\id 1JN - Orthodox Yiddish Brit Chadasha \ide UTF-8 \h א יוחנן בריוו \toc2 א יוחנן בריוו \toc1 דער ערשטער בריוו פון דעם שליח יוחנן \mt1 דער ערשטער בריוו פון דעם שליח יוחנן \c 1 \p \v 1 דאס, וואס איז געווען פונם אנהויב אָן, וואס מיר האבן געהערט, וואס מיר האבן געזען מיט אונדזערע אויגן, וואס מיר האבן באטראכט און אונדזערע הענט האבן אנגערירט, וועגן דעם ווארט פון לעבן— \v 2 און דאס לעבן איז אנטפלעקט געווארן, און מיר האבן געזען און זאגן עדות און זאגן אייך אָן דאס אייביקע לעבן, וואס איז געווען ביי דעם פאטער און האט זיך באוויזן צו אונדז— \v 3 וואס מיר האבן געזען און געהערט, דאס זאגן מיר אייך אָן, כדי אויך איר זאלט האבן חברותאשאפט מיט אונדז; און אונדזער חברותאשאפט איז מיט דעם פאטער און מיט זיין זון יהושע/ישוע המשיח; \v 4 און דאס שרייבן מיר, כדי אונדזער שמחה זאל ווערן פול. \p \v 5 און דאס דאזיקע איז די שמועה, וואס מיר האבן געהערט פון אים און זאגן אייך אָן, אז ה׳ איז ליכט, און קיין שום חושך איז אין אים נישט פאראן. \v 6 ווען מיר זאגן, אז מיר האבן חברותאשאפט מיט אים, און גייען אין דער פינצטערניש, זאגן מיר ליגן, און טאן נישט דעם אמת; \v 7 ווען אבער מיר גייען אין דעם ליכט, ווי ער איז אין דעם ליכט, האבן מיר חברותאשאפט איינער מיט דעם אנדערן, און דאס בלוט פון יהושע/ישוע, זיין זון, רייניקט אונדז פון יעדן חטא. \v 8 ווען מיר זאגן, אז מיר האבן נישט קיין חטא, באטריגן מיר זיך אליין, און דער אמת איז נישט אין אונדז. \v 9 ווען מיר זענען זיך מתוודה אויף אונדזערע זינד, איז ער געטריי און גערעכט אז ער זאל אונדז מוחל זיין די זינד און אונדז רייניקן פון יעדער אומגערעכטיקייט. (משלי כח, יג.) \v 10 ווען מיר זאגן, אז מיר האבן נישט געזינדיקט, מאכן מיר אים פאר א ליגנער, און זיין ווארט איז נישט אין אונדז. \c 2 \cl קאפיטל צוויי \p \v 1 קינדער מיינע, דאס שרייב איך אייך, כדי איר זאלט נישט זינדיקן. און ווען עמיצער זינדיקט יא, האבן מיר א מליץ (יושר) ביי דעם פאטער, יהושע/ישוע המשיחן, דעם צדיק; \v 2 און ער איז דאס (קרבן) כפרה פאר אונדזערע זינד, און נישט נאר פאר אונדזערע אליין, נאר אויך פאר דער גאנצער וועלט. \v 3 און דורך דעם ווייסן מיר, אז מיר קענען אים: ווען מיר היטן אפ זיינע געבאטן. \v 4 ווער עס זאגט: איך קען אים, און היט נישט אפ זיינע געבאטן, דער איז א ליגנער, און דער אמת איז נישט אין אים; \v 5 ווער אבער עס היט יא אפ זיין ווארט, ווערט ה׳ס ליבע באמת פארפאלקאמט אין אים. דורך דעם ווייסן מיר, אז מיר זענען אין אים: \v 6 ווער עס זאגט, אז ער בלייבט אין אים, דער איז מחייב צו לעבן אזוי, ווי ער האט געלעבט. \v 7 געליבטע, איך שרייב אייך נישט קיין ניי געבאט, נאר אן אלט געבאט, וואס איר האט געהאט פון אנהויב אָן; דאס אלטע געבאט איז דאס ווארט, וואס איר האט געהערט. \v 8 ווידער שרייב איך אייך א ניי געבאט, וואס איז אמת אין אים און אין אייך; ווייל די פינצטערניש פארגייט, און דאס ווארהאפטיקע ליכט שיינט שוין. \v 9 ווער עס זאגט, אז ער איז אין דעם ליכט, און האט פיינט דעם ברודער זיינעם, דער איז (נאך) אין דער פינצטערניש ביז איצט. \v 10 ווער עס האט ליב זיין ברודער, דער בלייבט אין דעם ליכט, און קיין מיכשול איז אין אים נישט פאראן. \v 11 ווער אבער עס האסט זיין ברודער, דער איז אין דער פינצטערניש, און גייט אין דער פינצטערניש, און ווייסט נישט וואו אהין ער גייט, ווייל די פינצטערניש האט אים פארבלענדט די אויגן. \p \v 12 איך שרייב צו אייך, קינדער, ווייל די זינד זענען אייך פארגעבן געווארן צוליב זיין נאמען. \v 13 איך שרייב צו אייך, אבות, ווייל איר קענט אים, וואס איז פון אנהויב אָן. איך שרייב צו אייך, יונגעלייט, ווייל איר האט גובר געווען דעם בייזן (שׂטן). איך האב געשריבן צו אייך, קינדער, ווייל איר קענט דעם פאטער. \v 14 איך האב געשריבן צו אייך, פאטערס, ווייל איר קענט אים, וועלכער איז פון אנהויב אָן. איך האב געשריבן צו אייך, יונגעלייט, ווייל איר זענט שטארק, און ה׳ס ווארט פארבלייבט אין אייך, און איר האט גובר געווען דעם בייזן (שׂטן). \v 15 האט נישט ליב די וועלט, אויך נישט די זאכן, וואס זענען אין דער וועלט. אויב איינער האט ליב די וועלט, איז דעם פאטערס ליבע נישט אין אים. \v 16 ווייל אלץ, וואס געפינט זיך אין דער וועלט, די גלוסטיקייט פון דעם פלייש און די תאווה פון די אויגן און דער שטאלץ פון לעבן, איז נישט פון דעם פאטער, נאר פון דער וועלט. \v 17 און די וועלט פארגייט און די גלוסטיקייט דערפון; ווער אבער עס טוט ה׳ס רצון, דער האט א קיום אויף אייביק. \v 18 קינדער, עס איז די לעצטע שעה; און ווי איר האט געהערט, אז דער אנטי‑משיח קומט, אזוי זענען איצט פאראן א סך קעגנער פונם משיח; דערפאר ווייסן מיר, אז עס איז די לעצטע שעה. \v 19 פון אונדז זענען זיי ארויסגעגאנגען, נאר זיי זענען נישט געווען פון אונדז; ווארום אויב זיי וואלטן געווען פון אונדז, וואלטן זיי געבליבן מיט אונדז; נאר (זיי זענען ארויסגעגאנגען) כדי זיי זאלן באקאנט ווערן, אז זיי אלע זענען נישט פון אונדז. \v 20 און איר האט א זאלבונג פון הקדוש ברוך הוא, און אלע פון איר האבן דערקענטעניש. \v 21 איך האב אייך נישט געשריבן, ווייל איר קענט נישט דעם אמת, נאר ווייל איר קענט אים, און ווייל (איר ווייסט, אז) קיין שקר איז נישט אויס דעם אמת. \v 22 ווער איז דער ליגנער, אויב נישט דער, וועלכער לייקנט אפ, אז יהושע/ישוע איז דער משיח? דער דאזיקער איז דער אנטי‑משיח, וועלכער פארלייקנט דעם פאטער און דעם זון. \v 23 יעדער, וועלכער פארלייקנט דעם זון, האט אויך נישט דעם פאטער; ווער וואס איז מודה אין דעם זון, דער האט דעם פאטער אויך. \v 24 זאל בלייבן אין אייך דאס, וואס איר האט געהערט פון אנהויב אָן. אויב עס וועט בלייבן אין אייך דאס, וואס איר האט געהערט פון אנהויב אָן, וועט איר אויך בלייבן אין דעם זון און אין דעם פאטער. \v 25 און דאס דאזיקע איז די הבטחה, וועלכע ער האט אונדז צוגעזאגט: דאס אייביקע לעבן. \v 26 דאס האבן איך אייך געשריבן וועגן די, וואס פארפירן אייך. \v 27 און איר, די זאלבונג, וואס איר האט באקומען פון אים, בלייבט אין אייך, און איר דארפט נישט, אז עמיצער זאל אייך לערנען; נאר ווי זיין זאלבונג לערנט אייך וועגן אלעם, און איז ווארהאפטיק, און נישט קיין שקר, און ווי זי האט אייך געלערנט, אזוי זאלט איר בלייבן אין אים. \v 28 און איצט, קינדער, בלייבט אין אים; כדי ווען ער וועט נתגלה ווערן, זאלן מיר האבן דרייסטקייט, און זיך נישט דארפן שעמען פאר אים ביי זיין אנקומען. \v 29 אויב איר ווייסט, אז ער איז גערעכט, זאלט איר וויסן, אז אפילו יעדער איינער, וואס טוט עוסק זיין אין צדקות איז געבוירן פון אים. \c 3 \cl קאפיטל דריי \p \v 1 זעט וואס פאר א ליבע דער פאטער האט אונדז געשענקט, אז מיר זאלן גערופן ווערן ה׳ס קינדער; און מיר זענען עס. דערפאר קען אונדז די וועלט נישט, ווייל זי האט אים נישט געקענט. \v 2 געליבטע, איצט זענען מיר ה׳ס קינדער, און עס איז נאך נישט אנטפלעקט געווארן, וואס מיר וועלן זיין. מיר ווייסן אבער, אז ווען ער וועט נתגלה ווערן, וועלן מיר זיין גלייך צו אים; ווייל מיר וועלן אים זען אזוי, ווי ער איז. \v 3 און יעדער איינער, וועלכער האט די דאזיקע האפענונג אויף אים, רייניקט זיך אזוי, ווי ער איז ריין. \v 4 יעדער איינער, וועלכער טוט זינד, איז עובר די תורה; און זינד איז דאס עובר זיין אויף דער תורה. \v 5 און איר ווייסט, אז ער איז אנטפלעקט געווארן, כדי ער זאל אוועקנעמען אונדזערע זינד; און אין אים איז נישטא קיין חטא. \v 6 יעדער איינער, וועלכער בלייבט אין אים, זינדיקט נישט; ווער עס זינדיקט, דער האט אים נישט געזען, און אים נישט געקענט. \v 7 קינדער, זאל אייך קיינער נישט פארפירן; ווער עס טוט עוסק זיין אין צדקות, דער איז א צדיק, ווי ער איז א צדיק; \v 8 ווער עס טוט זינד, דער איז פון דעם שׂטן; ווייל דער שׂטן זינדיקט פון אנהויב אָן. דערצו איז דער זון פון דער אויבערשטער אנטפלעקט געווארן, כדי ער זאל צעשטערן די מעשים פון דעם שׂטן. \v 9 יעדער איינער, וועלכער איז געבוירן געווארן פון ה׳, טוט נישט קיין זינד, ווייל זיין זאמען בלייבט אין אים; און ער קען נישט זינדיקן, ווייל ער איז געבוירן געווארן פון ה׳. \v 10 דורך דעם דאזיקן ווערן אנטפלעקט די קינדער פון ה׳, און די קינדער פון דעם שׂטן: יעדער איינער, וועלכער טוט נישט עוסק זיין אין צדקות, איז נישט פון ה׳, און דער, וואס האט נישט ליב זיין ברודער. \v 11 ווייל דאס דאזיקע איז די שמועה, וועלכע איר האט געהערט פון אנהויב אָן: אז מיר זאלן ליב האבן איינער דעם אנדערן; \v 12 נישט ווי קין, וועלכער איז געווען פון דעם בייזן און האט געהרגעט זיין ברודער. און פארוואס האט ער אים געהרגעט? ווייל זיינע מעשים זענען געווען בייז, זיין ברודערס (מעשים) אבער זענען געווען גערעכט. (בראשית ד, ד-ח.) \p \v 13 וואונדערט זיך נישט, ברידער, אויב די וועלט האט אייך פיינט. \v 14 מיר ווייסן אז מיר זענען אריבערגעגאנגען פון טויט צום לעבן, ווייל מיר האבן ליב די ברידער. ווער עס האט נישט ליב, דער פארבלייבט אין דעם טויט. \v 15 יעדער איינער, וועלכער האסט דעם ברודער זיינעם, איז א רוצח; און איר ווייסט, אז קיין מענטשנמערדער דאס אייביקע לעבן בלייבט אין אים נישט. \v 16 דורך דעם דאזיקן האבן מיר דערקענט די ליבע: ווייל ער האט אנידערגעלייגט זיין לעבן פאר אונדזערטוועגן; און מיר זענען אויך מחייב אנידערצולייגן אונדזערע לעבנס פאר די ברידער. \v 17 ווער אבער עס האט נכסים אין דער וועלט, און זעט זיין ברודער האבן נויט, און פארשליסט זיין הארץ קעגן אים, וויאזוי זשע בלייבט ה׳ס ליבע אין אים? \v 18 קינדער, לאמיר נישט ליב האבן מיט ווערטער, אויך נישט מיט דער צונג, נאר בפועל ממש און באמת. \v 19 דורך דעם דאזיקן וועלן מיר דערקענען, אז מיר זענען פון דעם אמת, און וועלן בארואיקן אונדזער הארץ פאר אים, \v 20 אז ווען אונדזער הארץ פארמשפט אונדז, איז ה׳ גרעסער ווי אונדזער הארץ, און ווייסט אלץ. \v 21 געליבטע, ווען אונדזער הארץ פארמשפט אונדז נישט, האבן מיר דרייסטקייט פאר ה׳; \v 22 און וואס מיר בעטן, דאס באקומען מיר פון אים, ווייל מיר היטן אפ זיינע געבאטן, און טאן דאס, וואס איז וואוילגעפעלן פאר אים. \v 23 און אָט דאס דאזיקע איז זיין געבאט, אז מיר זאלן גלויבן אין דעם נאמען פון זיין זון יהושע/ישוע המשיח, און ליב האבן איינער דעם אנדערן, ווי ער האט אונדז געגעבן א געבאט. \v 24 און ווער עס היט זיינע געבאטן, דער בלייבט אין אים, און ער אין אים. און דורך דעם דאזיקן דערקענען מיר, אז ער בלייבט אין אונדז: דורך דעם גייסט, וועלכן ער האט אונדז געשענקט. \c 4 \cl קאפיטל פיר \p \v 1 געליבטע, גלויבט נישט יעדן גייסט, נאר פרובירט אויס די גייסטער, צי זיי זענען פון ה׳; ווייל א סך פאלשע נביאים זענען ארויסגעגאנגען אין דער וועלט אריין. \v 2 דורך דעם דאזיקן דערקענט איר ה׳ס גייסט: יעדער גייסט, וואס איז מודה, אז יהושע/ישוע המשיח איז געקומען אינם פלייש, איז פון ה׳; \v 3 און יעדער גייסט, וואס באקענט נישט יהושען/ישוען, איז נישט פון ה׳; און דער דאזיקער איז דער (גייסט) פון דעם אנטי‑משיח, וואס איר האט געהערט, אז ער קומט; און איז שוין איצט אין דער וועלט. \v 4 קינדער, איר זענט פון ה׳, און האט זיי מנצח געווען; ווייל גרעסער איז דער, וועלכער איז אין אייך, ווי דער, וועלכער איז אין דער וועלט. \v 5 זיי זענען פון דער וועלט; צוליב דעם רעדן זיי פון דער וועלט, און די וועלט הערט זיי. \v 6 מיר זענען פון ה׳; ווער עס קען ה׳, דער הערט אונדז; ווער עס איז נישט פון ה׳, דער הערט אונדז נישט. דורך דער דאזיקער זאך דערקענען מיר דעם גייסט פון אמת און דעם גייסט פון באטרוג. \p \v 7 געליבטע, לאמיר ליב האבן איינער דעם אנדערן; ווייל די ליבע איז פון ה׳; און יעדער איינער, וועלכער האט ליב, איז געבוירן געווארן פון ה׳ און קען ה׳. \v 8 ווער עס האט נישט ליב, דער האט נישט דערקענט ה׳, ווייל ה׳ איז ליבע. \v 9 דורך דעם דאזיקן האט זיך ארויסגעוויזן ה׳ס ליבע צו אונדז: אז ה׳ האט געשיקט זיין בן יחיד אין דער וועלט אריין, כדי מיר זאלן לעבן דורך אים. \v 10 אין דעם דאזיקן באשטייט די ליבע, נישט אז מיר האבן ליב געהאט ה׳, נאר אז ער האט אונדז ליב געהאט, און געשיקט זיין זון אלס א (קרבן) כפרה פאר אונדזערע זינד. \v 11 געליבטע, אויב ה׳ האט אונדז אזוי ליב, זענען מיר אויך מחייב ליב צו האבן איינער דעם אנדערן. \v 12 ה׳ האט קיינער קיינמאל נישט געזען; ווען מיר האבן ליב איינער דעם אנדערן, בלייבט ה׳ צווישן אונדז, און זיין ליבע ווערט פארפאלקאמט אין אונדז; \v 13 דורך דעם דאזיקן ווייסן מיר, אז מיר בלייבן אין אים, און ער אין אונדז: ווייל ער האט אונדז געגעבן פון זיין גייסט. \v 14 און מיר האבן געזען און זאגן עדות, אז דער פאטער האט געשיקט דעם זון אלס רעטער פון דער וועלט. \v 15 ווער עס וועט מודה זיין, אז יהושע/ישוע איז דער זון פון דער אויבערשטער, בלייבט ה׳ אין אים, און ער אין ה׳. \v 16 און מיר האבן דערקענט און גלויבן אין דער ליבע, וואס ה׳ האט צו אונדז. ה׳ איז ליבע; און ווער עס בלייבט אין דער ליבע, דער בלייבט אין ה׳, און ה׳ בלייבט אין אים. \v 17 דורך דעם דאזיקן איז די ליבע פארפאלקאמט ביי אונדז: וואס מיר האבן בטחון אין דעם יום הדין; ווייל ווי ער איז, אזוי זענען מיר אויך אין דער דאזיקער וועלט. \v 18 מורא עקזיסטירט נישט אין דער ליבע; נאר די פאלקאמענע ליבע טרייבט ארויס מורא, ווייל מורא האט (צו טאן מיט) עונש; דער אבער, וועלכער האט מורא, ווערט נישט פארפאלקאמט אין דער ליבע. \v 19 מיר האבן ליב, ווייל ער קודם כל האט אונדז ליב געהאט. \v 20 ווען עמיצער זאגט: איך האב ליב ה׳, און האט פיינט זיין ברודער—איז ער א ליגנער; ווארום ווער עס האט נישט ליב זיין ברודער, וועמען ער זעט, דער קען נישט ליב האבן ה׳, וועמען ער זעט נישט. \v 21 און דאס דאזיקע געבאט האבן מיר פון אים; אז ווער עס האט ליב ה׳, דער זאל אויך ליב האבן זיין ברודער. \c 5 \cl קאפיטל פינף \p \v 1 יעדער איינער, וועלכער גלויבט, אז יהושע/ישוע איז דער משיח, דער איז געבוירן פון ה׳; און יעדער איינער, וועלכער האט ליב דעם, וואס האט געבוירן, האט אויך ליב דעם, וואס איז געבוירן געווארן פון אים. \v 2 דורך דעם דאזיקן דערקענען מיר, אז מיר האבן ליב ה׳ס קינדער, ווען מיר האבן ליב ה׳ און טאן זיינע געבאטן. \v 3 ווארום דאס דאזיקע איז די ליבע צו ה׳: אז מיר זאלן אפהיטן זיינע געבאטן; און זיינע געבאטן זענען נישט שווער. \v 4 ווייל אלץ, וואס איז געבוירן געווארן פון ה׳, איז מנצח די וועלט; און דאס דאזיקע איז דער נצחון, וואס האט באזיגט די וועלט: אונדזער אמונה. \v 5 און ווער איז עס, וועלכער איז מנצח די וועלט, אויב נישט דער, וועלכער גלויבט, אז יהושע/ישוע איז דער זון פון דער אויבערשטער? \v 6 ער איז עס, וועלכער איז געקומען דורך וואסער און בלוט, יהושע/ישוע המשיח; נישט בלויז מיט דעם וואסער אליין, נאר מיט דעם וואסער און מיט דעם בלוט. און עס איז דער גייסט, וואס זאגט עדות, ווייל דער גייסט איז דער אמת. \v 7 ווייל עס זענען דריי, וועלכע זאגן עדות: \v 8 דער גייסט, און דאס וואסער, און דאס בלוט; און די דריי זענען אייניק. \v 9 אויב מיר נעמען אָן דאס עדות זאגן פון מענטשן, אזוי איז גרעסער דאס עדות זאגן פון ה׳; ווייל דאס דאזיקע איז דאס עדות זאגן פון ה׳, וואס ער האט עדות געזאגט וועגן זיין זון. \v 10 ווער עס גלויבט אין דעם זון פון דער אויבערשטער, דער האט דאס עדות אין זיך אליין; ווער עס גלויבט נישט ה׳, דער האט אים געמאכט פאר א ליגנער, ווייל ער האט נישט געגלויבט אין דעם עדות, וואס ה׳ האט עדות געזאגט וועגן זיין זון. \v 11 און דאס דאזיקע איז דאס עדות: אז ה׳ האט אונדז געגעבן אייביק לעבן; און דאס דאזיקע לעבן איז אין דעם זון זיינעם. \v 12 ווער עס האט דעם זון, דער האט דאס לעבן; ווער עס האט נישט דעם זון פון דער אויבערשטער, דער האט נישט דאס לעבן. \p \v 13 די דאזיקע זאכן האב איך אייך געשריבן, כדי איר זאלט וויסן, אז איר האט אייביק לעבן; די, וועלכע גלויבן אין דעם נאמען פון דעם זון פון דער אויבערשטער. \v 14 און דאס איז דער בטחון, וואס מיר האבן צו אים: אז ווען מיר בעטן עפעס לויט זיין רצון, הערט ער אונדז; \v 15 און אויב מיר ווייסן, אז ער הערט אונדז, וועגן וואס מיר בעטן, ווייסן מיר, אז מיר האבן די בקשות, וועלכע מיר האבן געבעטן פון אים. \v 16 ווען עמיצער זעט זיין ברודער זינדיקן א חטא, וואס איז נישט צום טויט, זאל ער בעטן (פאר זיינעטוועגן), און ער (ה׳) וועט אים געבן לעבן, פאר די, וועלכע זינדיקן נישט צום טויט. עס איז פאראן א זינד צום טויט; נישט פאר יענער זאג איך, אז ער זאל בעטן! \v 17 יעדע עוולה איז א חטא; און עס איז פאראן א זינד נישט צום טויט. \p \v 18 מיר ווייסן, אז יעדער איינער, וועלכער איז געבוירן געווארן פון ה׳, זינדיקט נישט; נאר דער, וואס איז געבוירן פון ה׳, היט זיך אפ, און דער נישט גוטער רירט אים נישט אָן. \v 19 מיר ווייסן, אז מיר זענען פון ה׳, און די גאנצע וועלט ליגט אין דער (מאכט) פונם נישט גוטן. \v 20 און מיר ווייסן, אז דער זון פון דער אויבערשטער איז געקומען און אונדז געשענקט א פארשטאנד, כדי מיר זאלן דערקענען דעם ווארהאפטיקן; און מיר זענען אין דעם ווארהאפטיקן, אין זיין זון יהושע/ישוע המשיח. דאס איז דער ווארהאפטיקער ג‑ט און דאס אייביקע לעבן. \v 21 קינדער, היט זיך אפ פון די אפג‑טער.