\id 2JN - Orthodox Yiddish Brit Chadasha \ide UTF-8 \h ב יוחנן בריוו \toc2 ב יוחנן בריוו \toc1 דער צווייטער בריוו פון דעם שליח יוחנן \mt1 דער צווייטער בריוו פון דעם שליח יוחנן \c 1 \p \v 1 דער זקן צו דער אויסדערוויילטער הארינטע און צו אירע קינדער, וועלכע איך האב באמת ליב; און נישט בלויז איך אליין, נאר אויך אלע, וואס האבן דערקענט דעם אמת; \v 2 צוליב דעם אמת, וואס בלייבט אין אונדז, און וועט זיין מיט אונדז ביז אויף אייביק; \v 3 חסד, רחמים, שלום, זאל זיין מיט אונדז, פון ג‑ט דעם פאטער, און פון יהושע/ישוע המשיחן דעם זון פון דעם פאטער, אין ווארהאפטיקייט און אין ליבע. \p \v 4 איך האב מיך זייער געפריידט, אז איך האב געפונען (אייניקע) פון דיינע קינדער גיין אינם אמת, לויט ווי מיר האבן באקומען א געבאט פון דעם פאטער. \v 5 און איצט בעט איך דיך, הארינטע, נישט ווי איך וואלט דיר געשריבן א ניי געבאט, נאר דאס, וואס מיר האבן געהאט פון אנהויב אָן, אז מיר זאלן ליב האבן איינס דאס אנדערע. \v 6 און דאס דאזיקע איז די ליבע: אז מיר זאלן לעבן לויט זיינע געבאטן. דאס דאזיקע איז דאס געבאט, ווי איר האט געהערט פון אנהויב אָן, אז איר זאלט לעבן דערין. \v 7 ווייל א סך פארפירער זענען ארויסגעגאנגען אין דער וועלט אריין, וועלכע זענען נישט מודה, אז יהושע/ישוע המשיח איז געקומען אינם פלייש. דאס איז דער פארפירער און אנטי‑משיח. \v 8 היט זיך, אז איר זאלט נישט פארלירן, וואס מיר האבן דערווארבן, נאר נעמט אפ א פולן שכר. \v 9 יעדער איינער, וועלכער איז עובר און בלייבט נישט אין דער לערנונג פון דעם משיח, האט נישט ה׳; ווער עס בלייבט יא אין דער לערנונג, דער האט סאי דעם פאטער סאי דעם זון. \v 10 אויב איינער קומט צו אייך און ברענגט נישט די דאזיקע לערנונג, זאלט איר אים נישט אויפנעמען אין הויז אריין, און נישט אפגעבן קיין שלום; \v 11 ווארום ווער עס גיט אים אפ שלום, דער האט א חלק אין זיינע בייזע מעשים. \p \v 12 האבנדיק א סך צו שרייבן צו אייך, האב איך עס (אבער) נישט געוואלט (טאן) מיט פאפיר און טינט; נאר איך האף צו קומען צו אייך און צו רעדן מויל צו מויל, כדי אונדזער פרייד זאל זיין פול. \v 13 עס געבן דיר אפ שלום די קינדער פון דיין שוועסטער, דער אויסדערוויילטער.