\id 2PE - Orthodox Yiddish Brit Chadasha \ide UTF-8 \h ב פעטרוס בריוו \toc2 ב פעטרוס בריוו \toc1 דער צווייטער בריוו פון דעם שליח פעטרוס \mt דער צווייטער בריוו פון דעם שליח פעטרוס \c 1 \p \v 1 שמעון פעטרוס, א קנעכט און שליח פון יהושע/ישוע המשיחן, צו די, וועלכע האבן מקבל געווען די זעלביקע טייערע אמונה, ווי מיר, אין דער צדקות פון אונדזער ג‑ט און פון דעם גואל יהושע/ישוע המשיח: \v 2 חסד צו אייך און שלום זאל זיך פיל פארמערן אין דער דערקענטעניש פון ה׳ און פון אונדזער האר יהושע/ישוע; \v 3 ווייל זיין ג-טלעכע קראפט האט אונדז געשאנקען אלץ, וואס האט א שייכות צום לעבן און צו יראת שמים, דורך דער דערקענטעניש פון דעם, וועלכער האט אונדז גערופן דורך זיין אייגענעם כבוד און גוטע מידה; \v 4 דורך וועלכע ער האט אונדז געשענקט די טייערסטע און גרעסטע הבטחות; כדי דורך די דאזיקע זאלט איר ווערן אנטיילנעמער אין דער ג‑טלעכער טבע, אנטרונענדיק פון דער פארדארבונג, וואס איז אין דער וועלט דורך תאווה. \v 5 און צוליב דעם זעלביקן סיבה, איר מוזן מאכן אלע מי צו צוגעבן צולייגן אין דער אמונה אייערער די גוטע מידה; און צו דער גוטע מידה דאס וויסן; \v 6 און צום וויסן די שליטה איבער זיך; און צו דער שליטה איבער זיך די סבלנות; און צו סבלנות יראת שמים; \v 7 און צו יראת שמים די ברידערלעכקייט; און צו דער ברידערלעכקייט די ליבע. \v 8 ווארום ווען די דאזיקע זאכן זענען פאראן ביי אייך און פארמערן זיך, לאזן זיי אייך נישט ווערן פויל און נישט אומפרוכטבאר אין דער דערקענטעניש פון דעם האר אונדזערן יהושע/ישוע המשיח. \v 9 ווארום דער, וועמען עס פעלן די דאזיקע (מידות טובות), איז בלינד, קורצזיכטיק, און האט פארגעסן די רייניקונג פון זיינע אלטע חטאים. \v 10 דערפאר, ברידער, פלייסיקט זיך נאך מער פעסט צו מאכן אייער רוף און אויסדערוויילונג; ווארום אויב איר וועט דאס טאן, וועט איר קיינמאל נישט שטרויכלען; \v 11 ווארום אָט אזוי וועט אייך רייכלעך געגעבן ווערן דער אריינגאנג אין דעם אייביקן מלכות פון אונדזער האר און גואל יהושע/ישוע המשיח. \p \v 12 דערפאר וועל איך תמיד זיין גרייט אייך צו דערמאנען וועגן די דאזיקע זאכן, הגם איר קענט זיי און זענט געגרונטפעסטיקט אין דעם אמת, וועלכער איז ביי (אייך). \v 13 און איך האלט עס פאר רעכט, כל זמן איך בין אין דעם דאזיקן געצעלט, אייך צו דערוועקן מיט א דערינערונג; \v 14 ווייל איך ווייס, אז אין גיכן וועל איך אפלייגן מיין געצעלט, ווי אויך אונדזער האר יהושע/ישוע המשיח האט עס מיר קלאר געמאכט. \v 15 און איך וועל מיך פלייסיק באמיען, אז נאך מיין פטירה זאלט איר זיין אימשטאנד צו געדענקען די דאזיקע זאכן צו יעדער צייט. \v 16 ווארום מיר האבן נישט נאכגעפאלגט קיין אויסגעקליגלטע לעגענדעס, ווען מיר האבן אייך באקאנט געמאכט די גבורה פון אונדזער האר יהושע/ישוע המשיח און זיין קומען, נאר מיר זענען געווען עדות, וואס האבן געזען מיט די אייגענע אויגן זיין כבוד. \v 17 ווארום ער האט באקומען פון ג‑ט דעם פאטער כבוד און הערלעכקייט, ווען אזא קול איז אראפגעקומען צו אים פון דער מאיעסטעטישער הערלעכקייט: (ציטירן ניטציטירן) דער דאזיקער איז מיין געליבטער זון, אין וועמען איך האב א וואוילגעפעלן; \v 18 און מיר האבן געהערט דאס דאזיקע קול קומען פון הימל, בשעת מיר זענען געווען מיט אים אויף דעם הייליקן בארג. \v 19 און פעסטער איז דאס נביאיש ווארט, וואס מיר האבן; און איר וועט טאן גוט, האלטנדיק זיך דערצו, ווי צו א ליכט, וואס שיינט אויף א טונקל ארט, ביז דער טאג ברעכט אריין, און דער מארגנשטערן וועט אויפגיין אין אייערע הערצער; \v 20 וויסנדיק דאס דאזיקע קודם כל, אז קיין נבואה פון די כתבי (הקודש) קען נישט האבן קיין פריוואטן פירוש. \v 21 ווארום קיינמאל איז נאך נישט געברענגט געווארן קיין נבואה פון א מענטשנס ווילן; נאר געטריבן פונם רוח הקודש, האבן מענטשן גערעדט פון ה׳. (שמואל ב כג, ג.) \c 2 \cl קאפיטל צוויי \p \v 1 עס זענען אבער אויך געווען פאלשע נביאים צווישן דעם פאלק, ווי עס וועלן אויך זיין צווישן אייך פאלשע מורי תורה, וועלכע וועלן בשתיקה אריינפירן פארדארבלעכע כתות, און פארלייקענען דעם האר, וואס האט זיי אפגעקויפט, און ברענגען אויף זיך א גיכע פארדארבונג. \v 2 און א סך וועלן נאכפאלגן זייערע אויסגעלאסנקייטן, דורך וועלכע דער וועג פון אמת וועט ווערן געלעסטערט. \v 3 און אויס געלטגיריקייט וועלן זיי אייך פארקויפן מיט באטריגערישע רייד; דאס משפט אויף זיי פון לאנג אָן זוימט זיך נישט און די פארדארבונג זייערע דרימלט נישט. \v 4 ווארום אויב ה׳ האט נישט געשוינט די מלאכים, וועלכע האבן געזינדיקט, נאר האט זיי איבערגעגעבן אין היילן פון חשכות אין דער אונטערוועלט, אפגעהיטן צו ווערן צום משפט; \v 5 און ווען ער האט נישט געשוינט די אלטע וועלט, נאר האט באהיט נוחן, א מבשר פון גערעכטיקייט, מיט זיבן אנדערע, בשעת ער האט אראפגעשיקט דאס מבול אויף א וועלט פון רשעים; \v 6 און מאכנדיק צו אש די שטעט סדום און עמורה, האט ער זיי געמשפט מיט אן איבערקערונג, זעצנדיק זיי אלס א ביישפיל פאר רשעים להבא; \v 7 און האט מציל געווען דעם צדיק לוט, וועלכער איז געקוועלט געווארן דורך דער פארשייטער אויפפירונג פון די שענדלעכע מענטשן מחוץ דעם געזעץ— \v 8 ווארום ער, דער צדיק, וואוינענדיק צווישן זיי, האט געפלאגט זיין גערעכט נפש מיט וואס ער האט געזען און געהערט טאג אויס טאג איין פון זייערע בייזע מעשים מחוץ דעם געזעץ— \v 9 אזוי ווייסט דער האר מציל צו זיין די ג‑טספארכטיקע פון א נסיון, רשעים אבער צו באהאלטן צו באשטראפונג אינם יום הדין; \v 10 און איבערהויפט די, וועלכע גייען נאך שמוציקע תאוות פון דעם פלייש, און פאראכטן הערשאפט; עזות פנימער, פרעכע, זיי ציטערן נישט צו לעסטערן מאכטן; \v 11 וואס מלאכים, גרעסער ווי זיי אין כוח און גבורה, ברענגען נישט קיין לעסטערנדיק משפט קעגן זיי פאר דעם האר. \v 12 זיי אבער, ווי אומפארשטאנדיקע חיות, בטבע געבוירן דערצו, געפאנגען און אומגעברענגט צו ווערן, לעסטערן דאס, וואס זיי פארשטייען נישט, זיי וועלן אומקומען אין זייער פארדארבנקייט, \v 13 ליידנדיק דעם שכר פון אומגערעכטיקייט; (זיי), וואס האלטן עס פאר א תענוג זיך צו לאזן פרעסן בייטאג, (זענען) פלעקן און פעלערן, שכורן זיך אָן הוליען אין זייערע שקרים, עסנדיק (און טרינקענדיק) מיט אייך; \v 14 האבן אויגן פול מיט זנות און נישט געזעטיקטע פון זינד; לאקן צו זיך אומסטאביל נפשות; האבן אן הארץ געוואוינט צו געלטגייציקייט; זענען קינדער פון א קללה; \v 15 פארלאזנדיק דעם דרך הישר, האבן זיי פארבלאנדזשעט, און נאכגעפאלגט אין דעם וועג פון בלעם בן בעור, וואס האט ליב געהאט דעם שכר פון אומגערעכטיקייט; \v 16 ער האט אבער געהאט א שטראף פאר זיין אייגענעם חטא; א שטומע בהמה אין געשפאן, רעדנדיק מיט א מענטשלעך קול, האט פארווערט דאס משוגעת פון דעם נביא. \v 17 די דאזיקע זענען קוואלן אָן וואסער, און וואלקנדלעך געטריבן פון א שטורמווינט; פאר זיי איז אנגעגרייט די טונקלקייט פון דעם חושך. \v 18 ווארום רעדנדיק שטאלצע רייד אָן א זין, לאקן זיי מיט די תאוות פון דעם לייב דורך צעלאזנקייט די יעניקע, וואס זענען קוים אנטרונען פון די, וועלכע לעבן אין טעות; \v 19 בשעת זיי זענען זיי מבטיח פרייהייט, זענען זיי אליין קנעכט פון פארדארבונג; ווארום פון וועמען איינער ווערט בייגעקומען, צו דעם ווערט ער אויך פארשקלאפט. \v 20 ווארום אויב נאך דעם ווי זיי זענען אנטרונען פון די באפלעקונגען פון דער וועלט דורך דער דערקענטעניש פון אונדזער האר און גואל יהושע/ישוע המשיח, זענען זיי ווידער פארוויקלט אין די דאזיקע און זענען בייגעקומען געווארן, איז זייער סוף ערגער ווי דער אנהויב. \v 21 ווארום עס וואלט געווען בעסער פאר זיי נישט צו האבן דערקענט דעם וועג פון גערעכטיקייט, ווי, נאכן דערקענען, זיך אפצוקערן פון דעם הייליקן געבאט, וואס איז איבערגעגעבן געווארן צו זיי. \v 22 ביי זיי האט זיך באשטעטיקט דאס ווארהאפטיקע שפריכווארט: א הונט האט זיך אומגעקערט צו דעם, וואס ער האט אויסגעבראכן, און אן אפגעוואשן חזיר זיך צו וואלגערן אין בלאטע! (משלי כו, יא.) \c 3 \cl קאפיטל דריי \p \v 1 דאס דאזיקע, געליבטע, איז שוין דער צווייטער בריוו, וואס איך שרייב אייך; אין וועלכע איך דערוועק דורך א דערינערונג אייער לויטערן פארשטאנד; \v 2 צו געדענקען די ווערטער, וואס די הייליקע נביאים האבן פריער גערעדט, און דאס געבאט פון אונדזער האר און רעטער דורך די שליחים אייערע; דאס דאזיקע זאלט איר וויסן, \v 3 קודם כל, אז אין די לעצטע טעג וועלן קומען אפשפעטער מיט שפאט, וואס גייען לויט זייערע אייגענע גלוסטונגען, \v 4 און וועלן זאגן: וואו איז די הבטחה פון זיין קומען (ביאת המשיח)? ווארום זינט די אבות זענען איינגעשלאפן, בלייבט אלץ ווי ביים אנהויב פון דער באשאפונג! \v 5 ווארום בכיוון פארגעסן זיי דאס דאזיקע, אז דורך ה׳ס ווארט שוין פארצייטנס זענען געווען הימלען, און אז אן ערד איז אנטשטאנען אויס וואסער און דורך וואסער; \v 6 דורך וועלכע די דעמאלטיקע וועלט איז אונטערגעגאנגען אין א וואסער פון מבול; \v 7 די איצטיקע הימלען אבער און די ערד ווערן אויפבאווארט דורך דעם זעלביקן ווארט און ווערן באהאלטן פאר דעם פייער צום יום הדין און דעם אונטערגאנג פון מענטשן רשעים. \p \v 8 פארגעסט אבער נישט אין דעם דאזיקן, געליבטע, אז איין טאג ביים האר איז ווי טויזנט יאר, און טויזנט יאר ווי איין טאג. \v 9 דער האר זוימט זיך נישט מיט דער הבטחה, ווי אייניקע האלטן עס פאר א פארזאמונג; נאר ער איז געדולדיק צו אייך, ווייל ער וויל נישט עמיצער זאל פארלוירן ווערן, נאר אז אלע זאלן קומען צו תשובה. \v 10 דער טאג פון דעם האר וועט אבער קומען ווי א גנב; אין דעם זעלביקן טאג וועלן די הימלען פארגיין מיט א רעש, און די יסודות וועלן זיך צעשמעלצן פון היץ, און די ערד און די מעשים אויף איר וועלן פארברענט ווערן. \v 11 אזויווי אלע די דאזיקע זאכן וועלן צעגיין אויף אזא אופן, היינט וואס פאר א (מענטשן) דארפט איר שוין זיין אין א הייליקן לעבן און אין יראת שמים, \v 12 דערווארטנדיק און צואיילנדיק דאס קומען פון ה׳ס טאג, דורך וועלכן די הימלען וועלן פארברענט ווערן און צעגיין, און די יסודות וועלן צעשמאלצן ווערן פון היץ! \v 13 לויט זיין הבטחה אבער דערווארטן מיר א נייעם הימל און א נייע ערד, אין וועלכע גערעכטיקייט וואוינט. (ישעיהו סה, יז-כה.) \p \v 14 דערפאר, געליבטע, ווייל איר דערווארט די דאזיקע זאכן, זאלט איר זיך פלייסן געפונען צו ווערן אין שלום, אָן א פלעק און אָן א מום פאר אים. \v 15 און רעכנט די געדולד פון אונדזער האר ווי א ישועה; לויט ווי אונדזער געליבטער ברודער פוילוס האט אייך געשריבן, לויט דער חכמה, וואס איז אים געגעבן געווארן, \v 16 ווי אויך אין אלע בריוו, ווען ער רעדט אין זיי דערפון; אין וועלכע עס זענען פאראן אייניקע שווערפארשטענדלעכע זאכן, וואס די אומגעלערנטע און נישט שטאנדהאפטיקע פארדרייען, ווי אויך די איבריקע כתבי (הקודש), צו זייער אייגענער פארדארבונג. \v 17 און איר, געליבטע, וויסנדיק עס פארויס, זאלט זיך אפהיטן, כדי איר זאלט נישט מיטגעריסן ווערן דורך דער פארפירונג פון בייזע לייט, און נישט אוועקפאלן פון אייער אייגענעם פעסטן שטאנד. \v 18 נאר וואקסט אין דעם חסד און דערקענטעניש פון אונדזער האר און גואל יהושע/ישוע המשיח. כבוד צו אים סאי איצט סאי אין דעם טאג פון אייביקייט. אמן.