\id 2CO - Orthodox Yiddish Brit Chadasha \ide UTF-8 \h ב קארינטער בריוו \toc2 ב קארינטער בריוו \toc1 דער צווייטער בריוו פונם שליח פוילוס צו די קארינטער \mt1 דער צווייטער בריוו פונם שליח פוילוס \mt1 צו די קארינטער \c 1 \p \v 1 פוילוס, א שליח פונם משיח יהושע/ישוע דורך ה׳ס רצון, און טימאטעוס, דער ברודער, צו דער קהלה פון ה׳, וועלכע געפינט זיך אין קארינט, צוזאמען מיט אלע הייליקע, וואס זענען אין גאנץ אכאיא: \v 2 חסד צו אייך און שלום פון ג‑ט אונדזער פאטער און פון דעם האר יהושע/ישוע המשיח. \p \v 3 געלויבט איז דער ג‑ט און פאטער פון אונדזער האר יהושע/ישוע המשיח, דער אב הרחמים און ג‑ט פון יעדער נחמה; \v 4 וועלכער טרייסט אונדז אין אלע אונדזערע צרות, כדי מיר זאלן קענען טרייסטן די, וואס געפינען זיך אין וועלכער נישט איז צרה, מיט דער טרייסט, מיט וועלכער מיר אליין ווערן געטרייסט פון ה׳. \v 5 ווייל פונקט ווי דעם משיחס ליידן פארמערן זיך אויף אונדז, אזוי פארמערט זיך אויך דורך דעם משיח אונדזער נחמה. \v 6 און ליידן מיר צרות, איז עס פאר אייער טרייסט און ישועה; ווערן מיר געטרייסט, איז עס פאר אייער טרייסט, וואס באווייזט זיך ווירקזאם אין דערטראגן סבלנותדיק די זעלביקע יסורים, וועלכע מיר אליין ליידן אויך; \v 7 און אונדזער האפענונג וועגן אייך שטייט פעסט, ווייל מיר ווייסן, אז ווי איר זענט אנטיילנעמער אין די ליידן, אזוי וועט איר אויך זיין (אנטיילנעמער) אין דער נחמה. \v 8 ווארום מיר ווילן נישט, אז איר זאלט נישט וויסן, ברידער, וועגן דער צרה, וואס איז אונדז געשען אין (קליין) אזיען, אז זייער פיל איבער די כוחות זענען מיר געדריקט געווארן, אזוי, אז מיר האבן זיך אפילו מיאש געווען אפילו פונם לעבן; \v 9 יא, מיר אליין האבן געהאט אין זיך דעם אורטייל פון טויט, כדי מיר זאלן נישט האבן קיין בטחון אויף זיך אליין, נאר אויף ה׳, וועלכער איז מחיה מתים; \v 10 וועלכער האט אונדז מציל געווען פון אזא גרויסן טויט, און וועט מציל זיין; צו וועמען מיר האבן געהאפט, אז ער וועט נאך מציל זיין; \v 11 בשעת איר טוט אויך מיטהעלפן מיט אייער תפילה טאן פאר אונדז; כדי פאר דער מתנה, וואס איז אונדז געגעבן געווארן פון א סך פערזאנען, זאלן א סך אפגעבן א שבח פאר אונדזערטוועגן. \p \v 12 ווארום אָט דאס דאזיקע איז אונדזער בארימונג, דאס עדות זאגן פון אונדזער געוויסן, אז אין קדושה און אין אויפריכטיקייט פאר ה׳, נישט אין פליישלעכער חכמה נאר אין ה׳ס חסד, האבן מיר געלעבט אין דער וועלט, און דער עיקר ביי אייך. \v 13 ווארום מיר שרייבן אייך נישט עפעס אנדערש, נאר ווי איר לייענט אדער פארשטייט, און איך בין בטוח, אז איר וועט עס פארשטיין ביז צום סוף; \v 14 אזוי ווי איר האט אונדז שוין טיילווייז פארשטאנען, אז מיר זענען אייער רום, ווי איר זענט אויך אונדזער (רום) אין דעם טאג פון אונדזער האר יהושע/ישוע. \p \v 15 און אין דעם דאזיקן בטחון האב איך צום ערשט געוואלט קומען צו אייך, כדי איר זאלט האבן א צווייפאכן חסד, \v 16 און דורך אייך צו גיין קיין מאצעדאניען, און ווידער פון מאצעדאניען צו קומען צו אייך, און פון אייך באגלייט צו ווערן צו דעם (לאנד) יהודה. \v 17 און וועלנדיק דאס דאזיקע, האב איך דען ארויסגעוויזן לייכטזיניקייט? אדער די זאכן, וועלכע איך פלאן, צי פלאן איך דען לויטן פלייש, כדי עס זאל זיין ביי מיר (אין דער זעלביקער צייט) דאס יא, יא און דאס ניין, ניין? \v 18 נאר ה׳ איז געטריי, אז אונדזער ווארט צו אייך איז נישט יא און ניין. \v 19 ווארום דער זון פון דער אויבערשטער, יהושע/ישוע המשיח, וועלכער איז דורך אונדז געדרשנט געווארן צווישן אייך, דורך מיר און סילוואנוסן און טימאטעוסן, איז נישט געווען יא און ניין; נאר עס איז (תמיד) געווען יא אין אים; \v 20 ווארום וויפל הבטחות פון ה׳ עס איז פאראן, אין אים איז דאס יא; דערפאר איז אויך דורך אים דער אמן, צו ה׳ס כבוד דורך אונדז. \v 21 און דער, וועלכער האט אונדז צוזאמען מיט אייך געגרונטפעסטיקט אין דעם משיח און אונדז געזאלבט, איז ה׳, \v 22 וועלכער האט אונדז אויך געחתמעט און געגעבן אין אונדזערע הערצער דעם ערבון פון דעם גייסט. \p \v 23 איך אבער רוף ה׳ אלס עדות אויף מיין נשמה, אז כדי אייך צו שוינען בין איך נאך נישט געקומען קיין קארינט. \v 24 נישט אז מיר הערשן איבער אייער אמונה, נאר מיר זענען מיטהעלפער פון אייער שמחה; ווארום איר שטייט פעסט אין דער אמונה. \c 2 \cl קאפיטל צוויי \p \v 1 און איך האב ביי מיר אפגעמאכט דאס דאזיקע, נישט ווידער צו קומען צו אייך מיט עצבות. \v 2 ווארום אויב איך מאך אייך טרויעריק, ווער זשע איז עס, וואס איז מיך משמח, אויב נישט דער, וועלכער איז טרויעריק איבער מיר? \v 3 און אָט דאס האב איך געשריבן, כדי ווען איך וועל קומען, זאל איך נישט האבן קיין טרויער פון די, וואס איך דארף זיך פרייען מיט זיי; זייענדיק בטוח אויף אייך אלעמען, אז מיין שמחה איז אייער אלעמענס שמחה. \v 4 ווארום פון גרויס דריקונג און הארץ קלעמעניש האב איך צו אייך געשריבן און מיט א סך טרערן, נישט כדי אייך מצער צו זיין, נאר כדי איר זאלט דערקענען די ליבע, וואס איך האב אין א שפעדיקער מאס לגבי אייך. \p \v 5 נאר אויב עמיצער האט באטריבט, האט ער באטריבט נישט מיך, נאר טיילווייז אייך אלע—כדי איך זאל (אים) נישט צו שווער באלאסטן— \v 6 פאר אזעלכן איז גענוג די שטראף, וואס ער האט באקומען פון דער מערהייט; \v 7 אזוי, אז להיפך איר זאלט אים ליבער מוחל זיין און טרייסטן, כדי דער זעלביקער זאל נישט פארזינקען אין איבערמאסיקן צער. \v 8 דערפאר בעט איך אייך, איר זאלט באשטעטיקן אים (ארויסצואווייזן) ליבע. \v 9 ווארום פאר דעם דאזיקן צוועק האב איך געשריבן, כדי איך זאל וויסן אייער אויספרואוואונג, צי איר זענט געהארכזאם אין אלעם. \v 10 און וועמען איר זענט מוחל, בין איך אויך (מוחל); ווארום וואס איך האב אויך מוחל געווען, האב איך עס מוחל געווען צוליב אייך פאר דעם משיח, \v 11 כדי מיר זאלן נישט באטריגט ווערן פונם שׂטן, ווארום זיינע איינפאלן זענען אונדז נישט אומבאקאנט. \p \v 12 און ווען איך בין געקומען קיין טראאס פאר דער גוטער בשורה פון דעם משיח, און א טיר איז מיר געעפנט געווארן אין דעם האר, \v 13 האב איך נישט געהאט קיין מנוחה אין מיין גייסט, ווייל איך האב נישט געפונען מיין ברודער טיטוס; נאר האב מיך געזעגנט מיט זיי און בין אוועק קיין מאצעדאניען. \v 14 א דאנק אבער צו ה׳, וועלכער גיט אונדז תמיד דעם נצחון אין דעם משיח, און אנטפלעקט דורך אונדז אומעטום דעם ריח ניחוח פון זיין דערקענטעניש. \v 15 ווייל מיר זענען א ריח ניחוח פון דעם משיח פאר ה׳, צווישן די, וואס ווערן געראטעוועט, און צווישן די, וואס ווערן פארלוירן; \v 16 צו די טאקע א ריח מות צום טויט; און צו די א ריח חיים צום לעבן. און ווער איז ראוי צו דעם דאזיקן? \v 17 ווארום מיר זענען נישט ווי א סך אנדערע, וואס מאכן שאכער‑מאכער מיט ה׳ס ווארט; נאר ווי פון א לויטער הארץ, נאר ווי פון ה׳ פאר ה׳ רעדן מיר אינם משיח. \c 3 \cl קאפיטל דריי \p \v 1 צי הויבן מיר שוין ווידער אָן זיך אליין צו רעקאמענדירן? אדער נויטיקן מיר זיך, ווי אייניקע (אנדערע), אין רעקאמענדירונגס בריוו צו אייך, אדער פון אייך? \v 2 איר זענט אונדזער בריוו, געשריבן אויף אונדזערע הערצער, באקאנט און געלייענט פון אלע מענטשן; \v 3 ווייל איר האט זיך ארויסגעוויזן, אז איר זענט משיחס בריוו דורך אונדז צוגעגרייט, נישט מיט טינט, נאר מיט דעם גייסט פון דעם לעבעדיקן ג‑ט; נישט אויף שטיינערנע לוחות, נאר אויף פליישערנע לוחות פון הערצער. \v 4 און אזא בטחון האבן מיר דורך דעם משיח צו ה׳; \v 5 נישט אז פון זיך אליין זענען מיר פעאיק צו דענקען ווי עפעס וואלט געווען פון אונדז אליין; נאר אונדזער פעאיקייט איז פון ה׳, \v 6 וועלכער האט אונדז אויך פעאיק געמאכט (צו זיין) דינער פונם נייעם בונד, נישט פונם אות, נאר פונם גייסט; ווארום דער בוכשטאב טייט, דער גייסט אבער מאכט לעבעדיק. \v 7 און אויב די עבודה פון דעם טויט, מיט אותיות אויסגעקריצט אויף שטיינער, איז געווען מיט הערלעכקייט, אזוי, אז די בני ישראל האבן נישט געקענט בליקן אויף משהס פנים צוליב דער הערלעכקייט פון זיין פנים, וואס האט דאך געהאלטן ביים פארגיין. (שמות לד, כט-לה.) \v 8 וויאזוי זשע וועט דען נישט די עבודה פונם גייסט זיין מיט מער הערלעכקייט? \v 9 ווארום אויב די עבודה פון פאראורטיילונג האט געהאט הערלעכקייט, וויפל מער שטייגט איבער די עבודה פון גערעכטיקייט אין הערלעכקייט! \v 10 ווארום אפילו דאס הערלעכע איז גארנישט געווען הערלעך אין דער מאס צוליב דער איבערוועלטיקנדיקער הערלעכקייט. \v 11 ווארום אויב דאס, וואס פארגייט איז געווען מיט הערלעכקייט, א סך מער מיט הערלעכקייט איז דאס, וואס האט א קיום. \p \v 12 האבנדיק דעריבער אזא האפענונג, רעדן מיר פיל דרייסטקייט, \v 13 און נישט ווי משה, וועלכער האט אנגעטאן א מסוה אויף זיין פנים, כדי די בני ישראל זאלן נישט בליקן אויף דעם סוף פון דעם, וואס האט דאך געזאלט אויפהערן; \v 14 נאר זייערע מחשבות זענען פארהארטעוועט געווארן? ווארום ביז צום היינטיקן טאג בלייבט די זעלביקע מסוה נישט אפגעדעקט ביים לייענען דעם ברית הישנה (תנ״ך), ווייל זי ווערט אוועקגענומען (נאר) אינם משיח. \v 15 יא ביז דעם היינטיקן טאג, ווען (תורת) משה ווערט געלייענט, ליגט א מסוה אויף זייער הארץ. \v 16 ווען אבער (דאס יידישע פאלק) וועט זיך אומקערן צום האר, וועט די מסוה אוועקגענומען ווערן. \v 17 דער האר אבער איז דער גייסט; און וואו עס איז דער גייסט פון דעם האר, דארטן איז פרייהייט. \v 18 און מיר אלע, אפשפיגלענדיק מיט אן אפגעדעקט פנים די הערלעכקייט פון דעם האר, ווערן פארענדערט אין דעם זעלביקן דמות פון הערלעכקייט צו הערלעכקייט, אזוי ווי פון דעם האר, וועלכער איז גייסט. \c 4 \cl קאפיטל פיר \p \v 1 דערפאר, האבנדיק אָט די דאזיקע עבודה, אזויווי מיר האבן מקבל געווען רחמים, פאלן מיר נישט אראפ פארצווייפלט; \v 2 נאר האבן זיך אפגעזאגט פון די פארבארגענע זאכן פון שאנדע, נישט לעבעדיק מיט כיטרעקייט, און נישט פעלשנדיק ה׳ס ווארט, נאר מיט דער ארויסווייזונג פון דעם אמת רעקאמענדירן מיר זיך צו יעדן מענטשנס געוויסן פאר ה׳. \v 3 אויב אבער אונדזער גוטע בשורה איז דאך פארהוילן, איז זי פארהוילן פון די, וועלכע ווערן פארלוירן; \v 4 פאר די אומגלויביקע, וואס דער ג‑ט פון דער דאזיקער וועלט האט אין זיי פארבלענדט די געדאנקען, כדי עס זאל זיי נישט אויפגיין דאס ליכט פון דער גוטער בשורה פון דער הערלעכקייט פון דעם משיח, וועלכער איז דאס דמות פון ה׳. \v 5 ווארום מיר דרשענען נישט זיך אליין, נאר דעם משיח יהושע/ישוע אלס האר, און אונדז אליין ווי אייערע קנעכט צוליב יהושען/ישוען. \v 6 ווייל דער ג‑ט, וועלכער האט געזאגט: פון חושך זאל ארויסשיינען ליכט! האט געלויכטן אין אונדזערע הערצער אריין, כדי צו געבן ליכט פון דער דערקענטעניש פון דעם כבוד פון ה׳ אין דעם פנים פון משיח. \p \v 7 מיר האבן אבער דעם דאזיקן אוצר אין ערדענע כלים, כדי די איבערמאסיקע מאכט זאל זיין פון ה׳, און נישט פון אונדז; \v 8 פון אלע זייטן ווערן מיר געדריקט, אבער נישט דערדריקט; מיר זענען פארדאגהט, זענען זיך אבער נישט מיאש; \v 9 מיר ווערן גערודפט, אבער נישט פארלאזן; מיר ווערן אנידערגעווארפן, אבער נישט פארלוירן ווערן; \v 10 תמיד טראגן מיר ארום אין אונדזער לייב דאס שטארבן פון יהושען/ישוען, כדי דאס לעבן פון יהושען/ישוען זאל אנטפלעקט ווערן אין אונדזער גוף. \v 11 ווארום מיר, די לעבעדיקע, ווערן צו יעדער צייט איבערגעגעבן צום טויט צוליב יהושען/ישוען, כדי ישועס לעבן זאל זיך אנטפלעקן אין אונדזער שטערבלעך פלייש. \v 12 אזוי ארום ווירקט דער טויט אין אונדז, דאס לעבן אבער אין אייך. \v 13 און האבנדיק דעם זעלביקן גייסט פון אמונה, לויט וועלכן עס שטייט געשריבן; איך האב געגלויבט, דערפאר האב איך גערעדט (תהלים קטז, י.); גלויבן מיר אויך, און דעריבער רעדן מיר; \v 14 וויסנדיק, אז דער וועלכער האט אויפגעוועקט דעם האר יהושע/ישוע (פון די טויטע), וועט אונדז אויך אויפוועקן צוזאמען מיט יהושען/ישוען און שטעלן מיט אייך. \v 15 ווארום אלץ איז פאר אייערטוועגן, כדי דער חסד, וואס ווערט פארגרעסערט דורך א סך, זאל פארמערן דעם שבח צום כבוד פון ה׳. \p \v 16 דערפאר פאלן מיר נישט אראפ ביי זיך; נאר אויב אפילו אונדזער אויסערלעכער מענטש ווערט פארדארבן, ווערט אבער אונדזער אינערלעכער מענטש באנייט פון טאג צו טאג. \v 17 ווארום אונדזער לייכטע און צייטווייליקע באדריקונג פארשאפט אונדז, מער און מער איבער דער מאס, א משא פון אייביקן כבוד; \v 18 ווייל מיר קוקן נישט אויף די זאכן, וואס מען קען זען, נאר אויף די, וואס מען קען נישט זען; ווייל זאכן, וואס מען זעט, זענען לפי שעה, אבער די זאכן, וואס מען זעט נישט, זענען אייביק. \c 5 \cl קאפיטל פינף \p \v 1 ווארום מיר ווייסן, אז ווען דאס געצעלט, אונדזער ערדיש הויז, וועט צעשטערט ווערן, האבן מיר א בנין פון ה׳, א הויז, נישט מיט הענט געמאכט, אן אייביקס, אין הימל. \v 2 ווארום אין דעם דאזיקן זיפצן מיר, בענקענדיק אנגעקליידט צו ווערן מיט אונדזער וואוינונג, וואס איז פון הימל; \v 3 און אויב מיר וועלן טאקע אנגעקליידט ווערן, וועלן מיר נישט געפונען ווערן נאקעטע. \v 4 ווארום מיר, וואס זענען אין דעם דאזיקן געצעלט, זיפצן אונטער א משא, ווייל מיר ווילן נישט ווערן אויסגעטאן, נאר אנגעטאן כדי דאס שטערבלעכע זאל איינגעשלונגען ווערן פון דעם לעבן. \v 5 און דער, וועלכער האט אונדז צוגעגרייט דערצו, איז ה׳, וואס האט אונדז אויך געגעבן דעם ערבון פון דעם גייסט. \v 6 דעריבער זענען מיר תמיד געטרייסט און ווייסן, אז כל זמן מיר וואוינען אינם גוף, זענען מיר נישט אינדערהיים ביי דעם האר. \v 7 ווייל מיר לעבן אין גלויבן, נישט אין ראיח. \v 8 מיר זענען געטרייסט, און ווילן ליבער אויסוואנדערן פון דעם גוף און זיין אינדערהיים ביים האר. \v 9 דערפאר שטרעבן מיר אויך, צי מיר זענען אינדערהיים צי מיר זענען ווייט, צו זיין וואוילגעפעלן פאר אים. \v 10 ווארום מיר אלע מוזן דערשיינען פאר משיחס כסא המשפט, כדי יעדער איינער זאל באקומען דאס, וואס ער האט געטאן אין דעם גוף, גוטס אדער שלעכטס. \p \v 11 דעריבער, וויסנדיק פון דער מורא פאר דעם האר, זוכן מיר איבערצוצייגן מענטשן, פאר ה׳ אבער זענען מיר אנטפלעקט; און איך האף, אז מיר זענען אויך אנטפלעקט אין אייערע געוויסנס. \v 12 מיר רעקאמענדירן זיך נישט ווידער צו אייך, נאר געבן אייך א געלעגנהייט זיך צו רימען מיט אונדז, כדי איר זאלט האבן עפעס קעגן די, וועלכע בארימען זיך מיטן פנים און נישט מיטן הארצן. \v 13 ווארום אויב מיר זענען אראפ פון זינען, איז עס פאר ה׳; זענען מיר ביים קלארן פארשטאנד, איז עס פאר אייערטוועגן. \v 14 ווארום די ליבע פון דעם משיח צווינגט אונדז, וועלכע משפטן אזוי, אז אויב איינער איז געשטארבן פאר אלעמען, זענען אלע געשטארבן; \v 15 און ער איז געשטארבן פאר אלעמען, כדי די לעבעדיקע זאלן מער נישט לעבן פאר זיך אליין, נאר פאר דעם, וועלכער איז פאר זיי געשטארבן און אויפגעשטאנען. \v 16 דערפאר פון איצט אָן קענען מיר קיינעם נישט לויטן פלייש; און אויב אפילו מיר האבן געקענט משיחן לויטן פלייש, קענען מיר אים שוין נישט מער. \v 17 דערפאר, אויב עמיצער איז אינם משיח, איז ער א נייע באשאפונג; דאס אלטע איז פארגאנגען, זע, אלץ איז געווארן ניי! \v 18 און דאס אלץ איז פון ה׳, וועלכער האט אונדז געמאכט שלום (ישעיהו נג, ה.) מיט זיך אליין דורך דעם משיח און אונדז געגעבן די עבודה פון די מאכן פון שלום; \v 19 ווייל ה׳ איז געווען אינם משיח, שלום מאכן די וועלט מיט זיך אליין, נישט צורעכענענדיק זיי זייערע זינד, און האט געלייגט אין אונדז דאס ווארט פון דער שלום מאכן. \p \v 20 מיר זענען דעריבער שלום אמבאסאדארן פאר דעם משיח, ווי ה׳ וואלט דורך אונדז מזהיר געווען; מיר בעטן אין משיחס נאמען, זייט זיך שלום מאכן מיט ה׳ (ישעיהו נג, ה.)! \v 21 ווארום דעם, וועלכער האט נישט געקענט קיין חטא (ישעיהו נג, ט.), האט ה׳ געמאכט זינד (ישעיהו נג, ו.) פאר אונדזערטוועגן (ישעיהו נג, ה.); כדי מיר זאלן ווערן ה׳ס גערעכטיקייט אין אים (ישעיהו נג, יא.). \c 6 \cl קאפיטל זעקס \p \v 1 און מיטארבעטנדיק מיט אים, זענען מיר אייך אויך מזהיר, אז איר זאלט נישט מקבל זיין דעם חסד פון ה׳ אומזיסט! \v 2 ווארום ער זאגט: \q אין אן עת רצון האב איך דיך דערהערט, \q און אין א טאג פון ישועה האב איך דיר געהאלפן; \qr (ישעיהו מט, ח.) \m זע, איצט איז די באוויליקטע צייט; אָט איצט איז דער טאג פון ישועה; \v 3 נישט געבנדיק קיינעם קיין מיכשול אין עפעס, כדי אונדזער עבודה זאל נישט ווערן צו שאנד; \v 4 נאר אין אלעם ווייזן מיר זיך ארויס ווי (כלי קודש) דינער פון ה׳, אין גרויסער סבלנות, אין צרות, אין נויטן, אין יסורים, \v 5 אין שלעק, אין תפיסות, אין מהומות, אין ארבעט, אין נאכט וואכן, אין תעניתים, \v 6 אין לויטערקייט, אין דערקענטעניש, אין צוריקגעהאלטנקייט, אין מילדקייט, אינם רוח הקודש, אין נישט צבועקישער ליבע, \v 7 אין דעם ווארט פון אמת, אין דער גבורה פון ה׳; דורך די כלי זין פון גערעכטיקייט אויף רעכטס און לינקס, \v 8 דורך כבוד און בזיון, דורך א שם רע און א שם טוב; ווי פארפירער (ציטירן ניטציטירן) און דאך ווארהאפטיקע; \v 9 ווי אומבאקאנטע און דאך באקאנט; ווי שטארבנדיקע און, זע, מיר לעבן; ווי געציכטיקטע, און דאך נישט געטייטע; \v 10 ווי טרויעריקע, אבער תמיד פריילעך; ווי ארעמעלייט, וועלכע מאכן אבער א סך רייך; ווי אזעלכע, וואס האבן גארנישט, און באזיצן דאך אלץ. \p \v 11 אונדזער מויל האט זיך אויפגעמאכט צו אייך, אָ קארינטער, אונדזער הארץ איז ברייט געווארן. \v 12 אייך איז נישט ענג אין אונדז, איר אבער זענט באגרענעצט אין אייערע אייגענע עמאציעס. \v 13 (גיט אונדז) אבער די זעלביקע פארגעלטונג—ווי צו קינדער רעד איך—ווערט אליין אויך ברייטהארציק. \p \v 14 ווערט נישט איינגעשפאנט אין קיין פרעמדן יאך מיט אומגלויביקע; ווארום וואס פאר א חברותאשאפט האט צדקות מיט רשעות? אדער וואס פאר א געמיינשאפט האט ליכט מיט פינצטערניש? \v 15 און וואס פאר אן איינקלאנג גיבט עס צווישן משיח און בליעל? אדער וואס פאר א חלק האט דער מאמין מיט דעם אומגלויביקן? \v 16 און וואס פאר א פארבינדונג האט ה׳ס היכל מיט אפג-טער? ווארום מיר זענען דער היכל פון דעם לעבעדיקן ג‑ט; ווי ה׳ האט געזאגט: \q איך וועל וואוינען צווישן זיי און אומגיין צווישן זיי; \q און וועל זיין זייער ג‑ט, און זיי וועלן זיין מיין פאלק. \qr (ויקרא כו, יא-יב; יחזקאל לז, כז.) \m \v 17 דעריבער: \q גייט ארויס פון זייער מיט, \q און שיידט אייך אפ, זאגט דער האר (ג‑ט), \q און רירט נישט אָן קיין טמא זאך; \qr (ישעיהו נב, יא; ירמיהו נא, מה.) \q און איך וועל אייך אויפנעמען, \q \v 18 און וועל זיין צו אייך א פאטער, \q און איר וועט זיין צו מיר זין און טעכטער, \q זאגט דער האר (ג‑ט), דער אלמעכטיקער. \qr (ירמיהו לא, ח; לב, לח.) \c 7 \cl קאפיטל זיבן \p \v 1 דעריבער, האבנדיק די דאזיקע הבטחות, געליבטע, לאמיר זיך רייניקן פון יעדער באפלעקונג פון דעם פלייש און פון דעם גייסט, משלים צו זיין קדושה אין דער מורא פון ה׳. \v 2 גיט אונדז אן ארט אין אייערע הערצער; מיר האבן קיינעם נישט געטאן קיין עוולה, קיינעם נישט געטאן קיין שאדן, קיינעם נישט אפגענארט. \v 3 איך זאג עס נישט, כדי (אייך) צו פארמשפטן; ווארום איך האב שוין פריער געזאגט, אז איר זענט אין אונדזערע הערצער, כדי צוזאמען (מיט אייך) צו שטארבן און צוזאמען צו לעבן. \v 4 גרויס איז מיין בטחון בנוגע אייך, גרויס איז מיין בארימען זיך וועגן אייך: איך בין פול מיט נחמה, איך פליס איבער מיט שמחה אין אלע אונדזערע צרות. \p \v 5 ווארום אפילו ווען מיר זענען געקומען קיין מאצעדאניען, האבן מיר נישט געהאט קיין מנוחה פאר אונדזער לייב, נאר זענען געקוועלט געווארן פון אלע זייטן; פונדרויסן געראנגלטן, אינעווייניק מורא. \v 6 נאר ה׳, וועלכער טרייסט די שפלדיקע, האט אונדז געטרייסט מיט טיטוסנס אנקומען; \v 7 און נישט בלויז מיט זיין אנקומען, נאר אויך מיט דער נחמה, מיט וועלכער ער איז געטרייסט געווארן ביי אייך. און ער האט אונדז דערציילט פון אייער בענקשאפט, פון אייער עצבות, פון אייער אייפער פאר מיר, אזוי, אז איך האב מיך נאך מער געפריידט. \v 8 ווייל אפילו אויב איך האב אייך באטריבט מיט דעם בריוו, טו איך נישט קיין חרטה האבן דערויף, הגם איך האב עס יא באדויערט; ווייל איך זע, אז יענער בריוו האט אייך באטריבט נאר לפי שעה. \v 9 איצט פריי איך מיך, נישט ווייל איר זענט געווען טרויעריק, נאר ווייל איר זענט געווען טרויעריק צו תשובה; ווארום איר זענט טרויעריק געווארן לויט ה׳, כדי איר זאלט נישט ליידן שאדן דורך אונדז אין קיין שום זאך. \v 10 ווארום די עצבות לויט ה׳ איז גורם תשובה צו ישועה, נישט צום באדויערן; די עצבות אבער פון דער וועלט איז גורם דעם טויט. \v 11 ווארום זע, דאס ערנסטקייט לויט ה׳, וואס פאר א פלייס עס האט אויסגעווירקט אין אייך, צו דערצו התנצלות, צארן, יראה, באגער, אייפער, באשטראפונג! אין אלעם האט איר זיך ארויסגעוויזן ריין אין דער זאך. \v 12 דעריבער, הגם איך האב געשריבן צו אייך, (האב איך עס געטאן) נישט צוליב דעם, וועלכער האט געטאן אן עוולה, אויך נישט צוליב דעם, וועלכער איז באעוולט געווארן, נאר כדי אייער פלייס פאר אונדזערטוועגן זאל זיך אנטפלעקן צו אייך פאר ה׳. \v 13 דערפאר האבן מיר זיך געטרייסט; און אין אונדזער טרייסט האבן מיר זיך נאך פיל, פיל מער געפריידט איבער טיטוסנס שמחה, ווייל זיין גייסט איז פון אייך אלעמען דערקוויקט געווארן. \v 14 ווייל אויב איך האב מיך עפעס בארימט פאר אים וועגן אייך, בין איך נישט פארשעמט געווארן; נאר ווי מיר האבן צו אייך אלץ גערעדט ווארהאפטיק, אויך אזוי איז אונדזער בארימען זיך פאר טיטוסן וואר געווארן. \v 15 און זיין הערצלעכע ליבע איז זייער גרויס צו אייך, ווען ער דערמאנט זיך אייער אלעמענס געהארכזאמקייט, ווי איר האט אים אויפגענומען מיט יראה און מיט ציטערן. \v 16 איך פריי מיך, אז איך קען מיך אין אלעם פארלאזן אויף אייך. \c 8 \cl קאפיטל אכט \p \v 1 און מיר לאזן אייך וויסן, ברידער, דעם חסד פון ה׳, וואס איז געגעבן געווארן אין די קהלות פון מאצעדאניען; \v 2 אז אין א גרויסן נסיון פון צרות, האט די שפע פון זייער פרייד און זייער טיפע ארעמקייט איבערגעפלאסן צו אן עשירות פון זייער מילדהארציקייט. \v 3 ווייל לויט זייערע כוחות, יא, איך זאג עדות, איבער זייערע כוחות, האבן זיי מנדב געווען, \v 4 בעטנדיק אונדז מיט פיל תחנונים פאר דעם חסד און חברותאשאפט פון דער עבודה לטובת די קדושים; \v 5 און נישט ווי מיר האבן געהאפט, נאר זיך אליין האבן זיי קודם כל געגעבן צום האר, און צו אונדז דורך ה׳ס רצון, \v 6 אז מיר האבן מזהיר געווען טיטוסן, אז ווי ער האט פריער אנגעהויבן, אזוי זאל ער אויך פארענדיקן אין אייך אויך דעם דאזיקן חסד. \v 7 יא, ווי איר האט אין אלעם א שפע, אין אמונה און אין ווארט און אין וויסן און אין יעדן פלייס און אין אייער ליבע צו אונדז, אזוי זאלט איר האבן א שפע אפילו אין דעם דאזיקן חסד. \v 8 איך זאג עס נישט ווי א געבאט, נאר איך פרוביר אויס דורך דעם פלייס פון אנדערע אויך די עכטקייט פון אייער ליבע. \v 9 ווארום איר קענט דעם חסד פון אונדזער האר יהושע/ישוע המשיח, אז הגם ער איז געווען רייך, דאך פאר אייערטוועגן איז ער געווארן ארעם, כדי דורך זיין ארעמקייט זאלט איר ווערן רייך. \v 10 און אין דעם דאזיקן גיב איך מיין מיינונג; ווארום דאס איז נוצלעך פאר אייך, וועלכע האבן מיט א יאר צוריק אנגעהויבן נישט בלויז צו טאן נאר אויך צו באגערן. \v 11 איצט אבער פארענדיקט אויך דאס טאן; אז פונקט ווי איר האט געהאט דעם חשק צום וועלן, אזוי זאל אויך זיין די פארענדיקונג פון דעם, וואס איר האט. \v 12 ווארום אויב דער גוטער ווילן איז דא, איז עס אנגענומען לויט דעם, וויפל איינער האט, נישט לויט דעם, וואס ער האט נישט. \v 13 ווארום (איך זאג) עס נישט, כדי אנדערע זאלן האבן א דערלייכטערונג און איר זאלט האבן באדריקונג, נאר אויס גלייכהייט: \v 14 אין דער איצטיקער צייט זאל אייער שפע זיין פאר זייער נויטבאדארפטיקייט, כדי אויך זייער שפע זאל זיין פאר אייער נויטבאדארפטיקייט, אזוי, אז עס זאל זיין גלייכהייט; \v 15 ווי עס שטייט געשריבן: דער, וואס האט פיל (געזאמלט), האט נישט געהאט איבעריק, און דער, וואס האט ווייניק (געזאמלט) האט נישט געהאט נויט. (שמות טז, יח.) \p \v 16 א דאנק אבער צו ה׳, וועלכער גיט די זעלביקע זארג אין טיטוסנס הארץ פאר אייערטוועגן. \v 17 ווייל ער האט טאקע אנגענומען אונדזער בקשה; נאר זייענדיק זייער אייפערדיק, איז ער פרייוויליק אוועק צו אייך. \v 18 און מיר האבן מיטגעשיקט מיט אים דעם ברודער, וועמעס לויב אין דער גוטער בשורה (גייט) איבער אלע קהלות; \v 19 נישט בלויז דאס, נאר ער איז אפילו אויסדערוויילט געווארן פון די קהלות אלס אונדזער רייזע באגלייטער אין שייכות מיט דעם דאזיקן חסד, וואס ווערט פון אונדז באזארגט צו דעם כבוד פון דעם האר אליין, און צו אונדזער דערמוטיקונג, \v 20 אויסמיידנדיק דאס דאזיקע, אז קיינער זאל נישט רעדן קיין שלעכטס אויף אונדז וואס שייך דער דאזיקער רייכער מתנה, וואס ווערט פון אונדז באזארגט; \v 21 ווארום מיר באמיען דיך (צו טאן) גוטס נישט בלויז פאר דעם האר, נאר אויך פאר מענטשן. \v 22 און האבן מיטגעשיקט מיט זיי אונדזער ברודער, וועמען מיר האבן אפט אויסגעפרואווט אין א סך זאכן, אז ער איז פלייסיק, איצט אבער פיל פלייסיקער צוליב זיין גרויסן בטחון אין אייך. \v 23 און וואס שייך טיטוסן, איז ער מיין חבר און מיטארבעטער צווישן אייך; און וואס שייך אונדזערע ברידער, זענען זיי שליחים פון קהלות, משיחס כבוד. \v 24 ווייזט זשע זיי ארויס פאר די קהלות דעם באווייז פון אייער ליבע, און פון אונדזער בארימען זיך וועגן אייך. \c 9 \cl קאפיטל ניין \p \v 1 ווארום וואס שייך דער עבודה פאר די קדושים, איז עס איבריק פאר מיר צו שרייבן צו אייך; \v 2 ווארום איך קען אייער גוטן ווילן, צוליב וועלכן איך בארים מיך מיט אייך פאר די מאצעדאניער, אז אכאיא איז שוין געווען גרייט פון פאראיארן; און אייער אייפריקייט האט דערוועקט זייער פיל פון זיי. \v 3 איך האב אבער געשיקט די ברידער, כדי אונדזער בארימען זיך מיט אייך זאל נישט זיין אומזיסט אין דער דאזיקער זאך, כדי, ווי איך האב געזאגט, איר זאלט זיין צוגעגרייט, \v 4 טאמער וועלן קומען מאצעדאניער מיט מיר און אייך געפינען נישט צוגעגרייט, וועלן מיר פארשעמט ווערן—איך וויל נישט זאגן: איר—אין דעם דאזיקן בטחון. \v 5 איך האב עס דעריבער געהאלטן פאר נויטווענדיק צו בעטן די ברידער, אז זיי זאלן גיין פארויס צו אייך, און פון פריער צוגרייטן אייער שוין לאנגצוגעזאגטע ברכה, אז די דאזיקע זאל זיין גרייט ווי א ברכה, און נישט ווי אן אויספרעסונג. \p \v 6 (באדענקט אייך) אבער דאס דאזיקע: ווער עס פארזייט מיט א קארגער האנט, דער וועט אויך האבן א קארגן שניט; און דער, וועלכער זייעט מיט ברכה, וועט אויך שניידן מיט ברכה. \v 7 יעדער איינער (זאל טאן) ווי ער האט זיך פארגענומען אין הארצן, נישט מיט באדויערן אדער אויס צוואנג; ווארום א פריילעכן געבער האט ה׳ ליב! \v 8 און ה׳ קען אייך משפיע זיין יעדן חסד, כדי איר, האבנדיק תמיד אין אלעם גענוג, זאלט זיך פיל מערן צו כלערליי מעשים טובים; \v 9 ווי עס שטייט געשריבן: \q ער האט צעשפרייט, \q ער האט געגעבן צו די ארעמעלייט; \q זיין גערעכטיקייט בלייבט אויף אייביק. \qr (תהלים קיב, ט.) \m \v 10 און דער, וועלכער גיט זאמען דעם זייער און ברויט צום עסן, וועט געבן און פארפילפאכן אייער זאמען, און מאכן וואקסן די פרוכט פון אייער צדקה; \v 11 כדי איר זאלט אין אלעם רייך ווערן צו יעדער וואוילטעטיקייט, וועלכע ווירקט א שבח צו ה׳ דורך אונדז. \v 12 ווייל דאס אפריכטן פון דער דאזיקער עבודה נישט נאר פילט אָן די נויטן פון די קדושים, נאר עס פארמערט זיך אויך דורך פיל דאנק צו ה׳; \v 13 און צוליב דעם באווייז פון דער דאזיקער עבודה לויבן זיי ה׳ פאר דער געהארכזאמקייט פון אייער מודה זיין זיך פון דער גוטער בשורה פונם משיח, און פאר דער אויפריכטיקייט פון דער חברותאשאפט לגבי זיי און לגבי אלעמען; \v 14 און זיי אליין, דורך תפילות פאר אייערטוועגן, בענקען זיי נאך אייך צוליב דעם שפעדיקן חסד פון ה׳ אויף אייך. \v 15 א שבח צו ה׳ פאר זיין אומאויסשפרעכלעכער מתנה! \c 10 \cl קאפיטל צען \p \v 1 און איך אליין, פוילוס, בעט אייך דורך דער עניוותדיקייט און באשיידנקייט פון דעם משיח, איך, וואס פנים אל פנים בין א שפל רוח צווישן אייך, פונדערווייטנס אבער מוטיק לגבי אייך: \v 2 איך בעט, אז ווען איך וועל זיין אנוועזנד, זאל איך נישט מוזן זיין מוטיק מיט דעם בטחון, מיט וועלכן איך האב בדעה ארויסצוטרעטן קעגן אייניקע, וואס באטראכטן אונדז ווי מיר וואלטן לעבן לויטן פלייש. \v 3 ווארום הגם מיר לעבן אינם פלייש, פירן מיר דאך נישט מלחמה לויטן פלייש; \v 4 ווייל די כלי זין פון אונדזער מלחמה זענען נישט פליישלעך, נאר מעכטיק פאר ה׳ צום צעשטערן פעסטונגען. \v 5 מיר ווארפן אום תחבולות, און יעדע הויכקייט, וואס דערהייבט זיך קעגן דער דערקענטעניש פון ה׳, און נעמען געפאנגען יעדע מחשבה צו דער געהארכזאמקייט פונם משיח, \v 6 און שטייען גרייט זיך אפצורעכענען מיט יעדער ווידערשפעניקייט, ערשט ווען אייער געהארכזאמקייט וועט ווערן פולשטענדיק. \v 7 איר קוקט אויפן פנים? אויב עמיצער איז ביי זיך זיכער, אז ער געהערט צום משיח, זאל ער זיך ווידער דאס באדענקען, אז ווי ער געהערט צום משיח, אזוי געהערן מיר אויך. \v 8 ווארום ווען איך זאל מיך אפילו אביסל מער בארימען מיט אונדזער רשות, וואס דער האר האט אונדז געגעבן צו אייער אויפבויאונג, און נישט צו אייער צעשטערונג, וועל איך נישט פארשעמט ווערן: \v 9 כדי איך זאל נישט אויסזען ווי איך וואלט אייך געוואלט אפשרעקן דורך מיינע בריוו. \v 10 ווייל מען זאגט: די בריוו טאקע זענען וואגיק און שטארק; אבער ער אליין איז שוואך, און זיין רעדן—פאראכטלעך (ציטירן ניטציטירן). \v 11 זאל אזעלכער דאס בארעכענען, אז וואס מיר זענען פונדערווייטנס דורך דעם ווארט פון בריוו, דאס זענען מיר אויך בפועל (ממש) ווען אנוועזנד. \v 12 ווארום מיר וואגן נישט זיך צו פאררעכענען אדער פארגלייכן מיט אייניקע, וואס לויבן זיך אליין; נאר מעסטנדיק זיך מיט זיך אליין און פארגלייכנדיק זיך מיט זיך אליין, זענען זיי אומפארשטאנדיקע. \v 13 מיר אבער וועלן זיך נישט בארימען אָן א מאס, נאר לויט דעם מאסשטאב, וועלכן ה׳ האט אונדז אויסגעטיילט, ווי א מאס צו דערגרייכן אפילו ביז צו אייך. \v 14 ווארום מיר שטרעקן זיך נישט צופיל אויס, ווי מיר וואלטן נישט דערלאנגט צו אייך; ווארום מיר זענען דאך געקומען אויך צו אייך אין דער גוטער בשורה פון דעם משיח; \v 15 נישט בארימענדיק זיך אָן א מאס אין דער ארבעט פון אנדערע, אבער האבנדיק די האפענונג, בשעת אייער אמונה וואקסט, אז מיר וועלן פארגרעסערט ווערן אין אייך לויט אונדזער מאסשטאב צו א שפע, \v 16 אנצוזאגן די גוטע בשורה אין (לענדער, וועלכע) ליגן אויסער אייך, און זיך נישט צו בארימען וואס שייך דעם, וואס איז שוין פארטיק אין אן אנדערנס גבול. \v 17 ווער אבער עס בארימט זיך, דער זאל זיך בארימען אינם האר (ג‑ט). (ירמיהו ט, כג.) \v 18 ווארום נישט דער, וואס לויבט זיך אליין, איז אנגענומען, נאר דער, וועמען דער האר לויבט. \c 11 \cl קאפיטל עלף \p \v 1 הלוואי וואלט איר אביסל אויסגעהאלטן מיין נארישקייט; און דאך האלט איר עס אויס פון מיר. \v 2 ווארום איך אייפער פאר אייך מיט א ג‑טלעכער אייפערזוכט, ווייל איך האב אייך פארקנסט צו איין מאן, ווי א לויטערע בתולה פארצושטעלן פאר דעם משיח. \v 3 איך פארכט מיך אבער, טאמער, ווי די שלאנג האט פארפירט חוהן מיט איר כיטרעקייט, וועלן אייערע געדאנקען פארדארבן ווערן פון דער אויפריכטיקייט און לויטערקייט לגבי דעם משיח. \v 4 ווארום אויב דער, וועלכער קומט, דרשנט אן אנדערן יהושע/ישוע, וואס מיר האבן נישט געדרשנט, אדער איר זענט מקבל אן אנדערן גייסט, וועלכן איר האט נישט מקבל געווען, אדער אן אנדערע גוטע בשורה וואס איר האט נישט אנגענומען, דערטראגט איר (אים) וואויל. \v 5 ווארום איך מיין, אז איך בין גארנישט הינטערשטעליק די גרעסטע שליחים. \v 6 און אויב אפילו איך בין פראסט אין רעדן, אבער נישט אין וויסן; נאר אויף יעדן אופן האבן מיר זיך אנטפלעקט אין אלעם צו אייך. \v 7 אדער האב איך דערמיט געטאן א זינד, דערנידעריקנדיק זיך אליין, כדי איר זאלט דערהייבט ווערן, ווייל איך האב אייך אנגעזאגט די גוטע בשורה פון ה׳ בחינם? \v 8 אנדערע קהלות האב איך בארויבט, נעמענדיק שכירות, כדי אייך צו דינען; \v 9 און בשעת איך בין געווען ביי אייך און האב געליטן נויט, בין איך קיינעם נישט געפאלן צו לאסט; ווארום די ברידער, וואס זענען געקומען פון מאצעדאניען, האבן פול אנגעפילט מיין נויט; און אין אלעם האב איך מיך געהיטן נישט (צו זיין) קיין לאסט פאר אייך, און וועל מיך נאך היטן. \v 10 אזוי געוויס ווי משיחס אמת איז אין מיר, אז די דאזיקע בארימונג וועט מיר קיינער נישט פארווערן אין די געגנטן פון אכאיא. \v 11 פארוואס? ווייל איך האב אייך נישט ליב? ה׳ ווייסט. \v 12 נאר וואס איך טו, וועל איך אויך טאן, כדי איך זאל אפשניידן די געלעגנהייט פון די, וואס זוכן א געלעגנהייט; כדי אין דעם, מיט וועלכן זיי בארימען זיך, זאלן זיי געפונען ווערן אויך אזוי, ווי מיר. \v 13 ווארום אזעלכע (מענטשן) זענען פאלשע שליחים, באטריגערישע ארבעטער, וואס פארשטעלן זיך פאר שליחים פון דעם משיח. \v 14 און עס איז נישט קיין וואונדער; ווייל דער שׂטן אליין פארקליידט זיך פאר א מלאך פון ליכט. \v 15 עס איז דעריבער נישט קיין גרויסע זאך, אויב אפילו זיינע משרתים פארקליידן זיך ווי משרתים פון צדקות; וועמעס סוף וועט זיין לויט זייערע מעשים. \p \v 16 ווידער זאג איך: זאל מיך קיינער נישט האלטן פאר א נאר; און אויב דאך, טא זאלט איר זשע מיך אויפנעמען ווי א נאר, כדי איך זאל מיך אויך אביסל בארימען. \v 17 וואס איך רעד, רעד איך נישט לויט דעם האר, נאר ווי אין נארישקייט, אין דער דאזיקער כוונה פון בארימונג. \v 18 ווייל א סך בארימען זיך לויט דעם פלייש, וועל איך מיך אויך (אזוי) בארימען. \v 19 ווארום איר פארטראגט גערן די נאראנים, זייענדיק (אליין) חכמים. \v 20 ווארום איר פארטראגט עס, ווען איינער פארשקלאפט אייך, ווען איינער עסט אייך אויף, ווען איינער נעמט אייך (געפאנגען), ווען איינער דערהייבט (זיך), ווען איינער שלאגט אייך אין פנים אריין. \v 21 צו אונדזער חרפה זאג איך עס, גלייך ווי מיר וואלטן שוואך געווארן. נאר מיט וועלכן עמיצער איז שטאלץ, איך רעד נארישקייט, (דערמיט) וועל איך אויך זיין שטאלץ. \v 22 זיי זענען עברים? איך בין אויך. זיי זענען ישראלים? איך אויך. זיי זענען אברהמס זאמען? איך אויך. \v 23 זיי זענען משיחס דינער?—איך רעד ווי פון משוגע—איך נאך מער; א סך מער אין ארבעט, א סך מער אין תפיסות, אין שלעק איבער דער מאס, פילמאל אין סכנות נפשות. \v 24 פון יידן האב איך פינף מאל באקומען פערציק שלעק ווייניקער איינעם. \v 25 דריי מאל האט מען מיך געשמיסן מיט ריטער, איינמאל בין איך געשטייניקט געווארן, דריי מאל האב איך געליטן שיפבראך, א טאג מיט א נאכט האב איך פארברענגט אין דער טיפעניש (פון ים); \v 26 א סך מאל אונטערוועגנס, אין סכנות פון טייכן, אין סכנות פון גזלנים, אין סכנות פון (מיין אייגן) פאלק, אין סכנות פון אומות (העולם), אין סכנות אין שטאט, אין סכנות אין דער מדבר, אין סכנות אויפן ים, אין סכנות צווישן פאלשע ברידער; \v 27 אין פראצע און הארעוואניע, אפטמאל אָן שלאף ביינאכט, אין הונגער און אין דורשט, אפטמאל אין תעניתים, אין קעלט און נאקעט (און בלויז). \v 28 אחוץ די אויסערלעכע זאכן, (נאך דאס), וואס קומט אויף מיר טאג טעגלעך—די דאגה פאר אלע קהלות. \v 29 ווער איז שלאף, און איך בין נישט שלאף? ווער ווערט פארפירט צום שטרויכלען? און איך צינד מיך נישט אָן? \v 30 אויב איך מוז מיך בארימען, וועל איך מיך בארימען מיט מיין שלאפקייט. \v 31 דער ג‑ט און פאטער פון דעם האר יהושע/ישוע, ער, וועלכער איז געלויבט אויף אייביק, ווייסט, אז איך זאג נישט קיין שקר. \v 32 אין דמשק האט דער גובערנאטאר פון דעם קעניג ארעטאס באוואכט די שטאט דמשק, כדי מיך צו כאפן; \v 33 און מען האט מיך אראפגעלאזט דורך א פענצטער אין א קארב איבער דער מויער, און איך בין אנטרינען פון זיינע הענט. \c 12 \cl קאפיטל צוועלף \p \v 1 איך מוז מיך בארימען, הגם עס נוצט נישט; איך וועל אבער קומען צו חזיונות און אנטפלעקונגען פון דעם האר. \v 2 איך קען א מענטשן אין דעם משיח, וואס פאר פערצן יאר—צי אינם גוף, ווייס איך נישט, צי אויסער דעם גוף, ווייס איך נישט; ה׳ ווייסט— איז דער זעלביקער ארויפגענומען געווארן ביז צום דריטן הימל; \v 3 און איך ווייס, אז דער זעלביקער מענטש—צי אינם גוף, צי אויסער דעם גוף, ווייס איך נישט; ה׳ ווייסט— \v 4 איז ארויפגענומען געווארן אין גן עדן אריין, און האט געהערט אומאויסשפרעכלעכע ווערטער, וואס קיין מענטש טאר נישט ארויסרעדן. \v 5 מיט אזעלכן וועל איך מיך בארימען; אבער מיט מיר אליין וועל איך מיך נישט בארימען, אחוץ מיט די שלאפקייטן מיינע. \v 6 ווארום ווען איך זאל מיך וועלן בארימען, וועל איך נישט זיין קיין נאר; ווייל איך וועל זאגן דעם אמת; איך פארמייד עס אבער, כדי עס זאל מיך קיינער נישט האלטן פאר מער ווי ער זעט מיך, אדער הערט פון מיר. \v 7 און צוליב דער אויסערגעוויינלעכער גרויסקייט פון די אנטפלעקונגען—כדי איך זאל מיך נישט צופיל דערהייבן, איז מיר געגעבן געווארן א דארן אין דעם לייב, א שליח פונם שׂטן, אז ער זאל מיך שלאגן מיט דער פויסט, כדי איך זאל מיך נישט צופיל דערהייבן. \v 8 פאר דעם דאזיקן האב איך דריי מאל געבעטן דעם האר, אז ער זאל זיך אפטאן פון מיר. \v 9 און ער האט צו מיר געזאגט: מיין חסד איז גענוג פאר דיר, ווארום מיין קראפט ווערט שלמותדיק אין שוואכקייט. וועל איך מיך צום ליבסטן דעריבער מער בארימען מיט מיינע שלאפקייטן, כדי משיחס גבורה זאל רוען אויף מיר. \v 10 דערפאר האב איך א וואוילגעפעלן אין שלאפקייטן, אין חרפות, אין נויטן, אין רדיפות, אין אנגסטן, פון משיחס וועגן; ווארום ווען איך בין שלאף, דעמאלט בין איך א גיבור. \v 11 איך האב מיך געמאכט צו נאר: איר האט מיך געצוואונגען (דערצו); ווארום איך וואלט געדארפט געלויבט ווערן פון אייך; ווייל איך בין אין קיין זאך נישט הינטערשטעליק די גרעסטע שליחים, הגם איך בין גארנישט. \v 12 די צייכנס פון א שליח זענען דאך געווירקט געווארן צווישן אייך אין יעדער סבלנות, אין אותות און מופתים און גבורות. \v 13 ווארום מיט וואס זענט איר נידעריקער געשטעלט געווארן אין פארגלייך מיט די איבריקע קהלות, אחוץ וואס איך בין אייך נישט געפאלן צו לאסט? זייט מיר מוחל די דאזיקע עוולה! \p \v 14 אָט בין איך שוין גרייט צו קומען צו אייך צום דריטן מאל; און וועל אייך נישט פאלן צו לאסט, ווייל איך זוך נישט אייערס, נאר אייך; ווארום די קינדער זענען נישט מחייב איינצוזאמלען אוצרות פאר די עלטערן, נאר די עלטערן פאר די קינדער. \v 15 איך אבער וויל העכסט גערן אויסלייגן (וואס איך האב) און אויסגעלייגט ווערן פאר אייערע נפשות. אויב איך האב אייך אזוי שפעדיק ליב, בין איך ווייניקער געליבט? \v 16 נאר זאל עס זיין אזוי, איך האב אייך פארט נישט באלעסטיקט; נאר ווייל איך בין כיטרע, האב איך אייך געפאנגען מיט כיטרעקייט. \v 17 צי האב איך אייך דען אויסגענוצט דורך עמיצן פון די, וועמען איך האב געשיקט צו אייך? \v 18 איך האב געבעטן טיטוסן, און האב מיטגעשיקט דעם ברודער. צי האט טיטוס אייך אויסגענוצט? צי האבן מיר דען נישט געהאנדלט אין דעם זעלביקן גייסט? צי נישט אין די זעלביקע פוסטריט? \v 19 שוין לאנג האלט איר זיך ביי דער מיינונג, אז מיר פארטיידיקן זיך פאר אייך. פאר ה׳ רעדן מיר אינם משיח. אלץ אבער, געליבטע מיינע, איז פאר אייער אויפבויאונג. \v 20 ווארום איך האב מורא, טאמער, קומענדיק, וועל איך אייך נישט געפינען אזוי ווי איך וויל; און איך זאל געפונען ווערן אזוי, ווי איר ווילט נישט; טאמער וועט זיין קריגערייען, קנאה, רוגז, מחלוקת, לשון הרע, רכילות, גאווה, אומרוען; \v 21 טאמער, ווען איך וועל קומען, וועט מיין ג‑ט מיך דערנידעריקן פאר אייך, און איך וועל טרויערן איבער א סך, וועלכע האבן שוין פריער געהאט געזינדיקט און נישט תשובה געטאן אויף זייער טומאה און זנות און צעלאזנקייט, וואס זיי האבן געטריבן. \c 13 \cl קאפיטל דרייצן \p \v 1 דאס דאזיקע איז דאס דריטע מאל, אז איך קום צו אייך. דורך דעם מויל פון צוויי אדער דריי עדות זאל יעדעס ווארט באשטעטיקט ווערן. \v 2 איך האב פארויסגעזאגט, און זאג פארויס, ווי בשעת איך בין געווען ביי אייך דאס צווייטע מאל, און איצט פונדערווייטנס, צו די, וואס האבן פריער געזינדיקט און צו די אלע איבריקע, אז ווען איך וועל ווידער קומען, וועל איך נישט שוינען; \v 3 ווייל איר פארלאנגט א באווייז, אז דורך מיר רעדט דער משיח, וועלכער איז נישט שוואך לגבי אייך, נאר א גיבור צווישן אייך; \v 4 ווארום הגם ער איז אויפגעהאנגען אויף דער בוים געווארן אויס שוואכקייט, לעבט ער אבער דורך ה׳ס גבורה. ווארום אויך מיר זענען שוואך אין אים, נאר מיר וועלן לעבן מיט אים דורך ה׳ס גבורה לגבי אייך. \v 5 זוכט אייך אליין אונטער, צי איר זענט אין דער אמונה; פרובירט אייך אליין אויס. אדער ווייסט איר נישט אליין, אז יהושע/ישוע המשיח איז אין אייך? אחוץ אויב איר זענט פארווארפענע. \v 6 איך האף אבער, אז איר וועט זיך דערוויסן, אז מיר זענען נישט קיין פארווארפענע. \v 7 מיר זענען מתפלל צו ה׳, אז איר זאלט נישט טאן קיין שום שלעכטס; נישט כדי מיר זאלן זיך ארויסווייזן אלס באוויליקטע, נאר כדי איר זאלט טאן דאס גוטע, און מיר זאלן זיין ווי פארווארפענע. \v 8 ווארום מיר קענען גארנישט (טאן) קעגן דעם אמת, נאר פאר דעם אמת. \v 9 ווארום מיר פרייען זיך, ווען מיר זענען שוואך און איר זענט שטארק; דאס דאזיקע ווינטשן מיר אויך, איר זאלט ווערן שלמותדיק. \v 10 צוליב דעם שרייב איך דאס פונדערווייטנס, כדי ווען איך וועל זיין ביי אייך, זאל איך מיך נישט מוזן אומגיין שטרענג, לויט דער מאכט, וואס דער האר האט מיר געגעבן צום אויפבויען און נישט צום צעשטערן. \p \v 11 צולעצט, ברידער, פריידט זיך, זייט שלמותדיק, טרייסט זיך, האט אחדות אין אייער מחשבה, לעבט בשלום; און דער ג‑ט פון ליבע און שלום וועט זיין מיט אייך. \v 12 גיט אפ שלום איינער דעם אנדערן מיט א הייליקן קוש. \p \v 13 אלע קדושים געבן אייך אפ שלום. \p \v 14 זאל דער חסד פון דעם האר יהושע/ישוע המשיח און די ליבע פון ג‑ט און די חברותאשאפט פון דעם רוח הקודש זיין מיט אייך אלעמען.