסן, ברענג (מיט), ווען דו קומסט, און די ספרים, איבערהויפט די פארמעטן. \v 14 אלעקסאנדער דער קופערשמיד האט מיר געטאן פיל בייז; דער האר וועט אים פארגעלטן לויט זיינע מעשים; \v 15 פון וועמען אויך דו זאלסט דיך אויסהיטן, ווארום ער האט זיך זייער אקייגנגעשטעלט אונדזערע רייד. \v 16 ביי מיין ערשטער פארטיידיקונג איז קיינער נישט געשטאנען ביי מיר, נאר אלע האבן מיך פארלאזט; זאל עס זיי נישט צוגערעכנט ווערן! \v 17 דער האר אבער איז געשטאנען ביי מיר, און האט מיך געשטארקט, כדי די בשורה טובה זאל באשטעטיקט ווערן דורך מיר, און אלע אומות (העולם) זאלן זי הערן; און איך בין ניצול געווארן פון דעם לייבס מויל. \v 18 דער האר וועט מיך מציל זיין פון יעדער מעשה רע, און מיך ראטעווען אין זיין מלכות שמים אריין; צו אים זאל זיין דער כבוד לעלמי עולמים. אמן. \p \v 19 גיב אפ שלום פריסקאן און אקווילאן און די (בני) בית פון אנעסיפארוס. \v 20 עראסטוס איז פארבלייבן אין קארינט; טראפימוסן אבער האב איך איבערגעלאזן קראנק אין מילעטוס. \v 21 ^אייל דיך צו קומען פאר דעם ווינטער. עס געבן דיר אפ שלום עוובולוס און פודענס און לינוס און קלוידא און אלע ברידער. \v 22 זאל דער האר זיין מיט דיין גייסט. דער חסד מיט אייך.