\id 2TH - Orthodox Yiddish Brit Chadasha \ide UTF-8 \h ב טעסאלאניקער בריוו \toc2 ב טעסאלאניקער בריוו \toc1 דער צווייטער בריוו פונם שליח פוילוס צו די טעסאלאניקער \mt דער צווייטער בריוו פונם שליח פוילוס צו די טעסאלאניקער \c 1 \p \v 1 פוילוס און סילוואנוס און טימאטעוס צו דער קהלה פון די טעסאלאניקער אין ג‑ט אונדזער פאטער און אין האר יהושע/ישוע המשיח; \v 2 חסד צו אייך און שלום פון ג‑ט דעם פאטער און דעם האר יהושע/ישוע המשיח. \p \v 3 מיר זענען מחייב תמיד צו דאנקען ה׳ פאר אייך, ברידער, ווי עס פאסט זיך, ווייל אייער גלויבן וואקסט זייער שטארק, און די ליבע פון יעדן איינעם פון אייך אלעמען מערט זיך לגבי די אנדערע, \v 4 אזוי, אז מיר אליין בארימען זיך מיט אייך אין די קהלות פון ה׳, איבער אייער סבלנות און אמונה אין אלע אייערע רדיפות און צרות, וואס איר טראגט איבער; עס איז א באווייז פון ה׳ס גערעכטן משפט; \v 5 כדי איר זאלט גערעכנט ווערן ראוי צום קעניגרייך פון ה׳, פאר וועלכן איר ליידט אויך; \v 6 ווייל עס איז דאך א גערעכטע זאך ביי ה׳ צו פארגעלטן צרות צו די, וועלכע טאן אייך אָן צרות, \v 7 און צו אייך, די געפייניקטע, מנוחה מיט אונדז ביי דער אנטפלעקונג פון דעם האר יהושע/ישוע פון הימל מיט די מלאכים פון זיין מאכט \v 8 אין א פלאם פייער, געבנדיק א נקמה פארגעלטונג די, וואס קענען נישט ה׳ און זענען נישט געהארכזאם צו דער גוטער בשורה פון אונדזער האר יהושע/ישוע; \v 9 די דאזיקע וועלן ליידן א שטראף, אן אייביקע פארדארבונג פון דעם פנים פון דעם האר און פון דער הערלעכקייט פון זיין מאכט, \v 10 ווען ער וועט קומען פארהערלעכט צו ווערן אין זיינע קדושים, און באוואונדערט צו ווערן אין אלע מאמינים—ווייל אונדזער עדות זאגן איז פון אייך געגלויבט געווארן—אין יענעם טאג. \v 11 דערפאר טאן מיר אויך תמיד מתפלל זיין פאר אייערטוועגן, כדי אונדזער ג‑ט זאל אייך מאכן ראוי פון דעם רוף, און דערפילן מיט מאכט יעדן באגער (אייערן) צום גוטן; און (יעדע) טאט פון אמונה; \v 12 כדי דער נאמען פון אונדזער האר יהושע/ישוע זאל פארהערלעכט ווערן אין אייך, און איר אין אים, לויט דעם חסד פון אונדזער ג‑ט און דעם האר יהושע/ישוע המשיח. \c 2 \cl קאפיטל צוויי \p \v 1 מיר בעטן אייך אבער, ברידער, וועגן דעם קומען פון אונדזער האר יהושע/ישוע המשיח און אונדזער פארזאמלען זיך ביי אים, \v 2 אז איר זאלט זיך נישט לאזן גיך באוועגן אין אייער פארשטאנד, און נישט דערשרעקן, נישט דורך קיין גייסט, נישט דורך קיין ווארט, נישט דורך קיין בריוו ווי פון אונדז, גלייך ווי דער טאג פון דעם האר וואלט שוין דא געווען; \v 3 זאל אייך קיינער נישט פארפירן בשום אופן; ווייל (ער וועט נישט קומען) אויב עס וועט נישט קודם כל קומען די אפפאלן כפירה (פון אמונה), און דער מענטש פון זינד וועט אנטפלעקט ווערן, דער בן האבדון, \v 4 וועלכער שטעלט זיך אנטקעגן און דערהייבט זיך איבער אלעם, וואס מען רופט ג‑ט אדער עבודה; אזוי, אז ער וועט זיך אנידערזעצן אין דעם היכל פון ה׳, באווייזנדיק זיך, אז ער איז ג‑ט. \v 5 צי געדענקט איר דען נישט, אז בשעת איך בין נאך געווען ביי אייך, האב איך אייך דאס געזאגט? \v 6 און איצט ווייסט איר, וואס עס האלט אפ, אז ער זאל אנטפלעקט ווערן אין זיין געהעריקער צייט. \v 7 ווארום דער סוד פון רשעות ווירקט שוין; בלויז דער, וועלכער שטערט איצט, מוז אוועקגענומען ווערן פון דער מיט. \v 8 און דעמאלט וועט אנטפלעקט ווערן דער רשע, וועמען דער האר יהושע/ישוע וועט אומברענגען מיט דעם אטעם פון זיין מויל און אים פארניכטן מיט דער דערשיינונג פון זיין קומען; \v 9 וואס זיין קומען איז לויט דער ווירקונג פון דעם שׂטן מיט פיל גבורה און פאלשע אותות און מופתים, \v 10 און מיט יעדער פארפירערישקייט פון אומגערעכטיקייט פאר די, וואס ווערן פארלוירן, ווייל זיי האבן נישט אנגענומען די ליבע פון אמת, כדי געראטעוועט צו ווערן. \v 11 און צוליב דעם שיקט זיי ה׳ א קרעפטיקן באטרוג, אז זיי זאלן גלויבן דעם שקר; \v 12 כדי אלע זאלן געמשפט ווערן, וועלכע האבן נישט געגלויבט דעם אמת, נאר האבן געהאט א וואוילגעפעלן אין רשעות. \p \v 13 מיר אבער זענען מחייב תמיד צו דאנקען ה׳ פאר אייך, ברידער, געליבטע פון ה׳, ווייל פון אנהויב אָן האט ה׳ אייך אויסדערוויילט צו ישועה אין דער קדושה פונם גייסט און אין דער אמונה פון אמת; \v 14 צו וועלכער ער האט אייך אויך גערופן דורך אונדזער בשורה טובה, צום דערווערבן די הערלעכקייט פון אונדזער האר יהושע/ישוע המשיח. \v 15 שטייט זשע פעסט, ברידער, און האלט די קבלות, וועלכע איר זענט געלערנט געווארן, סאי דורך אונדזער ווארט, סאי דורך אונדזערס א בריוו. \p \v 16 און אונדזער האר יהושע/ישוע המשיח אליין און ג‑ט דער פאטער אונדזערער, וועלכער האט אונדז ליב געהאט און אונדז געגעבן אן אייביקע נחמה און א גוטע האפענונג אין זיין חסד, \v 17 זאל טרייסטן אייערע הערצער און (אייך) שטארקן אין כלערליי מעשים טובים און יעדן גוטן ווארט. \c 3 \cl קאפיטל דריי \p \v 1 צום סוף, ברידער, זייט מתפלל פאר אונדז, אז דאס ווארט פון דעם האר זאל לויפן און פארהערלעכט ווערן, ווי ביי אייך; \v 2 און אז מיר זאלן ניצול ווערן פון פארדארבענע און בייזע מענטשן; ווארום נישט אלע האבן די אמונה. \v 3 געטריי אבער איז דער האר, וועלכער וועט אייך שטארקן און אפהיטן פון בייז. \v 4 און מיר זענען בטוח וועגן אייך אינם האר, אז וואס מיר געביטן אייך, דאס טוט איר און וועט עס טאן. \v 5 און זאל דער האר פירן אייערע הערצער צו דער ליבע פון ה׳ און צו דער סבלנות פון דעם משיח. \p \v 6 און מיר באפעלן אייך, ברידער, אין דעם נאמען פון דעם האר יהושע/ישוע המשיח, אז איר זאלט זיך אפשיידן פון יעדן ברודער, וואס פירט אן אומארנטלעך לעבן און נישט לויט דער קבלה, וועלכע איר האט באקומען פון אונדז. \v 7 ווארום איר אליין ווייסט, ווי איר דארפט אונדז נאכטאן; ווייל מיר האבן זיך נישט אויפגעפירט אומארנטלעך צווישן אייך; \v 8 מיר האבן ביי קיינעם נישט געגעסן קיין ברויט אומזיסט, נאר מיט מי און מאטער, ארבעטנדיק ביינאכט און בייטאג, כדי מיר זאלן נישט פאלן קיינעם פון אייך צו לאסט; \v 9 נישט ווייל מיר האבן נישט קיין רעכט, נאר כדי מיר אליין זאלן זיך אייך געבן פאר א ביישפיל, אונדז נאכצוטאן. \v 10 ווארום אפילו ווען מיר זענען געווען ביי אייך, האבן מיר אייך דאס דאזיקע באפוילן, אז ווער עס וויל נישט ארבעטן, דער זאל אויך נישט עסן. \v 11 ווארום מיר הערן, אז אייניקע צווישן אייך פירן זיך אויף אומארנטלעך, זיי ארבעטן נישט, נאר מישן זיך אין פרעמדע עסקים. \v 12 אזעלכע אבער באפעלן מיר און ווארנען אינם האר יהושע/ישוע המשיח, אז זיי זאלן ארבעטן שטיל און עסן זייער אייגן ברויט. \v 13 איר אבער, ברידער, ווערט נישט מיד צו טאן מעשים טובים. \v 14 און אויב עמיצער איז נישט געהארכזאם צו אונדזער ווארט דורך דעם בריוו, זאלט איר דעם דאזיקן פארצייכענען, און זיך נישט מישן מיט אים, כדי ער זאל זיך שעמען. \v 15 דאך זאלט איר אים נישט באטראכטן ווי קיין שונא, נאר שטראפט אים ווי א ברודער. \v 16 און דער האר פון שלום אליין זאל אייך תמיד געבן שלום און בכל אופן. זאל דער האר זיין מיט אייך אלעמען. \p \v 17 דער גרוס פון מיר, פוילוס, מיט מיין אייגענער האנט, וואס איז א סימן אין יעדן בריוו; אזוי שרייב איך. \v 18 זאל דער חסד פון אונדזער האר יהושע/ישוע המשיח זיין מיט אייך אלעמען!