\id 1TI - Orthodox Yiddish Brit Chadasha \ide UTF-8 \h א טימאטעוס בריוו \toc2 א טימאטעוס בריוו \toc1 דער ערשטער בריוו פון דעם שליח פוילוס צו טימאטעוסן \mt דער ערשטער בריוו פון דעם שליח פוילוס צו טימאטעוסן \c 1 \p \v 1 פוילוס, א שליח פונם משיח יהושע/ישוע לויט דעם געבאט פון ה׳ אונדזער רעטער, און דעם משיח יהושע/ישוע אונדזער האפענונג, \v 2 צו טימאטעוסן, מיין ווארהאפטיקן זון אין דער אמונה: חסד, רחמים, און שלום פון ג‑ט דעם פאטער און פון דעם משיח יהושע/ישוע דעם האר אונדזערן. \p \v 3 ווי איך האב דיך געבעטן צו פארבלייבן אין עפעזוס, ווען איך בין געגאנגען קיין מאצעדאניען, כדי דו זאלסט באפעלן אייניקע (לייט), נישט צו לערנען אנדערע לערנונגען (הטרודוקסיה), \v 4 און זיך נישט צו פארנעמען מיט לעגענדעס און יחוס בריוו אָן א סוף, וועלכע פירן צו וויכוחים מער ווי צו דערבויאונג פון ה׳ אין דער אמונה; (אזוי זאלסטו טאן.) \v 5 דער תכלית אבער פון דער געבאט איז ליבע אויס א לויטער הארץ און גוט געוויסן און אויפריכטיקער אמונה; \v 6 פון וועלכע אייניקע האבן אפגענייגט, און זיך געקערט צו פוסטע רייד, \v 7 ווילנדיק זיין מורי תורה, הגם זיי פארשטייען גארנישט, נישט וואס זיי זאגן, נישט וואס זיי באהויפטן. \v 8 מיר אבער ווייסן, אז די תורה איז גוט, ווען עמיצער באנוצט זי לויט דער תורה, \v 9 וויסנדיק דאס דאזיקע, אז די תורה איז נישט געזעצט געווארן פאר דעם צדיק, נאר פאר די רשעים און ווידערשפעניקע, פאר די ג‑טלאזע און חוטאים, פאר די טמאים און חלל, פאר די, וואס שלאגן פאטער און מוטער, רוצחים, \v 10 פאר זונים, שוכבי‑זכר, מענטשנכאפער, ליגנער, וואס שווערן פאלש, און וואס נאר עס איז להיפך צו דער געזונטער לערנונג; \v 11 לויט דער בשורה טובה פון הערלעכקייט פון דעם געבענטשטן ג‑ט, וועלכע איז מיר אנפארטרויט געווארן. \p \v 12 איך דאנק אים, וועלכער האט מיך שטארק געמאכט, משיח יהושע/ישוע אונדזער האר, ווייל ער האט מיך געהאלטן פאר באגלויבט, באשטימענדיק מיך צו (זיין) דינסט; \v 13 מיך, וואס איך בין פריער געווען א לעסטערער און א פארפאלגער און אן אפשפעטער; דאך האט ער זיך דערבארעמט אויף מיר, ווייל איך האב עס געטאן נישט וויסנדיקערהייט אין אומגלויבן; \v 14 און דער חסד פון אונדזער האר האט זיך זייער פיל געמערט (אין מיר) מיט אמונה און ליבע, וואס איז אין דעם משיח יהושע/ישוע. \v 15 באגלויבט איז דאס ווארט, און ראוי אינגאנצן אנגענומען צו ווערן, אז משיח יהושע/ישוע איז געקומען אין דער וועלט אריין צו ראטעווען חוטאים, פון וועלכע איך בין דער ערשטער; \v 16 נאר דערפאר האט ער אויף מיר רחמנות געהאט, כדי אין מיר קודם כל זאל יהושע/ישוע המשיח ארויסווייזן זיין גאנצע סבלנות, פאר א ביישפיל פאר יענע, וועלכע וועלן ערשט גלויבן אין אים צום אייביקן לעבן. \v 17 אבער דעם מלך פון אייביקייט, דעם אומפארדארבלעכן, אומזיכטבארן, דעם איינציקן ג‑ט, זאל זיין כבוד און הערלעכקייט לעלמי עולמים. אמן. \p \v 18 דאס דאזיקע געבאט לייג איך פאר דיר, מיין זון טימאטעוס, לויט די נבואות, וואס זענען פריער געגאנגען אויף דיר, אז דו זאלסט ראנגלען דורך די דאזיקע דעם גוטן ראנגלעניש, \v 19 האבנדיק אמונה און א גוט געוויסן, וועלכעס אייניקע האבן אוועקגעשטויסן פון זיך און געליטן שיפבראך בנוגע דער אמונה; \v 20 צווישן וועלכע איז הימענעוס און אלעקסאנדער, וועלכע איך האב איבערגעגעבן צום שׂטן, כדי זיי זאלן לערנען נישט צו לעסטערן. \c 2 \cl קאפיטל צוויי \p \v 1 איך בין דעריבער מזהיר, אז קודם כל זאלן תחנונים, תפילות, בקשות, דאנק, געטאן ווערן פאר אלע מענטשן; \v 2 פאר מלכים און אלע מושלים, כדי מיר זאלן פירן א שטיל און רואיק לעבן אין פולער ג‑טספארכטיקייט און ערווירדיקייט. \v 3 דאס דאזיקע איז גוט און אנגענומען פאר ה׳ אונדזער גואל, \v 4 וועלכער וויל, אז אלע מענטשן זאלן געראטעוועט ווערן, און קומען צו דער דערקענטעניש פונם אמת. \v 5 ווארום עס איז (דא) איין ג‑ט, און איין פארמיטלער צווישן ה׳ און מענטשן, דער מענטש, משיח יהושע/ישוע, \v 6 וועלכער האט זיך געגעבן פאר אן אויסלייזונג פאר אלעמען; דאס עדות זאגן דערפון זאל געגעבן ווערן אין דער געהעריקער צייט; \v 7 פאר וועלכן איך בין באשטימט געווארן אלס מבשר און שליח (דעם אמת זאג איך, און נישט קיין שקר) א מורה תורה פון די אומות העולם אין דער אמונה און אמת. \p \v 8 דעריבער וויל איך, אז די מענער זאלן תפילה טאן אויף יעדן ארט, אויפהויבנדיק הייליקע הענט אָן צארן און מחלוקת. \v 9 אויך אזוי די פרויען זאלן זיך צירן מיט באשיידענע קליידער, מיט שעמעוודיקייט און צניעותדיקייט; נישט מיט פלעכטן די האר, נישט מיט גאלד, אדער פערל, אדער טייערע מלבושים; \v 10 נאר מיט מעשים טובים, ווי עס פאסט פאר פרויען, וואס דערקלערן זיך פאר יראת שמים. \v 11 א פרוי זאל לערנען שטילערהייט מיט פולער הכנעה. \v 12 און איך גיב נישט קיין פרוי רשות צו זיין מלמד תורה און נישט צו הערשן איבער (איר) מאן, נאר צו זיין שטיל. \v 13 ווארום אדם איז צום ערשט באשאפן געווארן, שפעטער חוה; \v 14 און אדם האט זיך נישט געלאזט פארפירן; נאר די פרוי, לאזנדיק זיך פארפירן, איז געקומען צו אן עבירה; \v 15 זי וועט אבער דערלייזט ווערן דורך געבוירן קינדער, אויב זיי וועלן בלייבן אין דער אמונה און ליבע און קדושה מיט צניעותדיקייט. \c 3 \cl קאפיטל דריי \p \v 1 עס איז א באגלויבט ווארט: אויב איינער שטרעבט צו דער שטעלע פון א משגיח, באגערט ער א גוטע זאך. \v 2 דער משגיח דארף דעריבער זיין אָן א פעלער, א מאן פון איין פרוי, ניכטער, באשיידן, אן ענוו, א מכניס אורח, מסוגל לערער; \v 3 נישט קיין טרינקער, נישט קיין שלעגער; נאר מילד, נישט קיין בעל מחלוקת, נישט קיין געלטליבהאבער; \v 4 וואס הערשט וואויל מיט זיין אייגן הויז, האלטנדיק זיינע קינדער אין אונטערטעניקייט, מיט פולער ערווירדיקייט \v 5 (אויב אבער איינער ווייסט נישט ווי צו הערשן איבער זיין אייגן הויז, וויאזוי זשע וועט ער זארגן איבער דער קהלה פון ה׳?); \v 6 נישט קיין נייער תלמיד, כדי ער זאל נישט ווערן אויפגעבלאזן און אריינפאלן אין דעם משפט פון שׂטן. \v 7 און ער דארף אויך האבן א גוטן שם פון די אינדרויסן, כדי ער זאל נישט אריינפאלן אין קיין חרפה און אין דעם שׂטנס נעץ. \v 8 אויך אזוי מוזן די שמשים זיין ערווירדיקע (לייט), נישט קיין טאפלצונגיקע, נישט קיין ליבהאבער פון פיל וויין, נישט גענייגט נאך שענדלעכן געווין; \v 9 וואס האלטן דעם סוד פון דער אמונה אין א לויטער געוויסן. \v 10 און זאלן די דאזיקע קודם כל ווערן אויסגעפרובירט; שפעטער זאלן זיי דינען ווי שמשים, אויב זיי זענען אָן א פעלער. \v 11 אויך אזוי דארפן די פרויען זיין ערווירדיק, נישט קיין רכילות רעדנערינס, ניכטער, געטריי אין אלעם. \v 12 שמשים זאלן זיין מענער פון איין פרוי, וואס הערשן גוט איבער זייערע קינדער און איבער זייערע אייגענע הייזער; \v 13 ווארום אויב זיי האבן גוט געדינט אלס שמשים, דערווערבן זיי זיך א גוטע שטופע און גרויס דרייסטקייט אין דער אמונה, וואס איז אינם משיח יהושע/ישוע. \p \v 14 דאס שרייב איך דיר, האפנדיק צו דיר צו קומען אין גיכן, \v 15 און אויב איך וועל מיך פארזאמען, כדי דו זאלסט וויסן וויאזוי מען דארף זיך אויפפירן אין ה׳ס הויז, וועלכעס איז די קהלה פון דעם לעבעדיקן ג‑ט, דער זייל און פונדאמענט פונם אמת. \v 16 און נישט אפצולייקענען גרויס איז דער סוד פון יראת שמים: ער, וואס האט זיך אנטפלעקט אינם פלייש, איז גערעכטפערטיקט געווארן אינם גייסט, האט זיך באוויזן צו מלאכים, איז אנגעזאגט געווארן צו די אומות (העולם), געגלויבט אין דער וועלט, ארויפגענומען געווארן אין הערלעכקייט. \c 4 \cl קאפיטל פיר \p \v 1 דער גייסט אבער זאגט אויסדריקלעך, אז אין שפעטערע צייטן וועלן אייניקע אפפאלן פון דער אמונה, האלטנדיק זיך צו פארפירערישע גייסטער און טייוולאנישע לערנונגען \v 2 דורך דער צביעות פון ליגנער, וואס טראגן אין זייער אייגן געוויסן א צייכן אויסגעברענט ווי מיט א גליענדיק אייזן, \v 3 פארווערנדיק חתונה צו האבן, און (באפעלנדיק) מען זאל זיך צוריקהאלטן פון (געוויסע) מאכלים, וועלכע ה׳ האט באשאפן צום געניסן מיט דאנק פאר די מאמינים און וואס האבן דערקענט דעם אמת. \v 4 ווייל איטלעכעס באשעפעניש פון ה׳ איז גוט (הערה: פסוק זאגט ”גוט“; נישט ”עסנווארג“), און גארנישט איז אפצוווארפן, אויב מען נעמט עס נאר אָן מיט א ברכה, \v 5 ווארום עס ווערט געהייליקט דורך ה׳ס ווארט און דורך תפילה. \p \v 6 אויב דו וועסט פארלייגן די דאזיקע זאכן פאר די ברידער, וועסטו זיין א גוטער משרת פון דעם משיח יהושע/ישוע, דערצויגן אין די ווערטער פון דער אמונה און פון דער גוטער לערנונג, וועלכער דו האסט שוין נאכגעפאלגט; \v 7 נאר די חלל און אלט ווייבערישע לעגענדעס זאלסטו אויסמיידן. איב דיך אבער צו יראת שמים; \v 8 ווארום די קערפערלעכע איבונג ברענגט ווייניק נוצן; יראת שמים אבער איז נוצלעך צו אלעם, האבנדיק א הבטחה אויף דעם איצטיקן לעבן און אויף (עולם) הבא. \v 9 באגלויבט איז דאס ווארט, און ווערט אינגאנצן אנגענומען צו ווערן; \v 10 ווארום פאר דעם דאזיקן באמיען מיר זיך און ווערן באליידיקט, ווייל מיר האבן געזעצט אונדזער האפענונג אויף דעם לעבעדיקן ג‑ט, וועלכער איז דער העלפער פון אלע מענטשן, הויפטזאכלעך פון די מאמינים. \v 11 דאס זאלסטו באפעלן און לערנען. \p \v 12 זאל קיינער נישט מבזה זיין דיין יוגנט, נאר זיי א ביישפיל פאר די מאמינים, אין ווארט, אין אויפפירונג, אין ליבע, אין גלויבן, אין לויטערקייט. \v 13 ביז איך וועל קומען, גיב אכטונג אויף דעם לייענען, אויף דעם מוסר זאגן, אויף דער לערנונג. \v 14 פארנאכלעסיק נישט אין דיר די מתנה פון חסד, וועלכע איז דיר געגעבן געווארן דורך א נבואה, מיט סמיכה פון די הענט פון די זקנים. \v 15 זארג וועגן די דאזיקע זאכן; באשעפטיק דיך מיט זיי, כדי דיין פארטשריט זאל זיין באשיימפערלעך קלאר פאר יעדן (איינעם). \v 16 גיב אכטונג אויף דיר אליין און אויף דער לערנונג. פארבלייב אין זיי; ווארום טוענדיק דאס דאזיקע, וועסטו ראטעווען דיך אליין, און די, וועלכע הערן דיך. \c 5 \cl קאפיטל פינף \p \v 1 אויף א זקן זאלסטו דיך נישט בייזערן, נאר זיי אים מזהיר, ווי א פאטער; די יונגערע (מענער), ווי ברידער; \v 2 אלטע פרויען, ווי מוטערס; די יונגערע, ווי שוועסטערס, אין פולער לויטערקייט. \v 3 גיב אפ כבוד צו אלמנות, וועלכע זענען ווירקלעך אלמנות. \v 4 אויב אבער א געוויסע אלמנה האט קינדער אדער אייניקלעך, זאלן זיי קודם כל לערנען צו זיין ג‑טספארכטיק אין זייער אייגן הויז און אפצוצאלן גוטס צו די עלטערן; ווארום דאס דאזיקע איז אנגענומען פאר ה׳. \v 5 די ווירקלעכע אלמנה אבער און איינזאם האט בטחון אויף ה׳, און האלט אָן מיט תחינות און תפילות ביינאכט און בייטאג. \v 6 און די, וועלכע לעבט אין תענוגים, איז לעבעדיק טויט. \v 7 דאס זאלסטו באפעלן, כדי זיי זאלן זיין אָן א פעלער. \v 8 אויב אבער עמיצער זארגט נישט פאר זיינע קרובים, און איבערהויפט פאר זיינע בני בית, האט ער פארלייקנט די אמונה, און איז ערגער פון אן אומגלויביקן. \v 9 אלס אן אלמנה זאל פאררעכנט ווערן די, וואס איז נישט ווייניקער ווי זעכציק יאר אלט, דאס ווייב פון איין מאן, \v 10 וועגן וועלכער מען זאגט עדות אויף אירע מעשים טובים, צי זי האט דערצויגן קינדער, אויפגענומען אורחים, געוואשן די פיס פון די קדושים, געהאלפן די ליידנדיקע, נאכגעפאלגט כלערליי מעשים טובים. \v 11 די יונגערע אלמנות אבער זאלסטו נישט אננעמען; ווארום ווען זיי לעבן אין פארגעניגנס קעגן דעם משיח, ווילן זיי חתונה האבן; \v 12 זיי פארדינען א משפט, ווייל זיי האבן פארווארפן זייער ערשטן גלויבן. \v 13 און אין דער זעלביקער צייט לערנען זיי צו זיין פויל, ארומגייענדיק פון הויז צו הויז; און נישט בלויז צו זיין פויל, נאר זענען אויך פלוידערינס און מישן זיך אין יענעמס געשעפטן, רעדנדיק וואס מען דארף נישט. \v 14 איך וויל דעריבער, אז די יונגע זאלן חתונה האבן, געבוירן קינדער, פירן א הויז, און נישט געבן דעם קעגנער קיין שום געלעגנהייט צו לעסטערן; \v 15 ווארום אייניקע האבן זיך שוין אוועקגעקערט נאך דעם שׂטן. \v 16 אויב א גלויביקע (פרוי) האט אלמנות ביי זיך, זאל זי זיי פארזארגן, און נישט פאלן צו לאסט דער קהלה; כדי צו קענען פארזארגן די ווירקלעכע אלמנות. \p \v 17 די זקנים, וועלכע הערשן גוט, זאלן באטראכט ווערן ווי ראוי א טאפלטן כבוד, איבערהויפט די, וועלכע באמיען זיך אין ווארט און אין דער לערנונג. \v 18 ווארום דער פסוק זאגט: אן אקס ביים דרעשן זאלסטו נישט פארבינדן דאס מויל (דברים כה, ד.), און: דער ארבעטער איז ווערט דעם לוין זיינעם. \v 19 קעגן א זקן זאלסטו נישט אננעמען קיין אנקלאג, אחוץ סיידן לויט צוויי אדער דריי עדות. \v 20 די חוטאים זאלסטו שטראפן פאר אלעמען, כדי אפילו די איבריקע זאלן מורא האבן. \v 21 איך באשווער דיך פאר ה׳ און דעם משיח יהושע/ישוע און די אויסדערוויילטע מלאכים, אז דו זאלסט אפהיטן די דאזיקע זאכן אָן פאראורטייל, און גארנישט טאן מיט פארטייאישקייט. \v 22 גיב קיינעם נישט קיין סמיכת ידים צו גיך, באטייליק דיך נישט אין די זינד פון אנדערע; האלט דיך ריין. \v 23 טרינק נישט מער קיין וואסער, נאר געברויך אביסל וויין צוליב דיין מאגן און די אפטע שלאפקייטן דיינע. \v 24 די חטאים פון אייניקע מענטשן זענען באשיימפערלעך קלאר, און גייען פארויס צום משפט; אנדערע מענטשן אבער פאלגן זיי נאך. \v 25 און אויך אזוי די מעשים טובים זענען באשיימפערלעך קלאר פארויס, און די, וואס זענען נישט אזוי, קענען דאך נישט פארבארגן ווערן. \c 6 \cl קאפיטל זעקס \p \v 1 אלע, וואס זענען קנעכט אונטערן יאך, זאלן באטראכטן זייערע הארן ווי ראוי פון יעדן כבוד, כדי ה׳ס נאמען און די לערנונג זאלן נישט געלעסטערט ווערן. \v 2 און די, וועלכע האבן הארן מאמינים, זאלן זיי נישט מבזה זיין, ווייל זיי זענען ברידער, נאר זאלן זיי נאך מער דינען, ווייל זיי זענען מאמינים און געליבטע, וועלכע האבן א חלק אין דער מתנה (פון ה׳). דאס זאלסטו לערנען און מזהיר זיין. \p \v 3 אויב עמיצער לערנט אנדערש און שטימט נישט איין מיט געזונטע ווערטער, די (ווערטער) פון דעם האר אונדזערן יהושע/ישוע המשיח, און דער לערנונג, וועלכע איז לויט יראת שמים, \v 4 איז ער אויפגעבלאזן, ווייסט גארנישט, נאר קרענקט אויף שאלות און מחלוקת איבער ווערטער, פון וועלכע עס קומען ארויס קנאה, מחלוקת, לעסטערונגען, בייזע חשדים, \v 5 וויכוחים פון מענטשן מיט א פארדארבענעם פארשטאנד און וואס עס פעלט זיי דער אמת, וועלכע מיינען, אז יראת שמים איז א מיטל צום געווין. \v 6 יראת שמים אבער מיט צופרידנקייט איז א גרויס געווינס; \v 7 ווארום מיר האבן גארנישט אריינגעברענגט אין דער וועלט, און קענען גארנישט ארויסטראגן; \v 8 האבנדיק אבער שפייז און מלבושים, לאמיר זיין צופרידן מיט די דאזיקע. \v 9 אבער די, וואס ווילן רייך ווערן, פאלן אריין אין א נסיון און אין א נעץ און אין פיל אומזיניקע און שעדלעכע פארלאנגען, וועלכע דערטרענקען די מענטשן אין אונטערגאנג און פארדארבונג. \v 10 ווארום דער שורש פון אלעם שלעכטן איז די ליבע צו געלט; וואס אייניקע האבן געגלוסט און זענען פארפירט געווארן פון דער אמונה און האבן זיך אליין געקוועלט מיט א סך יסורים. \p \v 11 דו אבער, ה׳ס מענטש, אנטרין פון די דאזיקע זאכן, און יאג נאך צדקות, יראת שמים, אמונה, ליבע, סבלנות, ענווה. \v 12 אזוי געראנגלן זיך דעם גוטן געראנגל פון דער אמונה, כאפ אָן דאס אייביקע לעבן, צו וועלכן דו ביסט גערופן געווארן און האסט באקענט די גוטע באקענונג פאר א סך עדות. \v 13 איך באפעל דיר פאר ה׳, וועלכער מאכט אלץ לעבעדיק, און פאר משיח יהושע/ישוע, וועלכער האט עדות געזאגט פאר פאנטיוס פילאטוסן די גוטע באקענונג, \v 14 אז דו זאלסט אפהיטן דאס געבאט אָן א פלעק און אָן א פעלער, ביז צום נתגלה ווערן פון אונדזער האר יהושע/ישוע המשיח, \v 15 וואס עס וועט ווייזן אין דער געהעריקער צייט דער געבענטשטער און איינציק מעכטיקער, דער מלך המלכים און אדון האדונים, \v 16 וואס נאר ער אליין האט אומשטארבלעכקייט, און וואוינט אין א ליכט, צו וועלכן מען קען נישט דערגרייכן, וועמען קיין מענטש האט נישט געזען און קען נישט זען; כבוד צו אים און די אייביקע מאכט, אמן. \p \v 17 די עשירים אין דער איצטיקער וועלט זאלסטו באפעלן, אז זיי זאלן זיך נישט דערהייבן, און אז זיי זאלן נישט זעצן זייער בטחון אויף אומזיכערע עשירות, נאר אויף דעם לעבעדיקן ג‑ט, וועלכער גיט אונדז אלץ די והותר צום געניסן; \v 18 אז זיי זאלן טאן גוטס, רייך ווערן אין מעשים טובים, זיין גוטע געבער, גרייט צו העלפן; \v 19 אנזאמלענדיק זיך אן אוצר ווי א גוטן יסוד אויף לעתיד לבוא, כדי זיי זאלן דערלאנגען דאס אמתע לעבן. \p \v 20 אָ טימאטעוס, היט אפ דעם פקדון, אויסמיידנדיק חלל און פוסטע רייד און די קעגנערישע מיינונגען פון דער פאלש גערופענער דערקענטעניש (ציטירן ניטציטירן); \v 21 צו וועלכער אייניקע האבן זיך דערקלערט און האבן פארבלאנדזשעט פון דער אמונה. זאל דער חסד זיין מיט אייך.