\id 1TH - Orthodox Yiddish Brit Chadasha \ide UTF-8 \h א טעסאלאניקער בריוו \toc2 א טעסאלאניקער בריוו \toc1 דער ערשטער בריוו פון דעם שליח פוילוס צו די טעסאלאניקער \mt דער ערשטער בריוו פון דעם שליח פוילוס צו די טעסאלאניקער \c 1 \p \v 1 פוילוס און סילוואנוס און טימאטעוס צו דער קהלה פון די טעסאלאניקער אין ג‑ט דעם פאטער און דעם האר יהושע/ישוע המשיח: חסד צו אייך און שלום. \p \v 2 מיר דאנקען ה׳ תמיד פאר אייך אלעמען, געדענקענדיק אייך אין אונדזערע תפילות; אָן אויפהער \v 3 דערמאנען מיר די פעולה פון אייער אמונה און די באמיאונג פון אייער ליבע און די סבלנות פון אייער האפענונג אויף אונדזער האר יהושע/ישוע המשיח, פאר אונדזער ג‑ט און פאטער; \v 4 וויסנדיק, ברידער, געליבטע פון ה׳, פון אייער אויסדערוויילונג, \v 5 ווייל די בשורה טובה אונדזערע איז נישט געקומען צו אייך בלויז אין ווארט אליין, נאר אויך מיט גבורה און מיט דעם רוח הקודש און פולער געוויסהייט; לויט ווי איר ווייסט, וואס פאר (א מענטשן) מיר זענען געווען צווישן אייך צוליב אייך. \v 6 און איר זענט געווארן אונדזערע נאכפאלגער און פון דעם האר, מקבל געווען דאס ווארט אין פיל צרות, מיט שמחה פון דעם רוח הקודש; \v 7 אזוי, אז איר זענט געווארן א מוסטער פאר אלע מאמינים אין מאצעדאניען און אין דעם (לאנד) אכאיא. \v 8 ווארום פון אייך איז דאס ווארט פון דעם האר ארויסגעגאנגען נישט בלויז קיין מאצעדאניען און אכאיא, נאר אויף יעדן ארט האט זיך אייער אמונה צו ה׳ פארברייטערט, אזוי, אז מיר דארפן גארנישט רעדן דערפון. \v 9 ווארום זיי אליין דערציילן פון אונדז, וואס פאר אן אריינגאנג מיר האבן געהאט ביי אייך; און וויאזוי איר האט זיך געקערט צו ה׳ פון אייערע אפג-טער, צו דינען דעם לעבעדיקן און אמתן ג‑ט, \v 10 און צו דערווארטן זיין זון פון הימל, וועמען ער האט אויפגעוועקט פון די טויטע, יהושען/ישוען, וועלכער איז אונדז מציל פון דעם צארן, וואס קומט. \c 2 \cl קאפיטל צוויי \p \v 1 ווארום איר אליין, ברידער, ווייסט, אז אונדזער אריינגאנג צו אייך איז נישט געווען אומזיסט; \v 2 נאר האבנדיק געליטן און געהאט אויסצושטיין חרפות אין פיליפי, ווי איר ווייסט, האבן מיר זיך דערמוטיקט אין אונדזער ג‑ט אנצוזאגן צו אייך די גוטע בשורה פון ה׳ אונטער גרויס געראנגל. \v 3 ווארום אונדזער לערנונג איז נישט אויס באטרוג, נישט אויס אומלויטערע (כוונות) אויך נישט מיט כיטרעקייט; \v 4 נאר ווי ה׳ האט אונדז אויסגעפרובירט, אונדז צו געטרויען די גוטע בשורה, רעדן מיר אזוי, נישט ווי וואוילצוגעפעלן מענטשן, נאר ה׳, וועלכער פרובירט אויס אונדזערע הערצער. \v 5 ווייל ווי איר ווייסט, זענען מיר קיינמאל נישט געקומען מיט חניפהדיקע רייד, אויך נישט מיט אן אויסרייד פון גייציקייט, ה׳ איז אן עדות; \v 6 אויך נישט זוכנדיק כבוד פון מענטשן, צי פון אייך צי פון אנדערע, \v 7 (הגם) מיר וואלטן געקענט אויפטרעטן מיט ווערדע ווי שליחים פונם משיח. מיר זענען אבער געווען מילד אין אייער מיט, ווי א זייגערין דערנערנדיק אירע קינדער; \v 8 אזוי האט עס אונדז געצויגן צו אייך, אז מיר האבן געוואלט זיך טיילן מיט אייך, נישט בלויז מיט דער גוטער בשורה פון ה׳, נאר אפילו מיט אונדזער אייגן לעבן, ווייל איר זענט אונדז געווארן זייער טייער. \v 9 ווארום איר געדענקט (דאך), ברידער, אונדזער מי און מאטער: ארבעטנדיק ביינאכט און בייטאג, כדי נישט צו פאלן צולאסט עמיצן פון אייך, האבן מיר אייך געדרשנט די גוטע בשורה פון ה׳. \v 10 איר זענט עדות, און ה׳ אויך, ווי הייליק און גערעכט און אָן א פעלער מיר האבן זיך אויפגעפירט צווישן אייך מאמינים; \v 11 ווי איר ווייסט, אז יעדן איינעם פון אייך, ווי א פאטער זיינע קינדער, \v 12 האבן מיר מזהיר געווען און דערמוטיקט, און אייך באשוואוירן צו לעבן ווי עס איז ראוי פאר ה׳, וועלכער רופט אייך צו זיין קעניגרייך און כבוד. \p \v 13 און צוליב דעם דאזיקן דאנקען מיר אויך ה׳ אָן אויפהער, אז באקומענדיק ה׳ס ווארט, וואס איר האט געהערט פון אונדז, האט איר עס אויפגענומען נישט אלס א ווארט פון מענטשן, נאר ווי עס איז אינדעראמתן, דאס ווארט פון ה׳, וועלכער ווירקט אויך אין אייך, וואס גלויבן. \v 14 ווארום איר, ברידער, זענט געווארן נאכפאלגער פון די קהלות פון ה׳, וועלכע זענען אין (לאנד) יהודה אינם משיח יהושע/ישוע; ווייל דאס זעלביקע האט איר געליטן פון אייערע לאנדסלייט, ווי זיי פון די יידן (יהודה, נישט אלע יידן), \v 15 וועלכע האבן אפילו געטייט דעם האר יהושע/ישוע און די נביאים, און אונדז האבן זיי ארויסגעיאגט, און זענען נישט וואוילגעפעלן ביי ה׳, און זענען דערווידער אלע מענטשן; \v 16 זיי פארווערן אונדז צו רעדן צו די אומות (העולם), אז זיי זאלן געראטעוועט ווערן, כדי תמיד אנצופילן זייערע זינד; דער צארן אבער איז געקומען אויף זיי ביז צום סוף. \p \v 17 מיר אבער, ברידער, נאך דעם ווי מיר זענען פון אייך פאריתומט געווארן לפי שעה, פונם פנים, נישט אין הארצן, האבן מיר זיך פיל מער באמיט צו זען אייער פנים מיט גרויס פארלאנג; \v 18 ווייל מיר האבן געוואלט קומען צו אייך; טאקע איך, פוילוס, און איינמאל און א צווייטמאל; און דער שׂטן האט אונדז געשטערט. \v 19 ווארום וואס איז אונדזער האפענונג, אדער פרייד, אדער קרוין פון בארימונג? צי זענט איר עס דען נישט, פאר אונדזער האר יהושע/ישוע ביי זיין אנקומען? \v 20 יא, איר זענט אונדזער כבוד און שמחה. \c 3 \cl קאפיטל דריי \p \v 1 דערפאר, נישט קענענדיק עס לענגער אויסהאלטן, האבן מיר באשלאסן צו בלייבן אליין אין אטען; \v 2 און האבן געשיקט טימאטעוסן דעם ברודער אונדזערן און ה׳ס מיטארבעטער אין דער גוטער בשורה פון דעם משיח, אייך צו שטארקן און טרייסטן וועגן אייער אמונה, \v 3 כדי קיינער זאל זיך נישט וואקלען אין די דאזיקע צרות; ווארום איר ווייסט אליין, אז דערצו זענען מיר באשטימט. \v 4 ווארום אפילו ווען מיר זענען געווען ביי אייך, האבן מיר אייך פארויסגעזאגט, אז מיר וועלן ליידן צרות; און אזוי איז עס געשען, ווי איר ווייסט. \v 5 צוליב דעם, ווען איך האב עס שוין לענגער נישט געקענט דערטראגן, האב איך אויך געשיקט זיך צו דערוויסן וועגן אייער אמונה, טאמער האט אייך דער אויספרואווער אויסגעפרואווט, און אונדזער מי איז געווארן צו גארנישט. \v 6 איצט אבער ווען טימאטעוס איז געקומען צו אונדז פון אייך, און אונדז אנגעזאגט די גוטע נייעס וועגן אייער אמונה און ליבע, און אז איר געדענקט אונדז שטענדיק צום גוטן, בענקענדיק אונדז צו זען, ווי מיר אייך, \v 7 זענען מיר דעריבער געטרייסט געווארן, ברידער, מיט אייך, אין יעדער באדריקונג און צרה אונדזערער, דורך אייער אמונה; \v 8 ווייל איצט לעבן מיר, ווען איר שטייט פעסט אינם האר. \v 9 ווארום וואס פאר א שבח קענען מיר אפגעבן צו ה׳ פאר אייך, פאר דער גאנצער שמחה, מיט וועלכער מיר פרייען זיך צוליב אייך פאר אונדזער ג‑ט? \v 10 ביינאכט און בייטאג טאן מיר זייער פיל מתפלל זיין, אז מיר זאלן זען אייער פנים און פארפאלקאמענען דאס, וואס פעלט (נאך) אין אייער אמונה. \p \v 11 און זאל אונדזער ג‑ט און פאטער אליין און אונדזער האר יהושע/ישוע אונדז פירן אויף דעם וועג צו אייך; \v 12 און אייך זאל דער האר מערן און איבערפליסן אין דער ליבע איינער צום אנדערן און צו אלעמען, ווי אויך אונדז צו אייך; \v 13 כדי ער זאל באפעסטיקן אייערע הערצער, (צו זיין) אָן א מום אין קדושה פאר ג‑ט און אונדזער פאטער, ביים ווידערקומען פון אונדזער האר יהושע/ישוע מיט אלע זיינע קדושים. \c 4 \cl קאפיטל פיר \p \v 1 און ווייטער, ברידער, בעטן מיר און זענען אייך מזהיר אינם האר יהושע/ישוע, אז ווי איר האט מקבל געווען פון אונדז, וויאזוי איר דארפט זיך לעבן וואוילגעפעלן צו ה׳—און טאקע אזוי ווי איר טוט דאס, אז איר זאלט עס פיל פארמערן. \v 2 ווארום איר ווייסט (דאך) וואס פאר א געבאטן מיר האבן אייך געגעבן דורך דעם האר יהושע/ישוע. \v 3 ווארום דאס דאזיקע איז ה׳ס רצון, אייער הייליקונג, אז איר זאלט זיך אפהאלטן פון זנות; \v 4 אז יעדער איינער פון אייך זאל וויסן ווי צו האלטן זיין אייגענע כלי אין קדושה און מיט כבוד, \v 5 נישט אין ליידנשאפטלעכע תאוות, ווי די אומות (העולם), וועלכע קענען נישט ה׳; \v 6 און אז קיינער זאל נישט עובר זיין און באטריגן דעם ברודער זיינעם אין דער זאך; \v 7 ווייל דער האר איז זיך נוקם אין אלע די דאזיקע פאלן, ווי מיר האבן עס אייך פריער געזאגט און אויסדריקלעך געווארנט. ווארום ה׳ האט אונדז נישט גערופן צו טומאה, נאר צו קדושה. \v 8 דעריבער דער, וואס פאראכט עס, פאראכט נישט א מענטשן, נאר ה׳, וועלכער גיט אונדז אויך דעם רוח הקודש. \p \v 9 און וואס שייך ברידערלעכער ליבע, באדארפט איר נישט, מען זאל שרייבן צו אייך, ווייל איר אליין זענט געלערנט פון ה׳, ליב צו האבן איינער דעם אנדערן; \v 10 ווארום איר טוט עס אויך צו אלע ברידער אין גאנץ מאצעדאניען. נאר מיר בעטן אייך, אז איר זאלט נאך פיל מער טאן, \v 11 און שטרעבן צו פירן א שטיל לעבן, און טאן דאס אייעריקע, און ארבעטן מיט אייערע אייגענע הענט, פונקט אזוי ווי מיר האבן אייך געבאטן, \v 12 כדי איר זאלט פירן אנשטענדיק קעגן די, וואס זענען אין דרויסן, און נישט דארפן אנקומען צו קיינעם. \p \v 13 און מיר ווילן נישט איר זאלט זיין אומוויסנד, ברידער, וועגן די, וועלכע זענען איינגעשלאפן, כדי איר זאלט נישט טרויערן, ווי די אנדערע, וואס האבן נישט קיין האפענונג. \v 14 ווארום ווי מיר גלויבן, אז יהושע/ישוע איז געשטארבן און אויפגעשטאנען, אזוי וועט ה׳ ברענגען די איינגעשלאפענע אין יהושען/ישוען צוזאמען מיט אים. \v 15 ווארום דאס דאזיקע זאגן מיר אייך אין א ווארט פון דעם האר, אז מיר, די לעבעדיקע, וואס בלייבן איבער ביז צום קומען פון דעם האר, וועלן בשום אופן נישט פארויסגיין די איינגעשלאפענע; \v 16 ווייל דער האר אליין וועט אראפנידערן פון הימל, מיט א שאלן, מיט דעם קול פון דעם שר המלאכים, און מיט דעם שופר פון ה׳; און די טויטע אינם משיח וועלן אויפשטיין קודם כל; \v 17 דאן מיר, די לעבעדיקע, וועלכע זענען איבערגעבליבן, וועלן צוזאמען מיט זיי ארויפגעכאפט ווערן אין די וואלקנס, צו באגעגענען דעם האר אין דער לופט; און אזוי וועלן מיר תמיד זיין מיט דעם האר. \v 18 דערפאר זאלט איר טרייסטן איינער דעם אנדערן מיט די דאזיקע ווערטער. \c 5 \cl קאפיטל פינף \p \v 1 און וואס שייך די צייטן און זמנים, ברידער, דארפט איר נישט, אז מען זאל שרייבן צו אייך. \v 2 ווארום איר אליין ווייסט גאנץ גענוי, אז דער טאג פון דעם האר קומט ווי א גנב אין דער נאכט. \v 3 בשעת מען וועט זאגן: שלום און שלווה, וועט דעמאלט פלוצלונג קומען אויף זיי זייער בראך, ווי ווייען אויף א קימפעטארין, און זיי וועלן בשום אופן נישט אנטרונען. \v 4 איר אבער זענט נישט אין דער פינצטערניש, אז דער טאג זאל אייך איבערראשן ווי א גנב; \v 5 ווארום אלע זענט איר קינדער פונם ליכט און קינדער פונם טאג; מיר זענען נישט פון דער נאכט, אויך נישט פונם חושך; \v 6 דעריבער לאמיר נישט שלאפן ווי די אנדערע, נאר וואכן און זיין ניכטער. \v 7 ווארום די, וואס שלאפן, שלאפן ביינאכט; און די, וואס שכורן זיך אָן, שכורן זיך אָן ביינאכט. \v 8 נאר ווייל מיר זענען פונם טאג, לאמיר זיין ניכטער, לאמיר זיך אנקליידן מיט דעם ברוסט שילד פון אמונה און ליבע, און, אלס א העלם, די האפענונג פון ישועה. \v 9 ווייל ה׳ האט אונדז נישט באשטימט צו גרימצארן, נאר צום דערווערבן רעטונג דורך דעם האר אונדזערן יהושע/ישוע המשיח, \v 10 וועלכער איז געשטארבן פאר אונדזערטוועגן, כדי סאי צי מיר וואכן סאי צי מיר שלאפן, זאלן מיר לעבן צוזאמען מיט אים. \v 11 טרייסט זשע זיך און בויט אויף איינער דעם אנדערן, ווי איר טוט עס אויך. \p \v 12 מיר בעטן אייך אבער, ברידער, אז איר זאלט קענען די, וועלכע באמיען זיך צווישן אייך, און זענען די וואס זענען איבער אייך אינם האר און רעדן צו אייך דברי מוסר, \v 13 און איר זאלט זיי צוטיילן זייער פיל כבוד מיט ליבע צוליב זייער ארבעט. האט שלום צווישן זיך. \v 14 און מיר זענען אייך מזהיר, ברידער, איר זאלט ווארנען די אומרואיקע, שטארקן די ווייכהארציקע, אונטערלענען די שוואכע, זיין גרויסמוטיק לגבי אלעמען. \v 15 זעט, אז קיינער זאל נישט אפצאלן קיינעמען שלעכטס פאר שלעכטס; נאר תמיד זאלט איר נאכיאגן דאס גוטע איינער פאר דעם אנדערן און פאר אלעמען. \v 16 פריידט זיך תמיד; \v 17 טוט תפילה אָן אויפהער; \v 18 זייט דאנקבאר פאר אלעם; ווארום דאס איז ה׳ס רצון אינם משיח יהושע/ישוע פאר אייערטוועגן. \v 19 לעשט נישט דעם גייסט; \v 20 פאראכט נישט נבואות (זאגן); \v 21 פרובירט אלץ אויס, האלט פעסט דאס גוטע; \v 22 דערווייטערט זיך פון בייז אין יעדער געשטאלט. \p \v 23 און דער ג‑ט פון שלום אליין זאל אייך הייליקן דורך און דורך; און זאל אייער גאנצער גייסט און נפש און גוף אפגעהיטן ווערן אָן א מום ביי דעם ווידערקומען פון אונדזער האר יהושע/ישוע המשיח. \v 24 באגלויבט איז דער, וועלכער רופט אייך, וועלכער וועט עס אויך טאן. \p \v 25 ברידער, זייט מתפלל פאר אונדז. \p \v 26 גיט אפ שלום אלע ברידער מיט א הייליקן קוש. \v 27 איך באשווער אייך ביי דעם האר, אז דער בריוו זאל איבערגעלייענט ווערן פאר אלע ברידער. \p \v 28 דער חסד פון אונדזער האר יהושע/ישוע המשיח זאל זיין מיט אייך.