\id 1CO - Orthodox Yiddish Brit Chadasha \ide UTF-8 \h א קארינטער בריוו \toc2 א קארינטער בריוו \toc1 דער ערשטער בריוו פון דעם שליח פוילוס צו די קארינטער \mt1 דער ערשטער בריוו פון דעם שליח פוילוס \mt1 צו די קארינטער \c 1 \p \v 1 פוילוס, בארופן צו זיין א שליח פון יהושע/ישוע המשיח, דורך ה׳ס רצון, און סאסטענעס, דער ברודער, \v 2 צו דער קהלה פון ה׳, וועלכע איז אין קארינט, צו די געהייליקטע אינם משיח יהושע/ישוע, צו די בארופענע קדושים, צוזאמען מיט אלע, וואס רופן אָן דעם נאמען פון אונדזער האר יהושע/ישוע המשיח אויף יעדן ארט, זייער (האר) און אונדזערער; \v 3 חסד צו אייך און שלום פון ג‑ט, אונדזער פאטער, און פון דעם האר יהושע/ישוע המשיח. \p \v 4 איך דאנק ה׳ תמיד פאר אייך, פאר דעם חסד פון ה׳, וואס איז אייך געגעבן געווארן אינם משיח יהושע/ישוע; \v 5 אז אין אלעם זענט איר רייך געווארן אין אים, אין יעדן ווארט און אין יעדן וויסן; \v 6 לויט ווי דאס עדות זאגן פונם משיח האט זיך געגרונטפעסטיקט אין אייך; \v 7 אזוי, אז איר זענט נישט הינטערשטעליק געבליבן אין קיין שום מתנה; ווארטנדיק אויף דער אנטפלעקונג פונם האר אונדזערן יהושע/ישוע המשיח, \v 8 וועלכער וועט אייך אויך גרונטפעסטיקן ביז צו סוף, (כדי איר זאלט זיין) אומשולדיק אין דעם טאג פון אונדזער האר יהושע/ישוע המשיח. \v 9 יא, ה׳ איז געטריי, דורך וועמען איר זענט גערופן געווארן צו דער חברותאשאפט פון זיין זון יהושע/ישוע המשיח דעם האר אונדזערן. \p \v 10 איך בעט אייך אבער, ברידער, דורך דעם נאמען פון אונדזער האר יהושע/ישוע המשיח, אז איר זאלט אלע רעדן (איינס און) דאס זעלביקע, און אז עס זאלן נישט זיין צווישן אייך קיין מחלוקת; נאר אז איר זאלט זיין באפעסטיקט אין דעם זעלביקן זין און אין דער זעלביקער מחשבה. \v 11 ווארום וועגן אייך, ברידער, בין איך געוואר געווארן דורך כלאעס (בני בית), אז עס זענען דא שטרייטיקייטן ביי אייך. \v 12 און איך זאג דאס, ווייל יעדער איינער פון אייך זאגט: איך בין פון פוילוסן (ד.ה. פוילוס איז מיין רבי אא״וו.); און איך פון אפאלאסן; און איך פון כיפא; און איך פון דעם משיח. \v 13 צי איז דען דער משיח צעטיילט געווארן? איז פוילוס פאר אייך אויפגעהאנגען אויף דער בוים געווארן? אדער זענט איר געטובלט געווארן אין דער מקווה אין דעם נאמען פון פוילוסן? \v 14 איך דאנק ה׳, וואס איך האב קיינעם פון אייך נישט טובל געווען אין א מקווה אחוץ קריספוסן און גאיוסן; \v 15 כדי קיינער זאל נישט זאגן, אז איר זענט געטובלט געווארן אין דער מקווה אין מיין נאמען. \v 16 און איך האב אויך געטובלט אין דער מקווה די בני בית פון סטעפאנאסן; ווייטער ווייס איך נישט, צי איך האב טובל געווען אין דער מקווה עמיצן אנדערש. \v 17 ווארום דער משיח האט מיך נישט געשיקט טובל צו זיין אין א מקווה, נאר אנצוזאגן די גוטע בשורה; נישט מיט קיין געקליגלט ווארט, כדי משיחס בוים זאל נישט אנטקרעפטיקט ווערן. \p \v 18 ווארום דאס ווארט פונם בוים איז נארישקייט צו די, וועלכע ווערן פארלוירן; פאר אונדז אבער, וואס ווערן געראטעוועט, איז עס ה׳ס גבורה. \v 19 ווארום עס שטייט געשריבן: \q איך וועל צונישט מאכן די חכמה פון די חכמים, \q און וועל פארווארפן דעם פארשטאנד פון די פארשטאנדיקע. \qr (ישעיהו כט, יד.) \m \v 20 וואו איז דער חכם? וואו דער סופר? וואו דער בעל וויכוח פון דער דאזיקער וועלט? צי האט דען ה׳ נישט צו נאר געמאכט די חכמה פון דער וועלט? \v 21 ווארום אזויווי אין דער חכמה פון ה׳ האט די וועלט נישט דערקענט ה׳ דורך חכמה, האט ה׳ באוויליקט דורך דער נארישקייט פון דרשענען צו ראטעווען די, וואס גלויבן. \v 22 און בעת יידן פארלאנגען אותות און גריכן זוכן חכמה, \v 23 רופן מיר אויס א משיח אויפגעהאנגען אויף דער בוים, פאר יידן טאקע א מיכשול, און פאר גריכן א נארישקייט; \v 24 אבער פאר די גערופענע אליין, סאי יידן סאי גריכן, משיח די גבורה פון ה׳ און די חכמה פון ה׳. \v 25 ווייל ה׳ס נארישקייט איז קליגער ווי מענטשן; און ה׳ס שוואכקייט שטארקער ווי מענטשן. \p \v 26 ווארום איר זעט (דאך) אייער בארופונג, ברידער, אז עס איז נישטא (צווישן אייך) קיין סך חכמים לויט דעם פלייש, נישט פיל מעכטיקע, נישט פיל איידעלע; \v 27 נאר די נארישע זאכן פון דער וועלט האט ג‑ט אויסדערוויילט, כדי צו פארשעמען די חכמים; און די שוואכע זאכן פון דער וועלט האט ה׳ אויסדערוויילט, כדי צו פארשעמען די שטארקע; \v 28 און דאס נישט איידעלע פון דער וועלט, און דאס פאראכטעטע האט ה׳ אויסדערוויילט, אפילו דאס, וואס איז נישט, כדי מבטל צו זיין דאס, וואס איז יא; \v 29 אזוי, אז קיין בשר (ודם) זאל זיך נישט בארימען פאר ה׳. \v 30 פון אים אבער זענט איר אינם משיח יהושע/ישוע, וועלכער איז פאר אונדז געווארן חכמה פון ה׳, און צדקות און קדושה, און גאולה; \v 31 כדי, ווי עס שטייט געשריבן: ווער עס בארימט זיך, דער זאל זיך בארימען אינם האר (ג‑ט). (ירמיהו ט, כג.) \c 2 \cl קאפיטל צוויי \p \v 1 און איך, ברידער, קומענדיק צו אייך, בין נישט געקומען מיט הויכער מליצה אדער חכמה, אייך אנצוזאגן דאס עדות פון ה׳. \v 2 ווארום איך האב מיר פארגענומען גארנישט צו וויסן צווישן אייך, אחוץ יהושע/ישוע המשיחן, און אים אלס אויפגעהאנגען אויף דער בוים. \v 3 און בין געווען ביי אייך אין שלאפקייט און אין פורכט און אין גרויס ציטערניש. \v 4 און דאס ווארט מיינס און מיין דרשענען זענען נישט געווען מיט איבעררעדנדיקע ווערטער פון חכמה, נאר מיט דערווייזונג פון גייסט און גבורה, \v 5 כדי אייער אמונה זאל נישט זיין אין מענטשלעכער חכמה, נאר אין דער גבורה פון ה׳. \p \v 6 חכמה אבער רעדן מיר צווישן די שלמותדיקע, דאך נישט די חכמה פון עולם הזה, אויך נישט פון די מושלים פון דער דאזיקער וועלט, וועלכע ווערן פארלוירן; \v 7 נאר מיר רעדן די חכמה פון ה׳ אין א סוד, די פארבארגענע (חכמה), וועלכע ה׳ האט פון פארצייטנס פארויסבאשטימט פאר אונדזער כבוד וועגן; \v 8 וואס קיינער פון די מושלים פון דער דאזיקער וועלט האט זי נישט געקענט; ווייל וואלטן זיי זי יא געקענט, וואלטן זיי נישט אויפגעהאנגען אויף דער בוים דעם האר פון כבוד; \v 9 נאר ווי עס שטייט געשריבן: \q וואס אויג האט נישט געזען, \q און אויער האט נישט געהערט, \q און עס איז נישט געקומען אויף א מענטשנס הארצן, \q דאס האט ה׳ צוגעגרייט פאר די, וועלכע האבן אים ליב. \qr (ישעיהו סד, ג.) \m \v 10 צו אונדז אבער האט ה׳ עס אנטפלעקט דורך זיין גייסט; ווארום דער גייסט פארשט אלץ אויס, אפילו די טיפענישן פון ה׳. \v 11 ווארום ווער צווישן מענטשן ווייסט וואס (עס טוט זיך) אין א מענטשן, אויב נישט דעם מענטשנס גייסט אין אים? אויך אזוי ווייסט קיינער נישט וואס עס איז אין ה׳, אחוץ ה׳ס גייסט. \v 12 און מיר האבן נישט באקומען דעם גייסט פון דער וועלט, נאר דעם גייסט, וואס איז פון ה׳; כדי מיר זאלן וויסן, וואס עס איז אונדז געשענקט געווארן פון ה׳. \v 13 דערפון רעדן מיר אויך מיט ווערטער, וועלכע נישט מענטשלעכע חכמה לערנט, נאר וועלכע דער רוח הקודש לערנט; פארגלייכנדיק רוחניותדיקע זאכן מיט רוחניותדיקע. \v 14 דער נאטירלעכער מענטש אבער נעמט נישט אָן דאס (וואס קומט) פון ה׳ס גייסט; ווייל עס איז א נארישקייט פאר אים; און ער קען עס (גאר) נישט פארשטיין ווייל עס מוז געמשפט ווערן אויף א רוחניותדיקן אופן. \v 15 דער רוחניותדיקער (מענטש)—(איש הרוח)—אבער משפט אלץ, און ווערט אליין פון קיינעם נישט געמשפט. \v 16 ווארום ווער האט געקענט דעם גייסט פון דעם האר (ג‑ט), אז ער זאל אים (עפעס) לערנען? מיר אבער האבן דעם גייסט פונם משיח. (ישעיהו מ, יג.) \c 3 \cl קאפיטל דריי \p \v 1 און איך, ברידער, האב נישט געקענט רעדן צו אייך ווי צו רוחניותדיקע (מענטשן) נאר ווי צו פליישלעכע, ווי צו זייגעדיקע קינדער אינם משיח. \v 2 מילך האב איך אייך געגעבן צו טרינקען, נישט קיין מאכל; ווארום איר האט עס נישט געקענט פארטראגן; און אפילו איצט קענט איר עס נאך אויך נישט פארטראגן; \v 3 ווייל איר זענט נאך אלץ פליישלעך; ווארום כל זמן עס איז דא צווישן אייך קנאה און קריגעריי, זענט איר דען נישט פליישלעך און לעבט ווי (פשוטע) מענטשן? \v 4 ווארום ווען איינער זאגט: איך בין פון פוילוסן; און אן אנדערער: איך בין פון אפאלאסן: זענט איר (דען) נישט (פשוטע) מענטשן? \v 5 וואס איז דען אפאלאס? און וואס פוילוס? נאר משרתים, דורך וועלכע איר האט געגלויבט; און יעדער איינער, ווי דער האר האט אים געגעבן. \v 6 איך האב געפלאנצט, אפאלאס האט באוואסערט; ה׳ אבער האט געמאכט וואקסן. \v 7 אזוי ארום איז שוין דער פלאנצער גארנישט, און דער באוואסערער גארנישט; נאר ה׳, וועלכער מאכט וואקסן. \v 8 דער פלאנצער און דער באוואסערער זענען איינס; און יעדער וועט באקומען זיין אייגענעם שכר לויט זיין אייגענער פראצע. \v 9 ווארום מיר זענען ה׳ס מיטארבעטער: ה׳ס אקערפעלד, ה׳ס בנין זענט איר. \p \v 10 לויט דעם חסד פון ה׳, וואס איז מיר געגעבן געווארן, האב איך ווי א קלוגער בוימייסטער געלייגט א יסוד; אן אנדערער אבער בויט (דערויף). זאל זשע יעדער אכטונג געבן, וויאזוי ער טוט דערויף בויען. \v 11 ווארום קיינער קען נישט לייגן קיין אנדערן יסוד, אחוץ דעם, וואס ליגט (שוין), וועלכער איז יהושע/ישוע המשיח. \v 12 אויב אבער עמיצער בויט אויף דעם דאזיקן יסוד גאלד, זילבער, טייערע שטיינער, האלץ, היי, שטרוי, \v 13 וועט יעדנס ארבעט אנטפלעקט ווערן; ווארום דער טאג וועט עס מאכן (באשיימפערלעך) קלאר, ווייל עס וועט זיך אנטפלעקן דורך פייער; און דאס פייער אליין וועט אויספרובירן יעדנס ארבעט, פון וואס פאר א מין זי איז. \v 14 וועט עמיצנס ארבעט, וואס ער האט דערויף געבויט, בלייבן (שטיין), וועט ער באקומען א שכר. \v 15 וועט עמיצנס ארבעט פארברענט ווערן, וועט ער ליידן שאדן; אליין אבער וועט ער ניצול ווערן; דאך ווי דורך פייער. \p \v 16 צי ווייסט איר (דען) נישט, אז איר זענט ה׳ס היכל, און אז דער גייסט פון ה׳ וואוינט אין אייך? \v 17 אויב עמיצער צעשטערט ה׳ס היכל, וועט ה׳ אים צעשטערן; ווייל ה׳ס היכל איז הייליק, און איר זענט עס. \p \v 18 זאל זיך קיינער נישט באטריגן. אויב עמיצער צווישן אייך מיינט, אז ער איז א חכם אין דער וועלט, זאל ער ווערן צו נאר, כדי ער זאל ווערן קלוג. \v 19 ווארום די חכמה פון דער דאזיקער וועלט איז טפשות ביי ה׳; ווייל עס שטייט געשריבן: ער פאנגט די חכמים אין זייער כיטרעקייט; (איוב ה, יג.) \v 20 און ווידער: דער האר ווייסט די מחשבות פון די חכמים, אז זיי זענען פוסט. (תהלים צד, יא.) \v 21 זאל זיך דערפאר קיינער נישט בארימען מיט מענטשן. ווארום אלץ איז אייערס, \v 22 צי פוילוס, צי אפאלאס, צי כיפא, צי די וועלט, צי דאס לעבן, צי דער טויט, צי דאס קעגנווערטיקע, צי דאס צוקונפטיקע: אלץ געהערט צו אייך, \v 23 און איר צום משיח, און דער משיח צו ה׳. \c 4 \cl קאפיטל פיר \p \v 1 אזוי זשע זאל אונדז (יעדער) מענטש באטראכטן, ווי משרתים פונם משיח און ווי פארוואלטער פון די סודות פון ה׳. \v 2 דא איבריקנס ווערט פארלאנגט ביי פארוואלטער, אז יעדער איינער זאל געפונען ווערן געטריי. \v 3 פאר מיר אבער איז עס א קלייניקייט געמשפט צו ווערן פון אייך, אדער פון א מענטשלעכן יום (הדין); אפילו אליין משפט איך מיך אויך נישט. \v 4 ווייל איך ווייס גארנישט קעגן מיר אליין; נאר מיט דעם דאזיקן בין איך (נאך) נישט גערעכטפערטיקט; עס איר אבער דער האר, וועלכער איז מיך דן. \v 5 דערפאר זאלט איר גארנישט משפטן פאר דער וועט צייט, ביז דער האר וועט קומען, וועלכער אויך באלויכטן די פארבארגענע זאכן פון דער פינצטערניש און אנטפלעקן די פארלאנגען פון די הערצער; און דעמאלט וועט יעדער איינער באקומען זיין לויב פון ה׳. \p \v 6 און דאס, ברידער, האב איך אנגעווענדט אויף מיר אליין און אויף אפאלאסן פון אייערטוועגן; כדי איר זאלט אין אונדז לערנען (וואס עס באטייט): נישט אויסער פון דעם, וואס עס שטייט געשריבן! כדי קיינער זאל זיך נישט אויפבלאזן פאר דעם איינעם קעגן דעם אנדערן. \v 7 ווארום ווער מאכט דיך אויסגעצייכנטער? און וואס (אזוינס) האסטו, וועלכעס דו האסט נישט באקומען? אויב אבער דו האסט (עס שוין יא) באקומען, וואס בארימסטו זיך, ווי דו וואלסט עס נישט מקבל געווען? \v 8 שוין, איר זענט שוין זאט געווארן, איר זענט שוין רייך געווארן, איר קעניגט שוין—אָן אונדז; און הלוואי וואלט איר געקעניגט, כדי מיר זאלן מיטקעניגן מיט אייך. \v 9 ווארום עס שיינט מיר אויס, אז ה׳ האט אונדז, די שליחים, אויסגעשטעלט אלס (סאמע) לעצטע, ווי פארמשפטע צום טויט; ווייל מיר זענען געווארן א ספעקטאקל פאר דער וועלט און פאר מלאכים און פאר מענטשן. \v 10 מיר (זענען) די נאראנים צוליב משיחן, איר אבער (זענט) חכמים אינם משיח; מיר—שוואכע, איר אבער—גיבורים; איר האט כבוד, מיר אבער (ווערן) מבזה. \v 11 ביז צו דער איצטיקער שעה הונגערן מיר און דורשטן, און זענען נאקעט, און ווערן געשלאגן און האבן נישט קיין היים; \v 12 און הארעווען, ארבעטנדיק מיט (אונדזערע) אייגענע הענט; שעלט מען אונדז, בענטשן מיר, ווערן מיר גערודפט, האלטן מיר אויס; \v 13 באליידיקט מען אונדז, רעדן מיר זיסע רייד; ווי דאס אויסקערעכץ פון דער וועלט זענען מיר געווארן, אלעמענס אפפאל ביז אצונד. \p \v 14 נישט אייך צו פארשעמען שרייב איך דאס, נאר, ווי געליבטע קינדער מיינע, אייך צו זאגן מוסר. \v 15 ווארום ווען אפילו איר וואלט געהאט צען טויזנט מדריכים אינם משיח, האט איר אבער נישט געהאט קיין סך פאטערס; ווייל אינם משיח יהושע/ישוע האב איך אייך געבוירן דורך דער בשורה טובה. \v 16 דעריבער בעט איך אייך, זייט מיינע נאכפאלגער. \v 17 אָט צוליב דעם האב איך געשיקט צו אייך טימאטעוסן, וועלכער איז מיין געליבט און געטריי קינד אינם האר, וואס וועט אייך דערמאנען מיינע דרכים אינם משיח יהושע/ישוע, ווי אזוי איך לערן אומעטום אין יעדער קהלה. \v 18 אייניקע האבן זיך אנגעבלאזן, גלייך ווי איך וואלט נישט געקומען צו אייך. \v 19 איך וועל אבער באלד קומען צו אייך, אם ירצה ה׳, און וועל אויסגעפונען, נישט די רייד פון די אנגעבלאזענע, נאר די גבורה זייערע. \v 20 ווארום דאס קעניגרייך פון ה׳ איז נישט אין ווארט, נאר אין גבורה. \v 21 וואס ווילט איר? זאל איך קומען צו אייך מיט א רוט, אדער מיט ליבע און מיט דעם גייסט פון ענווה? \c 5 \cl קאפיטל פינף \p \v 1 אומעטום הערט מען וועגן זנות ביי אייך, און אזא זנות, וואס (טרעפט זיך) אפילו נישט ביי די אומות (העולם), אז עמיצער זאל האבן דעם פאטערס ווייב. \v 2 און איר זענט אויפגעבלאזן? האט איר נישט ליבער געדארפט טרויערן, כדי דער, וועלכער טוט אזא מעשה, זאל אוועקגענומען ווערן פון אייער מיט? \v 3 ווארום איך, הגם ווייט פון אייך וואס שייך דעם גוף, אבער מיט אייך אינם גייסט, האב שוין געמשפט, גלייך ווי איך וואלט געווען אנוועזנד, דעם, וועלכער האט דאס דאזיקע אזוי געטאן, \v 4 אז אין דעם נאמען פון אונדזער האר יהושע/ישוע, בשעת איר וועט זיך צוזאמענקומען און מיין גייסט מיט אייך מיט דער גבורה פון דעם האר אונדזערן יהושע/ישוע, \v 5 איבערצוגעבן אזא מענטשן צום שׂטן צו דער פארדארבונג פונם פלייש, כדי דער גייסט זאל ניצול ווערן אינם טאג פון דעם האר. \v 6 אייער בארימען זיך איז נישט גוט. צי ווייסט איר דען נישט, אז א קליין ביסל חמץ מאכט זויער דאס גאנצע טייג? \v 7 רוימט זשע אויס דאס אלטע חמץ, כדי איר זאלט ווערן א ניי טייג; אזוי ווי איר זענט מצות. ווארום אויך אונדזער (קרבן) פסח איז מקריב געווארן, דער משיח; \v 8 לאמיר זשע אזוי האלטן יום טוב, נישט מיטן אלטן חמץ, אויך נישט מיטן חמץ פון רשעות און בייז, נאר מיט די מצות פון לויטערקייט און אמת. \p \v 9 איך האב אייך געשריבן אין א בריוו, אז איר זאלט זיך נישט מישן מיט זונים; \v 10 דאך (הייסט דאס נישט) בכלל נישט מיט די זונים פון דער וועלט, אדער מיט די געלטגייציקע און גזלנים, אדער געצנדינער; ווייל איר וואלט דאן געדארפט ארויסגיין פון דער וועלט; \v 11 איצט אבער האב איך אייך געשריבן, אז איר זאלט זיך נישט מישן, ווען עמיצער, וועלכער רופט זיך ברודער, איז א נואף, אדער א געלטגייציקער, אדער א געצנדינער, אדער א לעסטערער, אדער א שכור, אדער א גזלן; מיט אזעלכן זאלט איר אפילו נישט עסן צוזאמען. \v 12 ווארום וואס האט עס צו טאן מיט מיר צו משפטן די, וואס זענען אויסערהאלב (פון דער קהלה)? איר משפט דאך אפילו נישט די, וועלכע זענען אינעווייניק! \v 13 די אבער אינדרויסן וועט ה׳ משפטן. רוימט אויס דעם שלעכטן מענטשן פון צווישן אייך. \c 6 \cl קאפיטל זעקס \p \v 1 ווי וואגט עס דער פון אייך, וואס האט עפעס קעגן אן אנדערן, זיך צו לאדענען פאר די רשעים, און נישט פאר די קדושים? \v 2 אדער ווייסט איר נישט, אז די קדושים וועלן משפטן די וועלט? און אויב די וועלט וועט געמשפט ווערן דורך אייך, צי זענט איר דען נישט ראוי צו משפטן אין קלייניקייטן? \v 3 צי ווייסט איר דען נישט, אז מיר וועלן משפטן מלאכים? אפשיטא שוין וואס איז נוגע דיני ממונות! \v 4 און איר, אויב איר האט עפעס (צו אנטשיידן) וואס שייך דיני ממונות, זעצט איר די נישט אנגעזענע אין דער קהלה פאר שופטים? \v 5 צו אייער חרפה זאג איך עס. אזוי, עס געפינט זיך טאקע נישט קיין איין חכם צווישן אייך, וועלכער וואלט געקענט אויסגלייכן צווישן ברודער און ברודער? \v 6 נאר א ברודער משפט זיך מיט א ברודער, און דאס דאזיקע (טוט ער) פאר די אומגלויביקע! \v 7 איבערהויפט איז עס שוין א ירידה פאר אייך, אז איר האט צווישן זיך משפטים. פארוואס ליידט איר נישט ליבער אן עוולה? פארוואס לאזט איר זיך נישט ליבער בארויבן? \v 8 נאר איר אליין טוט עוולות און בארויבט, און דאס דאזיקע (טוט איר צו) ברידער! \v 9 אדער ווייסט איר נישט, אז רשעים וועלן נישט ירשענען דאס קעניגרייך פון ה׳? באטריגט זיך נישט אליין: נישט קיין זונים, נישט קיין געצנדינער, נישט קיין נואפים, נישט קיין בעלי תאוות, נישט קיין מענטשנשענדער, \v 10 נישט קיין גנבים, נישט קיין (געלט) גיריקע, נישט קיין זויפער, נישט קיין לעסטערער, נישט קיין רויבער, וועלן ירשענען דאס קעניגרייך פון ה׳. \v 11 און אזעלכע זענען אייניקע פון אייך געווען; נאר איר זענט געוואשן געווארן, נאר איר זענט געהייליקט געווארן, נאר איר זענט גערעכטפערטיקט געווארן אין דעם נאמען פון דעם האר יהושע/ישוע המשיח און אין דעם גייסט פון אונדזער ג‑ט. \p \v 12 אלץ איז מיר מותר (ציטירן ניטציטירן); אבער נישט אלץ איז גוט (פאר מיר). אלץ איז מיר מותר (ציטירן ניטציטירן); אבער איך וויל פון גארנישט ווערן באהערשט. \v 13 מאכלים פארן בויך, און דער בויך פאר די מאכלים (ציטירן ניטציטירן); ה׳ וועט אבער דאס און יענע פארניכטן. דער גוף איז נישט פאר זנות, נאר פאר דעם האר; און דער האר פאר דעם גוף; \v 14 און ה׳ האט אויפגעוועקט דעם האר (פון די טויטע), און וועט אונדז אויך אויפוועקן דורך זיין גבורה. \v 15 צי ווייסט איר דען נישט, אז אייערע גופים זענען אברים פון דעם משיח? זאל איך זשע נעמען די אברים פון משיח און זיי מאכן פאר די אברים פון א זונה? חס ושלום! \v 16 אדער ווייסט איר נישט, אז דער, וואס באהעפט זיך מיט א זונה, איז איין גוף (מיט איר)? ווארום ער זאגט: די צוויי וועלן זיין איין פלייש. (בראשית ב, כד.) \v 17 דער אבער, וועלכער באהעפט זיך מיט דעם האר, איז איין גייסט. \v 18 אנטרינט זשע פון זנות. יעדע זינד, וואס א מענטש באגייט, איז אויסער דעם גוף (ציטירן ניטציטירן); דער אבער, וועלכער איז מזנה, זינדיקט קעגן זיין אייגענעם גוף. \v 19 אדער ווייסט איר נישט, אז אייער גוף איז א היכל פאר דעם רוח הקודש, וועלכער איז אין אייך, וועמען איר האט פון ה׳? און איר געהערט נישט צו זיך אליין, \v 20 ווארום איר זענט טייער געקויפט געווארן; דעריבער זאלט איר אפגעבן כבוד צו ה׳ אין אייער גוף! \c 7 \cl קאפיטל זיבן \p \v 1 און וואס שייך דעם, וואס איר האט געשריבן; עס איז גוט פאר א מענטשן נישט אנצורירן א פרוי (ציטירן ניטציטירן). \v 2 נאר צוליב זנות זאל יעדער (מאן) האבן זיין אייגן ווייב, און יעדע פרוי איר אייגענעם מאן. \v 3 זאל דער מאן אפגעבן זיין חוב צו דער פרוי; און פונקט אזוי די פרוי דעם מאן. \v 4 די פרוי האט נישט קיין דעה צו זאגן איבער איר אייגן לייב, נאר דער מאן; און פונקט אזוי האט דער מאן נישט קיין דעה צו זאגן איבער זיין אייגן לייב, נאר די פרוי. \v 5 שיידט זיך נישט אפ איינס פונם אנדערן, אחוץ אויב איר זענט מרוצה דערויף ביז צו א געוויסער צייט, כדי איר זאלט זיך אפגעבן מיט תפילה, און קומט זיך ווידער צונויף, כדי דער שׂטן זאל אייך נישט ברענגען צו קיין נסיון דורך אייער נישט איינגעהאלטנקייט. \v 6 און דאס דאזיקע זאג איך בדרך רשות, נישט ווי א געבאט. \v 7 איך וואלט געוואלט, אז אלע מענטשן זאלן זיין ווי איך בין אליין. נאר יעדער איינער האט זיין אייגענע מתנה פון ה׳, דער אזוי, און דער אזוי. \p \v 8 און צו די נישט חתונה געהאטע און צו די אלמנות זאג איך: עס איז גוט פאר זיי צו בלייבן אזוי, ווי איך בין. \v 9 נאר אויב זיי קענען זיך נישט איינהאלטן, זאלן זיי חתונה האבן; ווארום עס איז בעסער חתונה צו האבן ווי צו ברענען (פון תאווה). \v 10 און די פארהייראטע זאג איך אָן, נישט איך, נאר דער האר, אז א פרוי זאל זיך נישט אפשיידן פונם מאן; \v 11 נאר אויב זי האט זיך געשיידט, זאל זי בלייבן נישט פארהייראט, אדער זיך איבערבעטן מיטן מאן; און א מאן זאל נישט פארלאזן זיין ווייב. \v 12 צו די איבריקע אבער זאג איך, נישט דער האר, אויב א ברודער האט אן אומגלויביק ווייב, און זי איז מסכים צו וואוינען מיט אים, זאל ער זי נישט פארלאזן. \v 13 און אויב א פרוי האט אן אומגלויביקן מאן, און ער שטימט איין מיט איר צו וואוינען, זאל זי נישט פארלאזן דעם מאן. \v 14 ווארום דער אומגלויביקער מאן ווערט געהייליקט דורך דער פרוי, און די אומגלויביקע פרוי ווערט געהייליקט דורך דעם ברודער; ווייל ווען נישט, וואלטן אייערע קינדער געווען טמאים, זיי זענען איצט אבער הייליק. \v 15 אויב אבער דער אומגלויביקער וויל זיך שיידן, זאל ער זיך שיידן: אין אזעלכע פאלן איז דער ברודער אדער די שוועסטער נישט קנעכטיש געבונדן; דען ה׳ האט אייך גערופן (צו לעבן) בשלום. \v 16 ווארום וואס ווייסטו, פרוי, אפשר וועסטו ראטעווען דעם מאן? אדער וואס ווייסטו, מאן, אפשר וועסטו ראטעווען דיין ווייב? \v 17 נאר ווי דער האר האט יעדן צוגעטיילט, ווי ה׳ האט יעדן בארופן, אזוי זאל ער זיך נוהג זיין. און אזוי באפעל איך אין אלע קהלות. \v 18 איז דער בארופענער א געמלטער? זאל ער נישט ווערן אומגעמלט, איז עמיצער בארופן געווארן אלס אן ערל? זאל ער זיך נישט מל זיין. \v 19 די מילה איז גארנישט, און די ערלה איז גארנישט; נאר דאס אפהיטן די מצוות פון ה׳. \v 20 זאל יעדער איינער בלייבן אין דער דאזיקער בארופונג, אין וועלכער ער איז בארופן געווארן. \v 21 ביסטו בארופן געווארן אלס א קנעכט? מאך דיר נישט קיין דאגות דעריבער; נאר אויב דו קענסט באפרייט ווערן, נוץ עס ליבער אויס. \v 22 ווארום ווער עס איז בארופן געווארן אינם האר אלס א קנעכט, דער איז דעם הארס א באפרייטער (מענטש); פונקט אזוי איז דער, וועלכער איז בארופן געווארן אלס א פרייער (מענטש), א קנעכט פונם משיח. \v 23 איר זענט טייער געקויפט געווארן; ווערט זשע נישט קיין קנעכט פון מענטשן. \v 24 ברידער, זאל יעדער איינער פארבלייבן אין דעם שטאנד, אין וועלכן ער איז בארופן געווארן פאר ה׳. \p \v 25 און וואס שייך בתולות, האב איך נישט קיין געבאט פון דעם האר; איך גיב נאר מיין מיינונג, ווי אזעלכער, וואס האט דערלאנגט רחמים דורך דעם האר, צו זיין געטריי. \v 26 איך האלט דעריבער דאס דאזיקע פאר גוט צוליב דער איצטיקער שווערער צייט, אז עס איז גוט פאר א מענטשן אזוי צו בלייבן: \v 27 ביסטו געבונדן צו א פרוי? זוך נישט פריי צו ווערן. ביסטו פריי געווארן פון א פרוי? זוך נישט קיין ווייב. \v 28 און ווען דו זאלסט אפילו חתונה האבן, האסטו (אויך) נישט געזינדיקט; און ווען די בתולה האט חתונה, האט זי (אויך) נישט געזינדיקט. אזעלכע וועלן אבער האבן צרות אינם לייב; און איך וויל עס אייך איינשפארן. \v 29 איך זאג אבער דאס דאזיקע, ברידער: די צייט איז קורץ, כדי פון איצט אָן זאלן די, וועלכע האבן פרויען, זיין, ווי זיי וואלטן נישט געהאט; \v 30 און די וויינענדיקע, ווי זיי וואלטן נישט געוויינט; און די, וועלכע זענען זיך משמח, ווי זיי וואלטן זיך נישט משמח געווען; און די, וועלכע קויפן איין, ווי זיי וואלטן גארנישט פארמאגט; \v 31 און די, וועלכע געברויכן די וועלט, ווי זיי וואלטן זי נישט געברויכט; ווארום דאס געשטאלט פון דער דאזיקער וועלט פארגייט. \v 32 און איך וויל איר זאלט זיין אָן דאגות. דער נישט פארהייראטער קימערט זיך פאר די זאכן פונם האר, וויאזוי ער זאל וואוילגעפעלן דעם האר; \v 33 דער חתונה געהאטער קימערט זיך וועגן די זאכן פון דער וועלט, וויאזוי ער זאל וואוילגעפעלן זיין ווייב; \v 34 און ער איז צעטיילט. און די נישט פארהייראטע פרוי און די בתולה זארגט זיך פאר די זאכן פונם האר, כדי זי זאל זיין הייליק סאי אינם קערפער סאי אינם גייסט; די חתונה געהאטע (פרוי) אבער זארגט זיך וועגן די זאכן פון דער וועלט, וויאזוי זי זאל וואוילגעפעלן דעם מאן. \v 35 און איך זאג דאס דאזיקע פאר אייער אייגענעם נוצן; נישט כדי צו ווארפן א נעץ אויף אייך, נאר ווי עס איז בכבודיק, און איר זאלט קענען דינען דעם האר אומגעשטערט. \v 36 אויב אבער עמיצער מיינט, אז ער טוט אָן זיין בתולה א חרפה, אויב זי זאל פארבייגיין אירע רייפע יארן, און עס איז אזוי ארום א חוב, זאל ער טאן, וואס ער וויל; ער באגייט נישט קיין זינד; זיי מעגן חתונה האבן. \v 37 ווער אבער עס שטייט פעסט אין זיין הארצן, ווייל ער איז נישט געצוואונגען, און האט מאכט איבער זיין אייגענעם ווילן, און האט דאס דאזיקע באשלאסן אין זיין אייגענעם הארצן אפצוהיטן זיין בתולה, טוט ער וואויל. \v 38 אזוי ארום אויך דער, וועלכער מאכט חתונה זיין בתולה, טוט וואויל; און דער, וועלכער מאכט זי נישט חתונה, וועט טאן בעסער. \v 39 א פרוי איז געבונדן כל זמן דער מאן אירער לעבט; און ווען איר מאן שטארבט, איז זי פריי חתונה צו האבן מיט וועמען זי וויל; נאר אינם האר. \v 40 וויילער אבער איז איר, לויט מיין מיינונג, ווען זי בלייבט אזוי; און מיר שיינט אויס, אז אויך איך האב דעם גייסט פון ה׳. \c 8 \cl קאפיטל אכט \p \v 1 און וואס שייך קרבנות צו אפג‑טער: ווייסן מיר, אז מיר אלע האבן דערקענטעניש (ציטירן ניטציטירן). די דערקענטעניש בלאזט אויף, די ליבע אבער בויט אויף. \v 2 אויב איינער רעדט זיך איין, אז ער קען עפעס, ווייסט ער נאך נישט, וויאזוי ער דארף קענען; \v 3 ווער אבער עס האט ליב ה׳, דער איז פון אים דערקענט. \v 4 דעריבער, וועגן דעם עסן פון קרבנות צו אפג‑טער, ווייסן מיר, אז אן אפג‑ט איז גארנישט אין דער וועלט, און אז עס איז נישטא קיין ג‑ט אחוץ דעם איינעם. \v 5 און ווען אפילו עס געפינען זיך אזוי גערופענע ג‑טער, צי אין הימל, צי אויף דער ערד, ווי עס זענען טאקע פאראן א סך ג‑טער און א סך הארן, \v 6 דאך פאר אונדז—נאר איין ג‑ט, דער פאטער, פון וועמען אלץ איז, און מיר פאר אים; און איין האר, יהושע/ישוע המשיח, דורך וועמען אלץ איז, און מיר דורך אים. \v 7 די (דאזיקע) דערקענטעניש איז אבער נישט אין אלעמען; נאר אייניקע, אין דער געוואוינהייט ביז איצט צום אפג‑ט, עסן עס ווי א קרבן צו אפג-טער; און ווייל זייער געוויסן איז שוואך, ווערט עס באפלעקט. \v 8 שפייז אבער ברענגט אונדז נישט נענטער צו ה׳; נישט מיר פארלירן, ווען מיר עסן נישט, נישט מיר געווינען, ווען מיר עסן יא. \v 9 זעט אבער אז די דאזיקע פרייהייט אייערע זאל נישט ווערן קיין מיכשול פאר די שוואכע. \v 10 ווארום אויב עמיצער זעט דיך, וועלכער האסט דערקענטעניש, זיצן (ביים טיש) אין דעם געצנטעמפל, צי וועט דען נישט דאס געוויסן פון דעם, וואס איז שוואך, זיך דערמוטיקן צו עסן פון די קרבנות צו די אפג‑טער? \v 11 און דורך דיין דערקענטעניש ווערט דער שוואכער פארלוירן, דער ברודער, פאר וועמען דער משיח איז געשטארבן. \v 12 און זינדיקנדיק אזוי קעגן די ברידער, און פארוואונדנדיק זייער שוואך געוויסן, זינדיקט איר קעגן דעם משיח. \v 13 דערפאר, אויב א מאכל פארפירט מיין ברודער צום שטרויכלען, וועל איך אויף אייביק בשום אופן מער נישט עסן קיין פלייש, כדי איך זאל נישט פארפירן מיין ברודער צום שטרויכלען. \c 9 \cl קאפיטל ניין \p \v 1 צי בין איך דען נישט פריי? צי בין איך דען נישט קיין שליח? צי האב איך דען נישט געזען אונדזער האר יהושע/ישוע? צי זענט איר דען נישט מיין ווערק אינם האר? \v 2 אויב פאר אנדערע בין איך נישט קיין שליח, דאך פאר אייך בין איך יא; ווארום די חתימה פון מיין שליחות זענט איר אינם האר. \v 3 מיין פארטיידיקונג פאר די, וועלכע משפטן מיך, איז דאס: \v 4 צי האבן מיר דען נישט קיין רשות צו עסן און צו טרינקען? \v 5 צי האבן מיר דען נישט קיין רשות ארומצופירן א שוועסטער אלס א ווייב? ווי אויך די איבעריקע שליחים און די ברידער פון דעם האר און כיפא. \v 6 אדער בין איך עס אליין און בר‑נבא, וואס מיר האבן נישט קיין רשות נישט צו ארבעטן? \v 7 ווען דינט עס א זעלנער אויף זיינע אייגענע הוצאות? ווער פלאנצט עס א וויינגארטן, און עסט נישט זיין פרוכט? אדער ווער פאשעט א סטאדע, און עסט נישט פון דער מילך פון דער סטאדע? \v 8 איך רעד דאס פשוט ווי א מענטש? צי זאגט עס דען נישט אפילו די תורה? \v 9 ווארום אין תורת משה שטייט געשריבן: דו זאלסט נישט פארשליסן אן אקס דאס מויל, ווען ער דרעשט. (דברים כה, ד.) צי זארגט זיך דען ה׳ (נאר) פאר אקסן? \v 10 אדער זאגט ער עס פאר אונדזערטוועגן בכלל? יא, פאר אונדזערטוועגן איז עס געשריבן געווארן; ווייל דער אקערער דארף אקערן מיט האפענונג, און דער דרעשער מיט האפענונג צו האבן א חלק. \v 11 אויב מיר האבן אייך פארזייט רוחניותדיקע זאכן, איז עס אזא גרויסע זאך, אויב מיר זאלן שניידן אייערע גשמיותדיקע זאכן? \v 12 אויב אנדערע האבן א חלק אינם רשות איבער אייך, האבן מיר דען נישט מער (רשות)? מיר אבער האבן נישט אויסגענוצט דאס דאזיקע רשות, נאר מיר שטייען אלץ אויס, כדי מיר זאלן נישט פארשאפן קיין שום שטערונג פאר דער בשורה טובה פונם משיח. \v 13 צי ווייסט איר דען נישט, אז די, וועלכע באשעפטיקן זיך מיט הייליקע עבודות, עסן פון די זאכן אין בית המקדש, און די, וועלכע באדינען ביים מזבח, האבן א חלק אין מזבח? \v 14 און אזוי האט אויך דער האר מתקן געווען פאר די, וועלכע זאגן אָן די בשורה טובה, צו לעבן פון דער בשורה טובה. \v 15 איך אבער האב מיך נישט באנוצט מיט קיינס פון די דאזיקע זאכן; און האב דאס נישט געשריבן, כדי מען זאל עס אזוי טאן לגבי מיר; ווארום עס איז מיר ליבער צו שטארבן, ווי עמיצער זאל צונישט מאכן מיין רום. \v 16 ווארום אויב איך זאג אָן די גוטע בשורה, האב איך נישט מיט וואס זיך צו בארימען, ווייל עס ליגט אויף מיר א חוב; ווארום וויי איז מיר, ווען איך זאג נישט אָן די גוטע בשורה! \v 17 ווארום אויב איך טו דאס דאזיקע פרייוויליק, האב איך א שכר; אויב אבער נישט גערן—איז עס א פארוואלטונג מיר אנפארטרויט. \v 18 וואס זשע איז מיין שכר? אז אנזאגנדיק די בשורה טובה, זאל איך פארלייגן די בשורה טובה בחינם, און נישט מאכן קיין געברויך פון מיין רשות אין דער גוטער בשורה. \v 19 ווארום זייענדיק פריי פון אלעמען, האב איך מיך געמאכט פאר אלעמענס קנעכט, כדי איך זאל מער (מענטשן) געווינען. \v 20 און צו יידן בין איך געווארן ווי א ייד, כדי איך זאל געווינען יידן; צו די, וואס זענען אונטער דער (מחמיר חומרא) תורה, ווי אונטער דער (מחמיר חומרא) תורה, נישט זייענדיק אליין אונטער דער (מחמיר חומרא) תורה, כדי איך זאל געווינען די, וואס זענען אונטער דער (מחמיר חומרא) תורה; \v 21 צו די, וואס זענען אָן א תורה, ווי אָן א תורה, דאך נישט זייענדיק ווי אָן א תורה פאר ה׳, נאר אין דער תורה פון דעם משיח, כדי איך זאל געווינען די, וואס זענען אָן א תורה. \v 22 איך בין געווארן צו די שוואכע א שוואכער, כדי איך זאל געווינען די שוואכע; איך בין געווארן אלץ צו אלעמען, כדי אויף יעדן אופן זאל איך ראטעווען אייניקע. \v 23 און אלץ טו איך צוליב דער גוטער בשורה, כדי איך זאל האבן א חלק אין איר. \v 24 צי ווייסט איר דען נישט, אז די, וואס לויפן אויף דער ארענע, לויפן טאקע אלע, איינער אבער דערלאנגט דעם פריז? אזוי זאלט איר לויפן, כדי איר זאלט עס באקומען. \v 25 און יעדער באקסער באהערשט זיך אין אלעם. און זיי (טאן עס) כדי זיי זאלן באקומען א פארדארבלעכע קרוין; מיר אבער אן אומפארדארבלעכע. \v 26 דעריבער לויף איך אזוי, נישט ווי אין דער פינסטער; אזוי באקס איך, נישט ווי איינער, וואס שלאגט די לופט; \v 27 נאר איך אונטערדריק מיין גוף און האלט אים אין קנעכטשאפט, כדי בשעת איך האב געדרשנט צו אנדערע, זאל איך אליין נישט פארווארפן ווערן. \c 10 \cl קאפיטל צען \p \v 1 ווארום איך וויל נישט פון אייך פארהוילן, ברידער, אז אלע אונדזערע פאטערס זענען געווען אונטער דעם וואלקן, און אלע זענען אריבערגעגאנגען דעם ים; \v 2 און אלע זענען מקווה געטובלט געווארן צו משהן אין דעם וואלקן און אין דעם ים; \v 3 און אלע האבן געגעסן די זעלביקע רוחניותדיקע שפייז; \v 4 און אלע האבן געטרונקען דאס זעלביקע רוחניותדיקע געטראנק; ווארום זיי האבן געטרונקען פון דעם רוחניותדיקן פעלדזנשטיין, וועלכער האט זיי באגלייט; און דער פעלדזנשטיין איז געווען דער משיח. \v 5 נאר אין די מערסטע פון זיי האט ה׳ נישט געהאט קיין וואוילגעפעלן; ווארום זיי זענען אומגעקומען אין דער מדבר. \v 6 און די דאזיקע זאכן זענען געשען אלס פארבילדער פאר אונדזערטוועגן, כדי מיר זאלן נישט גלוסטן צום בייזן, ווי יענע האבן געגלוסט. \v 7 און איר זאלט אויך נישט זיין קיין געצנדינער, ווי א טייל פון זיי; ווי עס שטייט געשריבן: דאס פאלק האט זיך אנידערגעזעצט צו עסן און טרינקען, און זענען אויפגעשטאנען צו שפילן. (שמות לב, ו.) \v 8 און לאמיר אויך נישט מזנה זיין, ווי א טייל פון זיי האבן מזנה געווען, און עס זענען געפאלן אין איין טאג דריי און צוואנציק טויזנט. \v 9 לאמיר אויך נישט אויספרואוון דעם האר (ג‑ט), ווי א טייל פון זיי האבן אויסגעפרואווט, און זענען אומגעקומען פון די שלאנגען. \v 10 מורמלט אויך נישט, ווי א טייל פון זיי האבן געמורמלט, און זענען אומגעקומען דורך דעם משחית. \v 11 דאס אלץ איז צו יענע געשען פאר א פארבילד, און עס איז געשריבן געווארן ווי א מוסר פאר אונדזערטוועגן, צו וועמען די וועלט צייטן האבן דערגרייכט זייער ציל. \v 12 דעריבער דער, וואס מיינט, אז ער שטייט, זאל אכטונג געבן, אז ער זאל נישט פאלן. \v 13 קיין נסיון האט אייך נישט אנגעכאפט, אחוץ וואס א מענטש קען פארטראגן; ה׳ אבער איז געטריי, וועלכער וועט אייך נישט לאזן אויסגעפרואווט ווערן איבער אייערע כוחות; נאר צוזאמען מיט דעם נסיון וועט ער אויך מאכן אן אויסוועג, כדי איר זאלט קענען ביישטיין. \p \v 14 דערפאר, געליבטע מיינע, זאלט איר אנטלויפן פון געצנדינסט. \v 15 איך רעד ווי צו פארשטאנדיקע; משפט איר אליין, וואס איך זאג. \v 16 דער כוס פון ברכה, אויף וועלכן מיר מאכן א ברכה, צי איז ער דען נישט חברותאשאפט מיט דעם בלוט פון דעם משיח? דאס ברויט, וואס מיר ברעכן, צי איז עס דען נישט חברותאשאפט מיט דעם גוף פון דעם משיח? \v 17 ווייל עס איז איין ברויט, זענען מיר, די פילע, איין גוף; ווארום מיר אלע האבן א חלק אין דעם איינעם ברויט. \v 18 קוקט אויף ישראל לויטן פלייש: צי זענען דען נישט די, וועלכע עסן די קרבנות, אנטיילנעמער אין דעם מזבח? \v 19 וואס זשע איז עס דען וואס איך זאג? אז א קרבן צו אן אפג‑ט איז עפעס? אדער אז דער אפג‑ט (אליין) איז עפעס? \v 20 נאר אז וואס די אומות (העולם) זענען מקריב, זענען זיי מקריב צו טייוולאנים און נישט צו ה׳; און איך וויל נישט, אז איר זאלט קומען אין חברותאשאפט מיט טייוולאנים. \v 21 איר קענט נישט טרינקען דעם כוס פון דעם האר און דעם בעכער פון טייוולאנים; איר קענט נישט טיילנעמען ביים טיש פון דעם האר און ביים טיש פון טייוולאנים. \v 22 אדער זאלן מיר דערצערנען דעם האר? צי זענען מיר דען שטארקער פון אים? \p \v 23 אלץ איז מותר (ציטירן ניטציטירן); נישט אלץ אבער טויג. אלץ איז מותר (ציטירן ניטציטירן); נישט אלץ אבער בויט אויף. \v 24 זאל קיינער נישט זוכן דאס זייניקע, נאר יענעמס (טובה). \v 25 אלץ, וואס מען פארקויפט אין דער יאטקע, זאלט איר עסן, און נישט חוקר זיין צוליב דעם געוויסן; \v 26 ווארום די ערד איז דעם הארס (ה׳ס), און איר פולקייט. (תהלים כד, א.) \v 27 און אויב עמיצער פון די אומגלויביקע וועט אייך פארבעטן אויף א סעודה, און איר ווילט גיין, זאלט איר עסן אלץ, וואס מען וועט אוועקשטעלן פאר אייך, און נישט נאכפרעגן צוליב דעם געוויסן. \v 28 אויב אבער עמיצער וועט צו אייך זאגן: דאס דאזיקע איז א געצנקרבן—זאלט איר עס נישט עסן צוליב יענעם, וועלכער האט עס אייך דערמאנט, און צוליב דעם געוויסן: \v 29 געוויסן, זאג איך אבער, נישט דיין אייגנס נאר דעם אנדערנס; ווארום פארוואס זאל מיין פרייהייט געמשפט ווערן פון אן אנדערנס געוויסן? \v 30 אויב איך געניס עפעס מיט א ברכה, הלמאי זאל ארויסגיין א שם רע אויף מיר וועגן דעם, אויף וועלכן איך מאך א ברכה? \v 31 דעריבער, אויב איר עסט אדער טרינקט, אדער וואס איר זאלט נישט טאן, טוט אלץ צו ה׳ס כבוד. \v 32 זייט נישט קיין מיכשול פאר יידן, נישט פאר גריכן און נישט פאר דער קהלה פון ה׳; \v 33 אזוי ווי אויך איך (באמי זיך) צו געפעלן אלעמען אין אלעם, נישט זוכנדיק מיין אייגענעם נוצן, נאר דעם (נוצן) פון א סך (אנדערע), כדי זיי זאלן געראטעוועט ווערן. \c 11 \cl קאפיטל עלף \p \v 1 זייט מיינע נאכפאלגער, אזוי, ווי אויך איך בין פונם משיח. \p \v 2 איך לויב אייך, ברידער, וואס איר געדענקט מיך אין אלעם, און איר האלט פעסט די קבלות, ווי איך האב זיי אייך איבערגעגעבן. \v 3 איך וויל אייך אבער לאזן וויסן, אז דער קאפ פון יעדן מאן איז דער משיח; און דער קאפ פון דער פרוי איז דער מאן; און דער קאפ פון דעם משיח איז ה׳. \v 4 יעדער מאן, ווען ער טוט תפילה אדער זאגט נבואות און זיין קאפ איז צוגעדעקט, פארשעמט זיין קאפ. \v 5 און יעדע פרוי, ווען זי טוט תפילה אדער זאגט נבואות און איר קאפ איז אפגעדעקט, פארשעמט איר קאפ; ווארום עס איז איינס און דאס זעלביקע ווי זי וואלט זיך אפגעגאלט. \v 6 ווארום אויב א פרוי פארהילט זיך נישט, זאל זי זיך אויך אפשערן; און אויב עס איז א בזיון פאר א פרוי זיך אפצושערן אדער אפצוגאלן (די האר), זאל זי זיך פארהילן. \v 7 ווארום דער מאן טאקע איז נישט מחייב זיך צו פארדעקן דעם קאפ, ווייל ער איז ה׳ס אפבילד און כבוד; די פרוי אבער איז דער כבוד פון דעם מאן. \v 8 ווארום נישט דער מאן איז פון דער פרוי, נאר די פרוי פון דעם מאן; \v 9 אויך איז דער מאן נישט באשאפן געווארן צוליב דער פרוי, נאר די פרוי צוליב דעם מאן; \v 10 דערפאר איז די פרוי מחייב צו האבן (א צייכן פון מאנס) הערשאפט אויפן קאפ פאר די מלאכימס וועגן. \v 11 דאך איז נישט די פרוי אָן דעם מאן, נישט דער מאן אָן דער פרוי אינם האר. \v 12 ווייל ווי די פרוי איז פון דעם מאן, אזוי איז דער מאן אויך דורך דער פרוי; אלץ אבער איז פון ה׳. \v 13 משפט איר ביי זיך אליין: איז עס שיין, אז א פרוי זאל תפילה טאן צו ה׳ אומפארהילטערהייט? \v 14 צי לערנט דען אייך נישט די נאטור אליין, אז אויב א מאן האט לאנגע האר, איז עס אן אומכבוד פאר אים? \v 15 א פרוי אבער, אויב זי האט לאנגע האר, איז עס איר פראכט; ווייל די לאנגע האר זענען איר געגעבן געווארן ווי א שלייער. \v 16 אויב אבער עמיצער האט בדעה צו זיין א ליבהאבער פון מחלוקת, האבן מיר נישט אזא געוואוינהייט, די קהלות פון ה׳ אויך נישט. \p \v 17 און אנזאגנדיק אייך דאס דאזיקע, לויב איך אייך נישט, ווייל איר קומט זיך צונויף נישט צום בעסערן, נאר צום ערגערן. \v 18 ווארום ערשטנס הער איך, אז ווען איר פארזאמלט זיך אין דער קהלה, זענען פאראן מחלוקת צווישן אייך; און א טייל דערפון גלויב איך. \v 19 ווארום עס איז נויטווענדיק, אז עס זאלן זיין ביי אייך כתות, כדי די אויסגעפרואווטע זאלן באקאנט ווערן צווישן אייך. \v 20 און ווען איר קומט זיך צוזאמען, איז עס נישט כדי צו עסן די סעודה פון דעם האר; \v 21 ווארום יעדער איינער נעמט פארויס זיין אייגן מאלצייט בשעת דעם עסן; און איינער איז הונגעריק, און אן אנדערער איז שכור. \v 22 צי האט איר דען נישט קיין הייזער, (וואו) צו עסן און טרינקען? אדער זענט איר מבזה די קהלה פון ה׳? און פארשעמט די, וואס האבן נישט? וואס זאל איך אייך זאגן? זאל איך אייך לויבן? פאר דעם לויב איך אייך נישט. \v 23 ווארום איך האב עס בקבלה פון דעם האר, וואס איך האב אייך אויך איבערגעגעבן, אז דער האר יהושע/ישוע האט אין דער נאכט, אין וועלכער ער איז איבערגעגעבן געווארן, גענומען ברויט; \v 24 און מאכנדיק א ברכה, האט ער עס צעבראכן און געזאגט: דאס איז מיין גוף, וועלכער ווערט געבראכן פאר אייערטוועגן; טוט דאס דאזיקע לזכרון פון מיר. \v 25 אויך אזוי דעם בעכער נאך דער סעודה, זאגנדיק: דער דאזיקער כוס איז דער נייער בונד אין מיין בלוט; דאס טוט יעדעס מאל, ווען איר טרינקט (דערפון), לזכרון פון מיר. \v 26 ווארום יעדעס מאל, ווען איר עסט דאס ברויט און טרינקט דעם דאזיקן כוס, זאגט איר אָן דעם הארס טויט, ביז ער וועט קומען. \v 27 פאלגלעך, ווער עס עסט דאס ברויט אדער טרינקט דעם כוס פון דעם האר אומווירדיק, דער פארזינדיקט זיך קעגן דעם גוף און דעם בלוט פון דעם האר. \v 28 נאר זאל זיך א מענטש אליין אויספרואוון, און אזוי עסן פון דעם ברויט און טרינקען פון דעם כוס. \v 29 ווארום ווער עס עסט און טרינקט אומווירדיק, דער עסט און טרינקט א משפט פאר זיך, ווייל ער האט נישט געמאכט קיין הבדל צווישן דעם הארס גוף. \v 30 צוליב דעם געפינען זיך צווישן אייך א סך שלאפע און קראנקע, און נישט ווייניקע זענען איינגעשלאפן (דעם שלאף פון טויט). \v 31 אויב אבער מיר וואלטן זיך אליין אויסגעפארשט, וואלטן מיר נישט געמשפט געווארן. \v 32 ווערן מיר אבער געמשפט פון דעם האר, ווערן מיר געציכטיקט, כדי מיר זאלן נישט פארמשפט ווערן צוזאמען מיט דער וועלט. \v 33 דערפאר, ברידער מיינע, ווען איר קומט זיך צונויף צו עסן, ווארט איינער אויף דעם אנדערן. \v 34 און אויב עמיצער איז הונגעריק, זאל ער עסן אינדערהיים, כדי איר זאלט זיך נישט צוזאמענקומען צו א משפט. און דאס איבריקע וועל איך מתקן זיין, ווי נאר איך וועל קומען. \c 12 \cl קאפיטל צוועלף \p \v 1 און וואס שייך (מתנות) פונם גייסט, ברידער, וויל איך נישט, איר זאלט זיין אומוויסנד. \v 2 איר ווייסט (דאך), אז ווען איר זענט געווען אומות (העולם), ווי איר האט זיך געלאזט פירן צו שטומע אפג‑טער, און מען האט אייך געפירט. \v 3 דערפאר לאז איך אייך וויסן, אז קיינער, וועלכער רעדט דורך ה׳ס גייסט, זאגט נישט: פארפלוכט זאל זיין יהושע/ישוע; און קיינער קען נישט זאגן: יהושע/ישוע איז האר, אחוץ דורך דעם רוח הקודש. \p \v 4 די מתנות אבער זענען פארשיידן, נאר דער גייסט איז דער זעלביקער. \v 5 און די עבודות זענען פארשיידן, דאך איז עס דער זעלביקער האר. \v 6 און די ווירקונגען, זענען פארשיידן אבער דער זעלביקער ה׳, וועלכער ווירקט אלץ אין אלעם. \v 7 יעדן איינעם אבער ווערט געגעבן די אנטפלעקונג פון דעם רוח (הקודש) צום נוצן. \v 8 ווארום איינעם ווערט געגעבן דורך דעם גייסט א ווארט פון חכמה; און אן אנדערן א ווארט פון דערקענטעניש, לויט דעם זעלביקן גייסט; \v 9 אן אנדערן אמונה אין דעם זעלביקן גייסט; און אן אנדערן מתנות פון רפואות, דורך דעם איינעם גייסט; \v 10 און אן אנדערן צו טאן וואונדער; און אן אנדערן, נבואה; און אן אנדערן, אונטערצושיידן גייסטער; אן אנדערן, מינים לשונות; און אן אנדערן, פארטייטשונג פון די לשונות; \v 11 דאס אלץ אבער ווירקט איין און דער זעלביקער רוח (הקודש), וועלכער טיילט אויס יעדן איינעם באזונדער, ווי ער וויל. \p \v 12 ווארום ווי דער גוף איז איינער, און האט א סך אברים, און די אלע אברים פונם קערפער, (הגם) זיי זענען א סך, זענען איין גוף; אזוי אויך איז דער משיח. \v 13 ווארום אין איין גייסט זענען מיר אלע געטובלט געווארן אין דער מקווה צו איין גוף, סאי יידן סאי גריכן, סאי קנעכט סאי פרייע (מענטשן); און מיר זענען אלע אנגעטרונקען געווארן מיט איין גייסט. \v 14 דען דער גוף איז נישט איין אבר, נאר א סך. \v 15 אויב דער פוס זאל זאגן: ווייל איך בין נישט קיין האנט, געהער איך נישט צום קערפער, געהערט ער דען נישט צוליב דעם צום קערפער? \v 16 און אויב דאס אויער זאל זאגן: ווייל איך בין נישט קיין אויג, געהער איך נישט צום קערפער; צי געהערט עס דען נישט צוליב דעם צום קערפער? \v 17 אויב דער גאנצער גוף וואלט געווען אן אויג, וואו וואלט געווען דער חוש השמיעה? און אויב ער וואלט אינגאנצן געווען שמיעה, וואו וואלט געווען דער חוש הריח? \v 18 איצט אבער האט ה׳ געזעצט די אברים, יעדעס איינע פון זיי אין דעם גוף אזוי ווי ער האט געוואלט. \v 19 און אויב אלע וואלטן געווען איין אבר, וואו וואלט געווען דער גוף? \v 20 איצט אבער זענען עס טאקע א סך אברים, נאר איין גוף. \v 21 און דאס אויג קען נישט זאגן צו דער האנט: איך דארף דיך נישט האבן; אדער ווידער דער קאפ צו די פיס; איך דארף אייך נישט האבן! \v 22 נאר להיפך, די אברים פונם גוף, וואס שיינען אויס צו זיין די שוואכערע, זענען (גראד) נויטווענדיק. \v 23 און די (טיילן) פונם גוף, וועלכע מיר האלטן פאר נישט אזוי איידל, די דאזיקע באקליידן מיר מיט מער כבוד; און אונדזערע נישט אנשטענדיקע צירן מיר אמערסטן; \v 24 אונדזערע אנשטענדיקע אבער דארפן עס נישט; יא, ה׳ האט (אזוי) צוזאמענגעזעצט דעם גוף, אז ער האט צוגעטיילט מער כבוד צו דעם ווייניקער וויכטיקן (אבר), \v 25 כדי עס זאל נישט זיין קיין מחלוקה אינם גוף; נאר אז די אברים זאלן פארזארגן איינס דאס אנדערע. \v 26 און אויב איין אבר ליידט, ליידן אלע אברים מיט; און אויב איין אבר באקומט כבוד, פרייען זיך אלע אברים מיט. \v 27 און איר זענט משיחס גוף, און אברים יעדער באזונדער. \v 28 און ה׳ האט אייניקע באשטימט אין דער קהלה, ערשטנס שליחים, צווייטנס נביאים, דריטנס מלמדים, דערנאך וואונדער, דערנאך מתנות פון רפואה, הילף, פארוואלטונג, מינים לשונות. \v 29 צי זענען דען אלע שליחים? צי זענען דען אלע נביאים? צי זענען דען אלע מלמדים? צי (טאן) דען אלע וואונדער? \v 30 צי האבן דען אלע די מתנות פון רפואות? צי רעדן דען אלע מיט לשונות? צי פארטייטשן דען אלע? \v 31 שטרעבט אבער צו דערגרייכן די גרעסערע מתנות. \p און נאך א דרך, אן אויסגעצייכנטערן, ווייז איך אייך. \c 13 \cl קאפיטל דרייצן \p \v 1 אויב איך רעד שוין מיט די לשונות פון מענטשן און מלאכים, האב אבער נישט קיין ליבע, בין איך א שאלנדיק קופער אדער א קלינגענדיקער צימבל. \v 2 און ווען איך האב נבואה און קען אלע סודות און יעדע דערקענטעניש; און האב אפילו די גאנצע אמונה, אזש צו קענען איבערשטעלן בערג, האב אבער נישט קיין ליבע, בין איך גארנישט. \v 3 און ווען איך טייל אויס מיין גאנץ פארמעגן צו שפייזן די הונגעריקע, און ווען איך גיב איבער מיין גוף צום פארברענען, האב אבער נישט קיין ליבע, העלפט עס מיר גארנישט. \v 4 די ליבע איז סבלנותדיק, גנעדיק; די ליבע איז נישט מקנא; די ליבע בארימט זיך נישט, בלאזט זיך נישט אָן; \v 5 פירט זיך נישט אויף אומבאשיידן, זוכט נישט דאס איריקע, דערצערנט זיך נישט, טראכט נישט קיין בייז. \v 6 פריידט זיך נישט אויף קיין עוולה, נאר פריידט זיך יא מיט דעם אמת; \v 7 זי פארדעקט אלץ; גלויבט אלץ, האפט אלץ; טראגט אלץ איבער. \v 8 די ליבע גייט קיינמאל נישט אונטער; נאר אויב עס זענען פאראן נבואות, וועלן זיי בטל ווערן; אויב לשונות, וועלן זיי אויפהערן; אויב דערקענטעניש, וועט זי אפגעשאפט ווערן. \v 9 ווארום מיר דערקענען טיילווייז, און אונדזער נבואות זאגן איז טיילווייז; \v 10 ווען אבער דאס שלמותדיקע וועט קומען, וועט דאס טיילווייזע בטל ווערן. \v 11 ווען איך בין געווען א קינד, האב איך גערעדט ווי א קינד, האב פארשטאנען ווי א קינד, האב געטראכט ווי א קינד; ווען אבער איך בין געווארן א מאן, האב איך אוועקגעלייגט די קינדישע זאכן. \v 12 ווארום איצט זען מיר אין א שפיגל, און אין רעטענישן; דעמאלט אבער פנים אל פנים; איצט דערקען איך טיילווייז, דעמאלט אבער וועל איך דערקענען, פונקט אזוי ווי איך בין אויך דערקענט. \v 13 און איצט בלייבט אמונה, האפענונג, ליבע, די דאזיקע דריי; אבער דאס גרעסטע פון די דאזיקע איז די ליבע. \c 14 \cl קאפיטל פערצן \p \v 1 שטרעבט נאך דער ליבע; און באגערט די רוחניותדיקע מתנות, נאר ליבער, אז איר זאלט נבואות זאגן. \v 2 ווארום דער, וואס רעדט אויף אן (אומבאקאנט) לשון, רעדט נישט צו מענטשן, נאר צו ה׳; ווייל קיינער איז נישט משיג, און ער רעדט סודות אינם גייסט. \v 3 דער אבער, וועלכער זאגט נבואות, רעדט צו מענטשן צו דערבויאונג, און מוסר, און טרייסט. \v 4 ווער עס רעדט אויף א לשון, דער דערבויט זיך אליין; און דער, וואס זאגט נבואות, דערבויט די קהלה. \v 5 און איך וויל, אז איר זאלט אלע רעדן מיט לשונות, אבער נאך מער, אז איר זאלט נבואות זאגן; און גרעסער איז דער, וואס זאגט נבואות, ווי דער, וואס רעדט מיט לשונות, אחוץ אז ער זאל אויך פארטייטשן, כדי די קהלה זאל באקומען דערבויאונג. \v 6 און איצט, ברידער, ווען איך זאל קומען צו אייך, רעדנדיק מיט לשונות, וואס וועל איך אייך (דערמיט) העלפן, אויב איך וועל נישט רעדן צו אייך, צי דורך אן אנטפלעקונג, אדער דורך דערקענטעניש, אדער מיט נבואה, אדער לערנונג? \v 7 יא, אפילו די נישט לעבעדיקע זאכן, וואס געבן ארויס א קלאנג, זאל עס זיין די פלייט אדער די הארפע, ווען זיי מאכן נישט קיין חילוק אין די קלאנגען, וויאזוי וועט מען דערקענען, וואס מען שפילט אויף דער פלייט אדער הארפע. \v 8 ווארום ווען דער טרומייט זאל געבן אן אומדייטלעכן טאָן, ווער וועט זיך צוגרייטן צו דער מלחמה? \v 9 און אויך אזוי איר, ווען איר זאלט נישט געבן דורך דער צונג א לייכט פארשטענדלעך ווארט, ווי אזוי וועט מען וויסן, וואס עס ווערט גערעדט? איר וועט דאך רעדן (סתם) אינדערלופטן. \v 10 עס זענען פאראן ווער ווייס וויפל מינים קולות אין דער וועלט, און קיינס איז נישט אָן א זין. \v 11 ווען דעריבער איך ווייס נישט די באטייטונג פון דעם קול, וועל איך זיין פאר דעם רעדנער א פרעמדער, און דער רעדנער וועט פאר מיר זיין א פרעמדער. \v 12 אויך אזוי איר, ווייל איר זענט אייפעריק אזוי נאך רוחניותדיקע מתנות, זוכט, אז איר זאלט האבן א שפע פאר דער אויפבויאונג פון דער קהלה. \v 13 דערפאר זאל דער, וואס רעדט אויף א לשון, תפילה טאן, אז ער זאל פארטייטשן. \v 14 ווארום אויב איך בין מתפלל אויף א לשון, איז מיין גייסט מתפלל, מיין פארשטאנד אבער בלייבט אָן פירות. \v 15 ווי זשע זאל עס זיין? איך וועל תפילה טאן מיט דעם גייסט, און וועל אויך תפילה טאן מיטן שכל; איך וועל זינגען מיט דעם גייסט, און וועל אויך זינגען מיטן פארשטאנד. \v 16 ווייל ווען דו מאכסט א ברכה מיטן גייסט, וויאזוי וועט דער, וועלכער פארנעמט דאס ארט פון א נישט געלערנטן, זאגן אמן אויף דיין ברכה? ער ווייסט דאך נישט וואס דו זאגסט. \v 17 ווארום דו מאכסט טאקע א ברכה ווי עס געהער צו זיין, נאר דער אנדערער איז נישט אויפגעבויט. \v 18 איך דאנק ה׳, אז איך רעד מיט לשונות מער ווי איר אלע; \v 19 נאר אין דער קהלה וויל איך (ליבער) רעדן פינף ווערטער מיט מיין פארשטאנד, כדי איך זאל אויך אנדערע לערנען, ווי צען טויזנט ווערטער אויף אן (אומבאקאנט) לשון. \p \v 20 ברידער, זייט נישט קיין קינדער מיטן פארשטאנד; נאר וואס שייך בייז זייט זייגעדיקע קינדער, מיטן פארשטאנד אבער דערוואקסענע (מענטשן). \v 21 אין דער תורה שטייט געשריבן: מיט אנדערע לשונות און מיט אנדערע לעפצן וועל איך רעדן צום דאזיקן פאלק; און אפילו אזוי וועלן זיי מיך נישט הערן, זאגט דער האר (ג‑ט). (ישעיהו כח, יא-יב.) \v 22 אזוי ארום זענען (שוין) די לשונות ווי א צייכן, נישט צו די מאמינים, נאר צו די אומגלויביקע; די נבואה אבער איז נישט פאר די אומגלויביקע, נאר פאר די, וועלכע גלויבן. \v 23 ווען דעריבער די גאנצע קהלה פארזאמלט זיך, און אלע רעדן מיט לשונות, און עס קומען אריין הדיוטים אדער אומגלויביקע, צי וועלן זיי דען נישט זאגן, אז איר זענט משוגע? \v 24 ווען אבער אלע זאגן נבואות, און עס קומט אריין עמיצער אן אומגלויביקער אדער א הדיוט, ווערט ער פון אלעמען געמוסרט, פון אלעמען (ריכטיק) געמשפט; \v 25 די פארבארגענע זאכן פון זיין הארצן ווערן אנטפלעקט; און אזוי ארום, פאלנדיק אויפן פנים, וועט ער זיך בוקן צו ה׳, מודה זייענדיק, אז ה׳ איז באמת צווישן אייך. \p \v 26 וואס זשע איז עס, ברידער? ווען איר פארזאמלט אייך, האט יעדער איינער א מזמור, א לערנונג, אן אנטפלעקונג, א לשון, א פארטייטשונג; זאל אלץ געטאן ווערן צו דערבויאונג. \v 27 אויב עמיצער וויל רעדן מיט א לשון, זאל עס זיין צווייענווייז, אדער העכסטנס זאלבעדריט, און איינער נאכן אנדערן; און איינער זאל פארטייטשן; \v 28 ווען אבער עס געפינט זיך נישט קיין פארטייטשער, זאל מען שווייגן אין דער קהלה; און רעדן צו זיך אליין און צו ה׳. \v 29 נביאים אבער זאלן רעדן צוויי אדער דריי, און די אנדערע זאלן משפטן. \v 30 און ווען עס וועט עפעס אנטפלעקט ווערן צו אן אנדערן, וועלכער זיצט (דארטן), זאל דער ערשטער שווייגן. \v 31 ווארום איר קענט אלע נבואות זאגן, איינער נאכן אנדערן, כדי אלע זאלן לערנען און אלע געטרייסט ווערן; \v 32 און די גייסטער פון די נביאים זענען אונטערטעניק צו די נביאים; \v 33 ווארום ה׳ איז נישט קיין ג‑ט פון אומארדנונג, נאר פון שלום. ווי אין אלע קהלות פון די קדושים. \p \v 34 אזוי זאלן די פרויען שווייגן אין די קהלות; ווארום זיי האבן נישט קיין רשות צו רעדן, נאר זאלן זיין אונטערטעניק, פונקט ווי אויך די תורה זאגט. \v 35 און אויב זיי ווילן עפעס לערנען, זאלן זיי פרעגן זייערע אייגענע מענער אינדערהיים; ווארום עס איז א חרפה פאר א פרוי צו רעדן אין דער קהלה. \v 36 וואס? איז ה׳ס ווארט פון אייך ארויסגעגאנגען? אדער איז עס נאר צו אייך אליין אנגעקומען? \p \v 37 אויב עמיצער מיינט, אז ער איז א נביא אדער באשענקט מיט גייסט, זאל ער דערקענען (אין דעם), וואס איך שרייב צו אייך, אז עס איז דעם הארס געבאט. \v 38 אויב אבער עמיצער ווייסט עס נישט, זאל ער נישט וויסן. \p \v 39 דעריבער, ברידער מיינע, באגערט צו זאגן נבואות, און שטערט נישט צו רעדן מיט לשונות. \v 40 אלץ אבער זאל געטאן ווערן בכבודיק און אין ארדנונג. \c 15 \cl קאפיטל פיפצן \p \v 1 און איך לאז אייך וויסן, ברידער, (נאכאמאל) די גוטע בשורה, וואס איך האב אייך אנגעזאגט, וועלכע איר האט אויך אנגענומען, און אין וועלכער איר שטייט פעסט, \v 2 דורך וועלכער איר ווערט אויך געראטעוועט; אויב איר האלט דאס ווארט, וואס איך האב אייך אנגעזאגט; אחוץ, אז איר האט אומזיסט געגלויבט. \v 3 ווארום קודם כל האב איך אייך איבערגעגעבן, וואס אויך איך האב מקבל געווען, אז משיח איז געשטארבן פאר אונדזערע זינד לויט די כתבי (הקודש); (ישעיהו נג, ה-יב.) \v 4 און אז ער איז נקבר געווארן; און אז ער איז אויפגעשטאנען דעם דריטן טאג לויט די כתבי (הקודש); (תהלים טז, י.) \v 5 און אז ער האט זיך באוויזן צו כיפאן; שפעטער צו די צוועלף; \v 6 דערנאך האט ער זיך באוויזן צו מער ווי פינף הונדערט ברידער אויף איינמאל, דאס רוב פון וועלכע לעבט נאך ביז איצט, אייניקע אבער זענען שוין איינגעשלאפן; \v 7 שפעטער האט ער זיך באוויזן צו יעקבן; נאך דעם צו אלע שליחים; \v 8 און צו לעצט נאך אלעמען האט ער זיך באוויזן אויך צו מיר, וואס איך בין גלייך צו א מפיל קינד. \v 9 ווארום איך בין דער סאמע קלענסטער פון די שליחים, און בין נישט ווערט גערופן צו ווערן שליח, ווייל איך האב פארפאלגט די קהלה פון ה׳. \v 10 נאר דורך ה׳ס חסד בין איך, וואס איך בין; און זיין חסד צו מיר איז נישט געווען ארויסגעווארפן; נאר איך האב געהארעוועט מער פון זיי אלעמען; דאך נישט איך, נאר ה׳ס חסד, וואס איז מיט מיר. \v 11 דעריבער צי איך, צי זיי, אזוי דרשענען מיר, און אזוי האט איר געגלויבט. \p \v 12 אויב אבער פון משיח ווערט געדרשנט, אז ער איז אויפגעשטאנען פון די טויטע, וויאזוי זאגן דאס אייניקע צווישן אייך, אז עס איז נישטא קיין תחית המתים? \v 13 און אויב עס איז נישטא קיין תחית המתים, איז אויך משיח נישט אויפגעשטאנען; \v 14 און אויב משיח איז נישט אויפגעשטאנען, איז טאקע אונדזער דרשענען פוסט, און אייער אמונה איז אויך אומזיסט. \v 15 און מיר געפינען זיך אויך ווי פאלשע עדות פון ה׳; ווייל מיר האבן עדות געזאגט קעגן ה׳, אז ער האט אויפגעוועקט דעם משיח; וועמען ער האט נישט אויפגעוועקט, אויב די טויטע וועלן טאקע נישט אויפשטיין. \v 16 ווארום אויב די טויטע וועלן נישט אויפשטיין, איז אויך משיח נישט אויפגעשטאנען; \v 17 און אויב משיח איז נישט אויפגעשטאנען, איז אייער אמונה, אָן א זין; און איר זענט נאך אין אייערע זינד. \v 18 אין דעם פאל זענען אפילו די איינגעשלאפענע אין דעם משיח פארלוירן געווארן. \v 19 אויב מיר האבן געזעצט אונדזער האפענונג אויף דעם משיח בלויז אויף דעם דאזיקן לעבן, זענען מיר די עלנטסטע פון אלע מענטשן. \p \v 20 איצט אבער איז משיח יא אויפגעשטאנען פון די טויטע, אלס די ראשית בכורים פון די איינגעשלאפענע. \v 21 ווארום ווי דער טויט איז געקומען דורך א מענטשן, אזוי איז אויך תחית המתים דורך א מענטשן. \v 22 ווארום ווי אין אדם (הראשון) שטארבן אלע, אזוי וועלן אויך אין דעם משיח אלע לעבעדיק געמאכט ווערן. \v 23 און יעדער איינער אין זיין סדר: משיח אלס ערשטלינג, דאן די, וועלכע זענען דעם משיחס, ביי זיין קומען. \v 24 נאך דעם דער קץ, ווען ער וועט איבערגעבן דאס קעניגרייך צו ג‑ט דעם פאטער; ווען ער וועט בטל מאכן יעדע ממשלה און יעדע הערשאפט און מאכט. \v 25 ווארום ער דארף קעניגן, ביז ער וועט לייגן אלע זיינע פיינט אונטער זיינע פיס. (תהלים קי, א.) \v 26 דער לעצטער שונא אפגעשאפט צו ווערן, איז דער טויט. \v 27 ווארום אלץ האט ער געלייגט אונטער זיינע פיס. און ווען ער זאגט, אז אלץ איז געלייגט, איז קלאר, אז עס איז מיט דעם אויסנאם פון אים, וועלכער האט אלץ געלייגט אונטער אים. \v 28 און ווען אלץ וועט זיין געלייגט אונטער אים, דעמאלט וועט אויך דער זון אליין זיך אונטערטעניקן צו אים, וועלכער האט אלץ געלייגט אונטער אים, כדי ה׳ זאל זיין אלץ אין אלעם. \p \v 29 ווען נישט, וואס וועלן טאן די, וועלכע זענען זיך טובל אין דער מקווה ”פאר די טויטע“ (ציטירן ניטציטירן)? אויב די טויטע וועלן גארנישט אויפשטיין, פארוואס זאל מען זיך נאך טובל זיין אין דער מקווה ”פאר זייערטוועגן“ (ציטירן ניטציטירן)? \v 30 און פארוואס שטייען מיר אין סכנה יעדע שעה? \v 31 איך שטארב טאג טעגלעך, איך פארזיכער עס ביי אייער בארימונג, ברידער, וואס איך האב אינם משיח יהושע/ישוע דעם האר אונדזערן. \v 32 אויב איך האב געקעמפט פשוט ווי א מענטש מיט די ווילדע חיות אין עפעזוס, וואס נוצט עס מיר? אויב די טויטע שטייען נישט אויף, לאמיר עסן און טרינקען, ווארום מארגן שטארבן מיר! (ישעיהו כב, יג.) \v 33 באטריגט זיך נישט אליין; שלעכטע חברותא פארדארבן גוטע מידות. \v 34 ווערט ניכטערן ווי עס געהער צו זיין, און זינדיקט נישט; ווארום אייניקע (צווישן אייך) קענען נישט ה׳; צו אייער חרפה זאג איך עס. \p \v 35 נאר עמיצער וועט זאגן: וויאזוי שטייען די טויטע אויף? און מיט וואס פאר א קערפער קומען זיי? \v 36 דו נאר, וואס דו פארזייסט, ווערט נישט לעבעדיק געמאכט, ווען עס שטארבט נישט; \v 37 און וואס דו פארזייסט, פארזייסט דו נישט דעם קערפער, וואס וועט זיין, נאר בלויז א קערנדל, פילייכט פון ווייץ, אדער פון עפעס אנדערש. \v 38 ה׳ אבער גיט אים א גוף, ווי ער וויל, און יעדן איינעם זאמען זיין אייגענעם קערפער. \v 39 נישט יעדעס פלייש איז (איין און) דאס זעלביקע פלייש; נאר אן אנדערס (איז דאס פלייש) פון מענטשן, און אן אנדערס איז דאס פלייש פון בהמות, און אן אנדערס איז דאס פלייש פון עופות, און אן אנדערס פון פיש. \v 40 און עס זענען פאראן גופים הימלישע און גופים ערדישע; נאר דער כבוד פון די הימלישע איז אן אנדערער, און פון די ערדישע אן אנדערער. \v 41 די זון האט אן אנדערן כבוד, און די לבנה האט אן אנדערן כבוד, און די שטערן האבן אן אנדערן כבוד; ווארום איין שטערן אונטערשיידט זיך פון אן (אנדערן) שטערן מיטן כבוד. \v 42 פונקט אזוי איז אויך תחית המתים. עס ווערט פארזייט אין פארדארבלעכקייט, עס שטייט אויף אין אומפארדארבלעכקייט. \v 43 עס ווערט פארזייט אין אומכבוד, עס שטייט אויף אין הערלעכקייט; עס ווערט פארזייט אין שלאפקייט, עס שטייט אויף מיט גבורה; \v 44 עס ווערט פארזייט א נאטירלעכער גוף, עס שטייט אויף א רוחניותדיקער גוף. אויב עס איז פאראן א נאטירלעכער גוף, איז אויך פאראן א רוחניותדיקער. \v 45 און אָט אזוי שטייט טאקע געשריבן: דער ערשטער מענטש, אדם, איז געווארן א לעבעדיקע זעל (בראשית ב, ז.); דער אדם האחרון צו א לעבעדיק מאכנדיקן גייסט. \v 46 אבער דער ערשטער איז נישט דער רוחניותדיקער, נאר דער נאטירלעכער; דערנאך דער רוחניותדיקער. \v 47 דער ערשטער מענטש איז פון דער ערד, ערדיש; דער צווייטער מענטש איז מן השמים. \v 48 ווי דער ערדישער איז, אזוי זענען אויך די ערדישע; און ווי דער הימלישער איז, אזוי זענען אויך די הימלישע. \v 49 און ווי מיר האבן געטראגן דאס געשטאלט פון דעם ערדישן, אזוי וועלן מיר אויך טראגן דאס געשטאלט פון דעם הימלישן. \p \v 50 און דאס דאזיקע זאג איך, ברידער, אז בשר ודם קען נישט ירשענען דאס קעניגרייך פון ה׳; אויך וועט דאס פארדארבלעכע נישט ירשענען די אומפארדארבלעכקייט. \v 51 אָט זאג איך אייך א סוד: נישט אלע וועלן מיר איינשלאפן, נאר מיר וועלן אלע פארענדערט ווערן. \v 52 אין א רגע, אין אן אויגנבליק, ביים לעצטן שופר; ווארום מען וועט בלאזן שופר, און די טויטע וועלן אויפשטיין אומפארדארבלעכע, און מיר וועלן פארענדערט ווערן. \v 53 ווארום דאס דאזיקע פארדארבלעכע מוז זיך אנקליידן מיט אומפארדארבלעכקייט, און דאס דאזיקע שטערבלעכע מוז אנקליידן אומשטערבלעכקייט. \v 54 ווען אבער דאס דאזיקע פארדארבלעכע וועט אנקליידן אומפארדארבלעכקייט, און דאס דאזיקע שטערבלעכע וועט אנקליידן אומשטערבלעכקייט, וועט דעמאלט מקוים ווערן דאס ווארט, וואס שטייט געשריבן: \q פארשלונגען איז דער טויט אין זיג: \q \v 55 אָ טויט, וואו איז דיין נצחון? \q אָ טויט, וואו איז דיין גיפטיקער ביס? \qr (ישעיהו כה, ח; הושע יג, יד.) \m \v 56 דער גיפטיקער ביס פונם טויט איז די זינד; און דער כוח פון דער זינד איז די געזעץ; \v 57 אבער אדאנק זיי ה׳, וועלכער גיט אונדז דעם נצחון דורך אונדזער האר יהושע/ישוע המשיח. \v 58 דערפאר, געליבטע ברידער מיינע, זייט פעסט, אומבאוועגלעך, און מערט אייך תמיד אין דער זאך פון דעם האר, ווייל איר ווייסט, אז אייער פראצע איז נישט אומזיסט אינם האר. \c 16 \cl קאפיטל זעכצן \p \v 1 און וואס שייך דער געלטזאמלונג פאר די קדושים (אין ירושלים), ווי איך האב באפוילן די קהלות פון גאלאטיען, פונקט אזוי זאלט איר אויך טאן. \v 2 יעדן ערשטן טאג פון דער וואך, זאל יעדער איינער פון אייך אוועקלייגן (עפעס) פאר זיך און אפשפארן, אויף וויפל ער האט מצליח געווען, כדי ווען איך וועל קומען, זאלן דעמאלט נישט געמאכט ווערן קיין זאמלונגען. \v 3 און ווען איך וועל אנקומען, וועל איך שיקן מיט בריוו די דאזיקע, וועלכע איר וועט האלטן פאר ראוי אוועקצוטראגן אייער נדבה קיין ירושלים; \v 4 און אויב עס וועט זיין ווערט די מי, אז איך זאל אויך פארן, וועלן זיי פארן מיט מיר. \v 5 און איך וועל קומען צו אייך, ווען איך וועל האבן דורכגעגאנגען מאצעדאניען; ווארום איך גיי איבער מאצעדאניען; \v 6 ביי אייך אבער וועל איך אפשר איבערבלייבן, אדער אפילו איבערווינטערן, כדי איר זאלט מיך ארויסבאגלייטן, וואו איך זאל נאר רייזן. \v 7 ווארום איך וויל אייך איצט נישט זען אויף דער דורכרייזע; ווייל איך פארהאף צו בלייבן ביי אייך א געוויסע צייט, אם ירצה ה׳. \v 8 אין עפעזוס אבער וועל איך בלייבן ביז שבועות; \v 9 ווארום א גרויסע טיר פון טעטיקייט איז מיר געעפנט געווארן, און עס זענען דא א סך קעגנער. \p \v 10 ווען אבער טימאטעוס וועט קומען, זאלט איר זען, אז ער זאל זיין ביי אייך אָן מורא; ווייל ער טוט דעם הארס ווערק, ווי איך אליין; \v 11 דעריבער זאל אים קיינער נישט מבזה זיין. נאר איר זאלט אים אוועקשיקן בשלום, כדי ער זאל קומען צו מיר; ווארום איך ווארט אויף אים מיט די ברידער. \v 12 און וואס שייך דעם ברודער אפאלאס, האב איך אים זייער פיל געבעטן צו קומען צו אייך מיט די ברידער; און ער האט בכלל איצט נישט געוואלט קומען; נאר ער וועט קומען, ווען ער וועט האבן א געלעגנהייטלעכע צייט. \p \v 13 וואכט, שטייט פעסט אין דער אמונה, זייט מענער, שטארקט זיך. \v 14 זאלן אלע אייערע (מעשים) געטאן ווערן מיט ליבע. \p \v 15 און איך בעט אייך, ברידער, איר קענט (דאך) סטעפאנאסנס הויז, אז עס איז געווען די ערשטע פרוכט פון אכאיא, און זיי האבן זיך געווידמעט צו דער עבודה לטובת די קדושים, \v 16 אז איר אויך זאלט זיך אונטערטעניקן צו אזעלכע, און צו יעדן, וואס ארבעט מיט און באמיט זיך. \v 17 און איך פריי מיך אויף דעם אנקומען פון סטעפאנאסן און פארטונאטוסן און אכאיקוסן, ווייל וואס עס פעלט מיר פון אייער צד, האבן זיי ממלא געווען. \v 18 ווארום זיי האבן דערפרישט מיין גייסט און אייערן; דעריבער זאלט איר אפגעבן אנערקענונג צו אזעלכע. \p \v 19 די קהלות פון (קליין) אזיען געבן אייך אפ שלום. אקווילא און פריסקא, צוזאמען מיט דער קהלה אין זייער הויז, געבן אייך אפ שלום זייער פיל אין דעם האר. \v 20 אלע ברידער געבן אייך אפ שלום. גיט אפ שלום איינער דעם אנדערן מיט דעם הייליקן קוש. \v 21 דער גרוס פון מיר, פוילוס, מיט מיין אייגענער האנט. \v 22 אויב עמיצער האט נישט ליב דעם האר, זאל ער זיין אין חרם. מרן אתא.\f + \fr 16, 22 \fr*\ft אונדזער האר איז געקומען אדער: מרן אתא—קום האר!\ft*\f* \v 23 זאל דער חסד פון דעם האר יהושע/ישוע זיין מיט אייך. \v 24 מיין ליבע איז מיט אייך אלעמען אינם משיח יהושע/ישוע. אמן.